Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן

שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
396 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 464 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #13516
פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:37 am#440908
הנוי והנצח האט געשריבן:דער בריוו איז א קלארער מזוייף. קוקט אויפן דאטום: יום ה' לס'... ו' טבת! דאכט זיך מיר אז היינט איז געווען ה' טבת....

ולגופו של ענין, איך האב יעצט מברר געווען מיט איינעם וואס האט גערעדט מיטן באבובער דיין הרה"ג רח"י טויבער שליט"א וואס האט קלארגעשטעלט אז ער האט יא געחתמ'ט אויפן ארגינעילן קול קורא און נישט אויפן יעצטיגן "הבהרה". איך לאך פשוט פון די גרויסע קארפן קעפ אויף ק"ש וואס קענען ניטאמאל זעהן אזא אפענע טעות.

איך ווייס נישט ווער דער ר' שמואל ניימאן איז, איך האב קיינמאל נישט געהערט פון אים, קען זיין אין זיין תחום טוט ער זייער אסאך אויף, אבער פאר די אלע שרייערס און שפעטערס אויף די א.ג. "רבנים" וויל איך אנווייזן, דער באבובער דיין שליט"א (און אזוי אויך הגר"י רובין שליט"א מבאבוב 45) שרייבט זייער זעלטן אויף קול קורא'ס, און בכלל האלט ער זיך צוריק פון שרייבן אויף א יחיד, דאס איז זאכן וואס יעדער ווייסט, און אויב ער האט געפילט פאר וויכטיג צו חתמנ'ן קעגן דעם ניימאן מוז זיין אז יש דברים בגו.

ניין, ער איז נישט א דיין וואס זוכט אטענשע"ן און כבוד, פארקערט ער זוכט נישט די גאס זאל רעדן פון אים און אנטלויפט פון די זאכן ווי פייער, ער האט ב"ה גענוג אויפן קאפ מיט א הנהגה פון א גרויסע קהילה, איז לעכערליך אים צו באשולדיגן אז ער זוכט סתם צו באגראבן איינעם מחמת קנאה וכדו'.

אויף אנדערע חתימות וואלט איך טאקע נישט געמאכט קיין עסק, זיי זעהט מען אסאך אויף קו"ק, אבער אויב די באבובער דיינים האבן אונטערגעשריבן, איז עס א פרעצעדענטלאזע זאך וואס מען דארף ערנסט אננעמען. והנראה לענ"ד כתבתי. איך פערזענליך האב נישט קיין מיינונג אויף הרב ניימאן, נאר ס'גרוילט צו זעהן ווי מען באשמוצט רבנים אהן קיין האפט, בשעת מען איז אזוי "מוחה" אויף כבוד ת"ח. היפאקראטיע בתפארתו.

איך ווייס נישט אויב די צעטעל איז אמת אדער נישט אבער די פראבלעם וואס די האסט מיט די דאטום איז שטותים. ס'איז געשריבן די טאג פון חודש פון דאנערשטיג נאכט. (און אפילו אויב ס'איז א טעות , זייט ווען האט א צעטעל פון רבנים נישט קיין טעותים...). און דאס וואס די זאגסט אז ס'איז ערענסט און די האסט גערעדט צו הרב טויבער אפשר פרעגסטו אים אויך פינקטליך וואס הרב ניימאן'ס פראבלעם איז ?? קענסט מיר זאגען איין מאל אין די אידישע היסטארי וואס מ'האט געפסלט א ת''ח אהן זאגן וואס ער האט געזאגט ראנג ??! ס'איז זייער קלאר אז זיי ווילען נישט זאגן וואס פון זיין פסק איז געוועהן שלעכט לשיטתם ווייל זיי ווייסן אז רוב מענטשען וועלן ריאגירן אז דאס??? ס'איז דאך טאקע מותר!!!
פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:48 am#440909
נישט אזוי ''פרעצענדלאז".....
פרייטאג יאנואר 03, 2020 9:12 am#440911
המלוכה והממשלה האט געשריבן:

קאפיש?
פרייטאג יאנואר 03, 2020 9:34 am#440912
פארוואס האט מען אויסגעלאזט די אנדערע חתימות אויף די הבהרה? פארוואס נאר יענער חותמים?

איך האב פיין געלאכט צו זען די ווערטער
אבער אויב די באבובער דיינים האבן אונטערגעשריבן, איז עס א פרעצעדענטלאזע זאך וואס מען דארף ערנסט אננעמען.

אין די שווערע צייטן אין כלל ישראל, דארף מען האבען אויף וואס צו געבן א שמייכל און א לאך. קיפ איט אפ!
פרייטאג יאנואר 03, 2020 10:15 am#440916
שבת של פרישות
אידעלעך טייערע אצינד נאך די מעכטיגע קול קורא פון אונזערע הייליגע רבנים יושבים על מדין, אלזא בהוראת הרבנים הגאונים וועט דעם שבת זיין פרעזאווירט פאר פרישות, שבת ביינאכט ביי די באטעס אדער ביי די טישען וועט ווערן אויסגעשמועסט הלכות פרישות בהרחבה, ותן לחכם ויחכם עוד.
פרייטאג יאנואר 03, 2020 10:40 am#440919
Re: שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:אידעלעך טייערע אצינד נאך די מעכטיגע קול קורא פון אונזערע הייליגע רבנים יושבים על מדין, אלזא בהוראת הרבנים הגאונים וועט דעם שבת זיין פרעזאווירט פאר פרישות, שבת ביינאכט ביי די באטעס אדער ביי די טישען וועט ווערן אויסגעשמועסט הלכות פרישות בהרחבה, ותן לחכם ויחכם עוד.
און וואס וועט זיין מיט וְלָנוּחַ בְּחִבַּת?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
פרייטאג יאנואר 03, 2020 1:31 pm#440923
צפור בודד האט געשריבן:
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:אידעלעך טייערע אצינד נאך די מעכטיגע קול קורא פון אונזערע הייליגע רבנים יושבים על מדין, אלזא בהוראת הרבנים הגאונים וועט דעם שבת זיין פרעזאווירט פאר פרישות, שבת ביינאכט ביי די באטעס אדער ביי די טישען וועט ווערן אויסגעשמועסט הלכות פרישות בהרחבה, ותן לחכם ויחכם עוד.
און וואס וועט זיין מיט וְלָנוּחַ בְּחִבַּת?

נע... דאס ווארט "חיבת" איז העכערע זאכן וואס מיר פארשטייען נישט, ואין מגלין סודו אלא ליודעי ח"ן
פרייטאג יאנואר 03, 2020 2:01 pm#440926
וואס מען האלט אין איין הערן פין פארשידענע איז, אויב יענער האט אונטערגעשריבן מוז זיין אז יש דברים באיד, עפעס טוט דא דער ר' שמואל וואס מען טאר נישט.

