פרייטאג יאנואר 14, 2022 2:01 am#491628
א שאד איבערצוקייען אלטע ויכוחים. לאמיר זיך האלטן צום סידור קדושין סומאטוכע.
שמעון וואלף האט געשריבן:א שאד איבערצוקייען אלטע ויכוחים. לאמיר זיך האלטן צום סידור קדושין סומאטוכע.
שמעון וואלף האט געשריבן:א שאד איבערצוקייען אלטע ויכוחים. לאמיר זיך האלטן צום סידור קדושין סומאטוכע.
מיליאנער האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:א שאד איבערצוקייען אלטע ויכוחים. לאמיר זיך האלטן צום סידור קדושין סומאטוכע.
וואס הייסט אלטע ויכוחים? דו האסט געזאגט אז די זאליס קענען נישט טון אזעלכע זאכן ווייל עס איז נישט זייער מענטאליטעט, ווייזט מען דיר אז זיי האבן געטון אזעלכע און ערגערע זאכן.
עס קומט זייער קלאר אריין.
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מיליאנער האט געשריבן:טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:קיינער צוינגט נישט חתונה מאכן אין דעם זאל, דער זאל האט א תקנה אז נאר מהרז"ל קען מסדר קידושין זיין, דער תקנה איז געמאכט געווארן לצורך זיינע חסידים אין ק"י, זיי זאלן נישט דארפן פארן קיין מאנסי, אין מזאל נישט קענען טעראזירן וועם ממעג נעמען פאר מסדר קידושין,
רז"ל האט א פליכט כלפי זיינע חסידים אנצוהאלטן דעם תקנה, בכדי ווער סגעהער צי אים אין וויל חתונה מאכן אין ק"י, זאל קענען געניסן פין דעי סערוויס, אזוי סאיז דא ביי יעדע קהילה בישראל,
אין ווער סהאט פראבלעמען מיט משפחה, זאל געזינטערהייט חתונה מאכן ווי ער וויל, אין מכבד זיין וועם ער וויל,
דער חתן האט דווקא געוואלט דא חתונה מאכן, אין רז"ל זאל מסדר זיין, אין הער אויף דרייען א קאפ אז די משפחה האט געבעטן, די משפחה האט געקענט טוישן זאל אז זיי ווילן האבן א פעטער זאל מסדר זיין,
דאס איז געווען די חתן אין מחותנ'סטע החלטה,
איך פארשטיי נישט.
סיי מהר''א און סיי מהרז''ל האבן א תקנה לגבי סידור קידושין, איינער וועגן מרא דאתרא און דער אנדערער צו ראטעווען זיין עולם פונעם מרא דאתרא, ביידע האבן חסידים וואס בעטן זיך ביי זיי צו מאכן א אויסנאם, ביידע לאזן נישט, אבער מהר''א איז די שייגעץ הדור און מהרז''ל איז דער מציל הדורות.
אגב וואספארא הצלה איז דאס אז מהרז''ל צווינגט דוקא אים צו נעמען אפילו עס איז גורם עגמת נפש, וואלט נישט געווען גענוג אז מבויעט א זאל ווי מ'לאזט יעדן מסדר קידושין זיין? וואספארא מין געראטעוואכטס איז דאס אז מען נעמט די געראטעוועטע און מקארנערט זיי אז זיי מוזן נעמען מהרז''ל? קוק, מ'האלט שוין א יאר נאכדעם און ס'קוקט נישט אויס ווי דער עולם געניסט שוין פון מהרז''לס הארוואניע לטובת זיינע חסידים.
