Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » ביזנעס וועלט » סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.

סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
91 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 101 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #13792
מוצ"ש מאי 02, 2020 11:34 pm#447435
סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
רבותי גרייטס ענק אויף א רויט בלוטיגן טאג דעם מאנטאג.
די סטאק מארקעט האט זיך צוריק געהויבן אין די לעצטע פאר וואכן צו שטאפלן ממש פאר די קראך, הגם די עקאנאמיע ליידט נאך ווייטער און גארנישט פונדאמענטאליש האט זיך נישט געטוישט.

די סיבה דערצו איז נישט זיכער אבער עקספערטן זאגן אז עס קען זיין וועגן די עולם וויל נישט "דערלייגן" די רווחים וואס מ'קען מאכן ווען אזא טראסק געשעט, און די עולם האט זיך גענומען קויפן זיך ארויפכאפנדיג אויף יעדע קליינע גוטע נייעסל, און זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון דאטא וואס וויזט אז די מצב איז גאר ביטער.
ווי אויך האט די פעדעראלע רעזערוו אין א פרעצעדענטלאזע שריט אונטערגענומען פארשידענע פראגראמען ווי קיינמאל בעפאר.

- קיינמאל אין די היסטאריע האט א טראסק געבויט אויף אזוינע שטארקע סיבות (דהיינו א פארמאכטע עקענאמיע) זיך צוריק געהויבן אזוי שנעל!

ביז דעם וואך פרייטאג.
פרייטאג איז ארויסגעקומען די ארבעטסלאזע ראטע און עס האט געשריגן די מציאות, - 30 מיליאן ארבעטסלאזע! - די מארקעט האט זיך געגעבן א שאקל, אבער ווייט נישט גענוג.
טעקניקעל אנאליסעס ווייזט אז די דירעקציע פון די מארקעט מאנטאג, פאלגט נאך פון פרייטאג חוץ אויב עס איז דא א פרישע קאטאליסט (דהיינו נייעס ליב און למוטב).
און דא שטיי מיר:
א פאר שעה צוריק האט די לעגענדארע אינוועסטירער ווארען באפעט וועמענס ווארט האט גאר א שטארקע אימפאקט אויף יעדע אינוועסטירער געמאלדן אז זיין האלדינג קאמפאני האט פארקויפט אלע זייערע עירליין סטאק!!!
פאר א חודש צוריק האט ער געמאלדן אז ער האט פארקויפט $400 מיליאן דאלער ווערט פון עירליין סטאק, און אמעריקען און דעלטא האבן געפאלן 11 און 5 פראצענט, יעצט אבער רעדט מען פון זיין "גאנצע" זאפאס פון סטאק "איבער זעקס ביליאן דאלער"!!!!!!!!!

דאס וועט זיכער האבן א שטארקע אימפאקט אויפ'ן עירליין אינדוסטריע מאנטאג און די גאנצע מארקעט וועט ווערן נאכגעשלעפט.

-אויב ווילט איר אינוועסטירן יעצט דינסטאג / מיטוואך דאן גייט צוביסלעך און לאזט איבער קעש אויב די מארקעט פאלט ווייטער.בילדבילד
מוצ"ש מאי 02, 2020 11:40 pm#447436
אז מיר רעדן שוין מיט א יודע עתידות, אפשר געבסטו אונז די זעקס נאמבערס? Just kidding

כ'האב א חבר וואס אמאל אנגעקומען צו עפעס איינער וואס ליינט הענט וכו', גיבט ער יענעם א פרעג "אפשר געבסטו מיר די זעקס נאמבערס?" ענטפערט דער שטערן זעהער "ווען איך ווייס עס קום איך נישט אויף אמעריקא קאלעקטן צוואנציגערס"....
מוצ"ש מאי 02, 2020 11:44 pm#447437
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
איך בין נישט קיין יודע עתידות בכלל.

איך פאלג נאך די מארקעט פאר א שיינע פאר יאר, און איך האלט גאנץ א שיינע סכום אינוועסטירט דערין.

בעצם האלט איך אויף לאנג טערם און איך מאך מיך נישט צוטין פון קליינע "מארקעט פלאקטשועישענס" אבער יעצט איז א שעת הכושר האלט איך מיט גאר אסאך נייעס און איך לייג צו געוואנדן אין דעם....
מוצ"ש מאי 02, 2020 11:45 pm#447438
אודה ולא אבוש, איך רעספעקט דיין אפיניען ע"ע אישי...
זונטאג מאי 03, 2020 12:07 am#447441
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
איך האב נאך גארנישט אריינגעלייגט דורכאויס די גרויסארטיגע קאראונע סעיל. איך האלט אז די מארקעט גייט נאך ציפעדיג טראסקען.

אבער איך האלט אן אויג צו זיין גרייט ווען איך שפיר אז די מארקעט איז רייף.
זונטאג מאי 03, 2020 12:20 am#447443
@פאליטיקאנט: איך געב דיר מיין לעצטע צוואנציגער, אויב קימסטו צריק מיט געניג פאר א דריי שטאקיגע הויז און צענטער פון בארא-פארק, באקריגסטו אין אויסטויש קביעת מזוזה.

[א דאנק פאר דיינע אינפארמאטיווע, קלאר געשריבענע ארטיקלען ]
זונטאג מאי 03, 2020 12:20 am#447444
החוקר האט געשריבן:איך האב נאך גארנישט אריינגעלייגט דורכאויס די גרויסארטיגע קאראונע סעיל. איך האלט אז די מארקעט גייט נאך ציפעדיג טראסקען.

אבער איך האלט אן אויג צו זיין גרייט ווען איך שפיר אז די מארקעט איז רייף.
קענסטו שטעלן א ליין וואס דעמאלטס גייסטו אריינלייגן?
זונטאג מאי 03, 2020 12:20 am#447445
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
החוקר האט געשריבן:איך האב נאך גארנישט אריינגעלייגט דורכאויס די גרויסארטיגע קאראונע סעיל. איך האלט אז די מארקעט גייט נאך ציפעדיג טראסקען.

