פארומס › די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"

די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"

496 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12713
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג אפריל 11, 2021 4:53 pm#469706
וגונב איש ומכרו מות יומת
זונטאג אפריל 11, 2021 6:37 pm#469729
איתן
קוויטעל
אישתישבי
איך פארגין מנשה ער זאל מיינען אז יעדער פלאצט פין קנאה. נעבעך.

אבער באמת זענען זיי זייער צופרידן אז ער איז מצליח

זיי זענע נישט! איך קען ארי נוהם פערזעליך, הגם ער ווייסט נישט אז איך קען עהם. ער האט פיינט מנשה שנאת מוות [ער קלערט אוודאי אז מ'ווייסט נישט אז נאך אפאר ניקים דא איז ער אליינס און ער רעדט צו זיך אליינס, הוא מותיב לה והוא מפרק לה... חחח]


כט) אידענטיטעט - א פרואוו אויפצודעקן ווער עס שטייט אונטער א ניק, אדער רעדן פון פרטים פון א ניק'ס אידענטיטעט, אפילו נאר פאר א וויץ, אפילו נאר אויף שפעקולאציע, אדער אפילו מיט'ן שפעקולירן אויף אנדערע ניקס - פארשלאפענע אדער אקטיווע - אז זיי געהערן פאר דעם זעלבן מענטש, איז שטרענג פארבאטן. איינער וואס וועט אויף דעם עובר זיין קען תיכף ומיד אויסגעשפארט ווערן.

ל) טראלס - מיר קענען נישט טאלערירן קיין "טראלס". פאלגנד איז די דעפיניציע פון א "טראל" לויט וויקיפעדיע: "א טראל איז א מענטש וואס זייעט אן מחלוקת אויף דעם אינטערנעט, דורך אנפאנגען ויכוחים אדער אויפרעגן מענטשן, דורך פאוסטן היציגע און אומרעלעוואנטע מעסעדזשעס, אדער מעסעדזשעס וואס האבן נישט קיין שייכות צום שמועס... מיט דער קלארער כוונה צו פראוואצירן לייענער פאר אן עמאציאנעלן ענטפער, אדער אנדערע אופנים פון צעשטערן נארמאלע שמועסן." א טראל האט א נאטירליכער טאלאנט צו גיין צווישן די טראפן, און נישט עובר זיין אויף קלארע פרינציפן. דערפאר, אויב א באדייטנדער צאל אקטיווע מעמבערס און חברי ההנהלה וועלן מסכים זיין אז עמיצער איז א טראל, וועלן מיר אונטערנעמען שריט.
זונטאג אפריל 11, 2021 6:41 pm#469731
סך הכל וויפיל זענען אין געפענגעניש {ביי רעגירונג אינסטאנצן...}?
זונטאג אפריל 11, 2021 10:57 pm#469757
ביי רעגירונג אינסטאנצן הייסט נישט אין געפענגעניש. זיי האבן זיך עס מער ווי פארדינט. עפ"י הלכה זענען זיי חייב מיתה. ביי זיי גייט אן דער דין פון ..."מורידין. ולא מעלין"...! עכ"פ. מ'דארף זיי איבערלייגן און גיט אריינשמיין ביז ס'וועט שפריצן בלוט. אזוי ווי מיין רבי אין חדר פלעגט צו זאגן...!

מ'דארף זיי געבן טרוקן ברויט מיט וואסער...!
זונטאג אפריל 11, 2021 11:00 pm#469759
נאכאמאל, מיט אזעלכע תגובות איז מעגליך אז איך וועל נישט האבן מער די מעגליכקייט דא צו שרייבן. איך מיין אז דער ציבור וויל יא איך זאל שרייבן און ברענגען נייעס, אבער אויב דאס איז די רעאקציעס דערויף, וועט עס לכאורה מוזן ווערן אפגעשטעלט.
זונטאג אפריל 11, 2021 11:07 pm#469761
חכמת שלמה
און ווי אזוי די טורמעס דאהי קוקן אויס דארף מען נישט דערציילן.

אופס...
זונטאג אפריל 11, 2021 11:29 pm#469764
נישט פארגעסן, אז 'ישי פימא' האט שלמה אליינס געקידנעפט - וזוכר חסדי אבות...
מאנטאג אפריל 12, 2021 2:25 am#469769
פארוואס איז די תגובה ווי איינער רייסט דא אראפ ברבים א פרייוואטע אומשילדיגע מענטש נאכנישט פארמעקט??
מאנטאג אפריל 12, 2021 9:17 am#469774
חכמת שלמה
נאכאמאל, מיט אזעלכע תגובות איז מעגליך אז איך וועל נישט האבן מער די מעגליכקייט דא צו שרייבן. איך מיין אז דער ציבור וויל יא איך זאל שרייבן און ברענגען נייעס, אבער אויב דאס איז די רעאקציעס דערויף, וועט עס לכאורה מוזן ווערן אפגעשטעלט.