מהרז"ל מאכט א תקנה אין זיין זאל פאר א טובה פאר זיינע אייגענע מענטשן, מהר"א מאכט א תקנה אין יענם'ס זאל, צי טעראזירן אנדערע מענטשן וויאזוי זיי דארפן זיך פירן,
מהאט שוין געהאט געמאכט א זאל ווי יעדער קען מסדר קידושין זיין, אבער היות יעדער קען מסדר קידושין זיין, האט מען טעראזירט מחותנים וועם ממעג יא אדער נישט נעמען, אין זיינע מענטשן האבן געפערליך געליטן, האט ער געמאכט א תקנה אז נאר ער קען מסדר זיין אזוי קען מען נישט משוגע מאכן וועם ממעג יא אדער נעמען,
אין פאקט, קימט ער רוב מאל נישט אראפ, (ער זיכט בכלל נישט קיין סידור קידושין, ווען יא וואלט ער שוין לאנג איינגעפירט אין וויליאמסבורג אין זיינע זאלן) נאר ווען סאיז דא ארונישע משפחה וואס לייגן פרעשור, קימט ער אראפ צי מסדר קידושין זיין, אזוי אפצושטעלן די טעראריזם אויף יענע משפחה,
אין אגעין, ער צוינגט נישט קיינעם חתונה צי מאכן דארט, סאיז זיין זאל אין ער איז בארעכטיקט עס צי פארדינגען וויאזוי ער וויל,
איך וויל נאך אלס פארשטיין פארוואס דער זיידע איז א העלד, ווען סאיז נישט דא קיין איין פסק להלכה אז מטאר זיך נישט משתתף זיין ביי אזא חתונה?
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:קרית יואל באלאנגט נישט פאר מהר"א, נישט קיין חילוק וויפיל מאל די גייסט עס איבערזאגן, אין צי די גייסט עס שרייבן באלד, אויפן ווילידש איז ער באלעבאס, אין ער איז באלבעס אזויפיל וויפיל א ווילידש איז באלעבאס אויף די מענטשהייט, מענטשנס פריוואטע אייגענטום באלאנגט נישט פאר אים, גלילת איז אינגאנצן נישט זיינס,
דיין דיין זאגט אז ער איז מרא דאתרא, יענעמס דיין זאגט ער איז נישט, דיין דיין זאגט מטאר נישט חתונה מאכן דארט, יענעמס דיין זאגט ממעג יא, יענעמס דיין זאגט ממעג זיך משתתף זיין ביי אזא חתונה, דיין דיין זאגט דאס ניטמאל, אין אוואדע אז מטאר נישט טעראזירן איינער וואס גייט,
עטרת מייזלעס פלעגט מען קענען מכבד זיין וועם מוויל, מהאט עס געמיזט אפשטעלן ווען דעי טעראריסטן האבן אנגעהויבן רודפן מחותנים מער אין מער, די קלימאקס איז געווען ביי מהרז"לס הויז בחור,
דער זאל האט איבער 30 חתונות דעם ווינטער, פאר אט דעי מחותנים שטעלט ער צי א זאל, אז זיי זאלן נישט ברויכן שלעפן די חתונות קיין מאנסי, ווער סוויל גיין מיט רשות איז שוין דא אנדערע ציגשטעלטע זאלן אין שטאט, אוודאי וואלט געקענט זיין נאך 30 חתונות ווען נישט מטעראזירט מחותנים, ער קען דאך אבער נישט טיען מער וויפיל ער קען, אבער וואס ער קען ברויך ער צישטעלן, אגב, עטרת מאיר צבי האט דריי מאל אזויפיל חתונות דעם ווינטער, א דאנק מייזעלס, ווי נישט ווי איז עטרת מייזלעס א אומפראקטישע זאל פאר חתונות, אין זאליס זענען אומבאקוועם צי ווערן אפגעשטעמפלט אלס אן ארוני,
רוב חתונות, ווי סאיז נישט דא קיין פעטער אן אנדרייער, גייט דורך מיט א רויגקייט, אין קיינעם אינטערסירט נישט וואס דער אלטער פערד מיט זיין קופה של גרושים האט צי זאגן, טאקע דא חתונות ווי מהאט נאך עג"מ פין דעי טעראריסטן, אין סאיז דא חתונות וואס ספעלט משפחה, אבער דאס איז דאך די מחותניםס דעסישן, אין זענען גרייט דערויף,
ער מאכט קיינעם נישט קיין עג"מ מיט זיין תקנה, וויל ווער סוויל קען ווייטער חתונה מאכן אין פארדייס אדער גיין קיין מאנסי, קיינער וועט נישט זיין ברוגז,
אין צו די אלע וואס זארגן זיך כסדר, אז די זאליס ליידן געפערליך פין מהרז"ל, וויל איך זיי מודיע זיין אז קיינער האט נישט געשלאסן קיין קאנטראקט צו בלייבן א זאלי, מקען רואיג אריבערגיין צי די ארונים, אין סעניוועי נישט גארנישט מחייב אלס חסידות אויס צי זיין א זאלי,
וואס איך קלער נאך אלס, א זיידע וואס גייט נישט צי אן אייניקלס חתונה, ווען סנישט דא קיין שים פסק הלכה אז מטאר נישט, אין נאר ווייל זיין אפגאטס בעבישע כבוד גייט פארשוועכט ווערן, צי ער ברויך נישט קיין גרויסע דאקטער
שמעון וואלף האט געשריבן:א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:קרית יואל באלאנגט נישט פאר מהר"א
און איך זאג אז ראדני באלאנגט נישט פאר רז"ל
וואס האלטסטו אויב מהר"א גייט אריין אין ראדני גייט ער ארויס לעבעדיג?
