פארומס › סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

1,352 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14396
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג מערץ 29, 2022 12:34 pm#497152
מיליאנער
[ציטאט אראפגענומען]

איך קען נישט די צוויי מחותנים, אבער ווער עס קען די מעליצער ווייסט אז ער וועט קיינמאל נישט מסדר קידושין זיין אויב מהר''א לאזט נישט, און די ראפשיצער איז היינט א מחותן מיט מהר''א, וואס וועט זיכער נישט אריינשטעכן א מעסער אין זיין מחותן.

און ביידעוועי, לויט מיין אינפארמאציע האט נאר מהר''א אייביג געהאט די פאליסי פון געבן רשות פאר זיידעס רבנים, משא''כ מהרז''ל האט נישט געמאכט קיין אויסנאם פאר קיינעם אזש זיין שוואגער ר' דוד מייזליש האט קוים מיט צרות באקומען רשות, האט זיך שוין געטוישט די פאליסי?

די ראפשיצע רב איז נישט די ראפשיצע רב פין בארא פארק א מחותן מיט מהר“א דאס איז ראפשיצע רב פין קרית יואל
און בדרך אגב איז ראפשיצע רב פין בארא פארק א בליטיגע שונא פאר מהר“א אפילו היינט נאכען זיין א מחותן מיט אים
דינסטאג מערץ 29, 2022 3:23 pm#497168
ייעעקקבב

קען זיין, טעיתי. איך האב נישט געוואוסט אז ס'איז דא צוויי ראפשיצער'ס, די פון וואס איך האב גערעדט ווייס איך אז ער איז נאך אלס א שונא אבער ער וואלט נישט געגאנגען אפן קעגן מהר''א אלס מחותן.

וויאזוי ס'זאל נאר זיין איז מיין פוינט לגעבי די מעליצער נאך אלס רעלעוואנט, (חוץ אויב ס'איז דא צוויי מעליצער'ס).

אבער אפשר דאך ביסטו דיך מרחם און דו ענטפערסט מיר וויאזוי די מעליצער האט זוכה געווען צו א רשות פון מהרז''ל אין די צייט וואס גדולים וטובים האבן נישט זוכה געווען? האט מהרז''ל אנגעהויבן געבן רשות?
דינסטאג מערץ 29, 2022 3:26 pm#497169
ייעעקקבב
מיליאנער
ייעעקקבב
דאס איז א חידוש! מהר“א וויל סך הכל אז די מסדר קידושין זאל זיין א בקי בטוב גיטין וקדושין ער מיינט בכלל נישט קיין תאות השררה
איין זאך איז מער נאר שווער אויב זיין פראבלעם איז נאר דאס פארוואס איז געפלויגען פאשקעווילען קעגן שארמאשער רב ז“ל ביי עטרת מאיר צבי פארן זיין מסדר קידושין דארט מהר“א האט געדארפט זאגען אז אזוי ווי די גאנצע פראבלעם איז אז מען דארף זיין בקי און שארמאשע רב איז א בקי געבט ער אים רשות צי מסדר קידושין זיין דארט אייביג

נא, פארדעם האט ער אים געגעבן רשות ווען ער איז געווען א זיידע און מ'האט געבעטן רשות.

ווילסט מהר''א זאל אפמאכן ווער עס קען יא לערנען און ווער נישט?

פארוואס נאר ווען ער איז געווען א זיידע און ווען מען האט זיך מכניע געווען פאר מהר“א? מהר“א האט געדארפט זאגן אז אזוי ווי שארמאשע רב איז א בקי בטוב גיטין וקידושין מעג ער אייביג זיין מסדר קידושין אין עטרת מאיר צבי נישט קיין חילוק צי ער איז א זיידע אדרע נישט און נישט קיין חילוק אויב די מחותנים האבען זיך מכניע געווען פאר מהר“א אדער נישט

צום זעקסטן מאל: מהר''א וויל נישט פארהערן קיינעם, עס איז נישט מעגליך צו מחלק זיין ער קען יא און ער נישט. א זיידע וואס איז א רב באקומט רשות. דאס איז שוין א פערציג יעריגע מהלך לאוישט''א.
דינסטאג מערץ 29, 2022 3:48 pm#497171

אז די נקודה איז אז מען איז א רב וואס איז א חילוק צי מען איז א זיידע אדער נישט?
דינסטאג מערץ 29, 2022 3:52 pm#497172
מיליאנער
[ציטאט אראפגענומען]

איך קען נישט די צוויי מחותנים, אבער ווער עס קען די מעליצער ווייסט אז ער וועט קיינמאל נישט מסדר קידושין זיין אויב מהר''א לאזט נישט, און די ראפשיצער איז היינט א מחותן מיט מהר''א, וואס וועט זיכער נישט אריינשטעכן א מעסער אין זיין מחותן.

און ביידעוועי, לויט מיין אינפארמאציע האט נאר מהר''א אייביג געהאט די פאליסי פון געבן רשות פאר זיידעס רבנים, משא''כ מהרז''ל האט נישט געמאכט קיין אויסנאם פאר קיינעם אזש זיין שוואגער ר' דוד מייזליש האט קוים מיט צרות באקומען רשות, האט זיך שוין געטוישט די פאליסי?

די ראפשיצע רב איז נישט די ראפשיצע רב פין בארא פארק א מחותן מיט מהר“א דאס איז ראפשיצע רב פין קרית יואל
און בדרך אגב איז ראפשיצע רב פין בארא פארק א בליטיגע שונא פאר מהר“א אפילו היינט נאכען זיין א מחותן מיט אים[/quote]

קען זיין, טעיתי. איך האב נישט געוואוסט אז ס'איז דא צוויי ראפשיצער'ס, די פון וואס איך האב גערעדט ווייס איך אז ער איז נאך אלס א שונא אבער ער וואלט נישט געגאנגען אפן קעגן מהר''א אלס מחותן.

וויאזוי ס'זאל נאר זיין איז מיין פוינט לגעבי די מעליצער נאך אלס רעלעוואנט, (חוץ אויב ס'איז דא צוויי מעליצער'ס).

אבער אפשר דאך ביסטו דיך מרחם און דו ענטפערסט מיר וויאזוי די מעליצער האט זוכה געווען צו א רשות פון מהרז''ל אין די צייט וואס גדולים וטובים האבן נישט זוכה געווען? האט מהרז''ל אנגעהויבן געבן רשות?[/quote]
די רבי געבט בדרך כלל רשות פאר יעדע רב א זיידע אויב עס איז שלא ברשות מהר“א אזוי ווי ביי דעי חתונה
דינסטאג מערץ 29, 2022 6:12 pm#497177
ייעעקקבב
אז די נקודה איז אז מען איז א רב וואס איז א חילוק צי מען איז א זיידע אדער נישט?

כדי צו האבן קאנטראל אויף די סידור קידושין. אויב וועט יעדע רב זיין ערלויבט וועט נישט דויערן לאנג וואס די גאנצע תקנה וועט ווערן אויס. ומובן הוא. מ'האט געמאכט איין איינציגע אויסנאם אויב ס'איז דא א זיידע א רב.

