פארומס › די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"

די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"

496 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12713
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 12:14 am#440358
די מימע וואס האט אים ארויסגעראטעוועט הייסט אורית. איהר פעלט אויך א שרייפעל. און האט פיינט אידישקייט. האמיר היבש גערעדט פאריאר ווען מיר זענען געווען פארנימן מיט די לב תחת פרשה. איך מיין אז דיר חכמת שלומה איז סתם א לץ. ווייל ער ווייסט אז רוב חסידים דרייען זיך נישט אויף די אינטרנעט. און אז ב"ה אידישקייט אין אמעריקע בליעט. אן דעם וואס מען הינגערט אויס מענטשען א.ד.ג. און ווייסט אויך אז אלע וואס קומען ארויס פארציילן פינטקלעך וואס גייט דארט פאר...

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk
דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 12:14 am#440359
סמבטיון האט געשריבן:עס איז מיר אינטרעסאנט, אז קיינער רעדט נישט פון די דאקעמענטרי וואס איינער האט דא אראפגעברענגט די וואך, עס האט מיר געקאסט א שיין פאר טרערן.
די מימע וואס האט אים ארויסגעראטעוועט הייסט אורית. איהר פעלט אויך א שרייפעל. און האט פיינט אידישקייט. האמיר היבש גערעדט פאריאר ווען מיר זענען געווען פארנימן מיט די לב תחת פרשה. איך מיין אז דיר חכמת שלומה איז סתם א לץ. ווייל ער ווייסט אז רוב חסידים דרייען זיך נישט אויף די אינטרנעט. און אז ב"ה אידישקייט אין אמעריקע בליעט. אן דעם וואס מען הינגערט אויס מענטשען א.ד.ג. און ווייסט אויך אז אלע וואס קומען ארויס פארציילן פינטקלעך וואס גייט דארט פאר...

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk
דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 3:25 am#440366
הדסים האט געשריבן:איינער ווייסט אויב חכמת שלמה איז לעגיטים?

זיין טעגליין לויטעט ׳צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה׳
כ׳גלייב אז ער מיינט מרמז צו זיין אויף דער רבי דארט וואס דאכצעך זיין נאמען איז געווען שלמה ״ארז״ העלבראנץ.

איך גלייב נישט אז א טראלל וואלט אריינגעלייגט די מוה פאר אזא רמז׳ל, ס׳קוקט ענדערש אויס ווי אן עכטע חסיד.
דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 8:18 am#440370
חכמת איז א פעיק.
דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 12:35 pm#440380
אישתישבי האט געשריבן:חכמת איז א פעיק.

איך וואלט געפרעגט וואס וויל ער אויפ'ן אמת? וואס טרייבט דא צו קומען און שפילען מיט מענטשן? אבער ע"ז כבר אמר הפתגם העממי 'טראכט נישט וואס די פערד טראכט, ווארום די פערד טראכט נישט'.
דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 8:54 pm#440572
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:'טראכט נישט וואס די פערד טראכט, ווארום די פערד טראכט נישט'.

שמעתי מיהודי חסידי מעשה פלא:
א יונגערמאן איז אריבער אמאהל אין א רינדער-שטאַל, בשעת ער באטראכט די קוען,
באמערקט ער ווי דעם ארבעטער דארט האט אריינגעברענגט דאס שענסטע און בעסטע שטרוי אינעם מארק,
אלע קוען האבן זיך גענומען טאנצן און צו-לויפן צום גם תבן גם מספוא, און די שמחה איז געוועהן למעלה ראש.
שטייענדיג אין א זייט, באמערקט ער ווי צוויי ריזיגע אקסן שטייען אזוי גלייך-גילטיג, ווי די גאנצע זאך בארירט זיי ניט אמאהל,
האט ער געקלערט ביי זיך, או-אה, מן הסתמא זענען די צוויי אקסן ספעציעלע בעלי מוחין,
און דאס איז די סיבה פארוואס זיי כאפן נישט קיין התפעלות פון די געלונגענע שטרוי,
אן עלטערער חסיד איז אריבער דארט און ער האט באמערקט ווי דער יונגערמאן ווערט נתפעל פאר די פאר'מוח'עטע אקסן,
האט ער עם געזאגט:
"יונגערמאן, נישט אלע מאהל ווען מ'טאנצט נישט, קומט דאס פון גדלות-המוחין,
צו-מאהל, גדלות-האחוריים לאזט נישט אזוי טאנצן..."
ודפח"ח.

