מיליאנער האט געשריבן:מהר''א מאכט א תקנה אין זיין שטאט און מהרז''ל קומט אין יענעם'ס שטאט עפענען א זאל! עס איז אזויווי מהר''א זאל בויען א קאך אין עטרת מייזעלס און נישט לאזן סערווירן זאלונישע פלייש.
און דו רעדסט פשוט נישט צום זאך, אין עטרת מייזעלס'ס ערשטע צייטן האט מען געמעגט נעמען וועם מ'האט געוואלט און יעדער האט געבעטן רשות און מ'האט גענומען ר' געציל און אלעס איז געפארן על מי מנוחות. דו ווייסט אליין (און אויב נישט זאג איך דיר) אז זינט מהרז''ל האט אנגעכאפט די משוגעת גייט די גאנצע זאל אין דער ערד, ס'איז כמעט נישטא קיין חתונות דארט, און ווען יא איז עס אין גרויסן טייל באגלייט מיט עגמת נפש.
עס מאכט ניטאמאל קיין סענס וואס דו זאגסט, ער איז א רבי פאר אלע זיינע חסידים און וויאזוי קען ער מאכן עגמת נפש פאר געוויסע כדי צו ראטעווען אנדערע, איז טאקע נישטא קיין אנדערע וועג?
אלע מאי מיינט מען נישט דא די חסידימ'ס טובה מען מיינט נאר די אייגענע כבוד המחולל, און די חסידים זענען גאר די וואס ליידן שוין א יאר צייט און מען זעט נישט קיין ענדע דערצו.
קרית יואל באלאנגט נישט פאר מהר"א, נישט קיין חילוק וויפיל מאל די גייסט עס איבערזאגן, אין צי די גייסט עס שרייבן באלד, אויפן ווילידש איז ער באלעבאס, אין ער איז באלבעס אזויפיל וויפיל א ווילידש איז באלעבאס אויף די מענטשהייט, מענטשנס פריוואטע אייגענטום באלאנגט נישט פאר אים, גלילת איז אינגאנצן נישט זיינס,
דיין דיין זאגט אז ער איז מרה דאתרא, יענעמס דיין זאגט ער איז נישט, דיין דיין זאגט מטאר נישט חתונה מאכן דארט, יענעמס דיין זאגט ממעג יא, יענעמס דיין זאגט ממעג זיך משתתף זיין ביי אזא חתונה, דיין דיין זאגט דאס ניטמאל, אין אוואדע אז מטאר נישט טעראזירן איינער וואס גייט,
עטרת מייזלעס פלעגט מען קענען מכבד זיין וועם מוויל, מהאט עס געמיזט אפשטעלן ווען דעי טעראריסטן האבן אנגעהויבן רודפן מחותנים מער אין מער, די קלימאקס איז געווען ביי מהרז"לס הויז בחור,
דער זאל האט איבער 30 חתונות דעם ווינטער, פאר אט דעי מחותנים שטעלט ער צי א זאל, אז זיי זאלן נישט ברויכן שלעפן די חתונות קיין מאנסי, ווער סוויל גיין מיט רשות איז שוין דא אנדערע ציגשטעלטע זאלן אין שטאט, אוודאי וואלט געקענט זיין נאך 30 חתונות ווען נישט מטעראזירט מחותנים, ער קען דאך אבער נישט טיען מער וויפיל ער קען, אבער וואס ער קען ברויך ער צישטעלן, אגב, עטרת מאיר צבי האט דריי מאל אזויפיל חתונות דעם ווינטער, א דאנק מייזעלס, ווי נישט ווי איז עטרת מייזלעס א אומפראקטישע זאל פאר חתונות, אין זאליס זענען אומבאקוועם צי ווערן אפגעשטעמפלט אלס אן ארוני,
רוב חתונות, ווי סאיז נישט דא קיין פעטער אן אנדרייער, גייט דורך מיט א רויגקייט, אין קיינעם אינטערסירט נישט וואס דער אלטער פערד מיט זיין קופה של גרושים האט צי זאגן, טאקע דא חתונות ווי מהאט נאך עג"מ פין דעי טעראריסטן, אין סאיז דא חתונות וואס ספעלט משפחה, אבער דאס איז דאך די מחותניםס דעסישן, אין זענען גרייט דערויף,
ער מאכט קיינעם נישט קיין עג"מ מיט זיין תקנה, וויל ווער סוויל קען ווייטער חתונה מאכן אין פארדייס אדער גיין קיין מאנסי, קיינער וועט נישט זיין ברוגז,
אין צי די אלע וואס זארגן זיך כסדר, אז די זאליס ליידן געפערליך פין מהרזל, וויל איך זיי מודיע זיין אז קיינער האט נישט געשלאסן קיין קאנטראקט צי בלייבן א זאלי, מקען ראויג אריבער גיין צי די ארונים, אין סעניוועי נישט גארנישט מחייב אלס חסידית אויס צי זיין א זאלי,
וואס איך קלער נאך אלס, א זיידע וואס גייט נישט צי אן אייניקלס חתונה, ווען סנישט דא קיין שים פסק הלכה אז מטאר נישט, אין נאר ווייל זיין אפגאטס בעבישע כבוד גייט פארשוועכט ווערן, צי ער ברויך נישט קיין גרויסע דאקטער