פארומס › שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן

שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן

468 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13516
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג יאנואר 07, 2020 1:02 pm#441108
די בעלזער דיינים שרייבן נישט אונטער ווען זיי ווילען, עס ווענד זיך וואס מען זאגט פין בית כ"ק, און זעהט אויס אז בית כ"ק וויל נישט זיי זאלען אונטערשרייבן. נישט וועגן גוטער סיבות, עס האט מיט פאליטישע בעלזער חשבונות לא פחות ולא יותר.
דינסטאג יאנואר 07, 2020 1:48 pm#441115
סדא א רעקארדינג פון ר׳ משה גרין אז די שמועות כאילו ער האט צוריקגעצויגן פון זיין חתימה איז שקר, פארקערט, ער וואלט היינט נאכאמאל אונטערגעשריבן און נאך שטערקער
דינסטאג יאנואר 07, 2020 1:50 pm#441116
כלבאשבוע האט געשריבן:סדא א רעקארדינג פון ר׳ משה גרין אז די שמועות כאילו ער האט צוריקגעצויגן פון זיין חתימה איז שקר, פארקערט, ער וואלט היינט נאכאמאל אונטערגעשריבן און נאך שטערקער
ער זאגט אז די קול קורה איז שקר

Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk
דינסטאג יאנואר 07, 2020 1:51 pm#441117
שיטה הקדושה האט געשריבן:
כלבאשבוע האט געשריבן:סדא א רעקארדינג פון ר׳ משה גרין אז די שמועות כאילו ער האט צוריקגעצויגן פון זיין חתימה איז שקר, פארקערט, ער וואלט היינט נאכאמאל אונטערגעשריבן און נאך שטערקער
ער זאגט אז די קול קורה איז שקר

Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk

פונקט פארקערט, הער איבער גוט
דינסטאג יאנואר 07, 2020 1:51 pm#441118
כלבאשבוע האט געשריבן:
שיטה הקדושה האט געשריבן:
כלבאשבוע האט געשריבן:סדא א רעקארדינג פון ר׳ משה גרין אז די שמועות כאילו ער האט צוריקגעצויגן פון זיין חתימה איז שקר, פארקערט, ער וואלט היינט נאכאמאל אונטערגעשריבן און נאך שטערקער
ער זאגט אז די קול קורה איז שקר

Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk

פונקט פארקערט, הער איבער גוט
גערעכט

Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk
דינסטאג יאנואר 07, 2020 1:53 pm#441119
טעריבעל.

וואס וועט דא זיין? די כלבים האבן אלע רבנים אין די הענט.
דינסטאג יאנואר 07, 2020 1:54 pm#441120
געהערט א סברא פארוואס ארונישע דיינים האבן נישט אינטערגעשריבן ווייל יצחק שטיין האט צאמגענומען די חתימות און ער האט מער פיינט די ארונים ווי ר׳ שמואל ניימאן
חוץ פון ר׳ משה פר"מ האט ער נישט געקענט איגנארן ווייל ער איז צוזאם מיט אים אין ב"ד פון ר׳ יחזקאל ראטה
מאכט סענס
דינסטאג יאנואר 07, 2020 1:55 pm#441121
אישתישבי האט געשריבן:טעריבעל.

וואס וועט דא זיין? די כלבים האבן אלע רבנים אין די הענט.
עס איז פחדים אונטער אלעס שטייט איין
פארשטינקענע איד וואס זעהט נאר שמיץ
פאר ווער עס קען איהם ער איז א סקווירא חסיד א שמיץיאן ער האט אלע רבנים אינטער זיך

Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk
דינסטאג יאנואר 07, 2020 2:08 pm#441125
ער שרייבט גראדע גאר גוט!

איז די נושא געווען די איינציגע סיבה פונעם צעטל?
דינסטאג יאנואר 07, 2020 5:15 pm#441134
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן: ס'וויכטיגסטע נקודה פון טעראפי, פינקט ווי מענטשן וואלטן זיך נישט געלאזט אפערירן פון איינער וואס "קען זיך אויס" אין אפעראציעס, טאר מען נישט גיין פאר "טעראפי" צו איינעם וואס קען זיך נאר אויס, חולי הנפש איז מיט גארנישט ווייניגער ווי חולי הגוף, איינער וואס קען זיך נאר אויס קען הרג'נען אויף ביידע אופנים.
אבער סתם אויף ארויסצוהעלפן אדער זאגן א גוט ווארט להחיות בהם נפש, איז כל חי אויך גוט.

ער קען נאך אזוי גוט באהנדלען OCD וואו דיין געוונדליכע LCSW
דינסטאג יאנואר 07, 2020 5:28 pm#441135
שיטה הקדושה האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:טעריבעל.

