Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » די סקווערער ל"ג-בעומר הדלקה אויף א טרעקל

די סקווערער ל"ג-בעומר הדלקה אויף א טרעקל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
120 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 135 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #13812
דאנערשטאג מאי 07, 2020 7:08 pm#448036
די סקווערער ל"ג-בעומר הדלקה אויף א טרעקל
אין סקווערער שטעטל גרייט מען זיך צום גרויסן יו"ט ל"ג בעומר וואס גייט פארקומען דעם קומענדיגן דינסטאג. צוליב דעם יעצטיגן מצב פארשטייט דאך יעדער אז מ'קען נישט מאכן א מאסן-הדלקה, ווי עס איז מנהג סקווער, און פשוט נישט מקיים זיין א מנהג איז אוודאי נישט שייך, כידוע די גרויסע קפידה אין סקווער אנצוהאלטן אלע מנהגים, איז מען אויפגעקומען אז דער רבי וועט פראווען די הדלקה מיט א מנין מצומצם, און דערנאך וועט די הדלקה ארומפארן אויף א טרעקל אין שטעטל.

ווארשיינליך וועט זיין א סקעדזשועל ווען גענוי די הדלקה וועט אנקומען צו יעדער גאס, און די דארטיגע איינוואוינער וועלן קענען טאנצן בר יוחאי ארום דער הדלקה.

מ'קען זיך פארשטעלן וויפיל כוחות און שעפערישקייט עס איז אריינגעגאנגען מסדר צו זיין א הדלקה אויף א טרעקל, און אוודאי איז דאס פארשטענדליך ווייל מ'רעדט פון אזא גרויסן פראבלעם ווי א מנהג הדלקה וואס איז דאך בכלל נישט שייך אויפצוגעבן.

די קאמישע זאך אבער איז אז אין סקווער איז קיינמאל נישט פארגעקומען א הדלקה, און דער פריערדיגער רבי האט בכלל נישט געטון אזא זאך. דער היינטיגער רבי, וועמענ'ס מהלך אין עבודת ה' איז אז ער רירט זיך נישט קיין זיז כלשהו פון זיין טאטן, האט אליין מחדש געווען דעם מנהג הדלקה.

אבער וויאזוי איז מען מחדש א נייעם מנהג, ווען דער מושג פון מחדש זיין נייע מנהגים איז אין סקווער ממש ס'ארגסטע? איז דער רבי אויפגעקומען מיט א פארטל. אין יאר תשע"ו האט ער געמאלדן אז מ'גייט מאכן א צוזאמענקום אום ל"ג בעומר צו מעורר זיין אויף "נסיונות הדור" פון טעכנאלאגיע, און דערצו וועט מען צושטעלן א הדלקה. מ'האט עס געמאכט כאילו אן איינמאליגע זאך צו מעורר זיין אויף אן ענין.

איינמאל די הדלקה איז שוין אריין אינעם סיסטעם, קען מען עס שוין טון נאכאמאל, און איינמאל מ'טוט עס נאכאמאל ווערט עס שוין א יערליכער מנהג. און היי-יאר, בלויז פיר נאך דער ערשטער הדלקה אין סקווער, מוז מען שוין ערפינדן א טרעקל וואס פירט ארום די הדלקה אין שטעטל, ווייל אנדערש קען א ל"ג בעומר נישט זיין...

אז נעקסטע יאר וועט דער לאקאלער סופערווייזער נישט לאזן מאכן א הדלקה, וועט דאס זיין נאך א מציצה בפה פרשה. ס'טייטש, מ'לאזט אונז נישט האלטן אידישקייט!

מאנכע מיינען צומאל אז עס נעמט הונדערטער יארן, אדער כאטש צענדליגער יארן, ביז א מנהג ווערט א חק ולא יעבור. סקווער לערנט אונז אז א גענצליך נייער מנהג דארף נישט מער ווי פיר יאר ביז ס'ווערט א חלק פון אידישקייט.
דאנערשטאג מאי 07, 2020 7:33 pm#448043
ממש געטראכט די זעלבע מחשבה.
דאנערשטאג מאי 07, 2020 7:55 pm#448054
זייער ריכטיג אויפגעמערקט, דאס אבסורד שרייט ביז'ן הימל. אויף מצוות דאורייתא און הלכות אין שולחן ערוך מאכט מען נישט אזא עסק ווי נארישע מנהגים וואס האבן נישט קיין שום פשט. פארוואס פארט נישט ארום א טראק צו ליינען אין די תורה אויף יעדע גאס, מ'קען עפעס אויסארבעטן עפ''י הלכה אויב מ'וויל. דאס איז סתם אזא לאנגווייליגע מצוה איז נישט אינטערעסאנט צו מאכן א עסק אבער הדלקה איז דאך שוין גאר מיסטיש, מיט ר' שמעונ'ען (האלא דו האסט געקענט דעם ר' שמעונ'ען אפשר? וואטש פאר דו רעדסט אזוי), קבלה, פייער, דאס איז א גאר דראמאטישע פאסירונג וואס מען קען זיך נישט ערלויבן צו איבערהיפן. הגם לדעתי איז דער עפעקט פון א קליינעם פייער אויף א טראק בכלל נישט דומה און טוט גאר אוועקמאכן דעם עיקר מעכטיגקייט פון דעם מעמד הגדול, נאר אולי האבן זיי מורא מ'וועט זיך צוגעוואוינען צו א יאר אן די מיסטישע עפעקטן וועט זיך שוין נישט לוינען.

די זעלבע טענה קען מען האבן אויף די מאדנע ביימער טרעקלעך צו מאכן די ברכה ווען עס איז א שטארקע חשש ברכה לבטלה ביים זען די נעבעכדיגע איינגעדארטע אויסגעריסענע ביימעלעך אויפ'ן זיץ פון א טראק. פרומע אידן האבן באלד געוואלט שרייען אויף דעם אפיקורס וואס רעדסטו דא פון שיינקייט אזא נידריגע זאך, שקר החן והבל היופי, נאר די ווערטער זענען זיי געבליבן שטעקן אויפן צונג זיך כאפנדיג אז מען זאגט בריות טובות ואילנות טובות ליהנות בהם בני אדם.

אין אוצר החכמה האט איינער פארגעשלאגן ארומצופארן מיט א עלעפאנט און א מאלפע און א כושי וגיחור צו קענען מאכן אויף יעדן באזונדער די הייליגע ברכה פון משנה הבריות. אנדערע האבן געטראכט ארופצולייגן ר' חיים אויפן טראק צו מאכן די ברכה פון שחלק מחכמתו. אפשר קען מען ארויפלייגן א מקוה אויפן טראק און יעדן אנשפריצן? דער משוגעת פאר פאטענטן מיט מקוה עד כדי כך ביז אויסנוצן קריטישע שתדלנות כדי איינצושטעלן א האלב כשר'ע מקוה אין תפיסה איז מורא'דיג מאדנע נעמענדיג אין באטראכט אז קיינמאל אין אידישע הלכה און היסטאריע געפינען מיר נישט אז עס זאל זיין אזא זאך ווי גיין אין מקוה יעדן טאג עד שבאו החסידים. ניטאמאל א בעל קרי דארף עפ''י הלכה גיין און רוב גדולי ישראל זענען נישט געגאנגען אפילו דעמאלטס.