די מהלך האט שוין מהר''א געהאט בחייו פון זיין טאטן די ברך משה און מיט זיין הסכמה.
דינסטאג מערץ 29, 2022 6:14 pm#497178
ייעעקקבב
די רבי געבט בדרך כלל רשות פאר יעדע רב א זיידע אויב עס איז שלא ברשות מהר“א אזוי ווי ביי דעי חתונה

עס פלעגט נישט זיין אזוי.

ס'האט זיך געטוישט?
דינסטאג מערץ 29, 2022 6:53 pm#497184
מיליאנער
ייעעקקבב
די רבי געבט בדרך כלל רשות פאר יעדע רב א זיידע אויב עס איז שלא ברשות מהר“א אזוי ווי ביי דעי חתונה

עס פלעגט נישט זיין אזוי.

ס'האט זיך געטוישט?

יא אנהייב איז געווען נאר די מרא דאתרא כ“ק מרן אדמו“ר הגה“ק שליט“א אדער איינער פין די רבי'ס קינדער
דינסטאג מערץ 29, 2022 6:55 pm#497185
מיליאנער
ייעעקקבב
אז די נקודה איז אז מען איז א רב וואס איז א חילוק צי מען איז א זיידע אדער נישט?

כדי צו האבן קאנטראל אויף די סידור קידושין. אויב וועט יעדע רב זיין ערלויבט וועט נישט דויערן לאנג וואס די גאנצע תקנה וועט ווערן אויס. ומובן הוא. מ'האט געמאכט איין איינציגע אויסנאם אויב ס'איז דא א זיידע א רב.

די מהלך האט שוין מהר''א געהאט בחייו פון זיין טאטן די ברך משה און מיט זיין הסכמה.

עס איז שוין איינמאל געווען אין עטרת מייזעלס אדער עטרת מאיר צבי וואס א פשוטע יונגערמאן נישט קיין רב איז געווען מסדר קידושין?
דינסטאג מערץ 29, 2022 7:05 pm#497187

כ'בין נישט באקאנט.
דינסטאג מערץ 29, 2022 7:12 pm#497188
[ציטאט אראפגענומען]

אין קרית יואל איז זיין אחריות אז עס זאל נישט פארקומען קיין מכשולות אין די שטאט.

פאר דעי סיבה האט ער אויך מייסד געווען א וועד משמרת צו היטן עס זאל נישט פארקומען קיין שמוץ אין קרית יואל און נישט אין וויליאמסבורג.

אין וויליאמסבורג איז עס נישט זיין אחריות זוכט ער נישט קיין פראוואקציעס מיט מענטשן ער איז סך הכל מעורר זיינע חסידים ושומעי לקחו וויאזוי זיך צו פירן.

פאר דעי סיבה טראגן נישט די זאליס מיטן עירוב אין וויליאמסבורג כרצון הדברי יואל, ווייל עס איז נישט דא קיין אחראי, משא''כ אין קרית יואל ווי אלע זאליס טראגן ווייל עס איז דא א מרא דאתרא וואס נעמט אחריות.
דינסטאג מערץ 29, 2022 7:14 pm#497189
ייעעקקבב
מיליאנער
ייעעקקבב
די רבי געבט בדרך כלל רשות פאר יעדע רב א זיידע אויב עס איז שלא ברשות מהר“א אזוי ווי ביי דעי חתונה

עס פלעגט נישט זיין אזוי.

ס'האט זיך געטוישט?

יא אנהייב איז געווען נאר די מרא דאתרא כ“ק מרן אדמו“ר הגה“ק שליט“א אדער איינער פין די רבי'ס קינדער

ילמדינו רבינו. וואס האט די רבי שליט''א געהאלטן אנהייב אזש עס האט זיך געלוינט צו שאפן עגמת נפש פאר זיינע אייגענע חסידים, און וואס איז געשען אז ער האט צוריקגעצויגן? מיינט די צוריקציען אז ער האט נישט גוט געטון ביז יעצט?
דינסטאג מערץ 29, 2022 7:57 pm#497191
מיליאנער
[ציטאט אראפגענומען]

אין קרית יואל איז זיין אחריות אז עס זאל נישט פארקומען קיין מכשולות אין די שטאט.

פאר דעי סיבה האט ער אויך מייסד געווען א וועד משמרת צו היטן עס זאל נישט פארקומען קיין שמוץ אין קרית יואל און נישט אין וויליאמסבורג.

אין וויליאמסבורג איז עס נישט זיין אחריות זוכט ער נישט קיין פראוואקציעס מיט מענטשן ער איז סך הכל מעורר זיינע חסידים ושומעי לקחו וויאזוי זיך צו פירן.

פאר דעי סיבה טראגן נישט די זאליס מיטן עירוב אין וויליאמסבורג כרצון הדברי יואל, ווייל עס איז נישט דא קיין אחראי, משא''כ אין קרית יואל ווי אלע זאליס טראגן ווייל עס איז דא א מרא דאתרא וואס נעמט אחריות.

וועגן דעם טראגט מען אויך אין מאנסי ווייל מאנסי איז די גלילות קרית יואל און איז אונטער דעם א“ג מרא דאתרא?
דינסטאג מערץ 29, 2022 8:06 pm#497193
מיליאנער
ייעעקקבב
מיליאנער
ייעעקקבב
די רבי געבט בדרך כלל רשות פאר יעדע רב א זיידע אויב עס איז שלא ברשות מהר“א אזוי ווי ביי דעי חתונה

עס פלעגט נישט זיין אזוי.

ס'האט זיך געטוישט?

יא אנהייב איז געווען נאר די מרא דאתרא כ“ק מרן אדמו“ר הגה“ק שליט“א אדער איינער פין די רבי'ס קינדער

ילמדינו רבינו. וואס האט די רבי שליט''א געהאלטן אנהייב אזש עס האט זיך געלוינט צו שאפן עגמת נפש פאר זיינע אייגענע חסידים, און וואס איז געשען אז ער האט צוריקגעצויגן? מיינט די צוריקציען אז ער האט נישט גוט געטון ביז יעצט?

ער האט נישט ציריקגעצויגען פין גארנישט נאר אלטס מרא דאתרא פין די שטאט און אלטס רבי פין טויזענטער חסידים אין די שטאט האט ער געפיעלט פאר א אחריות צו צושטעלען א חתונה זאל פאר די קהילה נאר צוליב די פרעשור פין די טערעריסטען האט מען אנגעהויבען צי פרעגען רשות פין מהר“א און עס איז געווארען ערגער און ערגער פין טאג צי טאג מען האט געדארפט מקבל מרות זיין צאלן געלט וכו' האט די רבי מגודל אהבת ישראל געמאכט א תקנה אז מער קען מען נישט חתונה מאכן אין עטרת מייזעלס מיט רשות פין מהר“א און אזוי גייט די אהרונישע טעראר אטעמאטיש 1 טאג קראכן און כדאי די תקנה זאל טאקע אריינגיין און קראפט האט קודם נאר די רבי אליינס אדער איינער פין די קינדער געמעגט זיין מסדר קידושין
דינסטאג מערץ 29, 2022 9:34 pm#497205

ביטע, איין זאך. זאגט נישט קיין ליגנט. איך בין אייך גרייט צו ענטפערן אויף אלעם אבער רעדט נישט קיין אפענע שקרים.

