פארומס › סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

1,352 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14396
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
פרייטאג מערץ 11, 2022 12:26 pm#496416
די דאזיגער אשכול פארמאגט איבער 50 בלעטער.

איך, און איך גלייב א סך אנדערע אויך האט זיך אלץ אפגעהאלטן פון אפילו אריינקומען דא - פשוט ס'איז אזוי ווי איך זאל אריינגיין אין א פובליק- לייבערי און סטאק בלייבן אין די דזשענערעטערס צימער.

אבער ביז די ראקעט איז געפאלן נעבן מיין הויז. איך האב ערהאלטן די מיסיאנערישע- נ' יארן-ביליגער פאשקעוויל מיטן ליצנות'דיגער נאמען פנקס הטהרה, און מיין ערשטע רעאקציע איז געווען: ביז אהער איז אייסעס אנגעקומען?

איך בין נישט דורך געגאנגען אלע 50 בלעטער, אבער א מערהייט פארנעמט זיך מיט די שו"ט פון מרא דאתרא אין א שטאט, און אלעס ארום וואס עס געשעט אויב עמיצער איז מסדר קידושין אן רשות פון די מד"א.

* * *

רובא ככולא ערוואקסענע מענטשן וואס וועלן הערן איבער די פאליטיקס ארום די סידור קידושין אין מאנרא וועלן ניטאמאל אינגעדזשען דערינען, פשוט ווייל העוסק בהבלים מעבירין אותו לאוקריינא.

מ'האט אויפגעאקערט אן אלטן שו"ת איבער געבן כבוד פאר א מד"א מיטן אים געבן סידור קידושין, און עס איוואלווד געווארן אין א ניו-טעסטימענט. יעדעס מאל מיר געפינען די ווארט פושע אין חז"ל האט מען דאס צוגעגליכן צו המסרב למרא דאתרא מיט א מ"מ פון אלפי כתובים הבאין כאחד מלמדין.

ווען חם ליבי טרעפט זיך אבער מיט בקרבי איז, וויאזוי חרידישע אידן האבן די חוצפה צו פארשוועכן און ביליג מאכן די הייליגסטער אינסטעטושען ביי אונז אידן און דאס איז נישואין כדת משה וישראל. כ'מיין מ'רעדט נישטא פון קיין מלחמה אין ראדני|נישט געבן עליות |שרייבן א רעקאציע אין דער בלאט |פארברענען ילדי שעשועים|ביליגע פאשקעווילן. מען רעדט דא פון די סאמע הייליגסטער זאך ביי דת ישראל. מען רעדט דא פון חוזק מאכן, פארשעמען, און פארשמיצן יונגע תמימות'דיגע פארפעלקער און משפחות וואס האבן חתונה געהאט כדת משה וישראל.

ווען עס קומט צו א עכטע ממזר אדער פסול איז דא א גאנצע דיון אויב מען מעג בכלל פארציילן. אבער וויאזוי שעמען זיך נישט אידן -וואס שניידן נישט די נעגל אין א סדר- צו מאכן ליצנות פון "קידושין"?

נישטא קיין איין ראציאנעלער חרידישער ערוואקסענער מענטש וואס וואלט קאנדאָנט אז מען זאל מעגען פארשמיצן יונגע פארפעלקער אלעס פאר פאר'סרח'טע פאליטיקס. קיין שום שו"ת, קיין שום אידישע ארגומענט קען דזשאסטעפייען צו מאכן פאני קאולס צו חתן וכלה -וואס האבן חתונה געהאט כדת משה וישראל- אין די נאכט פון די חתונה, אדער ארומשיקען מיאוס'ע פאשקעווילן אז די קידושין איז פסול.

עס איז ברור כהשמש מזהיר בטוהר הרקיע אז די כותבי פלסטר אדער די וואס פירן אן די רשעות'דיגער קדושת הבית קאמפיין ווייסן אז אין בו כלום. כ'מיין א קינד פון 8 אלט וואלט געקענט דיבאנקן יעדן ארגומענט וואס טענה'ט אז עס איז דא אן ערעור אין די קידושין. מיין ווייטאג איז נישט צו זיי. אדער ווייסן זיי דעם אמת, אדער זענען זיי אזוי דום ווי א door-nail. מיין פראסטעראציע איז צו די קליגע שרייבער פון די בלאג וואס געבן אפילו א פלאטפארמע פאר דעם.

איך וואלט געראטן דער @אנאנים צו צעזנורירן די וואס שרייבן נעמען פון פארפעלקער אויף די בלאג. עס איז א בושה וחרפה אז קאווע שטיבל זאל געבן א פלאץ פאר אזא שוידערליכע רציחה פון באשמיצען אינגע פארפעלקער.

איך בין שאקירט געווען צו וויסן ווי שטארק דער מד"א איז אינוואלווד דערינען. און עס טוט מיר אזוי וויי אז אויב איינער קען מיך אויפווייזן אז דער מד"א האט נישט קיין שיכות מיט דעם שמד קאמפיין, באקומט צען טויזענט רויסישע רובל. און אויב ער האט טאקע מיט דעם נישט קיין שיכות, וויל איך וויסן אויב ער האט מוחה געווען אויף די אלע רדיפות פון הלבנות פנים, פאני-קאולס, און כתבי פלסטר (איך האב דאס מיטגעהאלטן פון דער נאנט, און איך בין פלעברעגעסטעט)

עס איז געווען מקובל אין אלע דורות אז אויסער די ד' חלקי שו"ע איז דא פינפטע חלק, וויאזוי א רב בישראל דארף זיך אויפפירן.

א מד"א האט אמאל מחדש געווען ביי א דרשה, אז ס'איז דא א זעקסטע חלק וויאזוי זיך צו שלאגן מיט שונאים. דעם פינפטן חלק האט מען לכאורה קיינמאל נישט געלערנט, אבער זיך יא שטארק פארלערנט אינעם זעקסטן חלק, אז מען האט פארגעסן פון די ערשטע פיר חלקים.
דאס איז געווען אנגענומען א כלל גדול אין אלע דורות, אז א רב וואס האט זיך אויפגעפירט ווי א חיה רעה איז אין ערגעץ נישט אנגעקומען.
מוצ"ש מערץ 12, 2022 9:13 pm#496439
פרייו: מיט א בהמה איז נישט דא וואס צו טענה'ן. האביך אויסגעמעקט די תגובה...! אצינד פארשטייסטו שוין...?!.
זונטאג מערץ 13, 2022 1:53 am#496463
Re: סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל
למעשה איך בין א חסיד פון נומבערס, א מלחמה גייט צו מיט נומבערס

וויפעל חתונות איז געווען די ווינטער פון נאך סוכות ביז קומענדיגע פסח הבעל"ט
וויפעל אין פאראדייס
וויפעל אין כינור דוד
וויפעל אין קרן ויואל משה
וויפעל אין עטרת מאיר צבי
וויפעל אין עטרת מייזעלס

שכח

#NumbersDon'tLie

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
זונטאג מערץ 13, 2022 2:51 pm#496483
[ציטאט אראפגענומען]

כה לחי!