מען וועט נישט קענען שרייבן....

דער קולט מיטגלידער מיינט נעבאך אז ער געפונט זיך אין זיין היימשטאט בבל... ער פראבירט צו מאנאפעלירן ווי אזוי צו שרייבן אויף זיין טמאנע געטשקע דער ארז הנגדע ימ''ש. שרייב יא! שרייב נישט! לעזט זאפארט אויף אייער טמאנע קולט! כלל ישראל האט שוין גענוג געליטן פון די אפפאל פונעם ארז הנגדע ימח שמו וזכרו לעד ולנצח נצחים!
מאנטאג אפריל 12, 2021 9:38 am#469775
חכמת שלמה
נאכאמאל, מיט אזעלכע תגובות איז מעגליך אז איך וועל נישט האבן מער די מעגליכקייט דא צו שרייבן. איך מיין אז דער ציבור וויל יא איך זאל שרייבן און ברענגען נייעס, אבער אויב דאס איז די רעאקציעס דערויף, וועט עס לכאורה מוזן ווערן אפגעשטעלט.



וואס וועט זיין דיין שטראף אויב דו פאלגסט זיי נישט?
מיטוואך אפריל 14, 2021 9:51 am#470053
עני פרישע ליגענט פון חכמת ארז?
מיטוואך אפריל 14, 2021 4:25 pm#470095
אונז עמיר שטארק וויינען. אנישט איז נישט...!
מאנטאג אפריל 19, 2021 4:11 pm#470676
לעצטיגע נייעס
📎 Screenshot_2021-04-19-16-05-54-443.jpeg
מאנטאג אפריל 19, 2021 4:38 pm#470677
דאס ערשטע קלאגע דערמאנט מיך וואס דער שרף פון חצאצק הי''ה זאגט שטענדיג נאך... ווארשיינליך נאך פון פריערדיגע צדיקים...
די גוים זענען טאג און נאכט פארנומען מיט סעקס און געלט.
אידן ב''ה נישט! זיי זענען בלויז פארנומען מיט פרנסה און שדוכים...
זאגן אז די רשעים פונעם קולט זענען הייסע און ווילדע נואפים וואס נוצן דאס טערמין "חתונה מאכן" אלטע האריגע זיידעס צו צוועלף יעריגע מיידליך, איז נאך מילד גערעדט. און איבער אלעם זיי נוצן ג-ט און זיין תורה פאר זייערע אומראלישע נידעריקייטן. זאלן די אגענטן פון די פעדעראלע ביורא אינוועסטטיגאציע, זיין די גוטע שלוחים פון ג-ט אפצושפארן דעם סדום שבבבל...
מאנטאג אפריל 19, 2021 5:01 pm#470682
לינק צו די קלאגעס?
מאנטאג אפריל 19, 2021 5:13 pm#470685
ארי נוהם
איתן
berlbalaguleh
איתן
מיט וועלכע היתר איז מען דא מגלה נעמען?

איתן: ביי מנשה לוסטיג גייט עס נישט אן. ווייל, אזוי ווי פאליטיקאנט זאגט. ער איז זיך אליינס מגלה. און דאס איז א טייל פון זיין פערסאנאליטי. און אויב זאכן ארבעטן זיך נישט אויס. (דער עולם האט צופיהל טענות צו איהם.) טוישט ער נעמען. ס'הייסט ער מאכט אויף א נייעם ניק. און אלעס קלאפט ביז ער פארפאטשקעט עס. דורך שרייען און אנזידלען די אנדערע ניקס...!

איך האב נישט געזען ווי ער האט געזידעלט און געשריגן אויף ניקס.

כ'מיין די תירוץ איז עפעס אנדערש;
א טייל ניקס דא פלאצן פון קנאה וויאזוי מנשה האט זיך ערווארבן א נאמען ברחבי תבל, וכאן מצא בעל חוב לגבות את חובו...

און ווידעראמאל, פאר דער וואס כאפט נאכנישט און איז גענוג נאאיוו נישט צו זען מיט וואס מנשה איז אנדערש פון אנדערע ניקס, איז גענוג אנצודייטן אויפן נייעם ניק זיינער.
ניין, כ'רעד נישט פון קוויטעל, נאר פון איתן.
און קוקטס ווי דער ... (איינגעהאלטן פון ארויסזאגן זיין טיטל) רעדט פון זיך ווי כאילו ער האט זיך ערווארבן א נאמען, און ווי כאילו סיי ווער פלאצט גאר פאר קנאה.
פלצות התפלצתי. נעבעך.

