פארומס › די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"

די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"

496 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12713
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך מערץ 31, 2021 12:41 am#469079
הייסט עס אז דער ווייסער קיטל וואס ער טראגט איז געוועהן מען זאל מיינען ער איז א פרוי?
מיטוואך מערץ 31, 2021 12:50 am#469081
נו, וויאזוי זאל א לב טהור מיטגליד וויסן וויאזוי א פרוי קוקט אויס?...
מיטוואך מערץ 31, 2021 12:55 am#469082
Re: די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"
מפיל קינד
נו, וויאזוי זאל א לב טהור מיטגליד וויסן וויאזוי א פרוי קוקט אויס?...
אויב די קוקסט גוט, קען מען זעהן די שווארצע לב טהור קלייד אונטער זיין קיטעל

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk
מיטוואך מערץ 31, 2021 9:02 am#469095
אנשי הכת התחפשו לנשים ושלחו שני מוסווים לחטוף את הילדים
מתבררים פרטים נוספים על מעצרו של בכיר בכת לב טהור ביו"ט ראשון של פסח: כנופיית חוטפי הילדים מהכת שלחה לפני כשבועיים שני חסידים מחופשים במטרה לחטוף את ילדי הכת לשעבר, אך המשימה סוכלה על ידי ה-FBI. עוד מתברר, כי העצור בחג הראשון היה מחופש לאשה

פרטים נוספים מתפרסמים בשעות האחרונות סביב מעצרו של יעקב ויינגרטן בחג ראשון של פסח בחשד לחטיפת ילדים והתעללות בגואטמלה.

מסתבר שכנופיית חוטפי הילדים מכת 'לב טהור' שלחה לפני שבועיים שליחים בברוקלין לחטוף את הילדים שהיו פעם חלק מהכת, אך מכיוון שהם חששו ממעצר, מאחר ויש נגדם צו, הם שלחו שני חסידים מהכת לחטוף את הילדים. המזימה התגלתה והם נעצרו על ידי ה-FBI.

גולדמן (מחופש לליטאי) נעצר ושוחרר חזרה לגואטמלה.

לאחר מעצרם התברר ל-FBI כי לא אלו החשודים שחיפש, והם שוחררו וטסו חזרה לגואטמלה. אחד מהם, העונה לשם גולדמן, התחפש לאברך ליטאי. האיש עטה דמות של אדם פשוט ומסכן, וניסה להגיע לילדים שעזבו את הכת לפני כשנתיים. גולדמן לבש חליפה קצרה, הניח את פאותיו תחת הכיפה, ותכנן לחטוף את הילדים. בנוסף אדם נוסף ניסה גם הוא לחטוף את הילדים, האיש העונה לשם אלתר, התחפש אף הוא לאברך ליטאי, אך נחשף וכמו גולדמן, הוא נעצר ושוחרר לגואטמלה לאחר חקירה.

בתוך כך מתברר כי יעקב ויינגרטן שהגה את תוכנית החטיפה, ניסה לחמוק ממעצר בגואטמלה כשהסווה עצמו בתחפושת של אשה, גם שני אחיו התחפשו לנשים, אך הם הצליחו לפי שעה להתחמק ממעצר, ככל הנראה התחפושת שלהם הצליחה יותר מהאח יעקב, האחים שמואל ויואל עדיין מסתתרים, הם כבר נעצרו בעבר, אך הצליחו להימלט ממעצר לאחר ששיחדו את השוטרים.

הפעם משטרת גואטמלה הגיעה עם כל של 150 שוטרים במבצע גדול, וערכה חיפוש במקום המגורים של אנשי כת לב טהור, אך רק האח יעקב ויינגרטן נתפס, התחפושת שלו כנראה לא הייתה הכי מוצלחת.

כזכור כפי שדווח ב'בחדרי חרדים' המשטרה האזרחית הלאומית בגואטמלה (PNC) עצרה את יעקב ויינגרטן שהיה מבוקש על ידי ארצות הברית בשל מעורבותו בחטיפת קטינים מהוריהם.

האיש התגורר בחווה בכפר אל אמטילו, אורטוריו, סנטה רוזה, שם נלכד במהלך מבצע של ה-PNC, הוא ניסה להסתתר מהרשויות, החיפוש אחריו בוצע בגלל 'צו מעצר למטרות הסגרה' שארצות הברית ביקשה ב-27 בדצמבר 2019.

הוא מואשם בארבעה אישומים הקשורים לקשירת קשר ולשיתוף פעולה בגין חטיפה בינלאומית של קטינים, שימוש בלתי חוקי בתעודות זהות, כניסה לאזור הבטוח של שדה תעופה בתואנות שווא.

לצד זאת, ל'בחדרי חרדים' נודע כי ישראל וינגרטן, אביו של יעקב, מרצה עונש מאסר של 30 שנה בכלא בארצות הברית, בעוון פגיעה בחסרי ישע, ועבירות פליליות חמורות נוספות.
מיטוואך מערץ 31, 2021 4:03 pm#469114
איך הייב יעצט אן צו טראכטן א קאנספיראציע.
קען גאר זיין אז שלמה העלבראנץ אליין לעבט און איז פארשטעלט ווי א פרוי.

ווער ווייסט וויפיל נאך אזעלכע 'פרויען' דרייען זיך דארט אין 'שטח בבל'
מיטוואך מערץ 31, 2021 5:11 pm#469117
השתא דאתית להכי, מאכסטו מיך שוין טראכטן אז העלבראנץ איז אייביג געווען א פרוי, נאר כדי נישט צו ברענגען אנדערע לידי הרהורים האט ער זיך פארשטעלט ווי א מאן.

דארט ביים טבילה אין מעקסיקא האט ער זיך פשוט אראפגענומען דעם מאסקע פון זיין ברייטן פרצוף און אנגעטון דעם טישטוך ווי אלע פרויען. יעצט וועט שוין שטימען אסאך קשיות...
דאנערשטאג אפריל 1, 2021 10:44 am#469143
וואספארא מין הפקרות טוט זיך אפ אין לב טהור! מענער און פרויען דרייען זיך ארום בערבוביה רח’’ל, מ’דארף זעהן וואס מ’קען טוהן, אפשר מאבן א קול קורא, אדער וועט מען דארפן אריינמישן די עסקנים, אדער אפשר ביידע.
מאנטאג אפריל 5, 2021 1:47 pm#469242
זייט דער רבי זיצט אין תפיסה, פירען די וויינגארטען'ס אהן די גאנצע מלוכה.

