פארומס › סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

1,352 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14396
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג פעברואר 15, 2022 7:57 am#495036
וואסער
א חסיד פון ווילנא
וואסער

אויב דאס הייסו שיין, פארוואס אנדערע חתונות קערט מען נישט פאר עלטערן?
עס איז שמייכעלדיג צו טראכטן פון די דברי פי חכם [להרע] "מען דארף פארשטיין אז ווען איך פאר קיין ארץ ישראל דארף איך גיין באזוכן די רבנים דארטן אפי' וואס זענען נישט מיט די שיטה אויסגעהאלטן, ווייל עס איז דאך מבני משפחתי..." (נישט פונטקליך די לשון, ווער עס האט די ריקארדונג איז מכובד).

אזוי אויך איז פשוט אינטערסאנט צו צוצייכענען דא די דברי הבל פונעם איידעם א שטיק שווער אב"ד ביהמ"ד אהל פיגא ק"י די וואך ביי שלש סעודות. "איך וויל דא דערמאנען מיינס א נכסי מלוג זיידע וואס די יארצייט געפאלט די וואך דער הייליגער ישועות משה..."

לפי ידיעתי האט ר' יושע כהן געזאגט של"ס תורה די וואך אין אוהל פייגא

גערעכט. אבער בעפאר הרה"ג ר' יושע האט אויפגעטרעטן האט דזשונסקיא געזאגט אפאר ווערטער און בתוך הדבריו דערמאנט די אויבנדערמאנטע.

איך פארשטיי באמת נישט די פראבלעם פון די ווערטער, אויב דו קענסט מיר מסביר זיין וואס איז שלעכט דערמיט וואלט איך מכיר טוב געווען.
דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:06 am#495038
וואס פארשטייסטו נישט?
ווען א אזויגעריפענער סאטמארער רבי (נישט זיין איידעם) זאגט נאך פון הרצ"פ פראנק ז"ל (נישט קיין קרוב) פארשטייסטו אויך נישט

די גרעסטע דזשאוק אז ער האט אפילו נישט געוויסט ווער דאס איז און וואס איז ראונג מיט אים
דינסטאג פעברואר 15, 2022 9:58 pm#495144
נו זיי מסביר פאר אונז נארעלעך וואס איז טאקא ראנג דערמיט.

פינקי מיט די אנדערע אייניקלעך האלטן אפילו אינמיטן כ'שרן זיין סעקרעטאר הרב שזורי.
דינסטאג פעברואר 15, 2022 10:30 pm#495149
א חסיד פון ווילנא

וואס פארשטייסטו נישט?
ווען א אזויגעריפענער סאטמארער רבי (נישט זיין איידעם) זאגט נאך פון הרצ"פ פראנק ז"ל (נישט קיין קרוב) פארשטייסטו אויך נישט

די גרעסטע דזשאוק אז ער האט אפילו נישט געוויסט ווער דאס איז און וואס איז ראונג מיט אים

קאנטאקסט מיין פריינט איז זייער וויכטיג, איך געדענק יענע דרשה, ער האט נאכגעזאגט אז ר' צבי פסח פראנק האט געוואלט טון א געוויסע זאך, כ'געדענק שוין נישט וואס אבער די אנדערע רבנים האבן זיך קעגנגעשטעלט.

עס איז בערך אזוי ווי ווען א סאטמאר'ע בעל דרשן זאל זאגן "די ציונים ווילן אויסשמדן כלל ישראל" און דו וועסט לכאורה יאמערן היתכן א סאטמאר'ער זאגט נאך פון די ציונים.
מיטוואך פעברואר 16, 2022 12:42 am#495154
מיליאנער
וואסער
א חסיד פון ווילנא
וואסער

אויב דאס הייסו שיין, פארוואס אנדערע חתונות קערט מען נישט פאר עלטערן?
עס איז שמייכעלדיג צו טראכטן פון די דברי פי חכם [להרע] "מען דארף פארשטיין אז ווען איך פאר קיין ארץ ישראל דארף איך גיין באזוכן די רבנים דארטן אפי' וואס זענען נישט מיט די שיטה אויסגעהאלטן, ווייל עס איז דאך מבני משפחתי..." (נישט פונטקליך די לשון, ווער עס האט די ריקארדונג איז מכובד).

אזוי אויך איז פשוט אינטערסאנט צו צוצייכענען דא די דברי הבל פונעם איידעם א שטיק שווער אב"ד ביהמ"ד אהל פיגא ק"י די וואך ביי שלש סעודות. "איך וויל דא דערמאנען מיינס א נכסי מלוג זיידע וואס די יארצייט געפאלט די וואך דער הייליגער ישועות משה..."

לפי ידיעתי האט ר' יושע כהן געזאגט של"ס תורה די וואך אין אוהל פייגא

גערעכט. אבער בעפאר הרה"ג ר' יושע האט אויפגעטרעטן האט דזשונסקיא געזאגט אפאר ווערטער און בתוך הדבריו דערמאנט די אויבנדערמאנטע.

איך פארשטיי באמת נישט די פראבלעם פון די ווערטער, אויב דו קענסט מיר מסביר זיין וואס איז שלעכט דערמיט וואלט איך מכיר טוב געווען.

הה"ד ווער ס'פארשטייט פארשטייט. איך בין פון די נישט פארשטייער ענד איי קען ליוו וויט איט.

עניוועי, ווי האלט די קאונט פון פסול'ע סידור קדושין'ס?
מיטוואך פעברואר 16, 2022 8:22 am#495185
שושן פורים
א חסיד פון ווילנא

וואס פארשטייסטו נישט?
ווען א אזויגעריפענער סאטמארער רבי (נישט זיין איידעם) זאגט נאך פון הרצ"פ פראנק ז"ל (נישט קיין קרוב) פארשטייסטו אויך נישט

די גרעסטע דזשאוק אז ער האט אפילו נישט געוויסט ווער דאס איז און וואס איז ראונג מיט אים

קאנטאקסט מיין פריינט איז זייער וויכטיג, איך געדענק יענע דרשה, ער האט נאכגעזאגט אז ר' צבי פסח פראנק האט געוואלט טון א געוויסע זאך, כ'געדענק שוין נישט וואס אבער די אנדערע רבנים האבן זיך קעגנגעשטעלט.

עס איז בערך אזוי ווי ווען א סאטמאר'ע בעל דרשן זאל זאגן "די ציונים ווילן אויסשמדן כלל ישראל" און דו וועסט לכאורה יאמערן היתכן א סאטמאר'ער זאגט נאך פון די ציונים.

איר מאכן א גרויסע טעות, עס איז געווען אינמיטן א דרוש חנוכה נאכן חנוכה לעכט, ער האט עס נאכגעזאגט אזוי ווי מ' זאגט א ר"ע איגר אדער א דברי יואל
מיטוואך פעברואר 16, 2022 8:33 am#495188

קיינמאל געוויסט אז רצ"פ פראנק איז אויך א שייגעץ אין סאטמאר, איז ער נישט געוועין פון די עדה?
מיטוואך פעברואר 16, 2022 10:01 am#495194
ער איז געווען איינגעשטעלט אין די רבנות.

מען רעדט נישט אנטקעגן אים אבער זיין נאמען קומט מיט א סייד נאוט. [די סאטמארע "אבער" וואס מען לייגט צו נאך יעדן אדם גדול]
מיטוואך פעברואר 16, 2022 12:21 pm#495206
זופ מיט מאנדלען
ער איז געווען איינגעשטעלט אין די רבנות.

מען רעדט נישט אנטקעגן אים אבער זיין נאמען קומט מיט א סייד נאוט. [די סאטמארע "אבער" וואס מען לייגט צו נאך יעדן אדם גדול]

ער איז געווען א אדם גדול מאד, 1 אדער 2 קינדער זענן אים ל"ע אויסגעאנגען פון הונגער אין יענע שווערע צייטן, איז ער אריבער צו די רבנות

קיינער רעדן נישט אויף אים, אל תדון את חברך, אויך רעדט מען נישט פון אים
פרייטאג פעברואר 18, 2022 12:48 pm#495392
לפי זה איז מהר"א א מתיר ממזרים 😂
פרייטאג פעברואר 18, 2022 1:04 pm#495393
דאס הייסט ריכטיג געמאכט די תורה פאר א קרדום לחפור בו, מען נעמט די אזוי-געריפענע תורה און מען נוצט עס פאר נארישע פאליטיק און מחלוקת,

דא מאכט מען זיי פאר נישט כשר'ע קינדער, און מיטאמאל ווען מען בעט 'מחילה' ווערט למפרע די ערשטע קדושין אויכעט חל? סארא ליצנות!! ס'נישטא ווער ס'זאל לאכן.

ווי האט יענע אפגעפארענע סאטמארע געזאגט, אויב דאס איז די תורה, דאן איז מסתמא שמירת שבת און לייגן תפילין אויך נאר עפעס א פאליטיק.

זיי מאכן ממש חוזק פון די תורה...
פרייטאג פעברואר 18, 2022 1:56 pm#495401
אוי וויי, עפעס איז ראנג מיט ענק זאליס? פון ענק וועט שוין גארנישט ווערן.

עטס כאפטס וואס דא גייט פאר? פון די פאר אויסגעשאסענע חתונות שלא ברשות האבן האלב דערפון (לשיטת טשאדעלע באדעלע) אויפגעהערט ביים צווייטן קינד אדער איבערגעמאכט שטילערהייט די קידושין! דאס איז א האר אויפשטעלנדע דורכפאל פאר די זאלישע מערכה אינטערצוברענגען די כח המרא דאתרא.

אבער יעצט קומען זיי מיט די האפענונג אז די ארוינים זענען אזעלכע מעקעלעך ווי זיי, און זיי טרייען ארויפצושמירן די דורכפאל אויף די ארוינים גאר... אז וואס? אז די ארוינים מאכן קלאר אז זייער ציל איז צו האלטן חשבון אויף די פסולע חתונות און אויב איינער מאכט איבער די קידושין כהלכה אזויווי די הלכה פארלאנגט דאן נעמט מען אראפ זיין נאמען פון די ליסטע, הא הא הא הא... אזעלעכע לוזערס....

דאס איז שוין אינעם זעלבן מעסעדזש ווי עס שטייט אז עס איז יעדע נאכט דא חתונות אין דעי צווי זאלן... אזעלכע אפענע ליגנטס, און די זאליס זענען נאך העפי מיט דעם...

איין זאך קען איך זאגן ברוך שלא עשני זאלי! ב''ה איך קען נאך טראכטן גראד און איך ווער נישט משוגע פאר נארישע ספינס!
מוצ"ש פעברואר 19, 2022 10:46 pm#495410
מיליאנער
די ארוינים מאכן קלאר אז זייער ציל איז צו האלטן חשבון אויף די פסולע חתונות און אויב איינער מאכט איבער די קידושין כהלכה אזויווי די הלכה פארלאנגט דאן נעמט מען אראפ זיין נאמען פון די ליסטע, הא הא הא הא... אזעלעכע לוזערס....