איך זעה אפי נישט ווי ס'דא א מקום צו צווייפלען אז @קוויטעל איז... דא האט איהר אן אשכול וואס ער האט זיך זעלבסט געפענט צו אדווערטייזען זיין בוך....
מאנטאג אפריל 19, 2021 5:28 pm#470692
איינער האט שוין אמאל געזען איין בילד פונעם קבר איש האלוקים בעל חכמת שלמה זצוק''ל ?
אינטערעסאנט מ'האט עהם נישט געלייגט אין קאשוי, נעבן הצדיק ר' משה בער בעק זצוק"ל.
מאנטאג אפריל 19, 2021 5:32 pm#470695
די קערפער פונעם ארז הנגדע שימלט ערגעץ אין א פארשטיפטע אביקאדאו פעלד אין גואַטעמאַלאַ...
מאנטאג אפריל 19, 2021 5:39 pm#470697
קאך_לעפל
די קערפער פונעם ארז הנגדע שימלט ערגעץ אין א פארשטיפטע אביקאדאו פעלד אין גואַטעמאַלאַ...

יש אומרים, אז וויבאלד ס'נישטא קיין פרוף, קען זיין אסאך אנדערע זאכן האט פאסירט צוזיין קערפער.
[אויב ער איז בכלל געשטארבן... ווייל ס'דא א מיינונג אז ס'אויף דעם אויך נישטא קיין לעגאלע פרוף]
מאנטאג אפריל 19, 2021 8:28 pm#470729
איתן
קאך_לעפל
די קערפער פונעם ארז הנגדע שימלט ערגעץ אין א פארשטיפטע אביקאדאו פעלד אין גואַטעמאַלאַ...

יש אומרים, אז וויבאלד ס'נישטא קיין פרוף, קען זיין אסאך אנדערע זאכן האט פאסירט צוזיין קערפער.
[אויב ער איז בכלל געשטארבן... ווייל ס'דא א מיינונג אז ס'אויף דעם אויך נישטא קיין לעגאלע פרוף]

סארא נפק"מ צו ער איז יא געשטארבן צו נישט?!? די לאגע פאר די פארכאפטע איז נאר סאך ערגער געווארן זייט ער איז פארשויינדען געווארן פון די ארענע. די רוצחים דארט האבן זיך זייט דעמאלטס צופירט די הענט אויף א שוידערליכע אופן... ס'נאך געווען גאלד ווען דער הענקער האט נאך געלעבט! ער איז געווען דער דעקל פון די גארבעדזש קען וואס שטינקט אויכעט געפערליך!
מאנטאג אפריל 19, 2021 8:37 pm#470732
אין די מאמענט אינטערוויו שרייבט אליהו יואל גליק אז מ'האט אים נישט געוואלט טראגן צום קבר. אנגעבליך ווייל זיי שעמען זיך ווי נאכגעלאזט דאס פלאץ איז...

זיי האבן אים ארומגעפירט אין גאנצן שטעטל, קיין איין זאך איז נישט נאכגעלאזט דארט, אלעס שימלט און סרוכעט, אבער פונקט די קבר וואס דארף נישט מער פון א הארט שטיקל צעמענט, דאס שעמען זיי זיך צו ווייזן.

די פליאה שרייט ביזן בימל.
מאנטאג אפריל 19, 2021 11:26 pm#470771
תרמב
אבער סאיז דאך מעגליך אמאל אז מ’זאל איינעם חושד זיין בכשרים אז ער איז מנשה, סאו דארף מען שטארק נזהר זיין פאר מ’פסלט אפ איינעם, ולמזהיר ולנזהר וכולי

מיך האט מען טאקע אומזיסט חושד געווען און דער יעניגע האבן מיר ניטאמאל איבערגעבעטן
דינסטאג אפריל 20, 2021 2:52 am#470783
איך האב גוט איבערגעקוקט די נייע ענדייטמענט, און חוץ פון די פאקט אז זיי ווילן לייגן גרעסערע טשארזשעס זעהט דאס נישט אויס קיין שום נייע אויפדעקונג, און ווי עס זעהט אויס אז זיי האבן א פראבלעם מיט די יעצטיגע טשאדרזשעס, אדער מיט עקסטרעדישן פון די וויינגארטן'ס, דערפאר האבן זיי מחליט געווען אז מען גייט זינגען די ניגון אנדערש.

