פארומס › קאמענטארן

קאמענטארן

423 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 5:30 pm#61843
שמעקעדיג
איך וויל וויסן אויב קען מען שיקן בילדער אין אישית איינער פארן צווייטן?

טריי עס אויס ( קענסט מיך שיקען)
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 5:34 pm#61845
כ'האב געטרייט. כ'זעה נישט אזא אפציע.
האסט געמיינט איך פרעג בעפארן פרובירן?
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 5:38 pm#61849
שמעקעדיג
איך וויל וויסן אויב קען מען שיקן בילדער אין אישית איינער פארן צווייטן?

יא מ'קען, אבער נאר א בילד וואס איז שוין דא ערגעץ אויפן וועב, דורך דרוקן אויפן אימעדזש קנעפל.
אטעטשן א בילד פון קאמפיוטער קען מען נישט.

מ'קען אבער אפלאודן די בילד צו דראפבאקס וכדו', און שיקן די לינק אין אישית.
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 5:50 pm#61860
יישר כח רבי שמואל.
שטענדיג ביסטו גרייט צו ענטפערן לכל השואלים.
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 5:55 pm#61866
נעמט קאווע שטיבל שוין אן אדדווערטייזמענטס?
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:07 pm#61875
lulev
נעמט קאווע שטיבל שוין אן אדדווערטייזמענטס?

דו ווילסט אן אדדווערטייזען אדער ביסט סתם נייגעריג??
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:11 pm#61880
לעמיל דו ווילסט טאקע באמת וויסן צי ער וויל, אדער ביסט סתם נייגעריג אויב ער איז נייגעריג?
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:13 pm#61882
שמעק דו ווילסט טאקע באמת וויסען אויב איך וויל וויסען אדער ביסט סתם נייגעריג צו וויסען צו איך בין נייגעריג
Lol
מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:35 pm#63572
געפילטע פיש
אויך א WTG קנעפל (What The Gegenom), און א Rolling eyes קנעפל אויך, ס'זאל שוין זיין.

בחדא מחתא, קען מען שוין אויך מאכן א "thanks for stating the obvious" קנעפל, איך שטויס מיך אן דערין זייער אפט לעצטענס, איך וויל אבער נישט זיין rude.
מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:39 pm#63574
מיט אזויפיל קנעפלעך וועט נישט זיין קיין פלאץ צו שרייבן.
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 9:44 am#63650
אויב מעגליך, ווען מען צוטיילט אן אשכול און מען מאכט דערפון א נייע אשכול, זאל מען צולייגן א לינק צו די מקור אשכול פון וואו מען האט עס אפגעטיילט.
מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 8:13 pm#64984
מדת הדין כראפעט ב"ה. רעד צו גבאי שני אדער באריסטא
מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 9:14 pm#65005
די הנהלה זאגט מיר אז זיי זענען אינפארמירט דערוועגן, און מען ארבעט אויף א פלאן בעזרת השם.
מאנטאג פעברואר 18, 2013 5:45 pm#88383
באקומען אפדעיטס איבערן אשכול וואס מ'האט געשריבן!
איך וואלט געמיינט אז אזויווי די "לייג צו מיין אונטערשריפט" באקס קומט אטאמאטיש געטשעקט וואלט אויכעט געדארפט זיין די "לאזט מיר וויסן ווען א נייע..." געטשעקט לכתחילה!
אסאך מאל פארגעס איך עס צו מאכן א טשעק און מ'ענפערט מיר אויף מיין תגובה וכדומה און כ'ווייס גארנישט דערפון!!!

זאל דער עולם זאגן זייער מיינונג!
מאנטאג פעברואר 18, 2013 6:22 pm#88406
דו ווילסט באמת באקומען אן אימייל יעדע מאל איינער לייגט צו א תגובה צו א אשכול ווי דו האסט געשריבן עפעס?
אויב ווילסטו דוקא זען קעסטו דרוקן אויף ווייז אייערע הודעות אויבן פונען בלאט און זען אלע אשכולות ווי דו האסט שוין געשריבן.
מאנטאג פעברואר 18, 2013 6:31 pm#88416
ניין, דיין עצה איז נישט גוט פאר מיר!! כ'וויל ס'זאל גיין אטאמאטיש! אויב שוין דרוקן וואלט'ך געדריקט דעם "באקום אימעיל ווען ס'קומט צו נייע הודעות" אינטן די בלאט....

אבער אויב רבו עלי חבריי געב איך אויף! נו, וואס האלט ס'ציבור?
דינסטאג מערץ 19, 2013 12:52 am#98331
איך וויל פשוט און פראסט איבערגעבן א הארציגן ישר כח פאר די חשובע מנהלים/אחראים וואס גיבן זיך איבער אזוי געטריי פאר די הצלחה פונעם שטיבל.
איך האב יעצט געדארפט א קליינע טובה, און ממש פופצן מינוט נאכן בעטן איז עס געווען געטוהן.
דער אויבערשטער זאל ענק באצאלן בכפלי כפליים!
דינסטאג מערץ 19, 2013 2:01 am#98343
יעדער מאכט נאך גייקא. פאל נישט דערפאר
מיטוואך אפריל 3, 2013 3:01 pm#100942
מיין זייגער האט זיך צוריק געריקט מיט א שעה, נאך איינער האט די פראבלעים?
מיטוואך אפריל 3, 2013 4:17 pm#100974
יישר כח יאנקל יעצט איז עס פיין!
דאנערשטאג אפריל 4, 2013 3:07 pm#101317
מהיכן ירק זה חי?
אייוועלט האט אדווערטאיזמענטס. פארוואס נישט ביי אונז?
דאנערשטאג אפריל 4, 2013 4:29 pm#101359
איך בין זייער נייגעריג וואס איז די חילוק צווישען די אחראים וואס אונז האבען דא צום ביישפיל נצור לשונך מרע, משמרת, מזכה, בירגער,אחראי ווער איז ממונה אויף וואס?
פרייטאג אפריל 12, 2013 1:28 pm#104227
א גרויסען יישר כח פאר די הנהלה פארען טוישען די קאליר פון תורה ודעת
פרייטאג אפריל 12, 2013 3:55 pm#104299
די נייע קאליר איז שלעכט. די אלטע איז געווען זייער גוט.
שכח קומט זיך עניוועס פאר די הנהלה פאר זייער ארבעט
זונטאג אפריל 14, 2013 9:09 am#104469
זיידעטשקע
איך וויל נישט חלילה קריטיקירען די טייערע מנהלים וואס שטעלן צו אזא פראכטפולע מקום , אבער שוין איבער א וואך וואס איך האב געשיקט א אישית צו מידת הדין וועגן מאחורי, און ער ענטפערט נישט.

מדת הרחמים עלינו התגלגלי..
דינסטאג אפריל 16, 2013 4:54 pm#105481
נולד מאוחר
די נייע קאליר איז שלעכט. די אלטע איז געווען זייער גוט.
שכח קומט זיך עניוועס פאר די הנהלה פאר זייער ארבעט

די אלטע איז געוועין גוט??? נישט און מיינע אויגען
דינסטאג אפריל 23, 2013 4:22 pm#108097
ווייסט איינער ווער זענען די עליענס וואס דרייען זיך דא?
📎 Capture1.JPG
וואס איז פשט פון דעם?
דינסטאג אפריל 23, 2013 4:38 pm#108106
די ראבאט'ס לאדענען אראפ פייל'ס אויך?
📎 Capture.JPG
דינסטאג אפריל 23, 2013 5:02 pm#108119
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/23234">viewtopic.php?p=23234#p23234</a><!-- l -->
דינסטאג אפריל 30, 2013 2:21 pm#110284
כ'מיטשע זיך שוין א שיינע האלבע שעה, פרוביר צי טוישען מיין פעסווארד דערווייל האב איך נאך נישט געטראפן אזא אפשען.
קען איינער עדווייזען צי סאיז דא אזאנס?
דינסטאג אפריל 30, 2013 2:24 pm#110285
יא, סיין ארויס פון דיין אקאונט, גיי צום הויפט בלאט און קליק אויף 'איינשרייבן', לייג אריין דיין ניק, און קליק אויף 'פארגעסן פעסווארד' (מעגסט זאגן ליגענט) וועסטו האבן די אפציע פון מאכן א נייע
דינסטאג אפריל 30, 2013 2:26 pm#110287
בעריש
כ'מיטשע זיך שוין א שיינע האלבע שעה, פרוביר צי טוישען מיין פעסווארד דערווייל האב איך נאך נישט געטראפן אזא אפשען.
קען איינער עדווייזען צי סאיז דא אזאנס?

באניצער'ס קאנטראל פאנעל/פראפיל/רעדאגיר קאנטע סעטינגס
זונטאג מאי 19, 2013 4:25 pm#115696
וואס איז דער באדייט פון א אומריכטיגע לייק? איך האב פראבירט צו קוועטשן דעם לייק קנעפל דריי מאל צו ליבן א הודעה און עס איז כסדר ארויפגעקומען "אומריכטיגע לייק", אומריכטיג פארוואס? איך בין נישט בארעכטיגט צו ליבן די הודעה? און אויב האט עס מיר יא ארויפגעברענגט א שמייכל אויף מיינע לעפצן ברויך איך עס שנעל פארווישען?
דאנערשטאג יוני 6, 2013 5:10 pm#122503
HAPPY BIRTHDAY
וואס דארף דאס צו מיינען?
אויב איינער שרייבט אריין זיין געבורטס טאג קומט ארויף אויפן הויפט זייט א מזל טוב צו זיין יום הולדת?
📎 Birthday.jpg
דאנערשטאג יוני 6, 2013 5:12 pm#122507
YES
דאנערשטאג יוני 6, 2013 5:13 pm#122508
וואס איז די 100 פאר?
דאנערשטאג יוני 6, 2013 5:14 pm#122511
עלטער:
100
דאנערשטאג יוני 6, 2013 5:18 pm#122514
100 יאר? חדשים? טעיג?
דאנערשטאג יוני 6, 2013 5:20 pm#122517
שעה
מאנטאג יוני 10, 2013 1:30 pm#123618
איינער קען מפשר זיין וויזוי דאס ארבעט. אונטער יעדן בילד וואס מ'לייגט ארויף קען מען זעהן די ציפער וויפיל צפיות דער בילד האט געהאט. וויאזוי ארבעט דאס?

למשל דא האבעך געלייגט א בילד אונטער דעם שטייט 127 קוקערס. א בילד וואס איך האב געלייגט שפעטער האט איבער 300 צפיות. צו ביידע האט מען דאך געמוזט אריינקליקן דעם זעלבן אשכול

סוי וואס גייט דא פאר?
מאנטאג יוני 10, 2013 1:57 pm#123630
אזוי? נו קוק אויף פעידזש 10 אביסעלע ארויפציר וועסטע זעהן א בילד וואס האט 15 מער צפיות ווי דער אונטירשטע בילד פון פעידזש 10
מיטוואך יוני 12, 2013 11:43 am#124317
ביי מיר איז קאווע שטיבל זייער שטייט היינט. יעדע פעידזש נעמט צו לאודן א יאר מיינוס א מיטוואך. בין איך דער איינציגסטער?
מיטוואך יוני 12, 2013 11:50 am#124319
ביי מיר איז עס אויך היינט היבש שטייטער ווי געווענליך. וואסי פשט?
מיטוואך יוני 12, 2013 12:02 pm#124322
ביי מיר אויך...
מיטוואך יוני 12, 2013 12:36 pm#124337
newkave
ביי מיר אויך...
מיטוואך יוני 12, 2013 4:47 pm#124413
אפשר האטעס מיט דעם צוטוהן? די אינוועסטארס ווילן זעהן וואס זיי קויפן.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:12 am#124558
ווי אזוי לייג איך ארויף אידיוא פייל?
הסיומת aac אינה מורשת
דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:41 am#126626
קודם א שכח פאר די שיינע ארבעט שלא על מנת לקבל פרס,

אויב סאיז נישט שווער צו טוישען אפשר מאכט מען אז די אינטערשריפטען זאלן בלייבן די זעלבע, און אויב מען וויל טוישען די חתימה זאל די נייע חתימה ארויף קומען פון היינט און ווייטער, נישט אז סזאל זיך טוישען די חתימה אויף אלע תגובות, אסאך מאל רעאגירט מען אויף די אינטערשריפט און ווען יענער טוישט זיין חתימה פארשטייט מען עס נישט.
דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:23 am#128438
נישט קיין פראבלעים, זעט אויס אז סאיז נישט וויכטיג, ממילא האב איך נאך נישט באקומען קיין תשובה אויף מיין לעצטע תגובה, כ׳מיין אז ס׳איז טאקע נישט געפערליך, אבער אפשר קען מיר איינער ארויס העלפן, איך געדענק ווי די סמייליס פלעגן ווינקען צו מיר אבער היינט א שטילקייט האט זיי באנומען און זיי רירען זיך נישט ממש ווי א טויטע דומם, איינער ווייסט וויאזוי מען שטעלט זיי אן צו זיין לעבעדיג?