דער רבי זיצט דערווייל, יעדער זעקס חדשים קומט ער צום שופט, דער שופט פרעגט אים מיט ער וויל פלידען גילטי אדער נישט גילטי, און ער ענטפערט נישט, ווייל די משוגעים דארט האלטען אז מען טאר זיך נישט מתוודה זיין צו א גוי. גייט ער צוריק אין תפיסה פאר נאך זעקס חדשים.

יעצט זוכן זיי א נייע מנהיג, ווייל די וויינגארטען'ס זענען נישט דארט, ווער עס וויל קען אריין שיקען דער רעזאמעי צו לב טהור.
מאנטאג אפריל 5, 2021 2:41 pm#469245
עס איז דא איין זון יואל, וואס איז אביסל מער נארמאלער ווי נחמן. אדער קען נתן פון מאנטריאל אנגיין 😉
מאנטאג אפריל 5, 2021 3:43 pm#469249
איך ווילל יעצט א ביסל אויסשמועסן איבער די אנפיהרערס פון די צודרייטע, רשעות'דיגע קולט לב טהור.

זייער גרופ האטציך דאך אייביג אהערגעשטעלט אלס נרדפים. ביי א געוויסן פונקט פון זייער אויפהאלטן זיך אין גוואטעמאלא האטציך צוגעטשעפעט צו זיי א גרופ פון גרים. און די איצטיגע אנפיהרערס האבן זיך זייער שטארק נישט פארטראגן מיט זיי און זיי האבן זיי אנגעהויבן צו רודפ'ן. עד כדי כך אז ס'איז געווארן פיזישע געשלעגן. און, אזוי ווי אונז הבן געליינט אין דעם געלונגענעם אינטערוויו אין מאמענט פון פסח, מיט הרה"ח ר' עקיבא קליין, הי"ו איז ער געגאנגען שתדל'ן נאך ביי שלמה העלבראנס אליין אז זיי זאללן שלום מאכן מיט די ניי צוגעקומענע גרופ פון גרים. האט ער איהם געענטפערט אז ער האט נישט קיין פראבלעם מיט זיי. נאר זיין הויפט מענעדזשער, דער גרויסער רשע מרושע (וואס כ'האב שוין פארגעסן זיין נאמען) ווילל זיי נישט האבן בשום אופן. און ער ווילל זיך נישט קריגן מיט איהם. דאס ווייזט אז ער (שלמה העלבראנס) איז נישט געווען דער עכטער בעה"ב.

אונזער מסקנא דארף זיין אז מ'דארף די פארשטינקענע, פארדארבענע קולט אינגאנצן מחרים זיין און מ'דארף זיי רודפ'ן עד חורמה.
דינסטאג אפריל 6, 2021 12:16 pm#469294
איך כאפ נישט דיין מסקנה, וואס האט עס מיט דעם וואס דו האסט געשריבן פארדעם?
דינסטאג אפריל 6, 2021 5:31 pm#469313
א גוט יאר טייערע ברידער.

איך ווייס אז דער עולם ווארט פאר אביסל נייעס. קודם כל איז אריבער אויף אונז אין קרית בבל א שיינער הערליכער יום-טוב. דעם צווייטן טאג פסח זענען אן ערך פון 150 פאליציי געקומען און איבערגעפאלן דאס ארט. עס האט אויסגעבראכן אויפן ארט א געשלעג, וואו מען האט זיך געשלאגן מיט הענט. זיי האבן געזוכט די דריי וויינגארטן ברידער, למעשה האבן זיי צום סוף געפינען נאר איינער, פארשטעלט ווי א פרוי, אזוי ווי מען האט געזען אין די בילדער.

די מטרה וואס מען וויל באמת איז, ארויסצוליפערן אים קיין אמעריקע, אבער די יודעי דבר זאגן, אז דאס וועט זיין א שווער פעלד פאר די בעאמטע דאס צו טון, וויבאלד לעגאל איז דאס שווער אויפצואווייזן אז מען זאל אים דארפן געזעצליך אריבערפירן קיין אמעריקע. ווידער אויב בלייבט ער דא, מיינט דאס אז מען באפרייעט אים גענצליך.

א חסד ה' איז געווען, ווען מען האט געוואלט אז ער זאל זיצן אין די שווערסטע תפיסה אין גואטאמאלא, וואס ווערט קאנטראלירט ביי די מאפיא און די שוועריגקייטן דארט איז אין לשער. צו גרויס מזל האט דער שופט גע'פסק'ענט, אז וויבאלד ער דארף האבן די אידישע געברויכן, זאל מען אים לייגן אין א פאליטישע תפיסה, מקום אשר אסירי המלך שם, א תפיסה וואס איז כפי המצב באקוועם, און די ארעסטאנטן זענען אויך פון א העכערע ניווא, אזוי אז ער זיצט נישט מיט קיין פאלנע פארברעכער און פארמאגט עטוואס באקוועמליכקייטן. ער קען באזיצן קאמפיוטער, אינטערנעט, א סעלפאן, אן אייגענעם צימער. כמובן אז יעדע ריר קאסט באזונדער געלט. ער קען אויך באקומען עסן פונדערהיים, וואס דאס איז א וויכטיגע זאך. פארשטייט זיך אז מיר וואונטשן דאס נישט פאר קיין איין איד, אבער דאס האט ער דערווייל.

