Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » ר' פרחיה זלע"ה - עובדות און אנעקדאטס

ר' פרחיה זלע"ה - עובדות און אנעקדאטס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
47 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 72 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12798
זונטאג דעצעמבער 23, 2018 7:31 pm#419702
זיינע חסידים פלעגען זאגען, פרח כשושנה, און די מתנגדים פרח תפרח הצרעת, אז ר' פרחי' איז א שטיק צרעת.
זונטאג דעצעמבער 23, 2018 9:33 pm#419713
שר וגדול נפל בישראל! הוי מי יתן לנו תמורתו!

איך האב געהאט די זכיה זיך צו דרייען ביים גרויסן נפטר זצוק"ל, נאך אין די גוטע יארן איידער די סטראוק ל"ע, ווען דער קדוש וטהור רבן פרחיה האט נאך געפייערט מיט זיינע קאצקע-סטיל דיבורים, בהלו נרו עלי ראשי. אין די זעלבע צייטן וואס געוויסע האבן אפגעלאכט אדער אוועקגעמאכט דעם גרויסן צדיק, האב איך ב"ה זוכה געווען צו שעפן פון אים מלוא חפניים גדלות ומעיינות החכמה, אזש בבחינת אלישע שנטל פי שניים איז מיר אנטפלעקט געווארן פון הימל גרויסע אורות איבער געוויסע הבחנות וואס מרן רבינו זי"ע האט מחדש געווען, ווי איר קענט זיך אליינס איבערצייגן ביי די געציילטע ביישפילן ווי שבת וואס איז אויסגעפאלן אום דינסטאג, און די ניינטע טאג חנוכה.

ועתה אהה על נפשנו! מיר האבן פארלוירן אונזער גייסטרייכער אוצר וואס האט אנפלעקט רזי התורה וחכמה נסתרה, א פארצייטישע דמות דיוקן פון א צדיק תמים געמישט מיט הימלישע חכמה און פקחות, וואס האט דערהויבן דעם גאנצן אטמאספערע פון אידן אין שול ביז אידן אין קאווע שטיבל וואס זענען נתעלה געווארן דורך זיינע הייליגע רייד.

ולא חס קוב"ה על עדרי צאן, און רבינו הכ"מ איז נסתלק געווארן אין בליענדן יוגענד ווען ער האט נאך געהאט אזויפיל אויפצוטון און משמיע זיין הגיגיו וחכמתו חכמת אלוקות פארן המון עם. אוי, שבר על שבר הושברנו!

אבער ב"ה שלא השבית לנו גואל, און דער רבי זי"ע האט איבערגעלאזט חתנו כבנו, האי חכימאה דיהודאי וגאון ומקובל ופילוסוף האלקי רבינו פתחיה שליט"א, וואס איז באשטימט געווארן ע"פ צוואת הנפטר הדגול למלאות מקומו ביתר שאת ותפארת, עדי נזכה לביאת משיח צדקנו בב"א.
מזל טוב! מזל טוב!


----
מיר האבן אויך ערהאלטן א לענגערן צוואה פון רבינו פרחיה זי"ע געווידמעט צום גאנצן קהל אנ"ש, און אי"ה אין א קומענדיגע געלעגענהייט וועלן מיר דאס אויספירליך באשרייבן.


אצינד ווען די בלוט איז נאך ווארעם און די פלייש איז נאכנישט פארשטינקען קענען מיר נישט צוזאמנעמען די מחשבות צו דערציילן ערשטהאנטיגע מעשיות וואס מיר האבן געהאט די זכיה זעלבסט מיטצולעבן ביים רבי'ן זי"ע, אבער פטור בלא כלום א"א, דערפאר וועלן מיר דערציילן כאטש איין עובדא ועל הכלל כולו יצא:

נאך מיט א צוויי-צענדליג יאר צוריק, ווען עס האבן נאך געיאוועט מתנגדים אויפן רבי'ן נאך זיין שטארקע יסוד איבער שבת ביום שלישי, האט דער רבי ר' פרחיה זיך אויסגעדרוקט: "זיי זאגן אז עס איז דער שבת וואס טוט זיי וויי, אבער דער אמת איז אז עס איז די [שבת'דיגע] טשולענט וואס ברענט אין זייער מאגן...", ודפח"ח.

ווען די גדולי חסידים זענען אריין צום איידעם רבינו פתחיה שליט"א, האט ער מפרש געווען די הייליגע רייד פונעם גרויסן שווער, ווי פאלגענד: די גאנצע געדאנק פון שמירת שבת איז צו דערהייבן די ששת ימי המעשה צום קדושת השבת, און וויבאלד ס'איז תלוי בקדושה איז דאך קיין נפ"מ אויב ס'געפאלט אויס אין זיבעטן אדער אום דינסטאג, ופשוט הוא. ווידער די וואס דינגען זיך אויפן הייליגן שווער, איז עס ווייל די טשולענט רעדט פון זיי, כלומר, טשולענט אום דינסטאג איז גארנישט קיין מציאה, נאר אום שבת דייקא איז דא א געשמאק אריינצורוקן א פיינעם טשולענט.

