Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » די סקווערער ל"ג-בעומר הדלקה אויף א טרעקל

די סקווערער ל"ג-בעומר הדלקה אויף א טרעקל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
120 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 135 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #13812
דינסטאג מאי 12, 2020 4:24 pm#448471
ביסט גארנישט ספעשעל, מיר האבן א פראבלעם מיט יעדער היפאקריט, נישט נאר דיינס. יעדער וואס פרעדיגט איין זאך און טוט פארקערט איז די זעלבע פראבלעם פאר אונז אלע.

קיינער האט נישט געזאגט ער זאל שטארבן, נאר זיך אויפפירן ארנטליך, ווי אלע אנדערע היפאקריטן.
דינסטאג מאי 12, 2020 4:45 pm#448475
טוט זיך דא א גאנצע שמועס , אלעס אנגעהויבן פון א טראק. לאמיר גיין צום פוינט, האט זיך עס אויסגעארבעט? קען איינער ברענגן בילדער?
דינסטאג מאי 12, 2020 5:33 pm#448480
ממש א שאד וואס איז געשעען די לעצטע יארן אין שטעטל סקווירא
סקווירא האט געהאט א גוטע נאמען אלץ א הערליכע הויף ווי עס קלאמערן זיך חסידישע אידן צום רבי'ן ווי אין די צייטן פון בעל שם מיט א שטארקע אמונה
אבער אין די לעצטע יארן זייט די שרעקליכע מעשה ווי די רוצח שאולי שפיטצער האט פארברענט חיים אהרן ראטענבערג א טייערע געשמאקע איד פון שטעטל פאר די בלויזע חטא פארן זיך נישט צושטעלן צו די רעזשים האט סקווירא פארלוירען איר חן און שיינקייט עס איז א פאקט אז סקווירא האט א פארשעמטע נאמען איבער די וועלט אלץ א פלאץ פון טעראר און אכזריות וואס אפילו סקווירא זענען מודה דערצו
און אמאל פלעגט עס זיין א געשמאקע שטעטל ווי מען האט געלעבט באחדות היינט זענען איבער א האלב איינוואוינער אויפגערעגט אויף די סיסטעם און אויפן רבי'ן שליט"א נאר מען האט מורא צו זאגן א ווארט
זייער ווייניג גלייבן אינעם רבי'ן היינט צוטאגס מען קוקט אים אן ווי א פירער וואס זיכט נאר זיין גוטס און נישט וואס עס איז גוט פאר די חסידים
עס האלטן אין איין ארויסמופן אידן פון סקווירא און מען רעדט פון עכט חסידישע יונגעלייט וואס שפירען נישט קיין געשמאק צו אויפציען קינדער אין אזא שרעקליכע פלאץ וואס איז אנגעפילט מיט שנאה
איז עס ממש א שאד וואס עס איז געשעען צו די סקוויראע קהילה לאמיר האפן אז עס וועט זיין א שינו לטובה און צוריקבאקומען איר גלאנץ בקרוב
דינסטאג מאי 12, 2020 5:37 pm#448481
עס קומט זיך אסאך קרעדיט פאר כ"ק אדמו"ר מקאסאן הילקריסט שליט"א פארן ווייטער אנגיין מיט זיין הרבצת התורה טראץ די שווערע טעג וואס ער גייט דורך מיט קהילת סקווירא און נאר א דאנק אים וואינען שוין אזויפיל היימישע משפחות ארום סקווירא
ימים על ימי מלך תוסיף
יעדע גוטע זאך קומט אן שווער כל הכבוד להרבי מקאסאן שליט"א
דינסטאג מאי 12, 2020 9:00 pm#448496
צי סהאט זיך אויסגעארבעט ,יאפ סאיז געווען מיט אן אבנארמאלע הצלחה אסאך מער ווי מהאט זיך גערעכנט
דינסטאג מאי 12, 2020 9:35 pm#448499
שטארקע חסיד האט געשריבן:צי סהאט זיך אויסגעארבעט ,יאפ סאיז געווען מיט אן אבנארמאלע הצלחה אסאך מער ווי מהאט זיך גערעכנט

ס'קען נישט זיין, ווייל בעל דרשן זאגט אז זייט די מעשה פון ראטנבערג איז רוב שטעטל אויפגערעגט, און איין טאג גייט יעדער ארויסלויפן, אדער דער רבי וועט אנטלויפן.
עפעס שטימט נישט דא.
פארוואס איז מען דארט אזוי העפי, מ'ווייסט נישט אז ס'שטערט פאר בעל דרשן?
דינסטאג מאי 12, 2020 9:50 pm#448500
שטארקע חסיד האט געשריבן:צי סהאט זיך אויסגעארבעט ,יאפ סאיז געווען מיט אן אבנארמאלע הצלחה אסאך מער ווי מהאט זיך גערעכנט

אויף דעם האט מען זיך דאך געראכטן, אז עס וועט זיין מער ווי געראכטן
דינסטאג מאי 12, 2020 9:59 pm#448501
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
שטארקע חסיד האט געשריבן:צי סהאט זיך אויסגעארבעט ,יאפ סאיז געווען מיט אן אבנארמאלע הצלחה אסאך מער ווי מהאט זיך גערעכנט

אויף דעם האט מען זיך דאך געראכטן, אז עס וועט זיין מער ווי געראכטן

די שאלה ווער איז דער רעכטער?
איך האב מיך נישט געראכטן מער צו ווייניגער. ס'נישטא וואס ס'זאל פלאפן דא.
מיטוואך מאי 13, 2020 12:49 am#448505
שקד האט געשריבן:
שטארקע חסיד האט געשריבן:צי סהאט זיך אויסגעארבעט ,יאפ סאיז געווען מיט אן אבנארמאלע הצלחה אסאך מער ווי מהאט זיך גערעכנט

ס'קען נישט זיין, ווייל בעל דרשן זאגט אז זייט די מעשה פון ראטנבערג איז רוב שטעטל אויפגערעגט, און איין טאג גייט יעדער ארויסלויפן, אדער דער רבי וועט אנטלויפן.
עפעס שטימט נישט דא.
פארוואס איז מען דארט אזוי העפי, מ'ווייסט נישט אז ס'שטערט פאר בעל דרשן?

וואס האט הודו מיט קוש ?? לא דובים ולא יער ..איך ווייס נישט פון ווי ער האט גענומען די הוילע פאנטאזיעס אז רוב שטעטל איז אויפגערעגט הייבט זיך נישט און לאזט זיך נישט אויס.
צווייטנס מ'צווינגט נישט קיינעם צו זיין דארטן וועם סגעפעלט נישט די הנהגה קען זיך אויפהייבן און גיין ..קיינער שטערט נישט
און פארוואס איז מען אזוי העפי ,סארי איך האב נישט פארשטאנען דיין שאלה ,זיי מסביר.
מיטוואך מאי 13, 2020 1:06 am#448506
אז עס איז געווען א שיינע מעמד נעכטן נאכט אין סקווירא כל הכבוד איך האף ענק האבן הנאה געהאט עפעס אקטיוויטעטן דארפן ענק האבן... אבער די פייער האט מיטן רבי'ן גארנישט אסאך פרעמדע אידן זענען געקומען און אפילו אידן וואס זענען געווארן גערודפט דורך די רבי און זיינע מיטארבעטער

און עס איז ממש א שאד זיך צו טענהן ווייל עס איז א באקאנטע זאך אז א גרויס חלק חסידים האבן פיינט די הויף און די וועג ווי אזוי עס ווערט געפירט

זאגסט אז וועם עס געפעלט נישט זאל גיין... מען לאזט יעדן איז פארוואס ווען איינער מופט ארויס בבחינת יציאת מצרים זענען די הויפטן פון טעראר אין סקווירא מענדי בערגער אהרן לעפקאוויטש יעקב יוסף טווערסקי ביזי אינטערהעצן צו אלע מוסדות נישט אנצונעמען די קינדער און מען מאכט אלע מיני פראבלעמען אז יענער זאל נישט פילן גרינג ארויסמופן ?...