איין זאך קען איך זאגן ברוך שלא עשני זאלי! ב''ה איך קען נאך טראכטן גראד און איך ווער נישט משוגע פאר נארישע ספינס!

איינער וואס בעט רשות ביים צווייטן קינד, ווערט למפרע די קידושין פון די ערשטע קינד פליצלונג כשר?!?
איך וואלט ליבערשט געזאגט א ברכה שלא עשני סאטמארע! ב''ה איך קען נאך טראכטן גראד און איך ווער נישט משוגה פאר נארישע ספינס,
בפרט ווען מען ספינט ארום מיט די תורה...
זונטאג פעברואר 20, 2022 1:01 am#495417
עצי שטים

יא, ביי אלע פסולים אין די גמרא העלפט תשובה, למשל ביי בני תשע מדות וכדו' ווילאנג ס'איז נישט קיין ממזירים העלפט תשובה. און די רמב''ם זאגט פונקטליך וואס תשובה מיינט, און צוריקטוישן ביי די צווייטע קינד פיט פונטקליך אריין אינעם רמב''ם'ס פראפאזעל.

אבער דו פירסט אריין די שמועס יעצט אויב עס מאכט יא סענס אדער נישט(אויף וואס כ'האב שוין געענטפערט), אבער ביטע ענטפער מיר, וואס איז א גרעסערע דורכפאל ארויסשניידן האלב נעמען פונעם פנקס צוליב סיי וועלכע סיבה, אדער האלב פון די אייגענע חסידים וואס האבן שוין יא גענומען די קוראזש צו מיטשפילן טרעטן אויך צוריק, און אויך ביטע זאג מיר אויב דו ביסט באוויסטזיניג צום פאקט אז עס איז דא בלויז געציילטע חתונות אין די צוויי זאלן.
זונטאג פעברואר 20, 2022 1:43 am#495419
איך זוך די מקור אין רמב''ם, און איך טרעף עס נישט, אפשר צייכענסטו עס אהן,
ביי די תשע מידות שטייט נאר אז די קינדער וועט די יסורי הגלות מברר זיין, און אין הלכות תשובה טרעף איך גארנישט.

בנוגע ענקער נארישע פאליטיק גייט מיר גאנץ ווייניג אהן ווער איז שטערקער און ווער געווינט היינט אדער נעכטן, איך בין נישט באקאנט ווי פיל די זאלן זענען, און עס אינטרעסירט מיר נישט.

ביי א מחלוקת איז דער וואס געט די פעטש על פי רוב די פארלירער, מען קוקט אים אהן אלץ דער גרויזאמער הארצלאזער חיה, און דער וואס בייגט זיך די קאפ איז די געווינער,
גור ושאול אלטר יוכיח,

הגם דא טיילן ביידע זייטן פעטש, און איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין אלע אינערליכע פאליטיק,
דאך איז די גרעסטע דורכפאל דעם פאקט אז 'סאטמאר שלאגט זיך'. זיי מאכן זיך אליין ביליג.
מאנטאג פעברואר 21, 2022 12:27 am#495464
מיליאנער
עצי שטים
מיליאנער
די ארוינים מאכן קלאר אז זייער ציל איז צו האלטן חשבון אויף די פסולע חתונות און אויב איינער מאכט איבער די קידושין כהלכה אזויווי די הלכה פארלאנגט דאן נעמט מען אראפ זיין נאמען פון די ליסטע, הא הא הא הא... אזעלעכע לוזערס....

איין זאך קען איך זאגן ברוך שלא עשני זאלי! ב''ה איך קען נאך טראכטן גראד און איך ווער נישט משוגע פאר נארישע ספינס!

איינער וואס בעט רשות ביים צווייטן קינד, ווערט למפרע די קידושין פון די ערשטע קינד פליצלונג כשר?!?
איך וואלט ליבערשט געזאגט א ברכה שלא עשני סאטמארע! ב''ה איך קען נאך טראכטן גראד און איך ווער נישט משוגה פאר נארישע ספינס,
בפרט ווען מען ספינט ארום מיט די תורה...

יא, ביי אלע פסולים אין די גמרא העלפט תשובה, למשל ביי בני תשע מדות וכדו' ווילאנג ס'איז נישט קיין ממזירים העלפט תשובה. און די רמב''ם זאגט פונקטליך וואס תשובה מיינט, און צוריקטוישן ביי די צווייטע קינד פיט פונטקליך אריין אינעם רמב''ם'ס פראפאזעל.

אבער דו פירסט אריין די שמועס יעצט אויב עס מאכט יא סענס אדער נישט(אויף וואס כ'האב שוין געענטפערט), אבער ביטע ענטפער מיר, וואס איז א גרעסערע דורכפאל ארויסשניידן האלב נעמען פונעם פנקס צוליב סיי וועלכע סיבה, אדער האלב פון די אייגענע חסידים וואס האבן שוין יא גענומען די קוראזש צו מיטשפילן טרעטן אויך צוריק, און אויך ביטע זאג מיר אויב דו ביסט באוויסטזיניג צום פאקט אז עס איז דא בלויז געציילטע חתונות אין די צוויי זאלן.

עס יוזשעל ענטפערסטי נישט צום ענין נאר די ספינסט ארום און ארום.
ווילאנג די טשעק קומט אין די מעיל זאלסטי אנגיין מיט א שטארקייט
מאנטאג פעברואר 21, 2022 8:11 pm#495503
איך גלייב (איך האף) אז דו פארשטייסט אליין אז די סארט ענטפערס קומען געווענליך ווען מען קען בשום אופן נישט טרעפן וואס צו ענטפערן והא ראי' ווען דו האסט געהאט וואס צו ענטפערן האסטו דאך גענטפערט.

כדי אבער דיך צו קלאר מאכן וועל איך נאכאמאל צאמנעמען וואס איך האב געענטפערט.

1) איינער וואס מאכט איבער די קידושין האט זיך געפירט פונקט ווי די הלכה פארלאנגט און מען דארף פארשטייט זיך אראפנעמען די נאמען פונעם פנקס.

2) עס העלפט תשובה ביי פסולים (נישט ממזירים) אזויווי @עצי שטים האט דערמאנט ביי בני תשע מדות אז ווען מ'טוט תשובה איז יסורי הגלות מכפר.

3) איינער וואס טוט א מעשה און ציט צוריק ביי די צווייטע קידושין איז געהעריג תשובה עפ''י הלכה.

4) אפילו מען זאל יא קאנסידערן אלס א דורכפאל דאס אז מ'האט ארויסגענומען האלב נעמען, איז דעי דורכפאל א קינדערשפיל קעגן די מאסיווע דורכפאל פון די זאליס אז האלב פון די געציילטע חתונות האבן אדער אויפגעהערט אדער איבערגעמאכט די קידושין.

גענוג קלאר? אויב האסטו נאך אלס נישט וואס צו ענטפערן דאן חזר נאכאמאל איבער דיין ספין פון די ספין.
מאנטאג פעברואר 21, 2022 9:04 pm#495506
נומ.3 טאמער די טאטע טוט תשובה ווערט דעם קינד'ס קידושין א קידושין ?
מאנטאג פעברואר 21, 2022 9:48 pm#495508
מיליאנער
שמעון וואלף
מיליאנער

2) עס העלפט תשובה ביי פסולים (נישט ממזירים) אזויווי @עצי שטים האט דערמאנט ביי בני תשע מדות אז ווען מ'טוט תשובה איז יסורי הגלות מכפר.

3) איינער וואס טוט א מעשה און ציט צוריק ביי די צווייטע קידושין איז געהעריג תשובה עפ''י הלכה.

האסט נישט פארשטאנען וואס איך האב געברענגט פון די רמב''ם, לויט ווי עס קומט אויס פונעם רמב''ם, העלפט 'נישט' קיין תשובה אפילו ביי די בני תשע המידות
וז''ל הלכות אסורי ביאה הלכה י''ב:
כל אלו הבנים הילודים מהם הם המורדים והפושעים שיסורי הגלות בוררין אותן, עכ''ל
אידיש, די קינדער וועלן אויסשטארבן במשך די גלות, און ער דערמאנט נישט אז אויב מען טוט תשובה אדער מען בעט איבער די מרה דאתרא, דאן ווערט אלעס פליצלונג כשר וישר, עס גייט נישט אזוי, א נולד בפגם בלייבט מיט זיין פגם נישט קיין נפק''מ אויב מען האט געטון תשובה אדער נישט,
אחוץ אויב די גאנצע פגם איז מעיקרא געווען סתם א טעראר טאקטיק, וואס דאן קען מען עס טאקע אויסמעקן פון די פונקס ווי נאר יענער טוט 'תשובה'
אבער אזוי איז עס סתם חוזק געמאכט פון די תורה,

אדרבה איך זיך נאך די מקור אז תשובה מאכן א ולד פגום כשר לגמרי
און נאך אויף די ערשטע קינדער אויך...
מאנטאג פעברואר 21, 2022 11:59 pm#495517
מיליאנער
איך גלייב (איך האף) אז דו פארשטייסט אליין אז די סארט ענטפערס קומען געווענליך ווען מען קען בשום אופן נישט טרעפן וואס צו ענטפערן והא ראי' ווען דו האסט געהאט וואס צו ענטפערן האסטו דאך גענטפערט.

כדי אבער דיך צו קלאר מאכן וועל איך נאכאמאל צאמנעמען וואס איך האב געענטפערט.

1) איינער וואס מאכט איבער די קידושין האט זיך געפירט פונקט ווי די הלכה פארלאנגט און מען דארף פארשטייט זיך אראפנעמען די נאמען פונעם פנקס.

2) עס העלפט תשובה ביי פסולים (נישט ממזירים) אזויווי @עצי שטים האט דערמאנט ביי בני תשע מדות אז ווען מ'טוט תשובה איז יסורי הגלות מכפר.

3) איינער וואס טוט א מעשה און ציט צוריק ביי די צווייטע קידושין איז געהעריג תשובה עפ''י הלכה.

4) אפילו מען זאל יא קאנסידערן אלס א דורכפאל דאס אז מ'האט ארויסגענומען האלב נעמען, איז דעי דורכפאל א קינדערשפיל קעגן די מאסיווע דורכפאל פון די זאליס אז האלב פון די געציילטע חתונות האבן אדער אויפגעהערט אדער איבערגעמאכט די קידושין.

גענוג קלאר? אויב האסטו נאך אלס נישט וואס צו ענטפערן דאן חזר נאכאמאל איבער דיין ספין פון די ספין.