וואס וועט דא זיין? די כלבים האבן אלע רבנים אין די הענט.
עס איז פחדים אונטער אלעס שטייט איין
פארשטינקענע איד וואס זעהט נאר שמיץ
פאר ווער עס קען איהם ער איז א סקווירא חסיד א שמיץיאן ער האט אלע רבנים אינטער זיך

Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk

ווער האט באשטעטיגט אז ער שטייט אינטער דעם?
און מילא די סאטמארע רבנים האט ער אין טאש זייט ווען קאנטראלירט ער די גאנצע וועלט? ליטווישע, וויזנעצע סקווירא פאפא באבוב וכו'
דינסטאג יאנואר 07, 2020 5:35 pm#441137
real fake news האט געשריבן:

רוב רבנים זאגן אז זיי האבן נישט געחתמ'ט
אויף דעם אין אויב יא נאר ווייל יענער האט
אזוי ארבייט עס היינט

Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk
דינסטאג יאנואר 07, 2020 5:44 pm#441139
רעכן פליז אויס די רוב ווייל איך זעה עס נישט.
ר רפאל שור און ר משה גרין זאגן זיי האבן יא געחתמט
דינסטאג יאנואר 07, 2020 5:49 pm#441140
real fake news האט געשריבן:רעכן פליז אויס די רוב ווייל איך זעה עס נישט.
ר רפאל שור און ר משה גרין זאגן זיי האבן יא געחתמט
ר' רפאל זאגט אז ער האט נאר געחתמ'ט ווייל ר' משה האט
אין מען ארבייט אז ר' משה זאל ציריק ציען
ווייל ער האט קיינמאל נישט געהערט ר' שמואלס שיעורים מען האט איהם נאר געזאגט וואס ער זאגט

Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk
דינסטאג יאנואר 07, 2020 5:59 pm#441141
real fake news האט געשריבן:
שיטה הקדושה האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:טעריבעל.

וואס וועט דא זיין? די כלבים האבן אלע רבנים אין די הענט.
עס איז פחדים אונטער אלעס שטייט איין
פארשטינקענע איד וואס זעהט נאר שמיץ
פאר ווער עס קען איהם ער איז א סקווירא חסיד א שמיץיאן ער האט אלע רבנים אינטער זיך

Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk

ווער האט באשטעטיגט אז ער שטייט אינטער דעם?
און מילא די סאטמארע רבנים האט ער אין טאש זייט ווען קאנטראלירט ער די גאנצע וועלט? ליטווישע, וויזנעצע סקווירא פאפא באבוב וכו'

ס'איז גענוג גוט אז איך באשטעטיג?
דינסטאג יאנואר 07, 2020 8:13 pm#441143
שיטה הקדושה האט געשריבן:
real fake news האט געשריבן:רעכן פליז אויס די רוב ווייל איך זעה עס נישט.
ר רפאל שור און ר משה גרין זאגן זיי האבן יא געחתמט
ר' רפאל זאגט אז ער האט נאר געחתמ'ט ווייל ר' משה האט
אין מען ארבייט אז ר' משה זאל ציריק ציען
ווייל ער האט קיינמאל נישט געהערט ר' שמואלס שיעורים מען האט איהם נאר געזאגט וואס ער זאגט

Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk

:lol: :lol:

הייסט מ'פרובירט צו מאכן א הפקעת החתימה למפרע. אויב ר' משה גייט אמאל צוריקציען, גייט ר' רפאל קיינמאל נישט האבן אונטערגעשריבן....
דינסטאג יאנואר 07, 2020 8:28 pm#441144
נעכטן נאכט האב איך גערעדט מיט א באקאנטן רב אין מאנסי, (וואס געווענליך איז זיין נאמען אויף יעדע צעטל..) זאגט ער מיר אז יעדע רב וואס קען ר"ש ניימאן פערזענליך מיט זיינע דעות שיטות והשקפות ופסקים, אדער האט אויסגעהערט "די גאנצע" סעריע שיעורים פון שלום בית/טהרת המשפחה/מצות עונה (אפילו נאר צו וויסן וואס ער זאגט..) אדער דילט מיט אים אויף פארשידענע קעיסעס האט מען בכלל נישט גערעדט צו, און אויך נישט גערופן צום אסיפה (וואס איז געווען אפאר יאר צוריק שוין, ועל דעת יענע אסיפה האט מען יעצט ארויסגעגעבן די יעצטיגע קו"ק).

והמבין יבין....
דינסטאג יאנואר 07, 2020 8:51 pm#441145
רח"פ שנעעבאלג?? א מאנסי issue וואס רחפ"ש'ס נאמען פעהלט, שרייט וועלטן. אפילו לשיטתם פון די מאמיני הקו"ק'ס. אויב האט איר א ויכוח מיט א תמימות'דיגער וואס פארשטייט נישט די קאווע-שטיבל שפראך, פרעגט איהם וואו איז ר' חיים פייוויל'ס חתימה...
דינסטאג יאנואר 07, 2020 9:03 pm#441146
איסר האטלקי האט געשריבן:
שיטה הקדושה האט געשריבן:
real fake news האט געשריבן:רעכן פליז אויס די רוב ווייל איך זעה עס נישט.
ר רפאל שור און ר משה גרין זאגן זיי האבן יא געחתמט
ר' רפאל זאגט אז ער האט נאר געחתמ'ט ווייל ר' משה האט
אין מען ארבייט אז ר' משה זאל ציריק ציען
ווייל ער האט קיינמאל נישט געהערט ר' שמואלס שיעורים מען האט איהם נאר געזאגט וואס ער זאגט

Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk

הייסט מ'פרובירט צו מאכן א הפקעת החתימה למפרע. אויב ר' משה גייט אמאל צוריקציען, גייט ר' רפאל קיינמאל נישט האבן אונטערגעשריבן....
אזוי ווי די זאגסט
ר' שמואלס טאטע איז פון די רבנים פונם אלטן דור ער רופט ארום רבנים זיי פרעגן צו זיי האבן שוין געהערט ר שמואלס שיעורים
רוב רובם ענפערן אז נישט נאר זיי האבן געהערט פון א צווייטן אין ר' שמואלס טאטע פרעגט זיי ווי קען מען מקבל זיין לשון הרע

Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk
דינסטאג יאנואר 07, 2020 10:48 pm#441151
כלל ישראל
מיטוואך יאנואר 08, 2020 2:08 am#441162
Satmar Meat (@SatmarButcher) Tweeted:
@hasidic1 פאריגע וואך האבן די קאווע שטיבל מחללי שבתות געשריגן אז מ'האט זיך בכלל נישט אראפגעזעצט מיט אים און געמאכט א פאלשע הבהרה, יעצט אז ס'איז קלאר אז מ'האט זיך אראפגעזעצט מיט אים האט מען פאבריצירט דעי צעטל.

איי מ'איז געזיצן מיט אים הערשט אין תשע''ח? יעצט גיי מאך א נייע צעטל m https://twitter.com/SatmarButcher/statu ... 02274?s=20 m
מיטוואך יאנואר 08, 2020 7:24 am#441163
דריי הערות:

1) די עיקר פראבלעם זענען די אזוי געריפענע ציפידעלטע עסקנים וואס שטייען אונטער דעם אומפארשעמטען אקט פון שפיכת דמים,
מען דארף געוואר ווערען ווער ס'שטייט אונטער דעם, און זיי אויסשמירען ברבים !!!! זיי באהאלטען זיך אונטער רבנים,
ליידער איז דא אסאך רבנים וואס האבען נישט די שטארקסטע איי קיו און מען קען זיי שפילען ווי א פידל ! מען ברויך אויסשמירען דעי "עסקנים" ברבים,
דאס איז איינס,

2) אזוי ווי דעי עסקנים/רבנים האבען פארגאסען אידיש בלוט, און רציחה א שרעקליכע זינד, ברויך כלל ישראל ארויסקומען און ווייזען אז אין לנו חלק און דעי שרעקליכע זינד ! ידינו לא שפכו את הדם הזה !!!!! און א גוטע וועג דאס צו טוהן, סיי צו פארגיטיגען הרב ניימאן און סיי צו ווייזען פאר די רבנים רשעים אז מיר פייפען זיך אויס אויף זיי, איז צו מאכען א "go fund me" קאמפיין פאר הרב ניימאן, און אים פארגיטיגען מיט געלט פאר די שרעליכע צער וואס ער איז אדורך,

אז אזא קאמפיין וועט אנקומען צי א מיליאן דולר !!! דאס איז די בעסטע וועג צו ווייזען פאר די רבנים רשעים אז זיי זענען חוזק !!! און אז כלל ישראל איז נישט מיט זיי !!!
כלל ישראל שרייט אויס הבדלו מתוך העדה הרעה הזאת !!!! גענוג מיט די רשעות וואס אזאלכע רבנים טוען !!!! ווער האט זיי בכלל געפרעגט ??? ווער זענען זיי בכלל ????
זיי זענען דא צו טרינקען אידיש בלוט !!!! און צו גנבנען אידיש געלט !!!!
און אז ס'דא עפעס א נארמאלע רב וואס איז יא געטריי פאר כלל ישראל, קומען זיי ארויס מיט קול קורא'ס ......
דעי צייטען האבען זיך גענדיגט !!!!!
די רבנים זענען דא צו באדינען כלל ישראל !!!! נישט פארקערט !!! אזוי ווי יס'שטייט און די גמרא : אמר להם, כמדומין אתם ששררה אני נותן לכם? עבדות אני נותן לכם, שנאמר (מלכים א יב) "וידברו אליו לאמר אם היום תהיה עבד לעם הזה".

די רבנים און די רבי'ס ברויכען צו וויסען אז זיי זענען קנעכט פאר כלל ישראל, און זיי דארפען זיך אויפפירען מיט דרך ארץ אין מיט רעספעקט, די רגע זיי ווערען אנגעבלאזען זענען זיי מער נישט קיין רבנים נאר ליידיגע יונגען מחוצפים און עזות פענימער, וואס מען ברויך זיי אויספראקען כדי צו ציקלאפען אביסעל זייער אומווערדיגע גאות !!!

