Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14

אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
125 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 211 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12600
דינסטאג אקטאבער 02, 2018 9:39 pm#413538
אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
הגאון רבי יששכר כ"ץ ברענגט אונז א שמועס וואס איר וועט נישט קענען אראפלייגן פון דער האנט. איר וועט לייענען אן אינטערוויו אנגעזאפט מיט אידישקייט, אהבת התורה, מענטשליכקייט, און אזוי אויך צער און יסורים. איר וועט הערן פון הרב כ"ץ זיין עמאציאנעלע לעבנסרייזע פון קליינווייז אן אין וויליאמסבורג, זיין חשוב'ן און באליבטן טאטן ע"ה, זכרונות פון חדר, די ישיבה אין קרית יואל און די מגידי שיעור, שייכות מיט רבנים ווי הג"ר יחזקאל ראטה, הג"ר אברהם חיים שפיצער ז"ל, און נאך, זיין גאר פאפולערער דף יומי שיעור אין בארא פארק, זיין דראמאטישע דריי קיין מאנהעטן און זיין פאסטן אין ישיבת "חובבי תורה", ביז זיין רבנות אין פראספעקט הייטס שול.

הרב כ"ץ זשאלעוועט נישט קיין ווערטער, און שילדערט די דראמאטישע פרקים פון זיין לעבן מיט געפיל און אפנקייט. ער שטעלט נישט ארויף אן אנשטעל פון נצחון און גליק, ווי א וויכטיגע פיגור וואס מיר דארפן זיין דאנקבאר אז ער וויל רעדן צו אונז, נאר מיט זיין ענוות חן איז ער דא זיך צו עפענען פאר אונז, און רעדן אפנהארציג פון זיין לעבן. ער איז כאריזמאטיש, ווארעם, סענסיטיוו, עמאציאנעל; ער רעדט פון זיינע שוועריגקייטן, זיינע ספיקות און חרטות, און זיינע הצלחות צו געפונען שלות הנפש אין זיין אייגן ווינקל אין דעם אויבערשטנ'ס תורה.

הרב יששכר כ"ץ גיט אונז דעם אייגנארטיגן בליק פון ביידע וועלטן - די חסידישע וועלט און די מאדערן-ארטאדאקסישע וועלט. כאטש ער איז געגאנגען פון רעכטס צו לינקס, זעט ער די מעלות און חסרונות פון ביידע. ער וואלט נישט אויפגעטוישט זיין חסידישן לימוד התורה פאר כל חללי דעלמא, ווייל ער ווייסט אז זיינע מאדערנע תלמידים קענען אין אלגעמיין נישט באקומען אזא טיפן פארשטאנד אין תורה ווי דאס וואס ער האט באקומען אין די חרדישע ישיבות. "חסידישע אידן ליגן אין אידישקייט יעדן מינוט פון זייער לעבן," זאגט הרב כ"ץ. "זיי קענען מער לערנען, זיי לעבן עס מער, זיי פראקטיצירן עס מער. רוב חסידישע יונגעלייט קענען עפענען סיי וועלכן ספר פון ספרים שאנק און פארשטיין וואס דארט שטייט. אין דער מאדערנער וועלט איז דאס א מיעוט. חסידישער אידן זענען מער באהאוונט סיי אין לימוד התורה און סיי אין פאקטישע פראקטיצירונג פון אידישקייט. א חסידיש אינגל ווייסט בעסער ווי דעם מאדערנעם אינגל ווי אזוי א חודש תשרי דארף אויסזען אין א אידישן שטוב."

אויב איז אייביג וויכטיג צו הערן וואס א דרויסנדיגער האט צו זאגן וועגן אונז, שטעלט ר' יששכר פאר נישט סתם א דרויסנדיגער בליק, נאר דער בליק פון איינעם וואס איז געווען אינעווייניג און זיין אהבה צו חסידים און חסידות האט זיך קיינמאל נישט פארלאשן.

הרב כ"ץ ווייסט אויך וואס האט אים געצווינגען צו טוישן זיין אידישקייט דירעקציע, און ער שפירט און ווייטאגט פאר די אלע וואס מאכן מיט ענליכע יסורי הנפש, און קענען זיך נישט טרעפן דאס פלאץ אין א געזעלשאפט וואס איז נישט אייביג געאייגנט פאר דעם טיפן טראכטער אדער עמיצער מיט אן אייגנארטיגן נפש. צום באדויערן האט די אידישע וועלט שוין פארלוירן צופיל אזעלכע נפשות יקרות, און הרב כ"ץ ווייזט א פאזיטיוון צוגאנג צו אידישקייט וואס איז אפן צו שכל און פערזענליכע ערפארונגען, אין די ראמען פון תורה און הלכה.

עס דארף באטאנט ווערן אז דער "וועקער" איז נישט דא צו נעמען א שטעלונג אדער געבן אן אינדארסירונג אויף סיי וועמען. פונקט ווי אין אונזערע אנדערע אינטערוויוס מיט פילע קאלירפולע פערזענליכקייטן (ווי הרב פראפ' מארק שפירא, פראפ' שמואל היילמאן, הרב מנשה פילאפף, און נאך), זענען מיר דא צו ברענגען פאר די לייענער טיפע און ברייטע שמועסן מיט פערזענליכקייטן וואס האבן אונז אנצובאטן חומר למחשבה אין די ראמען פון אונזערע אינטערעסן אלס אן ארטאדאקסישע אויסגאבע פאר חסידישע אידן.

די לייענער זענען מכובד צו שרייבן זייערע קאמענטארן אויף דעם ארטיקל.
דינסטאג אקטאבער 02, 2018 9:40 pm#413539
אין אן אנדערן אשכול זענען געשריבן געווארן די פאלגנדע קאמענטארן.
לבי ובשרי האט געשריבן:שטארק הנאה געהאט פונעם קאלירפולן מאמר אינעם וועקער איבער דעם פילפארביגן דמות פון דעם יששכר כ"ץ שיחי' לאיושט"א.
א קליינע נקודה וואס עגבערט מיר און האט מיר געעגבערט ליינענדיג דעם אינפארמאטיוון ארטיקל;
וואס איז דער גרויסער שפרונג פון א בחור אין סאטמאר-בריסק ביז א רב וועלכע איז מתיר פרויען עולה לתורה צו זיין וכדומה וכיוצא? יתכן אז הרב כ"ץ טעמו ונימוקו עמו מיט זיין לעבנס שטייגער און פסקים, אבער וואס איז באדייט פון אזא מאדנעם קאנטראסט?...
מעגליך איז מיין עגבערונג געווארן ארויסגעברענגט און בארירט צווישן די שורות פונעם ארטיקל, אבער נאכאלס, צ"ב לענ"ד הרמה.

נ.ב תגובה איז געשריבן געווארן אן עיון אין וויקיפידיע און אינעם דיזן אשכול

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האלט נאך אין מיטן ליינען, אבער טאמער איך שרייב גארנישט יעצט, וועל איך גארנישט שרייבען צום סוף.

א. עס איז אינטרעסאנט צו ליינען אז זיין זיך גט׳ן איז געקומען איידער זיין צווייפלען אין זיין געזעלשאפט און נישט פארקערט. אז איינער גט זיך, איז עס נישט מער ווי נארמאל אז ער זאל זיך נעמען איבערטראכטען זיין לעבן. ברגע מ׳האט נישט קיין רואיגע פלאץ אין די געזעלשאפט, דארף מען דאך עפעס זוכען. דאס איז נישט די אלגעמיינע אינטעלעקטואלע רייזע פון וואס ראובן האט געשריבען אין זיין ז׳ אדר דרשה, וואס א מענטש ווערט קלוגער מיט די צייט, אדער גלאט אזוי נעמט ער זיך טראכטען און עס ווערט אים שווער. דאס איז מער דער ווינער רב׳ס סארט קער, הגם אז ער איז נאך פרום.

ב. ער טוט זיך אלס אפ אז ער האט געלערנט אין בריסק, און דערווייל לא מיניה ולא מקצתיה. ישיבת מצויינים איז א ישיבה געווען אונטער דער פירערשאפט פון הרב ח"א טורצין און הרב א"ח קראסניצקי זצ"ל, מיט אן איינגעשטעלטע מגיד שיעור א תלמיד פון הרי"ד סאלאווייציג. גראדע האבען א פאר סאלאווייציגס געשיקט זייער קינדער אהין, אבער בריסק איז עס נישט.