און דער עפעס הערט מען נישט, קיינער קען נישט אנווייזן עפעס קראנט וואס זאל ברענגען דער קול קורא, אפילו פאר איינער וואס איז לגמרי בתלם.

דרייענדיג צווישן מענטשן, דער עולם לאכט אין די פויסטען, קיינער נעמט עס נישט ערענסט, קיינער האלט נישט אז דער ר' שמואל איז עפעס ראנג, יעדער וואס מען רעדט מיט זאגט אז עס מיינט גארנישט, סאטמארע שטיק וכו', פארוואס?

דער קרבתנו עולם האלט פין אים, און א ריזען עולם פין אונז איז שוין געוועהן ביי קרבתנו, און מען קען נישט טוישן דער דעת הקהל מיט א קול קורא פין אפאר, טאקע גרויסע, טאקע אנערקענטער רבנים, אבער אלע זענען זויערע באמאכטע, און האבן פשוט נישט דער שליטה ווען אפאר עסקנים מיט זיסע פיסקלעך לייגן זיך אויף זיי ארויף, און שפילן אויסצוגן פין טעיפס פין ר' שמואל, און געבן אונטער צו פרעשור און שרייבען אונטער אויף שטותים.

רח"ד כץ וואס איז דער אונטער דרייער פין דער גאנצער מעשה, לייגט אראפ כאילו עס זענען דא צוויי סארט אידן, עס איז דא "נארמאלע" מענטשן, און פראבלעמאטישע מענטשן, און פראבלעמאטישע מענטשן דארפען טאקע ר' שמואל, אבער נארמאלע מענטשן טארען נישט גיין צו אים.

עס איז אבער זיכער אז פאר די רבנים זאגט רח"ד כץ נאר אז ר' שמואל איז א סכנה פאר אידישקייט, אנדערע רבנים האבן נישט זיין נארישע בליק פין מאכן האלב עולם, דער קרבתנו עולם פראבלעמאטישע מענטשן, און אנדערע האבן נישט דער פראבלעם אז געווענליכע עולם זאל ווען הנאה האבן פין לעבן, רח"ד האלט אז מען טאר נישט הנאה האבן נאר פין א שיינער שיעור, אדער פין א רבי'ס טיש. אפילו א הייסע מקוה איז אסור לויט רח"ד.

ועל כולם איז דער פרעכע ליגענט פין דער קול קורא וואס שטייט אז ער איז מתיר איסורי כריתות, וואס דאס האט נישט קיין שום פשט, ער איז נישט קיין מקיל אין הלכות נדה בכלל. דאס האט מען געמוזט אריין ווארפען פאר די רבנים פין דער פרעמד וואס קענען אים נישט, למשל די ליטווישע רבנים, וואס זאלען לכתחילה ווי ר' שמואל, און וואלטען קיינמאל נישט אונטער געשריבן ווען זיי ווייסן דער טיילווייז אמת'ער פראבלעם פין ר' שמואל.

כלומר, ווי געשריבן פריער, דער אמת'ער סאטמארע פראבלעם מיט ר' שמואל איז, אז ער זאגט אז זיין א ציוני איז נישט קיין סתירה צו זיין א פרומע איד, און תהלים זאגן שבת צופרי איז נישט פין די ג' חמורות. אבער דער באבאווער דיין וואלט נישט אונטער געשריבן צוליב אזעלכע פראבלעמען, אבער ווען ער זאגט אז מען מעג הנאה האבן איז עס יא א פראבלעם לדעתו, ווייל ער איז נעבעך א באמאכטע פארמאכטע מענטש, וואס לייקענט אפילו אז ער האט הנאה פין טשאקאלאד טשיפ קאקיס. אבער פאר די ליטווישע רעדט מען איין אז ער איז מתיר כריתות, און אזוי ארבעטען די פיפיגער סאטמארע עסקנים אויף יעדן איינעם, און די נארישע רבנים שרייבען אונטער.

איין זאך האבן די רבנים אויפגעטוהן, אז דער עולם לאכט פין זיי מער, מען זאגט זיי נישט אין פנים, אבער ברוך השם דער עולם איז נישט קיין עמי הארץ, זיי ווייסן נאך אזוי גוט ווען די רבנים נעמען אונז אויף א רייד, און מען פאלגט נישט זייערע שטותים.
פרייטאג יאנואר 03, 2020 2:07 pm#440927
אישתישבי האט געשריבן:דרייענדיג צווישן מענטשן, דער עולם לאכט אין די פויסטען, קיינער נעמט עס נישט ערענסט, קיינער האלט נישט אז דער ר' שמואל איז עפעס ראנג, יעדער וואס מען רעדט מיט זאגט אז עס מיינט גארנישט, סאטמארע שטיק וכו', פארוואס?
.

זעהט אויס אז דו דרייסטיך נאר ציווישן אזא איין סארט קרבתנו מענטשן. יש ויש פון אלע מינע, די שאלה איז נאר וועלכע איז מער...
פרייטאג יאנואר 03, 2020 2:11 pm#440929
און דער שמוציגער צייטונג ״דער גוי״ (פלעגט הייסן אמאל ״דער איד״) האט אריינגעלייגט די קול קורא אין זייער ביליגע פאפיר.

זיי נעמען א חלק און מוציא שם רע אויף א פארנעם ווי קיינמאל בעפאר, לשון הרע, און המלבין את פני חבירו.
פרייטאג יאנואר 03, 2020 2:14 pm#440930
היכי דמי האט געשריבן:און דער שמוציגער צייטונג ״דער גוי״ (פלעגט הייסן אמאל ״דער איד״) האט אריינגעלייגט די קול קורא אין זייער ביליגע פאפיר.

זיי נעמען א חלק און מוציא שם רע אויף א פארנעם ווי קיינמאל בעפאר, לשון הרע, און המלבין את פני חבירו.

זאג נאר ס'איז די ערשטע מאל איר ליינט יענע גוי'אישע צייטונג?
פרייטאג יאנואר 03, 2020 2:38 pm#440934
גערעכט! וואס איך מיין צו זאגן, א קול קורא מיט 30 מעינסטריעם רבנים קעגן א דיין בישראל איז דאכט זיך נאך קיינמאל נישט געווען.
פרייטאג יאנואר 03, 2020 2:41 pm#440935
.
פרייטאג יאנואר 03, 2020 2:55 pm#440936
מיטן איבערשרייבן הונדערט און אפילו טויזענט מאל אז סאטמאר פירט די מערכה ווערט דאס נאכנישט אמת.
פינטעל!
מוצ"ש יאנואר 04, 2020 3:53 pm#440939
צפור בודד האט געשריבן:איך זע נישט דא עיונים אין דער לשון הקול קורא. ס'הייבט זיך לשון יחיד פון איין פערשוין, דערנאך גייט עס אריבער צו לשון רבים "לא לשמוע דרשותיהם" "לא לקבל מהם" "אסור להזמינם". פון וויפל מענטשן רעדט מען דא? ויש ליישב בדוחק אז זיי מיינען תלמידים פון רב ניימאן, כעין פראנקיסטן. אויב אזוי דארף דאך יעדער שומר נפשו וויסן ווער זענען די תלמידים כדי להתרחק מהם.