איך זע א סך נעמען פון עלטערן פון חתן וכלה, און איך וויל קלאר שטעלן די תקנות פון די בלאג, אויב עס איז יא ערלויבט צו מבזה זיין עלטערן פון יונגע פארפעלקער. @אנאנים
זונטאג מערץ 13, 2022 3:01 pm#496485
berlbalaguleh
פרייוויליג: א גוטע וואך. אויב דו באמערקסט האביך דא נישט אריינגעטרעטן זייט דער אשכול איז נאך געווען יונג. איך האב אפגעזאגט דאס מייניגע און געגאנגען ווייטער. ווייל די מענטשן (א סאך פון זיי) וועלכע דעבאטירן דא אין דעם אשכול, ווייסן נישט אדער ווילן נישט וויסן פון דעם יסוד היסודות. אז סידור קידושין געהערט אויסשליסליך פאר דעם מרא דאתרא. יא ער קען געבן רשות פאר וועם ער ווילל. כשיקול דעת תורתו. דאס האט נישט צו טון אויב דער מסדר קידושין איז א ת"ח אדער נישט. ער מעג זיין אפילו א גאון און א צדיק. ער מוז נאכאלץ מסדר קידושין זיין ברשות המרא דאתרא. אנישט זענען די קידושין נישט תופס. ס'איז אין בעסטן פאל א מצוה הבאה בעבירה. לגבי די זייטיגע נעגאטיווע ערשיינונגען ווי מפרסם זיין די נעמען פון די פארפעלקער וועלכע האבן עובר געווען אויף די יסודות'דיגע תקנה. דאס דארף מען טאקע אפשטעללן. נאר דער מרא דאתרא איז זיכער נישט שולדיג אין דעם. ער דארף זיך נישט פארענטפערן. דא ארבעט נישט דער כלל פון ..."גילטי אנטיל פראווען איננאסענט"... (איך ווייס נישט צי איז דאס פון וועד ארבע ארצות, תקנות שו"ם אדער אה"ו. אדער סתם תקנות הקהילה.) אז נאר דער מרא דאתרא האט אן אויסשליסליכן רעכט מסדר קידושין צו זיין. דאס איז זייער א לאגישע תקנה. ווייל אויב ס'זאלל זיין א פריי פעלד. און א יעדער וואס וויל וועט קענען מסדר קידושין זיין. אפילו בערל בעל עגלה. אדער חאצקל דער שניידער. און יאנקל דער שוסטער. און די גמ' זאגט דאך..."כל מי שאינו בקי בטיב גיטין וקידושין לא יהא לו עסק עימהם"...! אמת. דער און יענער רב איז טאקע א גאון און א צדיק. אבער ס'קען זיך מאכן אז מענטשן וואס זענען נישט ראוי זאללן זיך אריינכאפן.

איך האב אפגעזאגט דאס מייניגע. ווער ס'וויל פארשטייט. און ווער נישט. איז נישט...! א גוטע וואך.

קשיא נומבער איינס - וואס איז דער גדר פון מרא דאתרא? קען יעדער ליידאק באשליסן אז ער ווערט מרא דאתרא? וואס זענען די מאסנאמען וואס מען ברויך נאכקומען צו קענען ווערן באטיטלט אלס מרא דאתרא? (מיט מקורות בהלכה, כמובן. סתם הרגשים און געשיכטעלעך קען איך גענוג אויף פארקערט.

צווייטנס, ברענג מיר א מקור אז אן רשות פון מרא דאתרא איז קידושין נישט תופס.
זונטאג מערץ 13, 2022 3:50 pm#496492
אפדעיט
ל תשרי - ישעי' איידליס - עטרת מייזעלס
ז חשון - נפתלי צבי ראזענטאהל - עטרת מייזעלס
יג חשון - אהרן היללער - עטרת מייזעלס
יג חשון - חיים שמואל אליעזר טירנויער - עטרת מאיר צבי
כ חשון - אלי' דוד טירנויער - עטרת מאיר צבי
כא חשון - פנחס יושע מרדכי ליבערמאן - עטרת מאיר צבי
ה כסליו - אברהם נתן נטע פעלדמאן - עטרת מאיר צבי
ו כסליו - יחיאל מיכל לעבאוויטש - עטרת מייזעלס
ו כסליו - מאיר וואגשאהל - עטרת מאיר צבי
ב טבת - זלמן לייב מארקאוויטש - עטרת מאיר צבי
ב טבת - מרדכי שבתי ברוין - עטרת מייזעלס
ט טבת - ישעי' פערענץ - עטרת מייזעלס
יא טבת - אהרן שלום בראווער - עטרת מייזעלס
טו טבת - משה עהרנטאל - עטרת מאיר צבי
טז טבת - אליעזר ווייס - עטרת מאיר צבי
יז טבת - לייביש גראס - עטרת מאיר צבי
יח טבת - יושע נחום קופטשיק - עטרת מאיר צבי
ב שבט - שמעי' ברוך שווארץ - עטרת מייזעלס
ג שבט - שמעון האלצער - עטרת מייזעלס
ח שבט - אברהם שמעון משה שטערנפעלד - עטרת מייזעלס
ט שבט - יואל אהרן שווארץ - עטרת מייזעלס
טו שבט - יושע משה בראווער - עטרת מאיר צבי
טז שבט - אשר קעניג - עטרת מאיר צבי
טז שבט - יוסף לייב פריעד - עטרת מייזעלס
ל שבט - אברהם יושע העשיל ראזענבערגער - עטרת מאיר צבי
א אדר א - אלי' פעקעטע - עטרת מייזעלס
ח אדר א - שמעון בלייער - עטרת מייזעלס
יג אדר א - משה מייער - עטרת מייזעלס
יג אדר א - עקיבא יוסף עהרנטאהל - עטרת מאיר צבי
יד אדר א - צבי הערמאן - עטרת מייזעלס
יד אדר א - אברהם שטערנפעלד - עטרת מאיר צבי
טו אדר א - יואל אהרן וואלף ברייער - עטרת מאיר צבי
טו אדר א - יואל טייטלבוים - עטרת מייזעלס
יט אדר א - יודא שמילאוויטש - עטרת מייזעלס
כ אדר א - יואל שווארטץ - עטרת מאיר צבי
כ אדר א - חיים אלעזר כהן - עטרת מייזעלס
כא אדר א - שמעון פריעדמאן - עטרת מייזעלס
ער"ח אדר ב - וואלף ווייס - עטרת מייזעלס
א ר"ח אדר ב - יצחק טובי' ווייס - עטרת מייזעלס
ב ר"ח אדר ב - יואל בירנבוים - עטרת מאיר צבי
ג אדר ב - יצחק חיים מנחם געלב - עטרת מייזעלס
ד אדר ב - אברהם צבי מרדכי וויינשטאק - עטרת מאיר צבי
ו אדר ב - שמעון יאקאבאוויטש - עטרת מייזעלס
ז אדר ב - אהרן גרשון מנחם קלאר - עטרת מייזעלס
זונטאג מערץ 13, 2022 4:01 pm#496494
moneyminded
למעשה איך בין א חסיד פון נומבערס, א מלחמה גייט צו מיט נומבערס

וויפעל חתונות איז געווען די ווינטער פון נאך סוכות ביז קומענדיגע פסח הבעל"ט
וויפעל אין פאראדייס
וויפעל אין כינור דוד
וויפעל אין קרן ויואל משה
וויפעל אין עטרת מאיר צבי
וויפעל אין עטרת מייזעלס

שכח

#NumbersDon'tLie

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

ווי פארשטנדליך איז בכלל נישט אינטערסאנט צו רעכענען וויפיל חתונות עס איז פארגעקומען אין פאראדייס, כינור דוד און קרן ויוא"מ. וויבאלד רוב פון די חתונות דארטן זענען פון צד מהר"א וואס איז בכלל נישט רעלעוואנט צו די מערכה. אפשר דארף מען אויך צוזאמרעכענען די חתונות פון גאנץ נוי יארק?
צו וויסן ריכטיגע נומבערס דארף מען קוקן אויף חתונות וואס די כלות האבן געלערנט אין ויוא"מ אדער בני יואל סקול'ס

איך האב נישט די פונטקליכע נומערן, אבער צו קוקן אויף אן עוורידזש איז א עדזש אין ויא"מ בערך 145 און אין בני יואל 50 מיט א ס"ה פון 195
במשך'ן ווינטער איז דא בערך 3/5 פון די טעג וואס מ'קען חתונה מאכן א יאר, לויט די עוורידזש וואלט געדארפט זיין בערך 117 חתונות צוזאמען אין די ביידע זאלן.
(ווי פארשטייט זיך איז דאס בלויז "בערך עוורידזש" אדרבה אז איינער האט פונטקליכע נומבער'ס זאל ער אריין קומען - די בעסט מיט קראנטע ליסטעס).

דא האסטו קראנטע נומערן פון די חתונות אין די ביידע זאלן ביז יעצט [ליסטע אויבן]
עטרת מאיר צבי - 19
עטרת מייזעלס - 25

לויט די אויבנדערמאנטע (אומקראנטע) עוורידזש איז דאס בערך 38%
מאנטאג מערץ 14, 2022 1:26 am#496532
גאנצל
כדאי צצו דערמאנען פון ציט צו צייט

די פשוטע פאקטן

קרית יואל איז א חלק פון קהל יטב לב פונקט ווי א תת וכדו' איז דא א שטעיטל פון די קהלה די שטעיטל פירט זיך ווי אינדערהיים מיט א כח פון מרא דאתרא

דער ערטער איז געווען מרן רבינו הדברי יואל
היות של נשארו אחריו זשק

האט קהל אויפגענומען אלס אבד סאטמאר ומרא דאתרא פונעם שטעיטל דעם רבין זל הברך משה

די רבי זצל האט עס איבערגעגעבן פאר זיין זון סאטמאר רב שליטא הלב אהרן

און ער איז מרא דאתרא אינעם שטעיטל וואס באלאנגט אויסדרוקלעך פאר סאטמאר און פאר'ן מרא דאתרא

די בעסטע לימוד זכות אויף דיר אז די ווייסט פשוט נישט די אפטייטש פון "פאקט"
מאנטאג מערץ 14, 2022 2:13 am#496534
שמעון וואלף
די בעסטע לימוד זכות אויף דיר אז דו ווייסט פשוט נישט די אפטייטש פון "פאקט"

דו ווייסט פון א אנדערע פאקט? טאמער יא, דאן זאג!
סתם שרייבן נארישקייטן האט נישט קיין פשט, בעסער בלייב שטיל, קענסט זאגן אז ס'איז דא מענטשן וואס גלייכן נישט די פאקטן און זיי פייפן זיך אריין און טוען מה שלבם חפץ.
קיין איינער, מיינענדיג די ראשי קהלה פון חסידי מהרי"י, זענען נישט מחולק אז מהר"א איז מרא דאתרא, זייער שיטה אז אונז פייף מיר אריין, און א בחינה ווי די אוקריינע מלחמה, איז פשוט חסידי מהר"יי האבן זיך נישט גערישט צו די טעראר פון קהילת מהר"א, און די חסידי מהרי"י זענען נישט דא צו פייטן, וועגן זיי זענען נישט רעדי צו גיין אויף מסירות נפש, וועגן עס אינטערעסירט זיי א הויקער, און זיי האבן געהאלטן אז קהילת מהר"א גייט עס נישט אנגיין, וועגן די מענטשן זענען עניוועי נישט קיין חסידים.

וועל מיר ווארטן ביז סוף יאר און זען וויפיל חתונות זענען געווען אין עטרת מייזעלס , און זעען ווי שטארק זיי זענען רעדי צו פייטן.
מאנטאג מערץ 14, 2022 2:33 pm#496551
סביב העולם
berlbalaguleh
פרייוויליג: א גוטע וואך. אויב דו באמערקסט האביך דא נישט אריינגעטרעטן זייט דער אשכול איז נאך געווען יונג. איך האב אפגעזאגט דאס מייניגע און געגאנגען ווייטער. ווייל די מענטשן (א סאך פון זיי) וועלכע דעבאטירן דא אין דעם אשכול, ווייסן נישט אדער ווילן נישט וויסן פון דעם יסוד היסודות. אז סידור קידושין געהערט אויסשליסליך פאר דעם מרא דאתרא. יא ער קען געבן רשות פאר וועם ער ווילל. כשיקול דעת תורתו. דאס האט נישט צו טון אויב דער מסדר קידושין איז א ת"ח אדער נישט. ער מעג זיין אפילו א גאון און א צדיק. ער מוז נאכאלץ מסדר קידושין זיין ברשות המרא דאתרא. אנישט זענען די קידושין נישט תופס. ס'איז אין בעסטן פאל א מצוה הבאה בעבירה. לגבי די זייטיגע נעגאטיווע ערשיינונגען ווי מפרסם זיין די נעמען פון די פארפעלקער וועלכע האבן עובר געווען אויף די יסודות'דיגע תקנה. דאס דארף מען טאקע אפשטעללן. נאר דער מרא דאתרא איז זיכער נישט שולדיג אין דעם. ער דארף זיך נישט פארענטפערן. דא ארבעט נישט דער כלל פון ..."גילטי אנטיל פראווען איננאסענט"... (איך ווייס נישט צי איז דאס פון וועד ארבע ארצות, תקנות שו"ם אדער אה"ו. אדער סתם תקנות הקהילה.) אז נאר דער מרא דאתרא האט אן אויסשליסליכן רעכט מסדר קידושין צו זיין. דאס איז זייער א לאגישע תקנה. ווייל אויב ס'זאלל זיין א פריי פעלד. און א יעדער וואס וויל וועט קענען מסדר קידושין זיין. אפילו בערל בעל עגלה. אדער חאצקל דער שניידער. און יאנקל דער שוסטער. און די גמ' זאגט דאך..."כל מי שאינו בקי בטיב גיטין וקידושין לא יהא לו עסק עימהם"...! אמת. דער און יענער רב איז טאקע א גאון און א צדיק. אבער ס'קען זיך מאכן אז מענטשן וואס זענען נישט ראוי זאללן זיך אריינכאפן.

איך האב אפגעזאגט דאס מייניגע. ווער ס'וויל פארשטייט. און ווער נישט. איז נישט...! א גוטע וואך.

קשיא נומבער איינס - וואס איז דער גדר פון מרא דאתרא? קען יעדער ליידאק באשליסן אז ער ווערט מרא דאתרא? וואס זענען די מאסנאמען וואס מען ברויך נאכקומען צו קענען ווערן באטיטלט אלס מרא דאתרא? (מיט מקורות בהלכה, כמובן. סתם הרגשים און געשיכטעלעך קען איך גענוג אויף פארקערט.

צווייטנס, ברענג מיר א מקור אז אן רשות פון מרא דאתרא איז קידושין נישט תופס.

סביב העולם: ערשטנס. מהר"א שליט"א איז נישט קיין ליידאק. ער איז 100% קוואליפיצירט צו זיין מרא דאתרא. פאר דעם פאקט. און נאכדעים. די מציאות ווייזט וואספארא גוטער מנהיג בחסד עליון ער איז, (ב"ה). צווייטנס. ווען דו עסט קוגל זוכסטו אויכעט מקורות בהלכה?! אויף דעים קענמען ריכטיג זאגן..."מי מעכב שאור שבעיסה. די מעשה יצר די פאליטיק הרג'עט אלעס אוועק. ובקהלם אל תחד כבודי...!
דינסטאג מערץ 15, 2022 12:42 am#496565
moneyminded
שמעון וואלף
די בעסטע לימוד זכות אויף דיר אז דו ווייסט פשוט נישט די אפטייטש פון "פאקט"

דו ווייסט פון א אנדערע פאקט? טאמער יא, דאן זאג!
סתם שרייבן נארישקייטן האט נישט קיין פשט, בעסער בלייב שטיל, קענסט זאגן אז ס'איז דא מענטשן וואס גלייכן נישט די פאקטן און זיי פייפן זיך אריין און טוען מה שלבם חפץ.