אבער איך האלט אן אויג צו זיין גרייט ווען איך שפיר אז די מארקעט איז רייף.
אט אזוי.

איך האלט שוין אזוי גאנץ לאנג, ווי אויבן געשריבן איז די פראבלעם נאכאלס דא און דאס וואס האט געמאכט די מארקעט טראסקענען דריי חדשים צוריק וואלט געדארפט עס אפהאלטן פון ארויפגיין ווילאנג עס איז נישט געסאלווט.

אבער מ'קען קיינמאל וויסן די אונטען פון די טראסק, און עס איז ראטזאם אריינצוגיין מיט אביסל אויפאמאל.

נעמט פאר א ביישפיל $CCL, וועלכע האט געטראסקעט צו $7.80 אבער אפי' איך האב דאן געהאלטן אז עס קען ווײטער פאלן (נאך פאר זיי האבן געטון געוויסע שריט) דאך בין איך אריין גרויס וויסנדיג אז מ'קען קיינמאל וויסן, און ביז דערווייל האט זיך עס גרויס געלוינט.
ווי אויך טו איך פארקויפן קאל אפשענ'ס דערויף וואס אין אזא מארקעט (מיט הויעכע אימפלייד ואלעטיליטי) איז עס א שיינע פארדינסט וועכענטליך!

מ'דארף פשוט האלט גענוג קעש צו קענען צולייגן.בילד
זונטאג מאי 03, 2020 12:24 am#447447
אונז ווארטן מיר נאך צו הערן וועלכע פלעטפארם איז נוצבאר
זונטאג מאי 03, 2020 12:25 am#447448
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן: קענסטו שטעלן א ליין וואס דעמאלטס גייסטו אריינלייגן?

דעס הייסט שפעקולאציע, און עס איז אוממעגליך פאראויס צוזאגן.

איך לייג צו יעדע שטיק צייט, מיט קליינע פראצענטן.
(זייענדיג אן עמעזאן פארקויפער האס איך געשמועסט מיט מיין סופלייער אין טשיינע אנהייב יאנואר, און געבויט אויף וואס איך האב געהערט פון עם און געזען אין די נייעס װעגן איטאליע, און זעענדיג אז גארנישט ווערט נישט געטון אין אמעריקא האב איך ארויסגעשלעפט דאס גאנצע געלט צוריק צו קעש חוץ א קליינע סכום אין גייט סטאקס....
יעצט קויף איך צוריק.)
זונטאג מאי 03, 2020 12:26 am#447449
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:אונז ווארטן מיר נאך צו הערן וועלכע פלעטפארם איז נוצבאר
איך האף צו שרייבן אויפדעם אבער ס'מאכט נישט עכט אויס.
אויב ביסטו נישט דא אויף זיך צו שפילן אריין ארויס גלייך איז יעדע גוט.

(איך פערזענליך האב דריי!
פארןט קורצן טערמין, לאנגן טערמין, און פאר שפעקולאציע (בעיקר אפשען'ס).)
זונטאג מאי 03, 2020 12:31 am#447451
@פאליטיקאנט: איך געב דיר מיין לעצטע צוואנציגער, אויב קימסטו צריק מיט געניג פאר א דריי שטאקיגע הויז און צענטער פון בארא-פארק, באקריגסטו אין אויסטויש קביעת מזוזה.

[א דאנק פאר דיינע אינפארמאטיווע, קלאר געשריבענע ארטיקלען ]
זונטאג מאי 03, 2020 12:35 am#447452
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
איך וויל נאר צולייגן אז מען זאל אפמאכן א קלארע סכום פאראויס וויפיל מען גייט אינוועסטירן, און פון דעם זאל מען זיין זייער באקוועם צו פארלירן א גרויסע חלק (דשאסט אין קעיס), און מען זאל נישט צולייגן!
סיי ווען מען מאכט סיי ווען מען דערלייגט.

פארשטייט זיך אז מען לייגט נישט אריין געלט וואס איז א ספק אז מ'גייט עס דארפן אין די קומענדיגע שטיק צייט.
זונטאג מאי 03, 2020 12:41 am#447454
מיין צוויי צענט.

ס'נישט מעגליך צו וויסן וויאזוי די מארקעט וועט זיין מאנטיג. און אויך נישט סיי וועלכע אנדערע טאג. פונקט אזויווי 'קיינער' האט נישאקוראט ט פאראויסגעזאגט ווי שנעל ס'וועט זיך צוריק ארויפכאפן.

די וועלט זאגט ס'איז דא צוויי מינע מענטשן. א' די וואס וואס ווייסן אז זיי קענען נישט פאראויסזאגן. ב' די וואס ווייסן נאכנישט אז זיי קענען נישט פאראויסזאגן.

אריינלייגן אין די מארקעט (טאטאל אינדעקס) איז זייער א חשובע זאך. אבער ווען איז ס'בעסטע אריינצולייגן און ווען ס'איז ס'בעסטע ארויסצוגיין איז נישט מעגליך צו וויסן. דעריבער איז ס'בעסטע אריינצוגיין סיי ווען מ'האט געלט אריינצולייגן פאר א לענגערע צייט (5+ יאר). און ארויסגיין ווען נאר מ'דארף ניצן די געלט (אדער ווען מ'זעהט אז אין די נעקסטע פאר יאר וועט מען עס דארפן און די מארקעט איז הויעך).

אנדערש דארף מען צופיל זיין גערעכט און ס'נישט מעגליך!
זונטאג מאי 03, 2020 12:46 am#447455
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
קורקלענד האט געשריבן:מיין צוויי צענט.

איי עגרי.

אבער אין צייטן פון אפארטוניטי איז זיכער אז עס לויט אריינצולייגן, דאס אז מ'קען נישט פאראויסזאגן איז אוואדי אמת, דערפאר שרייב איך איז די בעסטע סטראטעגיע אריינצוגיין צוביסלעך מיט פראצענטן פון די געלט וואס מען איז גרייט אריינצולייגן.
זונטאג מאי 03, 2020 12:50 am#447456
זייער שווער צו דעפינירן אפארטוניטי.