און צום סוף דערמאנען זיי גאר טעיפס. האלאו, איינער אונטער 35 ווייסט וואס דאס איז בכלל א טעיפ? ביי רב פילאפ אין דער היים הערט מען טעיפס? און איז דער איסור חל אויך אויף סידיס אדער וואטסאפ קליפס? און אויב רב ניימאן איז מתיר בני ט' דבר, וויבאלד ס'איז נישט איסורי כריתות מעג מען אים כאטש אויף דעם פאלגן?

תורה היא וללמוד אני צריך.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

מ'האט שוין דן געוועהן דא וועגן דעם,
און דער הסבר איז פשוט אז פון אינמיטן די קו"ק, רעדט זיך אויך פון זיינע נאכ-פאלגער'ס.
מוצ"ש יאנואר 04, 2020 3:57 pm#440940
שמערל האט געשריבן:עס איז אפשר נישט באקאנט אז דער סאטמערער רב ווען ער דערמאנט הרב קוק אין זיינע ספרים, שרייבט ער יא ארויס "הרב" קוק. איז שטעלט אייך פאר ווי א גרויסע רשע מרושע דער שמואל ניימאן איז אז ניטאמאל א ארויסגעשריבענע הרב קומט זיך אים.

ווער ס'מיינט פאר א הו"א אז ר' שמואל ניימאן וואס איז כבודו במקומו מונח
איז אפס קצהו פונעם וועלטס גאון הראי"ה קוק זצ"ל,
איז פשוט אז דער ווייסט ניט אמאהל ווער ער איז געוועזן.

קען זיין אין השקפה האבן סאקמער זיך ניט פארשטאנען מיט איהם,
אבער צוגלייכן עפעס א מורה הוראה וואס איז א בעל כשרון צו עפעס, איז ווייט פון פארשטיין פון וועמען מ'רעדט.
מוצ"ש יאנואר 04, 2020 7:09 pm#440941
העראיך אז ר' יוסף מ. באב"ד האט געזאגט אז זיין חתימה איז נישט אמת !
אויך איז פארהאן עפעס א ריקארדינג פון ר' יחיאל שטיינמעץ קען איינער אהערברענגן ?
מוצ"ש יאנואר 04, 2020 7:51 pm#440942
Re: שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן
נקודת-אמת האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:עס איז אפשר נישט באקאנט אז דער סאטמערער רב ווען ער דערמאנט הרב קוק אין זיינע ספרים, שרייבט ער יא ארויס "הרב" קוק. איז שטעלט אייך פאר ווי א גרויסע רשע מרושע דער שמואל ניימאן איז אז ניטאמאל א ארויסגעשריבענע הרב קומט זיך אים.

ווער ס'מיינט פאר א הו"א אז ר' שמואל ניימאן וואס איז כבודו במקומו מונח
איז אפס קצהו פונעם וועלטס גאון הראי"ה קוק זצ"ל,
איז פשוט אז דער ווייסט ניט אמאהל ווער ער איז געוועזן.

קען זיין אין השקפה האבן סאקמער זיך ניט פארשטאנען מיט איהם,
אבער צוגלייכן עפעס א מורה הוראה וואס איז א בעל כשרון צו עפעס, איז ווייט פון פארשטיין פון וועמען מ'רעדט.
איך הער וואס די האלסט אבער אן קיין ספוק
אז ר' שמואל איז די נעקסטע גדול הדור
ער קען כל התורה כולה מיט א קלארקייט
גיי רעד מיט איהם
ח"ו אז איך מאך אוועק אנדערע

Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk
מוצ"ש יאנואר 04, 2020 8:32 pm#440943
שיטה הקדושה האט געשריבן:

:lol: :lol: :lol:
מוצ"ש יאנואר 04, 2020 8:37 pm#440944
שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן
הגאון רבי יצחק לעבאוויטש איז די וואך געווען אין וויליאמסבורג אויף שבת, ביי די קידושא רבא תורה האט ער מוחה געווען אופן קול קורא, זאגענדיג אז ארויס געבן א קול קורא קעגן א יחיד איז א נייע זאך וואס האט זיך אנגעהויבן אין די תש״מ יארן ווען מ׳איז ארויס קעגן דעם בעלזער מיט חרמות, און דאס איז נישט געווען די וועג פון אונזער רבי׳ס.

Sent from my iPhone using Tapatalk
מוצ"ש יאנואר 04, 2020 8:58 pm#440945
אוהב ספרים האט געשריבן:מיטן איבערשרייבן הונדערט און אפילו טויזענט מאל אז סאטמאר פירט די מערכה ווערט דאס נאכנישט אמת.
פינטעל!

ווייל די ביסט א אהרוני. סארי, מען רעדט די זאליס.
מוצ"ש יאנואר 04, 2020 9:05 pm#440946
דאכט זיך אז די מערכה קומט טאקע פון סקווירא און וויזניץ. אזוי קוקט מיר עס אויס.

א מערכה וואס קומט פון סאטמאר האט נישט קיין איין פרעמדע חתימה היינט צוטאג.
מוצ"ש יאנואר 04, 2020 9:17 pm#440947
און פארדעם איז עס געדריקט אין דער איד.
מוצ"ש יאנואר 04, 2020 9:23 pm#440948
די מערכה קומט גראדע פון סקווירא בעיקר.

learn the facts

און אזוי ווי רוב שרייבער'ס דא שרייבן פון ארבעל ארויס, כפי אוות נפשם ורצונם און וויאזוי זיי וואלט געוואלט זאכען זאלען זיין, קיין שום שייכות מיט די מציאות, נאך א וועג צו האקן אויף די אלט מאדישע רבנים

לדוגמא, איינע פון די טענות איז אז מען האט איהם נישט געפרעגט - איי מען האט שוין מיט איהם געהאנדלט א פאר יאר צוריק און מען האט זיך אויסגענומען מיט איהם תנאים און ער האט זיך אנגעפיפען,
מען האט איהם יעצט אויכעט געלאזט רופען און ער האט מסרב געווען צו קומען - באט ווער געט א ניקל פארן אמת, דער עיקר מען קען האקן אויף די רבנים.

