Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אן אפענעם בריוו צו לאנגזאם און פעלדמאן

אן אפענעם בריוו צו לאנגזאם און פעלדמאן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
105 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13800
מאנטאג מאי 04, 2020 12:59 pm#447644
אן אפענעם בריוו צו לאנגזאם און פעלדמאן
אין דער צייט וואס די קינדער זענען כלוא בבית, און די מוסדות שמידן זיי צו צו די טעלעפאן אפאראטן עטליכע שעה א טאג אן די מעגליכקייט צו קענען זען און אינטערעקטן מיט זייערע מלמדים און מחנכים, האט "ר' ישעי'לע'ס קאך" באוויזן דאס אומגלויבליכע, צו מאכן א לייוו שאו פאר טויזענטער חסידישע קינדער און זיי האלטען אינטערטעינד פאר עטליכע שעה אין א צי.

אין די ערשטע מינוטן פון דעם שאו האט מען געקענט זעהן וויפיל עס האבן מיטגעהאלטן, און עס האט געהאלטן אין איין וואקסען, ביז זיי האבן אוועקגענומען די מעגליכקייט צו זעהן דעם נומער. פאר זיי האבן עס אוועקגענומען האט מען געקענט זעהן אז עס האבן מיטגעהאלטען די קאלאסאלע סכום פון 2,900 דעווייסעס! נעמענדיג אין באטראכט אז ס'האט געקאסט 20 דאללער מיטצוהאלטען, איז גאנץ זיכער אז מיט כמעט יעדע דעווייס האבן מיטגעהאלטען א גאנצע משפחה. דאס מיינט אז ס'איז נישט אונטערגעשאצט צו זאגן אז בלויז אין די ערשטע מינוטן זענען שוין געווען צעהן טויזענט חסידישע אידן אויף די אנליין שאו!! און דער נומער איז גאנץ זיכער געוואקסן העכער.

דאס ווייזט דעם פשוט'ן אמת אז די היימישע חסידישע אידענטום לעכעצט פאר אידישע און ערליכע ענטערטעינמענט אויף דעם אינטערנעט און אז ס'איז דא די ציבור וואס איז אפען פאר דעם – אפילו די מוסדות מאכן זיך כאילו ס'עקזיסטירט נישט.

אבער דאס שטרייכט נאך מער אונטער די ערענסטקייט מיט וואס מ'דארף נעמען אזא שאו, און ווי מ'דארף זיין חכמים וואס זענען נזהר אין די ווערטער, סיי נישט צו פארדארבן די קינדער ח"ו, און סיי נישט צו מאכן א חילול ה'.

אבער נעכטען איז פארגעקומען א שרעקליכע מכשול וואס טאר נישט פארשוויגען ווערן. ווי ס'איז ליידער איינגעווארצעלט ביי טייל פון אונז, האט מען אין זיך א שרעקליכע שנאה צו יעדע מענטש שלא מעמינו. יא, די זעלבע אידן וואס ווערן אויפגעשוידערט ווען א גוי זאגט עפעס נעגאטיוו וועגן אונז, קענען רעדן די מושחת'דיגסטע ווערטער קעגן אלע גוים, צומאל מיט שלעכטיקייט און רשעות ממש.

איך האב דאס דעמאנסטרירט אין מיין ארטיקל אינעם פאריגן וועקער אינעם ארטיקל "יעקב שונא לעשו", אז די זעלבע ווערטער וואס אונז זאגן אויף גוים, אויב אן אנטיסעמיט וואלט דאס געזאגט אויף א איד, וואלטן מיר געווארן שרעקליך אויפגעשוידערט. און מיט רעכט.

אוודאי וואלטן מיר געווארן אויפגעשוידערט אויב מיר זעען א קליפ פון א גוי, ווי ער זאגט אז ער קען באשטיין אז קאראנא זאל בלייבן אויף די וועלט אויב נאר די אידן באקומען עס, און ענדיגט צו מיט א "ברכה": "איך ווינטש יעדן איד, שטארב שטארב שטארב" ר"ל.
נאר אין אונזער פאל איז געווען פארקערט, ווען לאנגזאם האט געזאגט "איך ווינטש יעדן גוי, שטארב שטארב שטארב" ר"ל.

פון ווי נעמט זיך די רשעות צו טראכטן אזעלכע זאכן, און נאך דערצו דאס זאגן אויף א פראגראם פאר טויזענטער און אפשר צענדליגער טויזענטער אידן? שוין אפגערעדט פון דעם שרעקליכן חילול ה' וואס דאס קען ברענגען.

פעלדמאן, לאנגזאם, היתכן??

כ'קען ענק נישט אינגאנצן באשולדיגן, ווייל אפשר זענט עטץ קרבנות שנשבו, אויפוואקסנדיג מיט צייטונגען וואס רעדן א ענדליכע שפראך און מלמדים אין חדר וואס האבן פיינט 99 פראצענט מענטשן פון די וועלט וואס האבן זיי קיינמאל נישט קיין שלעכטס געטוהן.

איך האב גארנישט קעגן שעלטן שונאי ישראל, נאציס, און אנטיסעמיטן, אבער וואס ווילסטו פון די גאנצע וועלט? וואס האט דיך אן ארעמער גוי אין אפריקע געטוהן? וואס האט דיך דיין קלינינג לעידי געטוהן? וואס האט דיך דיין גראסערי דעליווערי בוי געטוהן? וואס האט דיך דיין דאקטאר געטוהן? און אויב גלייכסטו טראמפ, וואס האט ער דיר שלעכטס געטוהן?

דער אנטיסעמיט דארף נאר אנווייזן אויף דיין שנאה, און זיין שנאה איז בארעכטיגט. פארוואס זאל א אידן-פיינט נישט פיינט האבן א איד ווען די שרייסט אפן אז די ווינטשסט יעדן מענטש וואס איז נישט א איד זאל שטארבן פון קאראנע??

לשבחם פון די ארגאניזירער דארף מען זאגן אז זיי האבן געכאפט אז דאס איז געוועהן גאר א מיאוס'ע זאך, און האבן עס אראפגענומען פון די רעקארדינג. אבער פעלדמאן און לאנגזאם, היתכן??

די קליפ קען מען זעהן אויף די טעלעגראם טשענעל פונעם וועקער, דא.