סקווירא חסידים וועקטס ענק אויף הייבטס אן לעבן א לעבן רוחני מיט א אמת'ע סיפוק החיים האטס ליב יעדע איד נישט קיין חילוק צו עס געפעלט אייך מאכטס א גוטע נאמען פאר סקווירא זאלן די אבות הקדושים לבית טשערנאבל סקווירא שעפן נחת פון אייער קהילה ווייל מיט טשעפענען און פירן די שטעטל מיט טעראר וועלן ענק נאר אנקומען אין גיהנום און נאר האבן א שלעכטע נאמען אויפן גאס, ענק קענען צוריק באקומען ענקער גוטע נאמען, עס איז נאר תלוי אין ענק, מאכטס א קידוש השם
מיטוואך מאי 13, 2020 1:36 am#448508
Re: די סקווערער ל"ג-בעומר הדלקה אויף א טרעקל
שטארקע חסיד האט געשריבן:צווייטנס מ'צווינגט נישט קיינעם צו זיין דארטן וועם סגעפעלט נישט די הנהגה קען זיך אויפהייבן און גיין ..קיינער שטערט נישט
און פארוואס איז מען אזוי העפי ,סארי איך האב נישט פארשטאנען דיין שאלה ,זיי מסביר.

דעס איז שוין אן אלטע מופרכ'דיגע ענטפער.

למעשה אז מ'וואקסט אויף אלע יארן אין א פלאץ מיט די זעלבע חברים און נאכדערצו מ'האט חתונה אינעם פלאץ, קען מען נישט אזוי פשוט זאגן, ס'געפעלט דיך נישט? קענסט מופן!
ניין ער קען נישט. דאס מיינט אויפגעבן אלעס אריינגערעכנט אין רוב פעלער די אייגענע פאמיליע!
און אפילו ער קען שוין יא ביישטיין האט ער א ווייב וואס רעכנט זיך פיל מער מיט איר טאטע און מאמע.

איך מיש זיך נישט אריין וואס סקווירא טוט, און יעדע זאך קען מען אנקוקן צוויי וועגן, אבער מאך עס נישט אויסזען ווי וועם עס שמעקט נישט האט אן אלטערנאטיווע.
ניין עס הערשט נישט דעמאקראטיע אין שטעטל (נישט אז אנדערע חסידות'ן שטייען פיל בעסער).
מיטוואך מאי 13, 2020 1:49 am#448510
בעל דרשן: ייש"כ, דו זאגסט זייער גוט.

ווען מיין קרוב, וועלכער האט ליידער אין יענע תקופה נאך געוואוינט אין שטעעטעלע (קורץ פאר ער האט זיך בחסדי ה' ארויסגעראטעוועט פון דארט מיט גאנצע ביינער) איז פארגעקומען אין שטעעטל א גרויסע, היסטארישע שמחה. הרב ר' אהרן מענדל שליט"א האט חתונה געמאכט זיין (עלטסטן?) זון. דאס גאנצע שטעטעלע איז געווען אויסגעצירט ווי ס'פאסט פאר א בן מלך. פארשטייצעך די גוי'אישע פרעסס איז אויכעט אנוועזנד געווען. (פון וואו זיי האבן געוואוסט אז די רבי שליט"א מאכט א שמחה? מסתמא רוח הקודש!).

איך אלס נייגעריגער בין אויך געפארן קיין סקווירא מיטצוהאלטן די גרויסע שמחה. אין ביהמ"ד הגדול, וואו די קבלת פנים איז פארגעקומען, האביך באגעגנט מיין קרוב. איך בין געזיצן אקעגנאיבער איהם. אינמיטן די גרויסארטיגע שמחה זענען צוגעקומען עטליכע פון די כלבים פונ'ם רעבי'ן שליט"א. ווען זיי האבן באמערקט מיין קרוב, וועלכער איז געווען אויף די ליסט פון די נרדפים, האבן זיי געטראכט... מ'קען דאך נישט נעמען איינעם פון זייערע קרבנות און פייניגן בעידן שמחה בפני קהל ועדה. איז זיי בייגעפאלן א מורא'דיגער געדאנק. מ'וועט נעמען מים חיים סאודע באטלעך, גוט אויפשאקלען, און ס'וועט שפריצן מיט גרויס כח אויף זיין שטריימל און בעקישע. והך קאווע. מ'(די כלבים פונ'ם רעבי'ן שליט"ע) האטציך גענומען שפריצן עטליכע באטלעך פון די זיסע משקה. איך האב אויך געכאפט פון די שיריים, וואס איז געגאנגען אויף איהם און זיין זון. אוי לרשע ואוי לשכינו.

ס'איז זיך איהם געקומען. ווייל ער האט עובר געווען אויף 2 פון די הארבסטע עבירות...1) ער האט געשיקט זיין זון לערנען אין ארץ ישראל... 2). ער איז געגאנגען עטליכע שבתים אין יאר צו א צווייטן רבי'ן...!
מיטוואך מאי 13, 2020 5:25 am#448516
דאס איז פיינע נייעס, איך וואלט עס געוואלט מיטהאלטן... און כ'האף אז דו און דיין קרוב און זיין זון האבן אפגעפיצט און איבערגעגעבן דאס ארט פאר די פרישע געסט, ווייל קיין עין הרע איז נישטא קיין איבריגע פלאץ פאר אזעלכע וואס קומען זיך אנפרעסן און דערנאך זיך אויסמאכן אויף קהל'ס קאפ!

דאס איז דאך די שוועריגקייט פארוואס יעניגע ווילן נישט אזוי שנעל מופן, ווייל די שלעכטע קהילה דארף דאך זארגן חתונה מאכן דיינע שרצים - ווייל ביסט דאך א איינוואוינער, און מ'איז דיר אלעס שולדיג. און אין מאנסי וואלט דאך דיר קיינער נישט אנגעקוקט. ממילא פיצט אייך טאקע אפ פון דא, און לאזט איבער דאס מקום פאר די געטרייע וואוילע חסידים ואנשי מעשה וואס הענגען זיך נישט ארום מיט אזא גראבע קופה של שרצים ווי דו מיט דיינע בוזעם פריינד. ביי ביי.
מיטוואך מאי 13, 2020 8:14 am#448519
ר' בערל דאס איז א מורא'דיגע מעשה, און איך באוואונדער דיין זכרון נפלא, אז דו געדענקסט ממש יעדן דעטאל, אפילו אז די סאדע איז געווען פון מים חיים!
מיטוואך מאי 13, 2020 9:29 am#448522
שמעקעדיג האט געשריבן:ר' בערל דאס איז א מורא'דיגע מעשה, און איך באוואונדער דיין זכרון נפלא, אז דו געדענקסט ממש יעדן דעטאל, אפילו אז די סאדע איז געווען פון מים חיים!