די מכוון דערפון איז אז ער איז נישט דער מישאכץ פון בריסק מיט סאטמאר פארקערפערט אין א מאדערן ארטאדאקסישע ראביי.

ג. זיין משל פון למדות וואס ער זאגט זיין תלמידים איז אויך א ווייז אז ער איז נאכאלס א פארצייטישע אונגארישע און ער האט בכלל נישט געשמעקט אנדערע חרדישע וועלטען. זיין תשובות ליינען זיך טאקע ווי א היינטיגע אונגארישע רב, נישט עפעס ווייטער.

ואפשר שיחתי. זיין תשובה וועגען זייגען אין ביהמ"ד איז געווען א טיפיקעל תשובה פון סיי וועלכע רב אין ווסמב"ג, נישט עפעס אריגינעל צו גרונטליך אפגעלערנט א זאך. אין דער עולם הישיבות איז פסק הלכה געלאזט פאר די שוואכערע עלעמענט. דעריבער קומען נישט ארויס קיין סאך תשובות. אבער אין למדות האלט זיך יעדער א מ"ד, דעריבער קומט ארויס פיל נאנסענס אין דער געביט. יונגעלייטלעך מאכען די פיס נאס מיט א סקראבאווע שטיקל, אן הענט צו פיס, אבער מיט די ריכטיגע שפראך און קאוד ווערטער. ניין, חפצא און גברא זענען נישט קיין קאוד ווערטער, נאר מער א שטייגער ווי ׳מ׳זעט אפ די מעשה אין די חלות׳ וכדו׳. ביי אונגארישער שרייבט מען תשובות, און די שוואכע עלעמענט שרייבט שוואך. למשל, מיט פיל מראה מקומות וואס געבען גארנישט צו, אדער אראפ ברענגען די גאנצע גמרא מיט רש"י אן קיין שום חידוש. ווען מ׳פראבירט צו ענדליך זאגען די חידוש, איז עס גאר א קליינער און נישט אויפגעוויזען וכדו׳. אוודאי שרייבען געוויסע בעסערע תשובות, אבער די זיינען די שוואכערע. די תשובה אויף זייגען אין ביהמ"ד האט טאקע געזייגט אויף די שטייגער. אן אריכות אויף קושען אין ביהמ"ד, וואס איז סתם א רויטע העררינג וואס האט גארנישט צו טון מיט די שאלה (און סתם אזוי, דאס אוועק מאכען א רמ"א ווייל זיין מקור אין תשובות בנימין זאב ברענגט א כלבו וואס ער האט נישט געטראפען איז זינלאז און קטנות׳דיג, מילד גערעדט. אז עס נישט קיין כלבו, איז עס א רמ"א, וואס איז שלעכט דערמיט?). די נושא האט ער בכלל נישט בארירט און זיין נגיעה שטראלט ארויס פון יעדער ווארט זיינער.

און דאס איז די נעקסטע נקודה. ער גלויבט אין אזא ׳אינטואיציע׳ אין הלכה וואס בארעכטיגט זיין פארדרייען מקורות פאר זיין שיטה"ק פון גלייכבארעכטונגען. די ׳אינטואיציע׳ איז טאקע מערקבאר אין אסאך תשובות, אבער אין אגרות משה איז עס נישט פארהאנען, אחוץ ווען עס איז אן אפענעם שעת הדחק, אדער פארענטפערען מנהג ישראל, וואס איז נישט קיין אינטואיציע אדער נגיעה, נאר א לעגיטימע מהלך אין פסק קלאר אויסגעשריבען. אין מהרש"ם וועסטו עס נישט טרעפען און אזוי אויך אין נודע ביהודה. ווען מ׳נעמט אראפ די אלע בארעכטונגען וואס ער האט גענומען פאר זיך, האבען זיין תשובות ווייניג מיט וואס זיך צו דעקען.

בקיצור, ער זוכט צו טוישען אנגענומענע הלכה, און זיין הינטערגרטנד איז אלס א דף היומי מגיד שיעור.

ד. זיין בליק אויף די מעלות פון חרדים איז אויך גאנץ קינדעריש און אויבערפלעכליך. פארקויפען ד׳ מינים אין גאס איז נישט קיין יסוד אין חרדישיזם. איך בין נישט קיין קלענערע חרדי ווי סיי וועמען, און איך האב נישט קיין קינדער זכרונות פון שטילע געסער אום שבת נאכמיטאג, אדער גאס כפרות שלאגען. די חסרון פון מאדערן ארטאדאקס איז אז זיי נעמען אידישקייט גאר גאר גרינג. דאס האט נישט מיט די חיצוניות פון שווארצע קליידער אדער מוזיק אין גאס ביי שמחת בית השואבה.

ה. זיין בחירה מעלה פון די מאדערן ארטאדאקס פעלט צו באמערקען די נקודה. בחירה איז נישט אייניג פאר יעדעם. דער יונגערמאן אין ווסמב"ג אדער בארא פארק האט א בחירה צו ער זאל אויפהייבען די קאפ אין מיטן לערנען צו זען ווער איז יעצט אריין געקומען, אדער צו ער זאל רעדען וואס ער דארף נישט. אויף א גרעסערע מדרגה האט איינער נסיונות אויף א פניה אין א מצוה. דאס אז אנדערע האבען בחירה אויף עבו"ז איז נישט קיין מעלה, ווי אויך לגבי שמירת שבת.

ו. די אויספיר אז עס איז א שאד און א שאנדע אז די געזעלשאפט האט אים אויסגעשפיגען, איז גראדע א שטארקע נקודה למחשבה, אבער איך זעי נישט אז די געזעלשאפט איז גענצליך שולדיג. ר׳ ישכר איז א יונגערמאן מיט גרויסע כוחות, אבער ווייניגער ווי ער מיינט און וויל. די אורות זענען גרעסער ווי די כלים. ער וואלט קיינמאל נישט באקומען עפעס א גרויסע פאסטן אין א ציבור וואס פארשטייט עכט צו לערנען, און נאר דאס האט אים געשמעקט. נאר אין דערויסען האט ער דאס געקענט טון.

ז. דאס וואס ער טענה׳ט אז ער איז בעיקר געטריבען דורך א שיטה"ק פון גלייכבארעכטונגען פון פרויען, האט ער בכלל נישט אויפגעוויזען. דאס אז פרויען זענען פטור פון תלמוד תורה איז א דרשה אין פסוק, דאס קען נישט הענגען אויף א קולטור. דאס אז היינט לערנען זיי יא גמרא, איז א שיטה פון הרב סאלאווייציק אבער איך ווער צו נערוועז פון מיין פאון דאס אויסצושרייבען. מיט גלייכבארעכטונגען האט עס נישט
דינסטאג אקטאבער 02, 2018 11:55 pm#413546
א טרעפליכן ענטפער צו לבי ובשרי און צו ליטוואק פון בודאפעסט: לויט ווי איך האב אפגעליינט דעם אינטערוויו מיט הרב יששכר כ"ץ, אז כאטש ער האלט אז פרויען קענען (און זאללן) עולה זיין לתורה און קוואליפיצירן צו זיין שליחי/שליחות ציבור, ציעט ער די ליניע ביי איסורי דאורייתא. אזוי ווי למשל עדות זאגן ביי א בית דין. משא"כ זיין באס..."הרב"... אבי ווייס האט נישט קיין שום גדר אדער אפהאלט. ביי איהם איז אינגאנצן הותרה הרצועה...!
מיטוואך אקטאבער 03, 2018 12:28 am#413549
ס'האט גארנישט מיט דאורייתא אדער דרבנן צוטון, דאס אז פרויען קענען עולה זיין לתורה איז א בפירושע גמרא, און דאס אז פרויען קענען נישט זאגן קיין עדות איז אויך א בפירושע גמרא.
מיטוואך אקטאבער 03, 2018 12:34 am#413550
רב ליטוואק,
כבין מסכים מיט טייל פון אייערע נקודות אבער איר מאכט עפעס א רושם כאילו אז בריסק (די ריכטיגע נישט די פאלטשע) האט א מאנאפאלי אויף די תורה.
מיטוואך אקטאבער 03, 2018 12:37 am#413553
אין אלגעמיין האביך שטארק הנאה געהאט פון ר' יששכרס חידושים, יישר כח. קריטיק על איך לאזען פאר אנדערע.
מיטוואך אקטאבער 03, 2018 12:44 am#413554
ליטוואק

איך האב געלערנט אין ישיבת מצוינים פאר איין יאר, אהיים געפארען, חתונה געהאט און א ווייילע שפעטער בין איך צוריק געגאנגען קיין א״י און געלערנט אין ר׳ אברהם יהושע סאלוויציק׳ס ישיבה.

