מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 12:57 pm#416243
צו אלע חשובע ענטפערער! איך האב נישט די ארטיקעל און פארענט פון מיר יעצט, לייענענדיג זיין ארטיקעל האב איך קלאר געזעהן אז דער יששכר באציט זיך אויף די שינוים פון די חסידים און הלכה ווי דאוונען נאך זמן תפלה און מאכען מיידעל שולעס וואס דאס ניצט ער אלטס ראי' אז מקען צופאסען הלכה לויט די רוח הזמן והתקופה, וואס דאס איז מופרך מעיקרא, בנוגע די חסידישע ענינים מיט הלכה איז א באזינדערע שמיעס וואס פאדערט א לאנגע ארטיקעל וואס את"ל עס איז א עוולה נגד הלכה ווי קומט דאס צו די גאנצע פעמיניסטישע רוח וואס איז נגד יסודות הדת? און והשנית כהאב גהערט אז איינע פון די חשובע תלמידים פון הרב יושע בער סאלוואטשיק וואס איז געווען דער ערשטע ארטאדאקסעישר רב וראש ישיבה וואס האט דורכגעבראכען די חומת הדת מיט לערנין גמרא מיט נשים וואס איז בפירוש נגד הלכה! און א תלמיד וותיק דאכט זיך הרב שעכטער אפשר הרב וויליג וואס זענען די גרעסטע תלמידים האבען מודה געווען אז דאס איז שטארק שילדיג וואס איז ארויסגעקימען די פארפאלטע חובבי תורה וואס זיי זענען נענטער צו קאנסערוויטיוו ווי צו ארטאדאקס און זיי זענען מודה אז דאס געווען א טעות פון זייער גרויסען רבין וואס קומט זיי קרעדיט דעראויף צו זיין מודה על האמת, מיר האפען אז יששכר וועט תשובה טוען און צוריק דרייען זיינע פארקרומטע און פארדארבענע פלפולים של הבל נגד יסודי הדת! ווי אנערקענען מושחתים פון די חטאי דור המביל וואס די תורה הק' איז נתונה מסיני ולא ישונה קיין זיז כל דהוא! און פרויען רבנית רחמנא ליצלן וואס מען קען נישט מתיר זיין אויף קיין שום וועג! און ווייטער די גאנצע פרויען עליות מיט די פאלטשע רחמנית אז זיי ווילען זיין נאנט צום בוכ"ע, זיי ווילען נישט נאר אויסרייסען די תורה נערישע מענטשען מיט קרומע השקפות טרעפען זיי א אוזן קשבת! מיר זענען מתפלל אז וידעו תועי רוח בינה און צוריק קימען צים חיק אבותם און תשובה טוען און זיין מזכי הרבים נישט חלילה פארקערט!