נאר אזויווי דער מנהגים געלויף ווערט גאר שנעל פארוואנדלט אין עיקרי היהדות מוז מען פארנאטירן בעוד מועד אז דער הייליגער ווערדאנער רבי זי''ע וואס איז לעצטנס אוועק איז אין די יעצטיגע טעג פון אייר תש''פ א אומבאקאנטער מענטש פון וועם גאר ווייניג האבן בכלל אמאל געהערט. פון באשרייבונגען אין די צייטונגען זעט אויס אז ער איז אויפן וועג צו ווערן א גרויסער בעל מופת אויפן שטייגער פונעם ריבניצער (וואס בחייו האבן אויך גאר ווייניג געהערט פון אים און אין זיין שטוב האבן זיך געדרייט בלויז מאדנע פארשוינען און בעלי דמיון וואס האבן געזען מופתים אין יעדן שטויבל אויפן וואנט), דעריבער ווען מען וועט מאכן די פרעס מאלצייטן און טראקס פארן קערעסטירער און דעם ווערדאנער זאל מען וויסן אז יעצט איז דאס נאכנישט געווען.
דאנערשטאג מאי 07, 2020 8:01 pm#448057
העניך האט געשריבן:
אבער וויאזוי איז מען מחדש א נייעם מנהג, ווען דער מושג פון מחדש זיין נייע מנהגים איז אין סקווער ממש ס'ארגסטע? איז דער רבי אויפגעקומען מיט א פארטל. אין יאר תשע"ו האט ער געמאלדן אז מ'גייט מאכן א צוזאמענקום אום ל"ג בעומר צו מעורר זיין אויף "נסיונות הדור" פון טעכנאלאגיע, און דערצו וועט מען צושטעלן א הדלקה. מ'האט עס געמאכט כאילו אן איינמאליגע זאך צו מעורר זיין אויף אן ענין.


תיקן טעות! די ערשטע מאל וואס די רעבע האט איינגעפירט אן ''הדלקה'' איז געווען תשע''א, און טאקע ווייל איינער האט משנה געווען די מנהג.

שפעטער האט ער איינגעטוישט פון מענטשן: צו ''האלץ, שמן זית און קאטען''....ווי זאגט מען שפך חמתו על ....

https://en.wikipedia.org/wiki/New_Square_arson_attack
דאנערשטאג מאי 07, 2020 8:11 pm#448058
וואס טוט זיך מיט אנדערע הויפן? נאך איינער מאכט אן הדלקה? דאך דא גרויסע הדלקות יעדע יאר ווי מאנרא, ווערצקי, סטאלין, ניקלושבורג וכדומה.
דאנערשטאג מאי 07, 2020 8:22 pm#448060
טאקע א עוולה
דאנערשטאג מאי 07, 2020 8:25 pm#448061
דברים של טעם. כבר מלתי אמורה אז "ל"ג בעומר כאראקטערעזירט אידישקייט פון המון עם", וכן הענין כאן.

איך מיין אז א וויכטיגע נקודה וואס מ'דארף דא ארויסלערנען איז אז רבנים זענען באמת נישט געבינדן צו די פרינציפן וואס זיי פארקויפן, ווייל ווען עס קומט זיי גוט אויס, האבן זיי וועגן זיך ארויסצודרייען דערפון. דער זעלבער סקווירא רבי האט כמעט פארברענט א מענטש ווייל ער האט געמאכט א באזונדערע מנין. לאז די פארברענען אין די זייט א מינוט, די עצם "קפידה" אז ס'זאל נישט זיין נאך מנינים איז דאך געבויט אויף "טאטן". און עד היום הזה איז מען גרייט צו הרג'ענען מענטשן פאר דעם. פארשטייט זיך, אז אויב סקווירא רבי וואלט געוואלט וואלט ער געקענט זיך א עצה געבן מיט'ן "טאטנ'ס" קפידה און טרעפן א וועג ס'זאל יא מעגן זיין נאך מנינים, פונקט ווי ער האט געטראפן א טריק פאר הדלקות. וכן לכל ענין וענין, וואס מ'פארלאנגט פון די חסידים זיך צו פירן א וועג ווייל אזוי איז מקובל, אבער דעמאלטס פאלט נישט ביי אז מ'קען טרעפן "לופהאולס" ווי אזוי איינצופירן נייע מנהגים.

די זעלבע ביים רבי'ן פון סאטמאר הדר בקר"י וואס האט אמאל געהאלטען א פייערדיגע דרשה קעגן מאכן הדלקות ל"ג בעומר, אז מ'האט דאס נישט געזעהן ביי די פריערדיגע. איך האב נישט קיין טענות אז ער האט געטוישט זיין מיינונג. יעדער מעג טוישן א מיינונג, אבער מ'זעהט נישט זיין גרייטקייט צו טוישן מיינוננגען און מחדש זיין ביי עפעס וואס איז נישט נוגע אים, נאר זיינע חסידים. מ'האט טאקע אויך נישט געזעהן ביי פריערדיגע אינטערנעט לצורך חינוך, אבער אז קינדער האבן נישט קיין חדר פאר פיר חדשים און א צי אפשר קען מען טרעפן א וועג צו מאכן ווידיא שיעורים מיט סקייפ. דעמאלטס זענען נישט דא קיין געטוישטע מיינונגען, און דעמאלטס זענען נישט דא קיין מהלכים ווי אזוי מ'זאל מעגן אפילו ס'איז א סתירה צו וואס מ'האט געזאגט פריער.

כ'האב אמאל געהערט פון מו"ר הגה"ח רבי אביגדור מיללער זצוק"ל אויף די דברי חז"ל הידועים (הובא ברש"י פר' שופטים) "לא תסור מן התורה אשר יגידו לך ימין ושמאל - אפילו אומר לך על ימין שהוא שמאל ועל שמאל שהוא ימין". האט ער זיך געשטעלט פארוואס שטייט א וא"ו המוסיף ביי "ועל שמאל" לכאורה וואלט געדארפט שטיין "או על שמאל שהוא ימין"? נאר דער תירוץ איז אז אויב א רב'ס מהלך איז אייביג אנשטאטס רעכטס זאגט ער לינקס, אייביג איז עס אין די דירעקשאן פון לינקס, אדער א אנדערע רב וואס אייביג איז עס לינקס טוישט ער צו רעכטס, אזא רב טאר מען נישט גלייבן, ווייל מ'זעהט אז ער האט א אגענדע ווי אזוי ער וויל דרייען די תורה. מ'דארף נאר אננעמען די ווערטער פון א רב וואס אמאל איז עס פון רעכטס אויף לינקס, און אמאל איז עס פון לינקס אויף רעכטס.