איך קען אייך כמעט אייביג ווייזן שווארץ אויף ווייס אז ס'קען גיין ביידע וועגן. ס'איז אייביג א גרויסע ריסק. א גרעסערע אפארטוניטי איז קומט מיט א גרעסערע ריזיקע.... א גרעסערע ריזיקע איז מער שאנס פון פארלוסטן.
זונטאג מאי 03, 2020 12:57 am#447460
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
יא אבער ווען מ'רעדט אויפ'ן לאנגען טערמין איז שווער צו זאגן אז יעצט איז נישט אפארטוניטי.

אפי' אויב מ'לייגט אריין און די מארקעט פאלט אסאך מער איז עס נאכאלס א געווינס אויפ'ן לאנגן טערמין.
זונטאג מאי 03, 2020 12:59 am#447464
פאליטיקאנט האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן: קענסטו שטעלן א ליין וואס דעמאלטס גייסטו אריינלייגן?

דעס הייסט שפעקולאציע, און עס איז אוממעגליך פאראויס צוזאגן.

איך לייג צו יעדע שטיק צייט, מיט קליינע פראצענטן.
(זייענדיג אן עמעזאן פארקויפער האס איך געשמועסט מיט מיין סופלייער אין טשיינע אנהייב יאנואר, און געבויט אויף וואס איך האב געהערט פון עם און געזען אין די נייעס װעגן איטאליע, און זעענדיג אז גארנישט ווערט נישט געטון אין אמעריקא האב איך ארויסגעשלעפט דאס גאנצע געלט צוריק צו קעש חוץ א קליינע סכום אין גייט סטאקס....
יעצט קויף איך צוריק.)
מיין פראגע איז געווען געוואנדען צו החוקר
זונטאג מאי 03, 2020 1:02 am#447465
ס'דא די באקאנטע עדווייס פאר'ן לאנג טערמיניגע אינוועסטירונג: "אינוועסט ווען 'דיין' צייט איז רייף, נישט ווען די מארקעט איז רייף". דהיינו ווען דו האסט אן איבריגע פאר דאלער, כדברי מורינו ATUB @קורקלענד ATUB
זונטאג מאי 03, 2020 1:06 am#447466
פאליטיקאנט האט געשריבן:אבער אין צייטן פון אפארטוניטי איז זיכער אז עס לויט אריינצולייגן, דאס אז מ'קען נישט פאראויסזאגן איז אוואדי אמת, דערפאר שרייב איך איז די בעסטע סטראטעגיע אריינצוגיין צוביסלעך מיט פראצענטן פון די געלט וואס מען איז גרייט אריינצולייגן.

איך געדענק ליינען ערגעץ אז כאטש וואס מ'האט א געוויסע סכום געלט וואס מ'לייגט אריין יעדן חודש זאל עס נישט זיין יעדן חודש פונקט די זעלבע, ווען די מארקעט שטייגט זאל מען אריינלייגן אביסל ווייניגער, און ווען די מארקעט פאלט זאל מען אריינלייגן אביסל מער.
זונטאג מאי 03, 2020 1:22 am#447468
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:

היסטאריש גערעדט האט די מארקעט צוריקגעפאלן יעדע פאר יאר, אויסווישנדיג די צוגענומענע רווחים פון די לעצטע עטליכע יאר, אבער יעדע מאל האט זיך עס צוריק געהויבן און געפארן העכער אין א רעלאטיוו קורצער צייט (געוואנדן אין די אומשטענדן וועלכע האבן געברענגט צום קראך).
נעמט פאר א ביישפיל צוויי יאר צוריק אנהייב 2018 די מארקעט האט גאר שטארק געפאלן צוליב די פחד פון א האנדל מלחמה (trade war) אבער דאן האט זיך עס צוריק געהויבן אין אפאר חדשים.

איז דערפאר לוינט נישט אריינצוגיין ווען די מארקעט איז הויעך, אבער היות מעקען קיינמאל וויסן און סתם זיצן אינדערזייט האט דאך אויך נישט קיין פשט, איז ראטזאם אריינצוגיין מיט א חלק און האלטן א שיינע סכום גרייט פאר אזוינע מארקעט 'אפורטוניטיס'.

סתם איז אינטערעסאנט צו צוצייכענען אז אפי' איינער וואס האט אינוועסטירט אין די טייערסטע צייט, א מינוט פאר יעדע קראך (למשל אין 1999, 2008, און 2018) נאכאלס איז ער ארויס מיט א שיינע רווח 8-10 יאר שפעטער.!

דאס אלעס איז פארשטייט גערעכט אויף אינוועסטירן אין א אינדעקס, אויף ספעציפישע סטאקס איז אינגאנצן אנדערע הלכות.
זונטאג מאי 03, 2020 2:13 am#447473
היסטאריש גערעדט. און איך גיי דעס שוין נאך א יארן לאנג, האבן די מענטשן וואס האבן געווארט פאר אפארטוניטי אין אלגעמיין דערלייגט. יא איר הערט גוט. דערלייגט. רוב מאל ווען ס'טראסקעט, טראסקעט עס נישט אזוי ווייט צוריק ווי די ערשטע אמת'ע אפארטוניטי.

פון וואנעט ווייס איך? ווייל יעדעס מאל איך בין איינעם מציע אריינצולייגן, און ער זאגט אז ער גייט עס טוהן ווען ס'קומט די אפארטוניטי שטרייך איך אן ווי דער מארקעט האלט, ווען ער הערט ס'טראסקעט. זאג איך איהם נו, לאמיר זעהן וואס די דיסקאונט איז. געווענליך איז עס מער ווי דער ערשטע אפארטוניטי....... אוודאי האט יעדע כלל א יוצא. אבער איך רעד פון די כלל.
זונטאג מאי 03, 2020 2:50 am#447480
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
די מארקעט פאלט יעדעס יאר ערגעץ ווי א היפשע ביסל פראצענט.
איך רעד פון ריכטיגע "קארעקשענס" וועלכע פאסירן איינמאל א פאר יאר.

אבער על זה האב איך שוין געשריבן אז ס'לוינט נישט צו ווארטן אינגאנצן, נאר אריינלייגן צוביסלעך און האלטן א שיינעם סכום אויפ'ן אפארטוניטי.

(אפארטוניטי קען אויך מיינען א ספעציפישע סטאק, ווי למשל באואינג נאך אן עראפלאן קראך).
זונטאג מאי 03, 2020 2:56 am#447481
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
הוילע שטותיים וואס די שרייבסט בנוגע אינווסטירען.

אבער מער פראבלעם האב איך מיט נישט מיטטיילען דיין מקור.

פאלגאריזם עט בעסט.

m https://www.zerohedge.com/markets/brace ... re-remains m
זונטאג מאי 03, 2020 3:02 am#447485
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
או אינו האט געשריבן:הוילע שטותיים וואס די שרייבסט בנוגע אינווסטירען.

אבער מער פראבלעם האב איך מיט נישט מיטטיילען דיין מקור.

פאלגאריזם עט בעסט.

https://www.zerohedge.com/markets/brace ... re-remains
אויב די קענסט זיך אביסל מסביר זיין וואלט איך דיך שטארק געדאנקט.

איך האב דורכגעליינט דעם ארטיקל אבער גארנישט געזען וואס זאל ווארפן ליכט אויף וואס די מיינסט.
זונטאג מאי 03, 2020 3:03 am#447486
דער זערא העדזש איז א ריזיגע שרעק מאַנגער. ער האלט אין איין שרייען אז די סוף איז נאנט. אָך און וויי פאר ווער ס'פאלגט איהם. ער האלט און איין שרייען מארגן קראכט עס. און ס'שוין אדורך געלאפן יארן און דערווייל עס האלט עס און איין ארויף שיסן.
זונטאג מאי 03, 2020 3:05 am#447489
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
עס איז וויכטיג צו ארויסברענגן אז די 'איינציגסטע' פראווד פאקט וועגן די סטאק מארקעט איז אז עס גייט העכער מיט די צייט, פאקט!

אליץעס אנדערש איז השערות, שפעקולאציעס.....
זונטאג מאי 03, 2020 3:08 am#447490
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:אבער אין צייטן פון אפארטוניטי איז זיכער אז עס לויט אריינצולייגן, דאס אז מ'קען נישט פאראויסזאגן איז אוואדי אמת, דערפאר שרייב איך איז די בעסטע סטראטעגיע אריינצוגיין צוביסלעך מיט פראצענטן פון די געלט וואס מען איז גרייט אריינצולייגן.

איך געדענק ליינען ערגעץ אז כאטש וואס מ'האט א געוויסע סכום געלט וואס מ'לייגט אריין יעדן חודש זאל עס נישט זיין יעדן חודש פונקט די זעלבע, ווען די מארקעט שטייגט זאל מען אריינלייגן אביסל ווייניגער, און ווען די מארקעט פאלט זאל מען אריינלייגן אביסל מער.

ס'איז דא (צוויי) וועגן וויאזוי אריינצולייגן צוביסלעך, איינס איז די באקאנטע DCA די אנדערע איז וואס איר מיינט לכאורה איז DVA, ס'דא אזעלכע וואס זאגן אז DVA ברענגט בעסערע רווחים, למעשה איז עס אדערווייל זייער שווער פראקטיש צו אימפלימענטירן, וויבאלד מ'קען עס נישט אטאמאטירן.
זונטאג מאי 03, 2020 3:35 am#447493
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
פאליטיקאנט האט געשריבן:
או אינו האט געשריבן:הוילע שטותיים וואס די שרייבסט בנוגע אינווסטירען.

אבער מער פראבלעם האב איך מיט נישט מיטטיילען דיין מקור.

פאלגאריזם עט בעסט.

https://www.zerohedge.com/markets/brace ... re-remains
אויב די קענסט זיך אביסל מסביר זיין וואלט איך דיך שטארק געדאנקט.

איך האב דורכגעליינט דעם ארטיקל אבער גארנישט געזען וואס זאל ווארפן ליכט אויף וואס די מיינסט.
ווען די וועסט זיין מער חכם זאלסטו שרייבן אייגען אין זאכליכע מיינונגען. יעצט גיב אן א מקור פין ווי די שרייבס נאך אויב נישט סוף גנב לתליה.
זונטאג מאי 03, 2020 3:36 am#447495
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
קורקלענד האט געשריבן:דער זערא העדזש איז א ריזיגע שרעק מאַנגער. ער האלט אין איין שרייען אז די סוף איז נאנט. אָך און וויי פאר ווער ס'פאלגט איהם. ער האלט און איין שרייען מארגן קראכט עס. און ס'שוין אדורך געלאפן יארן און דערווייל עס האלט עס און איין ארויף שיסן.
ער רעדט בשם פין איינעם. ער האט אן אגענדע
זונטאג מאי 03, 2020 3:40 am#447497
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
פאליטיקאנט האט געשריבן:די מארקעט פאלט יעדעס יאר ערגעץ ווי א היפשע ביסל פראצענט.
איך רעד פון ריכטיגע "קארעקשענס" וועלכע פאסירן איינמאל א פאר יאר.

אבער על זה האב איך שוין געשריבן אז ס'לוינט נישט צו ווארטן אינגאנצן, נאר אריינלייגן צוביסלעך און האלטן א שיינעם סכום אויפ'ן אפארטוניטי.

(אפארטוניטי קען אויך מיינען א ספעציפישע סטאק, ווי למשל באואינג נאך אן עראפלאן קראך).
מהירי תיתי. קען בואינג אויסהאלטען אז 737 איז פארהאקט ווי עס קוקוס יעצט אויס לעולם + א טשענדש אין לופט ליניע באנוץ פאר לאנג טערמין אין טויט שטאט טערים. טשעפטער 11 איז אויך אן אפציע ווען נישט די גאוו פאמפט אריין טריליונים.
זונטאג מאי 03, 2020 3:45 am#447499
אפי' די רעגירונג גייט אריינגיסן טריליאנען, וועלן זיי עס אויך נישט פארגינען פאר די בעלי בתים (שעירהאלדער''ס בלע''ז). ביי GM האט עס די רעגירונג אפגעקויפט, און עווענטועל עס צוריק פארקויפט פאר די פובליק.
זונטאג מאי 03, 2020 3:47 am#447500
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
או אינו האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:די מארקעט פאלט יעדעס יאר ערגעץ ווי א היפשע ביסל פראצענט.
איך רעד פון ריכטיגע "קארעקשענס" וועלכע פאסירן איינמאל א פאר יאר.

אבער על זה האב איך שוין געשריבן אז ס'לוינט נישט צו ווארטן אינגאנצן, נאר אריינלייגן צוביסלעך און האלטן א שיינעם סכום אויפ'ן אפארטוניטי.

(אפארטוניטי קען אויך מיינען א ספעציפישע סטאק, ווי למשל באואינג נאך אן עראפלאן קראך).
מהירי תיתי. קען בואינג אויסהאלטען אז 737 איז פארהאקט ווי עס קוקוס יעצט אויס לעולם + א טשענדש אין לופט ליניע באנוץ פאר לאנג טערמין אין טויט שטאט טערים. טשעפטער 11 איז אויך אן אפציע ווען נישט די גאוו פאמפט אריין טריליונים.
איך האב נישט געשריבן אז באואינג איז א גוטע אינוועסטמענט יעצט, דייקא נישט.

איך האב פרובירט ארויסצוברענגן א פוינט אז געלעגנהייטן האלטן אין איין אונטערקומען אויף ספעציפישע סטאקס (עס אפאוזד צו אינדעקסעס וואס קורקלענד האט געשריבן אז עס לוינט נישט ווארטן פאר אזוי גערופענע געלעגנהייטן ץ, ווייל ביז דאן איז עס שוין אסאך געשטיגן), ווי למשל נאך וואס עס קומט א געוויסע נייעס פון א פראבלען אין א קאמפעני, "קען זיין" א גוטע געלעגנהייט.
נישט "עס איז" א געלעגנהייט, מ'דארף עס דורך טון ביי יעדע פאל באזונדער.
זונטאג מאי 03, 2020 3:54 am#447503
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
פאליטיקאנט האט געשריבן:
החוקר האט געשריבן:איך האב נאך גארנישט אריינגעלייגט דורכאויס די גרויסארטיגע קאראונע סעיל. איך האלט אז די מארקעט גייט נאך ציפעדיג טראסקען.

אבער איך האלט אן אויג צו זיין גרייט ווען איך שפיר אז די מארקעט איז רייף.
אט אזוי.

איך האלט שוין אזוי גאנץ לאנג, ווי אויבן געשריבן איז די פראבלעם נאכאלס דא און דאס וואס האט געמאכט די מארקעט טראסקענען דריי חדשים צוריק וואלט געדארפט עס אפהאלטן פון ארויפגיין ווילאנג עס איז נישט געסאלווט.

אבער מ'קען קיינמאל וויסן די אונטען פון די טראסק, און עס איז ראטזאם אריינצוגיין מיט אביסל אויפאמאל.

נעמט פאר א ביישפיל $CCL, וועלכע האט געטראסקעט צו $7.80 אבער אפי' איך האב דאן געהאלטן אז עס קען ווײטער פאלן (נאך פאר זיי האבן געטון געוויסע שריט) דאך בין איך אריין גרויס וויסנדיג אז מ'קען קיינמאל וויסן, און ביז דערווייל האט זיך עס גרויס געלוינט.
ווי אויך טו איך פארקויפן קאל אפשענ'ס דערויף וואס אין אזא מארקעט (מיט הויעכע אימפלייד ואלעטיליטי) איז עס א שיינע פארדינסט וועכענטליך!

מ'דארף פשוט האלט גענוג קעש צו קענען צולייגן.בילד
CCL האט קיינמאל נישט גיטרעדט ביי 7.80 אין נישט געפילט קיין ארדערס ווי די צייגט אויפן בילד. אדרבה גיב א דאטום. 7.97 איז געוועהן זיין לאו אין אפריל 2. דבר רחוק מאוד אז די האסט געכאפט ביי די נומבער.

זיי מסביר וואס זענען די מעלות לין די דריי פלאטפארמעס אין פארוואס האסט בוחר געוועהן פאר דיין באזונדערע פלענער.

די סיבה פארוואס מדארף זיין שארף קעגן מענטשן וואס גיבן פאלשע אינפארמאציע אין זינלאזע עדוייס איז ווייל מענטשן וועלן פאלגען אין פארלירן געלט.
זונטאג מאי 03, 2020 3:55 am#447504
ס'דא אזא שיטה פון EMH, אין קורצן מיינט דאס אז די מארקעט איז נעכטיגע נייעס, און אלס איז שוין באקאנט און יעדע סטאק און מציאה איז א סוד פאר גאנץ בראד. ספעציעל אונז קליינע מוחות. ווען מיר אפערירן אין די מארקעט, דרייען מיר זיך ציווישן די פיס פון אסאך גרעסערע קעפ און פיל מער געשליפענער סוחרים. און ווען איינער טוהט מסחר אינעם מארקעט זענען די שאנסן כמעט פאר זיכער אז דער צד שכנגד איז דער וואס פארדינט אויפן געשעפט. וואס דאס ברענגט שטארק אראפ די שאנסן פון פארדינען. ספעציעל אין א פלאץ וואו אפי' רוב פון די געשליפענער פארדינען נישט קיין גרויסע געלטער.