זיכער! א שקרן דארף האלטן חשבון
מיטוואך מאי 13, 2020 9:35 am#448523
איך בין שוין אין גאנצן צומישט.

סקווער האט ריכטיג געטון מיט'ן אנגיסן שמוציגע וואסער אויף א מענטש? אדער האבען זיי ריכטיג געטון מיט'ן נישט אנגיסן?

דער אמת איז, איך בין חושד אז עס איז געווען פפסי, נאר בערל האט רחמנות געהאט אויף סקווער און נישט געוואלט מגלה זיין קלונם ברבים אז עס איז דא ביי זייערע שמחות פפסי, האט ער עס מגייר געווען (און געמל'ט) און געמאכט דערפון מים חיים.
מיטוואך מאי 13, 2020 11:36 am#448525
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך בין שוין אין גאנצן צומישט.

סקווער האט ריכטיג געטון מיט'ן אנגיסן שמוציגע וואסער אויף א מענטש? אדער האבען זיי ריכטיג געטון מיט'ן נישט אנגיסן?

דער אמת איז, איך בין חושד אז עס איז געווען פפסי, נאר בערל האט רחמנות געהאט אויף סקווער און נישט געוואלט מגלה זיין קלונם ברבים אז עס איז דא ביי זייערע שמחות פפסי, האט ער עס מגייר געווען (און געמל'ט) און געמאכט דערפון מים חיים.

אז בערל האט גע'מל'עט די באטל, אוודאי האט עס אים אנגעשפריצט
מיטוואך מאי 13, 2020 2:56 pm#448536
עס איז זייער אינטערסאנט ווען מען רעדט פון סקווירא, געווענליך ווען מען האסט אויף א ספעציפישער קהילה האט מען פיינט דעם רבי'ן אינאיינעם מיט זיינע חסידים און שווענץ, למשל סאטמאר ארונים, אומצאליגע מענטשן קענען נישט דערליידן ר' אהרן מיט זיינע מענטשן צוגלייך.

אנדערש אבער איז סקווירא, די תושבי השיכון זענען אויסערגעווענליך רואיגע מענטשן, איידעלע אינגעלייט וואס לערנען אדער זענען זיי עוסק בפרנסה אויף א גלייכער פארנעם, די חסד דארטן איז אין לשער, אנדערש ווי אנדערע בעלי חסד וועלכע שאפן געלט אבער מאכן אין די זעלבע צייט נאך מער איז אין סקווירא דא פילצאליגע גמ"ח'ן און חסד ארגענעזאציעס וואס זענען באמת דא נאר ארויסצוהעלפן דאס מענטשהייט, הכנסת אורחים איז אויפן העכסטן שטאפל מעגליך, די מענטשן דארטן זענען ממש צו גאט און צו לייט.

א סקווירא'ער וועט אייך געבן די רעכט צו האלטן קעגן זיין רבי אפילו ער איז א פארברענטע חסיד, ער וועט אייך נישט פרובירן צו איבערצייגן אז זיין רבי איז קדוש וטהור, ער טוט זיינס און לאזט אייך טון אייערס, פונקט ווי עס וועט זיין אין די פערפעקטע וועלט...

אבער דער רבי איז שוין א עקסטערע זאך, ער איז א מענטש וואס איז זייער קלוג אבער אויך א גרויסער בעל גאוה, מען קען זיך רעגן אויף אים ווייל ער איז א אינטערסאנטער מענטש, אבער חלילה צו באשמוצן די חסידים אויף זיין חשבון.
מיטוואך מאי 13, 2020 2:56 pm#448537
זיכער זענען דא די עסקנים להרע אבער זייערע נעמען קען מען ציילן אויף די פינגער.
מיטוואך מאי 13, 2020 3:10 pm#448541
פאליטיקאנט האט געשריבן:
שטארקע חסיד האט געשריבן:צווייטנס מ'צווינגט נישט קיינעם צו זיין דארטן וועם סגעפעלט נישט די הנהגה קען זיך אויפהייבן און גיין ..קיינער שטערט נישט
און פארוואס איז מען אזוי העפי ,סארי איך האב נישט פארשטאנען דיין שאלה ,זיי מסביר.

דעס איז שוין אן אלטע מופרכ'דיגע ענטפער.

למעשה אז מ'וואקסט אויף אלע יארן אין א פלאץ מיט די זעלבע חברים און נאכדערצו מ'האט חתונה אינעם פלאץ, קען מען נישט אזוי פשוט זאגן, ס'געפעלט דיך נישט? קענסט מופן!
ניין ער קען נישט. דאס מיינט אויפגעבן אלעס אריינגערעכנט אין רוב פעלער די אייגענע פאמיליע!
און אפילו ער קען שוין יא ביישטיין האט ער א ווייב וואס רעכנט זיך פיל מער מיט איר טאטע און מאמע.

איך מיש זיך נישט אריין וואס סקווירא טוט, און יעדע זאך קען מען אנקוקן צוויי וועגן, אבער מאך עס נישט אויסזען ווי וועם עס שמעקט נישט האט אן אלטערנאטיווע.
ניין עס הערשט נישט דעמאקראטיע אין שטעטל (נישט אז אנדערע חסידות'ן שטייען פיל בעסער).

קודם כל מדארף נישט גארנישט אויפגעבן קענסט גיין קיין מאנסי און אריינקומען ווען די ווילסט . צווייטנס,יאפ ביסט גערעכט סהערשט נישט קיין דעמאקראטיע אוין שטעטל , דער עולם וויל הנהגה נישט יעדער זאל טון ככל העולה על רוחו ,דאס איז געווען די גאנצע מטרה פונעם שטעטל.. און וועגן די כלומרש'טע גרויסארטיגע טעראריזם וואס געוועלטיגט אויף די גאסן פון שטעטל ,לאמיר דיר פארציילן נייעס א גרויס חלק פון די קראנטע פאקטן האט זיך קיינמאל נישט אנגעפאנגען און גענדיגט סאיז סתם ארויסגעזויגן פון פינגער דורך עטליכע מחררי ריב , ליידער מקרב מחננו און חוץ פון די גאר גאר קראנטע מקור פון א מעשה מיט דיין קרוב פוןן צוואנציג יאר צוריק האסטע נאך גארנישט געברענגט.און וואס סאיז שוין יא דא , איז בסך הכל ווילדע בחורישע שטיקעס וואס ווערן נישט געשטיצט ביי קיין איין ערענסטע פערזאן און שטעטל..און יעצט לאמיר פרעגן עפעס אנדערש הייב אויף דיינע אויגעלעך און זאג מיר ,ביי סאטמאר איז נישט דא קיין טעראר ?? בעלז איז נישט דא ?? גער איז נישט דא ?? כאפ נאר א בליק אויף יו טוב וועסטו זעהו וואס האט זיך אפגעטון אין גער די לעצטע יאר צייט ...נישט אז דעיס בארעכטיגט די בחורישע אקטן נאר ספרעגט זיך פון זיך אליינס וואס האסטו זיך באזעצט אויף סקווירא ? ווייל דא האט דער עולם נישט קיין צוטריט צי די כלים און וועגן דעם גייט דיר קיינער נישט צוריקענפערן און אוטומאטיש בלייבסטו גערעכט ?
מיטוואך מאי 13, 2020 3:16 pm#448542
ATUB @מאך זיכער ATUB זאגסט גוט, עס פעלט אבער נישט אויס צו אוועקמאכן אנדערע. אין סאטמער איז פארהאן אסאך וואוילע אידן וואס טוען חסד פשוט צו העלפן א צווייטן, אין אזוי אין יעדע פלאץ קען מען נישט דן זיין איין יחיד וועגן אנדערע.
מיטוואך מאי 13, 2020 3:26 pm#448543
איך האב נאך נישט געטראפן קיין סקווערער חסיד וואס זיין איידעלקייט שיינט ארויס נאך דעם וואס מ'האט אים אנגעצויגן. א געווענדליכע איד, וואס האט א פריוואטע רבי צו גדול אין וועמען ער גלויבט, ווען ער הערט פון איינער וואס בארעדט זיין רבי, שווייגט און שלינגט איין. א פארטיי מענטש וועט שריין אדער מוחה זיין. זאג מיר וויאזוי א סקווערער רעאגירט אויף א שטאך צו זיין געטשקע. איך ווייס אז קוקי איז נישט קיין ראיה אויף אלע, אבער איך האב געזען אסאך פון זיי. און דאס גילט אויך ביי זייער תלמידי חכמים און גייסטישע פירערס.

