פארומס › קאמענטארן

קאמענטארן

423 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג יוני 27, 2013 5:24 am#128488
זר זהב
איינער קען מפשר זיין וויזוי דאס ארבעט. אונטער יעדן בילד וואס מ'לייגט ארויף קען מען זעהן די ציפער וויפיל צפיות דער בילד האט געהאט. וויאזוי ארבעט דאס?

למשל דא האבעך געלייגט א בילד אונטער דעם שטייט 127 קוקערס. א בילד וואס איך האב געלייגט שפעטער האט איבער 300 צפיות. צו ביידע האט מען דאך געמוזט אריינקליקן דעם זעלבן אשכול

סוי וואס גייט דא פאר?

כ'מיין אז ס'מיינט וויפל מענטשען האבען געקליקט אויפן בילד עס צו זעהן גרעסער, קען זיין?
דינסטאג יולי 30, 2013 12:37 pm#137274
וואס איז פשט פון די קבוצה קאווע שטיבל איינגעשטעלטע <!-- l --><a class="postlink-local" href="http://www.kaveshtiebel.com/memberlist.php?mode=group">memberlist.php?mode=group</a><!-- l -->
איינגעשטעלטע אין קאווע שטיבל פון וועם איר קענט פרעגן אלע אייערע פראגעס, שיקן הערות, און סתם אזוי נערווירן.
מעיג איך סתם אזוי נערווירן די הנהלה?
דינסטאג יולי 30, 2013 5:06 pm#137320
איך האב פארפאסט די באן 😈
דינסטאג יולי 30, 2013 5:06 pm#137321
[ציטאט אראפגענומען]

אינטערעסאנט... בתחלה מאי קסבר, ולבסוף מאי קסבר...
דינסטאג יולי 30, 2013 5:08 pm#137322
קאמענטירער
נישט קיין פראבלעים, זעט אויס אז סאיז נישט וויכטיג, ממילא האב איך נאך נישט באקומען קיין תשובה אויף מיין לעצטע תגובה, כ׳מיין אז ס׳איז טאקע נישט געפערליך, אבער אפשר קען מיר איינער ארויס העלפן, איך געדענק ווי די סמייליס פלעגן ווינקען צו מיר אבער היינט א שטילקייט האט זיי באנומען און זיי רירען זיך נישט ממש ווי א טויטע דומם, איינער ווייסט וויאזוי מען שטעלט זיי אן צו זיין לעבעדיג?

ווען דו שרייבסט א נייע תגובה קוק אונטן אז די אפציעס - "פארלעש BBCode" און "פארלעש סמייליס", זאלן נישט זיין געטשעקט.
דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 10:47 am#168601
MARK AS UNREAD
ביי אימעיל איז פאראן א אפציע אנצוצייכענען "מארק עז אנ-ריעד" - דהיינו עס זאל אויסקוקן כאילו איך האב עס נישט געלייענט.
טייל אימעיל פראגראמען האבן א SNOOZE אפציע, אין קעיס איך וויל איבערלייענען א אימעיל מעסעדזש שפעטער.

איך וואלט געוואלט האבן אזא זאך אין קאווע שטיבל.
אסאך מאל גיי איך אריין אין א אשכול וואס כ'האב נאך נישט געלייענט, אבער איך זעה אז די תגובה איז ריזיג לאנג און כ'האב נישט יעצט קיין צייט עס אדורכצולייענען.
אדער צב"ש א יוטוב קליפ וואס אדער האב איך נישט קיין עקסעס דערצו (אין די ארבעט) אדער בין איך צווישן מענטשן און כ'קען עס נישט וואטשן. וכדומה.
ווי אזוי קען איך מאכן אז נעקסטע מאל איך קום צוריק צום שטיבל זאל איך עס נאכאמאל טרעפן צווישן 'אקטיווע אשכולות' אדער ביי 'אומגעלייענטע הודעות'?
דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 11:03 am#168605
אן אלטערנאטיוו איז דא צו בוקמארקן דעם אשכול, און שפעטער צוריק קומען דערצו.
דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 4:43 pm#168738
בוקמארקן העלפט מיר נישט צווישן איין קאמפיוטער/טעלעפאן און צווייטן, נאר אויפן זעלבן כלי.
דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 4:48 pm#168742
איך רעד פון בוקמארקן אויף קאווע שטיבל זעלבסט. אין יעדע אשכול גאנץ אונטן איז דא א אפשען "בוקמארק", און דערנאך קען מען זעהן די געבוקטע אשכולות אינעם באניצער קאנטראל פאנעל/קאנטראלירט בוקמארקס.
זונטאג דעצעמבער 22, 2013 4:33 pm#169593
אממממ.. אויב כ'מעג בעהטן נאכאמאל... פשוט איך שפיר ווי אזויפיל פון מיין טייערע צייט גייט לאיבוד.
די קנעפל "נייע הודעות" זאל זיין נישט נאר אויף די הויפט זייט, אזויווי דא:
📎 1.JPG
נאר אויך דא:
📎 2.JPG

איין באשעפער ווייסט וויפיל מער צייט איך וואלט פארדינט פון נישט דארפען צוריק גיין צום הויפט זייט צו זעהן די נייע הודעות.
זונטאג דעצעמבער 22, 2013 4:58 pm#169604
איז אמאל געווען וואלן און ליידער האט דער צד אז ס'זאל נאר זיין א לינק צו אקטיווע אשכולות געווינען
זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:32 pm#171414
#אינטערעסאנט
זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:34 pm#171415
האט עס נאך איינער געוויסט. אז מ'לייגט א העשטעג און מ'שרייבט א ווארט ווערט עס א לינק צו א זוכעניש דא אין ק"ש. קוקטס מיין פריערדיגע תגובה. איך האב עס באמערקט ביי עקסידענט.

#פשט דערפון?
זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:39 pm#171417
ס'איז חדש אסור, קיינמאל נישט אזוי געווען מימות קאווע.
זונטאג דעצעמבער 29, 2013 4:38 pm#171470
#test
מיטוואך פעברואר 12, 2014 5:05 pm#183283
וואס איז פשט אז @בירגער איז שוין נישט קיין אחראי? וואס איז די פאלטיק?
מיטוואך פעברואר 12, 2014 10:37 pm#183407
שמעקעדיג
ביי אימעיל איז פאראן א אפציע אנצוצייכענען "מארק עז אנ-ריעד" - דהיינו עס זאל אויסקוקן כאילו איך האב עס נישט געלייענט.
טייל אימעיל פראגראמען האבן א SNOOZE אפציע, אין קעיס איך וויל איבערלייענען א אימעיל מעסעדזש שפעטער.

איך וואלט געוואלט האבן אזא זאך אין קאווע שטיבל.
אסאך מאל גיי איך אריין אין א אשכול וואס כ'האב נאך נישט געלייענט, אבער איך זעה אז די תגובה איז ריזיג לאנג און כ'האב נישט יעצט קיין צייט עס אדורכצולייענען.
אדער צב"ש א יוטוב קליפ וואס אדער האב איך נישט קיין עקסעס דערצו (אין די ארבעט) אדער בין איך צווישן מענטשן און כ'קען עס נישט וואטשן. וכדומה.
ווי אזוי קען איך מאכן אז נעקסטע מאל איך קום צוריק צום שטיבל זאל איך עס נאכאמאל טרעפן צווישן 'אקטיווע אשכולות' אדער ביי 'אומגעלייענטע הודעות'?

שוין דריי חדשים שפעט, אבער כ'האב יעצט ערשט געזען דיין פראבלעם. אויף אזא פאל לאז איך דעם טעב אפען, אזוי קען איך גיין פון יעדע קראום בראוזער וואו איך בין אריינגעסיינט (היים, ארבעט, פאון, טעבלעט) און עפענען טעבס פון די אנדערע דיווייסעס. אויב וויל איך צומאכן די טעב פעיסט איך אריין א לינק אין Google Keep, אויפן פאון איז עס נאך גרינגער מיט די share קנעפל.
מיטוואך פעברואר 12, 2014 11:06 pm#183410
וק"ש לעולם עומדת
מוצ"ש פעברואר 15, 2014 11:25 pm#183909
איינער ווייסט וואס איז די חילוק צווישן ארויסגייענדע פאסט, ביז געשיקטע פאסט? ביי פריוואטע הודעות.
מוצ"ש פעברואר 15, 2014 11:35 pm#183912
ווען עפעס ליגט אין "ארויסגייענדע פאסט" מיינט אז יענער האט עס נאכנישט געליינט, משא"כ "געשיקטע פאסט".
מוצ"ש פעברואר 15, 2014 11:40 pm#183913
אפטעמיסט
ווען עפעס ליגט אין "ארויסגייענדע פאסט" מיינט אז יענער האט עס נאכנישט געליינט, משא"כ "געשיקטע פאסט".

א דאנק, אבער עס איז זיכער נישט מיין פראבלעם אז עס ליגט אין ארויסגייענדע?
ווייל ביי gmail איז ארויסגייענדע מעיל, אז עס האלט זיך אינמיטען שיקען.
מוצ"ש פעברואר 15, 2014 11:43 pm#183914
ארויסגייענדע פאסט אין ק"ש מיינט אז יענער האט עס נישט געליינט. ביי gmail מיינט עס טאקע אז ס'האלט זיך אינמיטען שיקן. ס'איז נישט דיין פראבלעם.
מאנטאג מערץ 10, 2014 10:15 am#189793
sefish
האט עס נאך איינער געוויסט. אז מ'לייגט א העשטעג און מ'שרייבט א ווארט ווערט עס א לינק צו א זוכעניש דא אין ק"ש. קוקטס מיין פריערדיגע תגובה. איך האב עס באמערקט ביי עקסידענט.
#פשט דערפון?

וכאשר בא כן הלך
#אשאד
זונטאג אפריל 27, 2014 1:57 am#197332
וויאזוי מאכט מען א ארטיקל זאל זיין שיין גראד אזוי ווי דא
זונטאג אפריל 27, 2014 2:00 am#197333
מען דרוקט justify אויבן
פרייטאג מאי 16, 2014 12:57 am#200772
א היכי תמצא! מיין אייגענע תגובה קומט ארויף אלס אומגעליינטע תגובה....
(די רויטע קעסטל אויבן)
Capture.JPG
פרייטאג מאי 16, 2014 1:01 am#200774
וויבאלד דער אשכול איז געווארן אפגעטיילט צו א נייע אשכול, ווערן אלע הודעות אויטאמאטיש ווי אומגעלייענט.
פרייטאג מאי 16, 2014 1:08 am#200776
איך האב א אנדערע קשיא @יין שרף וויאזוי האסטו ערלעדיגט אזא גרויסן אימעדזש? ביי מיר האב איך יוזיעלי געפערליכע פראבלעמען מיט אביסל גרעסערע בילדער
פרייטאג מאי 16, 2014 1:24 am#200780
שמעקעדיג
ויבאלד דער אשכול איז געווארן אפגעטיילט צו א נייע אשכול, ווערן אלע הודעות אויטאמאטיש ווי אומגעלייענט.

ידעתי בני ידעתי...
פרייטאג מאי 16, 2014 1:30 am#200782
יין שרף
ידעתי בני ידעתי...



אמת א טאטע ווייסט אלעס... 🙂
פרייטאג מאי 16, 2014 1:34 am#200783
קליגער אינגערמאן
איך האב א אנדערע קשיא @יין שרף וויאזוי האסטו ערלעדיגט אזא גרויסן אימעדזש ? ביי מיר האב איך יאסיאלי געפירליכע פראבלעמען מיט אביסל גרעסערע בילדער

ווענד זיך וויפיל ק"ב די בילד פארמאגט. צו אפלאודען א בילד אויף "קאווע שטיבל" קען עס זיין ביז 256 KB.
דינסטאג מאי 27, 2014 10:28 pm#203089
איז שייך צו שטעלן דעם "לייק קנעפל" אונטן פונעם תגובה? עס איז פרוסטרירונג צו לייקן ביי לאנגע הודעות און נאך לענגערע פאעזיעס, ארויפצוסקראולן ביז אויבן צו טרעפן דעם אגודל אויף ארויף און א קוועטש טאן דערויף. ענליך ווי עמעזאן האט צום סוף פון יעדן רעוויאו צי עס איז געווען הילפבאר?
דינסטאג מאי 27, 2014 10:38 pm#203093
אין @אנאנים העט מיזן טוישן דעם חתימה ? כ'מיין וויזוי?
געב א דריק.... יא, די קליינע הענטעלע דארט אינטען.....

ס'קען ברענגען הרהורים.... ניין?
מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 5:26 pm#244728
אויב איך לייג איינעם אויף מיין נודניק ליסטע קומט זיין הודעה בכלל נישט ארויף? אדער קומט זיין אוואטאר יא ארויף?
פרייטאג אפריל 17, 2015 11:06 am#267027
ס'איז שוין העכטס צייט פאר א "געזונטהייט אפטיילונג". איך בין זעכער @פליקער איז מסכים. איך האב לאקשן (האלל וויט לאקשן אוודאי) צו פארקויפן. דאנקע שיינע.

@אנאנים
פרייטאג אפריל 17, 2015 11:27 am#267036
רויטע וואנצעס
ס'איז שוין העכטס צייט פאר א "געזונטהייט אפטיילונג". איך בין זעכער @פליקער איז מסכים. איך האב לאקשן (האלל וויט לאקשן אוודאי) צו פארקויפן. דאנקע שיינע.

גא פאר א געזינטהייט אשכול

האלוויט לאקשן ברויך מען דורך שמיסן, איך האף ס'יז גאבאקן נאך פסח פש'טייצעך
#רייזמאן'ס
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 2:13 pm#302155
וואס האט פאסירט מיט ארויפשטעלן בילדער? עס קומט אויס קליין, און ווען מען קליקט דערויף ווערט עס ענלארדזשד אין גרויס (אזוי ווי אין אייוועלט).
גראדע האט דער מהלך אסאך מעלות, בעיקר פאר די וואס לייגן ארויף ריזיגע בילדער און די גאנצע פעידזש ווערט צופארן.
ברם דא קאקא אז די מספר וויפיל מאל דער בילד איז שוין געזען געווארן איז אויך פארשוואונדן געווארן! ועל דא קא בכינא.

@אנאנים
@סארווירער
@סדרן
מיטוואך אקטאבער 7, 2015 11:51 am#303381
האט נאך איינער באמערקט אז לעצטנס זענען די MARGINS פון ק"ש פארשוואונדן, דער פעידזש לייענט זיך פון עק סקרין צו עק סקרין??
מיטוואך אקטאבער 7, 2015 1:23 pm#303392
כ'מיין ס'איז פארבינדן מיט'ן עט הדר בעננער.
מיטוואך אקטאבער 7, 2015 2:25 pm#303412
יא, באמערקט.
מיטוואך אקטאבער 7, 2015 2:25 pm#303413
געפרוואט היינט ארופלייגן א יוטוב קליפ אבער ס'גייט נישט
דינסטאג אקטאבער 13, 2015 10:29 pm#304354
איך זעה אז מען האט געהעכערט די סכום הודעות אין אישי פון 800 צו 1000.
יישר כח מנהלים!
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 8:53 pm#304726
שמעקעדיג
האט נאך איינער באמערקט אז לעצטנס זענען די MARGINS פון ק"ש פארשוואונדן, דער פעידזש לייענט זיך פון עק סקרין צו עק סקרין??

א דאנק פארן אויפמערקזאם מאכן, פארראכטן.
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 10:18 pm#304739
Re: קאמענטארן
וואס איז געשען מיט די גבאות ? סאיז שוין די דריטע חדש וואס סזענען נישט געשטעלט געווארן קיין גבאים .
מאנטאג אקטאבער 26, 2015 11:37 am#306185
די "שנעלע הודעה" פונקציע איז לעצטנס פארשוואנדן געווארן.
ת"ר משנסתלקו השנעלע הודעות נתרבו הציטירן להבל ולריק.
מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 6:15 pm#307708
זר זהב האט געשריבן:וואזוי ארבעטן די זייגערס דא ? ס'הערשט א צעמישעניש ביי די תגובות, כ'קען נישט מיטהאלטן וואו ס'דא א פרישע פאוסט ווייל די צייט איז זייער דיפפרענט פון איינעם צום צווייטן. פארשטייט איינער מאן ("מיין" בלע"ז) פראבלעם ?


איך זעה אז די זייגער איז נאך אלס נישט גערוקט.
מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 11:25 pm#307767
דארפסט עס אליינס ריקן ביי קאנטראל פענעל
מיטוואך יוני 08, 2016 12:51 pm#337185
איינגעפאלן א געדאנק: טאמער ניצט איר נישט אייער ניק פאר 6 חדשים זענט איר אוטומאטיש פארשפארט פונעם שטיבעל.
כ'האב געזעהן טעלעגראם האט די זעלבע סיסטעם.
איי וואס גייט מיר אן טאמער ס'איז דא מיליאן ניקס? קשיא
מיטוואך יוני 08, 2016 1:38 pm#337209
ביסט כמעט אויסגעשפארט געווארן...

ס'קען אפשר שטופן די אלטע לייבן אריינצוקומען כאטש פעמיים בשנה. אויך עפעס.
דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:47 pm#342082
וויאזוי ציטירט מען אן הודעה פון א צווייטער אשכול\פארום, חוץ קאנטראל קאפי?