ביי די מחלוקות האט מען געשריגן מהר"א האט קר"י, זאל ז"ל האבן וויליאמסבורג, אי די מכלומרשטע צוואה שטייט קלאר אז ז"ל איז אויף ברוקלין, פארוואס גייט ער אריין אין יענעמס טעריטאריע?
ווייזט מיר איינמאל אין די לעצטע יארן אז מהר"א האט גערעדט קעגן זיין ברידערס הנהגה, משא"כ ז"ל האט נאך אפאר וואכן צוריק געמוטיגט דעם עולם זיך נישט דערשרעקן פון רדיפות, וואט ע שעים
ס'דא א סיבה פארוואס מהר"א קען נישט אריינגיין אין ראדני און מהרז"ל קען יא אריינגיין אין קרית יואל, און די תירוץ איז ווייל מהר"א איז נישט בעה"ב אין קרית יואל. אין זיין שול און מוסדות איז ער יא בעה"ב און מהרז"ל קען טאקע נישט אריינגיין דארט.
(אגב, האב איך געהערט אז מהרז"ל איז געווען אין קעסקעיט בילדינג אין וומ"ס פאר א שבע ברכות פון אן אייניקל און רב סאקס, די רב פון די שול דארט (ארונים), האט אים מכבד געווען קלאפן א מזוזה ביי אים אינדערהיים. דערנאך האט ער אים געלאדענט צו קומען באזיכן די שול אבער מהרז"ל האט געזאגט עוד חזון למועד).
מהרז"ל האט באקומען וומ"ס פונקט ווי מהר"א האט באקומען קרית יואל, דהיינו די עקזיסטירענדע שולן און מוסדות, און וועם ס'נישט געפאלן האט זיך אפגעטיילט און געמאכט שבת פאר זיך. אין וומ"ס איז עס געווען די ארונים און אין קרית יואל די זלונים.
די ווילסט וויסן פארוואס מהר"א רעדט נישט קעגן זיין ברידער'ס הנהגה און מהרז"ל יא, אבער די זאגסט אליין די תירוץ. מהרז"ל'ס חסידים ווערן גערודפ'ט דארף ער זיי מוטיגן. קענסטיך פארשטעלן טאמער וואלטן די ארונים אין וומ"ס געליטן רדיפות וואספארא געשמאקע דרשות מ'וואלט געהערט פון מהר"א. און די זאגסט נאך וואט עי שעים, איז עס א שעים צו מוטיגן זיך נישט צו דערשרעקן פון רדיפות אדער איז די שעים פאר די וואס רודפ'ן אנדערע אידן?
signout האט געשריבן:מהרז''ל קען נישט איינפירן אזא תקנה אין וומסב''ג ווייל ער איז נישט רב אין שטאט, ס'בכלל נישט דומה אין ק''י איז אייביג געווען א תקנה אז דער רב איז מסד''ק,
יעצט אז די מינאריטי קהילה שרייט מהרז''ל איז רב אבער דער דיין וואס דער מיסד האט אויפגענומען שרייט ביזט נישט דארף מען זעהן ווער ס'איז גערעכט
signoutשמעון וואלףא חסיד פון ווילנאקרית יואל באלאנגט נישט פאר מהר"א
און איך זאג אז ראדני באלאנגט נישט פאר רז"ל
וואס האלטסטו אויב מהר"א גייט אריין אין ראדני גייט ער ארויס לעבעדיג?