איך האב נישט דוקא פיינט סקווערער חסידים, זיי זענען וויקטימס פון זייער חינוך און סאסייעטי, וואס מ'האט פארוואנדעלט אין א שוואנצעריי נאך די פטירה פון דער פריערדיגן רבי'ן. עס איז זייער שווער פאר זיי זיך ארויס צו זען דערפון, אפילו ווען זיי כאפן די פראבלעם.

אמת, עס איז דא גענוג און נאך וואס וואוינען אין סקווער און גלויבן אסאך ווייניגער אין דער רעדזשים ווי זיי מעגן אויסזאגן, און די חברה זענען א פולקאמע חלק פון די סאסייעטי און חסד שבו. אבער נישט אויף זיי טייטלט מען מיט די פינגער ווען מ'וויל זען אן איידעלע סקווערער יונגערמאן, און די קוקיס פון דער וועלט ווילן אז זיי זאלן אפפיצען פון דארט, בשעה וואס די שטאט געניסט פון זיי פונקט ווי פון אנדערע און פונקט ווי זיי געניסן פון די שטאט. איך וואלט געזאגט אז וואס מער סקווערער, וואס ווייניגער איידעל איז ער. וואס נענטער צום כסא מלכות, וואס מער איינגעגלידערט אין דער ביזנעס, וואס שנעלער ווערט זיין איידעלקייט פארשוואנדען.

גמילות חסד ווערט נישט געמאסטן מיט ארגאנזיאציעס, דער חברים וואלונטיר איז לאו דוקא די וואוילסטע איד אין ביהמ"ד. עס האט מיט א תרווה פאר אקשן, א דורשט נאך א וועג ארויס פון די טעגליכע שיעבודים, און סתם א תאווה צו זיין א טוטזיך.
מיטוואך מאי 13, 2020 3:31 pm#448544
די אשכול האט מיר דעמאנט א מעשה. אלס בחור'ל זייענדיג אמאל אין א גוטע גוסטע האב איך נאכגעמאכט א געוויסע רבי, נעמט זיך א צווייטער בחור - א חסיד פון יענעם רבי'ן - נאכמאכן מיין רבי. אין אנפאנג האב איך נישט געכאפט וואס ער וויל, אבער אויב וויל ער נאכמאכן מיין רבי זאל זיין אזוי, האב איך מיך גענומען מיטשפילן און אונז האבן צוזאמען געטריבן לצנות פון מיין רבי'ס רעדן. שוין, נאך אזא מינוט זיך נאריש מאכן האט ער שוין נישט געהאט קיין נערוון, איך בין דאך אבער נישט געווען פארטיג און אז ער האט שוין נישט געהאלטן ביים מיטשפילן מיט מיר בין איך צוריקגעגאנגען וואו איך האב געהאלטן פריער און חוזק געמאכט פון זיין רבי. דא האט ער זיך אבער גוט אויפגערעגט, ס'כמעט געגאנגען קלעפ, האב איך דעמאלטס געכאפט וואס איז פארגעגאנגען. ווען איך האב נאכגעמאכט זיין רבי האט ער עס גענומען פערזעליך צום הארצן, האט ער געוואלט מיך צוריקווייזן אז ער קען אויך חוזק מאכן פון מיין רבי. איך האב אבער בכלל נישט דאס געוואלט, כ'האב סתם געזוכט זיך אונטערצוהאלטן, גראדע איז פונקט זיין רבי געווען אויפ'ן צימבל. ער האט געמיינט אז ער טוט מיך אפ מיט'ן נאכמאכן מיין רבי, פונקט קאפויער, ער האט מיר נאר צוגעגעבן נאך שטאף.

אין באצוג צו אונזער פארדרייטע אשכול. די ציל פונעם אשכול עפענער איז אינגאנצן נישט געווען אראפצוקלאפן סקווירא קודש, ער האט פשוט געהערט פון א מעשה מיט א ל"ג בעומר טרעקל און געטראפן דערין א געלעגענהייט ארויסצוברענגען די היפאקריסי פונעם חסידישן געזעלשאפט. גראדע איז פונקט יעצט די גורל געפאלן אויף סקווירא, און איך בין זיכער אז ווען עטץ וועטס זוכן צווישן זיינע הודעות וועלן ענק קענען טרעפן די זעלבע סארט טענות אויף זיין אייגענע רבי אויך. עטץ מיינטסט אז ענק טוען איהם אפ מיט'ן אנווייזן אויף זיין רבי'ס היפאקריסי, אדרבה, עטץ גיבטס איהם נאך צו מער סחורה.
מיטוואך מאי 13, 2020 3:31 pm#448545
Re: די סקווערער ל"ג-בעומר הדלקה אויף א טרעקל
שטארקע חסיד האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:
שטארקע חסיד האט געשריבן:צווייטנס מ'צווינגט נישט קיינעם צו זיין דארטן וועם סגעפעלט נישט די הנהגה קען זיך אויפהייבן און גיין ..קיינער שטערט נישט
און פארוואס איז מען אזוי העפי ,סארי איך האב נישט פארשטאנען דיין שאלה ,זיי מסביר.

דעס איז שוין אן אלטע מופרכ'דיגע ענטפער.

למעשה אז מ'וואקסט אויף אלע יארן אין א פלאץ מיט די זעלבע חברים און נאכדערצו מ'האט חתונה אינעם פלאץ, קען מען נישט אזוי פשוט זאגן, ס'געפעלט דיך נישט? קענסט מופן!
ניין ער קען נישט. דאס מיינט אויפגעבן אלעס אריינגערעכנט אין רוב פעלער די אייגענע פאמיליע!
און אפילו ער קען שוין יא ביישטיין האט ער א ווייב וואס רעכנט זיך פיל מער מיט איר טאטע און מאמע.