גראדע האב איך זעלבסט מפרש געווען די ווערטער פונעם רבי'ן ר' פרחיה אנדערש ווי דער איידעם האט עס מפרש געווען, ולענ"ד כוונתו הקדושה צו זאגן אז די גאנצע געדאנק פון א טשולענט איז מערב צו זיין אלערליי סוגים ומינים ממינים שונים, וכמאמר העולם "ער האט געמאכט א טשולענט פון...", און פאר די בקיאים אין די קליינע אותיות איז דאך ידוע אז דאס באדייט דאך קליפת נוגה שהוא עירוב טוב ברע, וואס ווען עס קומט שבת איז מען מברר די טוב פון רע און קליפת נוגה ווערט נתבטל, ווידער די אידן וואס זענען זיך מתנגד צו די הייליגע ווערטער פונעם רבי'ן זצ"ל זענען אריינגעטון אין טשולענט, רצ"ל אז זיי זענען אלץ פארקראכן אין קליפת נוגה. (וכדברי המהריי"צ על גדול אמריקאי אחד, שתיארו במכתב ידוע בתואר ק"ן = ק'ליפת נ'וגה, וכבוד אלקים הסתר דבר.)


און אז מ'רעדט שוין פון טשולענט מוז מען אויספירן מיטן גרויסן עבודה וואס דער רבי ר' פרחיה פלעגט אריינלייגן אין די אכילת הטשולענט, אזש ער פלעגט זיך אויסדרוקן דערוועגן כהאי לישנא: ווען איך וועל ארויפקומען צום בי"ד של מעלה און מ'וועט מיך פרעגן קבעת עיתים בתורה? וועל איך זיי ענטפערן: קבעתי עיתים בטשולענט הרבה (כלומר, ליל שישי, ליל שבת, שבת בבוקר בקידושא רבא, ואח"כ בסעודתא דצפרא דשבתא, ושוב פעם ביום ראשון), און מי נדחה בפני מי?! געוויס האט טשולענט א דין קדימה, והא ראיה, אז שבת עסט מען טשולענט אנשטאט לערנען תורה! און דער רבי זי"ע פלעגט אויספירן מיט א זיגרייכע שמייכל: "וזו תשובה מנצחת לכל המשטינים ומקטרגים".

זיעועכי"א.
זונטאג דעצעמבער 23, 2018 10:00 pm#419718
ארי נוהם,
איך באדאנק זיך פאר אייערע ווארעמע דיבורים און זכרונות פון ר' פרחיה, אבער איך בין שטארק ברוגז הלמאי איהר מישט זיך אריין אין די מחלוקת וועגען די ממלא מקום
(גראדע איך האלט אויך פרעזענדליך מיט'ן איידעם אבער איך פארשטיי נישט פארוואס איהר קענט נישט כאטשיג דערמאנען אז מ'האט אויך אויפגענומען ר' זרחיה בנו חביבו)
זונטאג דעצעמבער 23, 2018 10:01 pm#419719
ארי נוהם האט געשריבן:און די פלייש איז נאכנישט פארשטינקען

זעהט אויס דו האסט זיך נאר באקענט מיט עם סוף ימיו. אין די אינגע יארן פלעגט מען אים רח"ל נאכשרייען אין די גאסן פרחיה חז*ר... אבער סוף ימיו איז ער שוין געווארן א קדוש..
זונטאג דעצעמבער 23, 2018 10:04 pm#419720
יין שרף האט געשריבן:
ארי נוהם האט געשריבן:און די פלייש איז נאכנישט פארשטינקען

זעהט אויס דו האסט זיך נאר באקענט מיט עם סוף ימיו. אין די אינגע יארן פלעגט מען אים רח"ל נאכשרייען אין די גאסן פרחיה חז*ר... אבער סוף ימיו איז ער שוין געווארן א קדוש..

כ'ווייס נישט צי ס'איז אמת
אפילו אויב יא טאר מען נישט רעדען אויף א שוכן עפר
(איך פראביר צו רעדען שיין מיט אייך אבער איהר פארשטייט אז גענוג וואס כל ימיו האט איר עם מצער געווען, לאזט אייך שוין אפ פון א עהרליכע איד)
זונטאג דעצעמבער 23, 2018 10:12 pm#419724
גדליה האט געשריבן:ארי נוהם,
איך באדאנק זיך פאר אייערע ווארעמע דיבורים און זכרונות פון ר' פרחיה, אבער איך בין שטארק ברוגז הלמאי איהר מישט זיך אריין אין די מחלוקת וועגען די ממלא מקום
(גראדע איך האלט אויך פרעזענדליך מיט'ן איידעם אבער איך פארשטיי נישט פארוואס איהר קענט נישט כאטשיג דערמאנען אז מ'האט אויך אויפגענומען ר' זרחיה בנו חביבו)

איינער פרעגט מיך אין אישי וואס איז שייך צו ממלא מקום זיין, ר' פרחיה איז דאך געווען אינו מן המדה, ער האט אינגאנצען נישט פארנומען קיין ארט אויף די גשמיות'דיגע וועלטעל, ער עקזיסטירט דאך נאר אין אונזער מחשבה.
האבעך עם געענטפערט אז טאקע פארדעם דארף מען א ממלא מקום!