ביי די מחלוקות האט מען געשריגן מהר"א האט קר"י, זאל ז"ל האבן וויליאמסבורג, אי די מכלומרשטע צוואה שטייט קלאר אז ז"ל איז אויף ברוקלין, פארוואס גייט ער אריין אין יענעמס טעריטאריע?
ווייזט מיר איינמאל אין די לעצטע יארן אז מהר"א האט גערעדט קעגן זיין ברידערס הנהגה, משא"כ ז"ל האט נאך אפאר וואכן צוריק געמוטיגט דעם עולם זיך נישט דערשרעקן פון רדיפות, וואט ע שעים
ס'דא א סיבה פארוואס מהר"א קען נישט אריינגיין אין ראדני און מהרז"ל קען יא אריינגיין אין קרית יואל, און די תירוץ איז ווייל מהר"א איז נישט בעה"ב אין קרית יואל. אין זיין שול און מוסדות איז ער יא בעה"ב און מהרז"ל קען טאקע נישט אריינגיין דארט.
(אגב, האב איך געהערט אז מהרז"ל איז געווען אין קעסקעיט בילדינג אין וומ"ס פאר א שבע ברכות פון אן אייניקל און רב סאקס, די רב פון די שול דארט (ארונים), האט אים מכבד געווען קלאפן א מזוזה ביי אים אינדערהיים. דערנאך האט ער אים געלאדענט צו קומען באזיכן די שול אבער מהרז"ל האט געזאגט עוד חזון למועד).
מהרז"ל האט באקומען וומ"ס פונקט ווי מהר"א האט באקומען קרית יואל, דהיינו די עקזיסטירענדע שולן און מוסדות, און וועם ס'נישט געפאלן האט זיך אפגעטיילט און געמאכט שבת פאר זיך. אין וומ"ס איז עס געווען די ארונים און אין קרית יואל די זלונים.
די ווילסט וויסן פארוואס מהר"א רעדט נישט קעגן זיין ברידער'ס הנהגה און מהרז"ל יא, אבער די זאגסט אליין די תירוץ. מהרז"ל'ס חסידים ווערן גערודפ'ט דארף ער זיי מוטיגן. קענסטיך פארשטעלן טאמער וואלטן די ארונים אין וומ"ס געליטן רדיפות וואספארא געשמאקע דרשות מ'וואלט געהערט פון מהר"א. און די זאגסט נאך וואט עי שעים, איז עס א שעים צו מוטיגן זיך נישט צו דערשרעקן פון רדיפות אדער איז די שעים פאר די וואס רודפ'ן אנדערע אידן?
ס'נישט אמת אז ר' שמואל דוד סאקס האט אים געגבן צו קלאפען א מזוזה, אין אויב יא וואס ברענגסטו ארויס דערמיט?
קרית יואל איז במציאות אנדערש ווי וומסב''ג, וומסב''ג האט נישט קיין מרא דאתרא אין וועגן דעם טראגט סאטמאר נישט מיט די עירוב
אין במציאות ווען מ'האט ג'רודפט חסידי מהר''א האסטו נישט געהערט קיין ווארט פין מהר''א, אין אפילו יעצט אויב זיי זאלען זיך איינברעכן אין ראדני אין מ'וועט זיין רודפן וועט מהר''א זיין שטוהל
וואסערדי ליסטע טוט פשוט אילוסטרירן אז יא עס איז א סטראגל, באט איט'ס א פאקט.
פון וועלכע פאקט רעדסטו? אז עס איז סך הכל דא בערך דריי פרישע בוקינגס וואס זענען נישט געקומען וויינען מען זאל מאכן פאר זיי א אויסנאם און געבן רשות?
קיינער קלערט נישט אז די טערראר האט אפגעשוואכט און ווען נישט וואלט געווען מער חתונות.
קודם זאג מיר וועלכע טעראר עס גייט אן יעצט? אויב קאנסידערסטו זאגן פארן אייגענעם ציבור אז אז מ'טאר נישט גיין צו אזא חתונה אלס טעראר האסטו גאנץ א שוואכע אפטייטש אויף טעראר.... און חוץ מזה 'דאס' איז אינזער מדובר דא, ווער עס האט סוקסעסירט מיט די מערכה, זאגסטו יעצט אז ווען נישט די ארוינים וואלטן ווען די זאליס געוואונען.....