איך האב געענטפערט ווייל איך האב געמיינט אז טאמער וועט מען דיר מסביר זיין 1+1 וועסטי פארשטיין. אבער טאמער ביסטי סתם דא צו איבערקייען שטרוי איז א שאד צו ענטפערן.
דינסטאג פעברואר 22, 2022 12:02 am#495518
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב געמיינט אז קיינער חוץ מרז"ל מעג נישט מסדר קדושין זיין דארט?
דינסטאג פעברואר 22, 2022 1:38 am#495522
מען דארף טוישן די קעפל פון די אשכול צו
'סידור קידושין מערכה הערט נישט אויף צו פלאקערן'
דינסטאג פעברואר 22, 2022 6:41 pm#495563
שמעון וואלף

איך האב געענטפערט ווייל איך האב געמיינט אז טאמער וועט מען דיר מסביר זיין 1+1 וועסטי פארשטיין. אבער טאמער ביסטי סתם דא צו איבערקייען שטרוי איז א שאד צו ענטפערן.

@שמעון וואלף. כך דרכו של מיליאנער ער פרובירט צו רעדן שטותים א גאנצן צייט, און ווען מען ווייזט אים אויף שווארצ אויף ווייס אז ער איז נישט גערעכט נעמט ער איין א שטילקייט.
קוק צוריק און דעם אשכול כמה פעמים.

איך האב עס לצטענס געהאט ווען ער האט געוואלט פארדרייען פאקטן מיט די פראצענטן דורך צולייגן די בני יואל תלמידות צו די חתן-כלה ליסטע און אראפנעמען אלע חתונות פון עטרת מאיר צבי. נאכדעם וואס איך האב אים אנגעוויזן ווי ער ווי פארדרייען די פאקטן איז ער נעלם געווארן.
אזוי אויך דא ווען ער האט געוואלט פארדרייען הלכה פאקטן פונעם רמב"ם...

גראדע איז די עפראטש פון די ארונים געוואלדיג, יעדע חתונה וואס איינע פון די בני המשפחה וועלן זיין מסדר קידושין וועט מען זינגען "רשות". און אויב די ליסטע וועט וואקסן וועט מען אראפנעמען אלע פריערדיגע חתונות מיטן אויסרייד אז מען האט איבערגעמאכט. אזוי אויך יעדע מחותן וואס ביים קומענדיגן קינד וועט ער געבן א זון צו א וויליאמסבורגע/מאנסי מחותן וואס ווי פארשטייט זיך אז דעמאלט וועט די חתונה פארקומען אינדרויסן פון שטאט וועט מען אויך אראפנעמן די פריערדיגע חתונות. און אזוי וועט טאקע זיין 1+1=חלה דעקל...
דינסטאג פעברואר 22, 2022 6:50 pm#495564
ווער עס ווייסט ווייסט אז די גאנצע מערכה איז נאר א געלד מערכה (אז יעדער זאל חתונה מאכן אין זייערע זאלן) ממילא איז נישט קיין ווינדער וויאזוי די מערכה שפילט זיך אויס.
מיטוואך פעברואר 23, 2022 12:03 am#495580
וואסער

@שמעון וואלף. כך דרכו של מיליאנער ער פרובירט צו רעדן שטותים א גאנצן צייט, און ווען מען ווייזט אים אויף שווארצ אויף ווייס אז ער איז נישט גערעכט נעמט ער איין א שטילקייט.
קוק צוריק און דעם אשכול כמה פעמים.

איך האב עס לצטענס געהאט ווען ער האט געוואלט פארדרייען פאקטן מיט די פראצענטן דורך צולייגן די בני יואל תלמידות צו די חתן-כלה ליסטע און אראפנעמען אלע חתונות פון עטרת מאיר צבי. נאכדעם וואס איך האב אים אנגעוויזן ווי ער ווי פארדרייען די פאקטן איז ער נעלם געווארן.
אזוי אויך דא ווען ער האט געוואלט פארדרייען הלכה פאקטן פונעם רמב"ם...

גראדע איז די עפראטש פון די ארונים געוואלדיג, יעדע חתונה וואס איינע פון די בני המשפחה וועלן זיין מסדר קידושין וועט מען זינגען "רשות". און אויב די ליסטע וועט וואקסן וועט מען אראפנעמען אלע פריערדיגע חתונות מיטן אויסרייד אז מען האט איבערגעמאכט. אזוי אויך יעדע מחותן וואס ביים קומענדיגן קינד וועט ער געבן א זון צו א וויליאמסבורגע/מאנסי מחותן וואס ווי פארשטייט זיך אז דעמאלט וועט די חתונה פארקומען אינדרויסן פון שטאט וועט מען אויך אראפנעמן די פריערדיגע חתונות. און אזוי וועט טאקע זיין 1+1=חלה דעקל...

אוטש.... אויף אזא אטאקע האב איך מיך נישט געראכטן, נאך דערצו אזא הארבע באשולדיגונג, איבער עפעס וואס איך האב אייביג געהאלטן פונקט פארקערט, אז איך שטיי און ענטפער פאר יעדן איינעם ווי א באצאלטע ארבעטער (אזש שמעון וואלף האט שוין טאקע געמיינט אז איך באקום א טשעק) אין די צייט וואס דער עולם בלייבט שטיל ווען מ'האט נישט וואס צו ענטפערן, העכסטנס ווארט מען אז אז א צווייטער זאל ענטפערן... איך שטיי דא אבער איינער אליין אזויווי סאטמארע רבי ז''ל בשעתו און איך ענטפער פאר יעדן ווי א טאטאלע, סאו איז מיר א גרויסע וואונדער צו הערן אזא באשולדיגונג.

אדרבה ווייז מיר ווי איך האב מיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן, און איך וועל דיר ענטפערן בלי''נ איי געסס עס איז געווען נאכן שוין ארומגיין אין סירקלס אדער בין איך געווארן פארנומען צו ענטפערן א צווייטן.

איך בין נישט אזא תלמיד חכם ווי עצי שטים (איך שעץ אים באמת פאר דעם) איך האב געדארפט האבן צייט צו נאכקוקן וואס די פוסקים נעמען אן ביי א בן הנדה ממילא האט עס גענומען צייט, וויל איך מיך טאקע טיף אנטשולדיגן פאר הער וואסער.

גענוג מיט די דעפענס, יעצט לענינינו.

איך מיין אז יעדער איז מודה אז די אנגענומענסטע פוסק ביי די היימישע קרייזן איז די ראב''ד ר' משה שטערנבוך, האמער געכאפט א בליק וואס ער פסק'נט לגבי בן נדה, זאגט ער אין תשובות והנהגות חלק א' סימן תשל''ג וואס ער האט אליין געהערט פונעם חזון איש, וז''ל: שבקיום תורה ומצות רוחצים הפגם לגמרי! מען קען תשובה טון און עס ווערט אינגאנצן אפגעווישט! ווייטער אין חלק ה' סימן שי''ג ברענגט ער נאך די זעלבע זאך פון כרתי ופלתי, תורת השלמים, ברכת שמואל, כולם פה אחד אז תשובה העלפט אינגאנצן אפילו פאר א פסול וואס איז געבוירן געווארן פגום.

אויף אזוי ווייט אז ר' משה פסק'נט אז מען דארף נישט דערציילן ביפאר א שידוך פאר די אנדערע צד אז די מדובר האט א פראבלעם! לפי''ז איז זיכער אז מען דארף נישט האלטן קיין פנקס פון אזעלכע וואס האבן תשובה געטון, וואס די ציל איז בעצם פאר שידוכים.

לגבי די רמב''ם וואס איך האב גערעדט, האט מיך דער עולם נישט פארשטאנען, קוקטס איבער מיינע ווערטער וזה לשוני (לויט ווי איך געדענק) "די רמב''ם זאגט פונטקליך וואס תשובה מיינט און צוריקציען ביי די צווייטע קינד פיט אריין פונטקליך אינעם רמב''ם'ס פראפאזעל" קוקטס נאך אין רמב''ם הלכות תשובה וואס תשובה מיינט ווי קבלה על העתיד, תשובות המשקל, עד שיעיד עליו יודע תעלומות וכו' וכו' פשטות איז צוריקציען ביים צווייטן קינד א כשר'ע תשובה.

אבער הרב וואסער, דו ספעשעלייזט זיך דאך און ענטפערן, איז לאמיר דיך פרעגן, הזאת יקרא דורכפאל? לאמיר שוין זאגן אז עס איז א נארישקייט פון די ארוינים אויסצומעקן האלב נעמען, אבער דאס איז א פאקט אז אין עטרת מייזעלס איז פארגאנגענע ווינטער געווען בלויז 16 חתונות, און אויף קומענדיגע זומער איז דא 12 חתונות! חוץ פון דעם האבן האלב עבריינים צוריקגעצויגן ביים צווייטן קינד אדער איבערגעמאכט די קידושין אזויווי די ארוינים פארלאנגען, און דאס הייסט א דורכפאל פאר די ארוינים?

דו האלטסט אז אויב קומענדיגע יאר וועלן די ארוינים ארויסשניידן 'אלע' נעמען פונעם פנקס ווייל ''יעדער'' האט צוריקגעצויגן ביי די צווייטע קינד, וועט עס זיין א ענדגילטיגע געווינס פאר די זאליס ווייל די ארוינים האבן גענדיגט מיטן פנקס....? דו כאפסט וואספארא נארישקייט דאס איז צו זאגן, אז יעדער האט געמיינט אז מען גייט ציטערן פון די פנקס און דערווייל שניידן די ארוינים ארויס נעמען פון דעי וואס האבן אויפגעהערט, וואס ממש דאס איז דאך געווען די ציל פונעם גאנצן פנקס.... און ווען איך שריי געוואלד! דו נעמסט די סוקסעס פון די ארוינים און דו טרייסט דעי זעלבע סוקסעס צו אראפמאלן ווי א דורכפאל, דאן ווער איך פלוצלינג א ספינער, ווייל איך מוז יעצט נאר ענטפערן אויב עס מאכט יא סענס אדער נישט סענס צו אראפנעמען נעמען....

האלט קאפ! מען האלט שוין תשפ''ב, מהרז''ל איז שוין רבי קרוב צו צוואנציג יאר, און מען שטייט און מען מוטשעט זיך צו חתונה מאכן אן מהר''א! און עס גייט נישט! און דאס איז א דורכפאל פאר וועם? פאר די ארוינים!
מיטוואך פעברואר 23, 2022 1:15 am#495583
מיליאנער

איך מיין אז יעדער איז מודה אז די אנגענומענסטע פוסק ביי די היימישע קרייזן איז די ראב''ד ר' משה שטערנבוך

כ'ווייס נישט ווער נאך ס'קיקט עים אן אחוץ די סאטמורים.
מיטוואך פעברואר 23, 2022 5:53 am#495586
קהל'ס נער
מיליאנער

איך מיין אז יעדער איז מודה אז די אנגענומענסטע פוסק ביי די היימישע קרייזן איז די ראב''ד ר' משה שטערנבוך

כ'ווייס נישט ווער נאך ס'קיקט עים אן אחוץ די סאטמורים.