לענינינו, ווען מ'זעהט א די פסקים פון רבנים און זייערע שינויים זענען אייביג אין די דירעקשאן פון זיי צו בענעפיטירן, און קיינמאל נישט צו בענעפיטירן די פשוט'ע מענטשען, ווייסט מען אז זיי זענען נאר דא פאר זיך. מ'וואלט געקענט אננעמען זייערע געטוישטע מיינונגען אויב אויך פאר אונז טרעפן זיי וועגן ווי אזוי צו משנה זיין.
דאנערשטאג מאי 07, 2020 8:29 pm#448062
אפשר זאל מען נוצן די עצה וואס איז איינגעפירט דא אין שטיבל שוין ממש ווי א 'מנהג'. צו שרייבן א 'אפענע' בריוו, און מעורר זיין...
ס'דאך בדוק ומנוסה אז ס'העלפט שטארק!
דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:25 pm#448067
איך האב געזאגט פאר איינעם אז עס קומט מעגליך פאר אזא פייער טראק, און עס איז א ריזיגע סכנה פאר כלל ישראל.

שטעל דיר פאר, די קינדער זענען געזעסן אין שטוב מיט די עלטערן צוויי מאנאטן , גענוצט זייער טלפון אגאנצע טאג, און געשטאנען אויף זייער קעפ. איין שיינעם נאכמטאג קומט א טראק מיט א גרויסע פייער, האסט נישט די תאווה עובר צו זיין אויף 'ומזרעך לא תתן להעביר למלך'? מ'טאר נישט לייגן מענטשן אין אזא נסיון!
דאנערשטאג מאי 07, 2020 10:06 pm#448071
די שמועס דערמאנט מיר פון אן עפיזאד פון חדר. אינעם באס אויפן וועג צום יערליכען טריפ, האט מיין רבי נישט געהאט בעסער וואס צו טון, נאר פארשעמען די קינד וואס פלעגט קומען אסאך שפעט, היינט ביסטו נישט פארשלאפן? היינט האסטו יא געקענט קומען אין צייט?

און איך זיץ און וואונדער מיר, אויב ווילסטו נוצן די טריפ פאר א משל, פרעג אים מארגן וואס מען קען טון אז ער זאל קענען אויפשטיין יעדן טאג. וואס ווילסטו פון אים היינט? דו ווילסט ער זאל יא אויפשטיין שפעט אין די טאג פון א טריפ?
דאנערשטאג מאי 07, 2020 11:10 pm#448077
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב געזאגט פאר איינעם אז עס קומט מעגליך פאר אזא פייער טראק, און עס איז א ריזיגע סכנה פאר כלל ישראל.

שטעל דיר פאר, די קינדער זענען געזעסן אין שטוב מיט די עלטערן צוויי מאנאטן , גענוצט זייער טלפון אגאנצע טאג, און געשטאנען אויף זייער קעפ. איין שיינעם נאכמטאג קומט א טראק מיט א גרויסע פייער, האסט נישט די תאווה עובר צו זיין אויף 'ומזרעך לא תתן להעביר למלך'? מ'טאר נישט לייגן מענטשן אין אזא נסיון!

דאס וואלט מיר שוין נישט איינגעפאלן...
ס'נישט אזוי ווייט די השגה, ווי די וואונדער וואס ברענגט צו דעם השגה. אפשר גאר א איבערפלוס פון שנאת .... ל....
פרייטאג מאי 08, 2020 12:28 am#448085
רבותיי: א יעדער מעורר האט האט דא ארויפגעברענגט עטליכע וויכטיגע נקודות.איינער פון די מעוררים האט ארויפגעברענגט א נקודה אז מ'וואלט געקענט (ספעציעל אין די צייטן פון קאראנא וויירוס) אריינברענגען א טראק מיט אן עלעפאנט, א מאנקי און א שחור. כדי מזכה צו זיין דעם עולם מיט די טייערע ברכה פון משנה הבריות.

לאמיר נאר באטראכטן וואס די מציאות איז. די גויים האבן אלערליי ענטערטעינמענט דורך ספארטס. (וואס בחסדי השם איז דאס זייער עבודה זרה. און זיי זענען נישט ביזי מיט די אידן. וואס אין אונגארן און פוילן איז שנאת ישראל געווען זייער ענטערטעינמענט.). בעיסבאלל. בעסקעטבאלל, פוטבאלל און האקעי. וואס אין די איצטיגע עת צרה מוז מען זיי צושטעללן א כמו פון די אלע שפיעללן. אבער אונז אידן האבן דאך גארנישט. קיין שום ענטערטעינמענט. אפילו סעללפאונס און אינטערנעט איז דאך אסור ביי אונז. און כש"כ די אנדערע זאכן. האמיר נאך איין זאך צו וואס די אזוי-גערופענע רבנים זענען נאכנישט אנגעקומען. פארקערט. ס'איז נאך בקום ועשה.איז אז מ'זוכטציך ארויס אויסערגעוויינליכע מצוות. אזוי ווי פדיון פטר חמור. און כש"כ א מצווה וואס האט דעם פאטענציאל צו פארגרעסערן דעם העיליגן רעבינ'ס כבוד. אזוי ווי די הדלקה פון ל"ג בעומר. אפגעזעהן פון דעם פאקט אז די רעבע האלטציך אין איין פאררופן אויפ'ן טאאטן (מיט א חטף קמץ). הני מילי . דארט וואו ס'לוינטציך איהם. איי זיין טאאטע האט קעינמאל נישט געמאכט קעין הדלקות...?! סאו? ער העיבט אן מיט א תירוץ. אז ס'איז אן אסיפה לכבוד אינטערנעט און טעכנאלאגיע, רח"ל. און דער מנהג איז שוין נשרש געווארן. ממילא קענמען שוין נישט מוותר זיין אויפדעים...!

נאר דער טרענד פון מזכה זיין אידן מיט מאדנע און זעלטענע מצוות האטציך ערשט אנגעהויבן. ס'וועט נאך איינעם איינפאללן ארומצופארן מיט א טראק וואס וועט ווייזן ווי א איד עסט קרעפליך אום הושענא רבה אדער פורים. אדער א טראק וואס מ'זעהט ווי א איד שמייסט הושענות. אדער א טראק וואו מ'שלאגט כפרות. און א יעדער קענזיך משתתף זיין פאר א פאר דאללער...!
פרייטאג מאי 08, 2020 12:42 am#448087
שיטה מקובצת האט געשריבן:לענינינו, ווען מ'זעהט א די פסקים פון רבנים און זייערע שינויים זענען אייביג אין די דירעקשאן פון זיי צו בענעפיטירן, און קיינמאל נישט צו בענעפיטירן די פשוט'ע מענטשען, ווייסט מען אז זיי זענען נאר דא פאר זיך. מ'וואלט געקענט אננעמען זייערע געטוישטע מיינונגען אויב אויך פאר אונז טרעפן זיי וועגן ווי אזוי צו משנה זיין.