און אויף דעם האט שוין דער נביא יחזקאל מנבא געווען :
" כֹּה אָמַר אֲדֹ-נָי ה’, הוֹי רֹעֵי-יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר הָיוּ רֹעִים אוֹתָם--הֲלוֹא הַצֹּאן, יִרְעוּ הָרֹעִים. גאֶת-הַחֵלֶב תֹּאכֵלוּ וְאֶת-הַצֶּמֶר תִּלְבָּשׁוּ, הַבְּרִיאָה תִּזְבָּחוּ; הַצֹּאן, לֹא תִרְעוּ. דאֶת-הַנַּחְלוֹת לֹא חִזַּקְתֶּם וְאֶת-הַחוֹלָה לֹא-רִפֵּאתֶם, וְלַנִּשְׁבֶּרֶת לֹא חֲבַשְׁתֶּם, וְאֶת-הַנִּדַּחַת לֹא הֲשֵׁבֹתֶם, וְאֶת-הָאֹבֶדֶת לֹא בִקַּשְׁתֶּם; וּבְחָזְקָה רְדִיתֶם אֹתָם, וּבְפָרֶךְ. ה וַתְּפוּצֶינָה, מִבְּלִי רֹעֶה; וַתִּהְיֶינָה לְאָכְלָה לְכָל-חַיַּת הַשָּׂדֶה, וַתְּפוּצֶינָה. ו יִשְׁגּוּ צֹאנִי בְּכָל-הֶהָרִים, וְעַל כָּל-גִּבְעָה רָמָה; וְעַל כָּל-פְּנֵי הָאָרֶץ נָפֹצוּ צֹאנִי, וְאֵין דּוֹרֵשׁ וְאֵין מְבַקֵּשׁ. ז לָכֵן רֹעִים, שִׁמְעוּ אֶת-דְּבַר ה'. ח חַי-אָנִי נְאֻם אֲדֹ-נָי ה’, אִם-לֹא יַעַן הֱיוֹת-צֹאנִי לָבַז וַתִּהְיֶינָה צֹאנִי לְאָכְלָה לְכָל-חַיַּת הַשָּׂדֶה מֵאֵין רֹעֶה, וְלֹא-דָרְשׁוּ רֹעַי, אֶת-צֹאנִי; וַיִּרְעוּ הָרֹעִים אוֹתָם, וְאֶת-צֹאנִי לֹא רָעוּ. ט לָכֵן, הָרֹעִים--שִׁמְעוּ, דְּבַר- ה'. יכֹּה-אָמַר אֲדֹ-נָי ה’, הִנְנִי אֶל-הָרֹעִים וְדָרַשְׁתִּי אֶת-צֹאנִי מִיָּדָם וְהִשְׁבַּתִּים מֵרְעוֹת צֹאן, וְלֹא-יִרְעוּ עוֹד הָרֹעִים, אוֹתָם; וְהִצַּלְתִּי צֹאנִי מִפִּיהֶם, וְלֹא-תִהְיֶיןָ לָהֶם לְאָכְלָה. "

3) מען דארף געוואר ווערען צו ס'איז דא א מקום צו סואען אין געריכט סיי די רבנים/עסקנים און סיי די צייטונגען וואס האבען עס פארשפרייט, טאמער מען קען, דאן דארף מען זיי סוען פאר מיליאנען דאלארען !!!! למען ישמעו ויראו !!!
מיטוואך יאנואר 08, 2020 8:21 am#441164
הסכמה פון דעברעצינער רב זצ"ל
מיטוואך יאנואר 08, 2020 9:26 am#441166
cictim האט געשריבן:Satmar Meat (@SatmarButcher) Tweeted:
@hasidic1 פאריגע וואך האבן די קאווע שטיבל מחללי שבתות געשריגן אז מ'האט זיך בכלל נישט אראפגעזעצט מיט אים און געמאכט א פאלשע הבהרה, יעצט אז ס'איז קלאר אז מ'האט זיך אראפגעזעצט מיט אים האט מען פאבריצירט דעי צעטל.

איי מ'איז געזיצן מיט אים הערשט אין תשע''ח? יעצט גיי מאך א נייע צעטל https://twitter.com/SatmarButcher/statu ... 02274?s=20

להוו ידוע אז דער SatmarBuchir איז א מחלל שבת, און מען טאר נישט מקבל זיין פין אים קיין הוראה....
דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 1:07 am#441192
מ'שמועסט יעצט יעצט אז די קול קורא האט באמת געדארפט זיין קעגן הר' טובי' מאיר ניימאן, בטעות איז געשריבן געווארן הר' שמואל.

מ'ארבעט יעצט עס צו פאררעכטן, און יעדער וועט בעז"ה זיין צופרידן.
דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 1:15 am#441193
סא יעצט גייט מען אנהייבן דזשוינען זיינע ראבא קאלל גראפ׳ס?...

#קראנקע חברה
דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 7:43 am#441196
ניימאן.jpg
דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 12:13 pm#441199
שטותים און נארישקייטן, איך האב יעצט גערעדט מיט קאסובער רבינ'ס גבאי און ער זאגט אז ער איז קיינמאל צו גיין שום רב נישט ארמגעגאנגען לטובת ר' שמואל, ער האט נאר סך הכל געזאגט אז ער גלייבט נישט יעדע זאך וואס דירענפעלד און שטערן ברענגן אים, ער קען ר' שמואל םון דער נאנט און האלט נישט ביים חתמענ'ן.