איינער וואס איז נישט קיין סאטמארער האט בעצם נישט וואס אריינצורעדן אין דעם אשכול
מיטוואך פעברואר 23, 2022 7:51 am#495587
מיליאנער
קהל'ס נער
מיליאנער

איך מיין אז יעדער איז מודה אז די אנגענומענסטע פוסק ביי די היימישע קרייזן איז די ראב''ד ר' משה שטערנבוך

כ'ווייס נישט ווער נאך ס'קיקט עים אן אחוץ די סאטמורים.

איינער וואס איז נישט קיין סאטמארער האט בעצם נישט וואס אריינצורעדן אין דעם אשכול

אה, סאו דעיס איז א ראיה א ר' משה שטרנבוך איז די מערסטע אנגענימענע פוסק.......

בקיצור, ביסט אויך מודה אז קיינער קיקט עים נישט אן, דעיס איז וואס איך האב געוואלט קלאר מאכן.

וואס איך זיך אין די אשכול איז טאקע א גיטע קשיא, ס'איז אזא לאw לעוועל בעבי אשכול אז איך לויף שוין ארויס פון דא.
מיטוואך פעברואר 23, 2022 8:44 am#495589
איך האב נישט קיין אנונג ווי דו זעסט אז איך האב געזאגט אז קיינער קוקט אים נישט אן, גראדע איז ער פיין אנגענומען אויך אינדרויסן פון סאטמאר, פארשטייט זיך אין די היימישע קרייזן, אזויווי איך האב טאקע קלאר געשריבן.

איך ווייס נישט פארוואס דו קוקסט אן מיטשאר אז א בעלזער זאל אריינקומען אין א אשכול ווי מ'רעדט פון א אינערליכע סאטמארע פאליטיק און קומען ווי א שיינע איד זאגן ' עטס זענטס אזעלכע בעביס', איך ווייס נישט פארוואס עס איז מיר נישט איינגעפאלן דאס צו זאגן ווען דו האסט זיך צולאזט מיט בעלזע רבי לעצטנס.... דאס איז חוץ פון דעם וואס דו האסט שוין געשריבן א שיינע פאר תגובות אין דעם אשכול און אלעמאל אנטי מהר''א און פרא מהרז''ל, סאו ביטע דריי נישט קיין קאפ.

עניוועי, א דאנק פארן ארויסטשעקן.
מיטוואך פעברואר 23, 2022 9:21 am#495590
מיליאנער
קהל'ס נער

אה, סאו דעיס איז א ראיה א ר' משה שטרנבוך איז די מערסטע אנגענימענע פוסק.......

בקיצור, ביסט אויך מודה אז קיינער קיקט עים נישט אן, דעיס איז וואס איך האב געוואלט קלאר מאכן.

וואס איך זיך אין די אשכול איז טאקע א גיטע קשיא, ס'איז אזא לאw לעוועל בעבי אשכול אז איך לויף שוין ארויס פון דא.

איך האב נישט קיין אנונג ווי דו זעסט אז איך האב געזאגט אז קיינער קוקט אים נישט אן,

ווייל אנשטאט מיך צי ענטפערען,האסטו טענות וואס איך זיך דא, דאס מיינט אז די האסט נישט וואס צי ענטפערען איז די איינציגסטע עצה איז מיך פערזענליך אנשרייען

גראדע איז ער פיין אנגענומען אויך אינדרויסן פון סאטמאר, פארשטייט זיך אין די היימישע קרייזן, אזויווי איך האב טאקע קלאר געשריבן.
דו לעבסט אין די סאטמערע באבל, אנלעס ביי דיך הייסט נאר סאטמאר, היימיש. וואס טאקע דעיס איז די סאטמערע באבל.

איך ווייס נישט פארוואס דו קוקסט אן מיטשאר אז א בעלזער זאל אריינקומען אין א אשכול ווי מ'רעדט פון א אינערליכע סאטמארע פאליטיק און קומען ווי א שיינע איד זאגן 'עטס זענטס אזעלכע בעביס',
די5 שרייסט מיך אן אין איך מעג נישט צוריק שרייען, ד.מ. סאטמאר, "איך מעג און דו מעגסט נישט"

איך ווייס נישט פארוואס עס איז מיר נישט איינגעפאלן דאס צו זאגן ווען דו האסט זיך צולאזט מיט בעלזע רבי לעצטנס....
ווייל איך האלט פערזענליך פון עים, און איך צווינג נישט ארויף זיינע רעביסטיווע אויף קיינעם , משא"כ סאטמאר.

דאס איז חוץ פון דעם וואס דו האסט שוין געשריבן א שיינע פאר תגובות אין דעם אשכול און אלעמאל אנטי מהר''א און פרא מהרז''ל, סאו ביטע דריי נישט קיין קאפ.

עניוועי, א דאנק פארן ארויסטשעקן.
שלום ולא להתראות
מיטוואך פעברואר 23, 2022 12:05 pm#495594
מיליאנער
קהל'ס נער
מיליאנער

איך מיין אז יעדער איז מודה אז די אנגענומענסטע פוסק ביי די היימישע קרייזן איז די ראב''ד ר' משה שטערנבוך

כ'ווייס נישט ווער נאך ס'קיקט עים אן אחוץ די סאטמורים.

איינער וואס איז נישט קיין סאטמארער האט בעצם נישט וואס אריינצורעדן אין דעם אשכול

אדרבה, נאר א דרויסענדיגער קען זען ווער עס רעדט מער בולשיט ווי די צווייטער,
די סאטמארע זענען דאך משוחד צו זייער זייט,
מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:59 pm#495601
מיליאנער
וואסער

איך בין נישט אזא תלמיד חכם ווי עצי שטים (איך שעץ אים באמת פאר דעם) איך האב געדארפט האבן צייט צו נאכקוקן וואס די פוסקים נעמען אן

איך מיין אז יעדער איז מודה אז די אנגענומענסטע פוסק ביי די היימישע קרייזן איז די ראב''ד ר' משה שטערנבוך, האמער געכאפט א בליק וואס ער פסק'נט לגבי בן נדה, זאגט ער אין תשובות והנהגות חלק א' סימן תשל''ג וואס ער האט אליין געהערט פונעם חזון איש, וז''ל: שבקיום תורה ומצות רוחצים הפגם לגמרי! מען קען תשובה טון און עס ווערט אינגאנצן אפגעווישט! ווייטער אין חלק ה' סימן שי''ג ברענגט ער נאך די זעלבע זאך פון כרתי ופלתי, תורת השלמים, ברכת שמואל, כולם פה אחד אז תשובה העלפט אינגאנצן אפילו פאר א פסול וואס איז געבוירן געווארן פגום.

אויף אזוי ווייט אז ר' משה פסק'נט אז מען דארף נישט דערציילן ביפאר א שידוך פאר די אנדערע צד אז די מדובר האט א פראבלעם! לפי''ז איז זיכער אז מען דארף נישט האלטן קיין פנקס פון אזעלכע וואס האבן תשובה געטון,

קודם כל, איך בין נישט אזא גרויסע תלמיד חכם, איך האב סך הכל נאכגעקוקט וואס די רמב''ם זאגט ביי די בני תשע המידות

יעצט בנוגע די תשובה פון ר' משה שטערנבוך,
פון די תשובה קומט קלאר אויס אז אפילו די טאטע איז געבליבן פריי איז די תורה און מצות פון די זוהן די בעל תשובה רוחץ די פגם לגמרי,

איך בין נייגעריג אויב די ארונים קוקן נאך אין די בני יואל ישיבה, און אויב זיי זעהן ווי א 'בחור פגום' לערנט זייער פלייסיג און איז עוסק במצות, צו זיי נעמען אים ארויס פונעם פונקס, אפילו אויב די עלטערן זענען נאך 'עומד ברשעם'
אודאי נישט, די ווייסט אליין אז ס'איז אלעס טעראר, און האט מיט תורה גארנישט
דאנערשטאג פעברואר 24, 2022 8:02 am#495626
האסט א גוטע קשיא, אויב גלייכט מען עס צו צו די תשובה פון ר' משה וואלט מען ווען טאקע געדארפט ארויסנעמען פונעם פנקס די סארט געבוירענע קינדער פון די פארפעלקער, אבער איך האב נישט קיין שייכות מיט די אחראים אויפן פנקס, איך ווייס נישט וועם זיי האבן געפרעגט, איך ווייס נישט וואס זיי האלטן, עס מוז נישט זיין אז עס איז די זעלבע זאך ווי דארט, איך האב נאכגעברענגט די תשובה בלויז כדי צו ווייזן אז עס העלפט תשובה ביי אזעלכע סארט זאכן נאכדעם וואס דו האסט פארפירט אז עס איז נישטא אזא זאך ווי תשובה ביי דעם, אבער עס איז א שטות צוצוגלעכענען איינס צום צווייטן.

איך אין זייערע שיך וואלט בכלל נישט ארויסגענומען די נעמען, פשוט, ווייל פאליטיש איז עס נישט די בעסטע מאוו.... אבער אלא מאי איז עס טעראר? פארוואס? איך גלייב אז זיי האבן געטראכט אז עס וועט געבן א גרעסערע שטיפ פאר מענטשן אויפצוהערן חתונה מאכן דארט אויב נעמט מען ארויס זייערע נעמען, איך ווייס נישט, שווער צו גלייבן אז עס איז ממש געווען א פראבלעם צוצולייגן דעי זעכצן נעמען צום פנקס, אויב עפעס ווייזט עס פארקערט אז זיי זוכן צו זיין נארמאל און בכבודיג אפילו באמת וואלט מען ווען נישט געדארפט.
דאנערשטאג פעברואר 24, 2022 1:35 pm#495640
מיליאנער.
איך האב נישט קיין געדולט צו קוואטן שטיקל נאך שטיקל פון מיינע אומפארענטפערטע פראגעס. איך וועל עס פרובירן דא איבערצופרעגן.

פארוואס ווערט מער נישט באריכטעט די חתונות וואס קומען פאר אין עטרת מאיר צבי???

ווען די האסט מיר פרובירט אפצוווענדן וואס איך האב אויפגעוויזן אז א 30% פון די זאליס מאכן חתונה אן זיך רעכענען מיט די טערראר, האסטו מיר פרובירט צו זאגן אז לויט דיין חשבון איז געווען 40 כלות פון ויואל משה מיט נאך (לאמיר זאגן) 20 פון בני יואל און פון דעם איז נאר 12 געבוקט אין עטרת מייזעלס, האב איך דיר ווידער געפרעגט אז אויב די לייגסט צו בני יואל כלות פארוואס רעכענסטו נישט עטרת מאיר צבי??? [12 פון 40 איז 30%] (דאס איז ווי פארשטייט זיך לויט דיינע נומבערס איך ווייס נישט צו עס איז אמת)

פארוואס ווען א מחותן מאכט חתונה א קינד וואס ער וואלט גערן נאכאמאל געגאנגען אין מייזעלס/מאיר צבי נאר דער מחותן האט א פראבלעם ווערט עס גערעכנט ווי תשובה און מען נעמט אראפ די נעמען פון די ליסטע???