שוין אלעס געווארן אויסגעשמועסט עטליכע מאל. ס'האט נישט קיין פשט מעלה גירה צו זיין צום צענטן מאל.
איך פארדין גארנישט טאמער די אדער אן אנדערע וועט טוישן זייטן. איך ענזשוי די קאנווערסעישן און דעטס איט
דינסטאג מערץ 15, 2022 9:27 am#496570

אינטערסאנט די ביסט דא נאר ווייל די ענדזשויסט די שמועס, אבער אייביג ביסטו אויף איין זייט
דינסטאג מערץ 15, 2022 5:29 pm#496580
berlbalaguleh
סביב העולם

קשיא נומבער איינס - וואס איז דער גדר פון מרא דאתרא? קען יעדער ליידאק באשליסן אז ער ווערט מרא דאתרא? וואס זענען די מאסנאמען וואס מען ברויך נאכקומען צו קענען ווערן באטיטלט אלס מרא דאתרא? (מיט מקורות בהלכה, כמובן. סתם הרגשים און געשיכטעלעך קען איך גענוג אויף פארקערט.

צווייטנס, ברענג מיר א מקור אז אן רשות פון מרא דאתרא איז קידושין נישט תופס.

סביב העולם: ערשטנס. מהר"א שליט"א איז נישט קיין ליידאק. ער איז 100% קוואליפיצירט צו זיין מרא דאתרא. פאר דעם פאקט. און נאכדעם, די מציאות ווייזט וואספארא גוטער מנהיג בחסד עליון ער איז, (ב"ה). צווייטנס, ווען דו עסט קוגל זוכסטו אויכעט מקורות בהלכה?! אויף דעים קענמען ריכטיג זאגן... "מי מעכב שאור שבעיסה". די מעשה יצר די פאליטיק הרג'עט אלעס אוועק. ובקהלם אל תחד כבודי...!

ווען הרב חיים שלמה בערגער האט געזאגט א פאקט אז ער האט געטראפן ציוניסטן, זענט איר, בעלעגלה טייערער, געווארן זייער באלאדיגט. אזש איר האט אנגעהויבן עפענען אשכולות בלויז מיטן ציהל צו קענען מאכן א פלפול און קענען טשעלענדזשן דעם פאקט צו עס איז יא אדער נישט דא ציונים.

אלזא, זייט נישט ברוגז און זאגט מיר נישט אפ מיט א פאקט אז מהר"א איז נישט קיין ליידאק, ווייל צו מיר האט דאס גארנישט מער דעקונג ווי בערגער'ס סטעיטמענט איבער ציונים.

צווייטנס, מיין שאלה איז געווען הייפאטעטיש: וואס זענען די הלכה'דיגע דעפיניציעס פון מרא דאתרא, און די הלכה'דיגע מקורות אז קידושין איז נישט תופס.

פרעגט איר, צו ווען כ'עס קוגל איז מיר עס אויך מחייב צו האבן מקורות. דער תירוץ אויף דעם איז, אז ווען איך עס קוגל אינטערסירט מיר נישט צו דער שכן עסט אויך, און צו אויב ער עסט נישט האב איך קיין פראבלעם. ווען איינער הייבט אן א מערכה מיט א צווייטן אזש ביז באטיטלען מענטשן אז זיי וואוינען אנע חופה וקידושין, ברויך עס האבן א שטיקל קאנקרעטע מקור בהלכה, נישט אזוי?!
דינסטאג מערץ 15, 2022 11:54 pm#496594
א חסיד פון ווילנא
שמעון וואלף
moneyminded
שמעון וואלף
די בעסטע לימוד זכות אויף דיר אז דו ווייסט פשוט נישט די אפטייטש פון "פאקט"

דו ווייסט פון א אנדערע פאקט? טאמער יא, דאן זאג!
סתם שרייבן נארישקייטן האט נישט קיין פשט, בעסער בלייב שטיל, קענסט זאגן אז ס'איז דא מענטשן וואס גלייכן נישט די פאקטן און זיי פייפן זיך אריין און טוען מה שלבם חפץ.

שוין אלעס געווארן אויסגעשמועסט עטליכע מאל. ס'האט נישט קיין פשט מעלה גירה צו זיין צום צענטן מאל.
איך פארדין גארנישט טאמער די אדער אן אנדערע וועט טוישן זייטן. איך ענזשוי די קאנווערסעישן און דעטס איט

אינטערסאנט די ביסט דא נאר ווייל די ענדזשויסט די שמועס, אבער אייביג ביסטו אויף איין זייט

איך האב א מיינונג אין די מחלוקה אבער ס'מיר נישט נוגע פערזענדליך. פונקט ווי איך האלט אז פוטין איז טעראריסט פאר'ן אינוואדירן אוקראינה, מיינט נישט אז ס'איז מיר נוגע און אז איך מוז יעצט מסביר זיין וואס זעלענסקי'ס שיטה איז
מיטוואך מערץ 16, 2022 12:42 pm#496608
איך מיין אז קיינעם דא איז נישט נוגע פערזענליך

ווער עס איז יא איז אויף גרויסע צרות
מיטוואך מערץ 16, 2022 12:52 pm#496609
פארוואס מיינסטו אז די אדמו"רים דרייען זיך נישטא?
מיטוואך מערץ 16, 2022 2:34 pm#496617
קהל'ס נער
פארוואס מיינסטו אז די אדמו"רים דרייען זיך נישטא?

איינער פון די צוויי ווייס איך אז ער האט נישט קיין צייט דערצו,

דער צווייטער? קען זיין, מאכט סענס,
מאנטאג מערץ 21, 2022 2:04 pm#496778
גאנצל
כדאי צצו דערמאנען פון ציט צו צייט

די פשוטע פאקטן

קרית יואל איז א חלק פון קהל יטב לב פונקט ווי א תת וכדו' איז דא א שטעיטל פון די קהלה די שטעיטל פירט זיך ווי אינדערהיים מיט א כח פון מרא דאתרא

דער ערטער איז געווען מרן רבינו הדברי יואל
היות של נשארו אחריו זשק

האט קהל אויפגענומען אלס אבד סאטמאר ומרא דאתרא פונעם שטעיטל דעם רבין זל הברך משה

די רבי זצל האט עס איבערגעגעבן פאר זיין זון סאטמאר רב שליטא הלב אהרן

און ער איז מרא דאתרא אינעם שטעיטל וואס באלאנגט אויסדרוקלעך פאר סאטמאר און פאר'ן מרא דאתרא

ווען איז מהר“א אויפגענימען געווארען אלטס א“ג מרא דאתרא תשמ“ט אדער תשס“ו?
מאנטאג מערץ 21, 2022 2:37 pm#496780
ייעעקקבב

מוצש"ק וירא תשמ"ה ע"י אביו זצ"ל במעמד עם רב תושבי קר"י
מאנטאג מערץ 21, 2022 3:11 pm#496784
הייסט אז לשיטת הארונים איז די רבי די ברך משה נישט געווען מרא דאתרא פין תשמ“ה אין ווייטער
מאנטאג מערץ 21, 2022 5:41 pm#496793
ניין, דער ב"מ איז געווארן מד"א אחר הסתלקות דודו זצ"ל, תשמ"ה האט ער עס איבערגעגעבן פאר בנו מהר"א
מאנטאג מערץ 21, 2022 6:40 pm#496798
אין קורצען פין תשמ“ה אין ווייטער איז די רבי די ברך משה מער נישט געווען מרא דאתרא
דינסטאג מערץ 22, 2022 11:57 am#496836
ייעעקקבב
אין קורצען פין תשמ“ה אין ווייטער איז די רבי די ברך משה מער נישט געווען מרא דאתרא

איך ווייס נישט וואס די ווילסט ארויסברענגען

האסט שוין געהערט א מושג אז איינער איז א רב אין אפאר שטעדט, און אזןי ער קען נישט זיין איבעראל, שטעלט ער איינעם במקומו.

וואס וילסטו פונקטליך ארויסברענגען?
דינסטאג מערץ 22, 2022 12:32 pm#496840
כדאי צו דערמאנען פין צייט צו צייט די פשוטע פאקטן
אינדערהיים איז געווען אזא זאך ווי א שטאט מיט א מרא דאתרא וואס קר“י איז נישט אזוי לכו“ע והא ראיה פלייש וואס קימט נישט פין מהר“א פאלט קיינעם נישט אן אז איז א פראבלעם און אויב ער איז ווען מרא דאתרא וואלט די פלייש געדארפט זיין כנבילה וטריפה כידוע וויפיל די קדושת יום טוב זי“ע האט מרעיש עולמות געווען אויף דעם
די רבי די ברך משה זי“ע די מרא דאתרא האט 2 מאל געשריבען בכתב יד קדשו אז בנו כ“ק מרן אדמו“ר מסאטמאר שליט“א ידו כידי לסדר קידושין בקרית יואל וואס עפ“י הלכה איז נישט דא קיין שום טענה שבעולה וואס קען אוועקמאכן א בריוו בכתב יד
אינדערהיים איז געווען א דבר פשוט כמבואר בשו“ת מהרש“ג אז א קהלה שנתפרדו האט נישט קיין שום שייכות צי די אלטע קהילה און אזוי האבן אלע גדולי הדור געהאלטען און אזוי האט אויך רביה“ק זי“ע אליין געטוהן און איינער וואס קריגט זיך אויף דעם איז א חולק על רבו כחולק על השכינה
בית דין צדק דקיט“ל דסאטמאר ובתוכם די ראב“ד וואס הלכה כמותו בכל מקום האבן געשריבן א מכתב הלכה אז עס איז נישט קיין שום פראבלעם חתונה צי מאכן בגלילות קרית יואל אן רשות פין מהר“א און אזוי אויך האט די בעל אגלי דבש נאך “קיינמאל“ נישט געזאגט אז א חתונה אין עטרת מייזעלס דארף רשות פין מהר“א און די גאנצע מערכה האט מיט די תורה און מיט הלכה גארנישט נאר ס“ה אביסל שמציגע פאליטיק
דינסטאג מערץ 22, 2022 12:33 pm#496841
ייעעקקבב
כדאי צו דערמאנען פין צייט צו צייט די פשוטע פאקטן
אינדערהיים איז געווען אזא זאך ווי א שטאט מיט א מרא דאתרא וואס קר“י איז נישט אזוי לכו“ע והא ראיה פלייש וואס קימט נישט פין מהר“א פאלט קיינעם נישט אן אז עס איז א פראבלעם און אויב ער איז ווען מרא דאתרא וואלט די פלייש געדארפט זיין כנבילה וטריפה כידוע וויפיל די קדושת יום טוב זי“ע האט מרעיש עולמות געווען אויף דעם
די רבי די ברך משה זי“ע די מרא דאתרא האט 2 מאל געשריבען בכתב יד קדשו אז בנו כ“ק מרן אדמו“ר מסאטמאר שליט“א ידו כידי לסדר קידושין בקרית יואל וואס עפ“י הלכה איז נישט דא קיין שום טענה שבעולם וואס קען אוועקמאכן א בריוו בכתב יד
אינדערהיים איז געווען א דבר פשוט כמבואר בשו“ת מהרש“ג אז א קהלה שנתפרדו האט נישט קיין שום שייכות צי די אלטע קהילה און אזוי האבן אלע גדולי הדור געהאלטען און אזוי האט אויך רביה“ק זי“ע אליין געטוהן און איינער וואס קריגט זיך אויף דעם איז א חולק על רבו כחולק על השכינה
בית דין צדק דקיט“ל דסאטמאר ובתוכם די ראב“ד וואס הלכה כמותו בכל מקום האבן געשריבן א מכתב הלכה אז עס איז נישט קיין שום פראבלעם חתונה צי מאכן בגלילות קרית יואל אן רשות פין מהר“א און אזוי אויך האט די בעל אגלי דבש נאך “קיינמאל“ נישט געזאגט אז א חתונה אין עטרת מייזעלס דארף רשות פין מהר“א און די גאנצע מערכה האט מיט די תורה און מיט הלכה גארנישט נאר ס“ה אביסל שמציגע פאליטיק
דינסטאג מערץ 22, 2022 9:22 pm#496872
באקומען📎 דינסטאג שמיני.pdf
דינסטאג מערץ 22, 2022 10:22 pm#496876
א חסיד פון ווילנא
באקומען📎 דינסטאג שמיני.pdf

גראדע היימשטאט שפראך...
דינסטאג מערץ 22, 2022 11:28 pm#496879
[ציטאט אראפגענומען]

ער פארציילט דא א מעשה, אינטרעסאנט פארוואס דו רופסט עס א קרעפל פשעטל, עס איז נישט מעגליך עס זאל זיין אמת?
מיטוואך מערץ 23, 2022 8:00 am#496890
אינטערסאנט וואס די "ווייסט" קלאר איז איז אמת, און וואס מ' זאגט אנדערש איז שקר
מיטוואך מערץ 23, 2022 12:41 pm#496914
צו די מעשה אז מען האט אים מכבד געווען און ער האט זיך אפגעזאגט איז אמת אדער נישט ווייס איך נישט.
אבער הפלא ופלא... הרה"ג ר' שלמה פילט זיך נאנט מיט מהר"א...

א ידיד מיט מהר"א שיקט זיינע קינדער לערנען אין ויואל משה???
א ידיד מיט מהר"א טרעט אויף מיט א דרשה ביים מעמד מקהלות לטובת קהל יטב לב מהרז"ל???
א ידיד מיט מהר"א לערנט במשך'ן טאג אין כולל מהרז"ל???
א ידיד מיט מהר"א באטייליגט זיך בכלל ביי א חתונה שלא ברשות מהר"א???
א ידיד מיט מהר"א זיצט אין פסק'נט שאלות אין בית הוראה דקהל יט"ל מהרז"ל??? (יא ער איז נאך היינט דארטן געווען).

עס איז נישטא אפילו ווער עס זאל לאכן...

די סיבה פארוואס ער האט זיך באטייליגט ביי די אסיפת העיר איז (בערך) די זעלבע פארוואס אב"ד טאלטשאווע האט זיך דארט באטייליגט ואכמ"ל
אפשר איז טאלטשאווער רב אויך פערזענדליך א ידיד מיט מהר"א...???
מיטוואך מערץ 23, 2022 12:53 pm#496915
וואסער

איך קען נישט טאשער דיין, כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון אים, אבער איך פארשטיי בכלל נישט דיין תמיה, איז נישטא אזא זאך אז א אפיציעלע זאלי זאל זיך פילן בידידות מיט מהר''א? איך קען עס עפעס יא פארשטיין.

חוץ פון דעם זאגט ער דאך אז ער קומט פון צייט צו צייט צו מהר''א'ס טישן, און ער האט אפגעשטעלט די שיעורים בבית מדרשו אין די נאכט פון די אסיפת העיר, שווער צו גלייבן אז די ארוינים האבן געלייגט פרעשור אויף יעדע בית מדרש'ל אז מ'זאל אפשטעלן די שיעורים און קיינער האט גארנישט געהערט פון דעם, און נישט נאר דאס נאר פונקט טאשע דיין איז געפאלן פאר עס....

בקיצור, איך האב נישט אנונג איבער דעי סומאטוכע, אבער דיינע קשיות זענען זיכער קיין קשיות נישט.

אויך, אפשר ביסטו מסביר די גזירה שוה פון טאלטשאווא רב מיט טאשער דיין, איך ווייס נישט פארוואס עס איז אכמ''ל אפשר דאך קען מען הערן א קורצע פירוש?
מיטוואך מערץ 23, 2022 1:09 pm#496916
[ציטאט אראפגענומען]

כ'האב מיך פאר צוויי מינוט פארגעשטעלט ווי איך בין א דרויסענדיגער אן קיין צד אין די פאליטיק, האט זיך מיר אויסגעשטעלט אזא בילד: איין צד דערציילט מעשיות מיט דיטעילס אויף לעבעדיגע מענטשן (וואס קענען אליין ארויסקומען לייקענען) וואס עס איז פארגעגאנגען דארט, און די אנדערע צד פארפירט אז אויף עטליכע מעשיות ווייסט ער קלאר אז ס'נישט אמת (איי, אז די מענטש איז סייווי שוין באשמירט אין די גאס זאג כאטש וואס די מעשה איז אמת'דיג געווען) און נאכדעם קומט א וואסעריגע סטעיטמענט אז אלע מעשיות איז נאר ווייל מ'וויל פארדרייען די קעלבלעך און ווייל מען קען נישט אראפשלינגען די דורכפאל.

כ'מוז דיר זאגן אז אלס דרויסענדיגער האב איך געמוזט אננעמען די ערשטע צד, פשוט ווייל די ערשטע קוקט אויס ווי ס'איז אמת'דיג און די צווייטע קוקט אויס געמאלן וואסער אויסגעמישט מיט קנאה צוזאמען מיט שנאה....

איך פארשטיי אז עס באדערט דיר אז אויף אזויפיל חתונות זענען דא מעשיות ווי קאמפליצירט עס איז געווען דורכצושטיפן אן רשות, אבער וואס זאל מען טון? די לעבן גייט נישט ווי מ'האט זיך פארגעשטעלט, די עיקר איז וויאזוי מען נעמט עס אן, קענסט עס אננעמען איזי, טראכטן ביי זיך 'שוין ברוך השם איך האב אנדערע זאכן וואס גייען מיר יא גוט, מ'וועט שוין אראפשלינגען די סידור קידושין דורכפאל', אדער קענסטו זיך רעגן און שרייען 'ס'נישט אמת! כ'ווייס קלאר! ס'נאר פאר די קעלבלעך'!ַ

איך זאג דיר צו אז דו וועסט זיין סאך מער צופרידן פון די ערשטע וועג.
מיטוואך מערץ 23, 2022 3:48 pm#496924
מיליאנער
וואסער
צו די מעשה אז מען האט אים מכבד געווען און ער האט זיך אפגעזאגט איז אמת אדער נישט ווייס איך נישט.
אבער הפלא ופלא... הרה"ג ר' שלמה פילט זיך נאנט מיט מהר"א...

א ידיד מיט מהר"א שיקט זיינע קינדער לערנען אין ויואל משה???
א ידיד מיט מהר"א טרעט אויף מיט א דרשה ביים מעמד מקהלות לטובת קהל יטב לב מהרז"ל???
א ידיד מיט מהר"א לערנט במשך'ן טאג אין כולל מהרז"ל???
א ידיד מיט מהר"א באטייליגט זיך בכלל ביי א חתונה שלא ברשות מהר"א???
א ידיד מיט מהר"א זיצט אין פסק'נט שאלות אין בית הוראה דקהל יט"ל מהרז"ל??? (יא ער איז נאך היינט דארטן געווען).

עס איז נישטא אפילו ווער עס זאל לאכן...

די סיבה פארוואס ער האט זיך באטייליגט ביי די אסיפת העיר איז (בערך) די זעלבע פארוואס אב"ד טאלטשאווע האט זיך דארט באטייליגט ואכמ"ל
אפשר איז טאלטשאווער רב אויך פערזענדליך א ידיד מיט מהר"א...???
איך קען נישט טאשער דיין, כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון אים, אבער איך פארשטיי בכלל נישט דיין תמיה, איז נישטא אזא זאך אז א אפיציעלע זאלי זאל זיך פילן בידידות מיט מהר''א? איך קען עס עפעס יא פארשטיין.

חוץ פון דעם זאגט ער דאך אז ער קומט פון צייט צו צייט צו מהר''א'ס טישן, און ער האט אפגעשטעלט די שיעורים בבית מדרשו אין די נאכט פון די אסיפת העיר, שווער צו גלייבן אז די ארוינים האבן געלייגט פרעשור אויף יעדע בית מדרש'ל אז מ'זאל אפשטעלן די שיעורים און קיינער האט גארנישט געהערט פון דעם, און נישט נאר דאס נאר פונקט טאשע דיין איז געפאלן פאר עס....

בקיצור, איך האב נישט אנונג איבער דעי סומאטוכע, אבער דיינע קשיות זענען זיכער קיין קשיות נישט.

אויך, אפשר ביסטו מסביר די גזירה שוה פון טאלטשאווא רב מיט טאשער דיין, איך ווייס נישט פארוואס עס איז אכמ''ל אפשר דאך קען מען הערן א קורצע פירוש?

איך ווייס נישט ווי לאנג מען גייט רעדן איבער די גאר נאנטע קשר פין די טאהשע דיין מיט “הרב“ אהרן אבער די סיבה פארוואס עס איז נישט געווען קיין שיעורים די נאכט פין די א“ג אסיפת העיר איז ווייל הרב מיילעך פין קרית טאהש האט געהייסען און וועגן דעם גייט אויך די טאהשע דיין מזמן לזמן צי אנדערע מעמדים ביי הרב אהרן
בדרך אגב זיצט די טאהשע דיין יעדן טאג אין די סאטמערע בית הוראה אין קרית יואל פין 11:00 ביז 1:00 צופרי
מיטוואך מערץ 23, 2022 4:42 pm#496929

פארוואס האט הרב מיילעך פון קרית טאהש געהייסן אפשטעלן די שיעורים די נאכט פון די אסיפת העיר?
מיטוואך מערץ 23, 2022 4:58 pm#496933
ער וויל אז זיין קהילה זאל זיין נעטראל און די ארונים האבן געמאכט כאילו די אסיפה איז א נעטראלע זאך
מיטוואך מערץ 23, 2022 5:42 pm#496934
ייעעקקבב
ער וויל אז זיין קהילה זאל זיין נעטראל און די ארונים האבן געמאכט כאילו די אסיפה איז א נעטראלע זאך

הייסט ר' מיילעך איז געפאלן פאר די ארוינים'ס שפיצל?
דאנערשטאג מערץ 24, 2022 12:44 am#496950
מיליאנער
ייעעקקבב
ער וויל אז זיין קהילה זאל זיין נעטראל און די ארונים האבן געמאכט כאילו די אסיפה איז א נעטראלע זאך

הייסט ר' מיילעך איז געפאלן פאר די ארוינים'ס שפיצל?

מאכסט אן הנחה "געפאלן" כאילו מ'האט דארט עובר געווען איסורי כריתות, און נאכדעם פרעגסטי קשיות.
דאנערשטאג מערץ 24, 2022 10:49 am#496975
שמעון וואלף
מיליאנער
ייעעקקבב
ער וויל אז זיין קהילה זאל זיין נעטראל און די ארונים האבן געמאכט כאילו די אסיפה איז א נעטראלע זאך

הייסט ר' מיילעך איז געפאלן פאר די ארוינים'ס שפיצל?

מאכסט אן הנחה "געפאלן" כאילו מ'האט דארט עובר געווען איסורי כריתות, און נאכדעם פרעגסטי קשיות.

האסט מיר בכלל נישט פארשטאנען.