דיינע איבריגע הערות זענען נישט אזוי קלאר, מיט אנטשולדיגונג.
מיטוואך אקטאבער 03, 2018 2:41 am#413559
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'האט גארנישט מיט דאורייתא אדער דרבנן צוטון, דאס אז פרויען קענען עולה זיין לתורה איז א בפירושע גמרא, און דאס אז פרויען קענען נישט זאגן קיין עדות איז אויך א בפירושע גמרא.

רביה"ק זי"ע: נו. ער איז מקיים ביידע בפירוש'ע גמרות...לאל.
מיטוואך אקטאבער 03, 2018 6:17 am#413562
גדליה האט געשריבן:רב ליטוואק,
כבין מסכים מיט טייל פון אייערע נקודות אבער איר מאכט עפעס א רושם כאילו אז בריסק (די ריכטיגע נישט די פאלשע) האט א מאנאפאלי אויף די תורה.

ניין, איך האב נישט אזוי געזאגט צו געהאלטן. איך האב נאר געמיינט אז דער אנשטעל פון הרב כ"ץ איז כאילו ער האט געלערנט און ער איז געווען א חלק פון דער בריסקער 'קהלה' מיט חומש שיעור און די השקפה טאראראם וואס טוט זיך דארט, און פון דארט איז ער אריבער. דערווייל איז מצויינים א פיינע ישיבה געווען, אבער עס איז נישט דאס. עס איז אזוי ווי גיין לערנען אין ישיבת ארץ הצבי המכונה 'אטיק'ס'. יא, ר' אפרים איז געווען דבוק אין בריסק, אבער די ישיבה איז נישט בריסק.

יעצט זעה איך אז ער טענה'ט אז ער האט יא געלערנט ביי ר' אברהם יהושע נאכ'ן חתונה. אין דעם אינטערוויו לאזט ער אויס די חלק פון זיין געשיכטע, מעגליך נישט כאפענדיג די חילוק וואס איך האב דא געמיינט......
מיטוואך אקטאבער 03, 2018 8:17 am#413563
רביה״ק,

זע דעם לינק ווי איך בין מאריך אביסל מער ווי דאס וועקער אינטערויאו ערלויבט: m https://kavvanah.wordpress.com/2017/09/ ... rview/amp/ m

לאז מיר וויסן דיין מיינונג.
מיטוואך אקטאבער 03, 2018 10:42 am#413568
ליטוואק ברענגט ארויס אז מאדערנע ארטאדאקסן נעמען אידישקייט צו גרינג.

פין די ארטיקעל אין וועקער פין רב כץ זעהט מיר אויס אז מען קען זאגען, כל מצוה שקבלו עליהם המ"א מדקדקין בה יותר מהחרדים. זי נעמען נישט גרינג אידישקייט, נאר מסורה, בעת וואס חריידיזים לייגט א דגוש אויף זאכען וואס האבן מיט אידישקייט גאר ווייניג. צ ב.ש. קאפעל לבוש שפראך. שמם לשונם לבושם איז ביי זיי אויך אנדערש פין גוים. חרדים האלטען זיך צו א סטייל פין גוים פין צוויי הונדערט יאר צוריק.

ווי אויך, דאס אז זיינע תשובות זענען "אונגארישע" תשובות, איז לכאורה א מעלה, איך זעה נישט פארוואס למשל לגבי זייגען אין שוהל, דארף מען דן זיין צו דער חלות פין זייגען האט מיט דער חפצא פון דער ברוסט, אדער דער גברא פין דער קינד. מען איז דן פין מראה מקומות, און די צדדים ההיתר והאיסור.

ווען מען רעדט פין מתיר זיין "איסורים" וואס זענען נישט אמת'ע, נאר מורגל, איז נישטא אין דעם קיין גרויסע פלפולים צו מאכן.
מיטוואך אקטאבער 03, 2018 10:47 am#413569

ז. דאס וואס ער טענה׳ט אז ער איז בעיקר געטריבען דורך א שיטה"ק פון גלייכבארעכטונגען פון פרויען, האט ער בכלל נישט אויפגעוויזען. דאס אז פרויען זענען פטור פון תלמוד תורה איז א דרשה אין פסוק, דאס קען נישט הענגען אויף א קולטור. דאס אז היינט לערנען זיי יא גמרא, איז א שיטה פון הרב סאלאווייציק אבער איך ווער צו נערוועז פון מיין פאון דאס אויסצושרייבען. מיט גלייכבארעכטונגען האט עס נישט

אחר נשיקת אחוריך הקדושה, איר זאגט קלאר אז פרויען זענען "פטור" פין לימוד התורה, און ביי אונז איז עס אסור, א שטיקעל חילוק, און אוודאי האט עס מיט גלייכבארעכטיגונג, מיט וואס דען?
מיטוואך אקטאבער 03, 2018 11:42 am#413570
יששכר כץ האט געשריבן:רביה״ק,

זע דעם לינק ווי איך בין מאריך אביסל מער ווי דאס וועקער אינטערויאו ערלויבט: https://kavvanah.wordpress.com/2017/09/ ... rview/amp/

לאז מיר וויסן דיין מיינונג.

די גאנצע פאוסט דארט איז געבויעט אויף סברות פון פריוואטע מענטשן, ווער בין איך אריינצורעדן?

איך ווייס נישט ווער ס'איז גערעכט, מעגליך גאר אז ביידע זענען נישט גערעכט. בכל אופן, ווילאנג מ'איז דן מיט סברות אן קיין קלארע הוכחות האב איך נישט וואס צוצולייגן.
מיטוואך אקטאבער 03, 2018 11:49 am#413572
ונתנהתוקף האט געשריבן:#@%$&*, איר זאגט קלאר אז פרויען זענען "פטור" פין לימוד התורה, און ביי אונז איז עס אסור, א שטיקעל חילוק, און אוודאי האט עס מיט גלייכבארעכטיגונג, מיט וואס דען?

גראדע די גמרא זאגט עס אלס איסור, ס'נאר אינטערעסאנט פארוואס מ'האט פונקט דא אנגענומען ווי ר' אליעזר וואס איז שמותי, קעגן בן עזאי. נאכדערצו וואס אונז האבן א מעשה רב פון דריי הונדערט תנאים (איך פארשטיי אז ס'איז א גוזמא, אבער דאך) וואס האבן געלערנט תורה מיט ברוריה בת חנינא בן תרדיון (פסחים סב:).
מיטוואך אקטאבער 03, 2018 12:46 pm#413575
רביה"ק,

די שרייבסט אז "עס קען זיין אז ביידע זענען נישט גערעכט." וואס וואלט געווען א דריטע אפציע?
מיטוואך אקטאבער 03, 2018 3:37 pm#413581
נישט געליינט דעם ארטיקל.

איך קאן רבי יששכר שליט"א אויפוואקסענדיג אין איין ביהמ"ד בית יוסף צבי דושינסקי, אבער דאס איז קודם שיחטא, לאחר שיחטא ברויך איך ליינען דעם ארטיקל...

@ליטוואק.

איז די ציהל מיטן שרייבן א תשובה צו ווייזן גאונות? אדער איז עס צו מברר זיין א הלכה לאמיתו, לידע את המעשה אשר יעשה?

בכלל דיין גאנצע attitude ווי דער תחום פון שרייבן תשובות איז א 'פארמעסט' צווישן גדולים, קוקט עפעס נישט אויס תורה'דיג.

אבער דאס קען זיין א תוצאה פון מיינע אונגארישע גענעס.
מיטוואך אקטאבער 03, 2018 3:56 pm#413582
ונתנהתוקף האט געשריבן:

ז. דאס וואס ער טענה׳ט אז ער איז בעיקר געטריבען דורך א שיטה"ק פון גלייכבארעכטונגען פון פרויען, האט ער בכלל נישט אויפגעוויזען. דאס אז פרויען זענען פטור פון תלמוד תורה איז א דרשה אין פסוק, דאס קען נישט הענגען אויף א קולטור. דאס אז היינט לערנען זיי יא גמרא, איז א שיטה פון הרב סאלאווייציק אבער איך ווער צו נערוועז פון מיין פאון דאס אויסצושרייבען. מיט גלייכבארעכטונגען האט עס נישט

אחר נשיקת אחוריך הקדושה, איר זאגט קלאר אז פרויען זענען "פטור" פין לימוד התורה, און ביי אונז איז עס אסור, א שטיקעל חילוק, און אוודאי האט עס מיט גלייכבארעכטיגונג, מיט וואס דען?