אא"וו
מוצ"ש יאנואר 04, 2020 9:27 pm#440949
Re: שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן
אוהב ספרים האט געשריבן:די מערכה קומט גראדע פון סקווירא בעיקר.

לעניות דעתי ביסטו גאר דער וואס שרייבט פון ארבעל ארויס
איך קען די מעשה פון דערנאנט
אין קיין איין רב האט איהם נישט געוואלט אויפנעמען, זיי האבן זייער מורה צו רעדן מיט איהם אין לערנען, איין רב האט איהם יא אויפגענומן אין יענער האט טאקע נישט געסיינט

Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk
מוצ"ש יאנואר 04, 2020 9:40 pm#440950

גערעכט יעדער האט מיט איהם מורא צו רעדן אין לערנען, אזא פלא הבריאה נאך נישט געווען, ר' חיים קען זעך פאר זיין גאונות פארשטעקן
מוצ"ש יאנואר 04, 2020 10:18 pm#440954
די אמת איז אז פון אלע מורי הוראה מיט וועם איך האב נאר אמאל געהאנדעלט איז ער אריינגעקומען די קלארסטע (או"ח ויו"ד). ער האט א גוטע קאפ און איז א ת"ח עצום ולמדן. שוין אלס אינגערמאן געשריבן חידושים אויפן קצות. ער נעמט מורא'דיג גוט צאם א סוגיא ביז הלכה למעשה. פון די איינציגסטע מיטן טיטל "דיין" וואס מען קען רעדן מיט עם פליסיג אנגעהויבן ביי די מקורות פון גמרא מיט ראשונים. (זיין דף היומי שיעור איז אויך אסאך מתובל מיט ראשונים ביז אסאך הלכה למעשה, אלעס און 30-40 מינוט).

ער איז קלאר נישט קיין "פסקי תשובות מו"ץ" און אויך נישט קיין משנ"ב איד, אלס גייט ביי אים פון די מקורות און ראשונים.ביי אים איז א חומרא נישט קיין עיקר הדין, און א מנהג איז נישט א מוז. (עפ"ר זאגט ער אויב מען האט די מנהג זאל מען עס האלטן, אבער געווענליך היינטיגע מנהגים דארף מען נישט האלטן נאר מען קען מתיר נדר זיין, based on די ש"ך אין הלכות נדרים).

ער האט דערפאר אסאך סא קאלד "קולות" אנדערש פון אנדערע טיפיקל פרי מגדים דיינים..

ער איז שטארק אויסגעקאכט מיט ספרי היסוד, מחשבה און מוסר.
מוצ"ש יאנואר 04, 2020 10:22 pm#440956
אוהב ספרים האט געשריבן:די מערכה קומט גראדע פון סקווירא בעיקר.

learn the facts

און אזוי ווי רוב שרייבער'ס דא שרייבן פון ארבעל ארויס, כפי אוות נפשם ורצונם און וויאזוי זיי וואלט געוואלט זאכען זאלען זיין, קיין שום שייכות מיט די מציאות, נאך א וועג צו האקן אויף די אלט מאדישע רבנים

לדוגמא, איינע פון די טענות איז אז מען האט איהם נישט געפרעגט - איי מען האט שוין מיט איהם געהאנדלט א פאר יאר צוריק און מען האט זיך אויסגענומען מיט איהם תנאים און ער האט זיך אנגעפיפען,
מען האט איהם יעצט אויכעט געלאזט רופען און ער האט מסרב געווען צו קומען - באט ווער געט א ניקל פארן אמת, דער עיקר מען קען האקן אויף די רבנים.

אא"וו

זאלסט מיר אנטשולדיגן, אבער די רבנים זענען דא געגאנגען איבער אלע גבולים. איך בין גראדע געווענליך נישט קיין דעה זאגער אויף רבנישע איינגעלעגנהייטן און איך האלט אויך אז דער ניימאן האט געוואוסט אין וואס ער לייגט זיך אריין און ער האט עס מסתמא געקענט פארמיידן מיט שכל און הכנעה, אבער צו נעמען א איד און באגראבן אויף אזא פארנעם איז נישט ערלויבט פאר קיין שום סיבה. איך זע נישט קיין לימוד זכות אויף די רבנים.

אין די לעצטע פערציג יאר האט מען געקענט ארויסקומען אויף צענדליגע אידן מיט אזוינע השמצות, און מיט רעכט. אינטערעסאנט אז פונקט דער בעלזער, ליפא, נחום און ניימאן האבן עס געכאפט. אלעס אנדערש איז מסודר ב"ה, געלויבט דער פון אויבן אז כלל ישראל שטייט אזוי ברום המעלה.
מוצ"ש יאנואר 04, 2020 10:23 pm#440958
[quote="אוהב ספרים"]די מערכה קומט גראדע פון סקווירא בעיקר.
לא נכון

סא'יז אמת אז די וועג וואס מען איז מדריך אין סקווירא איז פונקט ההיפך פון זיין שיטה און דעה - אבער די מערכה איז לכאורה פון סאטמאר
מוצ"ש יאנואר 04, 2020 10:32 pm#440963
מכתב ברכה פון רבי מאטעלע זצ"ל
מוצ"ש יאנואר 04, 2020 10:34 pm#440964
אוהב ספרים האט געשריבן:
שיטה הקדושה האט געשריבן:אין קיין איין רב האט איהם נישט געוואלט אויפנעמען, זיי האבן זייער מורה צו רעדן מיט איהם אין לערנען, איין רב האט איהם יא אויפגענומן אין יענער האט טאקע נישט געסיינט

גערעכט יעדער האט מיט איהם מורא צו רעדן אין לערנען, אזא פלא הבריאה נאך נישט געווען, ר' חיים קען זעך פאר זיין גאונות פארשטעקן

פארוואס מוזטו צוקומען אז ר' חיים קען זיך פארשטעקן פאר זיין גאונות, פארוואס קען נישט זיין אז ר' חיים איז א גרעסערע גאון ווי איהם און מיט דעם אלעם זאל ער זיין גערעכט?
מוצ"ש יאנואר 04, 2020 10:37 pm#440965
אוהב ספרים האט געשריבן:
learn the facts

לדוגמא, איינע פון די טענות איז אז מען האט איהם נישט געפרעגט - איי מען האט שוין מיט איהם געהאנדלט א פאר יאר צוריק און מען האט זיך אויסגענומען מיט איהם תנאים און ער האט זיך אנגעפיפען,
מען האט איהם יעצט אויכעט געלאזט רופען און ער האט מסרב געווען צו קומען - באט ווער געט א ניקל פארן אמת, דער עיקר מען קען האקן אויף די רבנים.