יעדע קען נעמען די מעשה צו זיינע מוסר-השכל'ס,
אבער אפריון נמטיה לידידינו הוותיק ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB וואס האט מיר דערמאנט די עובדה.
דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 9:31 pm#440582
וכידוע די מעשה פון די צוויי רבנים וועלכע זענען געזעצן אויבנאן ביי א חתונה און מ'האט אריינגעברענגט די גלידה (אייזקרעי"ם באנגלי"ש), איינער האט זיך ווארעם אנגערופן און דעם צווייטן האט עס נישט געפאסט האט ער מקיים געווען דעם משוך ידך הימנה. נאכ'ן זיך אנזעטיגן דאס צונג מיט די זיסע אייזקרעים רופט זיך אייזקריע"ם עסער אן צו זיין קאלעגע אויבנאן זיצער "דו ליידסט אויף גאווה און איך לייד אויף תאווה, וואס איז די חילוק צווישן אונז צוויי? די חילוק צווישן מיר און דיר איז" - האט ער אויסגעפירט במת"ק לשונ"ו - "אז איך האב כאטש געהאט א גוטן אייזקריעם און דו ביזט געבליבן הונגעריג..."
מיטוואך יאנואר 01, 2020 9:40 am#440654
נקודת-אמת האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:'טראכט נישט וואס די פערד טראכט, ווארום די פערד טראכט נישט'.

שמעתי מיהודי חסידי מעשה פלא:
א יונגערמאן איז אריבער אמאהל אין א רינדער-שטאַל, בשעת ער באטראכט די קוען,
באמערקט ער ווי דעם ארבעטער דארט האט אריינגעברענגט דאס שענסטע און בעסטע שטרוי אינעם מארק,
אלע קוען האבן זיך גענומען טאנצן און צו-לויפן צום גם תבן גם מספוא, און די שמחה איז געוועהן למעלה ראש.
שטייענדיג אין א זייט, באמערקט ער ווי צוויי ריזיגע אקסן שטייען אזוי גלייך-גילטיג, ווי די גאנצע זאך בארירט זיי ניט אמאהל,
האט ער געקלערט ביי זיך, או-אה, מן הסתמא זענען די צוויי אקסן ספעציעלע בעלי מוחין,
און דאס איז די סיבה פארוואס זיי כאפן נישט קיין התפעלות פון די געלונגענע שטרוי,
אן עלטערער חסיד איז אריבער דארט און ער האט באמערקט ווי דער יונגערמאן ווערט נתפעל פאר די פאר'מוח'עטע אקסן,
האט ער עם געזאגט:
"יונגערמאן, נישט אלע מאהל ווען מ'טאנצט נישט, קומט דאס פון גדלות-המוחין,
צו-מאהל, גדלות-האחוריים לאזט נישט אזוי טאנצן..."
ודפח"ח.

יעדע קען נעמען די מעשה צו זיינע מוסר-השכל'ס,
אבער אפריון נמטיה לידידינו הוותיק @ליטוואק פון בודאפעסט וואס האט מיר דערמאנט די עובדה.

לכאורה איז די מוסר השכל אז גדלות האחוריים איז א גוטע זאך.
מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:10 pm#440688
אישתישבי האט געשריבן:לכאורה איז די מוסר השכל אז גדלות האחוריים איז א גוטע זאך.

דאס האב איך דאך געשריבן
נקודת-אמת האט געשריבן:יעדע קען נעמען די מעשה צו זיינע מוסר-השכל'ס

:twisted:
מיטוואך פעברואר 10, 2021 10:28 am#466722
מאמענט מאגאזין האט די וואך א באזוך אין קרית בבל - לב טהור
מיטוואך פעברואר 10, 2021 11:43 am#466727
אין די לעצטע פאר וואכן איז פארגעקומען א שמחה גדולה אין לב טהור, אזש אזאנע שמחה אז אנשים נשים וטף זענען אלע געקומען אין בית המדרש.

וואס איז געשעהן?

אין לב טהור איז זיי נאכנישט געלונגען אריין צובאקומען קיין איין כהן, אלץ איז דארט ישראלים אדער גרים אדער אנדערע פין די עשרה יוחסין, אבער א כהן איז נישטא.

האט זיך געמאכט א פטר רחם און מען דארף דאך מאכן א פדיון הבן האבן זיי באצאלט א כהן א טיקעט זאל קומען פאר דער פדיון הבן. (א חידוש אז דער רבי אליין קען נישט ווערען א כהן און דאס ארלעדיגען).

נו, אז עס איז דא א כהן, האט מען ביים דאווענען געהייסן דער בעל תפלה זאגן כהנים, און דער כהן איז ארויף מאכן נשיאות כפים.