איך מיש זיך נישט אריין וואס סקווירא טוט, און יעדע זאך קען מען אנקוקן צוויי וועגן, אבער מאך עס נישט אויסזען ווי וועם עס שמעקט נישט האט אן אלטערנאטיווע.
ניין עס הערשט נישט דעמאקראטיע אין שטעטל (נישט אז אנדערע חסידות'ן שטייען פיל בעסער).

קודם כל מדארף נישט גארנישט אויפגעבן קענסט גיין קיין מאנסי און אריינקומען ווען די ווילסט . צווייטנס,יאפ ביסט גערעכט סהערשט נישט קיין דעמאקראטיע אוין שטעטל , דער עולם וויל הנהגה נישט יעדער זאל טון ככל העולה על רוחו ,דאס איז געווען די גאנצע מטרה פונעם שטעטל.. און וועגן די כלומרש'טע גרויסארטיגע טעראריזם וואס געוועלטיגט אויף די גאסן פון שטעטל ,לאמיר דיר פארציילן נייעס א גרויס חלק פון די קראנטע פאקטן האט זיך קיינמאל נישט אנגעפאנגען און גענדיגט סאיז סתם ארויסגעזויגן פון פינגער דורך עטליכע מחררי ריב , ליידער מקרב מחננו און חוץ פון די גאר גאר קראנטע מקור פון א מעשה מיט דיין קרוב פוןן צוואנציג יאר צוריק האסטע נאך גארנישט געברענגט.און וואס סאיז שוין יא דא , איז בסך הכל ווילדע בחורישע שטיקעס וואס ווערן נישט געשטיצט ביי קיין איין ערענסטע פערזאן און שטעטל..און יעצט לאמיר פרעגן עפעס אנדערש הייב אויף דיינע אויגעלעך און זאג מיר ,ביי סאטמאר איז נישט דא קיין טעראר ?? בעלז איז נישט דא ?? גער איז נישט דא ?? כאפ נאר א בליק אויף יו טוב וועסטו זעהו וואס האט זיך אפגעטון אין גער די לעצטע יאר צייט ...נישט אז דעיס בארעכטיגט די בחורישע אקטן נאר ספרעגט זיך פון זיך אליינס וואס האסטו זיך באזעצט אויף סקווירא ? ווייל דא האט דער עולם נישט קיין צוטריט צי די כלים און וועגן דעם גייט דיר קיינער נישט צוריקענפערן און אוטומאטיש בלייבסטו גערעכט ?
איך האב נישט געשריבן וועגן טעראר און איך קלאר געשטעלט אז לאו דוקא אנדערע זענען בעסער.
אבער צו זאגן קענסט מופן איז נישט קיין שכל'דיגע טענה.

דעס אז מ'קען גיין קיין מאנסי "און אריינקומען ווען מ'וויל" דאס פארענטפערט נאכנישט ווי שווער עס איז דאס ארויסגיין מטעם די משפחה - ווייב, טאטע, מאמע, שווער, שוויגער, און חברים, זייער ווייניג וועלן טאקע מסכים זיין אז זייער זון זאל ארויסגיין און "צוריקקומען ווען ער וויל".
מיטוואך מאי 13, 2020 3:31 pm#448546
איינער וואס וויל באמת וויסן די אמת, דארף קומען קיין סקווירא שטעטל, כאטש אויף א שבת, און זען פון די נאנט א רבי, מיט חסידים, וואס שטימט גארנישט מיט די אלע לעגענדעס וואס מ'רעדט דא.
ס'איז פארהאנען איין כלל אין שטעטל סקווער, ווילאנג דו ביסט נישט קיין פורש מן הציבור, דו שטערסט נישט די כלל, קענסטו עסן שעטנז און קייען כלאיים. און טאמער ביסטו יא קעגן די רבים, ביזטו זיך אליין שולדיג, און ס'איז א פשוטע זאך אז די רבים זענען מיט'ן רבי'ן, און דער רבי איז מיט'ן רבים. דער רבי האט נאך גארנישט געטוישט פאר זיך, אויב ער האט עפעס געטוישט איז עס נאר פאר די רבים. ווי איינע פון די זאכן איז בהמה פלייש, וואס מ'האט ווייט נישט געהאלטן דערפון, אבער צוליב די צורך הרבים פאר די געזונט, האט מען עס אריינגעברענגט צום פארקויפן, אבער דער רבי אליינס עסט נישט קיין שחיטה אפילו 'מיט' ח''י טריפות גע'בודק'ט. כאטש זיין טאטע האט יא.
צו קענען דעם סקווערן רבי'ן, איז ווייט נישט מעגליך, ווייל כמעט וואס ער רעדט נישט, און וואס ער וויל איז שלום, אבער איינער וואס איז א פורש מן הציבור, א מסרב לבי''ד, ספעציעל א מסור, און א מחוצף פאר די דיינים ובני תורה, איז פונקט פארקערט, אז ער איז דעמאלטס זייער שארף.
דער סקווערע רבי איז אפען פאר יעדן, אויסער א מסור און א מסרב לבי''ד - אפילו ער הייסט הרבני הנגיד, צו תלמיד חכם מופלג, א מסור און א מסרב זענען די איינציגע וואס זענען אויסגעשפיגן, און ס'נישטא דער נברא וואס האט געהערט פון זיין מויל א ווארט צו מצער זיין איינעם - אפילו א גוי - אויסער די סיבה פון שטערן דעם רבים.

איך האב נאכנישט געהערט פון קיין איין גאסט, אז ער האט געהאט שלעכטע עקספיריענס מיט סקווער, אויסער יענע געסט וואס האבן אמאל געוואוינט דא, און קומען אלץ צוריק לעקן די טעפ אין חדר שני, און זיך באמאכן נאכדעם אלץ שקויעך...
מיטוואך מאי 13, 2020 3:39 pm#448548
Re: די סקווערער ל"ג-בעומר הדלקה אויף א טרעקל
איך בין געווען צוגאסט א שיינע פאר מאל אין סקווירא.

חוץ פון דעם וואס ווען די עפענסט די טיר פון סמעדריש האסטו א ערך פון 70 פאר אויגן זיך אויסדרייען און נאכשפיאנירן דעם פרעמדן, און די קולות פון די פלאסטישע "דאפלטע" בענקלעך איז נישט ממש דא וואס צו קונה זיין.

די פונקטליך אויפן ווארט וויינעדיגע מוסף יעדע וואך?
אפשר די פילצאליגע דיפס ביי ש"ס.....
מיטוואך מאי 13, 2020 3:41 pm#448550
Re: די סקווערער ל"ג-בעומר הדלקה אויף א טרעקל
איין זאך קען מען זאגן מיט א שטארקייט אויף סקווירא, זיי האבן געהאט עסקנים וואס קיינער האט נישט, א שטייגער ווי ר' אברהם משה זילבערמאן......
מיטוואך מאי 13, 2020 3:47 pm#448551
הייסט'ס עסן כלאים איז נישט קיין פראבלעם, נאר 'שטערן' די רבים איז יא. שיין.