און דאס איז נאך פאר מ'גייט אריין אין די סאביעקט פון וואספארא אפעקט די מענטשליכע עמאציעס לייגן צו צום געשעפט....
זונטאג מאי 03, 2020 3:57 am#447506
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
קורקלענד האט געשריבן:אפי' די רעגירונג גייט אריינגיסן טריליאנען, וועלן זיי עס אויך נישט פארגינען פאר די בעלי בתים (שעירהאלדער''ס בלע''ז). ביי GM האט עס די רעגירונג אפגעקויפט, און עווענטועל עס צוריק פארקויפט פאר די פובליק.
גיסט אריין אין די מארקעט. באויאינג לעת אתה איז מסודר. ווייל ער האט געקענט שאפן 25 ביליאן הלוואות.
זונטאג מאי 03, 2020 3:58 am#447507
או אינו האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:דער זערא העדזש איז א ריזיגע שרעק מאַנגער. ער האלט אין איין שרייען אז די סוף איז נאנט. אָך און וויי פאר ווער ס'פאלגט איהם. ער האלט און איין שרייען מארגן קראכט עס. און ס'שוין אדורך געלאפן יארן און דערווייל עס האלט עס און איין ארויף שיסן.
ער רעדט בשם פין איינעם. ער האט אן אגענדע

קום אריין קלאר.....
זונטאג מאי 03, 2020 3:59 am#447508
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
פאליטיקאנט האט געשריבן:
או אינו האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:די מארקעט פאלט יעדעס יאר ערגעץ ווי א היפשע ביסל פראצענט.
איך רעד פון ריכטיגע "קארעקשענס" וועלכע פאסירן איינמאל א פאר יאר.

אבער על זה האב איך שוין געשריבן אז ס'לוינט נישט צו ווארטן אינגאנצן, נאר אריינלייגן צוביסלעך און האלטן א שיינעם סכום אויפ'ן אפארטוניטי.

(אפארטוניטי קען אויך מיינען א ספעציפישע סטאק, ווי למשל באואינג נאך אן עראפלאן קראך).
מהירי תיתי. קען בואינג אויסהאלטען אז 737 איז פארהאקט ווי עס קוקוס יעצט אויס לעולם + א טשענדש אין לופט ליניע באנוץ פאר לאנג טערמין אין טויט שטאט טערים. טשעפטער 11 איז אויך אן אפציע ווען נישט די גאוו פאמפט אריין טריליונים.
איך האב נישט געשריבן אז באואינג איז א גוטע אינוועסטמענט יעצט, דייקא נישט.

איך האב פרובירט ארויסצוברענגן א פוינט אז געלעגנהייטן האלטן אין איין אונטערקומען אויף ספעציפישע סטאקס (עס אפאוזד צו אינדעקסעס וואס קורקלענד האט געשריבן אז עס לוינט נישט ווארטן פאר אזוי גערופענע געלעגנהייטן ץ, ווייל ביז דאן איז עס שוין אסאך געשטיגן), ווי למשל נאך וואס עס קומט א געוויסע נייעס פון א פראבלען אין א קאמפעני, "קען זיין" א גוטע געלעגנהייט.
נישט "עס איז" א געלעגנהייט, מ'דארף עס דורך טון ביי יעדע פאל באזונדער.
ווען די ביזט א מענטש שרייבסט ואתכם הסליחה. טעות לעולם חוזר.
זונטאג מאי 03, 2020 4:00 am#447509
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
קורקלענד האט געשריבן:
או אינו האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:דער זערא העדזש איז א ריזיגע שרעק מאַנגער. ער האלט אין איין שרייען אז די סוף איז נאנט. אָך און וויי פאר ווער ס'פאלגט איהם. ער האלט און איין שרייען מארגן קראכט עס. און ס'שוין אדורך געלאפן יארן און דערווייל עס האלט עס און איין ארויף שיסן.
ער רעדט בשם פין איינעם. ער האט אן אגענדע

קום אריין קלאר.....
https://newrepublic.com/article/156788/zero-hedge-russian-trojan-horse?utm_content=buffer0e705&utm_medium=social&utm_source=twitter.com&utm_campaign=buffer
זונטאג מאי 03, 2020 4:03 am#447510

בין איך מיך טועה מיטן פאליטיקאנט ? די זעהסט נישט ווי ער שרייבט נאך ווארט ביי ווארט. איז של מה בכך וואלט מיך נישט אינטערסאנט אין ענינים פין געלט איז עס אן אחריות. דער אינגערמאן וואס האט אינוועסטירט זיי 2400 דאללער אין טרינקט איצט קאווע איז דערשראקען צים טויט פין דעם רויטען מאנטאג.
זונטאג מאי 03, 2020 4:07 am#447512
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
או אינו האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:
החוקר האט געשריבן:איך האב נאך גארנישט אריינגעלייגט דורכאויס די גרויסארטיגע קאראונע סעיל. איך האלט אז די מארקעט גייט נאך ציפעדיג טראסקען.

אבער איך האלט אן אויג צו זיין גרייט ווען איך שפיר אז די מארקעט איז רייף.
אט אזוי.

איך האלט שוין אזוי גאנץ לאנג, ווי אויבן געשריבן איז די פראבלעם נאכאלס דא און דאס וואס האט געמאכט די מארקעט טראסקענען דריי חדשים צוריק וואלט געדארפט עס אפהאלטן פון ארויפגיין ווילאנג עס איז נישט געסאלווט.

אבער מ'קען קיינמאל וויסן די אונטען פון די טראסק, און עס איז ראטזאם אריינצוגיין מיט אביסל אויפאמאל.

נעמט פאר א ביישפיל $CCL, וועלכע האט געטראסקעט צו $7.80 אבער אפי' איך האב דאן געהאלטן אז עס קען ווײטער פאלן (נאך פאר זיי האבן געטון געוויסע שריט) דאך בין איך אריין גרויס וויסנדיג אז מ'קען קיינמאל וויסן, און ביז דערווייל האט זיך עס גרויס געלוינט.
ווי אויך טו איך פארקויפן קאל אפשענ'ס דערויף וואס אין אזא מארקעט (מיט הויעכע אימפלייד ואלעטיליטי) איז עס א שיינע פארדינסט וועכענטליך!

מ'דארף פשוט האלט גענוג קעש צו קענען צולייגן.בילד
CCL האט קיינמאל נישט גיטרעדט ביי 7.80 אין נישט געפילט קיין ארדערס ווי די צייגט אויפן בילד. אדרבה גיב א דאטום. 7.97 איז געוועהן זיין לאו אין אפריל 2. דבר רחוק מאוד אז די האסט געכאפט ביי די נומבער.

זיי מסביר וואס זענען די מעלות לין די דריי פלאטפארמעס אין פארוואס האסט בוחר געוועהן פאר דיין באזונדערע פלענער.

די סיבה פארוואס מדארף זיין שארף קעגן מענטשן וואס גיבן פאלשע אינפארמאציע אין זינלאזע עדוייס איז ווייל מענטשן וועלן פאלגען אין פארלירן געלט.

סי סי על האט געטרעיט דאכצעך מיר פונקטליך ביי $7.87 ביי די נידריגסטע פונקט יענעם טאג (מער גוף טאג געווען, קוק איבער די פינף מינוט טשאַרט.
= אבער ס'איז פשוט נישט נוגע.

איך האף נאך צו שרייבן אן עקסטערע ארטיקל אויף די בראוקערעדשעס, אבער נאכאמאל עס איז נישט נוגע צו וואס אונז רעד מיר דא.

יא מע'דארף יעדע זאך אין אינוועסטמענטס נעמען נעגאטיוו אז נישט ווער מען גרידי און מען טראכט נישט (אני הקטן אפאר יאר צוריק), דערפאר האב איך דייקא נישט געשריבן מיין פארטפאליא דא, איך האב פשוט ארויפגעברענגט די טעמע אויפ'ן טיש, וועלנדיג הערן די עולם'ס מיינונג.
ניין איך בין קיינעם נישט מייעץ דא אין פאבליק וואס פונקטליך צו קויפן.
מאכט'ס אליין אייער ריסערטש.
אבער די אוועראלל מארקעט קען איך יא באשטיין מען זאל דורך רעדן.

קורקלענד האט געשריבן:ס'דא אזא שיטה פון EMH, אין קורצן מיינט דאס אז די מארקעט איז נעכטיגע נייעס, און אלס איז שוין באקאנט און יעדע סטאק און מציאה איז א סוד פאר גאנץ בראד. ספעציעל אונז קליינע מוחות. ווען מיר אפערירן אין די מארקעט, דרייען מיר זיך ציווישן די פיס פון אסאך גרעסערע קעפ און פיל מער געשליפענער סוחרים. און ווען איינער טוהט מסחר אינעם מארקעט זענען די שאנסן כמעט פאר זיכער אז דער צד שכנגד איז דער וואס פארדינט אויפן געשעפט. וואס דאס ברענגט שטארק אראפ די שאנסן פון פארדינען. ספעציעל אין א פלאץ וואו אפי' רוב פון די געשליפענער פארדינען נישט קיין גרויסע געלטער.

און דאס איז נאך פאר מ'גייט אריין אין די סאביעקט פון וואספארא אפעקט די מענטשליכע עמאציעס לייגן צו צום געשעפט....

דאס אלעס איז אמת אויב מ'פרובירט צו ביטן די מארקעט, אויב לייגט מען רואיג אריין אויף די לאנגע טערמין "און מ'האלט זיך ביי דעם" איז נישטא די פראבלעמען.
זונטאג מאי 03, 2020 4:12 am#447515
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
או אינו האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:
או אינו האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:דער זערא העדזש איז א ריזיגע שרעק מאַנגער. ער האלט אין איין שרייען אז די סוף איז נאנט. אָך און וויי פאר ווער ס'פאלגט איהם. ער האלט און איין שרייען מארגן קראכט עס. און ס'שוין אדורך געלאפן יארן און דערווייל עס האלט עס און איין ארויף שיסן.
ער רעדט בשם פין איינעם. ער האט אן אגענדע

קום אריין קלאר.....
בין איך מיך טועה מיטן פאליטיקאנט ? די זעהסט נישט ווי ער שרייבט נאך ווארט ביי ווארט. איז של מה בכך וואלט מיך נישט אינטערסאנט אין ענינים פין געלט איז עס אן אחריות. דער אינגערמאן וואס האט אינוועסטירט זיי 2400 דאללער אין טרינקט איצט קאווע איז דערשראקען צים טויט פין דעם רויטען מאנטאג.
איך זע נאכנישט ווי איך זאל דא האבן נאכגשעריבן ווארט ביי ווארט, מיט'ן אראפברענגען וואס ווארען באפעט האט היינט געזאגט ביי זיין יערליכן אינוועסטארס מיטינג?

די קענסט פליז פונקטליך ארויסברענגן וואס די מיינסט?
וואס האב איך לדעתך נישט גוט ארויסגעברענגט?

(פליז ברענג באמת ארויס)
זונטאג מאי 03, 2020 4:12 am#447516
או אינו האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:
או אינו האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:דער זערא העדזש איז א ריזיגע שרעק מאַנגער. ער האלט אין איין שרייען אז די סוף איז נאנט. אָך און וויי פאר ווער ס'פאלגט איהם. ער האלט און איין שרייען מארגן קראכט עס. און ס'שוין אדורך געלאפן יארן און דערווייל עס האלט עס און איין ארויף שיסן.
ער רעדט בשם פין איינעם. ער האט אן אגענדע

קום אריין קלאר.....
https://newrepublic.com/article/156788/zero-hedge-russian-trojan-horse?utm_content=buffer0e705&utm_medium=social&utm_source=twitter.com&utm_campaign=buffer

אנטשולדיגט, אבער דער ארטיקל וואס איר לינקט האט מער אגענדע צו באשמוצן די סאבסטאנס פון זערא העדזש, ווי די ראיות וואס אץער ברענגט וואס הויבט נישט אן צו קלעבן. ברענג בעסערע מקורות וואס מאכן מער סענס. איך בין נישט די גרעסטע חסיד פון זערא העדזש, אבער שטותים און א זייט, ביטע.
זונטאג מאי 03, 2020 4:14 am#447517
פאליטיקאנט האט געשריבן:דאס אלעס איז אמת אויב מ'פרובירט צו ביטן די מארקעט, אויב לייגט מען רואיג אריין אויף די לאנגע טערמין "און מ'האלט זיך ביי דעם" איז נישטא די פראבלעמען.

ס'גייט אן איבעראל.
זונטאג מאי 03, 2020 4:20 am#447520
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
קורקלענד האט געשריבן:
או אינו האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:
או אינו האט געשריבן:[quote="קורקלענד"]דער זערא העדזש איז א ריזיגע שרעק מאַנגער. ער האלט אין איין שרייען אז די סוף איז נאנט. אָך און וויי פאר ווער ס'פאלגט איהם. ער האלט און איין שרייען מארגן קראכט עס. און ס'שוין אדורך געלאפן יארן און דערווייל עס האלט עס און איין ארויף שיסן.
ער רעדט בשם פין איינעם. ער האט אן אגענדע

קום אריין קלאר.....
https://newrepublic.com/article/156788/zero-hedge-russian-trojan-horse?utm_content=buffer0e705&utm_medium=social&utm_source=twitter.com&utm_campaign=buffer

אנטשולדיגט, אבער דער ארטיקל וואס איר לינקט האט מער אגענדע צו באשמוצן די סאבסטאנס פון זערא העדזש, ווי די ראיות וואס אץער ברענגט וואס הויבט נישט אן צו קלעבן. ברענג בעסערע מקורות וואס מאכן מער סענס. איך בין נישט די גרעסטע חסיד פון זערא העדזש, אבער שטותים און א זייט, ביטע.[/quote]ליינט איבער דעם ארטיקעל. קיין שיכות מיטן אינהאלט פיו זירא

אלס א ליינער פין זירא פאר די לעצטע פינעף יאר איז ער גאר שטארק ביייעסעד פארן רוס.
זונטאג מאי 03, 2020 4:27 am#447522
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
קורקלענד האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:דאס אלעס איז אמת אויב מ'פרובירט צו ביטן די מארקעט, אויב לייגט מען רואיג אריין אויף די לאנגע טערמין "און מ'האלט זיך ביי דעם" איז נישטא די פראבלעמען.

ס'גייט אן איבעראל.

איך וויל קלאר מאכן אז אריינלייגן פארן לאנגן טערמין מיינעך צו זאגן אין איינע פון די אנערקענטע אינדעקס פאנדס ווי למשל די s&p.

דאן גייט אויך אן די אלע ריזיקעס?
זונטאג מאי 03, 2020 4:27 am#447523
איך בין א אפטער באזיכער דארט. לדעתי לויפט ער נישט נאך די רוס ווייל ער איז אן אגענט. נאר ער לויפט נאך דער רוס דארט וואו איך וואלט איהם אויך נאכגעלאפן..... איך מיין אז איך האב ארויס זיין אגענדע, אבער וויבאלד איך בין נישט זיכער וויל איך אייביג הערן מער. אבער יענע לינק איז א א גאנצע בארג פון שטותים און לאקשאן, א שאד געווען יעדע מינוט צו ליינען.
זונטאג מאי 03, 2020 4:28 am#447524
פאליטיקאנט האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:דאס אלעס איז אמת אויב מ'פרובירט צו ביטן די מארקעט, אויב לייגט מען רואיג אריין אויף די לאנגע טערמין "און מ'האלט זיך ביי דעם" איז נישטא די פראבלעמען.

ס'גייט אן איבעראל.

איך וויל קלאר מאכן אז אריינלייגן פארן לאנגן טערמין מיינעך צו זאגן אין איינע פון די אנערקענטע אינדעקס פאנדס ווי למשל די s&p.

דאן גייט יא אן די אלע ריזיקעס?

אנטשולדיגט, איך האב נישט גוט פארשטאנען אייער רעספאנס. איר זענט גערעכט.
זונטאג מאי 03, 2020 4:33 am#447525
Re: סטאק מארקעט טראסק - קאראנע.
קורקלענד האט געשריבן:איך בין א אפטער באזיכער דארט. לדעתי לויפט ער נישט נאך די רוס ווייל ער איז אן אגענט. נאר ער לויפט נאך דער רוס דארט וואו איך וואלט איהם אויך נאכגעלאפן..... איך מיין אז איך האב ארויס זיין אגענדע, אבער וויבאלד איך בין נישט זיכער וויל איך אייביג הערן מער. אבער יענע לינק איז א א גאנצע בארג פון שטותים און לאקשאן, א שאד געווען יעדע מינוט צו ליינען.
שטותים מיט לאקשען האט אויך א ווערדע. די קענסט עס נישט אפווענדען אדער באשטעטיגען. טוויטער האט אין געבלאקט פאר א סיבה.
זונטאג מאי 03, 2020 9:32 am#447541

טאקע אט דאס איז די ראי' אז ס'איז שטותים. ווייל איך האלט מיט וויאזוי טוויטער גייט צו צו צענזור..... אנע סיבות, אויב א אקאונט קען האבן א אפעקט צו שטיפן א רעכטע אגענדע ווערט עס צוגעמאכט אנע סיבה. ניטאמאל האט זיך טוויטער געקימערט אנצוגעבן א סיבה אין די פאל אדער פילע אנדערע. טוהט אייער ריסוירטש, ס'איז א פחד נורא וואספארא צענזור מיר האבן דא.איך האב שוין נישט געניצט טוויטער פאר אפאר יאר וויבאלד ס'איז א צענזורירטע פלאטפארמע.