מיר וועלן אי"ה באריכטן.
דינסטאג אפריל 6, 2021 5:38 pm#469314
איך מיין ער גייט שוין וועלן בלייבן דארט אין טורמע. מ'שטעלט אים בעסער צו דארט ווי אין בבל...
דינסטאג אפריל 6, 2021 5:40 pm#469315
שכוח פאר די אפדעיט.
פארוואס דארף דער וויינגארטן דארטן האבן צוטריט צו די אינטערנעט? און פארוואס זאלן מען אים בכלל איינזעצן אין טורמע? פארוואס זאלן מען אים נישט שטעלן פאר א פייער סקוואד, אזוי אז ער זאל זיך טרעפן מיט ארז הנגדע אין גיהינום? און וואס איז דאס זיך שלאגן מיט די פאליציי? וואס טיט זיך מיטן מרידה באומות? און פארוואס פארכאפט דער רשע וויינגארטן דארטן יונגע אומשולדיגע קינדער?
כלל ישראל דארף איינרייסן ביים הייליגן באשעפער, אז דער פארשאלטענער קולט זאל גענצליך אויפגעלעזט ווערן אין גיכן, און ס'זאל נישט שאטן פאר קיין שום איד!
דינסטאג אפריל 6, 2021 5:45 pm#469316
וואספארא עסן שיקט מען אים פונדערהיים? ניסלעך?
דינסטאג אפריל 6, 2021 7:15 pm#469325
קאך_לעפל
שכוח פאר די אפדעיט.
פארוואס דארף דער וויינגארטן דארטן האבן צוטריט צו די אינטערנעט? און פארוואס זאלן מען אים בכלל איינזעצן אין טורמע? פארוואס זאלן מען אים נישט שטעלן פאר א פייער סקוואד, אזוי אז ער זאל זיך טרעפן מיט ארז הנגדע אין גיהינום? און וואס איז דאס זיך שלאגן מיט די פאליציי? וואס טיט זיך מיטן מרידה באומות? און פארוואס פארכאפט דער רשע וויינגארטן דארטן יונגע אומשולדיגע קינדער?
כלל ישראל דארף איינרייסן ביים הייליגן באשעפער, אז דער פארשאלטענער קולט זאל גענצליך אויפגעלעזט ווערן אין גיכן, און ס'זאל נישט שאטן פאר קיין שום איד!


וויל איך בעטן א פערזענליכע טובה.

פון די באערדע זענען דא אזעלכע וואס ווילן נישט אז איך זאל דא שרייבן, און די סיבה איז ווארשיינליך וויבאלד דאס ברענגט אזעלכע רעאקציעס ווי דאס, בקיצור, ס'שיינט נישט גוט. דעריבער, כל זמן מען שרייבט נישט נעגאטיוו אדער אומרעספעקטפול, וועל איך קענען דא אנהאלטן און געבן באריכטן. אויב וועט דאס זיין דער נוסח דא, צו אטאקירן, וועל איך נישט קענען מער אנהאלטן, אויב דאס איז וואס איר ווילט, ואתכם הסליחה.
דינסטאג אפריל 6, 2021 7:51 pm#469326
זעהט אויס אז וויינגארטן האט אינטערנעט אין תפיסה צו קענען שרייבען אויף קאווע שטיבל.

חכמת, ווער פירט יעצט אז דער רבי און וויינגארטן זענען אין תפיסה?
דינסטאג אפריל 6, 2021 8:19 pm#469328
חכמת שלמה
קאך_לעפל
שכוח פאר די אפדעיט.
פארוואס דארף דער וויינגארטן דארטן האבן צוטריט צו די אינטערנעט? און פארוואס זאלן מען אים בכלל איינזעצן אין טורמע? פארוואס זאלן מען אים נישט שטעלן פאר א פייער סקוואד, אזוי אז ער זאל זיך טרעפן מיט ארז הנגדע אין גיהינום? און וואס איז דאס זיך שלאגן מיט די פאליציי? וואס טיט זיך מיטן מרידה באומות? און פארוואס פארכאפט דער רשע וויינגארטן דארטן יונגע אומשולדיגע קינדער?
כלל ישראל דארף איינרייסן ביים הייליגן באשעפער, אז דער פארשאלטענער קולט זאל גענצליך אויפגעלעזט ווערן אין גיכן, און ס'זאל נישט שאטן פאר קיין שום איד!


וויל איך בעטן א פערזענליכע טובה.

פון די באערדע זענען דא אזעלכע וואס ווילן נישט אז איך זאל דא שרייבן, און די סיבה איז ווארשיינליך וויבאלד דאס ברענגט אזעלכע רעאקציעס ווי דאס, בקיצור, ס'שיינט נישט גוט. דעריבער, כל זמן מען שרייבט נישט נעגאטיוו אדער אומרעספעקטפול, וועל איך קענען דא אנהאלטן און געבן באריכטן. אויב וועט דאס זיין דער נוסח דא, צו אטאקירן, וועל איך נישט קענען מער אנהאלטן, אויב דאס איז וואס איר ווילט, ואתכם הסליחה.



אויב דו ווילסט שרייבן, שרייב. אויב דו ווילסט נישט, שרייב נישט.
פארוואס דארפסטו רשות פון אנדערע מענטשן?
מיטוואך אפריל 7, 2021 12:05 am#469347
מפיל קינד
נו, וויאזוי זאל א לב טהור מיטגליד וויסן וויאזוי א פרוי קוקט אויס?...

ס'הייסט? ביי לב טהור זעהט זי אויס ווי א גייענדיגע גארבידזש בעג...!
מיטוואך אפריל 7, 2021 12:11 am#469348
תרמב
איך כאפ נישט דיין מסקנה, וואס האט עס מיט דעם וואס דו האסט געשריבן פארדעם?

תרמב: אויב דו רעדסט צו מיר. ווייל פריער (ווי כ'האב געליינט דעם ארטיקל אין די פסח'דיגע אויסגאבע פון מאמענט) האביך נישט געוואוסט איבער זייערע מעשי רישעות. וואס זיי האבן גערודפ'ט די גרים...!
מיטוואך אפריל 7, 2021 1:00 am#469354
וואס שטייט אין מאמענט וועגן די גרים?
מיטוואך אפריל 7, 2021 1:18 am#469356
אישתישבי: ליין. 'עסטו וויסן... ס'שטייט אז אין א געוויסע תקופה נאכדעם וואס לב טהור איז געקומען קיין גוואטעמאלא האטציך געמאכט אז א גרופ פון בערך צען משפחות פון גרים האטציך געוואלט פאראייניגן מיט לב טהור. אבער דער הויפט אנפיהרער (וואס כ'האב שוין ב"ה פארגעסן זיין נאמען. נישט שלמה העלבראנץ.). האט זיי נישט געקענט סובל זיין. ר'האטציך געקריעגט מיט זיי. און געררודפ'ט. ער האט זיי געוואלט ארויס זעהן פאר א יעדן פרייז. הרה"ח ר' עקיבא קליין, הי"ו. א איד וואס געטציך אוועק בלב ונפש זיי צו העלפן. איז געגאנגען רעדן צו שלמה העלבראנס אליין. ער האט אויך צוזאמגעשטעלט 1300 דאללער א יעדן חודש פאר לב טהור. און ר'האטציך געבעטן בתחנונים אז מ'זאלל מאכן שלום מיט זיי. האט שלמה העלבראנס געזאגט אז ער אליינס האט נישט קיין פראבלעם מיט זיי. נאר זיין מענעדזשער, דער גרויסער רשע מרושע. ער רודפ'ט זיי. און ער, שלמה העלבראנס וויל זיך נישט קריגן מיט איהם...!
מיטוואך אפריל 7, 2021 4:39 pm#469399
ווען זענען די אנדערע גרים צוגעקומען?
איך האב פארשטאנען אז מען רעדט פין הונדרעט משפחות.