יז אמרו חכמים, כל המלמד את בתו תורה, כאילו לימדה תפלות. במה דברים אמורים, בתורה שבעל פה. אבל תורה שבכתב, לא ילמד אותה לכתחילה; ואם לימדה, אינו כמלמדה תפלות.

קוקט נישט אויס פון רמב"ם אז לערנען מיט פרויען איז אזוי גלייך
מיטוואך אקטאבער 03, 2018 3:59 pm#413583
איך וועל מיר מסביר זיין מן המאוחר אל המוקדם, פון די לעצטע טענה וואס איך האב געלאזט הענגען.

הרי"ד סאלאווייציג האט עטליכע מאל זיך ערקלערט פאר'ן לערנען גמרא מיט מיידלעך. נישט ווייל מיידלעך און אינגלעך זענען אייניג, נישט ווייל עס קומט זיך די גמרא לערנען ערפארונג פאר מיידלעך, נאר פונקט ווי דער חפץ חיים האט מתיר געווען און זאגאר געשטיצט און געשטופט בית יעקב. הרי"ד סאלאווייצ'יג האט געהאלטן אז די איינציגסטע סיבה צו האלטען תורה איז דורך אן אינטעלעקטואלע באציאונג צו אידישקייט. ווען יעדער גייט סייווי אין סקול, און מ'לערנט זיך כלערליי חכמות, וועט מען נישט האלטען אידישקייט ווען עס איז סתם אן אלטע טראדיציע פון מאמע צו טאכטער. עס מוז קאנקורירן מיט די דרויסענדיגע וועלט וואס איז שוין אריין געקראכן, דעריבער דארף מען די אינטעלעקט פון גמרא זיי צו האלטען ביי אידישקייט.

און באופן כללי, גלייכבארעכטיגקייט איז גארנישט באשטעטיגט צו פאראורזאכן צופרידענע ערפארונגען. פארצייטענס האט מען געהאלטען אז מ'דארף קעהר נעמען פון פרויען, מ'דארף זיי באשיצען און ארויסהעלפן. אוודאי זענען געווען פיל מענטשן וואס האבען גענוצט זייער מאכט צו באקריוועדען און וויי צו טון פרויען, אבער חז"ל זענען אריין געקומען מיט תקנות צו באלאנסירען די אויסקומפף. מ'קען גארנישט איבערצייגען אז די היינטיגע וועג איז בעסער, און עס זעט אויס אז ביי ראביי כ"ץ איז עס פונקט אזא שיטה"ק ווי די סאטמארער וועג פאר זייער אנהענגערס. עס איז גארנישט מער אויפריכטיג צו אינטעלעקטואל.
מיטוואך אקטאבער 03, 2018 4:57 pm#413587
פונקט ווי רב סאלאווייטשיק האט געקענט לערנען מיט פרויען תורה פאר סיבות, קען רב כץ מתיר זיין צוליב סיבות פין גלייך בארעכטונג.
דאס איז אמאהל זיכער, אז חרדים וואס האבן מתיר געווען לערנען מיט פרויען, אבער מיט גבולים, די גבולים האבן נישט קיין יסוד אין הלכה, נאר מיט האלטען די פרויען אינדערויסן פין די פאלד.
מיטוואך אקטאבער 03, 2018 5:19 pm#413588
ונתנהתוקף האט געשריבן:פונקט ווי רב סאלאווייטשיק האט געקענט לערנען מיט פרויען תורה פאר סיבות, קען רב כץ מתיר זיין צוליב סיבות פין גלייך בארעכטונג.
דאס איז אמאהל זיכער, אז חרדים וואס האבן מתיר געווען לערנען מיט פרויען, אבער מיט גבולים, די גבולים האבן נישט קיין יסוד אין הלכה, נאר מיט האלטען די פרויען אינדערויסן פין די פאלד.

דער פריערדערמאנטער רמב"ם מאכט יא א חילוק פון א דאורייתא ביז א דרבנן.

רב סאלאווייטשיק אדער רב כ"ץ אדער רבי משה פיינשטיין, קענען נישט 'מתיר' זיין עפעס וואס איז אסור אדער פארקערט, ער קען דיר נאר זאגן וואס ער האלט די די הלכה זאגט באופן כזה, מותר, אסור, מותר בשעת הדחק וכו'

אויב דארפסטו פשוט אן אומר מותר, קענסטו גיין נאך ווייטער און נעמען זיין פריינד'ס פסק אז די גאנצע אינטערשיד צווישן מאן אין פרוי אין הלכה איז מער נישט אפפליקעבל

Rav Ethan needs to embrace a robust egalitarianism which encompasses the entire Halakhic corpus, one that believes that every gender based distinction in Halakhah is sociological, not biological. According to Rav Ethan, whenever we encounter a gender based distinction, in Chazal or the Torah, it is not about women per se, but instead is referring to someone who is part of a trio of individuals “known to be adjunct or second-class citizens in the larger Greco-Roman world in which the Sages lived” (the other two being minors and slaves). It is not gender essentialist and would therefore not apply to the women of our time.

איז דא א סיבה אז בשר וחלב זאל זיין אסור?
מיטוואך אקטאבער 03, 2018 5:30 pm#413589
"איז דא א סיבה אז בשר וחלב זאל זיין אסור?"

כלומר?
מיטוואך אקטאבער 03, 2018 5:36 pm#413590
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ד. זיין בליק אויף די מעלות פון חרדים איז אויך גאנץ קינדעריש און אויבערפלעכליך. פארקויפען ד׳ מינים אין גאס איז נישט קיין יסוד אין חרדישיזם. איך בין נישט קיין קלענערע חרדי ווי סיי וועמען, און איך האב נישט קיין קינדער זכרונות פון שטילע געסער אום שבת נאכמיטאג, אדער גאס כפרות שלאגען. די חסרון פון מאדערן ארטאדאקס איז אז זיי נעמען אידישקייט גאר גאר גרינג. דאס האט נישט מיט די חיצוניות פון שווארצע קליידער אדער מוזיק אין גאס ביי שמחת בית השואבה.

איך בין שטעקן געבליבן ביי די ווערטער. וואס מיינט נעמען אידישקייט גאר גאר גרינג? עס איז אזוי ווי זאגן אז די חסרון פון די חסידים אז זיי נעמען אן אידישקייט גאר גאר שווער. אידישקייט איז בלויז איבער הלכה. איז דאס אן הלכה? עס איז נישט גרינג אדער שווער, עס איז אן הלכה. איז דאס לפנים משורת הדין איז דאס ווייטער נישט קיין הלכה נאר השקפה. נעמט ער קולות פון יעדעם איז דאך ידוע וואס חז"ל זאגן. נעמט ער די הלכה וואס איז להיתר איז דאס ווייטער הלכה. נעמט ער אן געוויסע קולות להלכה איז דאס ווייטער להלכה. אידישקייט איז נישט איבער שווער אדער גרינג, גוט אדער שלעכט. עס איז איבער וואס חז"ל האבן געזאגט און וואלטן געזאגט.

עס איז דא אן אינטערנאציענאלע imbedded קראנקהייט ביי אידן פון סיי וועלכע קרייז, אז אידישייט איז איבער גרינגקייט אדער שווערקייט. אויב די הלכה פארבאט עפעס איז דאס א שווערע אידישייקט, אויב פארקערט איז דאס א גרינגער אידישקייט. אויב איינער טוט עפעס מיט לייכטזיניקייט אדער נגד הלכה איז דאס נישט קיין "גרינגער איד" נאר קעגן הלכה.

הלכה איז פאר יעדעם, איבעראל, ביי סיי וועמען, ווען אימער, לפי המצב ולפי הזמן, לפי הרוח ולפי השעה, עס ווענד זיך, עס טוישט זיך, עס איז אפהענגיק עס איז אומאפהענגיק, און עס varied. נישט דא קיין קל און עס איז נישט דא קיין גרינגקייט.
מיטוואך אקטאבער 03, 2018 5:46 pm#413591
יששכר כץ האט געשריבן:"איז דא א סיבה אז בשר וחלב זאל זיין אסור?"

כלומר?

אויב זאל איך קענען זאגן אז בשעת מתן תורה איז געווען אזא גלויבונג אז עסן בשר וחלב איז נישט געזונט, און מיט די היינטיגע פארשונג שטעלט זיך ארויס אז ס'איז נישט פראבלעמאטיש, איז מעגליך צו זאגן אז דער איסור איז מער נישט דא? (כדוגמא די חילוקי דינים וואס די תורה שטעלט אוועק צווישן מאן און ווייב)
מיטוואך אקטאבער 03, 2018 5:52 pm#413592
יעקב מענטש האט געשריבן: @ליטוואק.

איז די ציהל מיטן שרייבן א תשובה צו ווייזן גאונות? אדער איז עס צו מברר זיין א הלכה לאמיתו, לידע את המעשה אשר יעשה?

בכלל דיין גאנצע attitude ווי דער תחום פון שרייבן תשובות איז א 'פארמעסט' צווישן גדולים, קוקט עפעס נישט אויס תורה'דיג.

אבער דאס קען זיין א תוצאה פון מיינע אונגארישע גענעס.

ניין, אבער מ'קען נוצען זיינע תשובות צו זען זיין סטאנדארד אין לערנען. ווען מ'זעט די תשובות אין קובץ זרע יעקב פון סקווער צו פארטיידיגען מנהגי טשערנאבל, אדער אין גנת וורדים אויף זייערע נושאים, זעט מען גלייך וואספארא יונגערמאן האט עס געשריבען און ווי ווייט ער קען לערנען. נישט ווייל דאס איז זיין ציל ביים שרייבען (אפשר), אבער דאס איז נאכאלץ קענטיג צו יעדעם.

די תשובות פון הרב כ"ץ פאסן טאקע פאר קובץ זרע יעקב. אסאך מראה מקומות אבער ווייניג תוכן. א 22 פעידזש תשובה מיינט נישט 22 דפים פון תוכן, עס איז גאנץ לייכט אנצופילן פאפירן מיט העברעאישע ווערטער, וכן כתב וכעין זה כתב וע"ע און נאך אזעלכע ווערטער וואס גיבען נישט צו צום נושא.

ועוד, פאר וועמען שרייבט מען א תשובה? אן עם הארץ קען נישט ליינען א תשובת חתם סופר, ווייל ער האט געשריבן פאר ת"ח כערכו. הרב כ"ץ שרייבט אויך פאר אנשים כערכו, און זיין תשובות דארפען אראפברענגען די לשון המשנה און גמרא, ווייל ער רעדט צו מענטשן וואס האבען נישט די אלגעמיינע ידיעה אין א פשוט'ע גמרא. א תלמיד חכם'ס תשובה איז קענטיג אין יעדער ווארט זיינער, מ'קען עס ניטאמאל ליינען אז מ'קען נישט די סוגיא.

אז דו ווילסט זיך איבערצייגן, קוק אין די נייעם הבו"ש אין די תשובה וועגען באבוב. 200 פעידזשעס, און פשוט איבערגעקייט די פשוט'ע מראה מקומות וואס יעדער וואס האט אמאל געטראכט פון די סוגיא קען.
מיטוואך אקטאבער 03, 2018 5:56 pm#413594
פרייוויליג האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ד. זיין בליק אויף די מעלות פון חרדים איז אויך גאנץ קינדעריש און אויבערפלעכליך. פארקויפען ד׳ מינים אין גאס איז נישט קיין יסוד אין חרדישיזם. איך בין נישט קיין קלענערע חרדי ווי סיי וועמען, און איך האב נישט קיין קינדער זכרונות פון שטילע געסער אום שבת נאכמיטאג, אדער גאס כפרות שלאגען. די חסרון פון מאדערן ארטאדאקס איז אז זיי נעמען אידישקייט גאר גאר גרינג. דאס האט נישט מיט די חיצוניות פון שווארצע קליידער אדער מוזיק אין גאס ביי שמחת בית השואבה.

איך בין שטעקן געבליבן ביי די ווערטער. וואס מיינט נעמען אידישקייט גאר גאר גרינג? עס איז אזוי ווי זאגן אז די חסרון פון די חסידים אז זיי נעמען אן אידישקייט גאר גאר שווער. אידישקייט איז בלויז איבער הלכה. איז דאס אן הלכה? עס איז נישט גרינג אדער שווער, עס איז אן הלכה. איז דאס לפנים משורת הדין איז דאס ווייטער נישט קיין הלכה נאר השקפה. נעמט ער קולות פון יעדעם איז דאך ידוע וואס חז"ל זאגן. נעמט ער די הלכה וואס איז להיתר איז דאס ווייטער הלכה. נעמט ער אן געוויסע קולות להלכה איז דאס ווייטער להלכה. אידישקייט איז נישט איבער שווער אדער גרינג, גוט אדער שלעכט. עס איז איבער וואס חז"ל האבן געזאגט און וואלטן געזאגט.

עס איז דא אן אינטערנאציענאלע imbedded קראנקהייט ביי אידן פון סיי וועלכע קרייז, אז אידישייט איז איבער גרינגקייט אדער שווערקייט. אויב די הלכה פארבאט עפעס איז דאס א שווערע אידישייקט, אויב פארקערט איז דאס א גרינגער אידישקייט. אויב איינער טוט עפעס מיט לייכטזיניקייט אדער נגד הלכה איז דאס נישט קיין "גרינגער איד" נאר קעגן הלכה.

הלכה איז פאר יעדעם, איבעראל, ביי סיי וועמען, ווען אימער, לפי המצב ולפי הזמן, לפי הרוח ולפי השעה, עס ווענד זיך, עס טוישט זיך, עס איז אפהענגיק עס איז אומאפהענגיק, און עס varied. נישט דא קיין קל און עס איז נישט דא קיין גרינגקייט.

עס איז גאר זיס צו זען ווי מ'הענגט אויף די מאדערן ארטאדאקס אלס וואס מענטשן וואלטן געוואלט זאל זיין אמת. הרב כ"ץ ווייסט אבער יא די אמת, און ער זאגט עס קלאר. זיי זענען נישט פונקט אנדערש סאצילאגיש, און זיי גייען נישט שווארצע קליידער ותו לא. זיי קוקען אן מצוות אלס א קליינע חלק פון לעבן און צוליב דעם קומען זיי אן ביי עבירות און צומאל 'נאר' וואקעלדיגע קולות. עס איז נישט פונקט, עס איז בעצם אזוי. זייער מהות איז אז אידישקייט איז נאר א קליין חלק פון לעבן. איך ווייס נישט צו דאס איז א תוצאה אדער א סבה פאר די עמהארצות וואס הרב כ"ץ באקלאגט אין זיין אינטערוויו, אבער די מציאות איז זיכער אזוי.
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 4:18 pm#413711
גדליה האט געשריבן:ר' יששכר'ס קערפער איז אויך ווארעם

ניין סאיז נישט.
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 4:21 pm#413712
יששכר כץ האט געשריבן:קאך לעפל,

״משכיל׳ישע אנשויאינגען״ ווי למשל?

איך האב געגעבן א קלאסישען הספד אבער האב מחליט עס צו געבן אין ענגליש כדי די פילע נישט אידיש רעדעו׳דיגע מענטשען וואס זענען דארט געווען זאלען וויסן וואס א גאלדענע נשמה מיין טאטע ז״ל איז געווען. אפאר פאנאטישע נארנים האבען מחליט געווען צו מאכן א טומעל אין געמאכט חרדישע אידן ללעג ולקלס.

איך האף צו דריקן דעם הספד אויב געדענקסטו די משכיל׳ישע רעיונות, זיי מוחל שער עס מיט מיר.

הער דאקטער ראבינער ווען זי האבן אנגעהויבן רעדן השכלה, האבן איש אריינגעשטופט דער גראבער פיס פינגער אין די אויערן...

