Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » ביזנעס וועלט » סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.

סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
91 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 101 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #13792
זונטאג מאי 03, 2020 5:35 pm#447581
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
אפדעיט:
די FDA האט אפרראוווד א נייע אנטיבאדי טעסט וועלכע אנטשפרעכט גאר אקוראטע רעזולטאטן, געוויסע שטאטן האבן שוין אנגעהויבן דיסקוסירן די צוריק עפענונג פון א גרויסע טייל ביזנעסער......

די פאזיטיווע קאטאליסט קען האבן א גוטן אפעקט קעגן די ארבעטסלאזע ראטע און באפעט'ס שטארק נאכגעקוקטע יערליכע מיטינג......
זונטאג מאי 03, 2020 6:46 pm#447585
Approved or authorized a rapid test?

נעווער-דע-לעס, לשיטתך איז דאס לופטיגע נייעס וואס דארף נישט אפעקטירען די מארקעט וואס איז באקאקט אויפן אמת. עם איי מיסינג סאמטינג?
זונטאג מאי 03, 2020 6:56 pm#447586
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:Approved or authorized a rapid test?

נעווער-דע-לעס, לשיטתך איז דאס לופטיגע נייעס וואס דארף נישט אפעקטירען די מארקעט וואס איז באקאקט אויפן אמת. עם איי מיסינג סאמטינג?
יא עס דארף נישט פונדאמענטאל טוישן גארנישט, אבער למעשה האט עס די מארקעט אפגעקויפט די לעצטע פאר חדשים.

- אלעס געשריבן ביז אהער איז בלויז שפעקולאציע איבער וואס גייט / טוט פארקומען יעצט.

לאמיר נישט פארגעסן די עיקר פוינט אז נישט קיין חילוק אין וועלכע דירעקציע וועט זיך רוקן אין די קומענדיגע שטיק צייט איז אייביג גוט אריינצולייגן אויפ'ן לאנגען טערמין.
איך פרוביר נאר צו אויסשמועסן אויב יעצט איז א גוטע צייט אריינצולייגן א גרעסערע פראצענט פון די אוועקגעלייגטע סכום צו אינוועסטירן?!.
זונטאג מאי 03, 2020 7:15 pm#447587
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
די דאו פיוטשערס האבן געפאלן מיט 200 פוינטס באלד ביים זיך עפענען.

הגם אז אין די לעצטערע וואכן האט זיך עס מערערע מאל שפעטער צוריקגעדרייט צו פריערדיגע שטאפלען נאך פאר די מארקעט האט זיך געעפנט.
(אין א געהעריגע מארקעט אין פרידנס צייטן איז עס א גאר שטארקע אינדיקעיטאר).
זונטאג מאי 03, 2020 11:28 pm#447595
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
שטייט אוועק פינעם מארקעט א חוץ אויב די לייגסט געלט פאר 10 יאר פלאס. אזוי זאגט באפפעט. באמת זענען מיר אין א מצב וואס אמעריקע איז קיינמאל נישט געוועהן די סיבה פארוואס די מארקעט איז געלאפען איז ווייל די מאסיווע ליקווידיטי. אוטאמאטיש איז נישטא קיין צינזען אין ערגעץ איז מגרייט צי צאלען מער. למעשה האט מר באפפעט נישט געגלייבט אין די מארקעט אפי ביי 18000 and he sit on the sideline.

למעשה קוקט טשארטס פין 2008 וועט איר זעהן מיר פאהרן אןיפן זעלבען ליניע. 1987 , 1929 האבן אלע נאכעמאל געטעיסט אדער דורךגעבראכן די lows.
מאנטאג מאי 04, 2020 12:14 am#447598
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
או אינו האט געשריבן:שטייט אוועק פינעם מארקעט א חוץ אויב די לייגסט געלט פאר 10 יאר פלאס. אזוי זאגט באפפעט.


יאפ. און לייגט אין אינדעקס פאנדס רוב פון אייער געלט.