אחינו בני ישראל, דריקט אויס אייער פארדאמונג אויף אזעלכע ווערטער. אויב אייערע קינדער האבן געזעהן די שענדליכע דיבורים, זייט זיי מחנך אז לא זו הדרך, מיר זענען אן עם הנבחר ווייל מיר זענען גוט און הייליג, און מיר דארפען נישט דערנידערן און שעלטן אלע אנדערע מענטשן פון די וועלט זיך צו הייבן. מיר ניצן נישט די טאקטיקן פון ראסיסטן און אנטיסעמיטן כדי זיך צו בויען. מיר האבן א תורה הק' און מיר זענען שטאלץ מיט ווער מיר זענען!!
מאנטאג מאי 04, 2020 1:55 pm#447650
האדמו"ר מצאנז: אין זה פלא כלל… הגויים באמריקה אינם פחותים ברשעותם מהגויים בשאר מדינות… מרן אאדמו"ר זי"ע לא היה יכול לשאת זאת שאומרים שה"אמריקאנער גויים" הם יותר טובים… כולם אנטישמיים ומפעם לפעם זה מבצבץ ועולה. "עשו שונא ליעקב" נאמר על כל הגויים. זהו מחסדי ה' שיהודים גרים שם קצת במנוחה ושלוה, השי"ת יעזור הלאה. בכל מצב ובכל מקום אנו בגדר "עם לבדד ישכון".

m http://www.kolhazman.co.il/335646 m
מאנטאג מאי 04, 2020 2:06 pm#447659
Re: אן אפענעם בריוו צו לאנגזאם און פעלדמאן
עקפערימענטירער האט געשריבן:
די קליפ קען מען זעהן אויף די טעלעגראם טשענעל פונעם וועקער, דא.



שיין ארויסגעברענגט דיין פוינט, אבער ביטע נעם אראפ די קליפ ווייל דאס קען נאך ארומפארן בין העמים.
פונקט ווי אלע וואס האבן פארשריגן די מינינים און געפאוסט אויף סאציאלע מידיא.....

זיי האבן דאס נישט געדארפט זאגן און "אונז" דארפן זיכער מאכן עס געשעט נישט נאכאמאל, אבער אז דאס זאל ארומפארן קען גורם זיין צו דאס וואס מיר פרובירן צו פארמיידן.....



cictim האט געשריבן:האדמו"ר מצאנז: אין זה פלא כלל… הגויים באמריקה אינם פחותים ברשעותם מהגויים בשאר מדינות… מרן אאדמו"ר זי"ע לא היה יכול לשאת זאת שאומרים שה"אמריקאנער גויים" הם יותר טובים… כולם אנטישמיים ומפעם לפעם זה מבצבץ ועולה. "עשו שונא ליעקב" נאמר על כל הגויים. זהו מחסדי ה' שיהודים גרים שם קצת במנוחה ושלוה, השי"ת יעזור הלאה. בכל מצב ובכל מקום אנו בגדר "עם לבדד ישכון".

http://www.kolhazman.co.il/335646


וואס האט דאס מיט'ן ענין?
מאנטאג מאי 04, 2020 2:09 pm#447660
ער האט כסדר גערעדט פון די שנאה אויף גוים
מאנטאג מאי 04, 2020 2:16 pm#447662
Re: אן אפענעם בריוו צו לאנגזאם און פעלדמאן
איך זע פארקערט, אז ער האט געזאגט מען זאל זיך נישט איינרעדן אז די אמעריקאנע גוים זענען בעסער פון אנדערע גוים, נאר אלע האבן אונז פיינט.
נישט אזוי?
מאנטאג מאי 04, 2020 2:32 pm#447669
וואס ברענגט ער ארויס דערמיט - זיך רעכענען מיט גוים ווי נארמאלע מענטשען אדער נישט?
בכלל פלעגט ער רעדן אסאך איבער די צוגאנג צו גוים אין דער אמאליגע היים, ווי מ'פלעגט זאגן "א איד שלאפט א גוי פאפט" וכו'
עיין הפעמון איבער די בריוו פון לאבין צו הרב דייטש וואס ער פארציילט סך הכל ווי קלויזענבורגער רב פלעגט רעדן אויף גוים, און ווי קען מען פארגעסן וואס זיין זון האט געשריגן אויף די פייער דיפארטמענט ערב פסח אפאר יאר צוריק...
מאנטאג מאי 04, 2020 3:50 pm#447680
אן אפענעם בריוו צו לאנגזאם און פעלדמאן
א דאנק אייך @עקספערימענטירער פארן מעורר זיין דעם ציבור איבער דעם קליפ, איך בין זיכער אז אייער ווערטער וועלן האבן אן השפעה צום גוטן.

און בנוגע וואס הרב @cictim צייכענט אן וואס קלויזענבורגער רב ז״ל פלעגט זאגן, קומט נישט אהער. קלויזענבורגער רב האט געזאגט אז לדעתו זענען די אמעריקאנער גויים בעצם די זעלבע אנטיסעמיטען ווי די אייראפעישע גויים, נאר וואס דען, זיי ווייזען עס ברוך השם כמעט נישט ארויס, נו ווי קומט דאס אהער?
און אפי׳ אז צדיקים און חסידישע אידן פלעגן צומאל מאכן ווערטלעך און אפי׳ רעדן שארפע דיבורים אויפן גוי׳ס חשבון, ווי די צייכענטס צו לדוגמה: אז דער איד שלאפט אבער דער גוי פאפט. האט מען דאס געטוהן כדי זיך מרחק צו זיין פונעם גוי, אבער צו זאגן פאר אלע גוים You should die die die, ווי איז געהערט געווארן אזא זאך?? זענען זיי נישט יצירותיו של הקב״ה? חביב אדם שנברא בצלם אלקים, גייט ארויף אויפן גוי! נאר אונז האבן א חיבה יתירה.


Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג מאי 04, 2020 4:05 pm#447681
שוין וועט מען מוזן אפיר זוכען איינע פון זיינע דרשות אויף די ענין להסר ספק.
מאנטאג מאי 04, 2020 5:50 pm#447688
איך וויל ארויס ברענגען לשבח די וויץ וואס זיי האבן געמאכט:
"אז מען האט 6 קינדער וויל מען נישט האבן מער..."
עס נעמט גאטס צו מאכן אזא וויץ אין פארנט פון אזא ריזן אידישן אודיענץ.
כה לחי!
מאנטאג מאי 04, 2020 6:09 pm#447689
א גוי מיינט מען א רשע. א גוטער גוי איז נישט בכלל.

אבער ביסט גערעכט, ער וואלט געקענט זאגן איך ווינטש פאר יעדעס רשע, אופס, עס וואלט אבער נישט געגראמט, איך ווינטש פאר יעדעס שלעכטע גוי וואלט געוועהן אקסעפטיבעל לכאורה, הגם מען לעבט שוין היינט אין א העכערער דור, וואס ווינטשן טויט אפילו אויף שונאים איז נישט עטיש.
מאנטאג מאי 04, 2020 7:02 pm#447691
הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב.

טאמער איז עס אזוי, דאן מוז מען זיך פירן הלכה'דיג, ניין?
מאנטאג מאי 04, 2020 7:28 pm#447692
פליישיג האט געשריבן:הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב.

טאמער איז עס אזוי, דאן מוז מען זיך פירן הלכה'דיג, ניין?


ניין.

חוץ אז די רעדסט פון די וואס האלטן אז ס'איז א "מצוה" יענעם צו באגרבן...
מאנטאג מאי 04, 2020 7:44 pm#447693
וואלווי האט געשריבן:
פליישיג האט געשריבן:הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב.

טאמער איז עס אזוי, דאן מוז מען זיך פירן הלכה'דיג, ניין?


ניין.

חוץ אז די רעדסט פון די וואס האלטן אז ס'איז א "מצוה" יענעם צו באגרבן...

פארוואס מעג מען אפטרעטן פון דער הלכה און עובר זיין דערויף?
מאנטאג מאי 04, 2020 8:00 pm#447694
מ'האט עס נישט אנגענומען.
מאנטאג מאי 04, 2020 8:16 pm#447696
Re: אן אפענעם בריוו צו לאנגזאם און פעלדמאן
אמת וצדק האט געשריבן:א דאנק אייך @עקספערימענטירער פארן מעורר זיין דעם ציבור איבער דעם קליפ, איך בין זיכער אז אייער ווערטער וועלן האבן אן השפעה צום גוטן.

און בנוגע וואס הרב @cictim צייכענט אן וואס קלויזענבורגער רב ז״ל פלעגט זאגן, קומט נישט אהער. קלויזענבורגער רב האט געזאגט אז לדעתו זענען די אמעריקאנער גויים בעצם די זעלבע אנטיסעמיטען ווי די אייראפעישע גויים, נאר וואס דען, זיי ווייזען עס ברוך השם כמעט נישט ארויס, נו ווי קומט דאס אהער?
און אפי׳ אז צדיקים און חסידישע אידן פלעגן צומאל מאכן ווערטלעך און אפי׳ רעדן שארפע דיבורים אויפן גוי׳ס חשבון, ווי די צייכענטס צו לדוגמה: אז דער איד שלאפט אבער דער גוי פאפט. האט מען דאס געטוהן כדי זיך מרחק צו זיין פונעם גוי, אבער צו זאגן פאר אלע גוים You should die die die, ווי איז געהערט געווארן אזא זאך?? זענען זיי נישט יצירותיו של הקב״ה? חביב אדם שנברא בצלם אלקים, גייט ארויף אויפן גוי! נאר אונז האבן א חיבה יתירה.


Sent from my iPhone using Tapatalk
ווען די רמב"ם האט געשריבען עכו"ם מורידין ולא מעלין דהיינו אויב מען זעהט א גוי שטארבען זאל מען עם לאזען שטארבען האט ער נישט געוויסט פון חביב אדם שנברא בצלם?? איך זאג נישט אז איך פארשטיי עס נאר דאס איז געווען די ציגאנג ביי יודען צו גוים אלע דורות.....

Sent from my SM-A105F using Tapatalk
מאנטאג מאי 04, 2020 8:20 pm#447698
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מ'האט עס נישט אנגענומען.


מקור?
מאנטאג מאי 04, 2020 8:21 pm#447699
Re: אן אפענעם בריוו צו לאנגזאם און פעלדמאן
פליישיג האט געשריבן:הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב.

טאמער איז עס אזוי, דאן מוז מען זיך פירן הלכה'דיג, ניין?
די ווייסט וואס מיינט עשו?? איך גלייב נישט עס מיינט אלע גוים ווייל עס איז פשוט נישט אמת....

Sent from my SM-A105F using Tapatalk
מאנטאג מאי 04, 2020 8:38 pm#447700
פליישיג האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מ'האט עס נישט אנגענומען.


מקור?

שולחן ערוך
מאנטאג מאי 04, 2020 8:41 pm#447701
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
פליישיג האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מ'האט עס נישט אנגענומען.


מקור?

שולחן ערוך


ווי פונקטליך?
מאנטאג מאי 04, 2020 8:45 pm#447702
לכאורה מיינט מען די גמרא אין סוף הניזקין (גיטין סא.), וע"ש בעין משפט על אתר (ועיין כאן).
מאנטאג מאי 04, 2020 8:46 pm#447703
יא, אונז זענען מחיוב ע"פ הלכה למשה מסיני פיינט צו האבן גוים ווייל קלויזענבורגע רב האט זיך זייער שארף אויסגעדריקט קעגן די גוים, אבער די גוים זענען פונקט אזוי מחויב אונז פיינט צו האבן ווייל מארטין לותר האט זיך זייער שארף אויסגעדרוקט קעגן די אידן. אידן און גוים מוזן זיך פיינט האבן איינס דעם צווייטן ווייל אזוי פלעגט מען אלץ טון, אויך מוז מען פארן מיט פערד און וועגענער, נישט גיין וואלענע רעקלעך (חסידים האבן שטארק מקפיד געווען נישט צו אנטון וואלענע קליידער) און פאליעסטער בעקישעס (פאליעסטער איז א מאדערנע ערפינדונג) פאר דעם זעלבן סיבה, פארפאלן. איין זאך איז אבער זיכער, דאס אז די נאציס האבן געהארגעט אידן איז נישט קיין שום סיבה זיי פיינט צו האבן, פארקערט, א גוי וואס איז גוט צו דיר איז דאך עובר אויף דעם הארבן הלכה למשה מסיני און דו דארפסט איהם הערשט פיינט האבן.
מאנטאג מאי 04, 2020 8:49 pm#447704
פליישיג האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
פליישיג האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מ'האט עס נישט אנגענומען.


מקור?

שולחן ערוך


ווי פונקטליך?

די זעלבע פלאץ וואו ס'שטייט אז מ'האט נישט אנגענומען שמן עכו"ם.
מאנטאג מאי 04, 2020 8:52 pm#447705
פליישיג האט געשריבן:הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב.

טאמער איז עס אזוי, דאן מוז מען זיך פירן הלכה'דיג, ניין?

