זונטאג יאנואר 7, 2024 2:57 am#543879
Re: סטאק מארקעט טראסק
רוב ספעקס זענען נישט קיין גוטע אינוועסטמענטס, ס'איז דא א סיבה פארוואס זיי קומען צו די מארקעט אלס א ספעק און נישט דירעקט אדער אלס איי.פי.או.געווענליך זענען דאס קאמפעניעס מיט חלומות און אן קיינע עקזיסטירענדע 'ערנינגס'.
כ'וויל אבער קלארשטעלן, אז ווען אונז האבן גערעדט וועגן ספעקס איז עס דאן געווען א hot theme און דעריבער האט זיך עס געלייגט אויפן שכל צו שפילן דערמיט, פשוט אלס שפעקולאציע אז עס קען ארויפשיסן (ווי גאר אסאך האבן טאקע) אבער מיט ווייניג 'דאונסייד'. נישט עכט אלס לאנג טערמיניגע אינוועסטמענטס.
די מארקעט האט כסדר themes און groupsַ וואס זענען שטארק און הייבן אלע סטאקס אין דעם גראופ, אפי' אויב די ספעציפישע קאמפאני אליין איז נישט אזוי מסודר...
לעת אתה זענען די דאמינירנדע themes, עי. איי. און קריפטא (נישט בלאקטשעין).