@יעקב (כ'וויל נישט חוזק מאכן פון זיין קעקעצן) האט אראפגעלייגט אז די סיבה פארוואס טאשע רבי איז געווען די איינציגסטער נאן-סאטמארער אין קרית יואל צו באפעלן זיינע חסידים טון א זאך וואס מ'האט בכלל נישט פארלאנגט פון אים, דהיינו אפצושטעלן שיעורים די נאכט פון די (א''ג) אסיפת העיר, איז נישט געווען ווייל ער האט געהאלטן אז א מרא דאתרא דארף האלטן די שטאט הייליג און ריין, און אז מען דארף זיך פולי צושטעלן צו א מרא דאתרא, און ס'איז א פליכט צו גיין צו די אסיפה, די סיבה איז געווען פשוט ווייל ער וויל זיין נייטראל און די ארוינים האבן אראפגעלייגט א בילד כאילו ס'איז א נייטראלע זאך, און טאשע רבי איז געווען די איינציגסטער וואס איז טאקע געפאלן פאר זייער בלאף, און ער האט ערנסט געמיינט אז די ארוינים און די זאליס גייען זיך טרעפן אין ביהמ''ד הגדול אין קרית יואל צו א אסיפה וואס די מרא דאתרא האט פאררופן.....אין די צייט וואס הרב יעקב און אלע אנדערע זאליס האבן יא געוואוסט אז ס'איז בלויז פאליטיק און ווייזן מאכט, און כבוד עצמו, וכו'.... און אנדערע ווערטער די ארוינים האבן גוט אריינגענארט טאשע רבי, און מסתמא האבן זיי פרובירט איינצורעדן אנדערע רבי'ס אויך וואס האבן בתים מדרשים אין ק''י ווי למשל קרעטשניף-סיגוט, אבער זיי זענען געווען גענוג קלוג צו כאפן די שקר, נאר בלויז טאשע רבי האט נישט געהאט די שכל.....
דאנערשטאג מערץ 24, 2022 11:04 am#496976
איך האב נישט געמיינט צי זאגען נעטראל מיט ארונים סאטמאר און בני יואל איך האב געמיינט צי זאגען אלע מענטשען וואס זענען נישט קיין ארונים נמשל טאהש צאנז זמיגראד תולדות אהרן קרעטשנוב ברסלב וכו' וואס די ארונים האבען געוואלט אז זיי אלע זאלען קימען
דאנערשטאג מערץ 24, 2022 1:18 pm#496982
איך האב גאר א שוואכע אינטערעסע מיטצופארן מיט דיין רייד.

א רבי (פון א צווייטע לאנד גאר) באפעלט זיינע חסידים אפצושטעלן שיעורים ווייל ער האט געמיינט אז די אנדערע גייען זיך צושטעלן, דערווייל האט עפעס יעדער געוואוסט זיך נישט צו צושטעלן און געלאזט טאשע רבי ווי א נאר אויפן מארק....

בכלל איז אינטרעסאנט ווי די זאליס זענען שוין לאנגיעריגע יודעי מחשבות, ווען מהר''א טוט עפעס גוט איז דא א לאנגע פשעטל וואס ער האט באמת געצילט און וואס ער האט געמיינט אז עס גייט זיך אויסשטעלן וכו', און ווען איינער שטעלט זיך צו צו אים איז דא א לאנגע פשעטל וואס ער האט באמת געטראכט און געמיינט....

בקיצור מיין אנאליז איז, אז אלע רבנים האבן טאקע געוואלט זיין נייטראל דערפאר האבן זיי געלאזט זייערע חסידים אליינס באשליסן יא אדער נישט צו גיין צום אסיפה, און זיי ווילן זיך זיכער נישט אריינמישן אין די מרא דאתרא פאליטיק, (און אזוי דארף טאקע צו זיין, זיי דארפן נישט האבן קיין שום שטעלונג אין אינערליכע סאטמארע אנגעלעגענהייטן) און טאשע רבי האט דייקא יא גענומען א שטעלונג און באפוילן זיך פולי צושטעלן צום מרא דאתרא.

פארוואס זאג איך עס? ווייל עס געפעלט מיר ווי כדי צו אויפווייזן אז טאשע דיין איז בכלל נישט בידידות מיט מהר''א בין איך גאר געוואר געווארן אז טאשע רבי אנערקענט מהר''א אלס מרא דאתרא....
דאנערשטאג מערץ 24, 2022 9:20 pm#497001
Fwd: די חתונה היינט נאכט דאנערשטאג שמיני אין עטרת מייזעלס צווישן די מחותנים הרב הערשל בוכינגער - הרב יואל הורוויץ בן הגה"צ מראפשיץ שליט"א, איז יא ברשות המרא דאתרא כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

רבינו שליט''א האט מכבד געווען דעם עלטער זיידן כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט''א מיט סידור קידושין.

הערט די מודעה מטעם קהלתינו הק' אויף קול הקהל
845-774-4040 3-8
דאנערשטאג מערץ 24, 2022 9:20 pm#497002
[ציטאט אראפגענומען]
דאנערשטאג מערץ 24, 2022 10:33 pm#497008
[ציטאט אראפגענומען]

אינטרעסאנט אז איינער וואס איז באקאנט פון די גרעסטע שונאים פון מהר''א (מילד גערעדט) קומט צו מהר''א'ס טישן פון צייט צו צייט.

אינטרעסאנט אז איינער וואס איז באקאנט פון די גרעסטע שונאים פון מהר''א האלט נאך אימיטן די מערכה פון ווייזן (פאר וועם?) אז ער מישט זיך נישט אפיציעל, אזש יעדע מאל מען רעדט ביי א מסיבה פון איין צד דארף מען לויפן איבערדרייען די סדרי בראשית פאר די אנדערע צד...

אינטרעסאנט אז דו פארשטייסט אז ר' געציל קען באמת פאר זיך האלטן אז סידור קידושין אן רשות איז מותר אבער לצורך פרנסה דארף ער זיך צושטעלן, אבער טאשע דיין קען נישט פערזענליך זיין בידידות מיט מהר''א און נאך אלס זיין א אפיציעלע זאלי צוליב סיי וועלכע סיבה.

בכלל, פארוואס טאקע האט טאהש וואס איז רעלאטיוו פון די קליינע קהילות אין די וועלט די גרעסטע קהילה אין קרית יואל נאך סאטמאר?

די סיבה איז פשוט, עס איז נישטא קיין איין איד אינדרויסן פון טאהשע גרעניצן וואס באצייכנט זיך בלויז פאר א טאהשער. יעדער איינער באלאנגט אויך צו א צווייטע קהילה און פארשטייט זיך כמעט יעדער באלאנגט צו סאטמאר, און פארשטייט זיך כמעט יעדער האט גענומען א צד אין סאטמאר.

ממילא א פאפאנער האט נישט וואס צו חתונה האבן אין קרית יואל, א טאהשער יא, סאו ס'איז היבש נאריש זיך צו באציען צו טאהש ווי צו א טירט-פארטי קהילה אין די צייט וואס יעדע פון אירע מעמבער'ס באלאנגען פולי ערגעץ.

סאו די גאנצע פשעטל ווי כאילו ''טאהש'' האט עפעס געפילט אז די ארוינים מאכן די אסיפה צו נייטראל סאו מוז מען צווינגען יעדן צו קומען טראץ וואס טאשע דיין אליין איז פון די גרעסטע שונאים פון מהר''א מאכט עפעס נישט קיין סענס....

איך האב גענדיגט מיט די טאהשע שמועס, ביי מיר איז קלאר אז אדער האט טאשע דיין אדער טאהשע רבי געהייסן זיך פולי צושטעלן צו אן אסיפה וואס די מרא דאתרא האט פאררופן פאר די גאנצע שטאט.
מאנטאג מערץ 28, 2022 11:00 pm#497129
[ציטאט אראפגענומען]

איך קען נישט די צוויי מחותנים, אבער ווער עס קען די מעליצער ווייסט אז ער וועט קיינמאל נישט מסדר קידושין זיין אויב מהר''א לאזט נישט, און די ראפשיצער איז היינט א מחותן מיט מהר''א, וואס וועט זיכער נישט אריינשטעכן א מעסער אין זיין מחותן.