און אז מ'רעד שוין...פארוואס האבן די אידיש רעדנדיגע נישט געמעגט הערן ווי גרויס אייער לייטזעליגער פאטער איז געווען? זייער נשמות זענען ראזינקעס?
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 4:26 pm#413713
פארוואס דארף מען רעדען ווי בעיביס? אונז זענען דא אין כיתה אלף?
איך האב שוין ענדליך דורכגעליינט די תשובה פון פרויען זאגען סליחות, איך האב וואס צו מעיר זיין כדרכו של תורה אבער איך שעם מיך שוין אנטיילצונעמען אין די דעבאטע. איך האב א פרינציפ אז איך באריכט קיינמאל נישט קיין תגובות, אבער אפשר קען מען בעטן די מנהלים אויסצורייניגן כאטש די ביליגסטע לשונות.
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 4:43 pm#413714
Reb Gedalia,

There is no need for the administration to censor anything. I am used to it. When you have an open dialogue, there will always be a small percentage of fools like Litvak and Koch Lefel who offer ad hominem attacks in lieu of substance. It is the price you pay for the desire to be enriched by the ideas and knowledge of other people. With time you learn to block out the noise and only hear the substance. This conversation has so far been enlightening and extremely rewarding.If it means that I have in the process to put up with some childish non-sense, it is worth it. I am deeply appreciative of the rest of the feedback.

Sorry that I am writing in English. Yiddish takes me longer and I am little bit in a rush. Thanks for understanding
Ysoscher
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:01 pm#413716
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
מיר ליידן דא פון ערענסטע טראלן.

איינער וויל זיך זעלבסט שעצן. א צווייטער וויל סתם האקן.

מען מעג מחולק זיין אויף א דעה נישט אויף א דעת.
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:09 pm#413717
אישתישבי האט געשריבן:פרייוויליג, איך וויל נישט באסטען דיין באבעל, אבער עס איז נישטא אזוינע זאל ווי אהן נגיעות. ר' משה האט אויך געהאט נגיעות. זיין פסק אין מקוואות איז אויך נגיעות. זאכען וואס ער האט געוואלט מתיר זיין האט ער געטראפען וועגן, און פארקערט אויך, פלענטי זאכען וואס ער אסר'ט איז ער פאר'עקשנ'ט.
דער איינציגסטער חילוק קען זיין, אז ער זעלבסט האט נישט געוויסט אז ער האט נגיעות. לעומת דער חזון איש וואס איז מודה צו נגיעות און זאגט נאר אז מען דארף זיך ספראווען דערמיט.

דערפאר האב איך געשריבן "עס איז דא זייער ווייניג אזאנע פוסקים". אויף וויפיל נישט-בייעסט און אביעקטיוו א מענטש קען נאר זיין איז דא ווייניג פון דעם. א מענטש איז נישט קיין מלאך.

לעיקוואד האט געשריבן: און טאמער קוקט ער סתם כאילו טרוקן אויף דער הלכה אין א פלאץ וואס עס דארף שולט זיין א געפיל מאכט ער א חורבן.

פיין געזאגט. געפיל מוז זיין ביים פסק'נען. ווי שוין געשריבן אויבן: הלכה איז פאר יעדעם, איבעראל, ביי סיי וועמען, ווען אימער, לפי המצב ולפי הזמן, לפי הרוח ולפי השעה, עס ווענד זיך, עס טוישט זיך, עס איז אפהענגיק עס איז אומאפהענגיק, און עס varied.

ATUB @קאך_לעפל ATUB עס איז א סך מער עקלהאפטיג אראפצורייסן א לעבעדיגער א מענטש נאכדערצו ווען ער איז דא צווישן אונז, און ער שעמט זיך נישט ארויס צו שרייבן זיין נאמען, אנדערש ווי דו וואס באהאלט זיך אונטער א ניק.
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:11 pm#413718
פרייוויליג האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:פרייוויליג, איך וויל נישט באסטען דיין באבעל, אבער עס איז נישטא אזוינע זאל ווי אהן נגיעות. ר' משה האט אויך געהאט נגיעות. זיין פסק אין מקוואות איז אויך נגיעות. זאכען וואס ער האט געוואלט מתיר זיין האט ער געטראפען וועגן, און פארקערט אויך, פלענטי זאכען וואס ער אסר'ט איז ער פאר'עקשנ'ט.
דער איינציגסטער חילוק קען זיין, אז ער זעלבסט האט נישט געוויסט אז ער האט נגיעות. לעומת דער חזון איש וואס איז מודה צו נגיעות און זאגט נאר אז מען דארף זיך ספראווען דערמיט.

דערפאר האב איך געשריבן "עס איז דא זייער ווייניג אזאנע פוסקים". אויף וויפיל נישט-בייעסט און אביעקטיוו א מענטש קען נאר זיין איז דא ווייניג פון דעם. א מענטש איז נישט קיין מלאך.

לעיקוואד האט געשריבן: און טאמער קוקט ער סתם כאילו טרוקן אויף דער הלכה אין א פלאץ וואס עס דארף שולט זיין א געפיל מאכט ער א חורבן.

פיין געזאגט. געפיל מוז זיין ביים פסק'נען. ווי שוין געשריבן אויבן: הלכה איז פאר יעדעם, איבעראל, ביי סיי וועמען, ווען אימער, לפי המצב ולפי הזמן, לפי הרוח ולפי השעה, עס ווענד זיך, עס טוישט זיך, עס איז אפהענגיק עס איז אומאפהענגיק, און עס varied.

@קאך_לעפל עס איז א סך מער עקלהאפטיג אראפצורייסן א לעבעדיגער א מענטש נאכדערצו ווען ער איז דא צווישן אונז, און ער שעמט זיך נישט ארויס צו שרייבן זיין נאמען, אנדערש ווי דו וואס באהאלט זיך אונטער א ניק.

גערעכט!
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:13 pm#413719
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.........

איך האב נישט וואס אריין צו רעדן אין אזא נושא, אבער אלס א פראפעסיאנאלע לץ מוז איך זיך דינגען מיט ליטוואקס אפשאצונג אז ישכר כץ איז נישט קיין לץ. נאר א לץ קען שרייבען אזא זאץ ווי fools like Litvak and Koch lefel who resort to ad hominem attacks.

האלט אן ר׳ ישכר. אזעלכע ווי אונז זענען בני עוה"ב כמבואר בגמ׳. ברענגען א שמייכל אויף די לעפצען פון אידען איז נישט אוועק צו מאכען.
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:17 pm#413720
אויסער געווענדליך האט געשריבן:געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.........

איך האב נישט וואס אריין צו רעדן אין אזא נושא, אבער אלס א פראפעסיאנאלע לץ מוז איך זיך דינגען מיט ליטוואקס אפשאצונג אז ישכר כץ איז נישט קיין לץ. נאר א לץ קען שרייבען אזא זאץ ווי fools like Litvak and Koch lefel who resort to ad hominem attacks.

האלט אן ר׳ ישכר. אזעלכע ווי אונז זענען בני עוה"ב כמבואר בגמ׳. ברענגען א שמייכל אויף די לעפצען פון אידען איז נישט אוועק צו מאכען.

דער זעט אויס צו זיין א BOT.
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:39 pm#413721
נישט א באט, נאר א גאון, ער ענטפערט א טענה פין אד הומינום, מיט אד הומינום, דהיינו, ר' יששכר איז א לץ מיט טענה'ן אז זיי זענען אד הומינום.

אין אמת איז קאך לעפעל א טיפיקעל שרייבער פין דער איד וואס רייסט ארונטער און מאכט חוזק, און שרייבט אויף ר' משה פיינשטיין וואס מען לערנט אויס אין סאטמאר, אז ער זעלבסט האט גע'פסק'נט אנדערש פאר מענטשן מיט סניקערס, וואס דאס איז שאנדפול.

חוץ מזה, דארפען די חרדים און ר' יששכר האקערס אפשמועסען צו ר' משה האט גע'פסק'נט לפי רוח בזמן, אדער אטענטישער הלכה. טאמער פסק'נט ער צו מענטשן מיט סניקערס אנדערש, איז ער פונקטליך ווי ר' יששכר וואס פסק'נט אויך נאר צו מענטשן מיט סניקערס.

ווייטער ר' ליטוואק האט א שיטה אז נאר אפאר יחידים קענען לערנען, חוץ ער און דער חזון איש איז דא גאר ווייניג מעתיקי השמועה, און ווען א איד האט געהארעוועט ש"ס פאר צען יאר, איז ער גארנישט מער ווי א דף היומי מגיד שיעור, און טאר נישט שרייבן תשובות להלכה, ווייל ער האט א מסורה איש מפי קיש ווי אזוי מען ברויך שרייבען א תשובה, נישט ווי דער מהרש"ג ווייל ער איז דאך א אונגארישער, ווייטער דער בית יצחק, איז א גאליציאנער, און דער אבני נזר א פוילישער. ווער יא? דער גרויסע חפץ חיים, האט געשריבן ביאור הלכה, דארט זעהט מען עכטע גאונות כידוע. ווייל ער איז דאך דער ליטוואק.