או אינו האט געשריבן: באמת זענען מיר אין א מצב וואס אמעריקע איז קיינמאל נישט געוועהן די סיבה פארוואס די מארקעט איז געלאפען איז ווייל די מאסיווע ליקווידיטי. אוטאמאטיש איז נישטא קיין צינזען אין ערגעץ איז מגרייט צי צאלען מער. למעשה האט מר באפפעט נישט געגלייבט אין די מארקעט אפי ביי 18000 and he sit on the sideline.


עס איז נישטא עכט קיין געהעריגע תירוץ פארוואס די מארקעט איז אזוי שנעל צוריק ארויף, דעס אז ער איז געשטאנען אינדערזייט מיינט נאכנישט ער האט פארפאסט. (אין 2008 איז ער אריין צו פרי, לויט זיינע אייגענע ווערטער)

או אינו האט געשריבן:למעשה קוקט טשארטס פין 2008 וועט איר זעהן מיר פאהרן אןיפן זעלבען ליניע. 1987 , 1929 האבן אלע נאכעמאל געטעיסט אדער דורךגעבראכן די lows.


סא די זאגסט אז ס'איז יא מסתבר אז עס גייט ווייטער פאלן, לויט די טעקניקעל אנאליז?
(עס הערט זיך אביסל א סתירה צו וואס איך האב פארשטאנען פון דיין פריערדיגע סענטענס).
מאנטאג מאי 04, 2020 12:16 am#447599
זייט ווען דארף מען פאלגן וואס בּאָפפעט זאגט.... מ'דארף טוהן וואס ס'מאכט סענס, נישט ווייל יענער קנאקער אדער קאקער האט געזאגט. דער בּאָפפעט פאר זיך איז שוין אויך נישט קיין מציאה. שוין יארן נישט איבערגעשטיגן די עס ענד פּי... א אלטע קאקער א חבר פון בּיל געיטס...

שרייען אז די מארקעט איז משוגה הויעך הערט זיך זייער גוט ביז ס'קומט הייפּער אינפלאציע... און לאחר המעשה ווען די זאמד אויף דער ערד סעטלט זיך איז די מארקעט ווערד פיר מאל אזויפיל אין דאלערס.... איך כאפ נאר אן איין היכא תמצא וואס קען אייך כאפן אין סורפרייז! די מארקעט האט אייביג סורפרייזעס און טאקע דערפאר איז אייביג דא א געלעגנהייט פאר רווחים. ווייל ווען ס'איז א נאן ברעינער, וואלט עס נישט געגעבן קיין ריטורן.
מאנטאג מאי 04, 2020 7:23 am#447610
די פיוטשערס זענען געבויגען אויף אראפ, אבער נישט געפערליך געבויגען.

ונראה מה יהיה מחלומותיו של פאליטיקאנט...
מאנטאג מאי 04, 2020 9:19 am#447622
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
פאליטיקאנט האט געשריבן:
או אינו האט געשריבן:שטייט אוועק פינעם מארקעט א חוץ אויב די לייגסט געלט פאר 10 יאר פלאס. אזוי זאגט באפפעט.


יאפ. און לייגט אין אינדעקס פאנדס רוב פון אייער געלט.

או אינו האט געשריבן: באמת זענען מיר אין א מצב וואס אמעריקע איז קיינמאל נישט געוועהן די סיבה פארוואס די מארקעט איז געלאפען איז ווייל די מאסיווע ליקווידיטי. אוטאמאטיש איז נישטא קיין צינזען אין ערגעץ איז מגרייט צי צאלען מער. למעשה האט מר באפפעט נישט געגלייבט אין די מארקעט אפי ביי 18000 and he sit on the sideline.


עס איז נישטא עכט קיין געהעריגע תירוץ פארוואס די מארקעט איז אזוי שנעל צוריק ארויף, דעס אז ער איז געשטאנען אינדערזייט מיינט נאכנישט ער האט פארפאסט. (אין 2008 איז ער אריין צו פרי, לויט זיינע אייגענע ווערטער)

או אינו האט געשריבן:למעשה קוקט טשארטס פין 2008 וועט איר זעהן מיר פאהרן אןיפן זעלבען ליניע. 1987 , 1929 האבן אלע נאכעמאל געטעיסט אדער דורךגעבראכן די lows.