מ'האט קיינעם נישט געהייסן מקבל מרות זיין פון מהר''א.

מ'האט קיינמאל קיינעם נישט געבעטן קיין געלט.

עס איז נישט געווארן ערגער פון טאג צו טאג.

עס איז עקשעלי מיט גארנישט געטוישט געווארן פון די לעצטע צענדליגע יארן, סך הכל האט זיך מהרז''ל דערזען צוואנציג יאר נאכן ווערן רעבע אז ער איז א היסטארישע לוזער אין קרית יואל, און יעצט ווען פרישע יונגעלייט זענען אריינגעקומען ביים רודער האט די קאמפעני צוליב א געוויסע ציל באשלאסן אז מען גייט זיך אנהייבן צו הייבן די קעפ, מ'האט איינגעשפאנט די הייליגע רבי, וואס האט זיך פארשטייט זיך צוגעכאפט דערצו מגודל שנאתו צו זיין עלטערן ברודער וואס ער פארגינט שוין נישט די לעצטע צענדליגע יארן (אגב אויך א מוסר השכל פארן לעולם אל משנה אדם בנו בין הבנים, נאך וואס די ברך משה האט זייער אפן ממש שלא כדרך כל האדם געטריט אנדערש זיין עלטסטער זון ווי די אנדערע קינדער ממש באופן מבהיל, כידוע לכל, און דאס האט מורא'דיג ווי געטון פאר מהרז''ל און עס האט אים ממש אויפגעגעסן לעבעדיגערהייט פאר קנאה, און דאס האט ליידער גורם געווען די ביטערע מחלוקת. נחזור לענינינו....)

די שכרות האט אים אזוי פארבלענדעדט אז ער האט נישט געכאפט ווי מאדנע עס קוקט אויס אין מענטשנ'ס אויגן אז א רעבע פון טויזענטער אידן האט נישט קיין אנדערע דאגה נאר צו זיך אריינזעצן ביים ברודער אין שטאט פאר א גאנצע וואך און פארפירן קיינער טאר נישט נעמען רשות פון מיין ברודער! נאר איך און קיינער נישט מעג מסדר קידושין זיין! ווען די קאמפעני האט אים ענדליך געפינט די אויגן האט ער זיך טאקע אויפגעהויבן, פארקוקט אויף זיין היסטארישע אהבת ישראל און צוריקגעקומען למעון קדשו נאך בלויז צוויי טעג מיט א שטרענגע ווארענונג אז נאר זיינע קינדער און קיינער נישט מער.

אגב איך האב זייער א גוטע ליין פאר מהרז''ל'ס מציבה (לאמוע''ש) ביי די 'ל' פון יקותיאל קען מען שרייבן לא התיר לסדר קידושין בעיר קרית יואל לשום אדם רק הוא לבדו מגודל אהבתו לעדת צאן מרעיתו ולמען למנוע טעראר מעיר עוז לנו
דינסטאג מערץ 29, 2022 9:40 pm#497206
[ציטאט אראפגענומען]

שעפעלע, האסט פארגעסן אז אידן האבן געהאט געבוקט די זאל און די זאליס מגודל טובם ואהבת ישראל זענען גרייט געווען צו צוריקגעבן די דעפאזיטס?

קוק איבער די ערשטע בלעטער פון די אשכול.

פילן פאר זיכרון איז אין אייער לאקאלע העלט פוד סטאר.
דינסטאג מערץ 29, 2022 9:53 pm#497207
[ציטאט אראפגענומען]

😂 😂 😂 זיי קוקן אליינס איבער די עירוב? ווער האט געמאכט די עירוב? די ארוינים האבן געמאכט די עירוב! זיי האבן עס געמאכט מיט זעלטענע הידורים, די גאנצע שטאט איז ארומגענומען א פיזישע צוים, (מ'האט טאקע קודם נישט געוואלט אריינעמען בלומינגראוו ווייל מ'האט נישט געקענט ארומנעמען די גאנצע שטח מיטן צוים) זיי מאכן זיכער יעדע וואך אז אלעס איז אויסגעהאלטן, אבער ס'דא אפאר אידן וואס פארלאזן זיך נישט אויף די ארוינים? 😂 פארוואס מאכן זיי נישט קיין אייגענע עירוב?
דינסטאג מערץ 29, 2022 10:06 pm#497208
מיליאנער
ייעעקקבב

ער האט נישט ציריקגעצויגען פין גארנישט נאר אלטס מרא דאתרא פין די שטאט און אלטס רבי פין טויזענטער חסידים אין די שטאט האט ער געפיעלט פאר א אחריות צו צושטעלען א חתונה זאל פאר די קהילה נאר צוליב די פרעשור פין די טערעריסטען האט מען אנגעהויבען צי פרעגען רשות פין מהר“א און עס איז געווארען ערגער און ערגער פין טאג צי טאג מען האט געדארפט מקבל מרות זיין צאלן געלט וכו' האט די רבי מגודל אהבת ישראל געמאכט א תקנה אז מער קען מען נישט חתונה מאכן אין עטרת מייזעלס מיט רשות פין מהר“א און אזוי גייט די אהרונישע טעראר אטעמאטיש 1 טאג קראכן און כדאי די תקנה זאל טאקע אריינגיין און קראפט האט קודם נאר די רבי אליינס אדער איינער פין די קינדער געמעגט זיין מסדר קידושין

ביטע, איין זאך. זאגט נישט קיין ליגנט. איך בין אייך גרייט צו ענטפערן אויף אלעם אבער רעדט נישט קיין אפענע שקרים.

מ'האט קיינעם נישט געהייסן מקבל מרות זיין פון מהר''א.

מ'האט קיינמאל קיינעם נישט געבעטן קיין געלט.

עס איז נישט געווארן ערגער פון טאג צו טאג.

ביטע נישט לייקענען קיין אפענע פאקטן עס איז א באקאנטע זאך געווען דעמאלטס איך האב עס גראדע אליין געהערט פין איינער וואס האט חתונה געמאכט דעמאלטס אז ער האט געדארפט מקבל מרות זיין און צאלען געלט אדרבה פרעג פין איינער וואס האט דעמאלטס חתונה געמאכט
היינט נאכדעם וואס מהר“א האט געזעהן כי כלתה אליו הרעה די עולם פייפט אים אין פנים אריין גיסט זיך שוין אליין רשות אן בעהטן און עס ווערט שוין למפרע כשר די קידושין פין די עלטערע קינדער
דינסטאג מערץ 29, 2022 10:09 pm#497209
מיליאנער
ייעעקקבב
מיליאנער
ייעעקקבב
אז די נקודה איז אז מען איז א רב וואס איז א חילוק צי מען איז א זיידע אדער נישט?

כדי צו האבן קאנטראל אויף די סידור קידושין. אויב וועט יעדע רב זיין ערלויבט וועט נישט דויערן לאנג וואס די גאנצע תקנה וועט ווערן אויס. ומובן הוא. מ'האט געמאכט איין איינציגע אויסנאם אויב ס'איז דא א זיידע א רב.

די מהלך האט שוין מהר''א געהאט בחייו פון זיין טאטן די ברך משה און מיט זיין הסכמה.

עס איז שוין איינמאל געווען אין עטרת מייזעלס אדער עטרת מאיר צבי וואס א פשוטע יונגערמאן נישט קיין רב איז געווען מסדר קידושין?

כ'בין נישט באקאנט.

קוק איבער די פנקס פין ווען עטרת מאיר צבי האט זיך געפענט ביז יעצט איז די מסדר קידושין געווען א רב
דינסטאג מערץ 29, 2022 10:46 pm#497210
ייעעקקבב
מיליאנער
ייעעקקבב

ער האט נישט ציריקגעצויגען פין גארנישט נאר אלטס מרא דאתרא פין די שטאט און אלטס רבי פין טויזענטער חסידים אין די שטאט האט ער געפיעלט פאר א אחריות צו צושטעלען א חתונה זאל פאר די קהילה נאר צוליב די פרעשור פין די טערעריסטען האט מען אנגעהויבען צי פרעגען רשות פין מהר“א און עס איז געווארען ערגער און ערגער פין טאג צי טאג מען האט געדארפט מקבל מרות זיין צאלן געלט וכו' האט די רבי מגודל אהבת ישראל געמאכט א תקנה אז מער קען מען נישט חתונה מאכן אין עטרת מייזעלס מיט רשות פין מהר“א און אזוי גייט די אהרונישע טעראר אטעמאטיש 1 טאג קראכן און כדאי די תקנה זאל טאקע אריינגיין און קראפט האט קודם נאר די רבי אליינס אדער איינער פין די קינדער געמעגט זיין מסדר קידושין

ביטע, איין זאך. זאגט נישט קיין ליגנט. איך בין אייך גרייט צו ענטפערן אויף אלעם אבער רעדט נישט קיין אפענע שקרים.

מ'האט קיינעם נישט געהייסן מקבל מרות זיין פון מהר''א.

מ'האט קיינמאל קיינעם נישט געבעטן קיין געלט.

עס איז נישט געווארן ערגער פון טאג צו טאג.

ביטע נישט לייקענען קיין אפענע פאקטן עס איז א באקאנטע זאך געווען דעמאלטס איך האב עס גראדע אליין געהערט פין איינער וואס האט חתונה געמאכט דעמאלטס אז ער האט געדארפט מקבל מרות זיין און צאלען געלט אדרבה פרעג פין איינער וואס האט דעמאלטס חתונה געמאכט
היינט נאכדעם וואס מהר“א האט געזעהן כי כלתה אליו הרעה די עולם פייפט אים אין פנים אריין גיסט זיך שוין אליין רשות אן בעהטן און עס ווערט שוין למפרע כשר די קידושין פין די עלטערע קינדער

קום אריין מיט מער דעטאלן, וויפל געלט בערך האט מען געדארפט צאלן? פאר וועם האט מען עס געדארפט צאלן? וויאזוי האט מען געדארפט מקבל מרות זיין? אינטערשרייבן? אפשר ברענגסטו אהער די צעטל? זינט ווען האט זיך אנגעהויבן דעי פארלאנגען? וויאזוי איז עס צוגעגאנגען? אז איינער איז אריינגעקומען צו מהר''א בעטן רשות האט מהר''א אים דערלאנגט א צעטל אינטערצושרייבן? ער האט פארלאנגט ער זאל צוריקקומען מיט געלט? ווער האט אלס געדארפט אינטערשרייבן? נאר די מחותן וואס האט געבעטן רשות? ביידע מחותנים? די חתן כלה? און אויב איינער האט יא אינטערגעשריבן און דער אנדערער נישט?
דינסטאג מערץ 29, 2022 10:53 pm#497211
ייעעקקבב

קוק איבער די פנקס פין ווען עטרת מאיר צבי האט זיך געפענט ביז יעצט איז די מסדר קידושין געווען א רב

ממילא?
דינסטאג מערץ 29, 2022 11:14 pm#497213
מיליאנער
ייעעקקבב

קוק איבער די פנקס פין ווען עטרת מאיר צבי האט זיך געפענט ביז יעצט איז די מסדר קידושין געווען א רב

ממילא?

אויב מהר“א איז טאקע אזא צדיק אין עניו און באמת די רדיפות ביי די עטרת מאיר צבי איז נישט ווייל מהר“א איז א פראסטע בעל גאוה (והא ראיה ער האט אזוי שיין באהאנדעלט אייביג אלע וואס האבען זיך געטרויט צי זאגען א ווארט קעגן אים) נאר ווייל ער האט זיך געזארגט אז עס גייען קימען פשוטע יונגעלייט מסדר קידושין זיין וואס איז זיין פראבלעם מיט רבנים וואס זענען מסדר קידושין אן זיין רשות?
דינסטאג מערץ 29, 2022 11:48 pm#497215

ס'האט גארנישט איינס מיטן צווייטן, מהר''א אלס מרא דאתרא און אחראי לאזט נישט יעדע מאן דהוא מסדר קידושין זיין אפילו ער איז א בנש''ק וואס האט געעפנט א ביהמ''ד, אדער אפילו א רב, אזויווי די מעשה פון די מינקת חבירו ווי מהר''א האט צוריקגעהאלטן א מכשול אין זיין שטאט טראץ וואס די מחותן האט למעשה געטראפן א רב אין מאנסי וואס איז אים גרייט געווען צו מסדר קידושין זיין אין אזא פאל. מהר''א וואלט נישט געקענט מונע זיין אזא זאך אין קרית יואל ווען ער האט ווען נישט די קאנטראל פון סידור קידושין.

איין אויסנאם האט ער געמאכט אויב די זיידע איז א אנערקענטע רב.

(לגבי דיינע איינגערינגעלטע ווערטער, וויל איך דיר זאגן אז מהר''א האט נאך קיינמאל! קיינמאל! קיין איין איינציג מאל נישט ארויסגעקומען אראפרייסן, אדער אפילו עפעס ענלעך צו דעם, איינעם וואס איז ארויסגעקומען קעגן אים פערזענליך! און ס'איז געווען גענוג פון דעי.... די איינציגסטע מאלן ווען מהר''א איז ארויסגעקומען מיטן שארפסטן איז געווען ווען עס האט זיך געהאנדלט פון זיין טאטנ'ס כבוד אדער די קהילה אויף זיין טאטע האט מקבל אחריות געווען, דו באקומסט פון מיר א הינדערטער אויב ברענגסטו מיר א פאל ווען מהר''א האט עפעס געזאגט קעגן איינעם צוליב וואס ער האט גערעדט אדער געטון סיי וואס קעגן אים פערזענליך. ער האט שוין געזאגט אז ער איז מוחל יעדן איינעם וואס האט אים מצער געווען במשך די יארן חוץ די וואס האבן גורם געווען אין די פירוד צווישן אים און זיין טאטן.

זאג מיר אויב דו ווילסט איך זאל מער מאריך זיין אין די נקודה איך האב אסאך וואס צו זאגן.)
מיטוואך מערץ 30, 2022 12:12 am#497220

איך בין שוין אינגאנצען צומישט אויב מהר“א'ס פראבלעם איז אז די מסדר קידושין מיז זיין א רב וואס איז א חילוק צו מען פרעגט אים רשות אדער נישט אדער א זיידע אדער נישט סידור קידושין באקימט דאך סיי ווי נאר א רב אלטס די שענסט כיבוד ביים חופה און אויב עס קיין זיין פראבלעמען אפילו מיט א רב פארוואס אויב עס איז א זיידע און מען איז זיך מכניע צי אים באקימט ער רשות נישט קיין חילוק וועלכער רב ער איז?
מיטוואך מערץ 30, 2022 10:39 am#497228
מיליאנער
ייעעקקבב
(והא ראיה ער האט אזוי שיין באהאנדעלט אייביג אלע וואס האבען זיך געטרויט צי זאגען א ווארט קעגן אים)

(לגבי דיינע איינגערינגעלטע ווערטער, וויל איך דיר זאגן אז מהר''א האט נאך קיינמאל! קיינמאל! קיין איין איינציג מאל נישט ארויסגעקומען אראפרייסן, אדער אפילו עפעס ענלעך צו דעם, איינעם וואס איז ארויסגעקומען קעגן אים פערזענליך! און ס'איז געווען גענוג פון דעי.... די איינציגסטע מאלן ווען מהר''א איז ארויסגעקומען מיטן שארפסטן איז געווען ווען עס האט זיך געהאנדלט פון זיין טאטנ'ס כבוד אדער די קהילה אויף זיין טאטע האט מקבל אחריות געווען, דו באקומסט פון מיר א הינדערטער אויב ברענגסטו מיר א פאל ווען מהר''א האט עפעס געזאגט קעגן איינעם צוליב וואס ער האט גערעדט אדער געטון סיי וואס קעגן אים פערזענליך. ער האט שוין געזאגט אז ער איז מוחל יעדן איינעם וואס האט אים מצער געווען במשך די יארן חוץ די וואס האבן גורם געווען אין די פירוד צווישן אים און זיין טאטן.

זאג מיר אויב דו ווילסט איך זאל מער מאריך זיין אין די נקודה איך האב אסאך וואס צו זאגן.)

דרשות ברבים פלעגט טאקע די מחוצף ארויפשמירען (בדרך כלל חוץ ביי ראש המרידה וכו') אויפען ברך משה אז ווער עס האלט קעגן אים האלט אויך קעגן די ברך משה ממילא נעמט ער זיך אפציעל אן פאר די ברך משה'ס כבוד
אבער רודפ'ן און רצח'נען מענטשען דאס איז געווען אויף ווער עס האט זיך נישט ציגעשטעלט 100 פראצענט צום א“ג רב
מיטוואך מערץ 30, 2022 12:46 pm#497234
ייעעקקבב

דרשות ברבים פלעגט טאקע די מחוצף ארויפשמירען (בדרך כלל חוץ ביי ראש המרידה וכו') אויפען ברך משה אז ווער עס האלט קעגן אים האלט אויך קעגן די ברך משה ממילא נעמט ער זיך אפציעל אן פאר די ברך משה'ס כבוד
אבער רודפ'ן און רצח'נען מענטשען דאס איז געווען אויף ווער עס האט זיך נישט ציגעשטעלט 100 פראצענט צום א“ג רב

איך פארשטיי נישט וואס דו ביסט מחלק.

ס'איז געווען אידן וואס האבן גערעדט אויף מהר''א אויפן מיאוסטן אופן און מהר''א האט גארנישט גענטפערט, און ווען מ'האט גערעדט קעגן זיין טאט'ן האט ער יא מוחה געווען אויפן שארפסטן וועג.

סאו דו זאגסט אז ער האט יא מוחה געווען ווען מ'האט גערעדט קעגן אים פערזענליך, נאר ער האט געזאגט אז ווער עס האלט קעגן אים איז אזויווי ער האלט קעגן זיין טאט'ן?

גיב מיך 'איין' ביישפיל ווען דעיס איז פארגעקומען.

אגב ביי בני ברק האט נאך רח''ה קיינמאל נישט גערעדט קעגן מהר''א פערזענליך, סאו איז נישט שייך צו זאגן אז די סיבה פארוואס מהר''א איז ארויסגעקומען קעגן רח''ה פערזענליך איז ווייל רח''ה האט אים פערזענליך געטשעפעט
מיטוואך מערץ 30, 2022 1:08 pm#497235

איך האב געהערט א דרשה פין אים ווען עס איז געווען יודען וואס האבען געוואלט אז מען זאל מאכן וואלען אין קר“י צי מען זאל אים אויפנעמען פאר רב נעמט ער זיך אן פאר כבוד תורתו אז מען גייט נישט מאכן וואלען זאגט ער דארט אז די אלע וואס האבן אים פיינט האבען פיינט די ברך משה און אלע טענות וואס מען האט אויף אים האט מען קעגן די ברך משה
און לגבי בני ברק האט ער קלאר געזאגט אז ער האט מורד געווען אין מיר ממילא האט ער אים באשמיצט ווי א הינט
מיטוואך מערץ 30, 2022 4:35 pm#497247

טענו לו בחיטין והודו לו בשעורין.

ווען דעי זעלבע אידן וואס האבן פארלאנגט וואלן, וואלטן ווען אראנדזשירט א עצרת ווי מען וואלט אראפגעריסן מהר''א אויפן ערגסטן פארנעם וואלט מהר''א געזאגט א ווארט? דארפסט נישט שפעקולירן, די היסטאריע איז פול מיט אזעלכע געשענישען און מ'האט נישט געהערט א ווארט פון מהר''א.

דא איז געווען אינגאנצן א צווייטע זאך, געוויסע מענטשן וואס האבן זיך קיינמאל נישט מכניע געווען אינטערן ברך משה האבן פארלאנגט וואלן ארויסצושטויסן קרית יואלע רב (כאילו עס וואלט ווען טאקע געקענט פאסירן...)וועלכער איז זיי געשטאנען אין וועג, און מהר''א האט געזאגט אז זיי מיינען נישט אים זיי מיינען דא בכלל די הנהגה און מען גייט נישט מאכן וואלן, און ס'איבריג צו זאגן אז זיי האבן טאקע דאס געמיינט.