פארוואס ווען א מחותן מאכט חתונה זיין זון און די כלה וואוינט אין וומ"ס/מאנסי/ב"פ וכדו' וואס ווי פארשטייט זיך אז דעמאלט איז די חתונה נישט אין ק"י, ווערט עס גערעכנט ווי תשובה און מען נעמט אראפ די נעמען פון די ליסטע???

לויט דיינע ווערטער איז נישטא קיין שום טערראר, איך האב אויסגערעכנט א ליסטע פון זאכן וואס איך האב מיטגעהאלטן פון דערנאנט און איך ווארט נאך אן עקספלענעישן פארוואס עס הייסט נישט קיין טערארר??? (מען האט פארברענט א קאר און עס איז ווייטער שטול...)

די רעדסט פון 16 חתונות לפי ידיעתי האלט עס ביי בערך 40, איך וועל באלד פרובירן צו האבן א ליסטע.

נאך איין גרויסע קשיא אויף די גאנצע ענין פון תשובה. לויט ווי איך פארשטיי האט די פסולע קידושין בכלל נישט מיט די מחותנים נאר בלויז מיט חתן כלה, דעמאלט ווי אזוי איז שייך תשובה ווען דער מחותן מאכט חתונה אן אנדערע קינד אן די אזוגערופענע "שלא ברשות", קען איך עובר זיין אויף אן עבירה און מיין טאטע וועט תשובה טון???

דרך אגב איך ווייס נישט צו עס איז אפילו דא איין מחותן וואס האט חתונה געמאכט א קינד און ביי די קומענדיגע אוועקגעגאנגען חוץ אויב דער צווייטער מחותן האט געהאט א פראבלעם.

לסיכות הדברים ווי איך האב שוין עטליכע מאל דערמאנט, יא עס איז נאך נישט קיין סוקסעס פאר די זאליס אבער א מאסיווע דורכפאל פאר די ארונים.
יא די זאליס וואס האבן עלטערן/זיידעס וואס זענען איינגעשטעלט ביי די ארונים (אדער פון די געציילטע חלה דעקלעך) קענען טאקע נישט חתונה מאכן אין די זאלן צוליב דעם וואס א נארמאלער זאלי וועט נישט צוקריגן זיין משפחה פאר זיין רבי/פארטיי/חסידות און די ארונים יא ווי דער עבר ווען מען איז נישט געגאנגען צו שמחות אין בתי מדרשים וואס היינט שעמט מען זיך דערמיט.
קען זיין אז עס זענען אויך דא געציילטע וואס האבן נאך מורא פון די טערארר אויך, אבער רובא דרובא וואס האבן נישט קיין זיידעס פראבלעם מאכן דארטן חתונה. און מען רעכנט זיך בכלל נישט פון די אזויגערופענע איסורים.
דאנערשטאג פעברואר 24, 2022 1:44 pm#495642
אבעיה להו, וואס איז די הלכה ביי איינער וואס האט נישט געפרעיגט רשות ביי די ערשטע קינד, ביי די צוויייטע יא, אוו ביי די דריטע נישט.
לגבי די ערשטע קינד, צי זאגט מען כיון דאיכשר איכשר, אז וויבאלד ער איז שוין כשר געווארען ווען מען האט געפרעיגט רשות ביים צווייטן קינד, שוב אינו יוצא מדי כשרותו לעולם.

או יאמר, הפה שהתיר הוא הפה שאסר, די גאנצע טעם פארוואס ער איז כשר געווארען איז ווייל מען האט געפרעיגט רשות ביים צווייטען קינד, און יעצט אז מען האט נישט געפרעיגט רשות ביים דריטן קינד ווערט ער ציריק פסול?
דאנערשטאג פעברואר 24, 2022 1:45 pm#495643
אפדעיט
ל תשרי - ישעי' איידליס - עטרת מייזעלס
ז חשון - נפתלי צבי ראזענטאהל - עטרת מייזעלס
יג חשון - אהרן היללער - עטרת מייזעלס
יג חשון - חיים שמואל אליעזר טירנויער - עטרת מאיר צבי
כ חשון - אלי' דוד טירנויער - עטרת מאיר צבי
כא חשון - פנחס יושע מרדכי ליבערמאן - עטרת מאיר צבי
ה כסליו - אברהם נתן נטע פעלדמאן - עטרת מאיר צבי
ו כסליו - יחיאל מיכל לעבאוויטש - עטרת מייזעלס
ו כסליו - מאיר וואגשאהל - עטרת מאיר צבי
ב טבת - זלמן לייב מארקאוויטש - עטרת מאיר צבי
ב טבת - מרדכי שבתי ברוין - עטרת מייזעלס
ט טבת - ישעי' פערענץ - עטרת מייזעלס
יא טבת - אהרן שלום בראווער - עטרת מייזעלס
טו טבת - משה עהרנטאל - עטרת מאיר צבי
טז טבת - אליעזר ווייס - עטרת מאיר צבי
יז טבת - לייביש גראס - עטרת מאיר צבי
יח טבת - יושע נחום קופטשיק - עטרת מאיר צבי
ב שבט - שמעי' ברוך שווארץ - עטרת מייזעלס
ג שבט - שמעון האלצער - עטרת מייזעלס
ח שבט - אברהם שמעון משה שטערנפעלד - עטרת מייזעלס
ט שבט - יואל אהרן שווארץ - עטרת מייזעלס
טו שבט - יושע משה בראווער - עטרת מאיר צבי
טז שבט - אשר קעניג - עטרת מאיר צבי
טז שבט - יוסף לייב פריעד - עטרת מייזעלס
ל שבט - אברהם יושע העשיל ראזענבערגער - עטרת מאיר צבי
א אדר א - אלי' פעקעטע - עטרת מייזעלס
ח אדר א - שמעון בלייער - עטרת מייזעלס
יג אדר א - משה מייער - עטרת מייזעלס
יג אדר א - עקיבא יוסף עהרנטאהל - עטרת מאיר צבי
יד אדר א - צבי הערמאן - עטרת מייזעלס
יד אדר א - אברהם שטערנפעלד - עטרת מאיר צבי
טו אדר א - יואל אהרן וואלף ברייער - עטרת מאיר צבי
טו אדר א - יואל טייטלבוים - עטרת מייזעלס
יט אדר א - יודא שמילאוויטש - עטרת מייזעלס
כ אדר א - יואל שווארטץ - עטרת מאיר צבי
כ אדר א - חיים אלעזר כהן - עטרת מייזעלס
כא אדר א - שמעון פריעדמאן - עטרת מייזעלס
דאנערשטאג פעברואר 24, 2022 1:48 pm#495644
קהל'ס נער
אבעיה להו, וואס איז די הלכה ביי איינער וואס האט נישט געפרעיגט רשות ביי די ערשטע קינד, ביי די צוויייטע יא, אוו ביי די דריטע נישט.
לגבי די ערשטע קינד, צי זאגט מען כיון דאיכשר איכשר, אז וויבאלד ער איז שוין כשר געווארען ווען מען האט געפרעיגט רשות ביים צווייטן קינד, שוב אינו יוצא מדי כשרותו לעולם.

או יאמר, הפה שהתיר הוא הפה שאסר, די גאנצע טעם פארוואס ער איז כשר געווארען איז ווייל מען האט געפרעיגט רשות ביים צווייטען קינד, און יעצט אז מען האט נישט געפרעיגט רשות ביים דריטן קינד ווערט ער ציריק פסול?

ואת"ל הפה שהתיר הוא הפה שאסר, וואס איז די הלכה אויב ער האט בכלל נישט געבעטן רשות נאר עס איז געווען א אטאמאטישע רשות ווי ביי די חתונה פון בלום, וואס נאכן זען אז די מסדר קידושין איז געווען א זיידע (גראדע אן אזויגערופענע פורץ גדר) האט מען געמאלדן אז עס איז געווען רשות?
דאנערשטאג פעברואר 24, 2022 10:47 pm#495680
וואסער
מיליאנער.

וואסער.

איך האב נישט קיין געדולט צו קוואטן שטיקל נאך שטיקל פון מיינע אומפארענטפערטע פראגעס. איך וועל עס פרובירן דא איבערצופרעגן.

פארוואס ווערט מער נישט באריכטעט די חתונות וואס קומען פאר אין עטרת מאיר צבי???

דו רעדסט אז עס ווערט נישט באריכטעט דא אויף קאווע שטיבל? דעי אשכול איז בכלל נישט איבער דעם, עטרת מאיר צבי איז שוין אלטע נייעס שוין פאר איבער צען יאר, מען האט אלעמאל געוואוסט אז עטרת מאיר צבי האט עטליכע חתונות א יאר פון די עקסטרעמיסטישע פליגל פון בני יואל און שוין. יעצט אבער זענען די זאליס אויפגעשפרינגען אז עטרת מייזעלס גייט ברענגען די ערווארטעטע ישועה און איינמאל פאר אלעמאל ענדיגן די מערכה, און לכבוד דעם האט מען געעפנט דעם אשכול דא, ממילא זענען מיר דעיס דן דא.
ווען די האסט מיר פרובירט אפצוווענדן וואס איך האב אויפגעוויזן אז א 30% פון די זאליס מאכן חתונה אן זיך רעכענען מיט די טערראר, האסטו מיר פרובירט צו זאגן אז לויט דיין חשבון איז געווען 40 כלות פון ויואל משה מיט נאך (לאמיר זאגן) 20 פון בני יואל און פון דעם איז נאר 12 געבוקט אין עטרת מייזעלס, האב איך דיר ווידער געפרעגט אז אויב די לייגסט צו בני יואל כלות פארוואס רעכענסטו נישט עטרת מאיר צבי??? [12 פון 40 איז 30%] (דאס איז ווי פארשטייט זיך לויט דיינע נומבערס איך ווייס נישט צו עס איז אמת)

אזויווי איך האב געזאגט, מיין ציל איז צו אויפווייזן די מאסיווע דורכפאל פון די זאליס איבער די עטרת מייזעלס זאל און זייערע האפענונגען וואס זיי האבן אריינגעלייגט דערין, דאס אז אויב רעכנט מען צו עטרת מאיר צבי וועט עס צולייגן נאך פערצן חתונות איז בכלל נישט רעלעוואנט דא יעצט.

פארוואס ווען א מחותן מאכט חתונה א קינד וואס ער וואלט גערן נאכאמאל געגאנגען אין מייזעלס/מאיר צבי נאר דער מחותן האט א פראבלעם ווערט עס גערעכנט ווי תשובה און מען נעמט אראפ די נעמען פון די ליסטע???

ביסט גערעכט.

פארוואס ווען א מחותן מאכט חתונה זיין זון און די כלה וואוינט אין וומ"ס/מאנסי/ב"פ וכדו' וואס ווי פארשטייט זיך אז דעמאלט איז די חתונה נישט אין ק"י, ווערט עס גערעכנט ווי תשובה און מען נעמט אראפ די נעמען פון די ליסטע???

