החוקר האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:איך וויל פרעגן די אלע טראמפּ האַסערס, מ'האלט שוין פיר יאר אריין, איז עס טאקע געווען אזוי שלעכט ווי מ'האט זיך פארגעשטעלט? אויב יא, מיט וואס פונקטליך?
Oh yes!
די ליסט איז לאנג אבער די ערשטע וואס קומט יעצט אויפן געדאנק איז קאוויד. איך וואלט קיינמאל נישט געחלומט אז אזא ערנסטע זאך ווי די פאנדעמיע וועט ווערן פאליטיזירט.
עס וואלט געווען אזוי גרינג עס צו האנדלן בעסער 'פאליטיש', און דער האט אנגעזעצט. נישט אז עס איז מעגליך צו האבן א פערפעקט סקאר, עס וואלט אייביג געווען טענות. אבער פון דא ביז דארט איז פאלג מיר א גאנג.
קאוויד איז א פאקט. וואס מ'טוהט ווען וואלט נישט געארבעט, ס'איז א טראגעדיע און מ'דארף דיעלן דערמיט. איך פארשטיי אזעלכע וואס קריטיקירן. אבער מ'דארף אויך קענען צייגן מיט וואס ביידן אדער ווייסעך ווער וואלט געווען בעסער. למשל ווי שלעכט טראמפּ איז געווען (אויב בכלל) קומט עס נישט צו די אומקאמפוטענץ פון קאמאו. דעריבער לאמיר רעדן אביסל מער בפרטיות.
וויאזוי וואלט ער עס געקענט באהאנדלן בעסער פאליטיש?
האלטסטו אז ס'איז דא א שאנס אז די דעמאקראטן וואלטן מיט איהם מיטגעאַרבעט? ווען די דעמאקראטן וואלטן געקומען צום טיש צו ארבעטן צוזאמען וואלט עס אדמיטעד אז טראמפּ טוהט גוט, און וואלט שטארק געהויבן טראמפּ'ס שאנסן פאר ווידערוויילונג, האלט איר דעם אז ס'איז דא א מציאות אז זיי וואלטן איינגעגאנגען דערפאר?
פאליטיש, אויב קאוויד וואלט געווען א סוקסעס, איז נישט קיין ספק אז טראמפּ וואלט געווינען ווידערוויילונג. אויב איז עס א שטארקער דורכפאל איז נישט קיין ספק אז ער וועט פארלירן ווידערוויילונג.
מיט די הנחה, וואס וואלט געווען די ציל פון די דעמאקראטן? טראכט און לאזט מיך וויסן.......