און עפעס וואס איז געוועהן בידוע טויזענט יאר צוריק מיינט נישט אז היינט איז עס נאך אויך די זעלבע מציאות....
מאנטאג מאי 04, 2020 9:10 pm#447708
כ'על דיר מגלה זיין א סוד אבער נאר אויב דו זאגסט מיר צו אז דו וועסט פאר קיינעם נישט פארציילן, די גאנצע מאמר חז"ל איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. אונז ווייסן דאך אז ס'נאר דא זיבן מצוות וואס די גוים זענען מחויב, און בכלל, פארוואס זאל דער באשעפער מחייב זיין א גוי פיינט צו האבן א איד? ס'האט דאך נישט קיין הענט און קיין פיס. נאר וואס דען, און דא ליגט די סוד וואס דו טארסט קיינעם נישט פארציילן. 1) די ספרי רעדט בכלל נישט פון גוים און אידן, מ'רעדט פון די צווילינג ברידער יעקב און עשו, יא, יענער מיט די ווייסע סטראקעס און די פיר הונדערט באגלייטער. 2) הלכה אין די לשון הגמרא מיינט א זאך וואס איז מקובל. יעצט איז שוין אלס פארשטענדליך, די ספרי זאגט אזוי: הלכה - ס'איז מקובל, שעשו שונא ליעקב - אז עשו האט פיינט געהאט דעם אלטן זיידן יעקב.
מאנטאג מאי 04, 2020 9:13 pm#447709
קיינער האט נישט געזאגט אז עס איז א מצוה אדער א חיוב, נאר די ראשונים האבען עס אראפגעברענגט צו זאגן אז דאס איז דעמאלס געוועהן די פאקט אז רוב גוים האבען פיינט געהאט די יודען...
מאנטאג מאי 04, 2020 10:05 pm#447712
אגרות משה חו"מ ח"ב
מאנטאג מאי 04, 2020 10:09 pm#447713
באמת די חז"ל איז פון רשב"י לגבי עשו ממש נישט לגבי גוים בכלליות... רשי" ברעגט עס אין די בראשית פרשיות, און אפילו לויט די דרש איז אותו שעה נכמרו רחמיו ונשקו בכל ליבו, ממילא דיו לבא מן הדין להיות כנידון אז לו יהא עס מיינט אלע גוים, קען דאך אויך זיין אז יש שעה שרחמיו נכמרו על בני ישראל ונשקם בכל ליבם..

ולידיע בעלמא פשוט פשט פון הלכה בידוע מיינט קבלה בידינו, כמו בכל הירושלמי
מאנטאג מאי 04, 2020 10:11 pm#447715
"כמו שהלכה לא משתנית." מ'האט נאכקיינמאל נישט געהערט אז א הלכה זאל זיך טוישן, הא?! איז דאך מיין טאטע גערעכט געווען ווען ער האט געזאגט אז ר' משה איז נישט פון אונזערע פוסקים.
מאנטאג מאי 04, 2020 10:39 pm#447717
אויף אלע גוים געזאגט
מאנטאג מאי 04, 2020 10:44 pm#447718
ווער רעדט נאך פונעם שפיץ מובחר שבגוים, מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ... ווי יענער האט געזאגט, אל תהי ברכת הדיוט קלה בעיניך, איז דאך כל שכן אזא הדיוט ווי דעם רבין...
מאנטאג מאי 04, 2020 10:44 pm#447719
Re: אן אפענעם בריוו צו לאנגזאם און פעלדמאן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:"כמו שהלכה לא משתנית." מ'האט נאכקיינמאל נישט געהערט אז א הלכה זאל זיך טוישן, הא?! איז דאך מיין טאטע גערעכט געווען ווען ער האט געזאגט אז ר' משה איז נישט פון אונזערע פוסקים.
דיין טאטע?! רביה"ק זי"ע אליין האט אזוי געהאלטן
מאנטאג מאי 04, 2020 10:47 pm#447720
און פון וואו מיינסטו האט רבינו הקדוש עס גענומען? רבינו הקדוש איז נישט משנה קיין זיז כל שהוא פון זיין טאטע. :lol:
מאנטאג מאי 04, 2020 10:56 pm#447721
Re: אן אפענעם בריוו צו לאנגזאם און פעלדמאן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:און פון וואו מיינסטו האט רבינו הקדוש עס גענומען? רבינו הקדוש איז נישט משנה קיין זיז כל שהוא פון זיין טאטע.
נישט אמת! ווי ס'באקאנט האט דער ערשטער רביה"ק זי"ע זיך אסאך זאכן נישט געפירט ווי זיין טאטען, מ'האט עם פארגעהאלטן, האט ער געענטפערט אז ער פירט זיך ווי זיין רבי'ן
מאנטאג מאי 04, 2020 11:00 pm#447724
אינטערעסאנט ס'נאכנישט ארויסגעקומען א איסור קעגן לאנגסאם און פעלדמאן, אז טויזענטע ווילי איינוואוינער האלטן עס מיט, און מ'פארגינט זיי?
מאנטאג מאי 04, 2020 11:01 pm#447725
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:און פון וואו מיינסטו האט רבינו הקדוש עס גענומען? רבינו הקדוש איז נישט משנה קיין זיז כל שהוא פון זיין טאטע.
נישט אמת! ווי ס'באקאנט האט דער ערשטער רביה"ק זי"ע זיך אסאך זאכן נישט געפירט ווי זיין טאטען, מ'האט עם פארגעהאלטן, האט ער געענטפערט אז ער פירט זיך ווי זיין רבי'ן

באמת האט ער געטוישט זאכן פון זיין רבי אויך, צום ביישפיל אין די שפעטערדיגע יארן פלעגט ער עסן שמיני עצרת אין סוכה ווי די הלכה פארלאנגט, אבער אינעם עולם השקר ווי מ'טאר נישט פארמישן מענטשן מיט די פאקטן ביזטו טאקע גערעכט...
דינסטאג מאי 05, 2020 3:39 am#447736
עקפערימענטירער האט געשריבן:.

אוודאי וואלטן מיר געווארן אויפגעשוידערט אויב מיר זעען א קליפ פון א גוי, ווי ער זאגט אז ער קען באשטיין אז קאראנא זאל בלייבן אויף די וועלט אויב נאר די אידן באקומען עס, און ענדיגט צו מיט א "ברכה": "איך ווינטש יעדן איד, שטארב שטארב שטארב" ר"ל.
נאר אין אונזער פאל איז געווען פארקערט, ווען לאנגזאם האט געזאגט "איך ווינטש יעדן גוי, שטארב שטארב שטארב" ר"ל.



הייליגע ווערטער!!!

ווען איך הער אלץ וויאזוי אונז אידן רעדן וועגן די גוים טראכט איך וואס וואלט געוועהן ווען די זעלבע זאץ וואלט געזאגט געווארן פארקערט דורך א גוי???
איך קען עס ממש נישט פארשטיין! אונז זענען ליידער ליידער די גרעסטע ראסיסטן אונז האבן נישט די מינדעסטע רעספעקט פאר קיינער וואס איז נישט פונקט ווי אונז. אבער מיר פארלאנגן אז יעדע גוי זאל אונז ליב האבן. און טאמער זאגט ער נאר א ווארט קעגן די אידן גייט אים שוין די שומרים און די JDL נאכלויפן...

פארוואס מעגן אונז פיינט האבן די גוים און רעדן אפען קעגן זיי. אפילו לערנען מיט די קינדער דאס אין חדר. אבער זיי טארן אונז נישט פיינט האבן???
הא???

מ׳האט אונז אזוי אריינגעפרעיגעלט און אריינגעהאקט אין קאפ אריין אז יעדע גוי האט פיינט א איד וואס לכאורה שטימט עס נישט מיט די פשוטע מציאות ווייל אין די לעצטע הונדערט יאהר האבן מעהר ווי צעהן מיליאן גוים חתונה געהאט מיט אידן...
פשוטע indoctrination... יעדער צווייטער אין האליוואד איז א האלבע איד און א האלבע גוי...