ווי אויך בין איך א קרוב מיט רבי בערל ז"ל און איך ווייס בברור און ער איז נאר איינמאל אראפגעקומען רעדן צו ר' שמואל מיט אפאר אנדערע רבנים אינאיינעם ביי די איין מיטינג וואס איז געוועען אין מאנסי מיט אפאר רבנים פאר בערך 3 יאר צירוק און ער האט דארט צוזאמגעזידעלט ר' שמואל איבער'ן קאפ, און ווען ער איז קראנק געווארן נישט לאנג דערנאך האט ער געזאגט פאר די משפחה אז ער האט מורא אז ס'איז צוליב דעם ווייל ער האט מבייש א ת"ח וגאון ברבים און האט געשיקט זיין זוהן זאל אריהערגיין איבערבעטן בשמו (איר קענט זיך נאכפרעגן ביי דו משפחה)
דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 12:35 pm#441200
קול קורא האט געשריבן:שטותים און נארישקייטן, איך האב יעצט גערעדט מיט קאסובער רבינ'ס גבאי און ער זאגט אז ער איז קיינמאל צו גיין שום רב נישט ארמגעגאנגען לטובת ר' שמואל, ער האט נאר סך הכל געזאגט אז ער גלייבט נישט יעדע זאך וואס דירענפעלד און שטערן ברענגן אים, ער קען ר' שמואל םון דער נאנט און האלט נישט ביים חתמענ'ן.

ווי אויך בין איך א קרוב מיט רבי בערל ז"ל און איך ווייס בברור און ער איז נאר איינמאל אראפגעקומען רעדן צו ר' שמואל מיט אפאר אנדערע רבנים אינאיינעם ביי די איין מיטינג וואס איז געוועען אין מאנסי מיט אפאר רבנים פאר בערך 3 יאר צירוק און ער האט דארט צוזאמגעזידעלט ר' שמואל איבער'ן קאפ, און ווען ער איז קראנק געווארן נישט לאנג דערנאך האט ער געזאגט פאר די משפחה אז ער האט מורא אז ס'איז צוליב דעם ווייל ער האט מבייש א ת"ח וגאון ברבים און האט געשיקט זיין זוהן זאל אריהערגיין איבערבעטן בשמו (איר קענט זיך נאכפרעגן ביי דו משפחה)

#נייע_ניק...

שלום וברכה
דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 12:56 pm#441201
ישר כחכם
דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 12:59 pm#441202
כל ה"פאוסט" היתה בטעות
דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 3:18 pm#441208
וויסט נישט אויב עס איז אמת, אבער קודם ארויף געשמירט...

יעצט לאמיר גיין און די רייע וויפיל מענטשען האבן געמאכט דעם קול קורא

יצחק שטיין
יצחק שטערן
דירענפעלד
יעצט אברהם אהרן לעזער

ווער איז נעקסט?
דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 4:02 pm#441209
אוהב ספרים האט געשריבן:וויסט נישט אויב עס איז אמת, אבער קודם ארויף געשמירט...

יעצט לאמיר גיין און די רייע וויפיל מענטשען האבן געמאכט דעם קול קורא

יצחק שטיין
יצחק שטערן
דירענפעלד
יעצט אברהם אהרן לעזער

ווער איז נעקסט?

פארוואס טראכט איר אז AAL מיינט איהם? אפשר מיינט עס גאר א צווייטער?
דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 4:19 pm#441212
קורקלענד האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:וויסט נישט אויב עס איז אמת, אבער קודם ארויף געשמירט...

יעצט לאמיר גיין און די רייע וויפיל מענטשען האבן געמאכט דעם קול קורא

יצחק שטיין
יצחק שטערן
דירענפעלד
יעצט אברהם אהרן לעזער

ווער איז נעקסט?

פארוואס טראכט איר אז AAL מיינט איהם? אפשר מיינט עס גאר א צווייטער?

גערעכט אין באבוב מיינט דאס לכאורה אברהם אהרן לייפער
דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 4:42 pm#441213
קול קורא האט געשריבן:יעצט באקומען פון א חבר, איך ווייס נישט אויב עס איז אמת אדער נישט

דרך אגב, כפשוט,

ער לייקענט אז ער האט דאס בכלל געשריבען.
דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 4:59 pm#441215
ס׳איז א נחת די ערנסטע משא ומתן אויף עפעס א פארוואגלטע אנאנימער פאוסט וואס איינער האט ווארשיינליך ארויסגעגרעפסט אן טראכטן בכלל בשעת׳ן זיך אויסלופטערן אין בית הכבוד נאך א שווערע טשאלנט און א שלאפלאזע נאכט
דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 5:05 pm#441216
טעותי!! איך האב אים יעצט געפרעגט און איך בין מודה ומתוודה אז ער האט מיר געזאגט אז ער האט עס קיימאל נישט ארויסגעשיקט, אבער דאס האט ער מיר יא געזאגט אז דער וואס האט משוגע געמאכט זיין טאטע יומם ולילה בענין זה איז געווען אברהם אבא לעזער, אן איידעם ביי אברהם אהרן לעזער
דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 5:07 pm#441218
אויב איינער קען מיר אנווייזען ווי אזוי עס ארפצונעמען, וויל איך עס אראפנעמען
דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 5:42 pm#441222
אראפגענומען ב"ה
דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 6:06 pm#441223
קול קורא האט געשריבן:אראפגענומען ב"ה

ומודה ועוזב ירוחם
פרייטאג יאנואר 10, 2020 9:14 am#441246
דער אברהם אבא האלט זיך פאר א חתן רבי, און ער זעהט דער כלומרשטע חורבן פין ר' שמואל.