(ביטע רעדען בדרך כבוד אין נישט אריינפירען אין צימעס)
זונטאג דעצעמבער 23, 2018 11:02 pm#419733
גדליה האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:
ארי נוהם האט געשריבן:און די פלייש איז נאכנישט פארשטינקען

זעהט אויס דו האסט זיך נאר באקענט מיט עם סוף ימיו. אין די אינגע יארן פלעגט מען אים רח"ל נאכשרייען אין די גאסן פרחיה חז*ר... אבער סוף ימיו איז ער שוין געווארן א קדוש..

כ'ווייס נישט צי ס'איז אמת
אפילו אויב יא טאר מען נישט רעדען אויף א שוכן עפר
(איך פראביר צו רעדען שיין מיט אייך אבער איהר פארשטייט אז גענוג וואס כל ימיו האט איר עם מצער געווען, לאזט אייך שוין אפ פון א עהרליכע איד)

געשריבן פארן באגראבן, און כמנהג גוברין יהודאין איז אן ענין צו דעמאנען אלע גוטע מעשיות דאן.
זונטאג דעצעמבער 23, 2018 11:03 pm#419734
גדליה האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:ארי נוהם,
איך באדאנק זיך פאר אייערע ווארעמע דיבורים און זכרונות פון ר' פרחיה, אבער איך בין שטארק ברוגז הלמאי איהר מישט זיך אריין אין די מחלוקת וועגען די ממלא מקום
(גראדע איך האלט אויך פרעזענדליך מיט'ן איידעם אבער איך פארשטיי נישט פארוואס איהר קענט נישט כאטשיג דערמאנען אז מ'האט אויך אויפגענומען ר' זרחיה בנו חביבו)

איינער פרעגט מיך אין אישי וואס איז שייך צו ממלא מקום זיין, ר' פרחיה איז דאך געווען אינו מן המדה, ער האט אינגאנצען נישט פארנומען קיין ארט אויף די גשמיות'דיגע וועלטעל, ער עקזיסטירט דאך נאר אין אונזער מחשבה.
האבעך עם געענטפערט אז טאקע פארדעם דארף מען א ממלא מקום!

(ביטע רעדען בדרך כבוד אין נישט אריינפירען אין צימעס)
געוואונדערט פארוואס די דריטע זוהן האט שוין ממלא מקום געווען בחייו, ער האט דאך נישט תופס מקום געוועזן...

#צימעסאלערט
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 12:49 am#419747
כדי שלמה אסף פון שנת תשפ"ץ זאל נישט קומען אין בויען גאנצע מגדלים הפורחים באויר באזירט אויף די שמועות פורחות ווילעך קלארשטעלען אז דאס קומט אלץ פון די מתנגדים וואס האבען תולה געווען בוקי סרוקי באותו צדיק.
פין דא אין ווייטער קענט איר אליינס אפמאכען אויב ווילט איר זיך געפינען אין שלמה אסף'ס ביכעל זאלט איר דא נאכדערציילען נערישע בלבולים פון די מתנגדים
אז איהר ווילט אייערע סיפורים זאלען עס מאכען אין די אפיציעלע שבחי ר' פרחיה זאלט איר בעסער פארציילען מעשיות וואס וואלטן געקענט זיין אמת. נישט אזוינע טפשות וואס פאסטען אפשר פאר היינטיגע אדמורים
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 1:42 am#419751
ר' פרחי' האט געהאט א זוהן א משומד, אדער איז ער ארויסגעשפרונגען פין א פענסטער שמחת תורה?
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 2:20 am#419753
כ'האב אליינס געהערט פון ר' פרחיה הכ"מ אז ער איז שוין דער 21טער דור פון צדיקים וקדושים וואס האבן קיינמאל נישט פוגם געווען. פארשטייט זיך אז דער סטר"א האט עס נישט געקענט סובל זיין און זיי האבן אים כסדר אונטערגעלייגט שטיקלעך. איינמאל, אינמיטן זיין שינת צהרים האט ער זיך דערוועקט און ס'געווען ותשב באיתן קשתו, ס'שוין געווען כלות ממש אבער ער האט זיך שנעל אראפגעווארפן אויף דר'ערד און ויפוזו זרועי ידיו, די צען נעגל זענען געווארן כמעין המתגבר, עטליכע עקרות וואס זענען פונקט געווען אין קוויטל שטוב זענען גלייך נתפקד געווארן, ויהי לנס עצום.
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 8:25 am#419764
אין זיינע אינגע יארן איז זיין עבודה געווען אויף גאר אן אנדערע בחינה. אין די ווערצהייזער פלעגט מען זיך ווערטלן, עורבא פרח, פרחיה איז יענער פויגל. אין יענע יארן פלעגט ר' פרחיה זאגן אן אנדערע מענה בדין. "ווען מ'וועט מיר פרעגן נשאת ונתת באמונה וועל איך זאגן 'שפילן קארטן ביי מיר איז דאך תדיר, מאידך גיסא ארבייטן שווער פאר פרנסה ביי מיר איז אינו תדיר, און תדיר ואינו תדיר, איז דאך זיכער תדיר קודם!' "

ביי די לויה האט אויך מספיד געווען זיין אייניקל אויף וועם מ'איז מרנן אז ער איז ראו לאותו אצטלא. האט ער געזאגט כדרכו אין אומפארשטענדליכע קורצע פראזן. "וכלכל אתכם בדין, ויודע מספר כלכם בדין. לכאורה וואס איז די שייכות? נארוואסדען. אז מ'קען ציילן קארטלעך, איז דא אויף וואס שבת צו מאכן."
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 8:34 am#419765
מרגליה בפומיה פון ר' פרחיה "כ'בין געווארן א ת" ח אים ניטל!"

אויבנאויף האט מען געמיינט אז ער זאגט בדחנות. אבער ביי די שבעה האט א אינגע ת"ח געמאכט דעם חשבון אז אויב זאל מען צוזאמרעכענען די שעות פון אלע שיטות פון ניטל אין איין יאר, און צוזאמרעכענען אלע יארן פון ר' פרחיה מיום שעמד על דעתו ביז יעמען שווערן טאג ווען ער איז אוועקגעפאלן, וועט מען טרעפן געניג שעות פאר א גאנצע מחזור אין דף היומי! והוא פלאי.

שפעטער האט מען אויך געטראפן אז די אלע יארן וואס ר' פרחיה איז געווען מוטל בנורסינ"ג הא"ם איז זיך מצרף צו פונקט געניג שעות צו ענדיגן תלמוד ירושלמי - כאטשיג אלס הצנע לכת האט מען אים בלויז געזעהן שפילן ראמי.
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 4:36 pm#419852
Re: ר' פרחיה זלע"ה - עובדות און אנעקדאטס
כשעלה ר' פרחיה למרום והתיצב לפני הבי"ד של מעלה ושאלו אותו, נשאת ונתת באמונה, ענה ואמר במתק לשונו כשחיוך בחסד עליון נסוך על שפתיו, נסעתי במטוס פרטי
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 5:02 pm#419861
הערליכע מעשיות ר׳ יואליש, ר׳ קטלא.
אגב אז מרעדט פון ניטל
ר׳ פרחיה האט געהאט א אינטערסאנטע מנהג אז אויף יעדע עבירה האט ער געהאט א ניטל, פונקט ווי ביטול תורה
למשל די ערשטע אין פעברואר האט מען געמעגט עובר זיין אויף לשון הרע
די ערשטע אין מערץ האט מען געמעגט רעדען עברית און זיין א ציוני
וכו׳ וכו׳
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 5:03 pm#419862
גדליה האט געשריבן:הערליכע מעשיות ר׳ יואליש.
אגב אז מרעדט פון ניטל
ר׳ פרחיה האט געהאט א אינטערסאנטע מנהג אז אויף יעדע עבירה האט ער געהאט א ניטל, פונקט ווי ביטול תורה
למשל די ערשטע אין פעברואר האט מען געמעגט עובר זיין אויף לשון הרע
די ערשטע אין מערץ האט מען געמעגט רעדען עברית און זיין א ציוני
וכו׳ וכו׳


געמעגט? געמיזט!
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 5:05 pm#419863
ס׳איז געווען איין מתנגד וואס פלעגט נישט רעדען עברית די ערשטע אויף די זעקסטע אין מערץ, ער האט געזאגט, איך וויל זעהן די גיהנם פאר נישט רעדען עברית
האט ר׳ פרחיה געענטפערט, צו ס׳דא גיהנם פאר נישט רעדן עברית - ווייס איך נישט, אבער פאר אפלאכען פון עברית איז זיכער דא גיהנם!
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 5:46 pm#419869
אבער אזוי בדרך כלל איז ער געווען א גרויס קנאי כידוע, ער האט זייער שטארק געהאלטן פונעם רבין ז"ל.
אין זיין אייוועלט אשכול וואס האט שוין געהאלטן ביי איבער 60 בלעטער האט איינער ארויפגעברענגט ספיקות איבער זיין קנאות און דאס גאנצע אשכול איז פארשוואונדן געווארן. ויהי לפלא.
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 8:55 pm#419920
Re: ר' פרחיה זלע
מיר קומען יעצט פון דער שבעה וואס איז ממש א זעלטענער קידוש השם אז אלע ברודערס זיצן צוזאמען תחת קורת גג אחד. די יודעי דבר זאגן אז זייט יעקב אבינו האט געבענטשט די שבטים האט מען נאך נישט געזען צוזאמען אזויפיל ברודער. מען זעט בחוש אז ת"ח מרבים שלום בעולם טאקע פארדעם ווייל וכל בניך לימודי ה'.

באלד נאך מיר זענען אנגעקומען איז אריין געקומען דער משב"ק וואס וויילט שוין אויפן פעלד א פאר טעג זייט סתימת הגולל. ס'האט אנגעכאפט דעם עולם א שרעקליכער ציטער מעין דער חרדה גדולה וואס האט אנגעכאפט יצחק אבינו בשעה שבא עשו מן השדה.