און ביידעוועי, לויט מיין אינפארמאציע האט נאר מהר''א אייביג געהאט די פאליסי פון געבן רשות פאר זיידעס רבנים, משא''כ מהרז''ל האט נישט געמאכט קיין אויסנאם פאר קיינעם אזש זיין שוואגער ר' דוד מייזליש האט קוים מיט צרות באקומען רשות, האט זיך שוין געטוישט די פאליסי?
דינסטאג מערץ 29, 2022 8:18 am#497138

וואס רעדט איר? ווי האט ר' דוד מייזליש געדארפט רשות פון רז"ל?
דינסטאג מערץ 29, 2022 8:25 am#497139
אגב, מהר"א פלעגט אויך נישט געבן רשות פאר יעדע זיידע וואס איז א רב ביז פרשת סידור קידושין, מפלעגט אפילו זיכער מאכן אז ר געציל זאל קימען אנשטאט ביי די דינסטיג חתונות, אבי דער זיידע זאל נישט קענען מסדר זיין, והדברים יודעים,[/quote]

שקר וכזב אזוי ווי אלע דיינע אינפארמאציע
איך בין געווען ביי א חתונה וואס ...... רב ז"ל איז געווען א עלטער פעטנר און מהר"א האט אים איבערגעגעבן סידור קידושין
דינסטאג מערץ 29, 2022 9:44 am#497144
[ציטאט אראפגענומען]

איך ווייס נישט ווי דו האסט געזען איך זאל האבן געזאגט אז זיידעס זענען דעי וואס דארפן בעטן רשות, וואס איך האב געזאגט איז אז ווער עס קען די מעליצער פארשטייט אז ער וועט נישט זיין א מסדר קידושין אן מהר''א'ס רשות און דאס זעלביגע מיטן ראפשיצער אלס מחותן. (און בכלל איז נישטא קיין איין נייטראלע רב וואס קומט מסדר קידושין זיין אין קרית יואל אן רשות.)

עס איז נישטא אזא זאך ווי אויטאמאטישע רשות. נישטא. איינער וואס וויל האבן א אײגענע מסדר קידושין דארף בעטן רשות און מהר''א באטראכט יעדע חתונה עקסטער פארן באקומען רשות, און ער האט זיין מהלך ווען יא און ווען נישט צו געבן, גענוג און נאך האבן 'נישט' באקומען רשות (ידוע די מעשה פון די חתן וואס איז געקומען ביום חופתו בעטן רשות).

יעצט מיט דיין לעצטע פאראגראף האסטו געוויזן אז דו ביסט א פראסטע ליגנער. ביסט א שקרן.

מהר''א האט שוין די פאליסי זינט תשמ''ה ווען ער איז געווארן קרית יואלע רב אז א זיידע וואס איז א רב האט געמעגט קומען מסדר קידושין זיין, דארפסט נישט לויפן ביז קאשוי רב, ר' יואל מארגענשטערן אליינס האט באקומען רשות ביי זיין אייניקל'ס חתונה אינמיטן ברען פון די מערכה צוועלף יאר צוריק! און די סברא אינטער די פאליסי איז פשוט, מהר''א קוקט נישט אן סידור קידושין ווי א כיבוד, ער קוקט עס אן ווי אן אחריות! און ער וויל צוריקהאלטן אז פשוט'ע אידן וואס האבן נאך קיינמאל נישט געפענט קיין אבן העזר שולחן ערוך זאלן זיין די אחראים אויף די קידושין טראץ וואס פערצופאל איז זייער אייניקל דער וואס גייט יעצט אינטער די חופה. פארשטייט זיך ווען מהר''א קען ווען פארהערן יעדע זיידע און זיכער מאכן אז ער איז קלאר אין אלעם וואס פעלט זיך אויס, וואלט מען דעיס געטון, אבער דאס איז נישט שייך כמובן, ממילא האט מהר''א געמאכט א פאליסי אז אויב איז די זיידע איז א ערנסטע רב, וואס איז געווענליך א תלמיד חכם, און בקי בטיב גיטין וקידושין, מעג מען מסדר קידושין זיין, נישט קיין חילוק ווער עס איז, זאל עס זיין זיין גרעסטע שונא, און אויב קומט עס נישט נאך די תנאי מעג עס זיין זיין געטרייסטע חסיד און ער וועט נישט באקומען רשות.

אבער מהרז''ל וואס איז דאך משכמו ולמעלה גבוה, והא ראי' ער זיצט דאך מיט פארמאכטע אויגן ביי די אסיפות הרבנים בשעת די רבנים זענען דן בעניני הכלל, צוליב זיין אויסטערלישע צדקות און אויסגעטונקייט פון די וועלט האט ער געמאכט א פאליסי אז בלויז ער קען זיין מסדר קידושין הוא ולא אחר! די צדיק האט זיך אפילו אוועקגעריסן פון זיין עבודת הקודש און אפגעזעצן אין קרית יואל פאר א וואך צייט כדי צו קענען זיין די אויסשליסליכע מסדר קידושין אין עטרת מייזעלס, ממילא איז מיר א וואונדער פארוואס די מעליצער האט זוכה געווען צו באקומען רשות, און איך ווארט נאך אלס אויף אן ענטפער.

איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט מיט ר' געציל אין די דינסטאג'ס, לויט ווי איך פארשטיי זאגסטו אז מ'האט ספעציעל געמאכט אז ר' געציל זאל מסדר קידושין זיין דינסטאג אבי די זיידע וואס איז א רב זאל נישט קענען מסדר קידושין זיין? האסט געטראכט פאר דו האסט דעיס געשריבן?

מהר''א געט איבער די אחריות פון סידור קידושין פון שטאט בשעת ער געפונט זיך נישט אין שטאט פארן קרית יואלע דיין, און פארטיג.

אגב אז מרעדט פון ר' געציל האב איך לעצטנס גערעדט מיט א זאלי און איך האב געהערט פון אים א אינטרעסאנטע נקודה, ער זאגט מיר אז ער האלט אויך אז מהר''א האט די אויטאריטעט פון סידור קידושין אין קרית יואל, אבער נישט צוליב די ארוינים'ס טענה פון 'ברך משה' אדער 'רוב שטאט' נאר פשוט ווייל די רבי ז''ל בעל דברי יואל די מייסד העיר האט געשטעלט ר' געציל פאר די העכסטע אויטאריטעט אין קרית יואל און ער האט טאקע געהאט די בעלות אויף די סידור קידושין די ערשטע יארן, און שפעטער האט ער עס איבערגעגעבן פאר מהר''א סאו דאס איז די סיבה פארוואס די סידור קידושין באלאנגט פאר מהר''א.

סתם א אינטרעסאנטע פוינט אוו וויאו....
דינסטאג מערץ 29, 2022 10:59 am#497145
דאס איז א חידוש! מהר“א וויל סך הכל אז די מסדר קידושין זאל זיין א בקי בטוב גיטין וקדושין ער מיינט בכלל נישט קיין תאות השררה
איין זאך איז מער נאר שווער אויב זיין פראבלעם איז נאר דאס פארוואס איז געפלויגען פאשקעווילען קעגן שארמאשער רב ז“ל ביי עטרת מאיר צבי פארן זיין מסדר קידושין דארט מהר“א האט געדארפט זאגען אז אזוי ווי די גאנצע פראבלעם איז אז מען דארף זיין בקי און שארמאשע רב איז א בקי געבט ער אים רשות צי מסדר קידושין זיין דארט אייביג
דינסטאג מערץ 29, 2022 12:21 pm#497150

נא, פארדעם האט ער אים געגעבן רשות ווען ער איז געווען א זיידע און מ'האט געבעטן רשות.

ווילסט מהר''א זאל אפמאכן ווער עס קען יא לערנען און ווער נישט?
דינסטאג מערץ 29, 2022 12:29 pm#497151

פארוואס נאר ווען ער איז געווען א זיידע און ווען מען האט זיך מכניע געווען פאר מהר“א? מהר“א האט געדארפט זאגן אז אזוי ווי שארמאשע רב איז א בקי בטוב גיטין וקידושין מעג ער אייביג זיין מסדר קידושין אין עטרת מאיר צבי נישט קיין חילוק צי ער איז א זיידע אדרע נישט און נישט קיין חילוק אויב די מחותנים האבען זיך מכניע געווען פאר מהר“א אדער נישט