איז פון דא האסטו געזען אז ווען מ'האט אראפגעריסן מהר''א האט ער מוחה געווען דערויף און געזאגט אז מען מיינט זיין טאטן? דו ביסט זייער שוואך אין מדמה זיין מילתא למילתא.

איך פאררוף יעצט וואלן אין ראדני אויב מהרז''ל זאל ווייטער בלייבן רבי! איך ווארט אויף א דרשה פונעם נועם המידות, 'רבותי, מגיימיר צו וואלן, איך זע אז ס'דא עטליכע אידן וואס דארפן וואלן!

------

הייסט ביסט מודה אז ביי בני ברק האט ער נישט אראפגעריסן רח''ה ווייל רח''ה האט אים עפעס פערזענליך געטון, וואס האט געבאדערט פאר מהר''א איז אז ער האט געמאכט א מרידה אין זיין קהילה, און ער האט צובראכן זיין הנהגה, דערפאר האט ער אים ארויסגעווארפן, בעסער געזאגט מהר''א איז זיך געגאנגען און מודיע געווען אז װער עס וויל האבן שייכות מיט אים קען נישט האבן שייכות מיט רח''ה.

דו האלטסט אז דעי שריט איז עפעס ראנג?

וואס האט ער געזאגט ביי די דרשה ווען ער האט געווארפן רח''ה? ער האט גערעדט עפעס קעגן אים חוץ אז רח''ה איז א בעל גאווה וואס מען קען נישט פארהאנדלען?

האלטסט אז ווען מען ווארפט איינעם און מ'וויל אז די אייגענע עולם זאל מער נישט האבן שייכות מיט יענעם קומט נישט אריין צו מסביר זיין פארוואס מווארפט אים, און פארוואס מפארהאנדלט נישט?

עס איז נישט נארמאל צו זאגן אז מ'האט שוין פרובירט צו פארהאנדלען פאר דריי יאר, און ס'נישטא צו וועם צו רעדן ממילא ווארפט ער אים ארויס?

מהר''א'ס שטימע האט דיך אויסגעקוקט ווי א דיקטאטור וואס געט ארויס א באפעל, אדער ווי איינער וואס איז צושאסן אויף שברי שברים און ער טוט א מעשה בלית ברירה? (איך ווייס וואס דו גייסט ענטפערן...)
מיטוואך מערץ 30, 2022 5:18 pm#497251
גראדע רוב בני יואל האבען גארנישט געהאט קעגן די ברך משה זיי האבען געהאט קעגן מהר“א איין מאל מהר“א איז געפלויגען פין די ברך משה'ס הויז און רבינו שליט“א איז געווארען וויליאמסבורגע רב איז רוב בני יואל צוריקגעקימען צום ברך משה נאר מהר“א האט בגודל חוצפתו אייביג ארויפגעווארפען אלע זיינע שמיץ אויפען ברך משה
און לגבי ראש המרידה איז טאקע זייער נארמאל אז א רבי זאל האלטען א דרשה קעגן א חשובע ר“י און זאגען די ערגסטע טיטלען אויף אים ווייל ער האט זיך נישט מכניע געווען צום גרויסען עניו
עכ“פ אן דרשות רדיפות איז אייביג געווען פאר אלע וואס האבען זיך נישט מכניע געווען פאר אים
מיטוואך מערץ 30, 2022 7:22 pm#497261

הער אויף מיט דעי שקר גס! א מין קאלטבלוטיגע שקר דעיס אז די אלע וואס האבן געצאפט דאס בלוט פאר דעם איד האבן באמת גארנישט געהאט קעגן אים נאר קעגן זיין זון! איי פארוואס האט מען זיך קעגן געשטעלט די עצם התמנות פונעם ברך משה אום תש''מ נאך פאר מהר''א איז בכלל געווען אויפן ארענע? פארוואס האט מען געהעצט דעם דברי יואל קעגן די ברך משה נאך פאר מהר''א איז בכלל געווען רעלעוואנט? פארוואס האט מען נישט געהערט קיין ווארט ביז תשנ''ט אז מ'האט בעצם גארנישט קעגן ברך משה? פארוואס כ''ו ניסן באגעגנט מען זיך בלויז מיט ארוינים אין אוהל? פארוואס האט נישט וויי געטון פאר בני יואל אז די ברך משה ווערט אזוי געפירט ביי די נאז פון זיין זון כאטש אזויפיל וויפל ס'האט וויי געטון פאר די ארוינים אין די לעצטע יארן אז די ברך משה ווערט געפירט דורך משה גבאי?

בקיצור, יעדע זאלי און יעדע בני יואל און יעדע ארויני ווייסט ביי זיך אין הארץ וויפל ער האלט פונעם ברך משה עס איז א שאד יעדע ווארט ארום צו חישן מיט שטותים.

לגבי בני ברק, האסטו געזאגט א רויע סטעיטמענט אן זיך באציען צו וואס איך האב געענטפערט, איך גיי זאגן נאך איין מאל און אויב ווילסטו ווייטער מאלן וואסער וועל איך דיר נישט שטערן.

מהר''א האט א קהילה אין בני ברק וואס האט אים מקבל געווען פאר א מנהיג. מ'האט קיינעם נישט געצווינגען. יעדער האט סיי ווען געקענט אוועקגיין. ס'איז געווארן א מחלוקת ווער עס זאל האבן די מיינונג איבער די מוסדות און די קהילה. מהר''א האט גלייך געוואוסט אז אויב דארף ער מאכן א אויסוואל פון איינע פון די צוויי צדדים וועט ער האלטן ראטטער און פארשיקן די ראש ישיבה. מהר''א האט פרובירט דריי גאנצע יאר צו פארהאנדלען. עס האט נישט געארבעט. זעענדיג אז איינער מוז אפטרעטן האט מהר''א אים געבעטן ער זאל נעמען זיינע מענטשן און אוועקגיין צוזאגענדיג אים אסטראנאמישע סכומים געלט, פלאס אין בויען א אייגענע ביהמ''ד. ס'נישט געווען צו וועם צו רעדן. ביז דערווייל האט די קהילה זיך געטונקען טיפער און טיפער אין די מחלוקת. מהר''א האט איינגעזען אז ס'נישטא מער קיין אנדערע אפציע, די איינציגסטע וועג איז זיך צו אפטיילן. ער האט געוואוסט אז ער גייט יעצט צוברעכן זיין אייגענע קהילה. ער האט געוואוסט אז פאר זיין כבוד לוינט זיך זיך צו ברעכן צו רח''ה און בלייבן מיט די גאנצע קהילה. ער האט געוואוסט אז רח''ה זיצט אין ביהמ''ד און ער וועט זיך מוזן בויען פון אנהייב. ער האט געוואוסט אז זיינע בלוט שונאים די זאליס וועלן שפרינגען פאר שמחה. ער האט באשלאסן אז פאר די צוקונפֿט פון זיין קהילה וואס ער האט גענומען אחריות דארף ער טון וואס ער האלט אז ס'איז ריכטיג. ער האט געהאלטן א דרשה פאר די בני ברקע חסידים, און ער האט געזאגט, איך מיט די ראש ישיבה קענען נישט צוזאמען פירן די קהילה. ווער עס וויל זיין אינטער מיין הנהגה קען נישט האבן קיין שייכות מיט רח''ה. מיט א אפענע ווייטאג האט ער פארציילט פאר די בני ברק'ע אידן וויפל ער האט פרובירט מען זאל נישט דארפן טון אזא זאך, און וויפל מ'האט פרויבירט צו פארהאנדלען, און וויאזוי די ראש ישיבה האט זיך נישט געהאלטן ביים ברעכן די גאוה.