נאך דערציילן די מורא'דיגע זאכן וואס מען האט געזען ביים טהרה און וואס ער האט געהערט אויפן פעלד פון די רוחות המספרות זו עם זו איבער דער גדלות פון ר' פרחיה, האבן מיר אים איבערגעפרעגט וועגן דער עובדא אויפן פליגער.

ומעשה שהיה כך היה.

סאיז געווען א לענגערער תקופה וואס ס'האט אויסגעזען כביכול א קטנות דמוחין ביי ר' פרחיה. פארשטייט זיך ס'איז נאר לשבר את האוזן ואין לנו עסק בנסתרות, נאר אין יענער תקופה האט מען ממש נישט געזען קיין שום עבודה ביי ר' פרחיה ואיזהו עבודה שבלב זו תפילה. מיר רעדן דא נישט פון מחליף את הזמנים ווי ס'איז ביי אנדערע צדיקים, נאר גארנישט ממש. קיין דבר שבקדושה איז נישט דורך ר' פרחיה'ס מויל חודשים און אפשר יארן לאנג. אז מ'האט נישט געזען תורה ביי ר' פרחיה איז נישט געווען אזא חידוש, ווייל דאס איז געווען גאנץ אן אפטער זאך. די גדולי החסידים האבן עס מסביר געווען אז דאס איז ווייל ביי ר' פרחיה איז געווען א בחינה פון פסקו זוהמתן פון פאר קבלת התורה, אבער תפילה וכדומה איז שוין יא געווען א חידוש.

מען האט זיך באהאלטן אונטערן טיש, דורכגעקוקט דער שליסל לאך, געשטאנען הינטערן פענצטער, אבער נישט קיין טלית, נישט קיין תפילין, נישט קיין ברכות, נישט קריאת שמע, שמונה עשרה, גארנישט. נישט אין די וואכן, נישט שבת, נישט יום טוב, נישט ברכות התורה און נישט המפיל. מען האט אפילו אריינגעשיקט די רביצן צו פארשטיין פשר הדבר ואין פותר אותם.

נאך זיך דורכרעדן מיט זקני החסידים וואס זענען נאך געווען ביים זיידן דער מיטלער ר' פרחיה, נמנו וגמרו אז דער רבי זאל פארן זיך אויסלופטערן אין די שווייצער בערג און פארשטייט זיך נאך זיך משתטח זיין אויף קברי אבות און איינרייסן ביי די זיידעס ובעד עמך רחמים שאלי. אזוי האט מען געהאפט וועט אפשר ווערן נאכאמאל ותצלח עליו רוח אלקים.

וכך הוה מען האט געפאקט די פעק, באשטעלט דער פליגער בראש וראשונה כנהוג אצל תלמידי בעל שם. להוריד בריחים נמנה בינימו און אויך די שכינה במקלה ובתרמילה איז מיט געגאנגען מיט ר' פרחיה'ן אויף אפצורעכטן גלות.

פון דער גילוי השכינה און דער קול רעש גדול האבן מיר שוין דערמאנט און נאך דעם בארימטן דאווענען האט ר' פרחיה געבעטן געבן לחיים מיט א רונדעכיגן לעקעך און א געלע ליקער וואס צדיקים האבן געזאגט איז מרומז אין דער צנון וחזרת פון רבינו הקדוש.

וכטוב לב המלך מאן מלכי רבנן ביינה של תורה, ווען ר' פרחיה איז געזיצן מיט א הימעלישן געזיכט, די עטרה אויף דער פלייצע, השמש יצא על הארץ און מיט בלויז דער יארמולקע צנוף על ראשו האט דער זון געבליטשקעט אויפן מצח הקודש און העכער.

בהאי שעתא האט זיך געוואגט צו פרעגן ביי ר' פרחיה, ר' משה 'קינד', וואס פלעגט כסדר אריינגיין צו ר' פרחיה'ן לפני ולפנים אפילו בשעת הסתר און ער האט מיט א תמימות געקענט פרעגן ר' פרחיה'ן וואס די מלאכי השרת וואלטן געכאפט א ציטער. ר' פרחיה האט אויך מיט אים ליב געהאט צו שמועסן און ער האט געהאט ביי ר' פרחיה'ן א באזונדערע חן. ר' משה קינד האט דאן געפרעגט וואס דא גייט פאר און צוגעלייגט, 'רבי, אז ס'איז הימעלישע זאכן זענען מיר דאך יעצט אין הימל.'

ר' פרחיה האט זיך צושמייכלט און געזאגט אז
ס'איז א דבר פשוט. ס'איז אראפגעקומען אויפן וועלט א שרעקליכער קליפה מיטן נאמען "ווייפיי" וואס איז מרומז אין וו"י לן דמיתנן וואס איז א חלק פון דער נחש הקדמוני ועל זה נגזרה מיתה לעולם.

ר' פרחיה האט ממשיך געווען אז ער פארשטייט נישט דער כוח פון דער קליפה און וויאזוי ס'איז יונק פון דער צד הקדושה. ער האט זיך אבער אונטערגענומען אז ווען און וואו ער וועט שפירן דער טומאה וועט ער חלילה נישט ארויסזאגן א דבר שבקדושה און ער וועט זיך פירן דערמיט ווי מבואות המטונפות. פארשטייט זיך אז מחמת דעם איז קיין דבר שבקדושה לא נמצא בשפתיו.