סתם נייגעריג, פארוואס קען נישט זיין אז די הדלקות זענען יא געמאכט צו בענעפיטירן די פשוטע מענטשן, דעם המון עם? לויט ווי ס'קוקט מיר אויס, האט דער עולם גאנץ שטארק הנאה דערפון.
פרייטאג מאי 08, 2020 1:33 am#448089
berlbalaguleh האט געשריבן:רבותיי: א יעדער מעורר האט האט דא ארויפגעברענגט עטליכע וויכטיגע נקודות.איינער פון די מעוררים האט ארויפגעברענגט א נקודה אז מ'וואלט געקענט (ספעציעל אין די צייטן פון קאראנא וויירוס) אריינברענגען א טראק מיט אן עלעפאנט, א מאנקי און א שחור. כדי מזכה צו זיין דעם עולם מיט די טייערע ברכה פון משנה הבריות.

לאמיר נאר באטראכטן וואס די מציאות איז. די גויים האבן אלערליי ענטערטעינמענט דורך ספארטס. (וואס בחסדי השם איז דאס זייער עבודה זרה. און זיי זענען נישט ביזי מיט די אידן. וואס אין אונגארן און פוילן איז שנאת ישראל געווען זייער ענטערטעינמענט.). בעיסבאלל. בעסקעטבאלל, פוטבאלל און האקעי. וואס אין די איצטיגע עת צרה מוז מען זיי צושטעללן א כמו פון די אלע שפיעללן. אבער אונז אידן האבן דאך גארנישט. קיין שום ענטערטעינמענט. אפילו סעללפאונס און אינטערנעט איז דאך אסור ביי אונז. און כש"כ די אנדערע זאכן. האמיר נאך איין זאך צו וואס די אזוי-גערופענע רבנים זענען נאכנישט אנגעקומען. פארקערט. ס'איז נאך בקום ועשה.איז אז מ'זוכטציך ארויס אויסערגעוויינליכע מצוות. אזוי ווי פדיון פטר חמור. און כש"כ א מצווה וואס האט דעם פאטענציאל צו פארגרעסערן דעם העיליגן רעבינ'ס כבוד. אזוי ווי די הדלקה פון ל"ג בעומר. אפגעזעהן פון דעם פאקט אז די רעבע האלטציך אין איין פאררופן אויפ'ן טאאטן (מיט א חטף קמץ). הני מילי . דארט וואו ס'לוינטציך איהם. איי זיין טאאטע האט קעינמאל נישט געמאכט קעין הדלקות...?! סאו? ער העיבט אן מיט א תירוץ. אז ס'איז אן אסיפה לכבוד אינטערנעט און טעכנאלאגיע, רח"ל. און דער מנהג איז שוין נשרש געווארן. ממילא קענמען שוין נישט מוותר זיין אויפדעים...!

נאר דער טרענד פון מזכה זיין אידן מיט מאדנע און זעלטענע מצוות האטציך ערשט אנגעהויבן. ס'וועט נאך איינעם איינפאללן ארומצופארן מיט א טראק וואס וועט ווייזן ווי א איד עסט קרעפליך אום הושענא רבה אדער פורים. אדער א טראק וואס מ'זעהט ווי א איד שמייסט הושענות. אדער א טראק וואו מ'שלאגט כפרות. און א יעדער קענזיך משתתף זיין פאר א פאר דאללער...!

די עבירה איז גרויס... מ'דארף פארארבעטן מעשים דאס אפצושטעלן. ס'שטעלט דאך אלץ און אלעמען אין א סכנה.
פרייטאג מאי 08, 2020 1:39 am#448091
@שקד איך מיין דו האסט עס אנגענומען כאילו מ'האט שטארקע טענות דערויף.

ניין ס'קען זיין זייער שיין, מ'ברענגט פשוט ארויס אז געוויסע זאכן זענען געווארן ביי אונז א גרויסע מצווה אויף וואס מ'וועט זיך שטעלן מער ווי עיקרי הדת.

זאכן וועלכע פילן געשמאק אפי' א רוחניותדיגער געשמאק וועט האבן זכות קדימה (שוין צוואנציג יאר נישט פארפאסט קיין מקוה...... איי יעצט איז רצון השם אנדערש? זיין געפיל צום מצוה איז געווארן זיין מצוה... קענסט עס אנרופן הרגל נעשה טבע, אדער מצות אנשים מלומדה)

און בכלל דא קען מען אויסטייטשן (לאו מוכרח בכלל) אז דאס קומט אנצוהאלטן די קשר צום רועה נאמן.......
פרייטאג מאי 08, 2020 2:00 am#448093
ס'קוקט אויס ווי זיי גייען ארומפירן א טרעקל אין גאנץ ברוקלין, און שפעטער אין אלע פינעף באראויס, און טאמער ס'נישט גענוג, עס לאזן אויסרויכערן אויף טיימס סקווער.
סך הכל איז דאס א זאך וואס פאסירט אין א שטעטל, וואס ווילן דאס, און לעבן זיך באשיידן אנע מישן א טאפ וואס עולם גולם טוט יעדע רגע אין ווילי און אין ווייסעך ווי.
אבער פונקט ווי דע-בלאזירער האט געכאפט דעם יוד אנע הרחקות צווישן א שטאט פון עוולות, האט מען געפאקט דעם סקווערן זיין א היפאקריט... ער מאכט זיך א פייער, העי! דו האסט געזאגט, און יעצט טוסטו... העי... מעגסט נישט... אה... ביסט חוזק! הע הע... חוזק אין די לענג, ס'אפילו נישט א מנהג. ביסט פאני, יעדער לאכט פון דיך, האסט קיינמאל נישט געמאכט א פייער, און מיט א חטף קמץ מָאכסטו א פעיִער... נייעס אין די וועלט, סקווער מאכט א פייער אויף א טראק!
פרייטאג מאי 08, 2020 3:52 am#448094
שקד: אבער מצד שני. פון די צווייטע זייט פון די מטבע דארף מען עס ארויסהייבן לשבח. אז די רעבע איז מזכה דעם עולם מיט א תזכורת פון א מיצוועה. או.קעי. א העיליגע מינהעג. און אין די זעלבע צייט האט שוין דער עוילעם א הנאה אויך. אויך ווייזט דאס אז די רעבע שליט"עה איז מחזק דעם עוילעם איינצוהאלטן די תקנות פון די ממשלה. נישט אזוי ווי אנדערע רעבעס ומנהיגי ישראל. (ניין. נישט מדינת ישראל, ח"ו. הס מלהזכיר.) וועלכע זאגן גארנישט אדער דרייען מיט די צונג...!
פרייטאג מאי 08, 2020 10:30 am#448124
איינער שיקט אין אישי אז אין סקווער האט מען אויסגערופן קריאת התורה מיט א גרויסן הויכהילכער, שוין געזונטערהייט, כ'ווייס נישט פארוואס ער זאגט עס נישט דא. הגם מיט א מייק י''א אז מ'איז נישט יוצא, אפשר זאל מען גאר אויסרופן די הדלקה אויך מיטן מייק און דער רבי וועט טאנצן ביי זיך אין צימער ארום א אנגעצינדענעם מעטש, דאס קען מען לויט רוב דיעות יוצא זיין מיט א מייק לכאורה.

