פרייטאג מאי 15, 2020 6:24 am#448669
Re: די סקווערער ל"ג-בעומר הדלקה אויף א טרעקל
אזוי ווי אין קרית יואל, אלע קינדער האבן עקזטרע שיכונים מיט גרויסע בתי מדרשיםberlbalaguleh האט געשריבן:ליב צו וויסן האט געשריבן:שטארקע חסיד האט געשריבן:פשוט ווייל מגייט שלאפן שפעט לכאורה וויל מען נישט אויפשטיין פרי
יעדער ווייסט אז ס'איז פאראן מערערע וואס ווילן נאך מנינים (צייט, פלאץ, אויסציען וכו'), נו, פארוואס נישט מאכן וואלן ? (דאס איז שוין נניח אז די רוב האט א כח צו זאגן ווי דער יחיד זאל דאווענען...) איז מעגליך אז מען רעכנט זיך בכלל "נישט" מיט טובת הציבור ?
ליעב צו וויסן: דאס איז נישט נאר א מעגליכקייט. נאר א פאקט.
מילא, ווען די שטעטל האטציך געגרינדעט האט די אלטע רבי זצ"ל געמאכט אזא תקנה. אז ס'זאלל נאר זיין איין מנין. און מ'זאלל דאווענען אויף איין פלאץ. ווייל די איינוואוינערס זענען געווען מתי מעט. און די רבי האט אריינגעלייגט א סאך כוחות און געלט צו גרינדן דאס שטעטל. אויב ס'וואלט דאמאלס געקומען נאך א רעביש אייניקל. צוערשט אלס גאסט אויף שבת. און נאכדעם זיך באזעצט אין שטעטל. און דערנאך א צווייטער. און א דריטער וכו'. וואלט א יעדער געמאכט שבת פאר זיך. און קיינער וואלט נישט געהאט קיין מנין. און ס'וואלט נאר געווען פירוד לבבות. האט די רבי זי"ע געמאכט א תקנה אז ס'קען נאר זיין איין מנין אין שטעטל. משא"כ היינט. ווען ס'איז מקויים געווארן דער פסוק כי הרחיב לנו בארץ. די שטעטל איז זיך ב"ה צו וואקסן, בליעה"ר. און מ'קען זיך ערלויבן צו מאכן מערערע מניינים. וואלט די רבי שליט"א זיכער געמעגט דאס צו ערלויבן. ער וואלט נאכאלץ געהאט א גרויסן מניין שבת אינדערפריה. ווייל ס'איז נאכאלץ דא א גרויסער עולם וואס ווילל דאווענען מיט'ן רבי. אויך ווייל דער טיש ענדיגט זיך שפעט. נאר ווער ס'ווילל טון אנדערש זאלל האבן די מעגליכקייט דאס צו טון. ער קען ממנה זיין איינעם אדער 2 פון זיינע זין שליט"ע הרה"צ אין עטליכע בתי מדרשים. און די זמני התפילה זאללן זיין לויט ווי דער עולם ווילל..!
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk