שמעון וואלףאיך מיין אז רז"ל זאל דערקלערן אז מהיום והלאה טאר קיינער נישט מסדר קדושין זיין אין וויליאמסבורג (והגלילות) אן זיין רשות. דערנאך וועט ער מפרסם זיין אז ער גיבט רשות פאר א חודש צוויי, און נאכדעם וועט ער עס פארלענגערן פאר נאך אביסל אויף ביזדערווייל איז ער די געווינער ווייל למעשה זענען נישטא קיין חתונות אן זיין רשות
לאמיר דיר אויסלערנען די כללים פון געווינערס/ פארלירערס: כדי צו קענען דערקלערן זיג דארף פארדעם זיין א פייט.
דא ביי די סידור קידושין פרשה האבן די ארוינים ניטאמאל אנגעהויבן צו פייטן! נישט אז מ'האט פרובירט און מ'האט אויפגעגעבן נאר פון די ערשטע רגע האט מען נישט געהערט פון זיי קיין שום ערנסטע מאוו, ס'איז שא שטיל, דאס מערסטע וואס מ'האט געטון איז געווען צו מאכן אן אסיפה ווי ר' געציל האט געלאזט וויסן אז ער שטייט נאך אלץ שטאנדהאפטיג מיט זיין שטעלונג אז אלע סידור קידושין'ס דארף זיין אונטערן מרא דאתרא און ווער עס וויל זיך אנפייפן זאל פייפן.
למעשה צוליב די סיטואציע ווי אויבן געשמועסט האט מען געגעבן רשות פאר ביז ר''ח אלול - וואס ס'איז שטענדיג געווען אזא זאך ווי בעטן רשות צו נעמען א צווייטן און מהר''א האט זיך געהאט זיינע כללים ווען יא און ווען נישט, איז יעצט האט מען געגעבן רשות ביז א באשטימטע דאטום און קיין איין טאג נישט מער, ווי געשמועסט אויבן איז דעי וואך געווען איין אויסנאם, קיינער חוץ דעם האט נישט באקומען רשות סתם אזוי.
איז ווילאנג דו קענסט נישט אנווייזן ווי די ארוינים האבן פרובירט צו באקעמפן דעי זאל, רעד נישט פון די ווארט געווינער, עס קומט בכלל נישט אריין דא.
די זאליס וואלטן געהייסן געווינערס למשל ווען די ארוינים וואלטן ווען פארפירט אז מ'דארף נישט, צו מ'טאר נישט בודק זיין צומת הגידין אדער אז מ'טאר נישט אוועקגיין פון לאנג איילענד ווייץ פאר די מצות, און למעשה נאך זייער גאנצע מערכה מאכן זיי נאך די זאליס דעמאלטס וואלטן די ארוינים געווען לוזערס....