אין קורצן, פריערדיגע נוסח: פערענטל אבדאקשן, דאס מיינט זיך אריינמישן אין די קאסטעדי פון די עלטערן, און אריבערטראגן פון איין לאנד צום צווייטן (די ווארט קידנעפינג איז נאר די קנאק פון די זאך, ווייל ארטיקל 1204 רעדט נישט פון קיין קידנעפינג, נאר ביי די קעפל, און דאס איז פאר פארשידענע סיבות). נייע נוסח: וויבאלד וויקטים 1 איז געווען "חתונה געהאט" צו א אדאלט, און במילא ווער עס ברענגט איר צוריק צו דעם אדאלט, פארשטייט דאך אליין אז מען גייט טוהן וואס מענטשן וואס האבן חתונה געהאט טוהן, און וויבאלד זי איז דאך א מיינער, איז קומט אויס אז יעדער איינער וואס ברענגט זיי נענטער האט א חלק מיט דעם קריים.

מען רעדט פון די זעלבע פאקטן, ווער עס האט גענומען איז די זעלבע, וואס מען האט געטון איז די זעלבע, די ציל וואו צו גיין איז די זעלבע, נאר די פשט'ל אז וויבאלד אז פארשטייט זיך די קאפל וועט טוהן... איז במילא האט מען א חלק אין די אלע זאכן וואס זיי וועלן טוהן, דאס איז די חידוש נפלא וואס זיי האבן יעצט מחדש געווען...

קומט אויס יעצט אזוי, אז ווער עס וואלט געגעבן א היטש פאר דעם יונגערמאן אין א גרינע דינסטאג אהיים צוקומען האט א חלק אין די קריים, אדער א גוי וואס האט פאראכטן זיין דאך אין הויז האט אויך א חלק אין די קריים, און אזוי ווייטער, פארשטייט זיכער אלע שושבינין און בעלי שמחה און אויך די וואס האבן געקאכט פאר די חתונה אויך... און נישט נאר איינמאל א קריים, נאר יעדע נאכט וואס זיי וועלן דאס טוהן...

פון היינט און ווייטער זאל וויסן יעדע באס דרייווער, ווען ער לאזט זיך ארויס אויף די וועג, אז ער איז אחריות וואס יעדער איינער וועט טוהן ביינאכט, און אויב דארט איז דא א מיינער דארף ער זיכער מאכן אז ער טרענט נישט ארום ערגעץ, אויב יא זאל ער אים זאפארט אראפווארפן פון די באס...

די גאנצע זאך האט אויך א שווערע פראבלעם, וויבאלד מען רעדט נישט דא פון טוהן א קריים קעגן א מיינער, מען רעדט נאר צו נוצן די בארדער'ס אדער טרעוולען אדער טראגן א מיינער מיט די "כוונה" אז איינער זאל קענען טוהן מיט איר די קריים, ווייל עס איז דאך אויך נישט זיכער, אפשר וועלן זיי זיך סעפערעיטן אדער גט'ן. און אויב די קריים איז פערענטל אבדאקשן, והא ראי' מען האט אויך געטראגן די קלענער יונגל, און אויך פראבירט נאכדעם עס צו טוהן, אין די צייט וואס איר "מאן" איז שוין געווען אין תפיסה און ער ווארט איר נישט אין גואטעמאלא עס צו טוהן, אויב אזוי קענסטו נישט איבערצייגן פאר זיכער אז דאס איז געווען די "כוונה", און די כלל פון דעם געזעץ איז אז די כוונה מוז איבערגעצייגט ווערן פאר זיכער אן קיין שום ספק.

ווי עס זעהט אויס אז די טשארדזש האט מען נישט געמאכט ביז יעצט ווייל עס איז א גענצליכע אבסורד, אבער פאר אינטערנעשנל עקסטרעדישן נוצט מען עס פאר נאך א טשענס, און ביי די טרייעל וועט דאס סייווי אוועקפאלן.

כדי אביסל צולייגן זאלץ און פעפער צו די מעשה, שרייבט מען אז אין לב טהור האט מען חתונה צו האבן קינדער, און ביי וועלכע פרומע יודן טוהט מען דאס נישט? אין לב טהור לערנט מען אויס פאר די חתונה וואס מען טוהט, און וואו טוהט מען דאס נישט? אפשר דארף מען דאס אויסלערנען ביי 5 יאר אזוי אין די פאבליק סקול.

קיינער אין לב טהור האט נישט געלייקנט אז די טאכטער האט חתונה געהאט, וואס די FBI שרייבט אז מען לייקנט אדער מען מאכט זיך עלטער, דאס איז המשך צו אלע העיט זאכן וואס מען שרייבט, אלעס וואס דער גייסטיש צושלאגענע יונגל האט געזאגט פאר אייזיק ווייס, אז אין לב טהור שלאפט מען אין צימערן פון שלענג און עקדעסן, און אויך מען שלאפט אין פארפרוירענע פריזער'ס (איך ווארט נאך אויף די דאקטער אפיניען, אז מען קען דאס איבערלעבן...)