אא"וו

אינטערסאנט אז די חותמים האבן נישט געפילט פאר וויכטיג דאס צו שרייבן אינעם קו"ק..
זונטאג יאנואר 05, 2020 2:36 pm#440993
אוהב ספרים האט געשריבן:די מערכה קומט גראדע פון סקווירא בעיקר.

learn the facts

און אזוי ווי רוב שרייבער'ס דא שרייבן פון ארבעל ארויס, כפי אוות נפשם ורצונם און וויאזוי זיי וואלט געוואלט זאכען זאלען זיין, קיין שום שייכות מיט די מציאות, נאך א וועג צו האקן אויף די אלט מאדישע רבנים

לדוגמא, איינע פון די טענות איז אז מען האט איהם נישט געפרעגט - איי מען האט שוין מיט איהם געהאנדלט א פאר יאר צוריק און מען האט זיך אויסגענומען מיט איהם תנאים און ער האט זיך אנגעפיפען,
מען האט איהם יעצט אויכעט געלאזט רופען און ער האט מסרב געווען צו קומען - באט ווער געט א ניקל פארן אמת, דער עיקר מען קען האקן אויף די רבנים.

אא"וו

נישטא קיין גרעסערע געלעכטער פון דעם! אויסגענומען תנאים? אז וואס? אז ער מוז פסקנן שאלות און איינטייטשן די תורה פונקט ווי ר׳ יוסי באב״ד, ר׳ מעכל שטיינמעץ, ר׳ יחיאל שטיינמעץ, ר׳ הלל וויינבערגער???

ער מעג פסקנן שאלות לויט די ראשונים און ער מוז זיך נישט רעכענען מיט די פרומע סיקריקים!!!

די תורה ליגט ביי ר׳ הלל וויינבערגער און ר׳ רפאל שארר אין די הענט???

דריי נישט קאפ!

ווער זענען זיי? זיי זענען געשטאנען אויפן שפיץ פונעם בארג סיני? שמואלי ניימאן איז אויך דארט געוועהן, ער האט אויך געלערנט די תורה. און ער האט א טראפ אנדערע פסקים פון געוויסע מעינסטרים רבנים, פאר וועם סאיז נישט גענוג גוט זאל גיין צו ר׳ הלל וויינבערגער און פרעגן דארט זיינע שאלות- האסטו געהערט א מעשה.

סאיז פונקט ווי די עירוב סאיז דא וואס שרייען אז סאיז אסור מן התורה און סאיז דא וואס שרייען אז סאיז מותר. אפשר זאל מען לייגן אין חרם די רבנים וואס זענען מתיר די עירוב???

איינער שרייבט דא (דאכצעך יעקב מענטש) אז ר׳ מעכל שטיינמעץ-סקווירער דיין איז א מענטש וואס שרייבט נישט אינטער נאר אז ער האט זיך גוט נאכגעפרעגט... טוה מיר א טובה, דו ווייסט וואס מיינט נאכגעפרעגט ביי זיי? אז זיי האבן געפרעגט אנדערע רבנים סיקריקים און זיי האבן צוגעשאקעלט דעם קאפ אז מ׳מוז דעם ניימאן באזייטיגן וואס שנעלער....
און בכלל ר׳ מעכל שטיינמעץ שרייבט יא אינטער אויף יעדע צווייטע קול קורא, זיין חתימה ליגט ביי סאכדעם אן פייל...
זונטאג יאנואר 05, 2020 2:38 pm#440994
זייער גוט, צום פוינט
זונטאג יאנואר 05, 2020 3:05 pm#440996
מיין דיין האט נישט אינטערגעשריבן קעגן ר׳ שמואל ניימאן. אלזא איז ער ביי מיר כשר.

הרה״ג הצדיק רבי משה שנעבאלג מ׳טשערנאוויץ האט נישט אינטערגעשריבן.

איר ווייסט פארוואס נישט? ווייל ער איז א עכטע דיין און א עכטע ת״ח...

מ׳האט אים געמוטשעט אז ער זאל אינטערשרייבן קעגן נחום ראזענבערג. נישט נאר ער האט נישט אינטערגעשריבן נאר ווען ער האט געטראפן נחום אויף די גאס (זיי קענען זיך נאך יונגערהייט פון ווען נחום האט געלערנט און זיך געדרייט אין וויזניץ) און נחום האט אים געזאגט אז ער האט נישט וואו צו דאווענען. האט ער אים געזאגט ביי מיר קענסטו אייביג קומען דאווענען...! יעדער איד וואס וויל דאווענען קען קומען צו מיר אין שול אריין...

ער איז א עכטע וויזניצער איד א ריכטיגע תלמיד פונעם אמרי חיים מיט א נארמאלע ברייטע קאפ וואס איז נישט אנגעפילט מיט קיין שטותים און הבלים...

רופסט מיך ווען ר׳ משה שנעבאלג שרייבט אינטער קעגן ר׳ שמואל ניימאן ביז דאן איז ער זיכער כשר לדעתי...
זונטאג יאנואר 05, 2020 3:49 pm#440998
שבת קומסט אריין קלאר, נו, ברויך מען דעם רעב משה שנעלבאלג אויך מסדר זיין, היינו טעמא דר' שמואל, היינו טעמא דר' משה, והיינו טעמא דשבת.
זונטאג יאנואר 05, 2020 3:52 pm#440999
איך פערזענליך האלט אז מען ברויך דער ר' שמואל אסר'ן פשוט ווייל ער איז נישט לייסענסעד, און געבעטן ווי א *** 250 א session
נאכמער, ביסט א רב און די ווילסט מען זאל דיך טריטען ווי א רב וואס בעטסטו בכלל געלט פאר ארויסהעלפן א פארל מיט שלום בית ? ביסט א טערעפיסט פאריף דיך נישט אלס רב, וואס קומט טיילן דעות און השקפות (אלץ רב) אין די ענינים.
זונטאג יאנואר 05, 2020 3:59 pm#441000
יתרו האט געשריבן:איך פערזענליך האלט אז מען ברויך דער ר' שמואל אסר'ן פשוט ווייל ער איז נישט לייסענסעד, און געבעטן ווי א *** 250 א session

ער מעג בעטן וויפל ער וויל ווילאנג ער פארקויפט זיך נישט אלץ דאקטער.

