מאנטאג מאי 11, 2020 3:31 am#448346
די גאנצע גערעדעכץ פון "אזוי האט מען זיך אלץ געפירט" האט מיר דערמאנט א זיסע מעשה. די צוויי הייליגע ברידער דער ישועות משה מיט'ן קדושת מרדכי זענען אמאל געגאנגען אויף א שפאנציר, אינמיטן וועג נעמט דער קדושת מרדכי ארויס א ציגארעטל און פאררייכערט עס. דער ישועות משה קוקט איהם אן מיט וואונדער "דו רייכערסט?! דו ווייסט נישט אז ס'נישט געזונט?!" "וואס הייסט" - ענטפערט איהם דער קדושת מרדכי - "דער טאטע האט דאך גערייכטערט!" "דו טרייבסט לצנות פון מיר" - פרעגט דער ישועות משה צוריק - "זייט ווען ביזטו אזא שוואנץ פונעם טאטן?" ענטפערט דער קדושת מרדכי "איך הייב אן מיט די גרינגע זאכן..."
פארשטייסטו, ווען ס'קומט צום אייגענעם הינטערשטן האט מען א זאק מיט תירוצים פארוואס היינט איז אנדערש, דיאודערענט נוצסטו אפילו דיין זיידע האט ניטאמאל געקענט ארויסזאגן דעם ווארט, א הוט און רעקל קויפסטו יעדעס יאר א נייעם כאטש וואס דיין עלטער זיידע האט אפשר געקויפט איין מאל אין צען יאר. רבי מיילעך'ס קאלטענעס איז דיר נישט איינגעפאלן נאכצומאכן, הא? פונקט ווען ס'קומט צו שעלטן מענטשן איז מען סטאק מיט'ן באבען וועלכע האט אויסגעבען איר כעס אויף די נאציס אויף איר באהעלפערין. אויב דרך ארץ איז קודם לתורה, איז דאך א קל וחומר אבי אבות הקל וחומר אז ס'איז וויכטיגער פון די נארישקייטן. גדול כבוד הבריות שדוחה לא תעשה שבתורה, און איך מיין נישט דעם שווארצנ'ס כבוד, כ'מיין דיין אייגענע כבוד, איזהו מכובד המכבד את הבריות.
נאך א נקודה. די ערפינדער און גרעסטע שטיצער פון האסע קעגן אידן - די קאטוילישע קירכע - האט שוין פונלאנג זיך אפגעלאזט פון די נארישקייטן, דו מיינסט אז פאר זיי איז נישט שווער געווען אפצולאזן די מנהג פון די עלטער באבעס? די אלע שארפע לשונות מיט וואס יאשקע האט זיך אויסגעדרוקט קעגן די חכמים און זייערע נאכפאלגער זענען נאכאלץ דא, דו מיינסט אז ס'איז פאר זיי געווען אזא פשוט'ע זאך אפצומאכן עס צו איגנארירן? האלב פון זייער רעליגיע איז דאך געווען געבויעט אויף דעם אז די חכמים מיט זייערע הלכות זענען די מקור פון אלעס שלעכטס, דו מיינסט אז נאך 2,000 יאר פון דאס ארויסהייבן קען מען אזוי נישט מיר נישט דיר דאס אינגאנצן פארווישן? נאר וואס דען, זיי האבן איינגעזען דעם צורך השעה, וואס שטייט אין די ביכער איז געווען געזאגט פאר א געוויסע צייט, און אויף דעם שטייט אין פסוק זה הדבר, און ווי די גמרא דרש'נט דבר זה לא יהא נוהג אלא בדור הזה בלבד. אויב דער גוי האט שוין איינגעזעהן אז פרעדיגן שנאה איז נישט קיין מהלך, פארוואס קען דער עם חכם ונבון דאס נישט איינזעהן? און מ'רעדט נישט דא פון א צענטראלע דאקטערינע ווי אנטיסעמעטיזם אין נצרות. שעלטן און פיינט גוים איז נישט קיין דאורייתא און אויך נישט א דרבנן, סך הכל איז עס אן איינגעגעסענע מנהג וואס איז בגימטריא גהנם. ס'געווען פונקט גוט פאר אונזערע אור-עלטערן וועלכע האבן כסדר געהאט אויסצושטיין צרות פון זייערע גוי'אישע שכנים, היינטיגע צייטן קומט עס ממש נישט אריין. איי ס'טוט וויי אפצולאזן דעם באבענ'ס משוגעת'ן? פאר זיי האט עס אויך וויי געטון און זיי האבן עס דורכגעשוויצט, אז זיי האבן געקענט קענען אונז אויך.