יא סאיז דא גוים וואס האבן פיינט אידן. סאיז אבער אויך דא גוים וואס האבן ליב אידן. פונקט ווי נישט א יעדע איד האט פיינט יעדע גוי!
סאיז געוועהן גוים וואס האבן געהארגעט אידן ביי די צווייטע וועלט קריג. ס׳איז אויך געוועהן גוים וואס האבן זיך איינגעשטעלט זייער אייגענע לעבן צו ראטעווען אידן. סאיז געוועהן טויזנטער אונגארישע און פוילישע גוים וואס האבן באהאלטן אידן. אזש אז דער אונגארישער פרעימער האט געמוזט ארויפגיין אויף די ראדיא און מודיע זיין אז ווער ס׳באהאלט די אידן וועט זיין ״אחת דתו״... זיי זענען ארום פון שטוב צו שטוב קוקן ווער ס׳באהאלט אידן אין בודפעסט...

פארציילטס די גאנצע מעשה נישט די האלבע...
דינסטאג מאי 05, 2020 6:14 am#447737
אפילו מיר זאלן אננעמען אז חז"ל, ר' משה פיינשטיין און קלויזענבורגער רבי צייגן אז גוים האבן אייביג פיינט אידן, און קיין שום זאך גייט דאס נישט טוישן. שטייט דאך אבער אין ערגעץ אז מ'מוז דאס אויספויקן ברביםַ..

בפרט ווען א יעדע געזאגעכטס היינט קומט, ביז א רגע! אן צו ארבע כנפות הארץ. און ס'פעלט נישט קיין וואוילע מענטשן וואס טייטשן דאס איבער פאר די מידיא און היידא...!! נאך א חילול השם אין די סעריע פון חילול השם'ס וואס וואקסן ארויס ממחנינו ווי ווילדע שוועמל.

לערנט אייך אפ פון דער וואס האט באשאפן די גוים ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט זיי:
וַיֹּ֣אמֶר יְהוָ֔ה אַתָּ֥ה חַ֙סְתָּ֙ עַל־הַקִּ֣יקָי֔וֹן אֲשֶׁ֛ר לֹא־עָמַ֥לְתָּ בּ֖וֹ וְלֹ֣א גִדַּלְתּ֑וֹ שֶׁבִּן־לַ֥יְלָה הָיָ֖ה וּבִן־לַ֥יְלָה אָבָֽד׃ וַֽאֲנִי֙ לֹ֣א אָח֔וּס עַל־נִינְוֵ֖ה הָעִ֣יר הַגְּדוֹלָ֑ה אֲשֶׁ֣ר יֶשׁ־בָּ֡הּ הַרְבֵּה֩ מִֽשְׁתֵּים־עֶשְׂרֵ֨ה רִבּ֜וֹ אָדָ֗ם אֲשֶׁ֤ר לֹֽא־יָדַע֙ בֵּין־יְמִינ֣וֹ לִשְׂמֹאל֔וֹ וּבְהֵמָ֖ה רַבָּֽה׃
דינסטאג מאי 05, 2020 6:47 am#447738
.
דינסטאג מאי 05, 2020 7:02 am#447740
שבת אחים האט געשריבן:
עקפערימענטירער האט געשריבן:.

אוודאי וואלטן מיר געווארן אויפגעשוידערט אויב מיר זעען א קליפ פון א גוי, ווי ער זאגט אז ער קען באשטיין אז קאראנא זאל בלייבן אויף די וועלט אויב נאר די אידן באקומען עס, און ענדיגט צו מיט א "ברכה": "איך ווינטש יעדן איד, שטארב שטארב שטארב" ר"ל.
נאר אין אונזער פאל איז געווען פארקערט, ווען לאנגזאם האט געזאגט "איך ווינטש יעדן גוי, שטארב שטארב שטארב" ר"ל.



הייליגע ווערטער!!!

ווען איך הער אלץ וויאזוי אונז אידן רעדן וועגן די גוים טראכט איך וואס וואלט געוועהן ווען די זעלבע זאץ וואלט געזאגט געווארן פארקערט דורך א גוי???
איך קען עס ממש נישט פארשטיין! אונז זענען ליידער ליידער די גרעסטע ראסיסטן אונז האבן נישט די מינדעסטע רעספעקט פאר קיינער וואס איז נישט פונקט ווי אונז. אבער מיר פארלאנגן אז יעדע גוי זאל אונז ליב האבן. און טאמער זאגט ער נאר א ווארט קעגן די אידן גייט אים שוין די שומרים און די JDL נאכלויפן...

פארוואס מעגן אונז פיינט האבן די גוים און רעדן אפען קעגן זיי. אפילו לערנען מיט די קינדער דאס אין חדר. אבער זיי טארן אונז נישט פיינט האבן???
הא???

מ׳האט אונז אזוי אריינגעפרעיגעלט און אריינגעהאקט אין קאפ אריין אז יעדע גוי האט פיינט א איד וואס לכאורה שטימט עס נישט מיט די פשוטע מציאות ווייל אין די לעצטע הונדערט יאהר האבן מעהר ווי צעהן מיליאן גוים חתונה געהאט מיט אידן...
פשוטע indoctrination... יעדער צווייטער אין האליוואד איז א האלבע איד און א האלבע גוי...

יא סאיז דא גוים וואס האבן פיינט אידן. סאיז אבער אויך דא גוים וואס האבן ליב אידן. פונקט ווי נישט א יעדע איד האט פיינט יעדע גוי!
סאיז געוועהן גוים וואס האבן געהארגעט אידן ביי די צווייטע וועלט קריג. ס׳איז אויך געוועהן גוים וואס האבן זיך איינגעשטעלט זייער אייגענע לעבן צו ראטעווען אידן. סאיז געוועהן טויזנטער אונגארישע און פוילישע גוים וואס האבן באהאלטן אידן. אזש אז דער אונגארישער פרעימער האט געמוזט ארויפגיין אויף די ראדיא און מודיע זיין אז ווער ס׳באהאלט די אידן וועט זיין ״אחת דתו״... זיי זענען ארום פון שטוב צו שטוב קוקן ווער ס׳באהאלט אידן אין בודפעסט...

פארציילטס די גאנצע מעשה נישט די האלבע...


כ'האב געזען א דאקומענטאר א שטיק צייט צוריק איבער די חינוך וואס די מוסלמענער אימיגראנטן געבן פאר זייערע קינדער אין אייראפע, זיי פרעדיגן דארט האס אנטקעגן אידן און קעגן דיגאנצע מערב וועלט.