איך גלייב שווער אז זיי נעמען אראפ אין אזא פאל, אבער אויב יא ביסטו גערעכט.

לויט דיינע ווערטער איז נישטא קיין שום טערראר, איך האב אויסגערעכנט א ליסטע פון זאכן וואס איך האב מיטגעהאלטן פון דערנאנט און איך ווארט נאך אן עקספלענעישן פארוואס עס הייסט נישט קיין טערארר??? (מען האט פארברענט א קאר און עס איז ווייטער שטול...)

דו ווייסט פשוט נישט וואס טייטשט טעראר, איבערגעבן א צעטל פאר חתן כלה איז גאר ווייט פון טעראר. דו ווייסט? אהיימגייענדיג עטליכע טעג צוריק זענען געשטאנען צוויי פאליציאנטן אויפן גאס און געטיילט צעטלעך פאר יעדן איינעם אז ס'איז א סכנה'דיגע אינטערסעקשאן בלא בלא בלא.... איך האב גענומען די צעטל און אריינגעווארפן אין מיסט, פאר איין רגע איז מיר נישט בייגעפאלן אז דא רעדט מען פון צוויי טעראריסטן...

איך זאג נאכאמאל איבער בפה מלא, ס'נישטא קיין ברעקל טעראר אין קרית יואל קעגן די וואס מאכן חתונה אין עטרת מייזעלס, די גאנצע וואס מ'טוט איז אז מ'האלט צוריק די אייגענע חסידים פון גיין צו אזעלכע חתונות, און לפי השמועה דא אויף קאווע שטיבל געט מען איבער א צעטל פארן פארפאלק, און מען רופט אן די מחותנים, געהעריג אייסיס....

די מעשה מיט די פארברענטע קאר קום אריין מיט מער דעטאלן.

די רעדסט פון 16 חתונות לפי ידיעתי האלט עס ביי בערך 40, איך וועל באלד פרובירן צו האבן א ליסטע.

אזויווי כ'האב געזאגט איך רעדט פון עטרת מייזעלס,

נאך איין גרויסע קשיא אויף די גאנצע ענין פון תשובה. לויט ווי איך פארשטיי האט די פסולע קידושין בכלל נישט מיט די מחותנים נאר בלויז מיט חתן כלה, דעמאלט ווי אזוי איז שייך תשובה ווען דער מחותן מאכט חתונה אן אנדערע קינד אן די אזוגערופענע "שלא ברשות", קען איך עובר זיין אויף אן עבירה און מיין טאטע וועט תשובה טון???

איך האב שוין געזאגט פריער איך נעם נישט קיין אחריות אויף די בעלי הפנקס, איך בין נישט געווען ביי זייער מיטונג, איי געסס אז זיי האבן נישט דורכגעטאן הלכות תשובה, און זיי האבן סך הכל געהאלטן אז דעי מאוו וועט געבן קוראזש פאר געוויסע צו איבערמאכן די קידושין אדער אויפהערן ביי די צווייטע קינד.

דרך אגב איך ווייס נישט צו עס איז אפילו דא איין מחותן וואס האט חתונה געמאכט א קינד און ביי די קומענדיגע אוועקגעגאנגען חוץ אויב דער צווייטער מחותן האט געהאט א פראבלעם.

נישט אלעס ווייסטו.

לסיכות הדברים ווי איך האב שוין עטליכע מאל דערמאנט, יא עס איז נאך נישט קיין סוקסעס פאר די זאליס אבער א מאסיווע דורכפאל פאר די ארונים.

א מדרש פליאה מאוד עד אין שיעור ואין ערך! עס איז נישט קיין סוקסעס פאר די זאליס (אין מאמע לשון: א דורכפאל) איז דאס נישט די גרעסטע סוקסעס פאר די ארוינים? די זאל וואס מען האט געזאגט דאס איז די ענדע פון די ארונישע מאנאפאל אין שטאט, גענדיגט מיט די סידור קידושין מערכה, און דא לאזט זיך עס אויס ווי א זייפן בלאז, די פאר קוראזשפולע זאליס ציען שוין אויך צוריק, איז עס אבער א מאסיווע דורכפאל פאר די ארוינים... מהר''א וואלט זיך מחיה געווען צו פארענטפערן אזא וואונדערליכע מדרש ביים טיש....
יא די זאליס וואס האבן עלטערן/זיידעס וואס זענען איינגעשטעלט ביי די ארונים (אדער פון די געציילטע חלה דעקלעך) קענען טאקע נישט חתונה מאכן אין די זאלן צוליב דעם וואס א נארמאלער זאלי וועט נישט צוקריגן זיין משפחה פאר זיין רבי/פארטיי/חסידות און די ארונים יא ווי דער עבר ווען מען איז נישט געגאנגען צו שמחות אין בתי מדרשים וואס היינט שעמט מען זיך דערמיט.
קען זיין אז עס זענען אויך דא געציילטע וואס האבן נאך מורא פון די טערארר אויך, אבער רובא דרובא וואס האבן נישט קיין זיידעס פראבלעם מאכן דארטן חתונה. און מען
רעכנט זיך בכלל נישט פון די אזויגערופענע איסורים.

איין רגע! האסטו נישט געזאגט א סעקונדע צוריק אז עס איז נישט קיין סוקסעס פאר די זאליס? לויט דיינע ווערטער דארף עס צו זיי א היסטארישע סוקסעס אז רוב רובו זאליס (ניינצן) מאכן חתונה אין עטרת מייזעלס חוץ אפאר חלה דעקלעך... זעט אויס דו ווייסט אויך אז ס'איז אבי גערעדט.

פרייטאג פעברואר 25, 2022 3:32 pm#495725
1.
ווען איך פרעג פארוואס מען באריכטעט נישט די חתונות אין עטרת מאיר צבי, מיין איך צו פרעגן די אפיציעלע ליין פון קהל מהר"א מעלדט נאר די חתונות פון מייזעלס און נישט מאיר צבי.

2.
קוק איבער מיין שאלה, פארוואס ביים רעכענען וויפיל כלות עס איז געווען 'האסטו' יא גערעכנט בני יואל, און ביי די חתונות נישט.
ד.א. מאיר צבי האט שוין געהאט דעם ווינטער 17 נישט 14, קען זיין עס איז דא נאך במשך די קומענדיגע פאר וואכן.

3.
יישר כח פאר'ן מודה זיין

4.
קענסט שווער גלייבן אבער דאס איז דער מציאות.

5.
ווער רעדט פון די צעטלעך. איך רעדט פון כמה זאכן וואס מען קען נישט אלעס מעלה זיין על הכתב, איך וועל נאר נאכברענגן צוויי משלים וואס יעדער רעטדענקעדיגע מענטש פארשטייט אז דאס איז מעשים אשר לא יעשו.
1. ארומשיקן נעמען פון פארפאלק וואס האבן זיך ל"ע צוטיילט מיט די פונטקליכע דעטאלן ווען די חתונה איז געווען און ווען מען האט זיך צוטיילט. (שוין פאסירט א שרעקליכע מעשה ווען א אינג קינד איז געוואר געווארן אז זיינע עלטערן זענען זיויג שני דורך די פארשעמטע שריט, א פארפאלק וואס האט זיך געהאט צוטיילט עטליכע חדשים נאך די חתונה, און ב"ה שנעל פריש חתונה געהאט און ביידע האבן שוין געבוירן עטליכע קינדער ב"ה פונעם צווייטן זיוויג, און יעצט האט איינע פון די קינדער שוין 8 יאר אלט געזען דעם צעטיל און עס איז געווען שרעקליכע עגמת נפש רח"ל - ווי גלייך אז נאר ביי די זאל איז פארגעקומען גיטין - אפשר קען איך ארום שיקן די נעמען פון די איינקל(עך) פון מהר"א וואס האט זיך גע'גט??? אדער פון די קינדער פון די ראשי הקהילה און וויליזדש באהערדע. - דאס איז נישט קיין טערראר???
2. אנרופן חתן כלה אהיים אין די נאכט פון די חתונה בערך א שעה נאכן אהיימקומען און זאגן אז מען טאר נישט... וד"ל, הייסט נישט קיין טערראר???

איבער די מעשה פון די קאר (אנטשולדיגט נישט 'פארברענט' נאר 'צובראכן') זעה איך אז די ביסט נאך גאר אינג און קען נישט קיין אלטע היסטאריע (שמועס טאלי גרא מיט מהר"א - איך האב נישט געקענט לייגן די גאצע צוליב וואס מ'קען דא לייגן בלויז 2MB). גראדע פארענטפערט מיר עס פארוואס די פארשטייסט נישט ווען איך רעדט אז מען שעמט זיך היינט פון דעם וואס מען האט אמאל זיך נישט באטייליגט בי שמחות און חרדים וכדו'. עס איז נאך ווען די ביזט געווען אין וויגעל אדער נאך בכלל נישט אויף דעם עולם.

6.
מייזעלס אליינס האלט יעצט ביי 19 און עס איז דא נאך דא עטליכע דעם ווינטער.

7.
איך פארשטיי נישט מען טוט נישט אדורך הלכות תשובה? הלכה? די גאנצע זאך איז בלויז א "מאוו"? דעמאלט זענען דאך די ארונים וואס לאכן פון דעם אזויגערופענע איסור יא גערעכט.

8.
זאג נאר די ליידסט אויף black & white syndrome מען קען זיך העלפן דערויף, עס איז פארהאן מעדיקעישנס דערויף, קום אין אישי און איך וועל דיר ריפערן צו ארגענזעישאנס פאר די פראבלעמען. צווישן דורכפאל און סוקסעס איז דא אסאך מדריגות. און יא איך זאג עס נאכאמאל איבער, די זאליס האבן גערווייל נאך נישט געוואנען טערראר איז שווער צו געוואונען, די זאליס ווילן זיך נישט צוקריגן מיט אייגענע משפחה, אבער יא די ארונישע מאנאפאל איז געפאלן, ביז נישט לאנג צוריק האט איינער וואס האט געוואלט חתונה מאכן אן דארפן זיך קניען צו די ארונים געהאט איין ברירה, טראגן די חתונה אויף מאנסי וואס איז אנגעקומען מיט א געוואלדיגע טירחה, היינט ב"ה קען מען חתונה מאכן לאקאל, טאקע נאך נישט מיט א פיל יישוב הדעת ווייל עס איז נאך פארהאן היבש אביסל טערראר אבער ב"ה אויפן וועג צו א גאצע שלות הנפש אי"ה.