עס איז קלאר אז עפ"י רוב איינער וואס האט א שווער אדער א טאטע וואס וועט נישט קומען וועט ער נישט דארטן חתונה מאכן.
פיין.
יא די זאליס זענען נישט די סארט רשעים וואס וועלן צוקריגן עלטערן מיט קינדער פאר זייער פאליטיק.
מ'האט שוין גערעדט דא אז די ערשטע וואס האבן צוריקגעהאלטן א טאטן פון זיין קינד'ס חתונה זענען געווען די זאליס וואס האבן נישט געלאזט דעם ברך משה קומען צו מהר''א'ס חתונות צוליב פארשטיקענע פאליטיק, און חוץ מזה איז אביסל קינדעריש צו זאגן אז די זאליס - וואס זענען גארנישט געווען אינטערשטעליג אין די צייטן פון די הייסע יארן, און פערצופאל יעצט האבן זיי נישט קיין אייגענע שטאט צו קענען טון וואס זיי ווילן - אז 'ווען זיי וואלטן ווען געווען בעה''ב אין קרית יואל' וואלטן זיי זיך אנדערש אויפגעפירט... דאס איז א ישיבה קטנה שפראך.
אבער דאך איז ארויסצוהייבן אז יא! קען זיין די מערכה 'בעד' די זאל איז נאך נישט קיין סוקסעס, אבער די מערכה 'כנגד' איז זיכער א דורכפאל.
לויט דיין חשבון קומט אויס אז ביידע זאלן זענען מער ווי 20% פול. גאר א גרויסער דורכפאל פאר די מערכה נעבעך...
הייסט אזוי איך קום מיט א נאמבער אז פון 56 טעג איז געווען 12 חתונות וואס פון דעם איז אפשר פיר אן רשות, זאגסטו מיר אז וויבאלד דעי זעלבע נאמבער באטרעפט פונקט צוואנציג פראצענט איז עס א מאסיווע דורכפאל פאר די ארוינים....
יא יא אונז געדענק מיר נאך ווען מען האט נישט געמעגט אריינגיין אין חרדים וכדו' צו א משפחה קידוש א זאך וואס איז שוין אינגאנצן פארגעסן...
עס איז א געלעכטער ווען פעטערס רופן אן זייערע נעפיוס בעטן אז זיי זאלן טראגן קיין מאנסי זייער חתונה ווייל זיי ווילן זיך קענען משתתף זיין, ווען בעת די מחותן'ס באווארפן האט די פעטער זיך נישט באטייליגט ווייל עס איז געווען אין א גע'אסר'טע בית המדרש... נישטא ווער עס זאל לאכן...
וואפססס.... דו דארפסט מיך זאגן פאר דו נעמסט אזא שארפע עקזיט ארויס, זאג מיר דעם ריינעם אמת יעדע מאל דו געווינסט א פייט טרייסטו צו פארדרייען די שמועס אדער יעצט איז א אויסנאם?
ווי האט א גוט זאגער זיך אויסגעדריקט. עס איז מקיום געווארן די פסוק פון בור כרה ויחפרהו, די טערראר גייט נעבעך אנטקעגן די אייגענע מענטשן ווען די ארוינים דרייען זיך ארופ אן קיין קאפ בעפאר א חתונה ווי זיי ווילן זיך גאר שטארק באטייליגן...
כא כא כא....
