פרייוויליג האט געשריבן:אספקלריה האט געשריבן:סשווער צוזאגען אויף מראות זה מתיר וזה אוסר, היות סגייט אסאך בקבלה ובשימוש, אויב זיי האלטען אז ער גייט קעגען די קבלה פון מראות, איז עס אן ערנסטע פראבלעם.
און קיין איינער האלט נישט אז ממעג פאסקענען מראות אויפען טעלעפאון, (איך רעד אפילו נישט פון שיקען א פיקשער, איך רעד פון פרעגן אויפען טעלעפאון סאיז אזוי צו אזוי און געבן א היתר.
דו ביסט אפילו משיג די פערדעריי וואס דו רעדסט? איך האב שוין צענדליגע מאל געפרעגט מראות אויפן טעלעפאן פון די עצם רבנים החותמים. דו מאכסט דאס כאילו די קול קורא איז איבער פסק'נען א מראה אויפן טעלעפאן. און אם תמצא לומר אז יא, איז א) זיי אליין טוען עס. און ב) אפילו טאמער אז נישט, דארף מען איינעם מחרים ומנדה זיין פאר דעם? און מדי דברי בו, איך ווייס פון מעינסטרים רבנים וואס באקומען מראות אויף אימעיל.
דריטע פערדעריי, אז אין לך 'זה מתיר וזה אוסר' גדולה ווען עס קומט צו מראות. יש מקילים ויש מחמירים.
איך רעד נישט פון קיין פיקשעירס, איך רעד פון פרעגן דעם פרעגער וועלכע קאליר עס איז און לויט דעם פאסקענען.
קוק אהן די שרייבסט אז קיין שום זאך און דער וועלט קען נישט מסביר זיין אזא בריוו,לשיטתך איז נישט דא אזא זאך ווי א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה, ווייל יעדער קען זאגען וואס סשמעקט איהם.
אלזא די קענסט גיין דזשוינען די קאנסערוועטיוו מאוומענט, קאפלאן האט אוכט א שיטה און זיין מאוומענט, ער האט מברר געווען אז די גאנצע עם הנבחר איז א שטות, מעג מען נישט ארויס קומען קעגן איהם ?
אויב א מעזשאריטי רבנים תלמידי חכמים און דיינים האלטען אז ער פאסקענט הלכות שלא כדין ע״ד עצמו, מיט אגענדאס, און זיין פסק איז נישט משועבד צו זיין אמיתיות התורה, און זיי פארשטיין אז ער הייסט א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה מעגן זיי זאגען זייער דעה.
לשיטתך קען יעדע שמויגער זאגען וואס ער וויל און מקען נישט זיין אז איינער איז א יוצא מכלל השורה, איים סארי אויב די ביסט אן ארטדאקסישע יוד, האלטסטו אז רובא פון כלל ישראל זענען ראנג מיט זייער שיטה.
ר׳ רפאל שארר איז נישט קיין חדר יונגעל ער איז מן הסתם די גרעסטע גאון און אמעריקא כהיום,און ער קען גוט ניימאן (ר׳ רפאל איז נישט ווי זיין ברידער ר׳ אברהם ער זיצט יומם ולילה על התורה ועבודה, און ער סיינט נישט קיין צעטליך כמעט.
די פראבלעם איז אזוי ווי און אלגעמיין איז די וועלט זייער אומטאלערענט עקסטרעם לינק אדער עקסטרעם רעכט, די זעלבע איז ביי אונז, די איי וועלט רעכטע משוגעים קען מען נישט רעדן, און במח״כ די קאווע זענען עקסטרעם ליבארעל.
סאיז דא רבנים וואס זענען ליידער משוגע פארפרומט און אביוזען די סיסטעם מיט צודרייטע קול קוראס וואס געשענט איז, אז די מער ליבאראלע ווערען עקסטרעם קעגן יעדן גדר.
אזוי ויי אלעס און די וועלט איז דא אזא זאך ווי א בעלענס, יודישקייט האט אזא זאך ווי א ״ניין״ און אוכט אזא זאך ווי יא.
עת לקרב ועת לרחק, נישט יעדע דיין איז אפגעפרעגט סאיז דא א שיינע פאר מעסיגע רבנים וואס האבען געחתמעט, ווייל זיי האלטען אז ער פאסקענט שלא כדין.
און אויפען דריטען זאך אבוויוסלי האבען רבנים געזעען אז ער איז מתיר ווען קיין איינער וואלט נישט מתיר געווען,איז א רב וואס קען זיך און האט גענומען שימוש פון רבנים און ער ווייסט וואס איז בגדר יש אוסרים ויש מתירים און וואס איז בגדר וודאי אסור לכו״ע מעג ארויס שרייען ווען איינער איז מתיר עפעס וואס איז א וודאי אסור.