9.
אזוי ווי איך האב פריער גאזאגט עס איז נאך נישט קיין שלימות, אבער רובא דרובא וואס האבן נישט קיין זיידעס פראבלעם מאכן דארטן חתונה. עס איז דערוויל טאקע בלויז %30, סוקסעס וועט זיין ווען עס וועט זיין כאטש %60
📎 רב אהרן טייטלבוים-טאלי גראס.mp3
זונטאג פעברואר 27, 2022 6:39 pm#495772
וואסער
1.
ווען איך פרעג פארוואס מען באריכטעט נישט די חתונות אין עטרת מאיר צבי, מיין איך צו פרעגן די אפיציעלע ליין פון קהל מהר"א מעלדט נאר די חתונות פון מייזעלס און נישט מאיר צבי.

איך ווייס נישט. איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט דעי ליין.

דו ווילסט צוקומען צו עפעס? כ'מיין.... וואס ווילסטו זאגן יעצט? ווילסט ארויסברענגען עפעס א פוינט, דאן ברענג עס ארויס! אויב ווילסטו עפעס פראוון מיט די נאמבערס דאן דארפסטו נישט ברענגען קיין געדרייטע ראיות, די נאמבערס זענען אפען פאר יעדן.

2.
קוק איבער מיין שאלה, פארוואס ביים רעכענען וויפיל כלות עס איז געווען 'האסטו' יא גערעכנט בני יואל, און ביי די חתונות נישט.

צום וויפלטען מאל: איך האב געוואלט מאכן די חשבון וויפל פראצענט כלות פון קרית יואל האבן חתונה אין 'עטרת מייזעלס'.

ד.א. מאיר צבי האט שוין געהאט דעם ווינטער 17 נישט 14, קען זיין עס איז דא נאך במשך די קומענדיגע פאר וואכן.

איך וויל מיך טיף אנטשולדיגן אז איך בין נישט אזוי אפ טא דעיט, ביטע לאז מיר וויסן די סעקונדע וואס מ'האלט ביי אכצן.

3.
יישר כח פאר'ן מודה זיין

4.
קענסט שווער גלייבן אבער דאס איז דער מציאות.

5.
ווער רעדט פון די צעטלעך. איך רעדט פון כמה זאכן וואס מען קען נישט אלעס מעלה זיין על הכתב, איך וועל נאר נאכברענגן צוויי משלים וואס יעדער רעטדענקעדיגע מענטש פארשטייט אז דאס איז מעשים אשר לא יעשו.
1. ארומשיקן נעמען פון פארפאלק וואס האבן זיך ל"ע צוטיילט מיט די פונטקליכע דעטאלן ווען די חתונה איז געווען און ווען מען האט זיך צוטיילט. (שוין פאסירט א שרעקליכע מעשה ווען א אינג קינד איז געוואר געווארן אז זיינע עלטערן זענען זיויג שני דורך די פארשעמטע שריט, א פארפאלק וואס האט זיך געהאט צוטיילט עטליכע חדשים נאך די חתונה, און ב"ה שנעל פריש חתונה געהאט און ביידע האבן שוין געבוירן עטליכע קינדער ב"ה פונעם צווייטן זיוויג, און יעצט האט איינע פון די קינדער שוין 8 יאר אלט געזען דעם צעטיל און עס איז געווען שרעקליכע עגמת נפש רח"ל - ווי גלייך אז נאר ביי די זאל איז פארגעקומען גיטין - אפשר קען איך ארום שיקן די נעמען פון די איינקל(עך) פון מהר"א וואס האט זיך גע'גט??? אדער פון די קינדער פון די ראשי הקהילה און וויליזדש באהערדע. - דאס איז נישט קיין טערראר???
2. אנרופן חתן כלה אהיים אין די נאכט פון די חתונה בערך א שעה נאכן אהיימקומען און זאגן אז מען טאר נישט... וד"ל, הייסט נישט קיין טערראר???

די צוויי מעשיות זענען פון יעצט, אדער פון צען יאר צוריק ביי די עטרת מאיר צבי מערכה? ס'זיכער נישט קיין שיינע זאך וואס מ'האט געטון, אבער צום וויפלטען מאל האסטו פארדרייט די שמועס פון עטרת מייזעלס.

האסטו סיי וועלכע טעראר פון די לעצטע יאר צייט ביי די עטרת מייזעלס פרשה?

איבער די מעשה פון די קאר (אנטשולדיגט נישט 'פארברענט' נאר 'צובראכן') זעה איך אז די ביסט נאך גאר אינג און קען נישט קיין אלטע היסטאריע (שמועס טאלי גרא מיט מהר"א - איך האב נישט געקענט לייגן די גאצע צוליב וואס מ'קען דא לייגן בלויז 2MB). גראדע פארענטפערט מיר עס פארוואס די פארשטייסט נישט ווען איך רעדט אז מען שעמט זיך היינט פון דעם וואס מען האט אמאל זיך נישט באטייליגט בי שמחות און חרדים וכדו'. עס איז נאך ווען די ביזט געווען אין וויגעל אדער נאך בכלל נישט אויף דעם עולם.

הייסט מיר האט געדארפט בייפאלן אז דו רעדסט פון אור אלטע מעשיות? אז דו ווילסט האבן א שמועס איבער די בני יואל היסטאריע דאן קענען מיר מאכן א ספעציעלע צייט פאר דעם.

6.
מייזעלס אליינס האלט יעצט ביי 19 און עס איז דא נאך דא עטליכע דעם ווינטער.

האסט נישט באוויזן צו מינימיזירן די זאלישע דורכפאל.

7.
איך פארשטיי נישט מען טוט נישט אדורך הלכות תשובה? הלכה? די גאנצע זאך איז בלויז א "מאוו"? דעמאלט זענען דאך די ארונים וואס לאכן פון דעם אזויגערופענע איסור יא גערעכט.

די איסור איז דא, און די ארוינים ווייסן זייער קלאר אויף וואס זיי באזירן די איסור.

די פנקס איז א זאך וואס איז פון די ערשטע מינוט געשאפן געווארן צו צוריקהאלטן מענטשן פון עובר זיין אויפן איסור. יעדער פארשטייט אז איינער וואס האט א פראבלעם זיך צו משדך זיין מיט אזא איינעם וועט שוין וויסן די אינפארמאציע נאך פאר ער שאפט דעם פנקס, סך הכל איז עס עפעס צו אוועקנעמען די אפעטיט פון חתונה מאכן באיסור. יעצט האבן די אחראים אפגעמאכט אז דעי מאוו וועט צוריקהאלטען מענטשן פון חתונה מאכן דארטן.

אין א זייטיגע נאטיץ איך בין נישט פון די הנהלה.

8.
זאג נאר די ליידסט אויף black & white syndrome מען קען זיך העלפן דערויף, עס איז פארהאן מעדיקעישנס דערויף, קום אין אישי און איך וועל דיר ריפערן צו ארגענזעישאנס פאר די פראבלעמען. צווישן דורכפאל און סוקסעס איז דא אסאך מדריגות. און יא איך זאג עס נאכאמאל איבער, די זאליס האבן גערווייל נאך נישט געוואנען טערראר איז שווער צו געוואונען, די זאליס ווילן זיך נישט צוקריגן מיט אייגענע משפחה, אבער יא די ארונישע מאנאפאל איז געפאלן, ביז נישט לאנג צוריק האט איינער וואס האט געוואלט חתונה מאכן אן דארפן זיך קניען צו די ארונים געהאט איין ברירה, טראגן די חתונה אויף מאנסי וואס איז אנגעקומען מיט א געוואלדיגע טירחה, היינט ב"ה קען מען חתונה מאכן לאקאל, טאקע נאך נישט מיט א פיל יישוב הדעת ווייל עס איז נאך פארהאן היבש אביסל טערראר אבער ב"ה אויפן וועג צו א גאצע שלות הנפש אי"ה.

אנטשולדיגט, אבער דו ביסט גארנישט מחדש דא מער אויף דיין פריערדיגע מעסעדזש, חוץ אפאר אומגעלונגענע וויצן.

די זאליס האבן געוואלט מאכן א זאל ווי מען זאל קענען חתונה מאכן שלא ברשות המרא דאתרא. זיי האבן געיובלט אז דאס איז די סוף פון די סידור קידושין מערכה. זיי האבן פארפירט (און אומגלויבליך פארפירן זיי נאך יעצט) אז יעדע נאכט איז געבוקט. די מציאות איז פונקט פארקערט. דו ביסט מודה אז עס איז נישט קיין סוקסעס פאר די זאליס. יעצט לאמיר הערן פארוואס איז עס א מאסיווע דורכפאל פאר די ארוינים.

9.
אזוי ווי איך האב פריער גאזאגט עס איז נאך נישט קיין שלימות, אבער רובא דרובא וואס האבן נישט קיין זיידעס פראבלעם מאכן דארטן חתונה. עס איז דערוויל טאקע
בלויז %30, סוקסעס וועט זיין ווען עס וועט זיין כאטש %60

סתם א אינטרעסאנטע קרישקעלע.

די זאליס האבן פאר יארן לאנג פרובירט צו פארקויפן אז זיי פארמאגן די עלטערע דור, די ארגינעלע סאטמאר. למעשה האסטו מיר יעצט מודה געווען אז 70 פראצענט זאליס האבן זיידעס ארוינים, און אפילו פון די איבריגע דרייסיג איז אויך דא זיידעס ארוינים נאר זיי האבן פשוט נישט קיין פראבלעם דערמיט.... שוין עפעס א געווינס פאר די ארוינים אפילו לשיטתך.....

באטעם ליין, עס לאזט זיך גלייבן, אז ווען עטרת מייזעלס זאל ווען טאקע זיין א מאסיווע דורכפאל פאר די ארוינים וואלטסטו נישט געדארפט א גאנצן צייט צוריק לויפן צו עטרת מאיר צבי אדער צו דרייסיג יאר צוריק....

זונטאג פעברואר 27, 2022 10:41 pm#495786
איך וויל פשוט צוקומען צו איין זאך, אז די ארונים דערזען זיך אז עס איז א פאקט אין די נומערן וואקסן ב"ה, פרובירט מען צו באהאלטן די פאקטן און נישט רעדן פון מאיר צבי חתונות, אראפנעמען נעמען פון די פנקס, דער עיקר אז מען זאל מיינען אז מען רעדט "בלויז" פון עטליכע חתונות א יאר, און פאר די זעלבע סיבה וועסטו צוזאמרעכענען בני יואל כלות אינאיינעם מיט די זאלי כלות און ווייזן אז עס איז פראצענטועל גאר ווייניג אין מייזעלס.

דיי חשבון צו קוקן אויף די ס"ה פון קרית יואל איז זייער נאריש, אפשר קוקסטו אויף די ס"ה פון גאנץ נוי יארק, ווי קומט דא אריין צו צוזאמרעכענען ארונים?

יא די טערראר פון ארומשיקן די נעמען פון צוטיילטע קאפעלס גייט אן מיט פילע קראפט, [און ב"ה אז די ביסט מודה אז עס איז א עוולה], און בנוגע אנרופן חתן כלה אהיים די נאכט פון די חתונה, איז טאקע ב"ה שוין נישט ביי יעדע, אבער געהערט ערשט האנטיג פון א חתן פארגאנגענע חודש שבט.