האט ר' פרחיה אויסגעפירט אז יעצט צום ערשטן מאל אזוי ווי דער פליגער האט זיך געהויבן האט ער געשפירט דער זיו השכינה אן קיין שום מסך המבדיל און ס'איז געווען ביי אים ממש א התפשטות הגשמיות כאילו היום נתנו.

ר' פרחיה האט מיט דעם געטייטשט ויוצא אותו החוצה ביי אברהם אבינו און אויך כצאתי מן העיר אפרוש את כפי ווי רש"י זאגט און דאס אלעס איז מעשה אבות סימן לבנים און א הכנה פאר די עקבתא דמשיחא וואס מיר געפונען זיך היינט בעווה"ר.

ר' פרחיה האט געגעבן נאך א טרונק און זיך אונטערגעברומט א לחן קודש.

דער משב"ק האט צוגעענדיגט אז דער עולם האט דעמאלט געזען ממש עין בעין באספקלריא המאירה דער אתפשטותא דמשה ביי ר' פרחיה'ן. און אויך אז בדקו ומצאו אז סאיז געעוען א ווייפיי סיגנאל ממש בביתו נאוה קודש מיט פיר שטרייכן און מען האט יענעם אויסגעטיילט צרות ביז מ'איז אים פטור געווארן און סאיז באלד מקויים געווארן והשב שכינתך וסדר העבודה. ויהי לנס.

זכותו יגן עלינו ועכי"א
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 10:43 pm#419934
Re: ר' פרחיה זלע"ה - עובדות און אנעקדאטס
גדליה האט געשריבן:אגב ר׳ קטלא וואסי פשט אז מ׳האט באערדיגט ר׳ פרחיה׳ן ביים גדר פון בית החיים? על פי צוואתו צי וואס?


כאטש ס'איז נאך נישט פערציג טעג פון דעם יום המר והנמהר און לכאורה איז נאך נישט געווען בכדי שיעשה פאר תעניתים שיגלי לן טעמא דבקבורת גדרי, אעפ"כ האב איך קרעדיט מיט תעניתים וואס איך האב דא אויסגעלייזט. די סיבה איז משום פורץ גדר ישכנו נחש, ותולעת מעין נחש ששניהם הולכים על גחונם, ולרמז שאע"פ שפרץ גדר לא ישלטו בו רמה ותולעה
דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 4:49 pm#420047
גראדע די מעשה מיט די ווייפיי איז געווען אביסל אנדערש ווי באריכטעט אויפן האטליין. ר' פרחיה האט באצאלט עקסטער צו האבן ווייפיי אויך אויפן פליגער, אבער כדרך כל האירליינס האט די ווייפיי זיך נישט קענעקטעד, ומזה יצא העגל הלזו..
דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 5:27 pm#420051
תכלית, ער האט עפעס געקענט לערנען? לאמיר זען זיינע חידושים אויף רמב"ם, אנדערש איז נישט אינטרעסאנט.
דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 5:36 pm#420055
ר' פרחיה האט געהאט אסאך חידושים אויף רמב"ם אין מורה, ער פלעגט עס פארציילן שבת ביים ליינען ביים קידוש מאכן פאר די קופקע ביים מערב וואנט, ער האט אבער קיינמאל נישט אפגעשריבן ער האט געלאכט ווען מען האט אים געפרעגט
דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 6:06 pm#420064
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:תכלית, ער האט עפעס געקענט לערנען? לאמיר זען זיינע חידושים אויף רמב"ם, אנדערש איז נישט אינטרעסאנט.


די מעשה איז אזוי. די יודעי חן ווייסען צו זאגן אז די חידושים פון די יונגע יארן האט ער ארויס געגעבן בעילום שם מחמת חשש קרדום לחפור. די חידושים פון די מיטעלע יארן האט ער באהאלטן אין א בונקער אין די נאצי'ס האבן עס געטראפן און פארברענט כן יאבדו. ווידער די חידושים פון די שנות הזקנה האט ער געלאזט צוואה נישט מעלה צו זיין על מכבש הדפוס כמנהג אבותיו מחשש שמינית שבשמינית.

ממש סתר"י תורה...
דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 6:11 pm#420065
בעה, פארוואס האט ער נישט געפירט טיש בעילום שם, מחמת חשש האכטל?

איך זעה מ'רעדט דא פון דער זעלבע יענטע אנדערש פארשטעלט.
דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 6:14 pm#420066
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:תכלית, ער האט עפעס געקענט לערנען? לאמיר זען זיינע חידושים אויף רמב"ם, אנדערש איז נישט אינטרעסאנט.


אויף רמבם ווייס איך נישט אבער רבי פרחיה האט צוגעצייכנט אין זיין שו"ע אסאך מראי מקומות פון גמרא אין אנדערע פלעצער
גראדע אויף איין פלאץ דריקט ער זיך אויס זייער שארף אויף רמבם, עפעס אז הפילוסופיה הליטאי הטעתו
דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 8:15 pm#420082
איינער ווייסט צו ר' פרחיה איז איינער פון די ל"ג ל"ג רבנים?
דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 8:17 pm#420083
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בעה, פארוואס האט ער נישט געפירט טיש בעילום שם, מחמת חשש האכטל?

