איך זעה נישט מען זאל ארויסברענגען. אבער דער גאנצע פראבלעם מיט ר' שמואל איז סאטמאר, כלומר סאטמאר האט אים געוואלט אונטערברענגן פאר איין סיבה, ער איז שטארק, און ער איז נישט א סאטמארע, און ער זאגט זאכן קעגן זייערע שיטה. וואס זאגט ער?
ער זאגט אזוי.
אז טאמער איינער האט א זוהן וואס וויל נישט זיין אזוי ווי דער טאטע, ער וויל זיין פרום, אבער ער וויל נישט טוהן אלעס אזוי ווי דער טאטע, און ער זאגט א רייע משלים, ער וויל נישט גיין א שטריימל, ער וויל נישט גיין פיאות ווייל ער וויל זיין א ליבאוויטשער, ער וויל נישט גיין א לאנגע רעקל, א טאכטער וויל נישט גיין א שפיצעל, אדער א צו געדעקטע שייטעל, אדער אפילו נאך מער מאדערן, איז א טעות גדול מרחק צו זיין א קינד נאר פאר אזעלכע זאכן, וואס זענען נישט אידישקייט נישט תורה נאר סיסטעם זאכן.
ביז אהער וואלטען די דרייסיג רבנים נאך אויסגעהאלטען ווען ער לייגט נישט צו אפאר אמת'ער געטשקע זאכן.
ר' שמואל האט געמאכט א טעות און אין די משלים האט ער אויך אריין געלייגט למשל אז א סאטמארע ווערט א ציוני, אדער אז א סאטמארע ווערט א ליבאוויטשער, אדער אז א סקווירא ווייל נישט זאגן תהלים שבת אינדערפרי.
דא, הגם ער זאגט אמת, און דער סאטמארע איז מודה צו ר' שמואל וועגן תהלים שבת אינדערפרי, און דער סקווירא איז מודה צו ר' שמואל וועגן ווערען א ציוני, אבער דער סאטמארער קען נישט אראפ שלינגען אז א וויזניצער פאץ זאגט אז ווערען א ציוני איז סיסטעם.
ועל זה יצא הקצף, סאטמארע ווילען אז ציונות זאל זיין אפילו הארבער פין די ג' חמורות, און סקווירא וויל אז תהלים שבת אינדערפרי זאל זיין וויכטיגער פין אלעס. און איך כאפ נאר אהן די צוויי משלים ווייל דאס ליגט מיר אויפן זכרון אז ר' שמואל האט געזאגט, אבער ליידער האלטען מער היינט אז יעדער חסידות האט זיך זיין עבודה זרה וואס מען קישט לא עלינו, און אלע האבען מורא אז א מורה הוראה זאגט אויף זייערע עבודה זרות אז עס איז שטותים.
ממילא וואס טוהן די סאטמארער, כאפען זיי זיך אהן אויף אנדערע זאכן, ווייל מען קען דאך נישט זאגן דער אמת'ער פראבלעם, און זיי האקן א טשייניק מיט שלום בית שיעורים וכו', אבער דער אמת'ער פחד זייערע איז דאס וואס איך זאג.
און ממילא וואס נעמט מען ארויס פין דעם? זיי אפען מיט דיינע קינדער, זאג זיי אז די אלע זאכן זענען שיינע הוספות, אבער נישט דער עיקר, גייט אלע בדרך ר' שמואל און זייט מקדש שם שמים, רייסט אויס די עבודה זרות פין צווישן אונז, און שעמט אייך נישט, ווען איינער זאגט ווי וויכטיג די שטותים זענען, זאגט אים דינט נישט עבודה זרה.