אלע דארפסלייט האבן געהערט אז עס גייט פארקומען א ברכת כהנים וואס זיי האבן נישט כמעט קיינמאל, איז אלץ געגאנגען אין שוהל געבענטשט ווערען פין די כהנים.
מיטוואך מערץ 03, 2021 11:01 pm#467911
א גוט יאר פאר אייך טייערע ברידער אין אמעריקע.

ווי איר זעט אליין, טוה איך זיך לעצטנס פארמיידן פון שרייבן דא צו אפט. צווישן די הנהלה זענען דא אזעלכע וואס האבן דאס נישט ליב, בשעת אנדערע פון די הנהלה ווילן אז איך זאל דווקא יא שרייבן, איך זוך נישט אריינצושטעקן מיין קאפ דארט וואו ס'פעלט נישט אויס. מיין רצון איז בלויז צו טון גוטס און זיין געטריי, און דער אויבערשטער איז עדות כי לטובה כוונתי. מזמן לזמן שרייב איך יא עפעס, צו האלטן אביסל אינפארמירט דעם עולם. איך גלויב אז דער ציבור דא וויל יא הערן מזמן לזמן וואס עס טוט זיך ביי אונז, און נישט דווקא פון גע'גנב'עטע מקורות וואס כאפן זיך אריין און שרייבן ככל העולה על רוחם, מ'וויל הערן פון איינער פון אינערווייניג, ס'איז א בחינה פון זה נהנה וזה נהנה.

אגב, די באשרייבונגען וואס זענען לעצטנס געווען אין געוויסע מאגאזינען, וואס איז לאו-דוקא מדויק, איז אנגעקומען צו אונזערע אויגן, מען האט עס דא געליינט, ווער עס האט עס געליינט/

אזוי ווי לעצטנס איז פארגעקומען דא בתוככי קהילתינו בעיר בבל, עטליכע חתונות, און מיר קלערן אז ס'וועט זיין אינטערעסאנט פארן עולם צו זען די הזמנות, דאס ווארפט אביסל א בליק אריין ביי אונז (מיט אמת'ע אטענטישע דאקיומענטן). איך גלויב אז דער עולם וועט הנאה האבן דערפון.

האט הנאה.
מיטוואך מערץ 03, 2021 11:07 pm#467913
הזמנה ב
מיטוואך מערץ 03, 2021 11:08 pm#467914
איך האף אז דער עולם וועט הנאה האבן דערפון.
מיטוואך מערץ 03, 2021 11:41 pm#467917
וואס האסטו מורא אז מ’וועט זעהן די נעמען?
מיטוואך מערץ 03, 2021 11:41 pm#467918
איך האב פרובירט באריכטן אייער תגובה און איך בין צופרידן צו זעהן אז איינער האט מיר שוין אויסגעכאפט, און מען האט ב"ה געמעקט.

איר פרובירט ניטאמאל באהאלטן אייער נידריגע בלעקמעיל סטראשעס, און מיר דארפן גלייבן אייער איינוואוינער לעבן נישט אינטער שטענדיגע פחד.
דאנערשטאג מערץ 04, 2021 2:54 am#467938
חכמת שלמה האט געשריבן:א גוט יאר פאר אייך טייערע ברידער אין אמעריקע.

ווי איר זעט אליין, טוה איך זיך לעצטנס פארמיידן פון שרייבן דא צו אפט. צווישן די הנהלה זענען דא אזעלכע וואס האבן דאס נישט ליב, בשעת אנדערע פון די הנהלה ווילן אז איך זאל דווקא יא שרייבן, איך זוך נישט אריינצושטעקן מיין קאפ דארט וואו ס'פעלט נישט אויס. מיין רצון איז בלויז צו טון גוטס און זיין געטריי, און דער אויבערשטער איז עדות כי לטובה כוונתי. מזמן לזמן שרייב איך יא עפעס, צו האלטן אביסל אינפארמירט דעם עולם. איך גלויב אז דער ציבור דא וויל יא הערן מזמן לזמן וואס עס טוט זיך ביי אונז, און נישט דווקא פון גע'גנב'עטע מקורות וואס כאפן זיך אריין און שרייבן ככל העולה על רוחם, מ'וויל הערן פון איינער פון אינערווייניג, ס'איז א בחינה פון זה נהנה וזה נהנה.

אגב, די באשרייבונגען וואס זענען לעצטנס געווען אין געוויסע מאגאזינען, וואס איז לאו-דוקא מדויק, איז אנגעקומען צו אונזערע אויגן, מען האט עס דא געליינט, ווער עס האט עס געליינט/

אזוי ווי לעצטנס איז פארגעקומען דא בתוככי קהילתינו בעיר בבל, עטליכע חתונות, און מיר קלערן אז ס'וועט זיין אינטערעסאנט פארן עולם צו זען די הזמנות, דאס ווארפט אביסל א בליק אריין ביי אונז (מיט אמת'ע אטענטישע דאקיומענטן). איך גלויב אז דער עולם וועט הנאה האבן דערפון.