ער איז א אינגע קראצער.
פרייטאג יאנואר 10, 2020 10:39 am#441249
איינער האט עפעס אינפארמאציע וואס איז דא געשען? איינער קען אנצייגען וועלכע איסור הרב ניימאן האט מתיר געווען? וואס האט ער שוין געזאגט? איך בין נאך נישט איבערגעצייגט וועגן די גאנצע מראות ביזנעס פון פריער, ווער האט מחליט געווען פאר זיכער וועלכע מסורה איז ריכטיג? אלס ליטוואק (וואס די עכטע ליטווישע מסורה איז געווען שטארק מחמיר צו זיין אין מראות דם, כמבואר בחכמ"א) קוק איך אלע אונגארישע מקילים אלס קלי דעת, און דעריבער זענען זיי אלע א באנדע בני נדה. אדער נישט. ביז ווילאנג אז מ'קען נישט אויפווייזען הלכה'דיג, איז דאך אלס דברים בטלים ומבוטלים.

וכבר היה לעולמים, אין ירושלים האט זיך איינער אויפגעשטעלט און גערעדט צו די ווייבער, אז טאמער זייער מענער גיין צו א געוויסע רב, מוזען זיי אלע תשובה טון וכו'. גאנץ א"ףי האט זיך געטומולט, צו מ'דארף מקיל זיין אדער מחמיר זיין, און אלס איז געווען נקי מחשש תורה. איך הער אז יעצט איז דער מערער גענצליך אויסגעשפילט, הגם אז ער האט אסאך ספרים געדרוקט, מיט גאר שיינער הסכמות.

איך האב געהערט נאך א הערה. אפשר קען אונז ATUB @שש משזר ATUB אויפקלערן דערוועגן. (אין די אשכול קען מען זען פארוואס)

הרב רפאל שור איז אן איידעם ביי משפ' פישער, וואס איז אן איידעם געווען ביים מאטערסדארפער רב. דאס הייסט אז הרב שמחה שוסטאל זצ"ל איז געווען זיינס א פעטער. און הרב שור האט שטארק מקפיד געווען נישט זיך צו באטייליגען אין א שמחה ווי הרב שוסטאל וועט מעגליך זיין, צוליעב די מצוה פון מחזיק זיין במחלוקת. יעצט אבער, ווען עס איז געקומען צום אנדערן מצוה פון באשטייניגען א איד, האט ער מקיל געווען און זיך געלאזט חתמנ'ן מיט זיין קאזין הרב דוד שוסטאל.
פרייטאג יאנואר 10, 2020 12:09 pm#441255
עס איז מיר כמעט ברור אז דער קו"ק האט גארנישט מיט מראות, און אוודאי דער רכילות הנ"ל ווי כאילו ער פסק'נט מראות אויפן טעלעפאן איז זיכער נישט אמת. (פארשטייט זיך אז ווען איינער רופט אים אז זיי האבן געזעהן א בלויע כתם אויף א גרינע פיקל, פסק'נט ער אויפן טעלעפאן.) די גאנצע סומאטאכע דא איז צווישן פארקוועטשטע עונה און לעבעדיגע עונה. די אוסרים האלטן אז מ'טאר נישט זאגן בפומבי אלעס וואס מען מעג טון און שוין. אפילו די וואס האבן נישט גע'חתמ'ט האלטן אויך נישט פון ניימאנ'ס מהלך, נאר זיי האבן געהאלטן אז די קו"ק איז נישט די ריכטיגע שריט.

די פראבלעם מיט די קו"ק איז נישט אז זיי האלטן אז ניימאן איז שלעכט פאר אידישקייט, נאר אז די קו"ק זעלבסט איז טעראריסטיש און אז ס'טוט מער שאדן פאר יהדות ווי סיי וועלכע איסור ניימאן וועט נאר אמאל מתיר זיין. ווי אויך טוט עס מגלה זיין די ריכטיגע פרצוף פון די פני הדור וכו'.

איך וואלט נאר געוואלט caution'ן די אלע וואס שפרינגן מכתיר צו זיין ניימאן פאר דער משיח המושיע וואס וועט ענדליך ראטעווען אידישקייט, אן דעם וואס מען זאל אים קענען. זייט געווארנט, ווייל איר ווייסט נישט וויאזוי ס'וועט זיך אויסלאזן. מיר איז נישט אזוי קלאר אז ער איז אזא אומשולדיגע שעפעלע. שוין יארן וואס אין מאנסי הערט מען אסאך נעגיטיוויטי אויף אים, במיוחד וויאזוי ער באהאנדלט קעיסעס וואס קומען אן צו אים. איך בין נישט מקבל לשון הרע, אפילו ערשט-האנטיגע, אבער איך וואלט נישט אויפגעסיינט אזוי שנעל צו ווערן א פען.