היינט זענען די גרים קאנפליקטעט וועגן לב טהור, זיי העלפען די וואס לויפן אוועק, אבער זיי ווילען נישט רעדן אויף זיי.
דאנערשטאג אפריל 8, 2021 10:48 pm#469538
אישתישבי: ווייל זיי (די גוואטעמאלא גרים) זענען איידעלע אידן. און זיי וויללן נישט בארעדן לב טהור. אבער דער פאקט איז אז די רישעות איז געווען איינזייטיג. ס'איז געקומען פון די פירערשאפט פון לב טהור...!
דאנערשטאג אפריל 8, 2021 10:59 pm#469540
די גרים זענען תמימות'דיג, און די לב טהור זענען כיטרע רשעות'דיג. און דעם פעקל איז א סכנה צוצורירן, ווייל מענטשליכע לעבן האט ביי זיי קיין שום ווערד.

און דא דארף מען פארשטיין, אז ווער ס'לייגט זיך אריין אין דעם פרשה, פעלט עהם אליינס א שרויפל...
צום ביישפיל 'עקיבא קליין'. וואס אויסער דעם וואס ער האט שטארק געוואלט זיין ביי זיי, און זיי האבן עהם פארשיקט נאך יארן צוריק, האלט ער אינאיין וויינען אז מ'טשעפעט עהם, ווען ער זוכט זיך מיט לעכט צרות.
דאנערשטאג אפריל 8, 2021 11:11 pm#469542
קוויטעל: דו האסט נישט די ריכטיגע פאקטן. עקיבא קליין איז נישט געווארן ארויסגעווארפן פון לב טהור. און זיי רודפ'ן איהם נישט. פארקערט. ער האט זיי אייביג צוזאמגעשטעלט א סאך געלט א יעדן חודש. און געברענגט עסן מיט מסירות נפש ווען זיי האבן ממש געהונגערט. ער איז נאר געגאנגען שתדל'ן אז דער רשע (נישט שלמה העלבראנס) און זיין ווייב זאללן אויפהערן צו רודפ'ן זיי (די גוואטעמאלא גרים). נאר די השתדלות האט נישט געהאלפן. כמו שאמרתי.

ווי ס'זעהט אויס קענסטו נישט ר' עקיבא קליין. ער איז אזא בעל רחמנות. ער זוכט זיך אייביג אזעלכע קעיסעס. מצוות שאדם דש בעקביו. ווייל קיין שום מענטש ווילל זיך נישט אריינלייגן מיט א געזונטן קאפ אין א קראנקע בעט...!

ס'איז דא נאך פרטים פון כפיית טובה צו איהם. נאר איך ווילל נישט אריינגיין אין דעם.

די טשעפען איהם איז געקומען פון גאנץ אנדערע מקורות. דורך א באנדע לצים און רשעים...!
נאר ס'האט זיך ב"ה אפגעשטעלט נאך דעם ארטיקל אין מאמענט מיט עטליכע יאר צוריק...!
פרייטאג אפריל 9, 2021 2:36 am#469555
berlbalaguleh
קוויטעל: דו האסט נישט די ריכטיגע פאקטן. עקיבא קליין איז נישט געווארן ארויסגעווארפן פון לב טהור. און זיי רודפ'ן איהם נישט. פארקערט. ער האט זיי אייביג צוזאמגעשטעלט א סאך געלט א יעדן חודש. און געברענגט עסן מיט מסירות נפש ווען זיי האבן ממש געהונגערט. ער איז נאר געגאנגען שתדל'ן אז דער רשע (נישט שלמה העלבראנס) און זיין ווייב זאללן אויפהערן צו רודפ'ן זיי (די גוואטעמאלא גרים). נאר די השתדלות האט נישט געהאלפן. כמו שאמרתי.

ווי ס'זעהט אויס קענסטו נישט ר' עקיבא קליין. ער איז אזא בעל רחמנות. ער זוכט זיך אייביג אזעלכע קעיסעס. מצוות שאדם דש בעקביו. ווייל קיין שום מענטש ווילל זיך נישט אריינלייגן מיט א געזונטן קאפ אין א קראנקע בעט...!

ס'איז דא נאך פרטים פון כפיית טובה צו איהם. נאר איך ווילל נישט אריינגיין אין דעם.

די טשעפען איהם איז געקומען פון גאנץ אנדערע מקורות. דורך א באנדע לצים און רשעים...!
נאר ס'האט זיך ב"ה אפגעשטעלט נאך דעם ארטיקל אין מאמענט מיט עטליכע יאר צוריק...!

כ'האב גאר געהיימע נייעס פאר דיר; איך האב נישט געשריבן קיין פאלשע פאקטן, נאר דו האסט נישט פארשטאנען וואס כ'האב געמיינט, ווייל יעך קען עהם כאטש בעסער ווי דו מיינסט. איך קען עהם דורכזיכטיג. כ'האב נישט געמיינט די חלק פון 'קימסימי אף שאבעס', אבער אויך דאס איז על הכלל כולו יצא, ער איז א צעפיפענער נשמה - נישט סתם - ולא לחינם הלך עקיבא להם.