האט הנאה.
איז דא דארט מיידלעך פאר שידוכים? אפשר קען מען עפעס מאכן שידוכים מיט היימישע בחורים פון ניו יארק

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
דאנערשטאג מערץ 04, 2021 9:05 am#467943
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וכידוע די מעשה פון די צוויי רבנים וועלכע זענען געזעצן אויבנאן ביי א חתונה און מ'האט אריינגעברענגט די גלידה (אייזקרעי"ם באנגלי"ש), איינער האט זיך ווארעם אנגערופן און דעם צווייטן האט עס נישט געפאסט האט ער מקיים געווען דעם משוך ידך הימנה. נאכ'ן זיך אנזעטיגן דאס צונג מיט די זיסע אייזקרעים רופט זיך אייזקריע"ם עסער אן צו זיין קאלעגע אויבנאן זיצער "דו ליידסט אויף גאווה און איך לייד אויף תאווה, וואס איז די חילוק צווישן אונז צוויי? די חילוק צווישן מיר און דיר איז" - האט ער אויסגעפירט במת"ק לשונ"ו - "אז איך האב כאטש געהאט א גוטן אייזקריעם און דו ביזט געבליבן הונגעריג..."

סתם פאר די ידעה שבו ס'איז געווען רבי אביגדור מיללער ז"ל מיט נאך א רב. און ער האט געזאגט פאר יענעם "איך מיט מיין תעיווה האט געהאט צוועי, די מיט דיין געיווע האט ניט געהאט גארנישט!"
דאנערשטאג מערץ 04, 2021 11:31 am#467952
גיב א שמייכעל האט געשריבן:

נישט ר' אביגדור מיללער, נאר ר' שבתי וויגדער זצ''ל.
גאנץ אן ענליכער נאמען.
דאנערשטאג מערץ 04, 2021 11:40 am#467956
moneyminded האט געשריבן:איז דא דארט מיידלעך פאר שידוכים? אפשר קען מען עפעס מאכן שידוכים מיט היימישע בחורים פון ניו יארק

:like :lol: :lol:
דאנערשטאג מערץ 04, 2021 4:32 pm#467968
די ווילסט אונז אלע איינרעדן אז די זיצט אין לב טהור און די שרייבסט אויף ק"ש ? הער אויף מיט דיינע באבקעס ביטע, ענק האבן דאך קוים עקסעס צו אינטערנעט
דאנערשטאג מערץ 4, 2021 3:41 pm#467969
איך ווייס גראדע, אז דער ברודער יואל העלבראנץ פלעגט שרייבן אבער שרייבט אויף ק"ש.

אבער חכמת איז לכאורה א פעיק.
דאנערשטאג מערץ 4, 2021 3:42 pm#467971
אפשר איז ער חכמת שלמה?
דאנערשטאג מערץ 4, 2021 7:02 pm#467988
חכמת שלמה איז א איד פון מאנסי, כ'ווייס ווער ער איז.
דאנערשטאג מערץ 4, 2021 7:34 pm#467990
ער האט צופיל אינפארמעישן פון דארט, שווער צו זאגן אז ער איז א פעיק. איך קוק צוריק די היסטארי און איך זעה אז די לייבן אין קאווע שטיבל האבן געהאלטן אז ער איז פון דארט. ער ווייסט זאכן וואס קיינער ווייסט נישט.

פון וואו האט ער די אינוועטעישנס?
דאנערשטאג מערץ 4, 2021 10:17 pm#467996
[ציטאט אראפגענומען]