ייעעקקבבהיינט כ“ט שבט ווערט 20 יאר פין ווען כ“ק מרן אדמו“ר הגה“ק בעל ברך משה זי“ע האט אויפגענימען בנו חביבו מרן ראש גולת אריאל הוד כ“ק אדמו“ר עט“ר הגה“ק שליט“א פאר מרא דאתרא קרית יואל יאריך ימים על ממלכתו

פתחון פהמהרי"י
ייעעקקבבמכתב קודש פין מרן רביה''ק בעל ברך משה זצוק"ל מרא דאתרא קרית יואל כ"ט שבט תשס"ב ווי די רבי איז ממנה בכח מרא דאתרא בנו חביבו כ"ק מרן אדמו''ר הגה"ק שליט"א פאר מרא דאתרא קדישא קרית יואל
בס"ד
למעלת כבוד אנשי שלומינו תושבי קרית יואל שיחיו
וענתה השירה הזאת לעד שבכח מרא דאתרא נתתי רשות ועידוד לייסד תלמוד תורה לבנים ובית חינוך לבנות וישיבה וכולל אברכים בקרית יואל על דרך ישראל סבא אשר היא לנו מסורה מכ''ק דודי הגה"צ זי"ע
"ובכח מרא דאתרא הנני נותן רשות לבני הגה''צ מוה"ר יקותיאל יהודה שליט"א לסדר קידושין בקרית יואל"
ובטוח אני שזכות מרן דודי הגה"ק זי"ע יגן על כל ההולכים בדרך השי"ת שיצליחו ויעשו פרי לתורה ולתעודה לשם ולתפארת ובכל אשר יפנו יצליחו בבני חיי ומזוני שפע ברכה והצלחה ברוחניות ובגשמיות עדי נזכה במהרה לראות בישועתן של ישראל בביאת גוא"צ במהרה בימינו אמן
כו''ח ביום כ"ט שבט יומא דהילולא של זקיני הגה"ק זצלה"ה תשס"ב
כו''ח פה מיאמי יצ"ו
חתימת יד קדשו
א חסיד פון ווילנאאפילו ער האט געשריבן די בריוו, האט ער צוריקגעצויגן
אינעם (אזויגעריפענע) צוואה שרייבט ער אז רז"ל זאל ממלא מקומו זיין ב'ברוקלין
ווער עס קען עס טרעפן ערגיץ די צוואה זאל עס אהערברענגען
שמעון וואלףא חסיד פון ווילנאאפילו ער האט געשריבן די בריוו, האט ער צוריקגעצויגן
אינעם (אזויגעריפענע) צוואה שרייבט ער אז רז"ל זאל ממלא מקומו זיין ב'ברוקלין
ווער עס קען עס טרעפן ערגיץ די צוואה זאל עס אהערברענגען
הו קעירס וואס שטייט אין די צוואה?
מיליאנערשמעון וואלףא חסיד פון ווילנאאפילו ער האט געשריבן די בריוו, האט ער צוריקגעצויגן
אינעם (אזויגעריפענע) צוואה שרייבט ער אז רז"ל זאל ממלא מקומו זיין ב'ברוקלין
ווער עס קען עס טרעפן ערגיץ די צוואה זאל עס אהערברענגען
הו קעירס וואס שטייט אין די צוואה?
גוט מארגן! דעיס איז די יסוד המחלוקת פון די ארוינים און די זאליס.
די ארוינים טענה'ן אז די ברך משה האט איבערגענומען די דברי יואל און ער האט געוואלט אז מהר''א זאל אים איבערנעמען, און די זאליס טענה'ן אז די ברך משה איז נישט געווען ממלא מקום און הו קעירס וואס ער האט געוואלט.
סאו מזל טוב, אונז האמער שוין גענדיגט די גאנצע סירקל, אונז זעמער צוריק אנגעקומען צום אנהייב פונקט.
שמעון וואלףמיר געדענקן נאך ווי זיי פלעגן אפען חוזק מאכן פין אים ווען ער האט נישט געדינט זייערע אינטערעסן.
וואסערדי ליסטע טוט פשוט אילוסטרירן אז יא עס איז א סטראגל, באט איט'ס א פאקט.
קיינער קלערט נישט אז די טערראר האט אפגעשוואכט און ווען נישט וואלט געווען מער חתונות.
עס איז קלאר אז עפ"י רוב איינער וואס האט א שווער אדער א טאטע וואס וועט נישט קומען וועט ער נישט דארטן חתונה מאכן.
יא די זאליס זענען נישט די סארט רשעים וואס וועלן צוקריגן עלטערן מיט קינדער פאר זייער פאליטיק.
אבער דאך איז ארויסצוהייבן אז יא! קען זיין די מערכה 'בעד' די זאל איז נאך נישט קיין סוקסעס, אבער די מערכה 'כנגד' איז זיכער א דורכפאל.
לויט דיין חשבון קומט אויס אז ביידע זאלן זענען מער ווי 20% פול. גאר א גרויסער דורכפאל פאר די מערכה נעבעך...