סא די זאגסט אז ס'איז יא מסתבר אז עס גייט ווייטער פאלן, לויט די טעקניקעל אנאליז?
(עס הערט זיך אביסל א סתירה צו וואס איך האב פארשטאנען פון דיין פריערדיגע סענטענס).
Do you understand what liquidity does to a market place when u say it isn’t reason enough ?
מאנטאג מאי 04, 2020 4:56 pm#447684
ויהי ערב ויהי בוקר, אויסגעלאזט א הויקער... (פינקי, ראה מיכאל שם, שם)

למייעשה האט די מארקעט overall געהאט א decent טאג (חוץ די עירליינס), די אינדעקס' האבן געשפארט גרין און אפילו די דאו האט סוף טאג ארויסגעקוועטשט א פלאס.
דינסטאג מאי 05, 2020 12:21 am#447730
קורקלענד האט געשריבן:מיין צוויי צענט.

ס'נישט מעגליך צו וויסן וויאזוי די מארקעט וועט זיין מאנטיג. און אויך נישט סיי וועלכע אנדערע טאג. פונקט אזויווי 'קיינער' האט נישאקוראט ט פאראויסגעזאגט ווי שנעל ס'וועט זיך צוריק ארויפכאפן.

די וועלט זאגט ס'איז דא צוויי מינע מענטשן. א' די וואס וואס ווייסן אז זיי קענען נישט פאראויסזאגן. ב' די וואס ווייסן נאכנישט אז זיי קענען נישט פאראויסזאגן.

אריינלייגן אין די מארקעט (טאטאל אינדעקס) איז זייער א חשובע זאך. אבער ווען איז ס'בעסטע אריינצולייגן און ווען ס'איז ס'בעסטע ארויסצוגיין איז נישט מעגליך צו וויסן. דעריבער איז ס'בעסטע אריינצוגיין סיי ווען מ'האט געלט אריינצולייגן פאר א לענגערע צייט (5+ יאר). און ארויסגיין ווען נאר מ'דארף ניצן די געלט (אדער ווען מ'זעהט אז אין די נעקסטע פאר יאר וועט מען עס דארפן און די מארקעט איז הויעך).

אנדערש דארף מען צופיל זיין גערעכט און ס'נישט מעגליך!
דינסטאג מאי 19, 2020 10:42 am#448970
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
I just bought some shares of “nat” they had their earnings reports released yesterday and it was more than expected and it dropped and still is dropping.

What’s your thoughts on this they are raking in money amounts they’ve never seen before


Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג מאי 19, 2020 6:14 pm#449014
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
$NAT is only making money now because of they're tankers full of crude oil waiting in the open sea (it's about $70,000 profit per day for each tanker), but on long term they are not well positioned - just giving the other side..... (I have some call options expiring in a month).
דינסטאג מאי 19, 2020 6:22 pm#449015
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
I’m planing on selling them for a profit in a couple of months I didn’t buy it to keep for a long time
זונטאג מאי 31, 2020 8:14 pm#450030
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
כ'בין נייגעריג צו די גאנצע ראיאטן סומאטוכע וועט האבן א שטארקע עפעקט אויפ'ן מארקעט.....?
זונטאג מאי 31, 2020 9:05 pm#450043
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
The futures are down so far:(


Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג מאי 31, 2020 9:35 pm#450048
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
Futures are irrelevant in the past months.
מאנטאג יוני 15, 2020 4:11 pm#451736
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
מהיכי תיתי האט געשריבן:אויפן נידעריגסטען פונקט היינט, פינף מינוט נאכן אויפשפארען די מארקעט איז די דאו דזשאונס געווען 735 פוינטס נידעריגער פונעם נעכטיגן שליסונג.

ווידעראום, 2:20 נאכמיטאג איז עס געווען 260 פוינטס מער ווי די נעכטיגע שליסונג און קרוב צו טויזנט פוינטס העכער 9:35.

הדא הוא דכתיב, אן אומסטאבילער מארקעט. אבער אונזער אומסטאבילער פרעזידענט for some reason איז מצליח so far אז די מארקעט זאל נישט קראכן. וזה עיקר כוונתו.
בינו לבינו קען מען מאכען א לעבן אויף די רייד.


Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג יוני 15, 2020 11:35 pm#451830
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
היינט איז געווען א פיינע טאג, ב"ה.

איך האב געהאט געקויפט פרייטאג טעסלא יולי 2, 975 קאללס.......
דינסטאג יוני 16, 2020 1:03 am#451863
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
פאליטיקאנט האט געשריבן:היינט איז געווען א פיינע טאג, ב"ה.

איך האב געהאט געקויפט פרייטאג טעסלא יולי 2, 975 קאללס.......
קעש שנעל ארויס ווייל דער גייט אזוי אראפגיין.
איך פלאן מארגן אריינצולייגן אפאר אלפים אין puts ביי טסלא.
דינסטאג יוני 16, 2020 1:15 am#451866
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
קל וחומר האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:היינט איז געווען א פיינע טאג, ב"ה.

איך האב געהאט געקויפט פרייטאג טעסלא יולי 2, 975 קאללס.......
קעש שנעל ארויס ווייל דער גייט אזוי אראפגיין.
איך פלאן מארגן אריינצולייגן אפאר אלפים אין puts ביי טסלא.
אויף וואס בעיסטו דעס?
די סיבה וואס איך בין אריין איז ווייל אנהייב נעקסטע וואך דארפן זיי ארויסצוקומען מיט אן פרישע אנאנסירונג איבער געוויסע פרישע בעטערי טעכנאָלאָגיע.....
סתם אזוי איך האב נישט קיין פראבלעם אויב עס פאלט צוריק ווייל איך האב נאך מער ווי צוויי וואכן ביז עקספיירעישן. (דאס איז חוץ וואס איך בין ארויס פון האלב פון מיינע קאלס לויט מיין ריזיקע מענעדשמענט פלאן און די איבעריגע האלט איך פאר גרויסע רווחים מיט א ברייטע טרעילינג סטאפ לאסס)
דינסטאג יוני 16, 2020 1:16 am#451867
@קל וחומר, סתם אלס נייגעריקייט, וועלכע ספעציפישע puts פלאנט איר צו קויפן?
דינסטאג יוני 16, 2020 2:12 am#451874
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
פאליטיקאנט האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:היינט איז געווען א פיינע טאג, ב"ה.

איך האב געהאט געקויפט פרייטאג טעסלא יולי 2, 975 קאללס.......
קעש שנעל ארויס ווייל דער גייט אזוי אראפגיין.
איך פלאן מארגן אריינצולייגן אפאר אלפים אין puts ביי טסלא.
אויף וואס בעיסטו דעס?
די סיבה וואס איך בין אריין איז ווייל אנהייב נעקסטע וואך דארפן זיי ארויסצוקומען מיט אן פרישע אנאנסירונג איבער געוויסע פרישע בעטערי טעכנאָלאָגיע.....
סתם אזוי איך האב נישט קיין פראבלעם אויב עס פאלט צוריק ווייל איך האב נאך מער ווי צוויי וואכן ביז עקספיירעישן. (דאס איז חוץ וואס איך בין ארויס פון האלב פון מיינע קאלס לויט מיין ריזיקע מענעדשמענט פלאן און די איבעריגע האלט איך פאר גרויסע רווחים מיט א ברייטע טרעילינג סטאפ לאסס)
זייער א גוטער סטראטעגיע. אבער זיי אזוי גוט קאווער puts אדער העדזש די בעט, אז טאמער גייט ער טאקע אנטקעגן דיר זאלסטו נישט דארפן נעמען די גאנצע היט נאר אפי קענען נעמען עטוואס רווחים (טאקע נישט ווי געפלאנט אבער עכ״פ מינימייז די ריסק אביסעל בעסער) ספעציעל אז טעסלא זעהט מיר אויס עטוואס אווערבאוטה overbought און עס גייט בקרוב מאכען אן עדששאסטמענט.
די געז פרייזן זענען גאנץ נידעריג און די נידיריגער שטאפעל זעהט אויס אנצוהאלטן פאר א וויילע ואסנאיז נישט די בעסטע טובה פאר א טעסלא ראלי.


Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג יוני 16, 2020 2:18 am#451875
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
מיין סטראטעגיע איז אז איך גיי אלס אריין מיט אפאר אפשענס אויפאמאל, און נאך א געוויסע [פון פאראויס באשטימטע] פראצענט רווח (געווענליך 50-80%) קעש איך ארויס מינימום האלב און איך לאז די איבעריגע לויפן מיט א בערל 20% טרעילינג סטאפ לאסס.

דאס האב איך פערזענליך דעוועלאפט נאך אפאר יאר, און עס ארבעט די בעסטע פאר מיר (איך האב עס אנגעהויבן טוען נאכן זען אז אסאך מאל האט די אפשען ארויף פיל-פאכיג נאכן ארויסגיין פונעם טרעיד)


נ.ב. דאס איז נאר ווען איך שפיל מיך מיט נאנטע עקספיירעישן דעיטס און ווען עס איז אין די מאני.
דינסטאג יוני 16, 2020 5:27 pm#451944
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
פאליטיקאנט האט געשריבן:מיין סטראטעגיע איז אז איך גיי אלס אריין מיט אפאר אפשענס אויפאמאל, און נאך א געוויסע [פון פאראויס באשטימטע] פראצענט רווח (געווענליך 50-80%) קעש איך ארויס מינימום האלב און איך לאז די איבעריגע לויפן מיט א בערל 20% טרעילינג סטאפ לאסס.

דאס האב איך פערזענליך דעוועלאפט נאך אפאר יאר, און עס ארבעט די בעסטע פאר מיר (איך האב עס אנגעהויבן טוען נאכן זען אז אסאך מאל האט די אפשען ארויף פיל-פאכיג נאכן ארויסגיין פונעם טרעיד)


נ.ב. דאס איז נאר ווען איך שפיל מיך מיט נאנטע עקספיירעישן דעיטס און ווען עס איז אין די מאני.
דאס מאכט פערפעקטלי סענס


Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג מערץ 08, 2021 10:22 pm#468242
די לעצטע צוויי וואכן האט אסאך פאסירט אין די סטאק / באָנד מארקעט.
פחד פון אינפלאציע האט ארויפגעשטיפט באנד ראטעס און דאס צוזאמען מיט די ערעפענונג פונעם עקאנאמיע האט אנגעמאכט א שטארקע פארריכטונג (correction) און Growth stocks בעיקר טעכנאלאגישע (Tech).

ביז יעצט היות עס איז נישט געווען קיין באָנד מארקעט איז די איינציגסטע פלאץ צו אינוועסטירן געלט געווען די סטאק מארקעט און דאס האט אביסל בארעכטיגט העכערע Valuations יעצט אבער אז באנדס זענען ארויף איז שוין דא א פארזיכערטע פלאץ צו אינוועסטירן און מאכן עפעס געלט (עכ"פ גענוג אויף נישט צו פארלירן פון אינפלאציע) און דערצו עפענט זיך די עקאנאמיע אויף וואס בענעפיטירן מער די פשוט'ע "וועליו" סטאקס, ממילא קומט פאר א "ראטאציע" און געלט פליסט ארויס פון Growth אוו אריין אין Value.
דאס איז איינס פון די שכל'דיגע סיבות.

לדעתי איז דא אסאך Growth stocks וואס זענען געפאלן צי שטארק און עס איז א גוטע צייט צו אינוועסטירן דערין. אויך די SPACs מארקעט האט שטארק געטראסקעט און עס זענען דא מערערע גוטע מענעדשמענט ספעקס, אדער ספעקס וועלכע האבן שוין אנאנסירט א קאמבינאציע מיט (גוטע) קאמפאניס וועלכע טרעידן יעצט אונטער זייער Asset Valueַ דאס מיינט אז איר קענט אינוועסטירן אין א סטאק אן קיין שום ריזיקע אויף אראפ און אומבאגרעניצטע פאטענציאל אויף ארויף!!!!
מאנטאג מערץ 08, 2021 10:46 pm#468244
אזויווי מ'האט מיט זעקס וואכן צוריק דאס געקענט פאראויס זעהן, פונקט אזוי קען מען אצינד פאראויס זעהן וואס ס'גייט פאסירן אין די נעקסטע זעקס וואכן.

ס'איז צייט אויפצושטיין און אנערקענען אז מ'ווייסט נישט וואס ס'גייט פאסירן און טוהן וואס איז בעסט אין פעלער וואס מ'ווייסט נישט.
מאנטאג מערץ 08, 2021 11:40 pm#468247
הונדערט פראצענט, איך רעד נישט פון אריינלייגן צו מאכן רווחים שנעל, איך רעד פון אינוועסטירן אין גוטע ביזנעסער וואס איבער די צייט האט עס גאר גרויסע אויסזיכטן צו שטייגן.

יעצט איז עס פשוט געפאלן שטארק איז עס זיכער מער אטראקטיוו ווי אפאר וואכן צוריק. עס קען פאַלן נאך מער? אוואדי! גייט עס פאלן? קיינער ווייסט נישט. לוינט זיך אריינצולייגן? לדעתי יא, אבער אויב וואלט איר געקענט ביישטיין אריינצולייגן אין א סטאק אפאר וואכן צוריק, איז יעצט זיכער די צייט.
מאנטאג מערץ 08, 2021 11:41 pm#468248
פאליטיקאנט האט געשריבן:איר קענט אינוועסטירן אין א סטאק אן קיין שום ריזיקע אויף אראפ און אומבאגרעניצטע פאטענציאל אויף ארויף!!!!

מער ספעציפיש?
דינסטאג מערץ 09, 2021 12:01 am#468249
וואס זאגן אונזערע מבינים אויף EV סטאקס? וועלכע זענען לכאורה די שטערקסטע און/אדער מערסטע פאטענציאל?
דינסטאג מערץ 09, 2021 12:18 am#468251
אין קורצן:
עס זענען דא עטליכע וועגן וויאזוי א ביזנעס קען גיין 'פאבליק'. די מערסט באקאנט איז IPO - Initial public offering וואס ארבעט געווענליך אז א באנק דארף אונטערנעמען אחריות און די ביזנעס טוט 'רעיזן' פרישע קאפיטאל דורכ'ן ארויסגעבן סטאק.
נאך א וועג איז Direct offering וואס איז פשוט אז די ביזנעס אייגענטומער פארקויפן זייער אייגענע שעירס אן אויפטרייבן פרישע געלטער (די ביזנעס שפארט זיך די גרויסע קאסטן פון די באנק).

לעצטנס איז שטארק פאפולער געווארן SPACs - Special purpose acquisition company אין פריערדיגע יארן מער באקאנט אלס Blank check קאמפאניס. די מהלך איז אזוי, א טיעם פון ביזנעסלייט ליסטן אויפ'ן סטאק מארקעט א רענדאם ticker לאמיר זאגן ABCD און טרייבן אויף לאמיר זאגן 20 מיליאן שעירס פאר $10 א שעיר (געווענליך איז עס $10) = 200 מיליאן דאלער, זיי נעמען די געלט און לייגן עס אריין אין א באנק קאנטע וואס פארדינט אביסל אינטערעסט אויף ביזדערווייל, יעצט האבן זיי צוויי יאר זיך ארויסצולאזן זוכן א ביזנעס 'אפצוקויפן' / צונויפשמעלצן, זענען זיי געריבענער ביזנעסלייט גייט דורך אפאר חדשים און זיי טרעפן א ביזנעס וואס איז מסכים צו ווערן אפגעקויפט (עכ"פ א חלק דערפון), אין אונזער פאל א אינשורענס קאמפאני גערופן Insure now, דאן אנאנסירן זיי עס פאר די פאבליק און מ'באשטימט א דאטום ווען די שעירהאלדערס קענען וואוטן אויב זיי ווילן דורכגיין מיטן אפקויף צו נישט (די אווערעדש איז 3½ חדשים), אויב גייט עס דורך טוישט זיך די ticker פון ABCD צו די נייע קאמפאני אין אונזער פאל INOW און היידא די ביזנעס איז אויפן מארקעט.

יעצט דא קומט די עיקר; נישט קיין חילוק וואס דו וואוטסט און וויאזוי די וואוטן גייט דורך האסטו די רעכט ארויסצוקעשן דיינע שעירס צו די אריגינאלע $10 + די ביסל אינטערעסט וואס עס האט פארדינט אינצווישן פאר די Merger! נמצא אויב די קויפסט א SPAC אינטער די $10 + אינטערעסט (רוב ספעקס פון אעביר א יער איז אין די געגנט פון $10.11) דאן אינוועסטירסטו אן קיין שום ריזיקע ביז די דאטום פון די שעירהאלדער וואוט!
דינסטאג מערץ 09, 2021 12:56 am#468252
נישט קוקענדיג אויף די אינטרעסט פאר א רגע, הייסט עס דו לייגסט אריין $10 און עס איז פארזיכערט ביז וועלכע פוינט? ווען קען עס פאלן?
ווען קען עס ארויף גיין?
ווער בעקד א ספעק צו פארזיכערען עס איז נישט א גרופע פון גנבים?

און פארוואס זאגן זיי די געים איז אווער? m https://www.bloomberg.com/opinion/artic ... ale-say-so m
דינסטאג מערץ 09, 2021 6:18 am#468254
Spacs are currently the most shorted funds from any group of funds.

בקיצור די גרויסע לייט האלטן אז עס א באבל וואס איז עלול יעדע רגע צו פלאצן, ווילסט נאכאלץ אננעמען פאליטיקאנט'ס עדווייס?
דינסטאג מערץ 09, 2021 6:56 am#468255
עמינדב האט געשריבן:נישט קוקענדיג אויף די אינטרעסט פאר א רגע, הייסט עס דו לייגסט אריין $10 און עס איז פארזיכערט ביז וועלכע פוינט? ווען קען עס פאלן?
ווען קען עס ארויף גיין?
ווער בעקד א ספעק צו פארזיכערען עס איז נישט א גרופע פון גנבים?

און פארוואס זאגן זיי די געים איז אווער? https://www.bloomberg.com/opinion/artic ... ale-say-so


-עס קען טעכניש פאלן נידריגער פון $10 אבער ביז די merger date איז עס פארזיכערט אין קעש און די קענסט עס רידימען (עס זענען אפי' דא פאנדס וואס טוען 'ארביטראזש' מיט'ן קויפן ספעקס אונטער זייער ווערט און ווארטן אויס ביזן merger vote עס צו איינקעשן, אדער ביז עס גייט צו העכער פון די קעש וועליו)

-די SEC עס איז א געהעריגע רעגולירטע זאך.

די לעצטע פאר חדשים איז געווען אורות אין די ספעק מארקעט, יעדע צווייטע ספעק האט זיך געדאפלט ווען די אנאונסמענט איז ארויסגעקומען, און רוב ספעקס האבן געטרעיד 20-50% העכער די Asset Value נאך פאר אנאנסירן! ווייל שפעקולירער האבן ארויפגעשטיפט די פרייז הויעך מיטן האפן אז די מענעדשמענט טיעם גייט אריינכאפן א גוטן פישל און די ספעק גייט ארויפשיסן (למשל DKNG און SKLZ זענען ביידע געווען ספעקס פאר $10 און זענען יעצט 300-500 פראצענט העכער, דאס ברענגט אז ווען די ספעק טיעם געבט ארויס נאך א ספעק טרעיד עס גלייך אסאך העכער).
אויך האבן פרישע ספעקס ארויפגעקומען יעדן טאג און אויפגעטרעטן אסטראנאמישע סכומים אזוי ווייט אז געוויסע האבן געזאגט אז די טראדיציאנאלע IPO פראצעס איז אויפן וועג ארויס.... אויף דעם ארויף זאגט בלומבערג אז די 'פארטי איז אווער'.