דאס ווייס איך זיכער אז די עסקנים דארט זענען אויף די אינטערנעט. דאס האב איך געהערט פון א תושב דארט.
פרייטאג מערץ 5, 2021 12:38 pm#468034
ער דארף שווער ארבעטן צו באקן אלע מעשיות און שרייבן אינוויטעשאנס וכדומה אויב איז ער פאלש, טויגליך איז ער זיכער אויב עפעס.
זונטאג מערץ 7, 2021 5:23 pm#468138
ליין דורך די אינוועטעישנס, זעה וויפיל טאלאנט עס ליגט אין דעם, און זאג מיר נאכאמאל אז דיין פערצן יעריגס קען דאס מאכן... פארוואס איז ער געגאנגען, אפגעשריבן און געמאלעוועט דריי אינוועטעישנס מיט הערליכע מליצות און לשונות, מיט מאלערייען... סתם צו משוגע מאכן א וועלט?
זונטאג מערץ 7, 2021 6:08 pm#468140
יא
זונטאג מערץ 7, 2021 6:18 pm#468141
פארוואס בלאקט מען נישט חכמת שלמה
זונטאג מערץ 7, 2021 6:20 pm#468142
אבשלום בן מעכה
ליין דורך די אינוועטעישנס, זעה וויפיל טאלאנט עס ליגט אין דעם, און זאג מיר נאכאמאל אז דיין פערצן יעריגס קען דאס מאכן... פארוואס איז ער געגאנגען, אפגעשריבן און געמאלעוועט דריי אינוועטעישנס מיט הערליכע מליצות און לשונות, מיט מאלערייען... סתם צו משוגע מאכן א וועלט?

מאיפה אתה יודע את הגיל של הבחור שלו סתם אני שואל? ולמה הוא עשה זאת כבר ענה רבנו הקדוש בתגובה הבאה
זונטאג מערץ 7, 2021 6:22 pm#468143
קוויטעל
פארוואס בלאקט מען נישט חכמת שלמה

פארוואס יא? עס זענען דא גרעסערע אפיקורסים דא
זונטאג מערץ 7, 2021 9:39 pm#468156
ער לייגט אריין שווערע כוחות צו מהנה זיין דעם עולם אויף קאווע שטיבל, פארוואס זאל מען אים אויסשפארן?
זונטאג מערץ 7, 2021 10:15 pm#468157
מען האט אים אמאל אויסגעשפארט פאר אומאיידעלע געשפרעכן, אבער מיט זיין נייע ניק האלט ער זיך אין די ראמען.
פארקערט, אין יעדע פאוסט קען מען ליינען די מוניפולערישע קולטישקייט אפען אדער צווישן די שירות.
זונטאג מערץ 7, 2021 11:40 pm#468161
מאך זיכער
אקעי,

עס איז מיר נישט גרינג צו שרייבן, ווייל חכמת שלמה האט מיר אויך געהאלטן איינגערעדט א שטיק צייט, אזוי אויך האב איך געהאט גערעדט מיט א עסקן אין די קעיס פון לב טהור וואס האט מיר דאן געהאט באשטעטיגט אז חכמת שלמה איז א געוויסער אקטיווער מיטגליד אין די סעקטע. אבער למעשה האט מיר א גוטער חבר פון דא צוגעצייגט שווארץ אויף ווייס אז חכמת שלמה איז נישט מער ווי א שטארק טאלאנטפולער נערוון קריכער.

בנוגע די אנדערע ניקים בין איך נישט זיכער, אבער עס איז שוין נישט קיין ספק אז חכמת שלמה איז א טראלל, און עס איז מיר שווער צו זאגן ווייל איך האב צוריקגעקוקט אין מיינע אלטע תגובות און איך בין רויט געווארן זעענדיג ווי איך טענה חי וקים אז איך ווייס פאר א פאקט ווער ער איז און אז ער איז פון דארט.

אבער למעשה שטעלט זיך ארויס אז איך האב געהאט א גראבע טעות און חכמת שלמה איז א לאקאלער דפוק.

נעקסט טיים "מאך זיכער"
זונטאג מערץ 7, 2021 11:42 pm#468162
מאך זיכער
למעשה האט מיר א גוטער חבר פון דא צוגעצייגט שווארץ אויף ווייס אז חכמת שלמה איז נישט מער ווי א שטארק טאלאנטפולער נערוון קריכער.

אפשר מעגן מען מיטטיילן די באווייז וואס האט באוויזן דיר איבערצוצייגן? (נישט אז איך האב א ספק אין זיין טראללשאפט, כ׳בין סתם נייגעריג וואס האט דיר איבערצייגט.)
ֿ
אז מ׳רעדט שוין סתם אן אינטערעסאנטע זאך וואס כ׳האב באמערקט, כ׳האב באמערקט אז טראללס האבן א נייגונג איבערצולאזן א רמז אז זיי זענען א טראלל, צ.ב. חכמת שלמה׳ס רמז איז אין זיין חתימה ״כ׳ארז׳ בלבנון ישגה...״ (מן הסתם זענען דא נאך וואס כ׳האב נישט באמערקט). די פוינט איז אז אזוי קען מען אונטער׳ן דאכענע לאכן פון די ״נארישע״ מענטשן וואס האט נישט ״געכאפט״ די רמז וואס שטייט זיי פארנט פונעם נאז, כאילו איינעם אינטערעסירט גענוג שטארק צו גיין חקר׳נען אין חתימות, די וואס כאפן נישט איז עס ווייל זיי זענען פארנומען מיט וויכטיגערע זאכן. ס׳איז אזויווי די מעשה פון יענע אינגל (דגל מחנה אפרים) וואס איז זיך געגאנגען באהאלטן ווייל ער האט געמיינט אז איינער גייט איהם גיין זוכן, קיינער זוכט נישט, קיינער קימערט זיך נישט, נאר צווישן איין אימעיל אונעם צווייטן כאפט מען זיך ארויף אויף קאוועשטיבל און מ׳וואונדערט זיך פאר א מינוט׳קעלע און מ׳גייט ווייטער צום נעקסטן פאון קאל.
מאנטאג מערץ 8, 2021 8:06 am#468182
קוויטעל
פארוואס בלאקט מען נישט חכמת שלמה