יא יא אונז געדענק מיר נאך ווען מען האט נישט געמעגט אריינגיין אין חרדים וכדו' צו א משפחה קידוש א זאך וואס איז שוין אינגאנצן פארגעסן...
עס איז א געלעכטער ווען פעטערס רופן אן זייערע נעפיוס בעטן אז זיי זאלן טראגן קיין מאנסי זייער חתונה ווייל זיי ווילן זיך קענען משתתף זיין, ווען בעת די מחותן'ס באווארפן האט די פעטער זיך נישט באטייליגט ווייל עס איז געווען אין א גע'אסר'טע בית המדרש... נישטא ווער עס זאל לאכן...
ווי האט א גוט זאגער זיך אויסגעדריקט. עס איז מקיום געווארן די פסוק פון בור כרה ויחפרהו, די טערראר גייט נעבעך אנטקעגן די אייגענע מענטשן ווען די ארוינים דרייען זיך ארום אן קיין קאפ בעפאר א חתונה ווי זיי ווילן זיך גאר שטארק באטייליגן...
וואסערנאך א נקודה למחשבה.
איך ווייס נישט ווי קראנט דיינע נומבערס זענען מיט די 12 חתונות אויפן זוממער.
אבער לויט די נומבער קומט אויס א גרויסע פארצענטואלע שפרינג אויף ארויף.
במשך'ן זוממער איז דא אן ערך פו 45 טעג צו קענען חתונה מאכן.
אראפרעכענדיג פון פסח ביז שבועות (חוץ ל"ג בעומר), פון שבעה עשר בתמוז ביז י אב, און אזוי אויך סוף חודש סיון, אב, אלול
דאס איז 26% וואס איז א 6% שפרינג.
ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!
וואסערשמעון וואלף. מיין ציל איז דירעקט נישט צו ווייזן אז די מערכה "קעגן טעראר" העלפט.
ניין אויסדריקליך נישט, מען קען נישו פירן קיין מערכה קעגן טערראר. טעראר האט נאך "אייביג" געווינען.
די איינציגסטע עצה קעגן טערראר איז טאקע נאר דאס איגנארירן ווען מ'קען. און טאקע דאס וויל איך דא ברענגען נומערן צו ווייזן אז צוביסלעך לעשט זיך אלעס אויס און עס ווערט א פאקט.
טאקע אזוי ווי איך האב אויבן געשריבן. אז איך געדענק נאך ווען מען האט נישט געמעגט אריינגיין אין א בני יואל שול צו א שמחה. א זאך מיט וואס די ארונים שעמען זיך היינט צוטאגס.
(די וואך קומט עטליכע חתונות אין ביידע זאלן.)
עס איז קלאר אז די טערראר וועט נאך נעמען א שטיק צייט ביז עס וועט זיך אינגאנצן ענדיגן, א שטייגער ווי עס איז יעצט דא א רעדע אויף א חתונה געסקעדזשלט אין עטליכע וואכן וואס מען לייגט גאר א גרויס פרעשאר און טערראר אויפן זיידן (איינגעשטעלט אין א הויכע פאזיציע ביי די ארונים) אז ער זאל נישט גיין. אין דער מחותן זאגט אז עס איז דא שטארקע מעגליכקייטן אז ער וועט עס טראגן קיין מאנסי, ווייל ווי א נורמאלע מענטש (א געווענדליכער זאלי) וויל ער נישט מצער זיין דעם זיידן זיך נישט צו קענען באטייליגן ביי אן אייניקעלס חתונה.
איך ווארט נאר צו זעהן ווי די ארונים זינגן אז דער מחותן האט "א י י נ ג ע ז ע ן" אז עס איז "א ס ו ר" דארט חתונה צו מאכן...
עס דערמאנט א ביטערע אמת'ע מעשה פון צווי אידן וואס האבן געהאט א די"ת און ווען דער בעל דין א גבר עלם האט געזען אז ער פארלירט האט ער געדינגען די מאפיא צו סטראשענען דעם אנדערן בעל דין וואס האט ווי פארשטייט זיך תיכף אונטערגעגעבן און דערנאך איז דער גבר עלם ארומגעלאפן אין שטאט זינגען "זעסט איך בין גערעכט... דער צווייטער האט זיך אפילו אינטערגעגעבן"
ב.ד.וו.
אלץ א זייטיגער נאטוץ ווייסט אפשר איינער פארוואס אלע איינוואוינער אין פעני קועיקער-הילל געגנט זענען צוריק געגאנגען דאווענען אינעם אלטן בעיסמענט נאכדעם וואס דער נדבן הביהמ"ד האט איבערגעשריבן דעם נייעם שול צו קהל מהר"א, און דער נדבן האט זיך געטראפן אן קיין מנין?
מיליאנערעס איז נישטא קיין פינטל טעראר קעגן די וואס מאכן חתונה אין עטרת מייזעלס..
מיליאנערקיין איין ארויני שעמט זיך נישט מיט די איסור אריינצוגיין אין חרדים.
אויב וואלט היינט געווען דעי מציאות וואס איז געווען אין יענע יארן וואלט מען היינט פון פריש באנייט די איסור.
מיליאנערדי ארוינים זיכן נישט אז די זאליס זאלן איינזען אז עס איז אסור חתונה צו מאכן אין עטרת מייזעלס.
פאר די ארוינים איז גענוג דאס אליינס אז עס איז נישטא קיין חתונות שלא ברשות אפילו די איינציגסטע סיבה איז ווייל מ'וויל אז די זיידע זאל קומען.
וואסערגעהערט היינט פון די משפחה אז די באשלוס איז געקומען נאכן זיך אדורך רעדן מיט רבינו שליט"א, ווען פארגאנגענע וואך איז דער מחותן אריינגעפארן צו רבינו שליט"א זיך אדורך רעדן כדת מה לעשות. און רבינו שליט"א האט אים גע'עצה'ט אז ער זאל אוועקטראגן די חתונה.
טאקע, פארוואס האט רבינו שליט"א אייביג געהייסן פייטן און אליינס ארויסגעקומען מסד"ק זיין? און געזאגט ברבים אז מ' זאל זיך נישט שרעקן פון רדיפות,וואס איז יעצט געשען?
עס איז א שטאלץ פאר אונזער קהילה אז מחותנים פירן זיך אויף ווי עס פאסט און ברענגען נישט אן קיין אומאייגענעמליכקייטן פאר די אייגענע משפחה און פירן זיך נישט אויף ווי די וואנזיניגע חיות מטורפות וואס טעראזירן אפי' די אייגענע מענטשן און זענען מקיים דעם פסוק את בניו לא ידע ואת אחיו לא הכיר, און פרובירן אנצוזייען מחלוקת צווישן משפחות.
אויב דאס הייסו שיין, פארוואס אנדערע חתונות קערט מען נישט פאר עלטערן?
עס איז שמייכעלדיג צו טראכטן פון די דברי פי חכם [להרע] "מען דארף פארשטיין אז ווען איך פאר קיין ארץ ישראל דארף איך גיין באזוכן די רבנים דארטן אפי' וואס זענען נישט מיט די שיטה אויסגעהאלטן, ווייל עס איז דאך מבני משפחתי..." (נישט פונטקליך די לשון, ווער עס האט די ריקארדונג איז מכובד).
אזוי אויך איז פשוט אינטערסאנט צו צוצייכענען דא די דברי הבל פונעם איידעם א שטיק שווער אב"ד ביהמ"ד אהל פיגא ק"י די וואך ביי שלש סעודות. "איך וויל דא דערמאנען מיינס א נכסי מלוג זיידע וואס די יארצייט געפאלט די וואך דער הייליגער ישועות משה..."
א חסיד פון ווילנאוואסער

לפי ידיעתי האט ר' יושע כהן געזאגט של"ס תורה די וואך אין אוהל פייגא
וואסער[ציטאט אראפגענומען]
ווייסט אפשר איינער פארוואס מען רעדט נישט אויפן ליין פון די חתונות אין עטרת מאיר צבי.
צ.ב. היינט איז אויך דא א חתונה אין עטרת מאיר צבי אן רשות פונעם פרה דאתרא און עס ווערט נישט געמאלדן.
וואסערווייסט אפשר איינער פארוואס מען רעדט נישט אויפן ליין פון די חתונות אין עטרת מאיר צבי.
נ.ב. היינט איז אויך דא א חתונה אין עטרת מאיר צבי אן רשות פונעם פרה דאתרא און עס ווערט נישט געמאלדן.