אוהב ספרים האט געשריבן:יעדער בן בלי שם קען ארויף קומען דא און אויף טוויטער וכדומה און זאגען ער האט גערעדט מיט דעם דיין און א זוהן פון יענעם רב, און א אייניקל פון דעם אנדערע ראש ישיבה, און ער האט זיי געדרוקט צו די וואנט וכו', אלטס איז HOGWASH, בעלאוניס
שלינגטס אראפ דעם פאקט, די רבנים האבן דן געווען און יצא לדעתם לאיסור און האבן געשריבען א שארפן קו"ק, וואס איז נישט לטעמם פון יושבי הקאווע שטיבל הדין, נו נו, עס מוז נישט אלעס געפעלן פאר יעדען איינעם,
יעדער ווייסט אז די קו"ק איז אמת ויציב, יעדער רב האט געחתמ'ט אויף דעם נוסח וכו', איי איך האב דאך א פראבלעם, איך וויל דאך ווייטער הערן די דברי חשק וכו', קומט יעדער אויף מיט אנדערע המצאות, דאס האט מען נישט געמיינט, איך האב געחתמעט אויף גאר א אנדערע נוסח, מען האט דאס נישט געדארפט מפרסם זיין נאר א עסקן האט דאס מפרסם געווען פרי צייטיג, איך האב מיר סומך געווען אויף ג' און ג' האט זיך סומך געווען אויף ד', וכו 'וכו', דער עיקר איז אז עבדא בהפקירא ניחא להו -
אבער ב"ה אשר לא השבית לנו גואל, מען זעהט אז אפילו יושבי ק"ק הדין האב נאך אין זיך דעם ניצוץ קדוש, עס באדערט זיי באמת גוט דעם קו"ק ומכתב הרבנים, אנדערש וואלט מען נישט געדארפט יעדען טאג אויף קומען מיט נייע דמיונות והמצאות
יא עס באדערט אונז אז אפאר רבנים סיקריקים האלטן אז די תורה באלאנגט פאר זיי... און נאר זיי- די וואס שרייבן אינטער קו״ק ווי איך טויש זאקן. האבן גענומען די חוצפה פון אינטערייסן א ת״ח וואס האלט א טראפקעלע אנדערש ווי זיי.
סאיז א גרויסע חוצפה און א עזות פון די רבנים! סאיז נישט געהערט געווארן אזא זאך דערווייל דאכצעך...
און איך זעה נאכנישט וואס זיי האבן אויפגעטוהן. יעדער וואס האט געהאלטן פון ר׳ שמואל ניימאן פאר דעם וועט ווייטער האלטן פון אים. די רבנים האבן זיך ביליג געמאכט...
האלטס אנדערש פון אים? פיין, מ׳קען זיך מתווכח זיין אויף א ציוויליזירטע וועג וויאזוי מ׳האט געטוהן די לעצטע צוויי טויזנט יאהר, איינער האט געהאלטן אז די תורה זאגט דעס און א צווייטער האט געהאלטן די תורה זאגט עפעס אנדערש. אבער אראפרייסן יענעם ווייל ער האט א אנדערע פשט ווי דיר?
בכלל זייער ווייניג מענטשען מיט אפענע מוחות קוקן ארויף אויף רוב פון די רבנים וואס האבן אינטערגעשריבן...
ווער האט שוין אינטערגעשריבן דארט? הארפענס? באב״ד? איך געדענק נאך יוסי באב״ד ווען די נאז האט אים גערינען ביי שאלישידיס... מקען מיינען אז ער איז דער פוסק הדור? און ווער פונקטליך איז ר׳ מעכל שטיינמעץ... מוראדיג!
שמואלי ניימאן קען זיך נאך פארמעסטן מיט די גרויסע חכמים ווי יוסי באב״ד, מעכל שטיינמעץ, יחיאל שטיינמעץ, וויינבערגער, און הארפענס.
ער איז אסאך קלוגער און נארמאלער ווי די רבנים...