בנוגע הרב רפאל שור, וואס עטליכע האבן אים גענוצט אלס א ראיה אז די קו"ק איז יא אן אדורכגעטראכטע זאך. עס האט מיר געקאסט א ביטערע געלעכטער. רבי רפאל איז אדורכגעטראכט? ער חתמ'ט נישט נאר אויב ער ווייסט אויף וואס ער חתמ'ט? פליז! כ'האב אליינס מיטגעהאלטן זאכן כמה פעמים. איך וועל נישט זאגן אז ער איז פונקט ווי זיין ברודער רבי אברהם, אבער זיי האבן ביידע געזייגט פון איין מאמע, דאכציך.

.
פרייטאג יאנואר 10, 2020 2:26 pm#441264
מכתב לאחד מהרבנים
פרייטאג יאנואר 10, 2020 2:31 pm#441266
הוגה האט געשריבן:

איך בין א שטארקע חסיד פון ר' שמואל
אבער חס ושלום צו רעדן אויף מורי ורבי ר' רפאל
אונז קענען נישט פארשטיין ער איז נאך פון פריעדיגע דור

Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk
פרייטאג יאנואר 10, 2020 2:52 pm#441267
איך האב אין ערגעץ נישט געזאגט אז ער איז נישט פון די פריערדיגע דור. ער איז אויך א שקדן, מתמיד וגאון עצום וואס לערנט תורה יומם ולילה. אבער ער האט נישט קיין פראבלעם דן צו זיין דיני נפשות (figuratively) ביחיד אן אויסהערן ביידע צדדים. ודי בזה.

אגב, איך בין אויך א תלמיד זיינע.
פרייטאג יאנואר 10, 2020 4:36 pm#441276
וויפיל מער איך טראכט אריין און די גאנצע ניימאן סוטמאכע, זעע איך א אומטאלאראנץ פון עקסטרימיוזים פון ביידע צדדים.
און אונזער אלעם באקאנטע מאנסי איז די שורש,
צוויי שכנים איינער רירט נישט צו קיין סמארטפאון,דער אנדערער רירט בצנעה אפילו...., פון ר׳ משה בער בעק ביז חסידיש יונגעלייט בייבעל קריטיקירער, איינער עסט נישט נאר היימישע עסן, דער שכן חוץ פלייש קויפט ער אלעס אפילו אן א הכשר,איינער שטייט אויף חצות לערנען קבלה, זיין שכן האלט אז גאנץ קבלה איז א פאנטזיע, איינער היט אפ זיין רעקיל זאל נישט צורירען איהר קלייד בימי נדה, דער שכן דארף רחמים אז סזאל נישט אנקומען ביז כרת ממש.
איינער האלט אז רב ניימאן איז מעלה ולא מורידין, און דער אנדעדער וועט האלטען אז רב ניימאן איז משיח אליינס און אלע רבנים זענען א פראוד נישט משנה ווער זיי זענען, צו זיי האבען יא גערעדט צו רב ניימאן צו נישט זיי זענען פסול און פערטיג.
און בארא פארק זענען מענטשען נישט אזוי שיטה׳דיג און נישט אזוי סענסעטיוו, מענטשען שרעקען זיך נישט פון א קולא און אוכט נישט פון א חומרא.
די פארפרומע לאגער,און די אויפגעקלערטע לאגער האבען נישט גארנישט און קאממען.
ביידע זענען פארווייטאג בייסיג שארף אומטאלארענץ און עקסרעמיסטען, און ביידע טראגען זיך ארום מיט שיטות און איידיאלגעס,
פערהעפס אפאר גוטע מענטעל העלט פראפעשינעלס און שטאט וואלט אסאך געהאלפען לשלום העיר.
מוצ"ש יאנואר 11, 2020 2:18 pm#441278
יין שרף האט געשריבן:מכתב לאחד מהרבנים

who wrote this letter
מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:00 pm#441279
אספקלריה האט געשריבן:וויפיל מער איך טראכט אריין און די גאנצע ניימאן סוטמאכע, זעע איך א אומטאלאראנץ פון עקסטרימיוזים פון ביידע צדדים.
און אונזער אלעם באקאנטע מאנסי איז די שורש,
צוויי שכנים איינער רירט נישט צו קיין סמארטפאון,דער אנדערער רירט בצנעה אפילו...., פון ר׳ משה בער בעק ביז חסידיש יונגעלייט בייבעל קריטיקירער, איינער עסט נישט נאר היימישע עסן, דער שכן חוץ פלייש קויפט ער אלעס אפילו אן א הכשר,איינער שטייט אויף חצות לערנען קבלה, זיין שכן האלט אז גאנץ קבלה איז א פאנטזיע, איינער היט אפ זיין רעקיל זאל נישט צורירען איהר קלייד בימי נדה, דער שכן דארף רחמים אז סזאל נישט אנקומען ביז כרת ממש.
איינער האלט אז רב ניימאן איז מעלה ולא מורידין, און דער אנדעדער וועט האלטען אז רב ניימאן איז משיח אליינס און אלע רבנים זענען א פראוד נישט משנה ווער זיי זענען, צו זיי האבען יא גערעדט צו רב ניימאן צו נישט זיי זענען פסול און פערטיג.
און בארא פארק זענען מענטשען נישט אזוי שיטה׳דיג און נישט אזוי סענסעטיוו, מענטשען שרעקען זיך נישט פון א קולא און אוכט נישט פון א חומרא.
די פארפרומע לאגער,און די אויפגעקלערטע לאגער האבען נישט גארנישט און קאממען.
ביידע זענען פארווייטאג בייסיג שארף אומטאלארענץ און עקסרעמיסטען, און ביידע טראגען זיך ארום מיט שיטות און איידיאלגעס,
פערהעפס אפאר גוטע מענטעל העלט פראפעשינעלס און שטאט וואלט אסאך געהאלפען לשלום העיר.