דאס איז די מעשה. (אנטשולדיגט פאר די פינטלעך) אויב איינער האלט אז דאס איז פונטקליך וואס א דיקטאטור און א בעל גאווה טוט, קען מען זיך רישן אין די קומענדיגע טעג פאר א דרשה פון קים יאנג אן אז אזויווי עס איז דא רייבערייען אין די רעגירונג, געט ער אויף זיין גאנצע מאכט און ער בעט אז ווער עס וויל זיין גוט מיט אים, זאל קומען אין זיין בעסמענט ווי ער גייט ווייטער זיין די פירער, און זיין שונא קען רואיגערהייט איבערנעמען דאס לאנד...

איך האב הנאה צו זען די גרויליגקייט פון די זאליס, ווען פלוצלינג ווערט זייער לאנגיעריגע שונא א 'חשובע' ראש ישיבה ווייל ער איז שוין אויך א שונא פאר מיין שונא.

מואב ומדין עשו שלום.
מיטוואך מערץ 30, 2022 7:35 pm#497262
[ציטאט אראפגענומען]

לאמיר קראצן די שטערן, אויב געט מען צוריק די דעפאזיטס דאן ווערט דאך שווער א מוראדיגע קשי'? פארוואס זאל איינער האבן עגמת נפש אז ער ווערט געוואור צוויי וואכן פאר זיין קינד'ס חתונה אז ער מוז נעמען איינעם פאר סידור קידושין און דאן וועט זיין טאטע נישט קומען צו די חתונה, הלמאי ער באקומט דאך צוריק די דעפאזיט!

פארוואס זאל איינער האבן עגמת נפש ווען ער ווערט געוואור א וואך פאר זיין חתונה אז זיין מחותן וויל דוקא האבן קרעטשניף-סיגוטע רבי פאר סידור קידושין, און דאס איז וואס מ'האט זיך אויסגענומען פון אנהייב, און יעצט ווערט ער געוואויר אז מהרז''ל לאזט נישט, און ער מוז זיכן א נייע זאל, הלמאי, ער באקומט דאך צוריק די דעפאזיט!

פאראדייס וואלט ווען נישט צוריקגעגעבן דעפאזיטס! נאך א מזל קאווע שטיבל האט נישט קיין פאליסי אז מען דארף האבן דעקונג אויף וואס מ'שרייבט, אז יא וואלט די שורה פארמעקט געווארן כבולעו כך פולטו.

איך האב געפרעגט וואס איז שיטת מהרז''ל פארוואס ער האט צוריקגעצויגן פון אנהייב, אז אנהייב איז ער געווען גרייט צו שאפן עגמת נפש און צום סוף האט ער צוריקגעצויגן. וואס מהר''א האלט בין איך קלאר.
מיטוואך מערץ 30, 2022 7:40 pm#497263
[ציטאט אראפגענומען]

נאו פראבלעם, פארלאז דיך נישט אויף די ארוינים.

פארגעס אבער נישט צו מודיע זיין דא אויב מען טרעפט סיי וועלכע פראבלעם מיט די עירוב.

א זייטיגע שאלה, איז דעי וועד העירוב די זעלבע אידן וואס מאכן די מאסן דעמאנסטראציע יעדע ערב יו''כ אין פראנט פונעם בית השחיטה קעגן די טמא'נע פובליק סקול?
מיטוואך מערץ 30, 2022 7:40 pm#497264
[ציטאט אראפגענומען]

מישען אקאמפלישט!
דאנערשטאג מערץ 31, 2022 12:55 am#497277
מיליאנער

(לגבי דיינע איינגערינגעלטע ווערטער, וויל איך דיר זאגן אז מהר''א האט נאך קיינמאל! קיינמאל! קיין איין איינציג מאל נישט ארויסגעקומען אראפרייסן, אדער אפילו עפעס ענלעך צו דעם, איינעם וואס איז ארויסגעקומען קעגן אים פערזענליך! און ס'איז געווען גענוג פון דעי.... די איינציגסטע מאלן ווען מהר''א איז ארויסגעקומען מיטן שארפסטן איז געווען ווען עס האט זיך געהאנדלט פון זיין טאטנ'ס כבוד אדער די קהילה אויף זיין טאטע האט מקבל אחריות געווען, דו באקומסט פון מיר א הינדערטער אויב ברענגסטו מיר א פאל ווען מהר''א האט עפעס געזאגט קעגן איינעם צוליב וואס ער האט גערעדט אדער געטון סיי וואס קעגן אים פערזענליך. ער האט שוין געזאגט אז ער איז מוחל יעדן איינעם וואס האט אים מצער געווען במשך די יארן חוץ די וואס האבן גורם געווען אין די פירוד צווישן אים און זיין טאטן.

זאג מיר אויב דו ווילסט איך זאל מער מאריך זיין אין די נקודה איך האב אסאך וואס צו זאגן.)

שלשה רועי בקר, רינגס עי בעלל?
אהער מיטן הינדרעטער
דאנערשטאג מערץ 31, 2022 9:48 pm#497357
שמעון וואלף

מושחת המדות פון בני ברק רינגס ענאדער בעלל?
דאנערשטאג מערץ 31, 2022 10:01 pm#497358

וועלכע דרשה איז דעיס?
פרייטאג אפריל 1, 2022 12:26 am#497364

ווען עפעס א בי"ד האט מתיר געווען זלונים צו גיין אין קאורט איבער בני ברק האבן זיי זוכה געווען צו ווערן באטיטלט פון מהר"א אלץ שלשה רועי בקר
זונטאג אפריל 3, 2022 12:43 pm#497411
אינטערסאנטער
שמעון וואלף
מיליאנער

(לגבי דיינע איינגערינגעלטע ווערטער, וויל איך דיר זאגן אז מהר''א האט נאך קיינמאל! קיינמאל! קיין איין איינציג מאל נישט ארויסגעקומען אראפרייסן, אדער אפילו עפעס ענלעך צו דעם, איינעם וואס איז ארויסגעקומען קעגן אים פערזענליך! און ס'איז געווען גענוג פון דעי.... די איינציגסטע מאלן ווען מהר''א איז ארויסגעקומען מיטן שארפסטן איז געווען ווען עס האט זיך געהאנדלט פון זיין טאטנ'ס כבוד אדער די קהילה אויף זיין טאטע האט מקבל אחריות געווען, דו באקומסט פון מיר א הינדערטער אויב ברענגסטו מיר א פאל ווען מהר''א האט עפעס געזאגט קעגן איינעם צוליב וואס ער האט גערעדט אדער געטון סיי וואס קעגן אים פערזענליך. ער האט שוין געזאגט אז ער איז מוחל יעדן איינעם וואס האט אים מצער געווען במשך די יארן חוץ די וואס האבן גורם געווען אין די פירוד צווישן אים און זיין טאטן.