איך אויך האט געשריבן:Spacs are currently the most shorted funds from any group of funds.

בקיצור די גרויסע לייט האלטן אז עס א באבל וואס איז עלול יעדע רגע צו פלאצן, ווילסט נאכאלץ אננעמען פאליטיקאנט'ס עדווייס?


קודם כל די גרויסע לייט זענען נישט קובע עיין ערך טעסלא, צווייטנס והוא העיקר, די פאנדס שאָרטן ספעקס וואס טרעידן הויעך (אויף א פרעמיום) בלויז אויף שפעקולאציע אדער סתם, קיינער שאָרט נישט קיין ספעקס פון $10.
דינסטאג מערץ 09, 2021 8:34 pm#468291
וואו טרעפט מען יעצטיגע ספעקס?
מיטוואך מערץ 10, 2021 3:52 am#468306
אזויווי מען טרעפט געהעריגע סטאקס - אויף אלע בראקערעדשעס.

גוגל ארום פאר ספעקס מיט גוטע פירערשאפט (און וואס זוכן א טארגעט אין א וואקסענדע סעקטאר) אבער קויף נישט פאר צופיל טייערער פון $10... געדענק דאס איז בלויז שפעקולאציע, פשוט מיט ווייניג צו גארנישט ריזיקע.(פאר א קורצע ליסטע קליקט דא)

וואס איך האב ליב צו טון און בפרט ווען די מארקעט איז וואלעטייל ווי אין די לעצטע צוויי וואכן, איז צו אינוועסטירן אין SPACS וואס האבן שוין אנאנסירט זייער טארגעט און איך וואלט געקענט ביישטיין צו אינוועסטן אין די טארגעט קאמפאני, צו אויפ'ן לאנגע טערמין, צו ווייל איך האלט עס איז 'אנדערוועליוד' און די מארקעט וועט זיך כאפן דערצו עווענטועל, עגעין די מעלה איז אז פאר עטליכע חדשים (ביז די merger) בין איך פארזיכערט מיטן געלט.
אויך מיין קעש [וואס ווארט צו ווערן אינוועסטירט] ליגט אין Pre announced ספעקס געקויפט פאר אונטער די ווערט (איך קויף יוניטס וואס דאס איז שוין ווערט א באזונדערע תגובה).
פרייטאג מאי 14, 2021 3:55 pm#473183
ATUB @פאליטיקאנט ATUB קום ביטע אריין מיט אייניגע דיבורים איבער די שטורעמישע וואך אינעם מארקעט.
דאנערשטאג מאי 20, 2021 11:29 pm#473420
גארנישט ספעציעל צוצולייגן.

איר קענט פרעגן מער דעטאלירטע שאלות, און כ'על פרובירן געבן מיין דעה.
מיטוואך יוני 15, 2022 12:30 am#502203
פאר דער וואס האלט נישט מיט, די מארקעט טראסקעט שוין פאר 5 חדשים אין א רייע,
עס האט נעכטען אפציעל אריינגעטרעטן אין א "בער" מארקעט,
די צוויי מאל זינט די '08 קראך
מיטוואך יוני 15, 2022 4:01 am#502226
רוב שנעל וואקסענדע סטאקס (growth) זענען שוין אין זייער אייגענע בער מארקעט פאר א יאר, נאר די אינדעקסעס געשטיפט דורך איינציגע מעגא קעפס זענען נאך ארויף צו ניי הויעכן ביז נאוועמבער.

מאנטאג האט די S&P אפיציעל געפאלן 20% פון די העכסטע פרייז עס איז נאר געווען, וואס דאס איז די "אפיציעלע" מעסטער פאר א בער מארקעט.