די פראבלעם איז אז דער 'רבים' האט איבערגענומן די יחיד. פארוואס שטער איך דער רבים ווען איך לערן משניות פאר'ן דאווענען אנשטאטס זאגן תהלים? זאג נישט אליהו הנביא וכדו', עס איז נישט די נושא. וויאזוי שטערט דער מענטש דער רבים מיט דעם? ווען איינער איז מיד און ער בלייבט אין שטוב בשעת'ן טיש, וועמען שטערט ער? ווער האט געליטן פון אים?

איינער האט זיך אפגערעדט צו זיין רבי'ן "יעדער טרעט אויף מיר"
"שפרייט זיך נישט אזויפיל אויס, וועט מען נישט טרעטן אוי דיר".

און איך האב יא געהערט פון מענטשן וואס זענען געווען צו גאסט אין סקווער און זיי האבען עס נישט ליעב געהאט. עס איז זייער נישט פריינדליך געווען און זייער נישט צוגעשטעלט. און דא רעדט מען פון איין מענטש וואס איז פשוט געסטארנדעט געווען, נישט איינער וואס האט געזוכט אקשן אויף יענעמ'ס חשבון. אן אנדערע איז א פרוי פון א דייטשע איד וואס איז געווארען א סקווערער. אנדערע חברים זענען געואורן 'סטאק' א פאר מינוט פאר שקיעה הושע"ר אין מאנרא, און זיי פארציילן נאך היינט, צוואנציג יאר שפעטער, פון די געשמאקער יו"ט ביי א ברסלב'ער שטיבל אין מאנרא.
מיטוואך מאי 13, 2020 4:07 pm#448554
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הייסט'ס עסן כלאים איז נישט קיין פראבלעם, נאר 'שטערן' די רבים איז יא. שיין.

איינער האט געזאגט אז סאיז נישט קיין פראבלעם? נאר ווילאנג סשטערט נישט קיינעם קריכט קיינער נישט אריין אין דיינע קישקעס
און סאיז אלעמאל דא מענטשן וואס קוקן נעגעטיוו אויף די גאנצע וועלט חוץ אויף זיך און ביידעוועי קיינער האט נישט געזאגט אז אין סאטמאר אדער אנדערע פלעצער איז נישט גוט ,פארקערט איך געדענק נאך מיין שבת אין קרית יואל ,סאיז געווען א שבת וואס די רבי איז געווען אין פרעשבורג, און איך בין מלא פאזעטיווע זכרונות ,די פריינדליכקייט און היימישקייט איז געווען מוראדיג די הכנסת אורחים ספעציעל
יעצט צום פוינט ווען די קומסט נישט צום טיש גייט עס קיינעם נישט אן ! ווען די מאכט א קומזיץ אדער באטע בשעת'ן טיש יא !
מיטוואך מאי 13, 2020 4:16 pm#448555
יין שרף האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך בין שוין אין גאנצן צומישט.

סקווער האט ריכטיג געטון מיט'ן אנגיסן שמוציגע וואסער אויף א מענטש? אדער האבען זיי ריכטיג געטון מיט'ן נישט אנגיסן?

דער אמת איז, איך בין חושד אז עס איז געווען פפסי, נאר בערל האט רחמנות געהאט אויף סקווער און נישט געוואלט מגלה זיין קלונם ברבים אז עס איז דא ביי זייערע שמחות פפסי, האט ער עס מגייר געווען (און געמל'ט) און געמאכט דערפון מים חיים.

אז בערל האט גע'מל'עט די באטל, אוודאי האט עס אים אנגעשפריצט

יין שרף: דו האסט מיך געמאכט לאכן. נאך מער ווי דער ריסייקל'טער שקד/מ.ל. ליטוואק פון בודאפעסט האט מיר אויסגעכאפט די שטארקע קשיא.דא זאגט שקד אז ס'איז גוט אז די חשוב'ע כלבים פונ'ם רעבע שליט"ע האבן איהם און מיך אנגעשפריצט. און דא לייקנט ער שטיין און ביין. להד"מ. דאס דערמאנט מיך א מעשה. פון דער אלטער העים. א אידענע האט געפאדערט ביי איהר שכנ'טע אז זי זאלל איהר צוריקגעבן דעם טאפ וואס זי האט געבארגט פון איהר. זאגט זי. ערשטנס האביך קיינמאל נישט געבארגט קיין טאפ ביי דיר. צווייטנס. כ'האב עס שוין לאנג צוריקגעגעבן...!

איך האב רחמנות אויף דעם צודרייטן. ער ווערט ללעג ולקלס בפני קהל ועדה. ווען ער האט א ביסל שכל וואלט ער געזאגט. אמת טאקע. איך האב ליעב סקווירא. און דעם רעבע. אבער איך בין נישט סקווירא. און איך בין נישט מחוייב צו פארענטפערן דעם רעבע. האסט טענות? גיי רעד צו איהם...! לאל...!
מיטוואך מאי 13, 2020 4:30 pm#448556
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הייסט'ס עסן כלאים איז נישט קיין פראבלעם, נאר 'שטערן' די רבים איז יא. שיין.

די פראבלעם איז אז דער 'רבים' האט איבערגענומן די יחיד. פארוואס שטער איך דער רבים ווען איך לערן משניות פאר'ן דאווענען אנשטאטס זאגן תהלים? זאג נישט אליהו הנביא וכדו', עס איז נישט די נושא. וויאזוי שטערט דער מענטש דער רבים מיט דעם? ווען איינער איז מיד און ער בלייבט אין שטוב בשעת'ן טיש, וועמען שטערט ער? ווער האט געליטן פון אים?

איינער האט זיך אפגערעדט צו זיין רבי'ן "יעדער טרעט אויף מיר"
"שפרייט זיך נישט אזויפיל אויס, וועט מען נישט טרעטן אוי דיר".

און איך האב יא געהערט פון מענטשן וואס זענען געווען צו גאסט אין סקווער און זיי האבען עס נישט ליעב געהאט. עס איז זייער נישט פריינדליך געווען און זייער נישט צוגעשטעלט. און דא רעדט מען פון איין מענטש וואס איז פשוט געסטארנדעט געווען, נישט איינער וואס האט געזוכט אקשן אויף יענעמ'ס חשבון. אן אנדערע איז א פרוי פון א דייטשע איד וואס איז געווארען א סקווערער. אנדערע חברים זענען געואורן 'סטאק' א פאר מינוט פאר שקיעה הושע"ר אין מאנרא, און זיי פארציילן נאך היינט, צוואנציג יאר שפעטער, פון די געשמאקער יו"ט ביי א ברסלב'ער שטיבל אין מאנרא.