זאג מיר אויב דו ווילסט איך זאל מער מאריך זיין אין די נקודה איך האב אסאך וואס צו זאגן.)

שלשה רועי בקר, רינגס עי בעלל?
אהער מיטן הינדרעטער

מושחת המדות פון בני ברק רינגס ענאדער בעלל?

עמרם טייטלבוים איז א סיקריק (נישט א דרשה אבער ברבים אין פראנט פין צענדליגע רבנים)
אהער מיטען הינדערטער
זונטאג אפריל 3, 2022 1:22 pm#497419
מיליאנער
דו באקומסט פון מיר א הינדערטער אויב ברענגסטו מיר א פאל ווען מהר''א האט עפעס געזאגט קעגן איינעם צוליב וואס ער האט גערעדט אדער געטון סיי וואס קעגן אים פערזענליך.
דינסטאג אפריל 5, 2022 8:07 am#497513
די וואך זונטאג איז געווען א חתונה אין קרן ויואל משה, דער מחותן/ים זענן שטארקע זאליס, אבער פארשטייט זיך אז מהר"א איז געווען מסדר קידושין
ווייסט איינער פארוואס?

איז עטרת מייזעלס געווען פארנומען?
דינסטאג אפריל 5, 2022 8:07 am#497514
די וואך זונטאג איז געווען א חתונה אין קרן ויואל משה, דער מחותן/ים זענן שטארקע זאליס, אבער פארשטייט זיך אז מהר"א איז געווען מסדר קידושין
ווייסט איינער פארוואס?

איז עטרת מייזעלס געווען פארנומען?
דינסטאג אפריל 5, 2022 11:02 am#497581
א חסיד פון ווילנא
די וואך זונטאג איז געווען א חתונה אין קרן ויואל משה, דער מחותן/ים זענן שטארקע זאליס, אבער פארשטייט זיך אז מהר"א איז געווען מסדר קידושין
ווייסט איינער פארוואס?

איז עטרת מייזעלס געווען פארנומען?

י קענסט די מחותנים?

איין מחותן איז א שטארקע חסיד פון ר' זלמן לייב, אבער די צווייטע איז א חסיד, און אזוי אויך איינגעשטעלט ביי די ברודער פון ר' זלמן לייב.

האסט נאך אלץ א קושיא?
דינסטאג אפריל 5, 2022 11:11 am#497582
פאר איינער וואס ווייסט וויפיל טעראר און פרעשור יעדע מחותן וואס מאכט חתונה אין עטרת מייזעלס גייט דורך איז בכלל נישט שווער די קשיא
דינסטאג אפריל 5, 2022 6:33 pm#497629
ייעעקקבב
פאר איינער וואס ווייסט וויפיל טעראר און פרעשור יעדע מחותן וואס מאכט חתונה אין עטרת מייזעלס גייט דורך איז בכלל נישט שווער די קשיא
מיט געווער? אדער סתם שלעק? (היינט איז אין סטייל ביי די זאלונים צו ניצן די 'טעראר' לאזונג ביי יעדע דורכפאל זייערע)
דינסטאג אפריל 5, 2022 6:52 pm#497632
טענה
א חסיד פון ווילנא
די וואך זונטאג איז געווען א חתונה אין קרן ויואל משה, דער מחותן/ים זענן שטארקע זאליס, אבער פארשטייט זיך אז מהר"א איז געווען מסדר קידושין
ווייסט איינער פארוואס?

איז עטרת מייזעלס געווען פארנומען?

י קענסט די מחותנים?

איין מחותן איז א שטארקע חסיד פון ר' זלמן לייב, אבער די צווייטע איז א חסיד, און אזוי אויך איינגעשטעלט ביי די ברודער פון ר' זלמן לייב.

האסט נאך אלץ א קושיא?

אזוי גייען מעשיות, מען מאכט הנחות און דערנאך פרעגט מען קשיות.
נישט אז עס איז נישט געווען און נישט אז עס גייט נישט זיין מחותנים חסידי מהרז"ל וואס גייען חתונה מאכן אין כינור דוד/פאראדייס/קרן ויוא"מ צוליב וואס זיי האבן נאנטע משפחה וואס זיי ווילן זאלן זיך קענען באטייליגן. אבער דא איז די פאקטן פשוט נישט אזוי.
דער אבי הכלה ק. איז טאקע א חסיד מהרז"ל
אבער דער אבי החתן ג. איז א חסיד מהר"א און איינגעשטעלט אין זיינע מוסדות אין וומ"ס, אזוי אויך איז דער חתן א תלמיד פון ק"י ישיבה.
דינסטאג אפריל 5, 2022 7:38 pm#497639
signout
ייעעקקבב
פאר איינער וואס ווייסט וויפיל טעראר און פרעשור יעדע מחותן וואס מאכט חתונה אין עטרת מייזעלס גייט דורך איז בכלל נישט שווער די קשיא
מיט געווער? אדער סתם שלעק? (היינט איז אין סטייל ביי די זאלונים צו ניצן די 'טעראר' לאזונג ביי יעדע דורכפאל זייערע)

טערערזירן די מחותנים אויף די פריוואטע סעל פאונס
טערערזירן משפחה זיך נישט צי באטייליגען ביי די חתונה
טערערזירן בתי מדרשים נישט צי לאזען מאכן די שבת שבע ברכות דארט
און ארימשיקען פאשקעווילען קעגן די חתן כלה צי אלע קרובי המשפחה
מיטוואך אפריל 27, 2022 12:42 pm#498661
לכבוד כ“ו ניסן יודלה“ק פונעם מרא דאתרא מרן רביה“ק בעל ברך משה זיעוכי“א: דעת קדשו פונעם רעבין זצ“ל אז אין קרית יואל האט סידור קידושין גארנישט מיט הרב אהרן טייטעלבוים http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2752088&forum_id=21016
מיטוואך אפריל 27, 2022 1:35 pm#498663
ווייס איך נישט פארוואס מען זעט היינט ביים ציון נאר ארוינים...
מיטוואך אפריל 27, 2022 1:39 pm#498664
דו זוכסט זאלונים צו טיילן פעטש??? גיב אבאכט אויף שמואל ווידער'ס קבר….
מיטוואך אפריל 27, 2022 2:12 pm#498665
אהוב את האמת
דו זוכסט זאלונים צו טיילן פעטש??? גיב אבאכט אויף שמואל ווידער'ס קבר….
וואס הייסט? זאגסט יעצט א סיבה פארוואס די זאליס קומען נישט צום ציון?