פארוואס יא?
מאנטאג מערץ 8, 2021 1:44 pm#468205
חכמת שלמה איז שוין געבלאקט!

אגב, איך האב אויך געשמועסט מיט חכמת שלמה, איך בין משוכנע אז ער איז פון דארט. קיין וואצעפ האט ער נישט (ווייסט קוים וואס דאס איז), ממילא איז מיר שווער צו גלייבן. ס'איז סיי ווי נישט נוגע, ווייל ער איז שוין געבלאקט. ס'איז א שאד, ווייל ער האט צוגעגעבן קאליר צום שטיבל און ער האט "יא" געברענגט אינפארמעישן פון דארט און ס'איז געווען זייער אינטערעסאנט. מיר זענען אוועק פון אייוועלט, ווייל מ'האט נאר אקצעפטירט אלע מענטשן וואס פיטן אריין אין דעם זעלבן באקס. קאווע שטיבל איז א פלאץ וואס איז פילפארביג און קען פארנעמען אויך עפעס אנדערש. ווי לאנג ס'איז אינטערעסאנט און קאלירפול, זעה איך נישט פארוואס מען האט אים געדארפט אויסשפארן, אין די צייט וואס ער האלט אונטער דעם עולם (און מ'שטיינס געזאגט: קאווע שטיבל מעג נוצן א שטיקל בוסט... ס'איז נישט די פאסיגסטע צייט יעצט דערפאר).

אבער... איך מיש זיך נישט אריין אין די החלטות פון די הנהלה, אפשר האט ער געטון ערנסטע פארלעצונגען.
מאנטאג מערץ 8, 2021 1:56 pm#468207
ער האט געסטראשעט גליק איבער די ארטיקל פון לב טהור אין זיין לעצטן פאוסט.
עס איז געמעקט געווארן.

אבער פארוואס טראכסטו ער איז אויסגעשפארט?
ער איז דא געווען 11 מינוט צוריק.

📎 EED1E104-7D34-40F1-9612-A802E1087C19.jpeg
מאנטאג מערץ 8, 2021 2:03 pm#468209
ער האט אזוי געזאגט פאר א ניק דא.

אגב, וואס האט ער געסטראשעט גליק?
מאנטאג מערץ 8, 2021 2:09 pm#468210
סתם א ליגנער.
זעסטיך ער איז יא דא.
מאנטאג מערץ 8, 2021 2:36 pm#468213
זיינע אישי'ס ווערן נישט געעפנט און נישט געליינט. איך האב פראבירט.
מאנטאג מערץ 8, 2021 4:09 pm#468218
חכמת שלמה זעהט אויס ווי איינער וואס האט ארויס די פלאץ זייער גוט אבער פון דעם וואס ער האט אמאל דערמאנט דעם העברעישן נאמען "ארז" אויפן רבי'ן איז א קלארע באווייז אז ער איז נישט פון דארט.
דאנערשטאג מערץ 11, 2021 1:49 am#468353
איך מיין אז איך האב גענוג קרעדיביליטי און דערפאר וויל איך קלארשטעלן וואס איך ווייס פאר א הונדערט פראצענטיגע פאקט:
חכמת שלמה איז א טראלל. ער וואוינט נישט אין גואטאמאלא, נאר אין אמעריקע. כ'ווייס אויך פונקטליך וואו.
ער האלט פונעם כת און טראללט מיטן עולם, וויסנדיג אביסעלע מער די דארטיגע נייעס ווי סתם מענטשן.
ותו לא מידי.