נאר באמת גערעדט איז דאך דאס א גאר געוואונטשענע זאך, מ'מעג דאס בכלל איינפירן, אזויווי חז''ל האבן געטוישט אנשטאט דער עולם זאל ארומגיין צו די אבלים גייען די אבלים אריבער די שורה. דער נייער גערער רבי האביך געליינט אין מאמענט אנשטאט דער עולם זאל ארומגיין זאגן גוט שבת גייט ער ארום זאגן דעם עולם גוט שבת. דאס איז דאך בעצם א געוואלדיגע חידוש אין טירחא דציבורא און א טריט צו דעמאקראטיע, איז אפשר זאל דער הייליגער רבי דאס איינפירן א גאנץ יאר, אנשטאט יעדער זאל קומען קוקן וויאזוי דער רבי עסט זופ וועט מען ארומפירן דעם רבי'ן אויף א טראק וירכיבוהו ברחוב העיר און יעדער וועט ארויסקומען קוקן פון די פארטשעס וויאזוי דער רבי עסט.

שמעקעדיג איז זייער ברוגז אויף די נעגאטיוויטי, איים סארי, דאס געשעעט ווען דו ביזסט נישט דא אזוי לאנג. נאר דו זאגסט דער עולם האט הנאה, אבער זיי האבן דאך הנאה אויך פון א פלעי און א קאנצערט, נאר די בעלי הפלעי האבן נישט געהאט קיין שכל צו מכבד זיין דעם רבי'ן צו עקטן ממילא עסן זיי גאל. ווען דער רבי וואלט דאס אנגעצונדן וואלט שוין געווען א טראק.
פרייטאג מאי 08, 2020 12:18 pm#448134
איך גיי נישט אריינגיין אין די מנהג/מצוה/מסורה/ שמועס צו איז יא אויסגעהאלטן, צו עס איז ליצנות גאר אא״וו.

איין זאך קוק איך ארויף אויף דעם געדאנק: אין א צייט וואס איך גיי זיצן אין מיין צוקוועטשטע דירה אין ברוקלין, פרובירן צו זיך האלטן בשמחה אין א זמן וואס יעדע יאר גיי איך ארויס מיט די קינדער טאנצן ביי פייערדיגע הדלקות וואס מען שטעלט דא צו, גייט סקווירא צושטעלן ענטערטעימענט פאר זייער חברה. עס קומט זיך זיי קרעדיט פאר׳ן זיצן און ברעכן קאפ אויף א מהלך, און אויפקומען מיט אזא אינטערעסאנטע און קאמישע געדאנק ווי א ״פייער טראק״ אבי די חסידים, בחורים און קינדער זאלן פילן אז עס איז ל״ג בעומר היינט.

אונז וועלן זיך פרובירן מחזק צו זיין מיט די האטליין דרשות וואס מיין קהילה שטעלט צו, אדער וואטשן לייוו פראגראמען אויף די געוועב, וואס רעלאוד זיך יעדע פאר מינוט צוליב די שוואכע סערוויס.
פרייטאג מאי 08, 2020 12:21 pm#448135
די שאלה איז נאר וויאזוי האט מען געפילט אז ס'איז ל"ג בעומר מיט פינעף יאר צוריק?
פרייטאג מאי 08, 2020 12:29 pm#448136
מיימון: ס'איז נאר דא איין פראבלעם. שבת טאר מען נישט פארן מיט א וואגן. וואס איז אנ'אנדער רשות. ועוד. און סטארטן דעם טראק. אפשר דורך רעמאוט קאנטראל און סאטעלייט איז מותר. ווייל אונז (ווער? איך!) פסק'ע מיר אז..."אין תחומין למעלה מעשרה"... אויב ס'איז דא אזא הלכה איז דאך גוט. ווען נישט האביך עס היינט אויפגעמאכט...!

ס'איז דא נאך א פראבלעים. היינט אז מ'דארף קומען צום רעבע'ס טיש. און זיינע כלבים טוען דאס ענפארסן. ווייל ס'איז דאך ידוע אז אויב איינער קומט נישט צום רעבע'ס טיש פאר 2 וואכן קומט דער עולם צו איהם אהיים פאר א באזוך. ווייל זיי (דעם רעבינ'ס כלבים)טענה'ן אז אויב איינער קומט נישט צום טיש איד ער דאך נישט געזונט, ל"ע צו פיזיש אדער גייסטיג. מילא איין וואך איז מען איהם בטובם הגדול מוחל. אבער 2 וואכן רצופים. איז ער דאך צודרייט, ל"ע. קומט מען איהם מבקר חולה זיין. מיינער א קרוב האט עובר געווען א גרעסערע עבירה. ער איז געפארן אויף א שבת צו א צווייטן רבי'ן, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. אויף קיין שום אידיש קינד געזאגט. איז דעם קומענדיגן שבת איז מען געקומען און מ'האט אפגעשטאט א וויזיט ביי איהם. בערך א דרייסיג אידן האבן זיך געטרייט אריינצושטופן ביי איהם אין דירה. איך האלט דער עולם איז גערעכט געווען. ס'קען נישט זיין נאר אז ער איז חסר דיעה ל"ע. פארן צו א צווייטן רעבי'ן. די פראבלעים איז אז ער איז א איד אן עקשן. און ער האטציך ארויסגעשמוגלט פון העיליגן שטעיטל. שטייצעך אז ער האט באקומען די ריכטיגע באהאנדלונג. דער סוף פון די מעשה איז אז ער האטציך ארויסגעראטעוועט פון שטעעטעלע מיט גאנצע בעינער ב"ה...!
פרייטאג מאי 08, 2020 1:03 pm#448138
עס ווייזט אז זיינע חסידים האבן אויסגעפירט.

מען בעט זיך איין גענוג מאל, ביז מען געבט איין.
פרייטאג מאי 08, 2020 1:28 pm#448141
למה הדבר דומה; ווי איך גיי אריין צו איינעמס גארטן, און שפאציר ביז'ן בעק גארטן אויך, און כ'זע דארט ווי יענער זיץ אויף א פלושענעם בענקל מיט שטריימל און ווייסע זאקן, אנע גאטשעס און אנע אונטערהעמד...
כ'רעדט נישט יעצט צו ס'נארמאל, און כ'רעדט נישט יעצט צו כ'האב דיר געגעבן רשות צו קוקן, און כ'רעדט נישט צו ס'אויסגעהאלטן צו פארציילן פאר יעדן אינדרויסן.
איך רעדט פשוט די פאקט, די מציאות הדברים!