כ'קען שוין עקיבא איבער דרייסיג יאר, און לעצטענס האט ער זיך אזאנס פארפאטשקעט מיט'ן שכל - וואס ער האט ממילא נישט... און כ'וועל דיר פארציילן וואס כ'האב געמיינט.

עקיבא איז שוין א אלמן פאר די לענגסטע צייט, און ער האט געוואלט טרעפן א שידוך אין לב טהור, און מ'האט עהם נישט נאר פארטריבן, נאר געמאכט זיכער אז ער ברענגט ווייטער שיך מיט פיש מיט וואס דו ווילסט נאר הערן און געדענקן, און ווען ס'קומט אן צוזיי, נעמט מען עס, און עהם שטויסט מען צוריק...
ווי משוגע קען א מענטש זיין נישט צו כאפן וואס מ'טוט מיט עהם, אבער עקיבא איז קוקט אויס געדעמעדזטש אויפן שכל, און לויפט אהין צוריק ווי א .... און ער כאפט נאר מפלות פון זיי

אפשר לעבט ער פון פעטש... אויף עקיבא קען מען עס גלייבן, ווייל אויך די קימסימי אף שאבעס האט עהם גארנישט געשטערט, ס'איז א חלק פון זיין שיגעון זיך צו צעלאזן ווי א האמטי דאמטי און נאכדעם זאגן ווער ס'לאכט פון עהם - האסט מיר גורם געווען א הארץ אטאק.

הכלל, פארוואס איך שרייב דאס אלעס, אז זאלסט וויסן - ווי כ'האב געשריבן פריער - אז ער איז נישט פאר'רעכענט פון די געזונטע... און נישט עהם מיינט מען ווען ס'פאסירט היסטאריע דארט. דארט דארף געשען א ערד ציטערניש ווי סדום, וואס זאל אלע לב טחורים פארניכטן. אנדערש איז עס ווי מ'האקט אפ דעם שלאנג'ס פוס און זיין קאפ קריכט ווייטער...

אויב דו קענסט באמת די גאנצע געשיכטע פון לב טהור - פון פאר מאנסי, און פון נאך מאנסי - איז עקיבא איינס פון הונדערטע וואס האבן פראבירט זיך צוצוכאפן אינעם גרופע דארט, און איז ארויסגעפלויגן. ער הייסט נישט קיין עסקן, נאר א משלחת וחוזרת. כ'מיין כ'האב שוין גענוג געזאגט - וויפיל ס'פעלט אויס.
פרייטאג אפריל 9, 2021 11:30 am#469572
אזוי צו צעשמירן א מענטש, פאר סתם, ווייל דיר האט אנגעכאפט, נאך דא אין קאווע שטיבל, דאס איז א חידוש. א גרעסערע חידוש וועט זיין אויב די הנהלה וועט עס גלאט אזוי צולאזן.
פרייטאג אפריל 9, 2021 1:38 pm#469577
חקרן
אזוי צו צעשמירן א מענטש, פאר סתם, ווייל דיר האט אנגעכאפט, נאך דא אין קאווע שטיבל, דאס איז א חידוש. א גרעסערע חידוש וועט זיין אויב די הנהלה וועט עס גלאט אזוי צולאזן.

ביידע זאכן זענען נישט קיין חידוש.
פאר מנשה לוסטיג איז נישט קיין חידוש צו בארעדן און צעשמירן א מענטש.
פאר די הנהלה איז נישט קיין חידוש אים צו לאזן לופטערן אזעלכע זאכן, והא ראי', מנשה לוסטיג איז נאכאלס דא אויף ק"ש (בבחינת משלחת וחוזרת, ווי ער טענה'ט אויף עקיבא'ן. והה"ד קוק דיר אין שפיגל, מום שבך וכו', קשוט עצמך תחילה, און דער מאמר הבעש"ט אז כל נגעים אדם רואה חוץ - איז מעצמו)
פרייטאג אפריל 9, 2021 5:55 pm#469604
ארי נוהם: ייש"כ. דו האסט זייער גוט געענטפערט פאר קוויטעל. ער זאגט אז ער קען עקיבא קליין בעסער פון מיר. און אז ער איז געגאנגען צו די פאררוקטע, רויבערישע חיות און משוגעים פון לב טהור (טמא) צו זוכן א שידוך. און זיי האבן איהם אפגעזאגט. ווייל ס'פעהלט איהם א שרייפל...!

אבער דער אמת איז, אז איך קען נישט נאך אזא גוטע נשמה און א לב טוב ווי ער. ס'זעהט אויס אז ער (קוויטעל) האט נישט געליינט דעם ארטיקל אין די פסח אויסגאבע פונ'ם מאמענט. אויסער דעם האביך מער, און בעסערע, אינסייד אינפארמעישן וועגן עקיבא קליין און דער מצב פון שידוכים ביי איהם. מ'האט איהם אנגעטראגן די שענסטע שידוכים און ער האט זיי אפגעזאגט. וועט ער גיין נישטערן אין גארבידזש קען ביי די צודרייטע קולט..?!

נאר ער איז אזא בעל רחמנות ( און א ביסל נאאיוו) אז ער האט רחמנות און פראבירט צו העלפן אפילו פאר די שפל'דיגסטע ברואים און צודרייטע, צופיפענע חיות ווי די לב טהור'ניקעס. נאר דא גראדע העלפט ער זיי נישט. פארקערט. ער איז ארויס אקעגן זיי. ער העלפט פאר די נרדפים. די גרים פון גואטעמאלא וואס די רשעים און חיות די אנפיהרערס פון די פארשאלטענע קולט לב טהור האבן גערודפ'ט אן אויפהער ביז זיי האבן זיי פאריאגט. יעצט זענען זיי זעלבסשטענדיג. און ר' עקיבא קליין העלפט זיי צו קומען צו א שטיקל מעמד. ממש נאר לשם מצווה...! ה' ישלם שכרו משלם...!