איך זעי מ׳רעדט דא פון דער זעלבע יענטע אנדערש פארשטעלט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


הער מיך אויס טייערע בען תעירע.

כ'ווייס נישט צו דו ביסט באקאנט, אבער ביי זיי די חסידים אז פאראן א ניגונ'דעל וואס די עובדים ברומען כסדר אונטער ס'גייט בערך אזוי, "וואס ביי דיר איז שיין, איז ביי מיר געמיין, דאס קען נאר א חסיד אליין..."

די וועסט קיינמאל פארשטיין אונזער קרענק, און די חסידים וועלען קיינמאל פארשטיין אייער קרענק. אין די ישיבה'ישע וועלט שטרעבט מען פון די רגע וואס מ'טוט אן דעם נעקטיי אינדערוואכן, און מ'פארגעסט צו שעיווען נאך ספירה, אז פון דא און ווייטער זאל זיין נאר נאך א געלעגענהייט, און נאך א געלעגענהייט פאר זיין א מרביץ תורה. זאל זיין עפעס א שטעלער, אויב נישט חאטש א מלמד, אויב נישט חאטש א חיבור, חאטש א קונטרס, חאטש עפעס, פליז עפעס!

ווי אזוי ווילסטו פארשטיין אונזער עבודה פון רזין דרזין, קליינע אותיות, ליבא לפומי לא גליא, אין מגלין אלא לצנועין, מ'געט נישט ארויס, פנימי בלבד, מ'זאגט ס'דא אסאך מער בכת"י, ער'ט נישט געלאזט דרוקען, וכו' וכו' וכו' בכמה אנפין שמרן ר' פרחי' מסר נפשו עליה שלא להזיז כקוצו של יוד מדרך המקובל און חלילה זיין הדיוט קופץ בראש און גיין מרביץ תורה זיין און עובר זיין חרם הקדמונים??!!

אתמהה!!
דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 8:24 pm#420084
גאנצע מגילות דארף מען אפשרייבן, מיט די חילוקים פון געמיינדעס מיט געמיינעס, אלס אפצוענטפערען די חיבור וואס איז נישט געשריבן\פארברענט געווארן.

לאמיר עפעס וויסען וועגען זיין נגינה קענטעניס, האט ער געקענט זינגען אזוי גוט ווי די וויזניצער רבי׳ס, וואס ווי באקאנט האבען זיי זייער שיין געקענט זינגען, ביז צום טאג וואס טעיפס זענען ערפינדען געווארן און א מופת איז געשען און די גאנצע קענטעניס איז געווארן אן עורבא פרח.
דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 8:42 pm#420086
זיין זינגען איז געווען מער אויף די סטייל פון יעקב אבינו פון יוסף שפיל.

קענסט עס? איך בין דער אלטע טאטע - יעעעעעעעעקב, ס'גייט אזוי ארויף אין אראפ. ווי א תלישה גדולה וואס קומט תיכף פאר א תלישה קטנה, אזוי מרכה כפולה'דיג.

עפעס אזא מיש פון א בעיס פון וויזניץ-מאנסיע רבי ז"ל, קרעכצעדיגע גרידזשעדיגע ספייס פון ר' דוד'ל סקווערער, מיט א שמיר פון ר' הערשעלע קרעטשניפער, פאר קאסמעטיק פורפוסעס, אין א שפריץ פונ'ם מונקטאשער ביים לעצטען פאל.

דו"ק ותשכ"ח..
זונטאג יאנואר 13, 2019 2:23 pm#422023
Re: ר' פרחיה זלע"ה - עובדות און אנעקדאטס
נארוואס געהערט א מורא'דיגע מעשה מיט ר' פרחיה ע"ה (אגב, די קינדער געבן איבער אז ער האט מקפיד געווען אז מ'זאל חלילה נישט שרייבן נאך די 120 ז"ל, וויבאלד מ'קען עס אויך ליינען אלס זרע לבטלה און ער איז זיכער נישט געווען קיין זרע לבטלה). ר' פרחיה האט געזאגט אויף זיך אז ווען דער גר"א ז"ל וואלט געווען בדורו וואלט אים די גר"א מקנא געווען פאר זיין אייזערנעם קאפ! אויף אן אנדערן געלעגנהייט האט ער געזאגט אז די רוח פון שלמה המלך פלעגט בלאזן מתוך פיו ולא פיו שלמעלה אלא שדברו חכמים בלשון נקייה
זונטאג יאנואר 13, 2019 2:56 pm#422031
כ'ווייס פאר א פאקט אז די גר"א האט אים מקנא געווען
זונטאג יאנואר 13, 2019 4:13 pm#422046
Re: ר' פרחיה זלע"ה - עובדות און אנעקדאטס
גדליה האט געשריבן:כ'ווייס פאר א פאקט אז די גר"א האט אים מקנא געווען
יא יא, אסאך פון די זקני המעריצים ווייסן צו זאגן פון דעם גר"א.
אבער כנראה משום ענוותנותו האט ער געמאכט דעם אנשטעל כאילו לא היה.
זונטאג יאנואר 13, 2019 11:58 pm#422098
ר' פרחיה'ס גאונות איז געוועהן א שם דבר ביים אלע לומדים אין שטאט אבער דער דובדבן שבקצפת איז געוועהן ביי די יערליכע שטייעדיגע תורה וואס איז פארגעקומען די דריטע נאכט חנוכה ווען די רבי האט זיך געשטעלט אויפן מדרש בכל משקלו הכבד און ס'איז איהם איינגעפאלן א פשט אין מדרש האט דער עולם טאקע געשפירט בחוש ווי דער מדרש פאלט צאם אונטער די שווערע געוויכט פונעם רבי זלע"ה
מאנטאג יאנואר 14, 2019 12:58 am#422104
תנחום האט געשריבן:ר' פרחיה'ס גאונות איז געוועהן א שם דבר ביים אלע לומדים אין שטאט אבער דער דובדבן שבקצפת איז געוועהן ביי די יערליכע שטייעדיגע תורה וואס איז פארגעקומען די דריטע נאכט חנוכה ווען די רבי האט זיך געשטעלט אויפן מדרש בכל משקלו הכבד און ס'איז איהם איינגעפאלן א פשט אין מדרש האט דער עולם טאקע געשפירט בחוש ווי דער מדרש פאלט צאם אונטער די שווערע געוויכט פונעם רבי זלע"ה

:like
מאנטאג יאנואר 28, 2019 5:46 pm#423425
א בילד פין די רעבע האט איינער קיינמאל נישט געהערט פין איהם אדער געזעהן
פליז אריין שטעלן בילדער פין איהם ייש''כ
מאנטאג יאנואר 28, 2019 8:17 pm#423429
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:א בילד פין די רעבע.

בילד
מאנטאג יאנואר 28, 2019 8:26 pm#423430
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:א בילד פין די רעבע.

בילד

לץ איינער. די רבי פלעגט גיין מיט א V neck undershirt, נישט round.
מאנטאג יאנואר 28, 2019 9:40 pm#423434
איינער ווייסט אויב ר' פרחי' איז אוועק די זעלבע טאג ווי ער איז געבוירן?
אויב יא, אריין אין דעם אשכול
מאנטאג יאנואר 28, 2019 9:44 pm#423436
יין שרף האט געשריבן:די רבי פלעגט גיין מיט א V neck undershirt, נישט round.

דא זעט מען אים טאקע מיט א V - NECK.
בילד
מאנטאג יאנואר 28, 2019 11:54 pm#423437
איך בין ביטער אנטוישט
כ'האב געמיינט אז דער רעבע גייט א לאנגע שניי ווייסע בארד ביזן קניען, אין גייט גאר א ברייטע היט מיט א לאנגע זיידענע בעקישטע
נעה
ער איז נישט קיין רבי נאר א מאדערן ראביי....
דינסטאג יאנואר 29, 2019 12:05 am#423438
Re: ר' פרחיה זלע"ה - עובדות און אנעקדאטס
ר' פרחיה ע"ה פלעגט זאגן בזה"ל: 'אסאך גדולים שטייגן מיך טאקע איבער מיטן דקנא דאתגליא אבער מיטן דקנא דאתכסיא איז נישטא מיינס גלייכן.
דינסטאג יאנואר 29, 2019 3:57 am#423442
Re: ר' פרחיה זלע"ה - עובדות און אנעקדאטס
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:איך בין ביטער אנטוישט
כ'האב געמיינט אז דער רעבע גייט א לאנגע שניי ווייסע בארד ביזן קניען, אין גייט גאר א ברייטע היט מיט א לאנגע זיידענע בעקישטע
נעה
ער איז נישט קיין רבי נאר א מאדערן ראביי....
יענע בילד איז פון די מלחמה יארן ווען ער איז געווען א טמיר ונעלם
דינסטאג יאנואר 29, 2019 10:05 am#423448
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:איך בין ביטער אנטוישט
כ'האב געמיינט אז דער רעבע גייט א לאנגע שניי ווייסע בארד ביזן קניען, אין גייט גאר א ברייטע היט מיט א לאנגע זיידענע בעקישטע
נעה
ער איז נישט קיין רבי נאר א מאדערן ראביי....
יענע בילד איז פון די מלחמה יארן ווען ער איז געווען א טמיר ונעלם


אוי החייתנו!!!
ביזט צוקער זיס...

כ'זעה אז אפילו אין די מלחמה יארן האט ער געהאט וואס צו עסן אין פיין געהארעוועט אין לערנען.. פשיהא ...
דינסטאג יאנואר 29, 2019 2:28 pm#423459
יא יא. ער איז די איינציגסטע פון אלע רביס וואס האבן דורכגעלעבט די קריג מיט די צלם אלקים, ער האט ווייטער געגעסן און געדאווענט פונקט ווי פריער. אלע אנדערע האבן עס נישט געקענט באווייזן.
דינסטאג יאנואר 29, 2019 3:07 pm#423466
איז נישט דא בילדער ווי ער האט זיך געטראפן מיט אנדערע רעבי'ס?