בד״וו איך נעם $600 א שעה און איך האב קוים דרייווינג לייסענס ניטאמאל א מערידזש לייסענס...
קיינער קומט נאר נישט! איך האב נישט קיין פאציענטן דערווייל (ווער ס׳וויל קען זיך איינשרייבן ביי די גבאים)

אז ער האט מענטשען וואס ווילן אים באצאלן פארן זיי העלפן 250 דאללער איז גוט פאר אים... ר׳ יוסי באב״ד און ר׳ מילך-קעסטל וויינבערגער קען עס נישט באווייזן קיינער צאהלט זיי נישט גארנישט...
זונטאג יאנואר 05, 2020 4:00 pm#441001
Re: שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן
שבת אחים האט געשריבן:
יתרו האט געשריבן:איך פערזענליך האלט אז מען ברויך דער ר' שמואל אסר'ן פשוט ווייל ער איז נישט לייסענסעד, און געבעטן ווי א *** 250 א session

ער מעג בעטן וויפל ער וויל ווילאנג ער פארקויפט זיך נישט אלץ דאקטער.

בד״וו איך נעם $600 א שעה און איך האב קוים דרייווינג לייסענס ניטאמאל א מערידזש לייסענס...
קיינער קומט נאר נישט! איך האב נישט קיין פאציענטן דערווייל (ווער ס׳וויל קען זיך איינשרייבן ביי די גבאים)

אז ער האט מענטשען וואס ווילן אים באצאלן פארן זיי העלפן 250 דאללער איז גוט פאר אים... ר׳ יוסי באב״ד אום ר׳ מילך-קעסטל וויינבערגער קען עס נישט באווייזן קיינער צאהלט זיי נישט גארנישט...
די מעגסט אויך בעטן 250 דאללער
אין די. מעגסט זיך אויך פארהערן ש"ס ופוסקים

Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk
זונטאג יאנואר 05, 2020 4:06 pm#441002
יתרו האט געשריבן:שבת קומסט אריין קלאר, נו, ברויך מען דעם רעב משה שנעלבאלג אויך מסדר זיין, היינו טעמא דר' שמואל, היינו טעמא דר' משה, והיינו טעמא דשבת.

מ׳קען אים נישט באזייטיגן. בערך ווי מ׳האט אין גרויסווארדיין נישט געקענט באזייטיגן דעם אהב״י. א איד ווי ר׳ משה שנעבאלג וואס איז א שטיק אמת, א שטיק פייער, ווער ס׳האט אים אמאל געהערט דאווענען און לערנען. זיין אהבת ישראל איז בולט לעיני כל. יעדער ווייסט גאנץ גוט אז ער איז פון די גרעסטע גאונים און ת״ח אין שטאט, ער האט שוין ארויסגעגעבן ספרים מסתמא פאר ר׳ שמואל ניימאן איז געבוירן געווארן, ער שלאגט זיך נישט מיט קיינעם, ער האט ליב יעדע איד, א פלאם פייער, רעדט צו א יעדעם איינעם מיט ליבשאפט און הכנעה. א קלוגע מענטש. ער איז פון די גרעסטע מענטשען ביי די היימישע אידן היינטיגע טעג. ער מאכט פון זיך גארנישט. א שטולע איידלע מענטש.

די מילך קעסטלעך רבנים קענען ארויסקומען מיט וויפל צעטליך זיי ווילן קעגן אים, ס׳גייט נישט קלעבן, ס׳גייט זייו איין גרויסע געלעכטער...
זונטאג יאנואר 05, 2020 4:07 pm#441003
שבת אחים האט געשריבן:
יתרו האט געשריבן:איך פערזענליך האלט אז מען ברויך דער ר' שמואל אסר'ן פשוט ווייל ער איז נישט לייסענסעד, און געבעטן ווי א *** 250 א session

ער מעג בעטן וויפל ער וויל ווילאנג ער פארקויפט זיך נישט אלץ דאקטער.

בד״וו איך נעם $600 א שעה און איך האב קוים דרייווינג לייסענס ניטאמאל א מערידזש לייסענס...
קיינער קומט נאר נישט! איך האב נישט קיין פאציענטן דערווייל (ווער ס׳וויל קען זיך איינשרייבן ביי די גבאים)

אז ער האט מענטשען וואס ווילן אים באצאלן פארן זיי העלפן 250 דאללער איז גוט פאר אים... ר׳ יוסי באב״ד אום ר׳ מילך-קעסטל וויינבערגער קען עס נישט באווייזן קיינער צאהלט זיי נישט גארנישט...

ער פארקויפט זיך אלץ טערעפיסט! און זיין אינטערוויוא אין מאמענט האט ער גערעדט ווי א גאנצער געלערנטער און ער איז דער אדררעסס פאר אלע OCD ליידענדע וואס יעדער האט זיך שוין מייאש געווען .. טוה מיא א גענאדע, ניטאמאל דיעגנאזן OCD געהעריג קען ער, וואסארא הבלים ער האט גערעדט דארט.
זונטאג יאנואר 05, 2020 4:10 pm#441004
Re: שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן
יתרו האט געשריבן:

ער קען העלפן מיט OCD ווייל ער איז א דיין אין מענטשן וואס ליידען פון הלכות העלפט ער זייער שטארק

Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk
זונטאג יאנואר 05, 2020 4:11 pm#441005
בדרך אגב איך רעדט נישט פון באבאד און דער בעל המילעך קעסטעל, איך רעד פון אידן וואס וואלט געקענט נעמען און מען נעמט נישט קיין געלט אלץ רב, עס איז א חלק פוונעם אויפגאבע.
לדוגמא
הרב זשעקאבסאן
הרב יאזאפאוויטש
און טאקע דער הרב שנעלבאלג
מיט אלע דריי האב איך שוין געהאנדעלט און אלע דריי זענען גראדע געווען זייער העלפפול און געוויסט זייער לימיטס. און נישט געבעטען קיין פעני למיטב ידיעתי.
זונטאג יאנואר 05, 2020 4:59 pm#441006
יתרו האט געשריבן:בדרך אגב איך רעדט נישט פון באבאד און דער בעל המילעך קעסטעל, איך רעד פון אידן וואס וואלט געקענט נעמען און מען נעמט נישט קיין געלט אלץ רב, עס איז א חלק פוונעם אויפגאבע.
לדוגמא
הרב זשעקאבסאן
הרב יאזאפאוויטש
און טאקע דער הרב שנעלבאלג
מיט אלע דריי האב איך שוין געהאנדעלט און אלע דריי זענען גראדע געווען זייער העלפפול און געוויסט זייער לימיטס. און נישט געבעטען קיין פעני למיטב ידיעתי.

איה״נ, ר׳ משה שנעבאלג איז א חשובע רב פון יאהרן לאנג ער באקומט געלט פון געוויסע נגידים און זיינע מתפללים. ר׳ שמואל ניימאן האט א שטוב מיט קינדער אן קיין ביהמ״ד, פון וואו דארף ער לעבן? ער גיבט זיך אפ מיט איינעם, ער געט אוועק זיין צייט, מעג ער בעטן געלט און נישט דאס פרעגט אפ א מענטש.

אויב פארקויפט ער זיך אלץ א דאקטער דעמאלטס איז טאקע א פראבלעם, אבער נישט וואס כהאב געהערט.
זונטאג יאנואר 05, 2020 5:08 pm#441007
יתרו האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
יתרו האט געשריבן:איך פערזענליך האלט אז מען ברויך דער ר' שמואל אסר'ן פשוט ווייל ער איז נישט לייסענסעד, און געבעטן ווי א *** 250 א session

ער מעג בעטן וויפל ער וויל ווילאנג ער פארקויפט זיך נישט אלץ דאקטער.

בד״וו איך נעם $600 א שעה און איך האב קוים דרייווינג לייסענס ניטאמאל א מערידזש לייסענס...
קיינער קומט נאר נישט! איך האב נישט קיין פאציענטן דערווייל (ווער ס׳וויל קען זיך איינשרייבן ביי די גבאים)

אז ער האט מענטשען וואס ווילן אים באצאלן פארן זיי העלפן 250 דאללער איז גוט פאר אים... ר׳ יוסי באב״ד אום ר׳ מילך-קעסטל וויינבערגער קען עס נישט באווייזן קיינער צאהלט זיי נישט גארנישט...

ער פארקויפט זיך אלץ טערעפיסט! און זיין אינטערוויוא אין מאמענט האט ער גערעדט ווי א גאנצער געלערנטער און ער איז דער אדררעסס פאר אלע OCD ליידענדע וואס יעדער האט זיך שוין מייאש געווען .. טוה מיא א גענאדע, ניטאמאל דיעגנאזן OCD געהעריג קען ער, וואסארא הבלים ער האט גערעדט דארט.

איך הער וואס איר זאגט.

דא איז די שמועס וועגן א אנדערע נקודה אינגאנצן. מען איז דא דן אויב א פרומער רב וואס איז א ת״ח פסקנט שאלות וואס איז מעהר ליבעראל האבן אנדערע רבנים א רעכט ארויסצוטרעטן קעגן יענע רב׳ס פסקים און אים באשמוצן אין פובליק.

איך בין נישט קיין גרויסע חסיד פון ר׳ שמואל ניימאן, איך קען נישט זיינע therapy methods, איך וואלט נישט רעקאמאנדירט קיינעם צוגיין צו אים אלץ א טעראפיסט, נאר צופרעגן געוויסע שאלות אין הלכות איז ער פונקט אזוי כשר ווי אלע אנדערע רבנים אין מיינע אויגן. די רעשט קען טאקע זיין איר האט רעכט אז ער איז ווייט פון א טעראפיסט.

בכלל דאס אז ער האט זיך פארקויפט ביי א אינטערוויוא אין מאמענט אלץ א מבין אין א געוויסע סובדזשעקט דאס מיינט נאכנישט אז ער פארקויפט זיך אלץ א טעראפיסט, ער זאגט דארט אז ער איז א טעראפיסט אדער אז ער האט מבינות אין א געוויסע Area?
זונטאג יאנואר 05, 2020 5:18 pm#441008
לענ"ד איז דאס נישט קיין תירוץ, הרב יאזעפאוויטש האט אויך א שטוב מיט קינדער און אזוי צענדליגע אנדערע רבנים וואס טוען אין די ענינים. א פארט פון די זשאב פון זיין א רב איז טו פיגער אואט ווי אזוי איך וועל מיך מפרנס זיין אן טשארזשען געלט פון יחידים וואס קומען צו מיר אלס רב.
וועל איך עס פרובירן בעסער מסביר זיין, רוב פון זיינע קליענטן קומען אן צו אים ווייל ער איז א רב, און האט ברייטע פלייצעס מתיר צו זיין און גרינגער מאכן די רעליגיעזע לעבן וואס שטרעט פאר א מענטש זיין מנוחת הנפש און שלום בית, און נישט ווייל ער איז אן אויסגערופענער חכם אין תורת הנפש.
דאס איז די סיבה פארוואס מען שיקט צו אים רבנים און אנדערע עסקנים, און ער נעמט עדווענטעדזש פון דעם צו סאקן דעם עולם.
ווילסט זיין א רב זיי א רב, און בעט נישט קיין פעני, ווילסט זיין אן אנלייסענסעד טערעפיסט זיי אן אנלייסענסעד טערעפיסט און לאמיר זען ווער סע וועט קומען צו דיר צוליב דיין געוואלדיגע עקספערטיז. דאס אנטוען איין היטעל צו באקומען קליענטען (רב), און נעמען געלט מיט צווייטען היטעל (טערעפיסט) איז נישט OK.
זונטאג יאנואר 05, 2020 5:24 pm#441009
שבת אחים האט געשריבן:
יתרו האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
יתרו האט געשריבן:איך פערזענליך האלט אז מען ברויך דער ר' שמואל אסר'ן פשוט ווייל ער איז נישט לייסענסעד, און געבעטן ווי א *** 250 א session

ער מעג בעטן וויפל ער וויל ווילאנג ער פארקויפט זיך נישט אלץ דאקטער.

בד״וו איך נעם $600 א שעה און איך האב קוים דרייווינג לייסענס ניטאמאל א מערידזש לייסענס...
קיינער קומט נאר נישט! איך האב נישט קיין פאציענטן דערווייל (ווער ס׳וויל קען זיך איינשרייבן ביי די גבאים)

אז ער האט מענטשען וואס ווילן אים באצאלן פארן זיי העלפן 250 דאללער איז גוט פאר אים... ר׳ יוסי באב״ד אום ר׳ מילך-קעסטל וויינבערגער קען עס נישט באווייזן קיינער צאהלט זיי נישט גארנישט...

ער פארקויפט זיך אלץ טערעפיסט! און זיין אינטערוויוא אין מאמענט האט ער גערעדט ווי א גאנצער געלערנטער און ער איז דער אדררעסס פאר אלע OCD ליידענדע וואס יעדער האט זיך שוין מייאש געווען .. טוה מיא א גענאדע, ניטאמאל דיעגנאזן OCD געהעריג קען ער, וואסארא הבלים ער האט גערעדט דארט.

איך הער וואס איר זאגט.

דא איז די שמועס וועגן א אנדערע נקודה אינגאנצן. מען איז דא דן אויב א פרומער רב וואס איז א ת״ח פסקנט שאלות וואס איז מעהר ליבעראל האבן אנדערע רבנים א רעכט ארויסצוטרעטן קעגן יענע רב׳ס פסקים און אים באשמוצן אין פובליק.

איך בין נישט קיין גרויסע חסיד פון ר׳ שמואל ניימאן, איך קען נישט זיינע therapy methods, איך וואלט נישט רעקאמאנדירט קיינעם צוגיין צו אים אלץ א טעראפיסט, נאר צופרעגן געוויסע שאלות אין הלכות איז ער פונקט אזוי כשר ווי אלע אנדערע רבנים אין מיינע אויגן. די רעשט קען טאקע זיין איר האט רעכט אז ער איז ווייט פון א טעראפיסט.

בכלל דאס אז ער האט זיך פארקויפט ביי א אינטערוויוא אין מאמענט אלץ א מבין אין א געוויסע סובדזשעקט דאס מיינט נאכנישט אז ער פארקויפט זיך אלץ א טעראפיסט, ער זאגט דארט אז ער איז א טעראפיסט אדער אז ער האט מבינות אין א געוויסע Area?

איך בין נישט מצדיק די רבנים קיין איין רגע, ס'איז רשעות און אכזריות וואס זיי האבן געטוען מיט אים, נישט קיין פראגע, כהאב נאר געזאגט אויב אים אסר'ן ,זאל מען אים אסר'ן צו זיין א טערעפיסט, נישט קיין רב.
איך געדענק בשעת ליינען זיין אינטערוויאו איז מיין בלוט איז מיר ארויף אין קאפ מער ווי איין מאל. לערן דיך אויס עס איז נישטא אזא זאך אין תורת הנפש צו זיין א מבין אויף איין סובזשעקט! אויב קענסטו נישט דעם DSM ישיר והפוך און געהאט שימוש אויף א גרויס חלק פון די דיסארדערס ,איז לא ימלט צו מאכן גראבע טעותים, אפילו ביי דיעגנאזן איינעם מיט OCD, עס קען דיר אויסזען ווי OCD, און נישט האבן קיין שיכות וכן להיפך.
זונטאג יאנואר 05, 2020 5:27 pm#441010
Re: שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן
יתרו האט געשריבן:לענ"ד איז דאס נישט קיין תירוץ, הרב יאזעפאוויטש האט אויך א שטוב מיט קינדער און אזוי צענדליגע אנדערע רבנים וואס טוען אין די ענינים. א פארט פון די זשאב פון זיין א רב איז טו פיגער אואט ווי אזוי איך וועל מיך מפרנס זיין אן טשארזשען געלט פון יחידים וואס קומען צו מיר אלס רב.
וועל איך עס פרובירן בעסער מסביר זיין, רוב פון זיינע קליענטן קומען אן צו אים ווייל ער איז א רב, און האט ברייטע פלייצעס מתיר צו זיין און גרינגער מאכן די רעליגיעזע לעבן וואס שטרעט פאר א מענטש זיין מנוחת הנפש און שלום בית, און נישט ווייל ער איז אן אויסגערופענער חכם אין תורת הנפש.
דאס איז די סיבה פארוואס מען שיקט צו אים רבנים און אנדערע עסקנים, און ער נעמט עדווענטעדזש פון דעם צו סאקן דעם עולם.
ווילסט זיין א רב זיי א רב, און בעט נישט קיין פעני, ווילסט זיין אן אנלייסענסעד טערעפיסט זיי אן אנלייסענסעד טערעפיסט און לאמיר זען ווער סע וועט קומען צו דיר צוליב דיין געוואלדיגע עקספערטיז. דאס אנטוען איין היטעל צו באקומען קליענטען (רב), און נעמען געלט מיט צווייטען היטעל (טערעפיסט) איז נישט OK.
די רעדסט נאר ווייל די קענסט נישט די מציאות
ער האט נאך קיינמאל נישט גענומן געלט פארן איהם ניצן אלץ דיין
ער איז א אויסגערופונע מומחה אין אריין ברענגען א שמחת החיים אין א שטוב אין פארדעם נעמט ער געלט
די רעדסט פון אסאך ווייטאג אין איך מיין די קענסט גיין צו איהם אז די זאלסט אנהייבן פארגינען אנדערע מענטשן אין זיין העפי מיט וואס די האסט

Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk
זונטאג יאנואר 05, 2020 5:27 pm#441011
יתרו האט געשריבן:לענ"ד איז דאס נישט קיין תירוץ, הרב יאזעפאוויטש האט אויך א שטוב מיט קינדער און אזוי צענדליגע אנדערע רבנים וואס טוען אין די ענינים. א פארט פון די זשאב פון זיין א רב איז טו פיגער אואט ווי אזוי איך וועל מיך מפרנס זיין אן טשארזשען געלט פון יחידים וואס קומען צו מיר אלס רב.
וועל איך עס פרובירן בעסער מסביר זיין, רוב פון זיינע קליענטן קומען אן צו אים ווייל ער איז א רב, און האט ברייטע פלייצעס מתיר צו זיין און גרינגער מאכן די רעליגיעזע לעבן וואס שטרעט פאר א מענטש זיין מנוחת הנפש און שלום בית, און נישט ווייל ער איז אן אויסגערופענער חכם אין תורת הנפש.
דאס איז די סיבה פארוואס מען שיקט צו אים רבנים און אנדערע עסקנים, און ער נעמט עדווענטעדזש פון דעם צו סאקן דעם עולם.
ווילסט זיין א רב זיי א רב, און בעט נישט קיין פעני, ווילסט זיין אן אנלייסענסעד טערעפיסט זיי אן אנלייסענסעד טערעפיסט און לאמיר זען ווער סע וועט קומען צו דיר צוליב דיין געוואלדיגע עקספערטיז. דאס אנטוען איין היטעל צו באקומען קליענטען (רב), און נעמען געלט מיט צווייטען היטעל (טערעפיסט) איז נישט OK.

ווי האט דאס א שייכות מיט די קול קורא ??
ווילסט ארונטער רייסן די היימישע טעראפיסטן עפן אן אשכול און לאמיר זיך אנהייבן רייסן ביי די קעפ...
זונטאג יאנואר 05, 2020 5:30 pm#441012
די טענה אז 'ער נעמט $250, ווער וואס וויל נישט צאלען, זאל נישט קומען', איז פשוט זינלאז. טהעראפי איז נישט עפעס א לוקסוס וואס מענטשן נעמן פון לאנגווייליגקייט. מענטשן ווערען 'געשיקט' קיין טהעראפי, די סביבה פאדערט עס פון איהם. און דאס אז עס איז נישט דא קיין וועג וויאזוי א מענטש קען זיך אליינס איבערצייגען וואס ער איז ווערט, מיינט אז עס איז נישט קיין אפענע מארק.

די קאפיטאליסטישע מהלך ארבעט אין געוויסע פעלדער, נישט אין אלע.

פאר עפעס א סבה מוז איך עס נאכאמאל איבערחזר'ן, אבער מיט די צעטיל האט עס גארנישט