ס'זענען דא מענטשן וואס שטאטס איינזעהן וואספארא צדיק ער איז, זאגן זיי אז ער איז צודרייט. דאס געט מיר אויך א הסבר אויף וואס רש"י הק' זאגט אין אנהייב פ' עקב. מצוות שאדם דש בעקביו. כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען. וועלכער איד היט דען נישט שבת אדער עסט חזיר, ח"ו?! נאר אט דאס מיינט דער פסוק. אפילו אזעלכע מענטשן וואס א יעדער געוויינליכער מענטש דערווייטערט זיך פון זיי. אפילו זיי. ווען זיי זענען אין אן עת צרה. כאטש זיי זענען זיך אליין שולדיג. גייט ער און העלפט מיט מסירות נפש. כ'רעד שוין נישט דאס געלט וואס דאס קאסט איהם אפ. און נישט זיין אייגן געלט ווייל ער האט עס נישט. נאר ער גייט צוזאמשנארן געלט. און פאר די רשעים פון ל"ט האט ער געגעבן $1400 א יעדן חודש. נאר ווען זיי האבן אנגעהויבן רודפ'ן די גרים גרופ און זיי ארויסגעווארפן האט ער אויפגעהערט געבן געלט פאר ל"ט. און ער העלפט די גרים מיט מסירות נפש, ממש. כמו שאמרתי...!
פרייטאג אפריל 9, 2021 6:20 pm#469607
וואסי נייעס...
פרייטאג אפריל 9, 2021 7:15 pm#469615
קוויטעל: איך האלט אז דו ביסט איינס פון די שמות הנרדפים פון מנשה לוסטיג. נאר דו ביסט מגולגל געווארן אין קוויטעל. אזוי ווי דיינע אנדערע 37 נעמען..לאל...!
מוצ"ש אפריל 10, 2021 10:04 pm#469618
מיט וועלכע היתר איז מען דא מגלה נעמען?
מוצ"ש אפריל 10, 2021 10:07 pm#469619
און טאקע @ארי נוהם האלט דאך נישט פון גלגילים 😉
מוצ"ש אפריל 10, 2021 10:23 pm#469622
Re: די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"
ארי נוהם
חקרן
אזוי צו צעשמירן א מענטש, פאר סתם, ווייל דיר האט אנגעכאפט, נאך דא אין קאווע שטיבל, דאס איז א חידוש. א גרעסערע חידוש וועט זיין אויב די הנהלה וועט עס גלאט אזוי צולאזן.

ביידע זאכן זענען נישט קיין חידוש.
פאר מנשה לוסטיג איז נישט קיין חידוש צו בארעדן און צעשמירן א מענטש.
פאר די הנהלה איז נישט קיין חידוש אים צו לאזן לופטערן אזעלכע זאכן, והא ראי', מנשה לוסטיג איז נאכאלס דא אויף ק"ש (בבחינת משלחת וחוזרת, ווי ער טענה'ט אויף עקיבא'ן. והה"ד קוק דיר אין שפיגל, מום שבך וכו', קשוט עצמך תחילה, און דער מאמר הבעש"ט אז כל נגעים אדם רואה חוץ - איז מעצמו)
לאז ארויס די הנהלה, דו האלטסט מען דארף עם אויסשפארן, פיין. דאס איז דיין דעה, יענער מעג האלטן פארקערט. די גאנצע געדאנק פון קאווע שטיבל איז אז מ'צענזורירט נישט אין די וועלט אריין, ווילאנג איינער האלט זיך צו די תקנות (מער ווייניגער....) מאכט נישט אויס צו ער געפעלט יעדעם.

עס האט מיך אויך נישט געשמעקט וואס און וויאזוי קוויטעל האט געשריבן, [און אוואדי שמעקט עס פון בייעס,] אבער צו דען שרייבט קיינער אזוי?
זייט מוחה, און גיי ווייטער.

און יעדע ניק לכשעצמה. אז איינער איז אויסגעשפארט און קומט צוריק מיט א פרישן ניק וואס האלט זיך צו תקנות, איז נישטא קיין סיבה צו זיין שטרענגער מיט עם.


מארגן שפארט מען אויס רבה"ק ווייל ער שרייבט אפיקורסות לויט איך אויך, און איבערמארגן מעקט מען קורקלענד'ס פאוסטס ווייל ער איז פרא טראמפ.
זונטאג אפריל 11, 2021 12:06 am#469628
איתן
מיט וועלכע היתר איז מען דא מגלה נעמען?

דאס דארפסטו פרעגן קוויטל'ען, ווארום ער איז זיך כסדר אליינס מתגלה.......
זונטאג אפריל 11, 2021 12:38 am#469629
איתן
מיט וועלכע היתר איז מען דא מגלה נעמען?

איתן: ביי מנשה לוסטיג גייט עס נישט אן. ווייל, אזוי ווי פאליטיקאנט זאגט. ער איז זיך אליינס מגלה. און דאס איז א טייל פון זיין פערסאנאליטי. און אויב זאכן ארבעטן זיך נישט אויס. (דער עולם האט צופיהל טענות צו איהם.) טוישט ער נעמען. ס'הייסט ער מאכט אויף א נייעם ניק. און אלעס קלאפט ביז ער פארפאטשקעט עס. דורך שרייען און אנזידלען די אנדערע ניקס...!
זונטאג אפריל 11, 2021 12:54 am#469632
berlbalaguleh
איתן
מיט וועלכע היתר איז מען דא מגלה נעמען?

איתן: ביי מנשה לוסטיג גייט עס נישט אן. ווייל, אזוי ווי פאליטיקאנט זאגט. ער איז זיך אליינס מגלה. און דאס איז א טייל פון זיין פערסאנאליטי. און אויב זאכן ארבעטן זיך נישט אויס. (דער עולם האט צופיהל טענות צו איהם.) טוישט ער נעמען. ס'הייסט ער מאכט אויף א נייעם ניק. און אלעס קלאפט ביז ער פארפאטשקעט עס. דורך שרייען און אנזידלען די אנדערע ניקס...!

איך האב נישט געזען ווי ער האט געזידעלט און געשריגן אויף ניקס.

כ'מיין די תירוץ איז עפעס אנדערש;
א טייל ניקס דא פלאצן פון קנאה וויאזוי מנשה האט זיך ערווארבן א נאמען ברחבי תבל, וכאן מצא בעל חוב לגבות את חובו...
זונטאג אפריל 11, 2021 1:05 am#469634
א רעלאטיוו נייער ניק וואס פופציג פראצענט פון די הודעות זיינע לעת עתה איז בנוגע מנשה....
זונטאג אפריל 11, 2021 1:09 am#469636
קורקלענד: ער איז נאכנישט דא גענוג לאנג. (און שוין זאגט ער דיעות.)
זונטאג אפריל 11, 2021 1:14 am#469638
berlbalaguleh
קורקלענד: ער איז נאכנישט דא גענוג לאנג. (און שוין זאגט ער דיעות.)

