פרייטאג אקטאבער 05, 2018 2:16 am#413794
איך האלט גראדע אז ליטוואק האט עס פיין ארויס, נאר ער איז אביסעל צו עמאשינעל.
פעיס פעקט מאדערענע ארטאדאקסיע לייגט א דגוש אז תורה ומצוות טראגט א מינימאלען דגוש אינעם טאג טעגליכען פונעם מענטש. דערפאר נעמען זייערע רבנים והרב יששכר כץ בתוכם נישט אזא ערענסטע צוגאנג צו קולות און התירים ווי א רעגולארע חרדישער רב. און דאס באדערט דעם ליטוואק און איך האב מיטלייד מיט אים.
איי וועט איר פרעגן ווער איז גערעכט? וויס איך נישט. פון אויסהערן משנה תורה קוקט אויס אז וואס באדערט גאט בעיקר איז דאס נאכלויפן אלהים אחרים און נישט אנערקענען אז אין עוד מלבדו און דאס אז ער איז דער איינציגער געוועלטיגער. דער חומש איז ביזי דערמיט אין דברים, ואתחנן, עקב וכו' וכו', אזוי אויך באדערט אים גאר געמיינע אקטן ווי פארגעוואלדעוועטען א נערה המאורסה און זיך לייגן מיט א זכר. אדער ווייס קוקט אויס ווי גאט איז בסדר מיט נשים זאגן סליחות פארן עמוד.
דאס אז עס האט זיך דיוועלאפאד גאנצטע ספרים שרענק און די לעצטע 2 טויזענט יאר, און מיט יעדע יאר הונדערט איז צוגעקומען הונדערטע אדער טויזענעטע איסורים מנהגים וחרמות איז נישט אין איינקלאנג מיט משנה תורה און גאטס ווילען ווי אזוי דער עם הנבחר זאל אויסזען. לפי זה איז גאנץ מעגליך אז דער בורא כל עולמים לערענט מיטן פמליא של מעלה יששכר כץ'ס תורות און זאגט עפעס אויף דעם נוסח: הפמליא של מעלה והרבנים ארטודוקסים אומרים כך, ואני אומר כך וגם יששכר בני מודה לדברי והלכה כדברינו.
מעגליך.. אדער נישט.