איך בין דיר נישט באפאלן מיט קיין אלטע מעשיות איך האב פשוט געזאגט אז לשיטת מהר"א איז טאקע נישטא קיין טערראר ווייל עס איז ווייטער שטול.
איך קען מיט דיר נישט מאכן קיין שמועס איבער די בני יואל היסטאריע ווייל איך זעה כסדר לויט דיין רעדן פון דעמאלט אז די ביסט נאך צו אינג געועען דעמאלט אדער בכלל נאך נישטא געווען דעמאלט.

יא 19 איז א שטארקע נומבער ווען מען האט פארגעזאגט א מאסיווע דורכפאל, עס איז איבער %20 פון חתונה נעכט. און אזוי ווי איך האב געזאגט עס קען טאקע נאך נישט אנגערופן ווערן א סוקסעס, אבער ווייט פון א זאלונישע דטרכפאל.

א שאד אז די ביסט נישט פון די הנהלה, די פאסט גראדע גוט אריין.
אין אויך אינטערסאנט ווי אויבן האסטו פרובירט מסביר צו זיין אז אלעס זאל שטימען מיט הלכות תשובה, און פלוצלינג ווען מען פרעגט אזעלכע פשוטע קלאץ קשיות ווי למשל וויאזוי איין ברודער קען תשובה טון פאר א צווייטן וכדו' ווערט אלעס פלוצלינג אויס הלכה בלויז א מאוו. און דער גאנצער הייליגער פנקס ווערט בלוטיז א פאליטישע ביכל פון די "אחראים" וואס קענען טון וואס זיי ווילן, ווייל די אינפארמאציע ווייסט מען סיי ווי.

ווי האבן די זאליס געיובלט אז עס איז געבוקט "יעדע נאכט", די דורכפאל פאר די ארונים און געווינס פאר די זאליס איז זייער פשוט, דאס אז א רעגלמעסיגער זאלי וואס האט נישט קיין זיידע אישו קען חתונה מאכן "ווי ער וויל" און מכבד זיין פאר מסדר קידושין זיין אייגענע רב און דיין דאס איז א געווינס, און דורכפאל פאר די רעזשים אז מען דארף זיך מער נישט קניען פאר זיי ביי יעדע חתונה.
גראדע איז דאס אויך א געווינס פאר יעדע ארוני פריוואט, ווייל עס זענען דא משפחות וואס האבן אנשים מכובדים אין זייער משפחה פאר וועם זיי ווילן מכבד זיין מיט סידור קידושין און ביז פאר עטליכע יאר צוריק איז דאס נישט געווען מעגליך מען האט געמוזט נעמען מהר"א אדער אויב ער איז נישט געווען עוועילעבל איז געקומען ר' געציל, און זייט די מערכה איז געווארן קען מען שוין מכבד זיין סיי וועם אין די משפחה.

בנוגע זיידעס איז א דבר פשוט אז סאטמאר (מהר"א מהרי"י) איז צוטיילט בלויז בערך 20 יאר און אפי' נאכדעם (עד היום) איז די ריס נישט אזוי שטארק און מען איז זיך משדך איינער מיטן צווייטן, און אפי' ווען יא איז דאס נאך צו אינג, אז עס איז לא ימלט אז צווישן 4 זיידעס (און עפ"י רוב מער, ווייל קע"ה איז דא עלטער זיידעס לאויוש"ט) זאל נישט זיין איינער א ארוני, דער אמת איז אז פון פשוטע זיידעס ארונים איז אויך דער פראבלעם נישט אזוי ווייט ווייל רוב לאכן פון די אזויגערופענע איסור און באטייליגן זיך געהעריג, דער עיקר איז ביי די איינגעשטעלטע, וואס ב"ה אין קרית יואל זענען מער ווי %35 איינוואוינער איינגעשטעלע צווישן די קהילות ומוסדות, און די עלטערע דור פארשטייט זיך מער ביי די קהילה ומוסדות וואס זענען עלטער.

דיסקלעימער: די דיבאטע איז אצינד געשלאסן, חוץ אויב עס וועלן געפרעגט ווערן פרישע זאכליכע טענות, איך וועל ווייטער פרובירן צו אפעדעיטן מיט פאקטישע אפדעיטס.
מיטוואך מערץ 9, 2022 10:43 am#496248
מיליאנער
וואסער

@שמעון וואלף. כך דרכו של מיליאנער, ער פרובירט צו רעדן שטותים א גאנצן צייט, און ווען מען ווייזט אים אויף שווארץ אויף ווייס אז ער איז נישט גערעכט נעמט ער איין א שטילקייט.
קוק צוריק אין דעם אשכול כמה פעמים.

אוטש.... אויף אזא אטאקע האב איך מיך נישט געראכטן, נאך דערצו אזא הארבע באשולדיגונג, איבער עפעס וואס איך האב אייביג געהאלטן פונקט פארקערט, אז איך שטיי און ענטפער פאר יעדן איינעם ווי א באצאלטע ארבעטער (אזש שמעון וואלף האט שוין טאקע געמיינט אז איך באקום א טשעק) אין די צייט וואס דער עולם בלייבט שטיל ווען מ'האט נישט וואס צו ענטפערן, העכסטנס ווארט מען אז אז א צווייטער זאל ענטפערן... איך שטיי דא אבער איינער אליין אזויווי סאטמארע רבי ז''ל בשעתו און איך ענטפער פאר יעדן ווי א טאטאלע, סאו איז מיר א גרויסע וואונדער צו הערן אזא באשולדיגונג.

אדרבה ווייז מיר ווי איך האב מיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן, און איך וועל דיר ענטפערן בלי''נ איי געסס עס איז געווען נאכן שוין ארומגיין אין סירקלס אדער בין איך געווארן פארנומען צו ענטפערן א צווייטן.

דער עולם דא ווייסט אז איך בין ווייט פון א אהרוני (בערל ביטע נישט וויינען), און איך בין אויך גאנץ א קנאפער חסיד, מילד גערעדט, פון די שארפע דעבאטעס דא ווי מען פליקט זיך איינער דעם צווייטן מיט א ברען, און בכלל אינטרעסירט מיר נישט די פאליטיק צופיל... אבער! איך האלט קלאר אז די אטאקע אקעגן @מיליאנער איז בכלל נישט אין פלאץ, פון זייער אסאך ארונים וואס בלאזן לופט שטייט ער דא און איז מסביר זייער פערספעקטיוו מיט א שטארקע קלארקייט און בעיקר לאגיק. נישט אז אלעס מאכט סענס, און אסאך מאל זייענדיג אין איין פאר שיך קען מען נישט פארשטיין דעם צווייטנס טראץ וואס יעדער קען האבן ריכטיגע (אדער נישט ריכטיגע) נקודות, אבער ער איז פון די נארמאלסטע שרייבער דא און ענטפערט לאגיש צו יעדע טענה, אויף אים שטימט נישט די נארישע וויץ פון 1+1 איז א חלה דעקל, אבסאלוטלי נישט!

אפגעזען פון די השקפה פון די שרייבערס, איז ער אלס שרייבער איינע פון די קלארסטע און געשמאק צו ליינען, און איך ווייס נישט פארוואס ער האט פארדינט אזא פסק פון @וואסער, כאטש וואסער איז דאך געמאכט צו לעשן פייער....
מיטוואך מערץ 9, 2022 12:24 pm#496254
וי"ל הוא שמעקעדיג הוא מיליאנער ותו לא קשה מידי
מיטוואך מערץ 9, 2022 4:37 pm#496276
איך וואלט ענדערש געזאגט, הא וואסער הא.... (ניטאמאל ווייס איך וויאזוי צו שרייבן זיין ניק)

ביידע נייע ניקים אויף די זעלבע סאבדזשעקט,

צו שרייבן אז שמעקעדיג איז אדער נעמט זיך אן פאר די ארונים איז ווי שרייבן אז רז"ל איז א נועם המדות
מיטוואך מערץ 9, 2022 5:18 pm#496277
לץ איינער.... 😂
מיטוואך מערץ 9, 2022 7:09 pm#496282
א חסיד פון ווילנא
איך וואלט ענדערש געזאגט, הא וואסער הא.... (ניטאמאל ווייס איך וויאזוי צו שרייבן זיין ניק)

ביידע נייע ניקים אויף די זעלבע סאבדזשעקט,

צו שרייבן אז שמעקעדיג איז אדער נעמט זיך אן פאר די ארונים איז ווי שרייבן אז רז"ל איז א נועם המדות

אחרי בלותי היתה לי עדנה
הוא א חסיד פון ווילנא הוא ליטוואק פון בודאפעסט אלא שנתחלפו היוצרות 😛
מיטוואך מערץ 9, 2022 9:35 pm#496292
.
דאנערשטאג מערץ 10, 2022 5:35 pm#496355
רובינזון קרוזו
א חסיד פון ווילנא
איך וואלט ענדערש געזאגט, הא וואסער הא.... (ניטאמאל ווייס איך וויאזוי צו שרייבן זיין ניק)

ביידע נייע ניקים אויף די זעלבע סאבדזשעקט,

צו שרייבן אז שמעקעדיג איז אדער נעמט זיך אן פאר די ארונים איז ווי שרייבן אז רז"ל איז א נועם המדות

אחרי בלותי היתה לי עדנה
הוא א חסיד פון ווילנא הוא ליטוואק פון בודאפעסט אלא שנתחלפו היוצרות 😛

גוט גענטפערט

וויאזוי זאגט מען דיין נאמען יונגעלע?
דאנערשטאג מערץ 10, 2022 8:23 pm#496363

די כלב החי האט אויפגעוועקט די אריה המת....lol

זאג שעפעלע צוזאמען מיט מיך, רו-בינ-זון זייער גוט חסיד'ל, יעצט קרו-זו, מען גייט יעצט שרייבן א מצווה צעטעל פאר וואוילע חסיד'ל, ער האט גוט געקענט די עברי.
פרייטאג מערץ 11, 2022 3:33 am#496391
כדאי צצו דערמאנען פון ציט צו צייט

די פשוטע פאקטן

קרית יואל איז א חלק פון קהל יטב לב פונקט ווי א תת וכדו' איז דא א שטעיטל פון די קהלה די שטעיטל פירט זיך ווי אינדערהיים מיט א כח פון מרא דאתרא

דער ערטער איז געווען מרן רבינו הדברי יואל
היות של נשארו אחריו זשק

האט קהל אויפגענומען אלס אבד סאטמאר ומרא דאתרא פונעם שטעיטל דעם רבין זל הברך משה

די רבי זצל האט עס איבערגעגעבן פאר זיין זון סאטמאר רב שליטא הלב אהרן

און ער איז מרא דאתרא אינעם שטעיטל וואס באלאנגט אויסדרוקלעך פאר סאטמאר און פאר'ן מרא דאתרא