יעדע מאל מיינט מען אז יעצט איז שוין אלעס דערנאך, מען האט שוין אנגעלערנט די געפערליכע קאלט, יעצט זענען זיי אויף געפערליכע צרות, ב"ה עס האלט נישט דארט, און דער אייבירשטער היט זיי... דער שומר ישראל האט כחות אסאך מער פון די FBI

איך קען נאך אסאך מאריך זיין אין דעם, אבער ווער עס וויל וויסן די פאקטן איז דאס שוין גענוג..
דינסטאג אפריל 20, 2021 2:59 am#470784
נאר 'באצופאל' זענען 7 פון דיינע 15 תגובות בנושא פון תחת טמא.
דינסטאג אפריל 20, 2021 4:56 am#470787


פון היינט און ווייטער זאל וויסן יעדע באס דרייווער, ווען ער לאזט זיך ארויס אויף די וועג, אז ער איז אחריות וואס יעדער איינער וועט טוהן ביינאכט, און אויב דארט איז דא א מיינער דארף ער זיכער מאכן אז ער טרענט נישט ארום ערגעץ, אויב יא זאל ער אים זאפארט אראפווארפן פון די באס...


א שטות פין א דמיון.

יעצט האבן זיי נישט פראבירט צו פארכאפן דער מיידל מיט געוואלד, נאר פראבירט צו זיין א מפתה אז זי זאל צוריקקומען, און איבערדעם אין מען זיי נישט טשארדזשן אויף דעם.

זיי זענען מסוכן ביז גאר, מאכן חתונה יונגע מיידלעך צו עלטערע מענטשן און געבן שלעק און קאנטראלירן די מענטשהייט.

זייט מען האט ארעסטירט דעם וויינגארטען, זענען אלע טעלעפאנען אין לב טהור אנגעהאקט, מען קען נישט אריין רופען אדער ארויס רופען.

זיי הערען אונטער אלע טעלעפאנען אין "בבל", גראדע האבן זיי ארויסגעווארפען (פאר א חודש) דער מבין וואס האט געמאכט דער סיסטעם צו הערען אלע פאון קאלס, און זיין ווייב און קינדער זענען געבליבען דארט, אלץ צוליב דער חטא ווייל ער האט געלערנט משנה ברורה.
דינסטאג אפריל 27, 2021 9:23 am#471569
הערט אביסיל די געשיכטע פון הבחור מענדי לעווי וועלכע איז אנטלאפן פון לב טהור און דערציילט ערשטהאנטיג דעטאלן פון זיינע מיטמאכענישן.

<a class="postlink" href="https://www.instagram.com/tv/COHz9nyF-wg/">https://www.instagram.com/tv/COHz9nyF-wg/</a>
דינסטאג אפריל 27, 2021 9:45 am#471575
היכי דמי
הערט אביסיל די געשיכטע פון הבחור מענדי לעווי וועלכע איז אנטלאפן פון לב טהור און דערציילט ערשטהאנטיג דעטאלן פון זיינע מיטמאכענישן.

<a class="postlink" href="https://www.instagram.com/tv/COHz9nyF-wg/">https://www.instagram.com/tv/COHz9nyF-wg/</a>


ביי בערך 1:15 - 1:17 פיקסט יוסף קרויס גוט צי יואלי ווייס'ן פארן מאכן א ראסיסטישע קאמענט אקעגן שווארצע.
דינסטאג אפריל 27, 2021 2:50 pm#471614
אונז גיימער ווידער זיין אין די נייעס, אין מאמענט, די וואך אי"ה.... ווארט מיט שפאנונג.

קען איינער ברענגען מענדי לעוויס זאך אויף גוגל דרייוו? - איך האב נישט קיין צוטריט צו אינסטגראם. יישר כח.
דינסטאג אפריל 27, 2021 3:17 pm#471623
אָפּגעזען פון יואלי װייס'נס קװאליפיקאציעס אלס אונטערװיוער, מענדי לעװי'ס דיבורים האבן מיר שטארק צושאקלט. אומגלויבליך. מיין הארץ גייט אויס פאר די אלע װאס זענען געבוירן דארט. עיני עיני ירדה מים. ער זעהט אויס צו זיין אין א גוטע\בעסערע מצב אצינד. האפנטלעך איז זיין מאָװי נישט בלויז א דמיון.
דינסטאג אפריל 27, 2021 4:00 pm#471628
הוגה, דאס האסטו ארויסגענימען פונעם גאנצן שמועס?
דינסטאג אפריל 27, 2021 5:14 pm#471636
סמבטיון
הוגה, דאס האסטו ארויסגענימען פונעם גאנצן שמועס?