אויב וואלט יענער דאס געטון ברבים, דאס הייסט אין רשות הרבים, אין צענטער פון בעדפארט עווניו וכדומה, נו! כ'הער...
ביי זיך אין שטעטל טוען געוויסע יודען מיט זייער רבי דאס און יענס, און ס'טוט נישט וויי קיינעם, נאר עטליכע האבן גענומען א קליפ ווי מ'גרייט דאס צו, און די כולנו חכמים האבן דאס גענומען אויפ'ן נייעס באלעמער.
אויסער צו זאגן אז ס'שטונקט פון קנאה, אדער עפעס ווי טפשות פה, פראביר איך נאך מלמד זכות זיין און טראכטן, פארוואס דאס זאל ווערן אויסגעשמירט מיט נעגעטיוועטי אויף עטליכע בלעטער.
פרייטאג מאי 08, 2020 1:41 pm#448145
אינטרעסאנט, דער פקחות גילט דאך אין דער בורשטינע אשכול אויך. פארוואס האסאו עס דארט נישט געשריבען? ווי אויך אין פיל אנדערע אשכולות.
פרייטאג מאי 08, 2020 1:56 pm#448147
ווידיאו - ערשטע הילף ביים אויספראבירן א פייער אויף א טראק וואס וועט ווארשיינליך ארומפארן אין שטעטל דעם ל"ג בעומר.
פרייטאג מאי 08, 2020 1:57 pm#448148
ליטוואק פון בודאפעסט: או.קעי. ער (שקד) איז זיך נישט מחוייב אנצונעמען פאר בורשטינע רבי. זאללן קומען זיינע חסידים און זיך אננעמען פאר איהם...! אבער ווען מ'רעדט אויפ'ן אייגענעם רבי'ן טוט עס וויי.

אין א געוויסע תקופה איז מיין רבי אויך געווען בפי הבריות. און איך בין אמאל אין א שבת אויפ'ן וועג אהיים אדורכגעגאנגען א צווייט ביהמ"ד. און כ'האב געהערט וואס די עולם שמועסט דארט. איך האב דאך אבער געוואוסט אז זיי ווייסן גארנישט פון די אמת'ע פאקטן. ס'האט מיר וויי געטון. אבער איך האב נישט געזאגט קיין ווארט...!
פרייטאג מאי 08, 2020 2:00 pm#448150
בת קול האט געשריבן:עס ווייזט אז זיינע חסידים האבן אויסגעפירט.

מען בעט זיך איין גענוג מאל, ביז מען געבט איין.

לאל... :lol:
מוצ"ש מאי 09, 2020 11:03 pm#448189
Re: די סקווערער ל"ג-בעומר הדלקה אויף א טרעקל
הדלקה אין סקווער
EXYyj_nWkAEv97x.jpg
מוצ"ש מאי 09, 2020 11:17 pm#448192
cictim האט געשריבן:הדלקה אין סקווער
EXYyj_nWkAEv97x.jpg

וואס מיינט זמן שידוכים פאר די נייע כיתה איז אפגעשטיפט?
מוצ"ש מאי 09, 2020 11:30 pm#448193
בן ישי האט געשריבן:
cictim האט געשריבן:הדלקה אין סקווער
EXYyj_nWkAEv97x.jpg

וואס מיינט זמן שידוכים פאר די נייע כיתה איז אפגעשטיפט?

איך בין א סקווערער, און אנשטאט איינער ווואס ווייסט נישט וואס דא גייט פאר, זאל זיך נעמען די מייק און סקריבלען דמיונות און שנאת חינם, וועל איך בעסער באוואוסטזיניג מסביר זיין.

ובכן, דער רבי זז''ג האט געמאכט א תקנה אפאר יאר צוריק, אז ביז פסח שני קען מען נישט מאכן קיין נייע שידוכים פונעם עלטער פון אכטצן יארגאנג, צוליב כמה סיבות, ובעיקר נישט צו שוואך מאכן די אנהייב זומער זמן.
דעם יאר איז אויסגעקומען פראבלעמאטיש אז אפילו פסח שני זאל מען שוין לאזן אויספירן שידוכים, צוליב די צעפארענע סדר וואס דארף חיזוק, און אויך די אומשטענדן זענען נישט די זעלבע, ספעציעל אז מ'וויל עס אויספירן ביים רבי'ן און ער איז נישט אוועליבעל געווען צו עפענען פאר'ן ציבור - צוליב חשש הבריאות - אום פסח שני.

וואס נאך איז שווער צו פארשטיין?
זונטאג מאי 10, 2020 3:25 am#448224
בן ישי האט געשריבן:
cictim האט געשריבן:הדלקה אין סקווער
EXYyj_nWkAEv97x.jpg

וואס מיינט זמן שידוכים פאר די נייע כיתה איז אפגעשטיפט?

אין ענגליש הייסט עס "בריעדינג סיזאן". כדי צו האלטן סדר אויף די שאף און קיען טוען די פארמער'ס קאנטראלירן ווען און מיט וועם די סטאדעס קענען זיך צאמפארן.
זונטאג מאי 10, 2020 6:27 am#448230
אסאך ליטווישע ישיבות האבן ליידער דער מנהג רע פון אפשטעלן בחורים פון ווערן א חתן ביז זייער געזעץ לאזט צו. אלע גדולים זענען געווען אנטקעגן, אבער די ישבות טון אזוי פאר א חיזוק פאר די ישיבה, כלומרש'ט. אין לעיקוואד איז דא א 'פריזער', ווי א נייע בחור איז פארפרוירען ביז דריי אדער פיר מאנאטן אריין. אין א"י מוז מען ווארטן ביז 'וועד ה'' אדער עפעס אזוי, פון ישיבה גדולה.

הרב שטיינמן האט זיך שטארק און שארף אויסגעדרוקט דאקעגן, ווי אויך הרב שך און נאך. אבער מ'פאלגט נישט.
זונטאג מאי 10, 2020 6:30 am#448231
איך ווייס נישט ווי די האסט גענומען די השערה אז די הדלקה איז משום מנהג.
לדעתי איז די גאנצע ארומפארן פשוט צי צושטעלן אינטערטעימענט פארן ציבור און ס'האט גארנישט מיט מנהג איינגעשטויסן... און ס'איז מער בבחינת מצב..
און ער האט נישט מחדש געווען קיין שום מנהג ,ער האט עס פשוט גענוצט פאר נאך א מיטל און די מלחמה קעגן טעכנעלאגיע
והא ראי' אז סהאט אז סהאט נישט מיט קיין מנהג איינגעשטויסן אז און יאר תשע''ז איז נישט געווען קיין הדלקה ....און ווי איז די מנהג אוועקגעפלויגן ...?
און אז נעקסטע יאר וועט דער סופערווייזער נישט לאזן מאכן קיין הדלקה וועט די רבי זיין די ערשטע ארויסציטרעטן אז מ'זאל נישט מאכן. און ער וועט שוין טרעפן עפעס אנדערש פאר די מערכה הכבידה קעגן די אינטערנעט
אוןן יעצט בנוגע די פריוואטע הדלקה איז פשוט די רבי האט געזעהן אז די עולם וויל עס,האט מען מחליט געווען אז מ'גייט צושטעלן פארן עולם,פשוט צי אויפלעבן די מצב.
(און סאיז גאנץ מסתבר אז די גאנצע ארטיקל איז פשוט מחמת קנאה ,ווייל אין קרית יואל האט מען נישט געלאזט מאכן ...!)
וכל הרוצה לחלוק יבוא ויחלוק איך בין מוכן ומזומן צי הערן קריטיק קאמענטארן און הערות.
מאנטאג מאי 11, 2020 12:47 am#448331
שטארקע חסיד האט געשריבן:אוןן יעצט בנוגע די פריוואטע הדלקה איז פשוט די רבי האט געזעהן אז די עולם וויל עס,האט מען מחליט געווען אז מ'גייט צושטעלן פארן עולם,פשוט צי אויפלעבן די מצב.