ליטוואק פון בודאפעסט: בדידי הוה עובדא.ווען איך בין אמאל געווען אין סקווער פאר א שבת ביי א משפחה שמחה. שבת אינדערפריה. אזוי ווי מ'שטעלט זיך דאך שפעט דאווענען. ביניך געגאנגען אין ביהמ"ד מיט מיינע קינדער. און גענומען א גמ' מסכת שבת (לידיעת הרב שמעקעדיג שליט"א. א גוטן זיכרון. ניין. וועלכן דף געדענק איך שוין נישט.) און גענומען לערנען. פלוצלינג קומט צו א חשוב'ער יונגערמאן (א סקווירא חסיד) און בייגט זיך אריין אינמיטן טיש. אין מיין פנים אריין. א מינוט ארום קומט צו נאך א יונגערמאן און טוט די זעלבע. נאך א מינוט. קומט צו א דריטער. און בייגט זיך אויך אריין אין מיין פנים. האביך פארמאכט די גמרא. און געזאגט פאר מיינע קינדער.."אונז טוען עפעס ראנג" (שלא לפי מנהגי המקום.). אבער וואס קענמען טון שלעכט ווען מ'לערנט גמרא...?! דאמאלס האביך באמערקט אז די גאנצע עולם זאגט תהילים. אבער נישט אזוי ווי אלע אנדערע קהילות בישראל וואו ס'דא א בעל תפילה ביים עמוד. נאר דא שפאצירט א יעדער ארום. און מ'האלט א תהילים אין די האנט...!
מיטוואך מאי 13, 2020 4:42 pm#448558
berlbalaguleh האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך בין שוין אין גאנצן צומישט.

סקווער האט ריכטיג געטון מיט'ן אנגיסן שמוציגע וואסער אויף א מענטש? אדער האבען זיי ריכטיג געטון מיט'ן נישט אנגיסן?

דער אמת איז, איך בין חושד אז עס איז געווען פפסי, נאר בערל האט רחמנות געהאט אויף סקווער און נישט געוואלט מגלה זיין קלונם ברבים אז עס איז דא ביי זייערע שמחות פפסי, האט ער עס מגייר געווען (און געמל'ט) און געמאכט דערפון מים חיים.

אז בערל האט גע'מל'עט די באטל, אוודאי האט עס אים אנגעשפריצט

יין שרף: דו האסט מיך געמאכט לאכן. נאך מער ווי דער ריסייקל'טער שקד/מ.ל. ליטוואק פון בודאפעסט האט מיר אויסגעכאפט די שטארקע קשיא.דא זאגט שקד אז ס'איז גוט אז די חשוב'ע כלבים פונ'ם רעבע שליט"ע האבן איהם און מיך אנגעשפריצט. און דא לייקנט ער שטיין און ביין. להד"מ. דאס דערמאנט מיך א מעשה. פון דער אלטער העים. א אידענע האט געפאדערט ביי איהר שכנ'טע אז זי זאלל איהר צוריקגעבן דעם טאפ וואס זי האט געבארגט פון איהר. זאגט זי. ערשטנס האביך קיינמאל נישט געבארגט קיין טאפ ביי דיר. צווייטנס. כ'האב עס שוין לאנג צוריקגעגעבן...!

איך האב רחמנות אויף דעם צודרייטן. ער ווערט ללעג ולקלס בפני קהל ועדה. ווען ער האט א ביסל שכל וואלט ער געזאגט. אמת טאקע. איך האב ליעב סקווירא. און דעם רעבע. אבער איך בין נישט סקווירא. און איך בין נישט מחוייב צו פארענטפערן דעם רעבע. האסט טענות? גיי רעד צו איהם...! לאל...!

ביסט 100 פראצענט גערעכט איך בין נישט מחויב צי פארענפערן קיינעם .אבער מקען אראפגיין פון זינען פון הערן זינלאזע שקרים פון מעשיות וואס הייבן זיך נישט אן און לאזן זיך נישט אויס און פון פעלער פון פלעצער וואס איך בין געווען דערביי און די מעשה איז קיינמאל נישט פארגעקומען , סאו סארי. וואס איז אמת איז אמת און איך גיי עס נישט לייקענען אבער וואס איז נישט אמת איז א שאד די עולם זאל לעבן און א טעות
מיטוואך מאי 13, 2020 4:50 pm#448559
מיין באקאנטע וואס האט געדארפט וויילן א שבת אין סקווער ווייל זיין קאר איז צובראכן געווארן אויפ'ן וועג קיין מאנסי, האט מיר געזאגט וואס ער האט באקומען פאר'ן נישט זיין אינטרעסירט אין א טיש. יענער האט קיין בייזע כוונות געהאט, ער איז א ספרדישע\תימנ'ער וואס זעט אויס ווי א ישיבישער, וואס האט פון גארנישט געוואוסט, און ער האט באקומען פאר דעם.

און איך ווייס נישט פארוואס א באטע איז יא א 'שטער'. קיינער איז נישט געצוואונגן צו קומען אהין.
מיטוואך מאי 13, 2020 4:52 pm#448560
שטארקע חסיד: אבער די מעשה וואס איך האב פארציילט איז 100% אמת. איך בין דארט געווען...!

איך האלט נישט דעם רבי'ן אחראי אויף דעם וואס איז געשעהן. אבער מיין קשיא איז. פארוואס דארף א מענטש ארויפגיין אויף א שווארצע ליסט. ווייל ער גייט אמאל אויך צו א צווייטן רבי'ן...?!
מיטוואך מאי 13, 2020 5:29 pm#448563
יונגערמאנטשיקל, דיר ברענט די מאגן, ווייל דו ביסט א אויסגעשפיגענע שרץ. האסטעך ארויסגעמופט, און האסט געמיינט אז סעטער גוט זיין.
ווייסטו נישט אז א שטונקעדיגע פייגל האט גארנישט פון אוועקפליען ווייל ער ברויך זיך אפווישן נישט אוועקפליען און צוריקקומען
מיטוואך מאי 13, 2020 6:21 pm#448565
שקד האט געשריבן:יונגערמאנטשיקל, דיר ברענט די מאגן, ווייל דו ביסט א אויסגעשפיגענע שרץ. האסטעך ארויסגעמופט, און האסט געמיינט אז סעטער גוט זיין.
ווייסטו נישט אז א שטונקעדיגע פייגל האט גארנישט פון אוועקפליען ווייל ער ברויך זיך אפווישן נישט אוועקפליען און צוריקקומען

שקד איז אויסגעשפארט געווארן צוליב דער תגובה.
מיטוואך מאי 13, 2020 6:24 pm#448567
berlbalaguleh האט געשריבן:שטארקע חסיד: אבער די מעשה וואס איך האב פארציילט איז 100% אמת. איך בין דארט געווען...!

איך האלט נישט דעם רבי'ן אחראי אויף דעם וואס איז געשעהן. אבער מיין קשיא איז. פארוואס דארף א מענטש ארויפגיין אויף א שווארצע ליסט. ווייל ער גייט אמאל אויך צו א צווייטן רבי'ן...?!

איך וויש מיך אפ די נאז און איך גיי ווייטער און ער גייט נישט ארויף אויף קיין שום שווארצע ליסט
מיטוואך מאי 13, 2020 6:29 pm#448568
פארוואס דארפסטו ווישן דער נאז? וואס האט ער דיר געטון?
מיטוואך מאי 13, 2020 6:32 pm#448570
berlbalaguleh האט געשריבן:שטארקע חסיד: אבער די מעשה וואס איך האב פארציילט איז 100% אמת. איך בין דארט געווען...!

איך האלט נישט דעם רבי'ן אחראי אויף דעם וואס איז געשעהן. אבער מיין קשיא איז. פארוואס דארף א מענטש ארויפגיין אויף א שווארצע ליסט. ווייל ער גייט אמאל אויך צו א צווייטן רבי'ן...?!