און אויף דעם זאגט דער פסוק האלב מאנסי איז גאנץ משוגע און גאנץ מאנסי איז האלב משוגע.
מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:10 pm#441280
הוגה האט געשריבן:
עס איז מיר כמעט ברור אז דער קו"ק האט גארנישט מיט מראות, און אוודאי דער רכילות הנ"ל ווי כאילו ער פסק'נט מראות אויפן טעלעפאן איז זיכער נישט אמת. (פארשטייט זיך אז ווען איינער רופט אים אז זיי האבן געזעהן א בלויע כתם אויף א גרינע פיקל, פסק'נט ער אויפן טעלעפאן.) די גאנצע סומאטאכע דא איז צווישן פארקוועטשטע עונה און לעבעדיגע עונה. די אוסרים האלטן אז מ'טאר נישט זאגן בפומבי אלעס וואס מען מעג טון און שוין. אפילו די וואס האבן נישט גע'חתמ'ט האלטן אויך נישט פון ניימאנ'ס מהלך, נאר זיי האבן געהאלטן אז די קו"ק איז נישט די ריכטיגע שריט.

די פראבלעם מיט די קו"ק איז נישט אז זיי האלטן אז ניימאן איז שלעכט פאר אידישקייט, נאר אז די קו"ק זעלבסט איז טעראריסטיש און אז ס'טוט מער שאדן פאר יהדות ווי סיי וועלכע איסור ניימאן וועט נאר אמאל מתיר זיין. ווי אויך טוט עס מגלה זיין די ריכטיגע פרצוף פון די פני הדור וכו'.

איך וואלט נאר געוואלט caution'ן די אלע וואס שפרינגן מכתיר צו זיין ניימאן פאר דער משיח המושיע וואס וועט ענדליך ראטעווען אידישקייט, אן דעם וואס מען זאל אים קענען. זייט געווארנט, ווייל איר ווייסט נישט וויאזוי ס'וועט זיך אויסלאזן. מיר איז נישט אזוי קלאר אז ער איז אזא אומשולדיגע שעפעלע. שוין יארן וואס אין מאנסי הערט מען אסאך נעגיטיוויטי אויף אים, במיוחד וויאזוי ער באהאנדלט קעיסעס וואס קומען אן צו אים. איך בין נישט מקבל לשון הרע, אפילו ערשט-האנטיגע, אבער איך וואלט נישט אויפגעסיינט אזוי שנעל צו ווערן א פען.

בנוגע הרב רפאל שור, וואס עטליכע האבן אים גענוצט אלס א ראיה אז די קו"ק איז יא אן אדורכגעטראכטע זאך. עס האט מיר געקאסט א ביטערע געלעכטער. רבי רפאל איז אדורכגעטראכט? ער חתמ'ט נישט נאר אויב ער ווייסט אויף וואס ער חתמ'ט? פליז! כ'האב אליינס מיטגעהאלטן זאכן כמה פעמים. איך וועל נישט זאגן אז ער איז פונקט ווי זיין ברודער רבי אברהם, אבער זיי האבן ביידע געזייגט פון איין מאמע, דאכציך.

.

און לדעתי איז עס במקורו ווייל ער זאגט אז געוויסע מנהגים וואס זענען עיקרים ביי זייערע חסידות'ער זענען "סיסטעם", און דאס רעגט אויף סאטמערע און סקווירא קולט פירער. די סאטמארער זענען זייער קלוג און ווייסען שוין ווי אזוי אנצודריייען א קאשע, און גייען צו די אלע רבנים וואס זיי קענען נאר, און זאגן אלעס וואס זיי קענען נאר אויף ר' שמואל, און ברענגען אויסצוגן פין טעיפס וואס ווייזט אז ער איז א מקיל וכדומה, וואס כמובן קען מען זיך אסאך שפילען אין דעם, און ארבעטען און ארבעטען ביז זיי האבן א בעיס פין גענוג רבנים וואס זענען מסכים ארויסצוקומען מיט עפעס א קול קורא, דערנאך איז דער קול קורא אסאך שארפער ווי די רבנים האבן מסכים געווען לכתחילה, אבער דא זענען זיי אין א פיקעל, ווייל זיי האבן סוף כל סוף מסכים געוועהן.

ביי מיר איז א פשטות, אז די אלע נייטראלע רבנים, וואס קענען אליין דיסיידען אויב זיי ווילען אונטערשרייבן אדער נישט, אז מען האט אויף זיי געדארפט ארבעטען א לאנגע צייט, און זיי זענען שוין אזוי צודרייט פין דער גאנצע מעשה אז זיי ווייסן אליינס נישט וואס דער נידון איז דא.