טאקע א פיינע מענטש די רבי.
און אז ער וועט זעהן דער עולם וויל דאווענען אביסול פריער שבת, בין איך זיכער אז ער וועט זיך צושטעלן. איינער דארף אים פשוט מודיע זיין
מאנטאג מאי 11, 2020 12:53 am#448332
שמעון וואלף האט געשריבן:
שטארקע חסיד האט געשריבן:אוןן יעצט בנוגע די פריוואטע הדלקה איז פשוט די רבי האט געזעהן אז די עולם וויל עס,האט מען מחליט געווען אז מ'גייט צושטעלן פארן עולם,פשוט צי אויפלעבן די מצב.

טאקע א פיינע מענטש די רבי.
און אז ער וועט זעהן דער עולם וויל דאווענען אביסול פריער שבת, בין איך זיכער אז ער וועט זיך צושטעלן. איינער דארף אים פשוט מודיע זיין

ס'וועט נישט העלפן מודיע זיין, מ'דארף שרייבן א '''אפענע בריוו''' כמנהג קאווע שטיבל. ס'האט שוין אסאך אסאך אויפגעטון פאר'ן רעפארמירן כלל ישראל, אזויווי די סעקולערע שריפטן פונעם סכך שניידער. בדוק ומנוסה
מאנטאג מאי 11, 2020 3:42 am#448348
קודם כל די עולם וויל יא דאווענען שפעט צווייטנס סאיז דא א ענין צי דאווענען שפעט שבת צופרי דריטנס א געווענליכע וואך איז דא א טיש און ס'ענדיגט זיך שפעט ממילא איז שווער אויפצישטיין פרי ..
שטימט ...?
מאנטאג מאי 11, 2020 12:20 pm#448352
שטארקע חסיד:אבער שבת בייטאג איז אויך דא א טיש. און ווען מ'ענדיגט שפעט דאווענען. ווייל מ'הייבט אן שפעט. מוז מען זיך יאגן ביי די שבת'דיגע סעודה ווייל מ'דארף נאך אניאגן צו גיין צום טיש. אין די ווינטער'דיגע, קורצע שבתים איז עס א פראבלעם. מ'האט נישט קיין צייט צו פארברענגען מיט די משפחה...! דער סיסטעם איז גוט פאר בחורים...!

און אז מ'רעדט שוין . ווילל איך פרעגן אנ'אנדערע שאלה. פארוואס ווען איינער האט יארצייט די קומענדיגע וואך איז א מנהג בכל תפוצות ישראל אז מ'דאוונט מוסף א שבת פאר די יארצייט. און אין אלע קהילות ערלויבט מען זייטיגע מנינים פאר מוסף. און אין סקווירא איז עס אבסאלוט פארבאטן.

איך בין אליינס געווען ביי א מנין אין פאליש וואס א איד וואס וואוינט דארט האט געמאכט פאר מוסף. זענען געקומען די יונגעלייט אינמיטן שמו"ע און געשטערט. ער האט קוים געקענט ענדיגן שמו"ע. פון אין כאלוקינו און עלינו איז נישט געווען קיין שמועס.

איך פארשטיי פארוואס ווען דאס שטעטל האטציך אויפגעמאכט האט די רבי זי"ע געמאכט א תקנה אז ס'זאלל נאר זיין איין מנין. והמובן מאליו אין צריך ביאור. אבער נאך אזויפיהל יארן ווען די קהילה איז בליעה"ר געוואקסן, מייניך אז מ'וואלט געמעגט ערלויבן צו מאכן עקסטער מניינים פאר מוסף ווען איינער האט יארצייט...!
מאנטאג מאי 11, 2020 1:01 pm#448356
נישט בכל תפוצות ישראל, נאר בכל תפוצות החסידים. ביי אונז איז דאס נישט געהערט.
מאנטאג מאי 11, 2020 1:53 pm#448360
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נישט בכל תפוצות ישראל, נאר בכל תפוצות החסידים. ביי אונז איז דאס נישט געהערט.

ליטוואק פון בודאפעסט: זאלל זיין. איך קום דאך ניט פון די ליטא...רעד איך פון די מנהגי חסידים. איך מיין אז סקווירא הייסט א חסידות...!
מאנטאג מאי 11, 2020 2:06 pm#448361
די סבה פארוואס עס איז נישט עולה על הדעת ביי ליטווישע גילט נישט אין סקווער.

איך וויל אבער עפעס אנדערש וויסן. יעדער ווייסט די תקנה אין סקווער, און נאכאלס פראבירט מען צו מאכן א מנין דארט. ווער פראבירט? פרעמדע קומען דאך נישט אריין אין שטעטל דאווענען. איז ווער טוט עס? ווארשיינליך אז עס איז דא א דור אין סקווער וואס האלט נישט ביים פאלגן די תקנה, נאר עס איז דא גענוג יונגע ראצערס וואס זענען גרייט צו שטערן על כל צרה שלא תבא. און דא ווערט אפגעפרעגט דער טהעזע פון ATUB @קוקי ATUB פריער. נישט פרעמדע האבן א פראבלעם מיט סקווער, נאר מענטשן פון אינעווייניג. און מ'קען נישט אנהאלטן א רעזשים מיט טעראר אויף אייביג, לאמיר האפן אז עס וועט פאסירן ללא שום היזק לשום בן ישראל, און עס וועט בטל ווערן מלכות סקווער בדרכי נועם וברגיעות.
מאנטאג מאי 11, 2020 2:22 pm#448370
ליטוואק פון בודאפעסט: איך קען נישט מער ווי זאגן א הילכיגן..."אמן"...!

אלץ וואס דו זאגסט איז אמת. אבער די שבת וואס איך בין געווען אין סקווירא אויף א משפחה שמחה. (מיין קרוב האט מחותנים אין סקווירא. כאטש ער האטציך שוין ב"ה ארויסגעראטעוועט פון דארט בלי שום נזק. בחסדי ה') איז געווען אן עלטערער איד וואס האט געטרייט צו מאכן א מנין. אן קיין שום בייזע כוונות פון א פגיעה אין רעבינ'ס כבוד, ח"ו. און ער האט געמאכט די מנין אין פאליש. און איך האב אויך מיט געדאוונט מיט די מנין. און די שטערערס אינמיטן די הויכע שמו"ע פון מוסף זענען געווען יונגעלייט וואס האבן געהאלטן אז זיי נעמען זיך אן פאר די רבי'ס כבוד...!