נאכנישט דא גענוג לאנג?
זונטאג אפריל 11, 2021 1:25 am#469641
קורקלענד: קוק אויף די צאל פון זיינע תגובות. (4). און ווען ר'האטציך איינגעשריבן אין קאווע שטיבל...!
זונטאג אפריל 11, 2021 2:29 am#469647
איתן
berlbalaguleh
איתן
מיט וועלכע היתר איז מען דא מגלה נעמען?

איתן: ביי מנשה לוסטיג גייט עס נישט אן. ווייל, אזוי ווי פאליטיקאנט זאגט. ער איז זיך אליינס מגלה. און דאס איז א טייל פון זיין פערסאנאליטי. און אויב זאכן ארבעטן זיך נישט אויס. (דער עולם האט צופיהל טענות צו איהם.) טוישט ער נעמען. ס'הייסט ער מאכט אויף א נייעם ניק. און אלעס קלאפט ביז ער פארפאטשקעט עס. דורך שרייען און אנזידלען די אנדערע ניקס...!

איך האב נישט געזען ווי ער האט געזידעלט און געשריגן אויף ניקס.

כ'מיין די תירוץ איז עפעס אנדערש;
א טייל ניקס דא פלאצן פון קנאה וויאזוי מנשה האט זיך ערווארבן א נאמען ברחבי תבל, וכאן מצא בעל חוב לגבות את חובו...

און ווידעראמאל, פאר דער וואס כאפט נאכנישט און איז גענוג נאאיוו נישט צו זען מיט וואס מנשה איז אנדערש פון אנדערע ניקס, איז גענוג אנצודייטן אויפן נייעם ניק זיינער.
ניין, כ'רעד נישט פון קוויטעל, נאר פון איתן.
און קוקטס ווי דער ... (איינגעהאלטן פון ארויסזאגן זיין טיטל) רעדט פון זיך ווי כאילו ער האט זיך ערווארבן א נאמען, און ווי כאילו סיי ווער פלאצט גאר פאר קנאה.
פלצות התפלצתי. נעבעך.

איך האב נישט קיין כח צו זיין דער פאן טרעגער יעדעס מאל פון פריש, און ערקלערן מיט וואס מנשה איז אנדערש און פארוואס מ'טאר אים נישט טאלערירן. כ'האב עס שוין מסביר געווען עטליכע מאל ביי פריערדיגע סומאטוכעס וואס דער משונה האט אנגעדרייט. דרוש משם והעתיק לכאן.

פאר דער וואס וויל וויסן מיט וואס די "יעצטיגע" תגובה זיינע איז אנדערש ווי רביה"ק צי קורקלענד, איז איין זאך פשוט. לויט תקנות פון סיי וועלכע פארום איז נישט ערלויבט אויסצושמירן א פריוואטע מענטש (נישט קיין געמיינדע פירער) פאר סיי וועלכע אורזאך. איינער וואס האט די חוצפה צו נעמען א מענטש און אים באוואשן און אויסטון נאקעט, דארף ווערן אויסגעשפארט תיכף ומיד מיט אלע זיינע ניקס און מיט זיין איי. פי אדרעס.

דער וואס לאזט אזא איינעם אנגיין, אפילו טאקע מיט "נאך איין שאנס" -כדרכם כסל למו אז יעדעס מאל קריגט דער משונה א פרישע שאנס מיט א נייע ניק- איז פונקט דער מענטש אויף וועם חז"ל זאגן אז כל המרחם על אכזרים סופו להתאכזר על רחמנים.
ער איז א טראלל מימים ימימה, שטעכט און טריצט ניקס ווען און וואו און וויפיל ער קען נאר, און אצינד האט ער גענומען א פריוואטער מענטש און אים פשוט באשמוצט אויף א נידעריגן בעולמם של חרדים/פאליש סטיל. מ'האט רחמנות געהאט אויף אים ביז יעצט, אונטערן ליבעראלן פאלשן מאנטל פון אומצענזורירן און געבן רעכט אנצוהייבן פונדאסניי אד"ג, און ער טוט דער צווייטער האלב פונעם מאמר חז"ל - סופו להתאכזר על רחמנים, נעמענדיג א רחמנות'דיגער איד און פראקט אריין ברבים מיט א געמיינקייט.

עס איז מיר ניטאמאל ניחא צו פירן די מערכות מיט דעם אוממענטש, אבער לדעתי איז טאקע פשוט אוממאראליש צו געבן יעדעס מאל פרישע רעכטן פאר משונה צוריקצוקומען - ביז עס פלאצט פון פריש.

און אז פלמוני וואונדערט זיך "נו, גילוי?!", איז דער ענטפער איינפאך: איך קען נישט קיין איין איי פי אדרעס, איך האב קיינמאל נישט געשמועסט מיט משונה צי מיט קיינער פון זיינע ניקס, און איך האב ניטאמאל געהערט פון אנדערע ניקס אז הוא קוויטעל, הוא ישראל גלויבער, הוא איתן, הוא קנדה, הוא מאנטרעאל, הוא בוטן, הוא עמון, הוא פייסיס, הוא שקד, הוא קוקי, הוא שפילער, הוא כרפס, הוא מנשה לוסטיג.
עס איז אבער יא דא איין שנירל וואס לויפט אדורך אלע זיינע תגובות אין אלע זיינע ניקס, וואס מאכט יעדן דערקענען אז מ'רעדט פון איין אין דער זעלבער משונה מנשה. אלזא, גילוי?! שרייטס אויף מנשה'ן, וואס מאכט יעדעס מאל גילוי אויף זיך אליינס פונדאסניי.