איך וויש מיך אפ די נאז און איך גיי ווייטער און ער גייט נישט ארויף אויף קיין שום שווארצע ליסט
תכלית ,איך בין נישט דא צי פארטיידיגן סאו איך ווייס נישט
מיטוואך מאי 13, 2020 9:03 pm#448574
ס'וואונדערט מיר די טענה פון "רוב עולם וויל ס'זאל זיין אזוי וכו"
האט מען שוין אמאל געמאכט וואלן צו עס זאל זיין נאך א מנין שבת ? אויב נישט, פארוואס נישט ???!
מיטוואך מאי 13, 2020 9:05 pm#448575
Re: די סקווערער ל"ג-בעומר הדלקה אויף א טרעקל
פשוט ווייל מגייט שלאפן שפעט לכאורה וויל מען נישט אויפשטיין פרי
דאנערשטאג מאי 14, 2020 10:37 am#448595
Re: די סקווערער ל"ג-בעומר הדלקה אויף א טרעקל
ליב צו וויסן האט געשריבן:ס'וואונדערט מיר די טענה פון "רוב עולם וויל ס'זאל זיין אזוי וכו"
האט מען שוין אמאל געמאכט וואלן צו עס זאל זיין נאך א מנין שבת ? אויב נישט, פארוואס נישט ???!
יא, די לעצטע פאר וואכן האט מען געמאכט וואלן, און איבער 90% האבן געוואט צו דאווענען שפעט.
דאנערשטאג מאי 14, 2020 11:55 am#448598
ממש ווי קארטאפעל. מ'לייגט איינס אינדערערד, און עס קומן צוויי צוריק.
דאנערשטאג מאי 14, 2020 1:14 pm#448602
שטארקע חסיד האט געשריבן:פשוט ווייל מגייט שלאפן שפעט לכאורה וויל מען נישט אויפשטיין פרי

יעדער ווייסט אז ס'איז פאראן מערערע וואס ווילן נאך מנינים (צייט, פלאץ, אויסציען וכו'), נו, פארוואס נישט מאכן וואלן ? (דאס איז שוין נניח אז די רוב האט א כח צו זאגן ווי דער יחיד זאל דאווענען...) איז מעגליך אז מען רעכנט זיך בכלל "נישט" מיט טובת הציבור ?
דאנערשטאג מאי 14, 2020 10:38 pm#448648
סדרן האט געשריבן:
שקד האט געשריבן:יונגערמאנטשיקל, דיר ברענט די מאגן, ווייל דו ביסט א אויסגעשפיגענע שרץ. האסטעך ארויסגעמופט, און האסט געמיינט אז סעטער גוט זיין.
ווייסטו נישט אז א שטונקעדיגע פייגל האט גארנישט פון אוועקפליען ווייל ער ברויך זיך אפווישן נישט אוועקפליען און צוריקקומען

שקד איז אויסגעשפארט געווארן צוליב דער תגובה.
ער האט מיך נישט געמיינט, איך בין אינגערמאנטשיקל מיט אן אל"ף... אבער איך פארשטיי באמת נישט פארוואס שקד ווערט אויסגעשלאסן פונעם שטיבל צוליב דער תגובה. ער איז א טראלל אדער א שוואנץ אדער גאר ביידע, אבער דער ספעציפישע תגובה איז 'ניט געפארלעך'.

לדעתי הענייה והקטנה. גר ותושב אנוכי פה, אבער א רעכט האב איך.
פרייטאג מאי 15, 2020 5:33 am#448663
ליב צו וויסן האט געשריבן:
שטארקע חסיד האט געשריבן:פשוט ווייל מגייט שלאפן שפעט לכאורה וויל מען נישט אויפשטיין פרי

יעדער ווייסט אז ס'איז פאראן מערערע וואס ווילן נאך מנינים (צייט, פלאץ, אויסציען וכו'), נו, פארוואס נישט מאכן וואלן ? (דאס איז שוין נניח אז די רוב האט א כח צו זאגן ווי דער יחיד זאל דאווענען...) איז מעגליך אז מען רעכנט זיך בכלל "נישט" מיט טובת הציבור ?

ליעב צו וויסן: דאס איז נישט נאר א מעגליכקייט. נאר א פאקט.

מילא, ווען די שטעטל האטציך געגרינדעט האט די אלטע רבי זצ"ל געמאכט אזא תקנה. אז ס'זאלל נאר זיין איין מנין. און מ'זאלל דאווענען אויף איין פלאץ. ווייל די איינוואוינערס זענען געווען מתי מעט. און די רבי האט אריינגעלייגט א סאך כוחות און געלט צו גרינדן דאס שטעטל. אויב ס'וואלט דאמאלס געקומען נאך א רעביש אייניקל. צוערשט אלס גאסט אויף שבת. און נאכדעם זיך באזעצט אין שטעטל. און דערנאך א צווייטער. און א דריטער וכו'. וואלט א יעדער געמאכט שבת פאר זיך. און קיינער וואלט נישט געהאט קיין מנין. און ס'וואלט נאר געווען פירוד לבבות. האט די רבי זי"ע געמאכט א תקנה אז ס'קען נאר זיין איין מנין אין שטעטל. משא"כ היינט. ווען ס'איז מקויים געווארן דער פסוק כי הרחיב לנו בארץ. די שטעטל איז זיך ב"ה צו וואקסן, בליעה"ר. און מ'קען זיך ערלויבן צו מאכן מערערע מניינים. וואלט די רבי שליט"א זיכער געמעגט דאס צו ערלויבן. ער וואלט נאכאלץ געהאט א גרויסן מניין שבת אינדערפריה. ווייל ס'איז נאכאלץ דא א גרויסער עולם וואס ווילל דאווענען מיט'ן רבי. אויך ווייל דער טיש ענדיגט זיך שפעט. נאר ווער ס'ווילל טון אנדערש זאלל האבן די מעגליכקייט דאס צו טון. ער קען ממנה זיין איינעם אדער 2 פון זיינע זין שליט"ע הרה"צ אין עטליכע בתי מדרשים. און די זמני התפילה זאללן זיין לויט ווי דער עולם ווילל..!
פרייטאג מאי 15, 2020 5:35 am#448664
Re: די סקווערער ל"ג-בעומר הדלקה אויף א טרעקל
לעטס גא טראג עס אן ..
פרייטאג מאי 15, 2020 5:39 am#448665
שטארקע חסיד: לאמיר גיין צוזאמען...לאל...!
פרייטאג מאי 15, 2020 5:41 am#448666
די סקווערער ל"ג-בעומר הדלקה אויף א טרעקל
שרייב אן אפענע בריוו כמנהג חצר הקודש קאווע שטיבל בנשיאות כ״ק אדמו״ר מקאווע קופקע
שליט״א
פרייטאג מאי 15, 2020 6:06 am#448667
שטארקע חסיד: מצד השני. כ'האב עס אין די לינקע פיאה.ווען ס'וועט ווערן א מציאות וועלל איך מיך אוודאי שטארק פרייען. אבער ביזערווייל, האביך אנדערע דאגות. וויאזוי צו באצאללן רענט, גראסערי,קאר, אינשורענס וכו'...!

איך בין נישט קיין עסקן...אפשר ביסטו...?!