ר' ליטוואק, ביסט א בעל גרה וואס מען האט דיר איינגערעדט אז די קענסט לערנען, כמה פעמים האסטו אין ק"ש געברענגט זאכען פין שולחן ערוך וואס נאך אלע דיינע פוסטע בזיונות צו מיר האט יעדער איינער וואס פארשטייט א אידיש ספר געקענט זעהן אז די ווייסט נישט בחייכון, האסט אפשר פאטענציאל, אבער דארפסט קודם געבען א דף היומי שיעור פאר צען יאר.
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:41 pm#413722
יששכר כץ האט געשריבן:Reb Gedalia,

There is no need for the administration to censor anything. I am used to it. When you have an open dialogue, there will always be a small percentage of fools like Litvak and Koch Lefel who offer ad hominem attacks in lieu of substance. It is the price you pay for the desire to be enriched by the ideas and knowledge of other people. With time you learn to block out the noise and only hear the substance. This conversation has so far been enlightening and extremely rewarding.If it means that I have in the process to put up with some childish non-sense, it is worth it. I am deeply appreciative of the rest of the feedback.

Sorry that I am writing in English. Yiddish takes me longer and I am little bit in a rush. Thanks for understanding
Ysoscher

יישר כחכם, וכבר אמרו חז"ל דענה כסיל כאוולתו נאמר בדברי תורה, וברש"י פירש דמיירי בהוצאת לעז, אז יפה עשית שענית כסילים כאיוולתם, ועכשיו יש לקיים כשם שמצוה וכו', והשומעים חרפתם ואינם משיבים וכו'.
עברתי על תשובתך בענין נשים כשלוחי ציבור לסליחות, וגם המענה שלך על דברי רב לינזער, ואעיר בקצרה לפום ריהטא, ואכתוב בלה"ק כדי שלא יבינו הילדים.
מה שהארכת אם מותר לומר י"ג מידות ביחידות, יפה כתבת אבל לא הבנתי מאי שייאטיה להכא, הרי המדובר פה היא שאשה תעבור לפני התיבה ותוציא הציבור ידי חובתן באמירת הסליחות, ובטח אם רוצה לומר הי"ג מידות ביחידות אין מי שיעכב בידה.
מה שפירשת בגמרא שהקב"ה נתעטף בטלית כש"ץ, ודייקת דלא כש"ץ ממש, נראה לי דחוקה. הכוונה פשוטה שהקב"ה שימש כשליח ציבור בשביל עם ישראל, ולכן לבש טלית כמו שליח ציבור, ועל דרך האמת ברור שרמזו בזה לאתלבשות רוחא ברוחא, וכמו שאמרו ששכינה מדברת מתוך וכו' והמשכיל יבין
מה שהערת בענין קול באשה, בחיד"א שציטטת כתוב לאמר שזה כשהם שרים ביחד עם האנשים, ולא נראה לי להתיר מזה לעבור לפני התיבה, ובפרט לסליחות שיש בזה חזנות ונעימה, ובאמת מסתמא דגמ' קידו' פרק בתרא משמע דגם בשאילת שלום אסור, ומקילים בזה, אך שתיגש לפני התיבה ותנעים הפיוטים, ברור שזה יביא לידי הרהור עבירה. וכל הפוסקים נקטו בסתמא דדבר שבקדושה חמיר יותר לענין ערוה. ובפרט בימינו אלה שנוהגים להביא כלי זמר לסליחות (עי' להלן), ויש חשש חמור שימי הסליחות יתהפכו לימי זימה.
לא ציינת שהאשה פטורה מן הטלית, ואע"פ שגם השליח ציבור פטור מטלית בגלל שעוד לילה, מ"מ הגברא מחוייב בטלית מצוייצת, ואינו דומה לאשה שלא נצטוותה כלל בגדילים תעשה לך. ועי' תרגום יונתן עה"פ לא יהיה כלי גבר וכו'.
מה שכתבת בענין המוציא מחבירו לגבי הלכה, זה באמת צריך דיון נפרד, איך אנו נגשים לפסיקת הלכה, והאם הכל סתמא מותר או הכל סתמא אסור, ויש בזה דיון. אך מה שכתבת בענין חזקה, צריך ישוב בזה כי הרי יש פה חזקת חיוב של הסליחות, ובאופן כזה כתבו האחרונים שהחזקה האחרת לא מועיל. ומה שהעיר הליטאי שאין ענין ממונות לכאן, לא נכון. הרי דינא דרוב נאמר לגבי פסק הלכה, ומשם נלמד לשאר איסורי תורה, וידוע קו' המרדכי למה לא נאמר כל קבוע לגבי סנהדרין, הרי שהשוה איסור והיתר לפסיקת הלכה, וצריך ישוב בזה.
בכלל נראה לי שהענין מסובך הרבה יותר מאיזה דיוק בהלכה זו או לומדות כזה, אנו מדברים עכשיו בשינוי הניכר בצורת ואופי התפילות. וגם אם יש להתיר לאיזה קהילה, (הגם שלא ידעתי איזה צורך יש בדבר) זה צריך להיות מתוך חרדת הדין ותוך הדגשה שמשנים צורת התפילה בשביל צורך פלונית אלמונית, שמאוד מבקשת לעבור לפני התיבה באשמורת הבוקר בימי הסליחות.
בענין סליחות כתפילה בציבור - בטח אין דינו כתפילה ממש, ואין זמנו מיוחד כמו בתפילה, כמו שביאר הגרמ"פ בענין אמירת סליחות בחצות הלילה, (ואין גוגל תחת ידי כעת). ויש לדון בחקירה הבריסקאית מה דינו של קריאת התורה בציבור, ואם יש להשוות ביניהם, אם חובת הסליחות על הציבור או על היחיד, גם האריכו למעניתם כמה אנשים באתר העולם היהודי שקורין אייוועלט למחות על אלו שנוהגים להביא כלי זמר לסליחות, שזה העברה על איסורי מיהאלוויץ שלא להתפלל עם כאהר, ודנו בזה אם סליחות דינו כתפילה או לאו. ולכאורה זה אותו דיון.
כל אלה מה שהעלו מחשבותי לפום ריהטא, וה' הטוב יכפר בעדי.
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:46 pm#413723
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
אולי מחמת הקיצור לא הבנתי, אבל איפוא דיברתי בענין ממונות?

ועוד, האם אתה מבין הדמיון בין הממע"ה ל׳תקדים פסיקתית׳? האם יש בכלל תקדים לזה?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:48 pm#413724
גדליה האט געשריבן:

דיין דברה'לע וועט זיין שטאלץ מיט אזא הערליכע תשובה.....(גלייב מיר כ'האב עס נישט געלייענט, און איך גיי עס נישט לייענען)
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:50 pm#413725
אישתישבי האט געשריבן:נישט א באט, נאר א גאון, ער ענטפערט א טענה פין אד הומינום, מיט אד הומינום, דהיינו, ר' יששכר איז א לץ מיט טענה'ן אז זיי זענען אד הומינום.

אין אמת איז קאך לעפעל א טיפיקעל שרייבער פין דער איד וואס רייסט ארונטער און מאכט חוזק, און שרייבט אויף ר' משה פיינשטיין וואס מען לערנט אויס אין סאטמאר, אז ער זעלבסט האט גע'פסק'נט אנדערש פאר מענטשן מיט סניקערס, וואס דאס איז שאנדפול.

חוץ מזה, דארפען די חרדים און ר' יששכר האקערס אפשמועסען צו ר' משה האט גע'פסק'נט לפי רוח בזמן, אדער אטענטישער הלכה. טאמער פסק'נט ער צו מענטשן מיט סניקערס אנדערש, איז ער פונקטליך ווי ר' יששכר וואס פסק'נט אויך נאר צו מענטשן מיט סניקערס.

ווייטער ר' ליטוואק האט א שיטה אז נאר אפאר יחידים קענען לערנען, חוץ ער און דער חזון איש איז דא גאר ווייניג מעתיקי השמועה, און ווען א איד האט געהארעוועט ש"ס פאר צען יאר, איז ער גארנישט מער ווי א דף היומי מגיד שיעור, און טאר נישט שרייבן תשובות להלכה, ווייל ער האט א מסורה איש מפי קיש ווי אזוי מען ברויך שרייבען א תשובה, נישט ווי דער מהרש"ג ווייל ער איז דאך א אונגארישער, ווייטער דער בית יצחק, איז א גאליציאנער, און דער אבני נזר א פוילישער. ווער יא? דער גרויסע חפץ חיים, האט געשריבן ביאור הלכה, דארט זעהט מען עכטע גאונות כידוע. ווייל ער איז דאך דער ליטוואק.