וואס זאל איך טון אז פונקט ביי יענע נקודה האביך געדארפט גיין אויף בזיעת אפיך? 😕
זונטאג מאי 2, 2021 2:55 am#472130
חכמת שלמה
אונז גיימער ווידער זיין אין די נייעס, אין מאמענט, די וואך אי"ה.... ווארט מיט שפאנונג.

קען איינער ברענגען מענדי לעוויס זאך אויף גוגל דרייוו? - איך האב נישט קיין צוטריט צו אינסטגראם. יישר כח.



צו פארדעקן די לעצטע קידנעפינג?
וואס איז מיט ענק משוגעים?
ענק האבן זיך נאך נישט געלערנט?

📎 7358B72D-9E24-4433-A532-AA98FD03267A.jpeg
זונטאג מאי 2, 2021 6:07 am#472141
היכי דמי
הערט אביסיל די געשיכטע פון הבחור מענדי לעווי וועלכע איז אנטלאפן פון לב טהור און דערציילט ערשטהאנטיג דעטאלן פון זיינע מיטמאכענישן.

<a class="postlink" href="https://www.instagram.com/tv/COHz9nyF-wg/">https://www.instagram.com/tv/COHz9nyF-wg/</a>


Wowowo

איך בין באמת נתפעל געווארן פון די שטארקייט פון מענדי לעווי!!
זונטאג מאי 2, 2021 6:26 am#472145
איתן
איינער האט שוין אמאל געזען איין בילד פונעם קבר איש האלוקים בעל חכמת שלמה זצוק''ל ?
אינטערעסאנט מ'האט עהם נישט געלייגט אין קאשוי, נעבן הצדיק ר' משה בער בעק זצוק"ל.

איתן: דער אלטער קאשויער רב, הרב הצדיק ר' רפאל, זצוק"ל איז בכלל נישט געווען הרב משה בער בעק'ס טייפ. איך בין זיין תלמיד. איך האב געלערנט ביי איהם. ער איז געווען א נח למקום ונח לבריות. זיין אהבת ישראל האט געברענט אין איהם. ער האט געוואוסט דעם נאמען און דעם מצב פון א יעדן תלמיד. און זיך באצויגן צו איהם ווי אן אייגענער טאטע.

איך בין אמאל נישט געוען געזונט. כ'בין געבליבן אין דארמיטארי. יענעם אוונט איז די רבי אליינס בכבודו ובעצמו געקומען מיך מבקר חולה זיין. ער האט זיך נאכגעפרעגט אויב איך דארף עפעס...! נאר זיין זון. דער לעצט פארשטארבענער קאשויער רבי... ר' אליעזר חיים ז"ל האט געמאכט דעם רושם פון א קדוש וטהור. ער איז געווען א שלעכטער מענטש, אן אומפארגינער. ער האט זיך (אין זיינע יונגערע יארן) שטענדיג ארומגעריסן מיט די עלטערע בחורים (איך בין נאך דאמאלס, תשכ"ד ) געווען פון די יונגערע בחורים. כמעט א יעדן טאג, ספעציעל אין קעמפ איז געווען קולות וברקים. ס'איז שיער נישט געגאנגען פעטש. אלץ מיט די גרעסערע בחורים...! פלוצלינג איז ער געווארן א קדוש וטהור...! ער איז געווען די גלייכן פון ר' משה בער בעק...!
דינסטאג מאי 4, 2021 10:34 am#472348
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1GxC52hbDGGXK8iNgq6zaGLjvu1QDY4Fq/view?usp=sharing">https://drive.google.com/file/d/1GxC52h ... sp=sharing</a>
מאנטאג מאי 10, 2021 8:35 pm#472861
אלטער_איד, וואו איז די פיש??
מאנטאג מאי 10, 2021 10:11 pm#472870
[ציטאט אראפגענומען]

געוואלט פרעגן דאס זעלבע, מיז זיין זיי האבן סיי וואס עפעס אן אפמאך.
מיטוואך מאי 12, 2021 1:42 pm#473009
מען צאלט זיי גארנישט, עס איז סתם טפשות.
מיטוואך מאי 12, 2021 3:11 pm#473016
cictim
https://drive.google.com/file/d/1GxC52hbDGGXK8iNgq6zaGLjvu1QDY4Fq/view?usp=sharing

כהאב נישט קיין נעוון צו קוקן אזא לאנגע זאך, קען איינער זאגן בקיצור די חידושים וואס מזעט דארט?
דינסטאג יולי 27, 2021 2:39 am#478376
בקיצור...

1. נעם אוועק דעם רבי'ן פון דארט, וועט די גאנצע זאך צופאלן, אלע וועלן אנטלויפן פון דארט... ער האלט זיי אן מיט אן אייזערנעם פויסט און ער טעראריזירט זיי. איר גלויבט נישט? - פרעגט יאסל וואלדמאן, ער וועט אייך שוין דערציילן.

2. דער רבי איז שוין נישטא? - אה, דער רבי איז נאך פיין געווען. דער זוהן - דער נייער רבי, ער איז דער שלאנג, ער האט געהאלטן זיין טאטע'ן אונטער קאנטראל. דער טאטע איז אפילו נישט געווען אזוי שארף. אלעס איז דער זוהן שולדיג. איר גלויבט נישט? - פרעגט מענדי לעווי, ער וועט אייך שוין דערציילן.

3. דער נייער רבי איז שוין אין טורמע, און אלעס איז נאך אויפן פלאץ? - אה, ס'איז אויך נישט דער היינטיגער רבי... פרעגט נאר נתן... ס'איז ר' מאיר יששכר ראזנער, ער איז דער גאנצער מוח, ער האט געהאט השפעה, סיי אויפן פאריגן רבי'ן און סיי אויפן היינטיגן. די העלבראנץ משפחה איז אפילו נישט געווען דער אמת'ער פראבלעם, ר' מאיר יששכר, ער איז געווען די זאך. ער איז דער פאקטישער פירער און ער האט אריינגעברענגט אלע חומרות און טעראר אויפן פלאץ. נעמט אים אוועק פון דארט און אלעס וועט זיין מסודר. פרעגט נאר איבער נתן וועט איר שוין הערן.

4. ר' מאיר יששכר איז אויך אין תפיסה? - אינאיינעם מיט נאך אפאר חברה פון די פירער פאזיציע? - המם... אנטשולדיגט... ס'איז נישט זיי, ס'איז די וויינגארטן ברידער. זיי זענען די רשעים, איר קענט נישט די משפחה, זיי מאכן אינאיינעם א משפחה'דיגע יד אחת און האלטן טעראריזירט דעם גאנצן שטעטל, אפילו דעם רבי'ן מיט ר' נחמן מאיר יששכר'ן. איר ווייסט ווער זיי זענען? - דאס גאנצע שטעטל ציטערט פון זיי אימת מוות. נעמט זיי אוועק פון דארט און איר וועט זען אז אלעס וועט זיך פון זיך אליין צעגיין, יעדער וועט וועלן אהיימקומען ווי שנעלער, מען וועט זען אז די טעראר איז שוין אראפ פון ארט. איר גלויבט נישט? - פרעגט גרינהוט, ער וועט אייך שוין דערציילן.

5. אלע וויינגארטן ברידער זענען שוין אונטער ארעסט. דער רבי לעבט שוין נישט (אה, ער לעבט נאך יא? - ער מיטן ליובאוויטשער... אבער א מינוט, איך האב געמיינט אז די גבאים האבן אים גע'הרג'עט... כאפ איך נאכנישט פונקטליך וואס דער אמת איז...) , דער נייער רבי איז שוין אויך אוועקגעלייגט, אינאיינעם מיט ר' מאיר יששכר און אלע הויכע שישקעס. די וויינגארטן ברידער זענען אין גואטאמאלע טורמע, און פאר א נויט זיצט אפילו זייער פאטער אין אמעריקע... בקיצור, קיינער איז שוין נישטא. וואס איז יעצט? - פארוואס אנטלויפן נישט אלע פון דארט?

6. אה, איך האב פארגעסן: עפעס א פרוי, חיה שרה מלכה, זי איז די גרויסע טעראריסטקע, זי האלט אלעמען אן ביים קארג, זי פירט דאס גאנצע שטעטל, גיבט מלקות, לייגט אין פריזער, הענגט אויף קינדער, מאכט חתונה קינדער, אלעס מאכט זי. אמת? - זי איז די וואס פירט אן מיט אלע שטיקלעך. בקיצור, זי איז די גאנצע אבן נגף, אויב מען וועט איר אוועקנעמען פון דארט, וועט אלעס זיין בסדר, אלע וועלן פון דארט אוועקגיין. אמת?

גיב מי עי ברעיק... עפנט אייך די אויגן.
דינסטאג יולי 27, 2021 8:12 am#478386
לגבי זיין תגובה,

קיינער רעדט זיך נישט אין אז די קאלט וועט בטל ווערן דורך די ארעסטען.

דער איינציגסטער וועג עס מבטל צו זיין איז דורך צו נעמען די קינדער, אלע אונטער אכצען, און דער פראבלעם איז אז קיינער וויל נישט נעמען די אלע קינדער און זיך אפגעבן מיט זיי. אפילו די צוויי אין ווילי קומען אהן מיט שווערע כחות.
דינסטאג יולי 27, 2021 11:01 am#478391
<a class="postlink" href="https://bshch.blogspot.com/2021/07/blog-post_2183.html?m=1">https://bshch.blogspot.com/2021/07/blog ... 3.html?m=1</a>
דינסטאג יולי 27, 2021 12:55 pm#478401
אישתישבי

דער איינציגסטער וועג עס מבטל צו זיין איז דורך צו נעמען די קינדער, אלע אונטער אכצען.


מיט וואס פארא רעכט מעג מען צונעמען יענעמס קינדער???
דינסטאג יולי 27, 2021 1:20 pm#478405
וואס א חילוק אז די יעצטיגע רבי איז אין תפיסה? עס פעלן דען קאלט לידערס וואס פירן פון תפיסה?
קוק נאר וויאזוי וואראן דזשעפס פירט די עפ.על.די.עס פון טורמע מיט א שטארקייט.

למעשה ווילאנג אוריאל גאלדמאן בלייבט דארט וועט עס אנגיין מיט א שטארקייט.
איך גלייב ער איז די לעצטע מאכטפולע שלאנג וואס איז דארט פארבליבן.
דינסטאג יולי 27, 2021 2:22 pm#478409
איך בין סתם אזוי אינטרעסירט אביסעל צו הערן איבער דעם גאלדמאן, קען איינער ברענגען אביסעל מער פרטים איבער דעם פערזאן? איך געדענק אים פון די דאקעמענטעריס אויף לב טהור אפאר יאהר צוריק, אבער דעמאלטס האט ער אויסגעזעהן שיין צאמגענימען די בארד געמאכט די פאות שיין געקרייזעלט א מענטשליכע רעקל גאנץ א פעשער מענטש וכו' אבער די לעצטיגע קליפ ווי ער רעד צו דעם ריפארטער אין בבל, איז זיין בארד צישטרויבעלט זיין רעקל מער ווייס ווי שווארץ די פאות פארקניפט און בכלל אויסגעדארט און אויסגעשלאגן, עס לאזט זיך גלייבן אז אדער איז ער דורך א באהאנדלונג דארט, אדער איז ער אליין געווארן מער עקסטרעם? איך בין אביסל צימישט איבער זיין פערזענליכקייט, סאמהאו זעט ער מיר נישט אויס צו זיין אזא אכזר ווי די וויינגארטענס וואס די רציחה שפראצט ארויס פון זייער אויגן ווי אייסעס מיטגלידער. איז ער נאר די פינאנץ מעניסטער דארט?
מיטוואך יולי 28, 2021 9:57 am#478527
עס איז דא דארט אסאך אסאך גאלדמאן'ס, קען זיין אז מען רעדט פין צוויי.

לויט ווי איך הער, פירען די גאלדמאן'ס היינט.
מיטוואך יולי 28, 2021 3:50 pm#478557
איך רעד פון דעם זעלבן מענטש, אוריאל גאלדמאן
מיטוואך יולי 28, 2021 4:01 pm#478558
דער ראביי גולדמאן ארגומענטירט אז ער איז געווען א זעלנער אין די ספעציעלע איינהייטן פון די מדינת ישראל ארמיי.
א ווארט זאגער פון די ארמיי האט רעאגירט אז ס'איז נישט פארהאן קיין שום רעקארד פון א צנחן מיטן נאמען גולדמאן...
והוא פלאי...
ווארשיינליך האט אים דער ארז הנגדע שר''י, געגעבן פארשידענע איינשפריץ וועלכע האבן אים געמאכט טראכטן אז ער איז געווען א ווירקליכער זעלנער....
מיטוואך יולי 28, 2021 7:14 pm#478572
קאך_לעפל
דער ראביי גולדמאן ארגומענטירט אז ער איז געווען א זעלנער אין די ספעציעלע איינהייטן פון די מדינת ישראל ארמיי.
א ווארט זאגער פון די ארמיי האט רעאגירט אז ס'איז נישט פארהאן קיין שום רעקארד פון א צנחן מיטן נאמען גולדמאן...
והוא פלאי...
ווארשיינליך האט אים דער ארז הנגדע שר''י, געגעבן פארשידענע איינשפריץ וועלכע האבן אים געמאכט טראכטן אז ער איז געווען א ווירקליכער זעלנער....


ברענג א לינק פונעם ווארטזאגער.