דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 10:42 pm#440306
אויף היברו ויקיפידיה איז "לב טהור" היינט געווען די דריטע "top read"
אישתישבי האט געשריבן:און די וואס ווייסען ווייסן, אז דער רבי דארט האט כסדר חתונה מיט מיידלעך פאר א שטיקעל צייט, און דערנאך, ווען עס ווערט א מדריגה פין לא תמצא חן בעיניו, שרייבט ער א גט פיטורין כדת ארז ולב טהור, און מען שיקט זי צום נעקסטן.
די מימע וואס האט אים ארויסגעראטעוועט הייסט אורית. איהר פעלט אויך א שרייפעל. און האט פיינט אידישקייט. האמיר היבש גערעדט פאריאר ווען מיר זענען געווען פארנימן מיט די לב תחת פרשה. איך מיין אז דיר חכמת שלומה איז סתם א לץ. ווייל ער ווייסט אז רוב חסידים דרייען זיך נישט אויף די אינטרנעט. און אז ב"ה אידישקייט אין אמעריקע בליעט. אן דעם וואס מען הינגערט אויס מענטשען א.ד.ג. און ווייסט אויך אז אלע וואס קומען ארויס פארציילן פינטקלעך וואס גייט דארט פאר...סמבטיון האט געשריבן:עס איז מיר אינטרעסאנט, אז קיינער רעדט נישט פון די דאקעמענטרי וואס איינער האט דא אראפגעברענגט די וואך, עס האט מיר געקאסט א שיין פאר טרערן.
הדסים האט געשריבן:איינער ווייסט אויב חכמת שלמה איז לעגיטים?
אישתישבי האט געשריבן:חכמת איז א פעיק.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:'טראכט נישט וואס די פערד טראכט, ווארום די פערד טראכט נישט'.
נקודת-אמת האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:'טראכט נישט וואס די פערד טראכט, ווארום די פערד טראכט נישט'.
שמעתי מיהודי חסידי מעשה פלא:
א יונגערמאן איז אריבער אמאהל אין א רינדער-שטאַל, בשעת ער באטראכט די קוען,
באמערקט ער ווי דעם ארבעטער דארט האט אריינגעברענגט דאס שענסטע און בעסטע שטרוי אינעם מארק,
אלע קוען האבן זיך גענומען טאנצן און צו-לויפן צום גם תבן גם מספוא, און די שמחה איז געוועהן למעלה ראש.
שטייענדיג אין א זייט, באמערקט ער ווי צוויי ריזיגע אקסן שטייען אזוי גלייך-גילטיג, ווי די גאנצע זאך בארירט זיי ניט אמאהל,
האט ער געקלערט ביי זיך, או-אה, מן הסתמא זענען די צוויי אקסן ספעציעלע בעלי מוחין,
און דאס איז די סיבה פארוואס זיי כאפן נישט קיין התפעלות פון די געלונגענע שטרוי,
אן עלטערער חסיד איז אריבער דארט און ער האט באמערקט ווי דער יונגערמאן ווערט נתפעל פאר די פאר'מוח'עטע אקסן,
האט ער עם געזאגט:
"יונגערמאן, נישט אלע מאהל ווען מ'טאנצט נישט, קומט דאס פון גדלות-המוחין,
צו-מאהל, גדלות-האחוריים לאזט נישט אזוי טאנצן..."
ודפח"ח.
יעדע קען נעמען די מעשה צו זיינע מוסר-השכל'ס,
אבער אפריון נמטיה לידידינו הוותיק @ליטוואק פון בודאפעסט וואס האט מיר דערמאנט די עובדה.
אישתישבי האט געשריבן:לכאורה איז די מוסר השכל אז גדלות האחוריים איז א גוטע זאך.
נקודת-אמת האט געשריבן:יעדע קען נעמען די מעשה צו זיינע מוסר-השכל'ס
איז דא דארט מיידלעך פאר שידוכים? אפשר קען מען עפעס מאכן שידוכים מיט היימישע בחורים פון ניו יארקחכמת שלמה האט געשריבן:א גוט יאר פאר אייך טייערע ברידער אין אמעריקע.