נאר דער אנדערער פאקט אז ס'דא זייער א סאך יונגעלייט וועלכע זענען זייער שטארק אומגעדולדיג. און זיי ווארטן שוין פאר א טויש אין די רעזשים. ווען האפנטליך די אלע אבסאליעטע און איבריגע זאכן און מנהגים פון א געוויסע געאגראפישע געגנט אין שכינות מיט'ן ים המלח וועללן בחסדי השי"ת בטל ווערן... דאס האב איך אליין צו געזעהן. אויף פארשידענע וועגן...!
מאנטאג מאי 11, 2020 3:34 pm#448381
דער רבי איז בעל הבית און וואס ער וויל טוט ער, און וועמען ס'געפעלט נישט זאל ארויסגיין פון דארט, מיט צו בלי היזק ווי אמשנעלסטנס.
מאנטאג מאי 11, 2020 3:41 pm#448383
אפשר זאל ער אוועק פוצן טאמער עס געפעלט אים נישט
מאנטאג מאי 11, 2020 3:51 pm#448384
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אפשר זאל ער אוועק פוצן טאמער עס געפעלט אים נישט

יא, ער קען פוצן און ער קען גיין, אבער דאס שנעלסטע וואס זיינע פוס טראגן עהם.
אגב, רעב ליטוויק, דו ביסט פטור פון די מצוה 'והגית בו יומם ולילה'? וואס איז די פארברענגעכטס דא?
מאנטאג מאי 11, 2020 4:00 pm#448388
שקד האט געשריבן:דער רבי איז בעל הבית און וואס ער וויל טוט ער, און וועמען ס'געפעלט נישט זאל ארויסגיין פון דארט, מיט צו בלי היזק ווי אמשנעלסטנס.


וויאזוי איז ער בעה"ב ? ער owned די פראפערטיעס ? (איך פרעג ווייל איך ווייס נישט)
מאנטאג מאי 11, 2020 4:06 pm#448389
ליב צו וויסן האט געשריבן:וויאזוי איז ער בעה"ב ? ער owned די פראפערטיעס ? (איך פרעג ווייל איך ווייס נישט)

m https://en.wikipedia.org/wiki/Diocese m
מאנטאג מאי 11, 2020 7:26 pm#448400
מארגן לג בעומר געפאלט אויס די טאג ווען א בחור מיטן נאמען שאולי שפיטצער האט פארברענט הרה"ח חיים אהרן ראטענבערג שליט"א פארן בלויזען חטא פארן זיך נישט צושטעלן צו די געזעצן פון די רעזשים און דערמיט האט שפיטצער מיט די אלע וואס האבן געהאט א חלק אין דעם פארשאפט א חילול השם נורא אין די גאנצע וועלט

לאמיר די טאג אויסנוצען צו לערנען פאר די קינדער אז טעראר האט נישט קיין פלאץ ביי אונז היימישע אידן און יעדער אן אויסנאם מעג טון וואס ער וויל ווי לאנג עס איז אויסגעהאלטן על פי תורה
מאנטאג מאי 11, 2020 8:08 pm#448402
Re: די סקווערער ל"ג-בעומר הדלקה אויף א טרעקל
בעל דרשן האט געשריבן:מארגן לג בעומר געפאלט אויס די טאג ווען א בחור מיטן נאמען שאולי שפיטצער האט פארברענט הרה"ח חיים אהרן ראטענבערג שליט"א פארן בלויזען חטא פארן זיך נישט צושטעלן צו די געזעצן פון די רעזשים

שרייבן אויף אים הרה"ח מיט שליט"א מאכט איהם נישט מער צדיק פון וויפיל ער איז טאקע, כידוע...

דער חטא פון זיך נישט צו שטעלן צו וואטעווער איז בנוסף צו דעם וואס ער האט געמאכט א העינגאוט ביי זיך אינדערהיים כמעט יעדע נאכט ווי מ'האט געהוליעט און געטוליעט, ער פלעגט אויך אהין רופן בחורים פון די ארטיגע ישיבה וכו' וכו'

סקווירא האט איהם גע'אפערט אפצוקויפן דעם הויז פון איהם פאר דאבל פון די אמת'ע פרייז, ער האט זיך אבער גע'עקשנ'ט אז ער וועט נאר פארקויפן פאר 2 מאל וויפיל זיי ווילן אים געבן
מאנטאג מאי 11, 2020 8:25 pm#448405
ער האט זיי גענומען פון איין הענגאוט צום צווייטן סך הכל. נו נו.

און אז זיי אפערן העלפט וואס עס וועט אים קאסטן צו מופן, פארוואס זאל ער נישט פאדערן אלס וואס ער דארף?

ובנוסף צו דעם, דער וואס הערט אביסל ווייסט אז ער איז נישט די ערשטער וואס סקווער האט געהאט מיט זיי צו טון. עס איז געווען אנדערע עניינים דארט, אנדערע הייזער און הוליעוועריי, און דעמאלס האבען זיי אויסגעפירט. און וואס איז דאס נוגע? אז עס אזי גארנישט אזוי גלאנציג דארט, עס איז דא א ריזיגע ווידערשטאנד דארט, נאר באיתכסייא. לויט ווי איך האב געהערט, שלעפן זיי אריין די בחורים ווי יונה אין די פיש, די גאנצע רמ"ח און שס"ה. די בחורים לעבן און אטעמן דער הויף על כל שטותיה והנהגותיה. נאך די חתונה איז עס זיי א גליק צו וואוינען דארט און מיטצוהאלטן כל גרעפס וגרעפס, יעדעס מאל א פלאמבער קומט פאררעכטן עפעס א רער איז עס ששון ושמחה. ביז צו בערך די דרייסיג יאר. דעמאלס איז מען שוין פול און זאט, און מ'הייבט אן איינזען אז דאס איז א פוסטע זאך. נאר דעמאלס האט מען שוין נישט קיין עצה, מ'איז שוין איינגעגלידערט, און פונקט ווי יעידער אין ווסמב"ג, שלינגט מען איין די שפייאכץ און מ'גייט ווייטער.
די פראבלעם איז אבער, אז עס ווערט שוין מער און מער אנטוישטער, און ווען דער סיסטעם וועט איבערגיין א טויש, אי דורך א מלחמה צווישן די צוויי ברידער וואס יעדער האט זיין אוהדים, אי צוליעב עפעס אנדערש, וועט מען זען אז קיין עכטע מענטשן האבען זיי נישט מיט זיך, און דער עולם וועט גיין די אייגענע וועג. נישט אז עס איז א פראבלעם בעצמותו, אבער דאס קען פאראורזאכן פראבלעמן. ווי וועלן זיי גיין? עס וועט זיין א מחלוקת וואס וועט נישט האבן מיט וואס זיך צו שעמן פון סיי וועמן.
מאנטאג מאי 11, 2020 8:29 pm#448406
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:וויאזוי איז ער בעה"ב ? ער owned די פראפערטיעס ? (איך פרעג ווייל איך ווייס נישט)

https://en.wikipedia.org/wiki/Diocese


:oops: :oops: