הקטן האט געשריבן:הרב שיף האט געשריבן:געטוישט מיין מיינונג לטובתו.
ווען ? און פארוואס?
אויב איך מעג..
ווען? במשך זיין טערמין.
פארוואס? זייער פשוט, ווען דער איז געלאפן, האט ער נישט גענפערט קיין שום זאכן זאכליך, מיר וועלן מאכן א גוטע עקנאמיע, וויאזוי? פרעג נישט איך האב עפעס א מעגע פלאן!! ס'וועט זיין ס'עט זיך טוען, עפעס געוואלדיג.
איך וועל צוימען איםליגאלע עמיגראציע, וויאזוי? זארג נישט פארלאז זיך אויף מיר, ווייסטו וואס מען וועט בויען א וואנט, נעה נישט אונז מעקסיקא וועט בויען.
איך וועל מאכען גרויסע טוישינגעןאין מיטיל מזרח! ווואס פרעגסטו, אה קען נישט זאגן, עפעס וואס נאר איך קען, קיינער האט נישט איך וועל יא, מעגסט מיר גלייבען אפי' איך וועל שיסען אויף פיפט עוועניו וועט מען נאך אלס גלייבען.
עס האט זייער שטארק אויסגעקוט ווי א מענטש וואס פארשטייט צו רעדן און די מידיע, אבער נישט אויף הלכה למעשה.
אע"פ ער האט געבויט א ביזנעס [לשיטתו פון גארנישט, ער האט דאך געירשנט נאר ממש אפאר אפגעריסענע איינצלנע מליאנען דאלער] איז ממילא טויג ער, אויב איך האב נישט געגלייבט און דעם, נאך וואס ער איז געווען א מומחה און נישט געיבן ענטפערס הלכה למעשה.
ארוס געשטעלט האט זיך אז ער פארשטייט נישט צום רעדען, נישט צו פירען א "פי אר" מלחמה, אבער ער פארשטייט גאר גוט למעשה, און האט געטוען און געטוען זאכליכע זאכן וואס האט געהאלפן דער אמעריקאנער בירגער. טראץ רדיפות און שמוצערייען פון מענטשן וואס האבען שטארקע ערפארונג און ציברעכען א מענטש זיין מוהט אויפצישטיין אינדערפרי, האט ער געטוהן ווייטער און צו דער זאך, ווי עס קוקט מיר אויס, אויב וועט ער קענען בלייבען פרעזידענט אויף גענוג יארן, האט נאך אמעריקע א טשאנס, ארויס צוקריכען פונעם דרך צום קומוניסטישע גן עדן.
אויב איך מעג.... וואספארא פראגע? אודאי מעגט איר.