ווי איר זעט אליין, טוה איך זיך לעצטנס פארמיידן פון שרייבן דא צו אפט. צווישן די הנהלה זענען דא אזעלכע וואס האבן דאס נישט ליב, בשעת אנדערע פון די הנהלה ווילן אז איך זאל דווקא יא שרייבן, איך זוך נישט אריינצושטעקן מיין קאפ דארט וואו ס'פעלט נישט אויס. מיין רצון איז בלויז צו טון גוטס און זיין געטריי, און דער אויבערשטער איז עדות כי לטובה כוונתי. מזמן לזמן שרייב איך יא עפעס, צו האלטן אביסל אינפארמירט דעם עולם. איך גלויב אז דער ציבור דא וויל יא הערן מזמן לזמן וואס עס טוט זיך ביי אונז, און נישט דווקא פון גע'גנב'עטע מקורות וואס כאפן זיך אריין און שרייבן ככל העולה על רוחם, מ'וויל הערן פון איינער פון אינערווייניג, ס'איז א בחינה פון זה נהנה וזה נהנה.
אגב, די באשרייבונגען וואס זענען לעצטנס געווען אין געוויסע מאגאזינען, וואס איז לאו-דוקא מדויק, איז אנגעקומען צו אונזערע אויגן, מען האט עס דא געליינט, ווער עס האט עס געליינט/
אזוי ווי לעצטנס איז פארגעקומען דא בתוככי קהילתינו בעיר בבל, עטליכע חתונות, און מיר קלערן אז ס'וועט זיין אינטערעסאנט פארן עולם צו זען די הזמנות, דאס ווארפט אביסל א בליק אריין ביי אונז (מיט אמת'ע אטענטישע דאקיומענטן). איך גלויב אז דער עולם וועט הנאה האבן דערפון.
האט הנאה.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וכידוע די מעשה פון די צוויי רבנים וועלכע זענען געזעצן אויבנאן ביי א חתונה און מ'האט אריינגעברענגט די גלידה (אייזקרעי"ם באנגלי"ש), איינער האט זיך ווארעם אנגערופן און דעם צווייטן האט עס נישט געפאסט האט ער מקיים געווען דעם משוך ידך הימנה. נאכ'ן זיך אנזעטיגן דאס צונג מיט די זיסע אייזקרעים רופט זיך אייזקריע"ם עסער אן צו זיין קאלעגע אויבנאן זיצער "דו ליידסט אויף גאווה און איך לייד אויף תאווה, וואס איז די חילוק צווישן אונז צוויי? די חילוק צווישן מיר און דיר איז" - האט ער אויסגעפירט במת"ק לשונ"ו - "אז איך האב כאטש געהאט א גוטן אייזקריעם און דו ביזט געבליבן הונגעריג..."
גיב א שמייכעל האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וכידוע די מעשה פון די צוויי רבנים וועלכע זענען געזעצן אויבנאן ביי א חתונה און מ'האט אריינגעברענגט די גלידה (אייזקרעי"ם באנגלי"ש), איינער האט זיך ווארעם אנגערופן און דעם צווייטן האט עס נישט געפאסט האט ער מקיים געווען דעם משוך ידך הימנה. נאכ'ן זיך אנזעטיגן דאס צונג מיט די זיסע אייזקרעים רופט זיך אייזקריע"ם עסער אן צו זיין קאלעגע אויבנאן זיצער "דו ליידסט אויף גאווה און איך לייד אויף תאווה, וואס איז די חילוק צווישן אונז צוויי? די חילוק צווישן מיר און דיר איז" - האט ער אויסגעפירט במת"ק לשונ"ו - "אז איך האב כאטש געהאט א גוטן אייזקריעם און דו ביזט געבליבן הונגעריג..."
סתם פאר די ידעה שבו ס'איז געווען רבי אביגדור מיללער ז"ל מיט נאך א רב. און ער האט געזאגט פאר יענעם "איך מיט מיין תעיווה האט געהאט צוועי, די מיט דיין געיווע האט ניט געהאט גארנישט!"
moneyminded האט געשריבן:איז דא דארט מיידלעך פאר שידוכים? אפשר קען מען עפעס מאכן שידוכים מיט היימישע בחורים פון ניו יארק