כ'האב אבער געקלערט אז טאמער קומט ארויס א דאקומענטאר פון חסידישע מוסדות חינוך ווי מען לערנט אויס די קינדער דירעקטע שנאה קעגן די גוים זענען מיר אויף געהאקטע צרות...
דינסטאג מאי 05, 2020 11:27 am#447760
אזוי קוקט עס אויס ווען די וועג וויאזוי אונז דארפן זיך צו פירן איז געבויעט אויף לופט און נישט אויף קאנקרעטע זאכן,
מען ברענגט עפעס א מימרא פון אפאר טויזנט יאר צוריק מען גיט א קוועטש אריין עפעס וואס ער האט בכלל נישט געמיינט און יאללא מיר האבן א נייע מצוה..
ליידער איז דאס נישט די איינציגסטע פלאץ ווי ס'איז געטוהן געווארן..
דינסטאג מאי 05, 2020 11:41 am#447763
איך פלעג עס אויך אמאל אנקוקן אזוי, לעצטנס האב אבער אנגעפאנגען צו טראכטן אז ס'קען זיין אז ס'ארבעט פארקערט. ס'נישט פשט אז די זאכן זענען געבויעט אויף לופט, פונקט פארקערט, די לופט איז געבויעט אויף די זאכן. דהיינו, ס'נישט אז מ'קוקט אריין אין די תורה און מ'פירט זיך לויט דעם, פארקערט, מ'טוט וואס דאס הארץ באגערט און לויט דעם פארטייטשט מען די תורה, ווי ס'שטייט אין פסוק "צומיש מיך נישט מיט די פאקטן".
דינסטאג מאי 05, 2020 4:10 pm#447788
No one is born hating another person because of the color of his skin, or his background, or his religion. People must learn to hate, and if they can learn to hate, they can be taught to love, for love comes more naturally to the human heart than its opposite.

Nelson Mandela
דינסטאג מאי 05, 2020 4:28 pm#447789
שבת אחים האט געשריבן:No one is born hating another person because of the color of his skin, or his background, or his religion. People must learn to hate, and if they can learn to hate, they can be taught to love, for love comes more naturally to the human heart than its opposite.

Nelson Mandela


דו האסט דאך ריפאבליקאנער צום טויט, און יעדער וואס האלט אנדערש ווי דיר, די ראסיסטישער אנטיפאניק...

אצינד אהער מיט די באקאווינא קללות...
דינסטאג מאי 05, 2020 4:32 pm#447790
Re: אן אפענעם בריוו צו לאנגזאם און פעלדמאן
די גאנצע טענה'ריי צו די 'גוי' האט אונז יא פיינט צו נישט איז נישט אזוי רעלעוואנט אויף למעשה.
אונז אלס מענטשן און אלס אידן וועלכע האבן אלס געליטן פון שנאה, דארפן זיך אויפפירן מיט די מערסטע ליבע צו אלע בריות, סיי פשוט אלס מאראלישע ווירדן (א גרויס חלק תורה איז געווידמעט פארדעם) און אויך בלויז נישט אנצוצינדן שנאה צו אונז.

דעס צו זיי האבן אונז יא פיינט וויל איך שרייבן מיין צוויי גרייצער:
נישט יעדע גוי וואס קרומט מיט'ן נאז איז א וויסטע אנטיסעמיט, קודם כל איז די טבע פון א מענטש אנצוקוקן זאכן וואס ער פארשטייט נישט מיט א קרום אויג, פונקט ווי אונז קוקן אן די אינדיאנער און מוסולמענער) נאכדערצו ווען עס איז אין זיין בעק יארד, און אונז מיט'ן פארגלייך צום גוי זענען כרחוק מזרח מערב
צווייטנס ווען א איד אדער מערערע אידן באגייען א פארברעך, אדער דרייוון ווילד אויפ'ן ראוד, גייט עס מער אריין פאר א פרעמדע אין קאפ פשוט וויל אונז שטארצן ארויס, פונקט אזויווי אונז געדענקן מער מאל ווען די ברויט איז געפאלן אויפ'ן פוטערדיגן זייט.....

(טראכט נאר אריין וויזוי א פשוט'ע סטודענט אין א אוניווערסיטעט קוקט אינז אן; אנדערש פון יעדעם, גלייבן נישט און לערנען נישט די היינטיגע חכמות באזירט אויף סייענס) א שטיקל קולט געזעלשאפט מיט מאכטפולע (כאריזמאטישע) פירער, יעדע שטיק צייט אין די נעגאטיווע נייעס - דאס איז נאך פאר'ן זיך אנשויען מיט אנטיסעמיטישע אנשויאונגען. - רעד דיך נישט איין ער דארף דיך ליב האבן, אבער פרוביר עם אויפצוווייזן ווען ער האט אומבאגרינדעטע טענות אויף אונז)
דינסטאג מאי 05, 2020 5:15 pm#447794
קאך_לעפל האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:No one is born hating another person because of the color of his skin, or his background, or his religion. People must learn to hate, and if they can learn to hate, they can be taught to love, for love comes more naturally to the human heart than its opposite.

Nelson Mandela


דו האסט דאך ריפאבליקאנער צום טויט, און יעדער וואס האלט אנדערש ווי דיר, די ראסיסטישער אנטיפאניק...

אצינד אהער מיט די באקאווינא קללות...


פארשטייסט ממש נישט די בעסיקס!!! ממש א״ב פארשטייסטו נישט.

קודם כל איך האס נישט קיינעם וועגן יענער באלאנגט צו א געוויסע גרופע אדער איז געבוירן געווארן מיט א געוויסע קאליר. איך judge נישט קיינעם פון וואו ער קומט, וואס ער גלייבט, וועלכע קאליר ער איז. איך judge נאר מענטשען ״לויט זייערע מעשים״. און ווען איך רעדט קעגן די רעכטע בין איך מסביר פארוואס איך האלט אז זיי זענען נישט גערעכט. און פארוואס איך האלט אז זיי זענען שלעכטע מענטשען. זיי האבן זייער א שלעכט רעקארד וויאזוי זיי האבן באהאנדאלט מינארעטיס, שפאנישע, אידן און שווארצע. זיי האבן א רעקארד פון שטיצן פאליטשאונס וואס העלפן די רייכע געוועלטיגן איבער די המון עם. זיי האבן א רעקארד פון לאזן יעדער משוגענער האבן א גאן אין אמעריקע. זיי האבן א רעקארד פון פרובירן אראפצווארפן מיליאנען ארימע פון העלטקעיר בשעת געבן פאר די רייכע פריצים די גרעסטע טעקס-ברעיקס. זיי האבן א רעקארד פון פרובירן צו צווינגן מיליאנען אמעריקאנער בירגער צומאכן פובליק-פאליסי לויט זייער קריסטליכער גלייבונגען בשעת אמעריקע איז געבויט אויף ״פרייעהייט פון רעליגע״. זיי האבן א רעקארד פון שפענדן זעכציג פראצענט פון די טעקסעס פאר געווער וואס די מיליטער גייט קיינמאל נישט נוצן. זיי האבן א רעקארד פון גייען אין מלחמה אריין און שפענדן ביליאנען געלט פונעם ציבור פאר שטותים והבלים. זיי האבן א רעקארד פון נעמען מיליאנען שווארצע און מינארטיס און זיי אריינווארפן אין חד גדיא פאר יאהרן לאנג און זיך באנוצן מיט זיי פאר slave labor. זיי האבן א רעקארד פון אומטאלאראנץ פאר אנדערע קולטורן- א שטייגער ווי די פרשת רובאשקין אין פאסטוויל אייאווע...