כ'קען נישט דערציילן פון וואו כ'בין עס געוואויר געווארן, אבער גלייבטס מיר אז כ'האב עס באשטעטיגט אויף הונדערט פראצענט.
דאנערשטאג מערץ 11, 2021 8:50 am#468360
אינעם וועקער איז געשטאנען אז עס איז יואל העלבראנץ.
איז דאס נאר געווען א בייפאל?
דאנערשטאג מערץ 11, 2021 12:59 pm#468371
חכמת שלמה איז א טראל הידוע, נישט נאר אויף ק"ש נאר אין ריעל לייף האט ער שוין אויך געטראלט מיט אידענטיטעטן, ס'איז נישט די ערשטע כאראקטער וואס ער שפילט אויף ק"ש ואכמ"ל. טייל פון די ניקים וואס דיפענדן אים געהערן צו אים אליין.
ס'איז דא איין פראבלעם, ווען טראלס כאפן נישט אז די קאווע שטיבל מיטגלידער זענען מער ראפינירט ווי זייער טראליזם.
דאנערשטאג מערץ 11, 2021 1:15 pm#468372
איך האלט אז ער געבט צו קאליר צום שטיבל אפילו אויב ער איז א טראל, (זייטס מיר נישט חושד אין זיין איינע פון זיינע ניקס).
דינסטאג מערץ 30, 2021 5:05 am#469047
רשויות החוק בגוואטמלה, שם שוהים כת לב טהור, עצרו במהלך החג הראשון של פסח את אחד מראשי הכת בחשד לחטיפת ילדים • בכת חושבים לעבור בקרוב ל...איראן (חרדים)

הבכיר שנעצר - יעקב וינגרטן בכיר בכת נעצר; 'לב טהור' יעברו ל...איראן?
דרמה במדינה הלטינית: במהלך חג ראשון של פסח, רשויות החוק הגואטמליות עצרו את אחד מראש הכת, ככל הנראה ישנו עצור נוסף.

על פי הידוע עד כה, המשטרה הגואטמלית קיבלה עדויות, כי לתוככי הכת 'לב טהור', מבריחים ילדים קטנים ממדינות שונות בעולם וכבר עצרה בעבר מספר אנשים בכת.

אך מה שקרה אתמול (שני) היה חריג, המשטרה החליטה לעצור את אחד ממנהיגי הכת - יעקב וינגרטן, בעיצומו של החג וזאת כאמור על רקע עדויות על כך שהוא היה מבין חוטפי הילדים.

ל'כיכר השבת' נודע כי ככל הנראה ישנו עצור נוסף מלבד וינגרטן, שגם הוא חשוד בחטיפת ילדים. מחר, בית המשפט המקומי יקיים דיון בעניינו.
עוד נודע ל'כיכר השבת', כי בעקבות ההטרדות של המשטרה המקומית את הכת, "לא נותר לנו ברירה אחרת, מלבד להימלט לאיראן, כבר ניסינו בעבר לברוח לשם, אך זה לא הגיע לידי מעשה. הפעם, לא נותרו לנו ברירות נוספות וככל הנראה נעשה כל מה שביכולתנו לעבור לאיראן".

כזכור, לפני יותר מחודשיים, השופטת רבקה פרידמן-פלדמן הורתה על התליית ההליך המשפטי נגד הרב של לב טהור, אלעזר רומפלר, אחרי שנמלט מהארץ למרות צו איסור היציאה נגדו. בנוסף, הוציאה נגדו צו מעצר כללי.

עו"ד גבריאל טראנשווילי, המייצג את רומפלר טען בפני בית המשפט המחוזי כי לא היה מקום להגיש נגדו כתב אישום מלכתחילה, מתוך הנימוקים הבאים: הגנה מן הצדק; אכיפה בררנית; התיישנות.

כפי שפורסם לראשונה ב'כיכר השבת' לפני קרוב לשנה, חיים צבי מלכה (חצ"מ) המוזכר בכתב האישום נגד רומפלר, שיגר מכתב אל הפרקליטות, לטובתו והבהיר בשיחה עם 'כיכר השבת' כי הוא אף מוכן לבוא לישראל ולהעיד לטובת רומפלר - במידה ויקבל התחייבות ברורה שיקבל חסינות מלאה.

בכתב האישום מתואר כי במהלך שנת 2009 עלה חשדם של רומפלר ומלמדים אחרים בבית הספר כי "ח.צ.מ., יליד 2000 גנב כסף מקופות הצדקה". בעקבות כך, "כינסו הנאשם (אלעז רומפלר. ח"ג) והמלמדים האחרים את כלל תלמידי בית הספר והמלמדים בו. הנאשם החל לשאת דברים, תוך ציטוט פסוקים מכתבי הקודש וספרים אחרים, ודיבר על חומרת מעשה הגניבה ועל כך שיש להעניש את מי שגנב".

לאחר מכן, לפי כתב האישום, לקח רומפלר והמלמדים את חצ"מ, הפשיטו אותו כמעט מכל בגדיו. לאחר מכן השכיבו אותו על שולחן שהיה במקום ורומפלד הורה לאחד המלמדים לקשור את רגליו לשולחן על מנת שהוא לא יזוז. כמו כן, ידיו נקשרו מאחורי גבו, כל זאת תוך שחצ"מ מנסה להתנגד למעשים ותוך שהוא צועק ובוכה.

לאחר מכן החלו רומפלר ומלמד נוסף להכות את חצ"מ באמצעות חגורה ובאמצעות מקל. השניים הכו אותו, כך לפי כתב האישום, "מספר רב של מכות חזקות מאוד, במשך מספר שעות", והכל תוך שהוא "בוכה, צועק לעזרה ומבקש מהם להפסיק במעשים ואף תוך שהוא אומר 'לא אעשה זאת יותר'".

בתגובה לכך, רומפלר כי הוא ימשיך להרביץ לו כיוון שבשעת הגניבה לא בכה ועל כן עכשיו עליו לבכות. בשלב כלשהו חצ"מ הפסיק לצעוק לאחר שאפסו כוחותיו, אך רומפלר והמלמד הנוסף המשיכו להכות אותו. "גם ילדים אחרים שצפו באמור לעיל בכו תוך כדי המכות הקשות", נכתב בכתב האישום.

כתב האישום מוסיף ומתאר כי השניים היכו את חצ"מ בגבו ולאחר מכן הפכו אותו על גבו והמשיכו להכות אותו על חזהו ובטנו וכן על רגליו. בתום המכות, אמר רומפלר לילדים במקום "שילמדו מה העונש למי שלא מתנהג לפי החוקים".

עוד נכתב בכתב האישום כי כתוצאה מכך גופו של חצ"מ "התנפח והוא סבל משטפי דם". בנוסף, הוא "לא יכול היה לעמוד כתוצאה מהמכות הקשות, והוא נזקק לנשיאה על ידי שניים שלקחו אותו לביתו". במשך מספר שבועות לאחר מכן הוא נשאר בביתו כתוצאה מהמעשים.

"במעשיו המתוארים לעיל עשה הנאשם בקטין מעשה התעללות גופנית ונפשית וכן תקף אותו וגרם לו חבלה של ממש, והכל כשהנאשם אחראי עליו", לשון כתב האישום.

אלא שכאמור, חצ"מ, ובשמו המלא חיים צבי מלכה, טוען בשיחה עם "כיכר השבת" כי הוא "מזועזע", כלשונו, מכך שבחרו להציג את סיפורו בכתב האישום נגד רומפלר.

מלכה מכחיש בתוקף את מה שכתוב בכתב האישום באשר לסיפור שנוגע אליו ומדגיש כי הוא מוכן לבוא במיוחד לישראל ולהעיד במשפט לטובת רומפלר, בתנאי שיובטח לו מראש כי תהיה לו חסינות ולא ייעצר.

במכתב ששיגר אל הפרקליטות, והגיע לידי 'כיכר השבת', הוא כותב: "הצהרתי חד משמעית כי הנני מזועזע לחלוטין מהחלטתכם הנתעבת להציג אותי בשקר בתור 'מתלונן' נגד הרב אלעזר רומפלר". לטענתו, העדים נגד רומפלר, "משמשים עבור גורמים בעלי אינטרסים להמציא בדותות הזויות כפי שנדרש מהם".

"הנני תובע בזה לסלק את כל התביעה שנעשתה בשמי תיכף ומיד", כותב מלכה, "וכן לפרסם בתקשורת בקשת התנצלות, באשר תביעה זו פוגעת בשמי הטוב. את הכחשתי זאת אני מוכן לייצג בכל דרך, בעדות בכתב או בשידור חי, אבל אינני מוכן בשום אופן לנסוע אל מדינת ישראל, ובכך לסכן את חיי להיעצר תחת אמתלה זו או אחרת, באשר אני חבר בקהילת לב טהור המוגדרת על ידיכם בשפיטה מקדמית כ'כת פוגענית ומסוכנת'".
דינסטאג מערץ 30, 2021 9:46 am#469051
עס טראגן זיך קלאנגען אז די קהילה וויל זיך אריבערפעקלען קיין איראן.
דינסטאג מערץ 30, 2021 11:15 pm#469074
פארט ארום אויף סאציאלע מידיע נעצן.

📎 IMG_20210330_230858_188.jpg
📎 IMG_20210330_230922_354.jpg

די אנגעבליכע שליח.
📎 IMG_20210330_230942_459.jpg
📎 IMG_20210330_230945_354.jpg