און צו דער וואס וואונדערט זיך אין אישי, הלמאי ווען ס'קומט צו מנשה איז כלומר'שט אלעס מותר, און אז די הנהלה טאר זיך נישט אריינמישן נאר זיך האלטן אביעקטיוו, ביז "ווען איינער טרעט קלאר איבער די תקנות", וויל איך קלארשטעלן:
1. שאנטאזשירן ניקס אין אישי מיט אויסברוכן, איז קעגן תקנות.
2. טראללן מענטשן אין זייערע - צי סתם - אשכולות, איז קעגן תקנות.
3. בארעדן פריוואטע מענטשן אין א פארום, איז קעגן תקנות.
4. נוצן ביליגע שפראך אויף רבנים ומנהיגים, איז קעגן תקנות.
5. שרייבן הין און צוריק מיט פילע ניקס, אז א טראללעריי פאר זיך און איז קעגן תקנות.

וויפיל נאך זאכן דארף דער משונה טון אז עס זאל ווערן אנגערופן אז ער טרעט איבער די תקנות? ווען וועט די הנהלה ענדליך איינזען אז די ערשטע רגע וואס עס שפראצט ארויס א נייער ניק פון משונה - דארף מען אים אויסשפארן אויפן ארט, פשוט צוליב "ההיסטוריה מוכיחה"?! ווען וועט מען זיך כאפן ביים קאפ, אז ליבעראליזם און פלאראליזם וואס באשטייט פון ארייננעמען טעראריסטן ביי זיך אין הויף, איז נישט ליבעראליזם נאר פערדעריי?


ולקינוח, עיעו' (נאר טיילווייזע רשימה):
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/457497">viewtopic.php?p=457497#p457497</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/452823">viewtopic.php?p=452823#p452823</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/451933">viewtopic.php?p=451933#p451933</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/449717">viewtopic.php?p=449717#p449717</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/449746">viewtopic.php?p=449746#p449746</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/449814">viewtopic.php?p=449814#p449814</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/451968">viewtopic.php?p=451968#p451968</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/449827">viewtopic.php?p=449827#p449827</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/449831">viewtopic.php?p=449831#p449831</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/426801">viewtopic.php?p=426801#p426801</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/425703">viewtopic.php?p=425703#p425703</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/421423">viewtopic.php?p=421423#p421423</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/463407">viewtopic.php?p=463407#p463407</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/457162">viewtopic.php?p=457162#p457162</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/455932">viewtopic.php?p=455932#p455932</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/453612">viewtopic.php?p=453612#p453612</a><!-- l -->
ובך חותמים: <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/449677">viewtopic.php?p=449677#p449677</a><!-- l --> (ווייניג וואס האט דער באליבטער @כוכב געוואוסט וויפיל נייע ניקס, און נייע סומאטוכעס, דער משונה וועט נאך אנדרייען)
זונטאג אפריל 11, 2021 3:46 am#469655
א גרוס פונעם אלטן מקום זייערע - אין קאנאדע - לאנטיער.
איך בין פריער אריבערגעפארן דעם מקום, אויפ'ן וועג קיין טאש.
זונטאג אפריל 11, 2021 11:22 am#469675
אבער סאיז דאך מעגליך אמאל אז מ’זאל איינעם חושד זיין בכשרים אז ער איז מנשה, סאו דארף מען שטארק נזהר זיין פאר מ’פסלט אפ איינעם, ולמזהיר ולנזהר וכולי
זונטאג אפריל 11, 2021 11:25 am#469678
איך פארגין מנשה ער זאל מיינען אז יעדער פלאצט פין קנאה. נעבעך.
זונטאג אפריל 11, 2021 2:27 pm#469690
אישתישבי
איך פארגין מנשה ער זאל מיינען אז יעדער פלאצט פין קנאה. נעבעך.

אבער באמת זענען זיי זייער צופרידן אז ער איז מצליח
זונטאג אפריל 11, 2021 2:46 pm#469695
קוויטעל
אישתישבי
איך פארגין מנשה ער זאל מיינען אז יעדער פלאצט פין קנאה. נעבעך.

אבער באמת זענען זיי זייער צופרידן אז ער איז מצליח

זיי זענע נישט! איך קען ארי נוהם פערזעליך, הגם ער ווייסט נישט אז איך קען עהם. ער האט פיינט מנשה שנאת מוות [ער קלערט אוודאי אז מ'ווייסט נישט אז נאך אפאר ניקים דא איז ער אליינס און ער רעדט צו זיך אליינס, הוא מותיב לה והוא מפרק לה... חחח]
זונטאג אפריל 11, 2021 4:00 pm#469699
אחיי ורעי האהובים, ידידים נאמנים וכו'.

איך בין אויפגעמערקט געווארן אז איך האב עטוואס געגרייזט אין מיין באריכט און איך וויל דאס דא פארריכטן.

ר' יעקב נחום וויינגארטן געפינט זיך נישט אין א לייכטער מצב, די תפיסה וואו ער געפינט זיך איז ווייט פון באקוועם און גוט. ער געפינט זיך טאקע נישט די תפיסה "אינפיערניטא" - וואס באדייט אויף ספאניש "גהינום", אדער אין די שעדליכע "בוקעראן" טורמע, אזוי ווי זיי האבן געוואלט אז ער זאל זיצן, און דאס איז טאקע א חסד ה', ווייל די דאזיגע צוויי טורמעס זענען "אוישוויץ", נאר בלויז אן די גאז-קאמערן, אזאנס וואס לאזט זיך נישט גלויבן אז אין 2021 געפינט זיך נאך אזאנס. פארט איז די טורמע וואו ער זיצט ווייט פון באקוועם און גוט, ער דארף האבן רחמי שמים אויף יעדן טריט און שריט, איך בין נישט פונקטליך באקאנט, אבער כפי השמועה זענען די אמעריקאנע טורמעס גאלד קעגן די בעסטע טורמעס אין יענע מדינות, און ווי אזוי די טורמעס דאהי קוקן אויס דארף מען נישט דערציילן. בקיצור, ס'איז נישט אזוי געשמאק צו הערן און דער אויבערשטער וועט אים אוודאי העלפן.

אויסער דעם האפט מען אויף אלעמען בעסטן, און מען זאל קענען בקרוב מבשר זיין גוטע בשורות.
זונטאג אפריל 11, 2021 4:34 pm#469705
ב''ה פאר דעם און טאקע א גרויסע שאד ער איז נישט אין גיהנם.