קיינער זאגט נישט אז א מענטש טאר נישט האסן קיין צווייטן וועגן זיינע ״מעשים טובים״ נישט דאס מיינט ראסיזים! פיינט האבן יענעם פשוט ווייל ער איז אנדערש פון דיר דאס איז די פראבלעם און דאס איז די ריכטיגער אפטייטש פון ראסיזים!!!

שנית: איך האב נישט ממש פיינט רעפובליקאנער!!! איך וואונטש זיי נישט קיין שום שלעכטס. איך וואלט זיי אפילו געהאלפן ווען איך קען. איך האב גענוג און נאך פריינד, באקאנטע און פאמיליע וואס זענען רעפובליקאנער אדער קאנסערוועטיוו געשטימט. איך האב זיי חלילה נישט פיינט! איך האב פיינט זייערע אידאלאגיעס...!
דינסטאג מאי 05, 2020 5:26 pm#447796
בד״וו מר. קאך לעפעל איך בין א מארמארישער נישט קיין בוקאווינער...

איך בין דריי פערטל מארמארוש און א פערטל אויבערלאנד אונגארן.

בוקעווינע איז טאקע לעבן מארמארוש אבער א אנדערע קאונטי אינגאנצן.

נאר למען הפונקטליכקייט. ס׳גייט מיך גאנץ ווייניג אן וואס דו רופסט מיך. קענסט מיך רופן ״ווילחאוויץ׳ער קוה״ אויך... סאיז נישט מעלה און נישט מוריד...

עניוועי צוריק צו לאנגזאם און פעלדמאן...
מיטוואך מאי 06, 2020 1:34 am#447847
עקסיפירימענט
זייער זייער גוט ארויסגעברענגט. ליידער דאס איז נישט די ערשטע מאל וואס די רעכטע פארבאבלטע קעפ נעמען יעדע בר דעת ארויס פון די כלים, הלוואי זאל עס אנקומען צו די ריכטיגע אויערן, די פראבלעם איז מ'כאפט זיך נישט ווי דיוויידעד אונזער קאמיוניטי איז, לאמיר זאגן אז 60 פראצענט איז קווארענטינד און פאלגט נאך אלע גיידליינס און אפילו קיין מנין אויפן פארטש מאכן זיי נישט, די אנדערע 40 פראצענט וואס אויף זיי עסט מען זיך צאם אויף די בלאגס און סאציאלע מידיע פלאטפארמעס זענען על פי רוב נישט דערביי צו הערן דאס וויי געשריי (און דער וואס יא ווייסט נישט וויאזוי מ'נוצט עס א בחינה פון האן אין בני אדם) און אסאך מאל זעהט מען זיך רעדן צו זיך אליינס, (א ביישפיל טאקע יעצט ביי דעם פענדעמיק די 60% האלטן איין וואס מ'זאגט די מינוט וואס מ'הערט אז ס'איז דא געזעצן בעת וואס די איבריגע 40% דארפן ווארטן ביז די ונשמרתם מאוד לנפשותיכם טראק אדער די בלאט וועט קומען מעלדן וואס הערט זיך אויפן פראנט, און דעמאלטס וועלן זיי ווייטער אנפייפן...)

נאכדעם איז דא די פראבלעם מיט היימישע ענטערטעינמענט, הגם וואס די רוב פון די פראדוסערס זענען גארנישט קיין מפיל קינדער נאר שפילן אויס דעם סיסטעם און טרייען צו קאנפארמען ווי מ'זאגט לפנים משורת הדין - כ'רעד אין דזשענערל - און מאך אליין די חשבון לפנים + פרום = קרום... מילא קומט אויס אז מ'טרעפט זיך ביים גדר פון bizarre און שגעון, וואס ס'איז קריעטיוו, קען דער גוי בעסער, און אויב נישט איז עס cliche בקיצור ס'איז צופראסקעט
כ'ווייס נישט אויב מ'כאפט וואס איך מיין אבער ס'איז נישט pleasant... פאר די המון אפען מיינדעד ציבור

כ'בין געווען ביי די אידיש נחת קאנצערט די לעצטע, פרעג מיך נישט פארוואס אפגעצאלט א הונדערטער כ'האב אזוי חרטה געהאט אזוי פאפרומט געווען מ'קען היינט גארנישט טוהן ווייל אפאר ווילי קאקערס וועלן קרומען מיט די נאז.. מען נוצט קליינע קינדער ווייל ס'איז די נענסטע צו שטימעס פון נקיבות מיטן גאנצע פעמענין זיסע געפיל, ס'איז אזוי פאלש די פריטענדן... ס'איז דא גולמים ווי געזאגט די 40 פראצענט וואס כאפן נישט נאכדעם איז דא די רוב וואס ווייסט זייער גוט וואס מ'מאכט מיט זיי...

עניוועי, צען טויזנט איז א שטיקל גוזמא מ'פארשפרייט די זאכן אנליין, ס'קומט אן צו עניוואן לאו דוקא אידיש רעדנדע, די מאריאטעיט איז חסידים באט ס'איז שווער צו שאצן

ס'איז שוין אן אלטע חקירה אין קאמעדי, פארהאן די וואס האלטן אז מ'מוז רעדן איינגעהאלטן און נישט אלעס מעג מען זאגן, און פארהאן די וואס האלטן אז וויבאלד ס'איז נאר א דזשאוק מעג מען ארויסגיין פון יעדע גדר פון נארמאלקייט ווייל דאס איז דאך נאר קאמעדי... און אני הקטן האלט אז ווייל ס'איז אזוי גרינג צו אפענדן א מענטש צו א גרופע דארף מען יא איינציען דעם פאסיק אביסל, און ס'איז נישט אבאוט אפאר סענסעטיווע ליבערלס

אונטערשטע שורה:
כ'קען נישט דעם לאנגאם פערזענליך אבער כ'האלט ער מיינט עס גאר ערנסט...

שטעל דיך פאר ווען א גוי זאל רעדן צו זיינע co workers אונטער זיין אידישע מענעדזשער אזוי דער דזשיד קומט שוין באלד דער דזשיד טיילט דעות.. אפשר טוען זיי עס, איינער קען ספאניש? כ'ווייס נישט, עכ''פ וואלסט געשריגן אז ס'איז אנטיסעמיטזים וואס הייסט? אבער דו פאר זיך מעגסטו זאגן "די גויטע האט מיר אויסגעשפילט, א חוצפה פון א גויטע, די גויטע איז מיר נישט אנגעקומען..." איין מינוט אויסער דעם וואס זי איז א גויטע איז זי גארנישט? איי זי ארבעט פאר דיר, איי זי איז א מאמע פון קינדער? זי איז דיין שפחה גאר? הער דיך איין קלאר; קענסט נישט ערווארטן מער רעספעקט פונעם "אינו יהודי" מער וויפיל דו רעספעקסט אים/איר דאס האט מיר אלעמאל געקראכן אויף די נערוון, ביי א שיעור אדער א דרשה צו ווי ס'איז נאר דא אידן און אפילו אויב איז פונקט געווען א דזשעניטאר האט מען זיך ווייניג געקימערט דערמיט, דעס גרינגשעצן, אפלאכן און מאכן אבוויעס אז דו ווייסט אז דו טוסט עפעס ראנג אבער ס'זיצן דאך דארט נאר היימישע אידן סא הו קעירס....

אבער ווי דו שרייבסט אז מ'וואקסט אויף אזוי פון וואו זאל מען וויסן בעסער? א געוואוינהייט בלייבט א געוואוינהייט, אפגערעדט אז די חשובע'סטע כלומר'שט the ones at the top פרעדיגן דאס איז דאך משמע אז דאס איז מציאות...
מיטוואך מאי 06, 2020 2:14 am#447849
אמת וצדק האט געשריבן:און אפי׳ אז צדיקים און חסידישע אידן פלעגן צומאל מאכן ווערטלעך און אפי׳ רעדן שארפע דיבורים אויפן גוי׳ס חשבון, ווי די צייכענטס צו לדוגמה: אז דער איד שלאפט אבער דער גוי פאפט. האט מען דאס געטוהן כדי זיך מרחק צו זיין פונעם גוי, אבער צו זאגן פאר אלע גוים You should die die die, ווי איז געהערט געווארן אזא זאך?? זענען זיי נישט יצירותיו של הקב״ה? חביב אדם שנברא בצלם אלקים, גייט ארויף אויפן גוי! נאר אונז האבן א חיבה יתירה.
Sent from my iPhone using Tapatalk

מיין פריינט ס'איז א תוצאה פון א זאך וואס געשעהט נישט איבערנאכט נאר דורך אַ gradual process פון אריינפלאנצן אזעלכע מאמרים'לעך "א איד גיט זיך אן עצה, און א גוי צוברעכט זיך די פלייצע" און די לייק. קיינער ווערט נישט איבערצייגט מיטאמאל, דאס פרעגלט מען אריין קליינערהייט, איך האב פראבלעם מיט די דזשאוקס אויך, ווייל דאס איז שוין גארנישט קיין דזשאוק נאר stepping stones צו אידיאסי און שנאה

פונקט ווי ס'איז דא דירעקטע שנאה, איז דא אומדירעקט. אזעלכע דזשאוקס זענען אומדירעקט ומתוך שלא לשמה בא לשמה. אפגעזעהן צו ס'איז קראנט, ס'איז ברעינוואש. נאך א דוגמא איז די ענין פון טעות גוי מותר, וויי וואלט געווען ווען א צווייטע רעליגיע אדער פאלק זאל האבן אזא מנהג אויפן איד...
מיטוואך מאי 06, 2020 2:16 am#447850
שבת אחים האט געשריבן:יא סאיז דא גוים וואס האבן פיינט אידן. סאיז אבער אויך דא גוים וואס האבן ליב אידן. פונקט ווי נישט א יעדע איד האט פיינט יעדע גוי!
סאיז געוועהן גוים וואס האבן געהארגעט אידן ביי די צווייטע וועלט קריג. ס׳איז אויך געוועהן גוים וואס האבן זיך איינגעשטעלט זייער אייגענע לעבן צו ראטעווען אידן. סאיז געוועהן טויזנטער אונגארישע און פוילישע גוים וואס האבן באהאלטן אידן. אזש אז דער אונגארישער פרעימער האט געמוזט ארויפגיין אויף די ראדיא און מודיע זיין אז ווער ס׳באהאלט די אידן וועט זיין ״אחת דתו״... זיי זענען ארום פון שטוב צו שטוב קוקן ווער ס׳באהאלט אידן אין בודפעסט...

פארציילטס די גאנצע מעשה נישט די האלבע...


אך דאס איז חסידי אומות העולם. א צווייטע זאך..
מיטוואך מאי 06, 2020 2:51 am#447851
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך פלעג עס אויך אמאל אנקוקן אזוי, לעצטנס האב אבער אנגעפאנגען צו טראכטן אז ס'קען זיין אז ס'ארבעט פארקערט. ס'נישט פשט אז די זאכן זענען געבויעט אויף לופט, פונקט פארקערט, די לופט איז געבויעט אויף די זאכן. דהיינו, ס'נישט אז מ'קוקט אריין אין די תורה און מ'פירט זיך לויט דעם, פארקערט, מ'טוט וואס דאס הארץ באגערט און לויט דעם פארטייטשט מען די תורה, ווי ס'שטייט אין פסוק "צומיש מיך נישט מיט די פאקטן".

נאנאנא... ער איז יא גערעכט, ס'איז אלעס די פארדרעקטע פונדעמענטעליזם, וואס אידן האבן אנגענומען פונקט ווי די קאטוליקן און רוב מענסטרים רעליגיעס.

אין איין ווארט: אין 2020 זאל דיר איינער זיך באקלאגן אויף די שידוך קריזיס, מענטשן גט'ן זיך אפ, ס'איז א ווייטאג לאמיר טראכטן וויאזוי מ'קען דאס פארבעסערן, פארוואס זאל מען נישט ארבעטן אויף זיך אפאר יאר גיין אויף הילף, זיך בעסער קענען ס'איז נישט קיין בושה יעדער גייט, און יעדער דארף אא"וו וועט א חסר דעה ענטפערן: "אבער למעשה שטייט דאך אין חז''ל בן שמונה עשרה לחופה..." סא ווייל עפעס א כמו שעיקספעיר בתוכינו פון יענע דור האט געזאגט א שיינע קוואוט, אויב ער האט געזאגט, און טאקע דאס געמיינט, אן קיין וועג ארום דעם - מוז איך אין 2020 אויסלעשן מיין מוח און פארגעסן פון אלע רולס אין לאגיק און סאסייעטל טשעינדזשס איבעראל ווי עפעס שטייט?? ויקרא שמו בישראל פונדעמענטעליזם

אזוי איז דא טויזנטער משלים, דאס איז מיין go to example