ר' ליטוואק, ביסט א בעל גרה וואס מען האט דיר איינגערעדט אז די קענסט לערנען, כמה פעמים האסטו אין ק"ש געברענגט זאכען פין שולחן ערוך וואס נאך אלע דיינע פוסטע בזיונות צו מיר האט יעדער איינער וואס פארשטייט א אידיש ספר געקענט זעהן אז די ווייסט נישט בחייכון, האסט אפשר פאטענציאל, אבער דארפסט קודם געבען א דף היומי שיעור פאר צען יאר.

לערנט ב''ה פיין אפ די זאך.

נ''ב איך בין מגלה דעת אז כ'האב קיינמאל נישט חלילה חוזק געמאכט פון אזא הייליגע צדיק ווי רבי משה.
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:51 pm#413726
גם קריאת התורה שאומרים עם הטעמים ובנעימה מותר לאשה לקרות מצד הדין ולמה לא חששו משום קול אשה
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:51 pm#413727
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אולי מחמת הקיצור לא הבנתי, אבל איפוא דיברתי בענין ממונות?

ועוד, האם אתה מבין הדמיון בין הממע"ה ל׳תקדים פסיקתית׳? האם יש בכלל תקדים לזה?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

כתבת שאין דמיון ביניהם ולא טרחת להסביר דבריך. והיה נראה לי שכוונתך שאין להשוות דיני ממנות לדרכי הפסיקה.
אם כיוונת אחרת, נא לברר דבריך בלי דברי זלזול ושמץ, כי אז לא אתייחס לדבריך בכלל.
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:53 pm#413728
נהורא נפישא האט געשריבן:גם קריאת התורה שאומרים עם הטעמים ובנעימה מותר לאשה לקרות מצד הדין ולמה לא חששו משום קול אשה

חשבתי על זה אבל נראה לי שאינם דומים.
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:55 pm#413729
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
אדרבא, תגיד אתה מה הדמיון ביניהם? האם נאמר דין הממע"ה לגבי דרכי הפסק או איסור והיתר? הדמיון צריך ביאור לא ההבדל.

כן, יש דין חזקה דאיסורין, דלא אמרינן שנשתנה המציאות עד שיוולד הספק (לא צריכים ראיה אלא לידת הספק). אמנם גם זה לא קשור לעניינינו כלל. מי אמר שנשתנתה משהו? הכל נשארה כמו שהיתה, רק שרוצים לדעת האם ראוי לשנות כל התקדימים ולהתייחס לסליחות כאל תפלת יחיד. אם יש חזקה, הרי הוא לצד האחר.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 6:00 pm#413730
כפי מה שאני מבין, חזקת היתר דפה הוא שמעולם לא נאסר במפורש על אשה לעבור לפני התיבה לסליחות, ועל האוסר להביא ראיה, לא על המתיר. (אולי אין זה כוונת ר' יששכר, אז שיבוא ויפרש דבריו).
ועל זה השבתי שיש פה חזקת חיוב לצאת חובת הסליחות, ולכן המתיר הוא המוציא הדבר מחזקתו, כי מעולם לא שמענו שאשה תשמש כש"צ בימי סליחות, כדבריך.
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 6:00 pm#413731
קאך_לעפל האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:נישט א באט, נאר א גאון, ער ענטפערט א טענה פין אד הומינום, מיט אד הומינום, דהיינו, ר' יששכר איז א לץ מיט טענה'ן אז זיי זענען אד הומינום.

אין אמת איז קאך לעפעל א טיפיקעל שרייבער פין דער איד וואס רייסט ארונטער און מאכט חוזק, און שרייבט אויף ר' משה פיינשטיין וואס מען לערנט אויס אין סאטמאר, אז ער זעלבסט האט גע'פסק'נט אנדערש פאר מענטשן מיט סניקערס, וואס דאס איז שאנדפול.

חוץ מזה, דארפען די חרדים און ר' יששכר האקערס אפשמועסען צו ר' משה האט גע'פסק'נט לפי רוח בזמן, אדער אטענטישער הלכה. טאמער פסק'נט ער צו מענטשן מיט סניקערס אנדערש, איז ער פונקטליך ווי ר' יששכר וואס פסק'נט אויך נאר צו מענטשן מיט סניקערס.

ווייטער ר' ליטוואק האט א שיטה אז נאר אפאר יחידים קענען לערנען, חוץ ער און דער חזון איש איז דא גאר ווייניג מעתיקי השמועה, און ווען א איד האט געהארעוועט ש"ס פאר צען יאר, איז ער גארנישט מער ווי א דף היומי מגיד שיעור, און טאר נישט שרייבן תשובות להלכה, ווייל ער האט א מסורה איש מפי קיש ווי אזוי מען ברויך שרייבען א תשובה, נישט ווי דער מהרש"ג ווייל ער איז דאך א אונגארישער, ווייטער דער בית יצחק, איז א גאליציאנער, און דער אבני נזר א פוילישער. ווער יא? דער גרויסע חפץ חיים, האט געשריבן ביאור הלכה, דארט זעהט מען עכטע גאונות כידוע. ווייל ער איז דאך דער ליטוואק.

ר' ליטוואק, ביסט א בעל גרה וואס מען האט דיר איינגערעדט אז די קענסט לערנען, כמה פעמים האסטו אין ק"ש געברענגט זאכען פין שולחן ערוך וואס נאך אלע דיינע פוסטע בזיונות צו מיר האט יעדער איינער וואס פארשטייט א אידיש ספר געקענט זעהן אז די ווייסט נישט בחייכון, האסט אפשר פאטענציאל, אבער דארפסט קודם געבען א דף היומי שיעור פאר צען יאר.

לערנט ב''ה פיין אפ די זאך.

נ''ב איך בין מגלה דעת אז כ'האב קיינמאל נישט חלילה חוזק געמאכט פון אזא הייליגע צדיק ווי רבי משה.

אפילו ווען די שווערסט בנקיטת חפצא ביסטו א ליגנער, אלץ א סאטמערע מיט א לויזע פיסק האסטו אים זיכער גערופען מייקעל פיינשטיין ווי מען האט דיר געלערנט.
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 6:10 pm#413733

נישט ריכטיג!
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 6:36 pm#413735
גדליה האט געשריבן:כפי מה שאני מבין, חזקת היתר דפה הוא שמעולם לא נאסר במפורש על אשה לעבור לפני התיבה לסליחות, ועל האוסר להביא ראיה, לא על המתיר. (אולי אין זה כוונת ר' יששכר, אז שיבוא ויפרש דבריו).
ועל זה השבתי שיש פה חזקת חיוב לצאת חובת הסליחות, ולכן המתיר הוא המוציא הדבר מחזקתו, כי מעולם לא שמענו שאשה תשמש כש"צ בימי סליחות, כדבריך.

במילים אחרות, יש כזה חוק שמרני ביהדות שכל המשנה ידו על התחתונה. ואחרים קורים לזה חדש אסור מן התורה או משהו כזה.
ור' יששכר מחדש פה שגם מי שממציא איסורים חדשים הרי הוא בכלל "כל המשנה". כי סתמא הכל בחזקת היתר. ומה שמעולם לא נאסר הרי הוא בחזקת היתר.
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 6:40 pm#413737
קאך_לעפל האט געשריבן: באנוצן מיט זרע ממלכתי
/

שו האדו? נישט געוויסט די מדינה טיילט זרע.
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 6:43 pm#413738
נהורא נפישא האט געשריבן:גם קריאת התורה שאומרים עם הטעמים ובנעימה מותר לאשה לקרות מצד הדין ולמה לא חששו משום קול אשה

די ניגון וואס די אשכנזים זינגען ביים ליינען כתבי הקודש איז נאכנישט געווען אין די גמרא'ס צייטן.
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 6:50 pm#413739
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
מדיני מוחזק בממון קפצנו לחזקה דאיסורין, והואיל וגם זה לא קשור כלל הגענו להשקפה שמרנית, ואני עוד זה שמזלזל אישית וכותב בליצנות?!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk