Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » איז סאטמאר א המשך פון די אידישע מסורה?

איז סאטמאר א המשך פון די אידישע מסורה?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 91 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #14450
זונטאג פעברואר 07, 2021 2:05 pm#466492
איז סאטמאר א המשך פון די אידישע מסורה?
איז סאטמער ארטאדאקסיש?
האט מהרי״טב משנה געווען די תורה?

ווען דער סאטמער רבי זכרונו לברכה האט מספיד געווען ר׳ אהרן קאטלער האט ער אויסגערופן מיט פּאַטאָס: ״להגיד שבחו של אהרן שלא שינה״ - ער האט גארנישט משנה געווען פון די מסורה.

שטעלט זיך די פראגע: צי האט ער אליין אויך נישט משנה געווען די תורה? צי קען מען אויך אויף אים זאגן ״להגיד שבחו של יואל שלא שינה״?

ס׳איז באקאנט די מעשה פון די גמרא וועגן א גוי וואס איז געקומען צום תנא שמאי הזקן און פארלאנגט אז ער וויל זיך מגייר זיין, אבער נאָר בתנאי אז ער קען אים לערנען די גאנצע תורה אויף איין פוס. ווען שמאי האט אים אוועקגעשטופט מיט אן אמת הבנין, האט דער גוי נישט אויפגעגעבן און געקומען צו הלל הזקן מיט די זעלבע בקשה.
הלל האט באלד געטראפן א לעזונג און געזאגט: דעלך סני לחברך לא תעביד ואידך פירושא היא זיל גמור – טוה נישט פאר א צווייטן וואס דו האסט פיינט פאר זיך אליין. אויף דעם באשטייט די גאנצע תורה. דאס איבריגע איז בלויז א פירוש, גיי און לערן….״

זיין מימרא איז ענליך צו די מימרא פון ר׳ עקיבא: ואהבת לרעך כמוך זה כלל גדול בתורה; נאר וואס דען? וואס ר׳ עקיבא האט געזאגט אויף א פאזיטיוון אופן, האט הלל האט געזאגט אויף א נעגאטיוון אופן.

ס׳איז פארשטענדליך; ווייל קיינער וועט נישט זאגן: אויב דו בויסט א הויז פאר זיך, דארפסטו אויך בויען א הויז פאר דיין חבר. אדער אז ווען דו קויפסט זיך א ניי פּאָר שיך, דארפסטו קויפן שיך פאר יעדן איד אויף דער וועלט… די פסוק מיינט פשוט זאלסט נישט בא׳עוולה׳ן א צווייטן. פונקט ווי דו שוינסט אויף דיין אייגן כבוד, זאלסטו שוינען אויך דיין חבר׳ס כבוד. דו שוינסט דיין געלט? שוין אויך יענעם׳ס געלט. (רמבם; מהרשא). דערפאר זאגט עס הלל אויף דעם אופן.

מערקווירדיג אז די גמרא זאגט אויך: כל התורה לא ניתנה אלא כדי לעשות שלום בעולם. די גאנצע תורה איז געגעבן געווארן פאר איין ציל, צו מאכן שלום אויף דער וועלט. און דער רמב״ם פסקנ׳ט אזוי להלכה. נאכמער זאגט ער ״שאין התורה נקמה בעולם אלא חסד ורחמים ושלום בעולם״ – די תורה איז נישט אויסן צו ברענגען נקמה אויף דער וועלט, נאר חסד, רחמנות, און שלום. און די דריי סימנים פון א איד איז רחמנות, שעמעוודיקייט, און גמילות חסדים.

די מפרשים מוטשען זיך צו פארשטיין די מימרא פון הלל הזקן: וויאזוי קען מען זאגן אז אויף דעם שטייט די גאנצע תורה, און אז די איבריגע איז בלויז א פירוש? וויאזוי נעמט עס אריין אלע 613 מצוות און די טויזנטער הלכות?
זיי געבן פארשידענע הסברים דערויף.

אינעם עלפטן יארהונדערט האט רשי מסביר געווען אז לחברך מיינט נישט דא א מענטשליכן חבר נאר מען מיינט דעם אייבערשטן...
רשי האט אבער נישט געקענט איגנארירן דעם פראסטן פשוטן פשט דערפאר ברענגט ער א צווייטן טייטש אז מען מיינט טאקע א פשוטער בשר ודם איי איז דאך שווער וויאזוי ענטהאלט דאס די גאנצע תורה? איז דער הסבר אז סע ענטהאלט דאס רוב פון אלע מיצוות. ואין כאן המקום להאריך בזה.

אינ׳ם ערשטן העלפט פונעם אכצנטן יאר הונדערט, האט דער געדאנק פון אהבת רעים שוין געשטערט אביסל - פאר רבי חיים בן עטר אין מאראקא, און ער האט באגרעניצט די מצוה פון אהבת רעים, אז דאס איז געזאגט געווארן בלויז לגבי ערליכע און פרומע אידן, און נישט וועגן רשעים און בעלי עבירה, וואס זיי איז דאך א מצוה פיינט צו האבן.

אנדערע ראשונים און אחרונים האבן ארגומענטירט אז אין היינטיגע צייטן דארף מען נישט פיינט צו האבן אפילו רשעים און אפיקורסים. ווידעראום איז געווען אזעלכע וואס האבן געמאכט א גאלדענעם מיטלוועג; זיי אים נישט מכבד און זיי אים נישט מבזה.
דער הייליגער נציב שרייבט אז די קנאות פון די פרומע האט צוגעברענגט דעם חורבן בית המקדש. דער פילאזאפישער צדיק פון שטעפאנעשט זאגט : דאס רעליגיעזע קנאות איז א מכה הכתובה בתורה ווי עס שטייט אין פסוק פון די תוכחה יככה השם בשיגעון ובעיוורון ובתמהון לבב!

אין די תקופה פון השכלה, איז געקומען דער ספר הברית, און פראקלאמירט אז די מצוה איז אויך חל כלפי די גויים. דער מאמר זיינער וועגן אהבת רעים איז געווארן איבערגעזעצט דעמאלטס אויך אויף פויליש.

(אפשר איז דאס טאקע די סיבה וואס דער דאזיגער ספר האט זייער נישט געשמעקט דעם סאטמאר רבין און ער האט עס נישט אריינגעלאזט צו זיך אין ישיבה, כאטש דער חתם סופר האט עס אויסגערימט, און טראצדעם וואס דער ישמח משה האט ציטירט דעם ספר הברית)

שפעטער האט רבי שמשון רפאל הירש דערקלערט אז אמת׳ע ליבשאפט דרוקט זיך אויס צו די גאנצער בריאה; אויב איינער האט באמת אהבה, האט ער עס צו אלע באשעפענישן, בלומען און געוואוקסן...

זענען אבער געווען משכילים וואס זענען געקומען מיט די טענה אז היות די עיקר פון די תורה איז אהבת רעים, קען מען אפלאזן אלע אנדערע מצוות…. און ממילא איז דער געדאנק פון הלל געווארן מער פראבלעמאטיש.

איינער, א משכילישער גאון, האט זיך אפילו געוואגט אפצודרוקן א ספר שו׳׳ת ׳בשמים ראש׳ אויפ׳ן נאמען פון רבינו אשר, פונעם פערצנטן יארהונדערט, ווי דארטן זאגט זיך בפירוש, אז אויב ס׳וועט קומען א צייט וואס די תורה וועט נישט ברענגען קיין טובה פאר אידן, נאר פארקערט; וועט מען מיזן... אראפווארפן פון זיך עול התורה, פשוטו כמשמעו.

(אינטרעסאנט, אז טראצדעם וואס ר׳ מרדכי באנעט האט מחרים געווען דעם ספר בשמים ראש, האבן אבער אנדערע רבנים זיך אנגענומען פאר׳ן ספר און במשך הדורות ווערט דער ספר ציטירט טויזענטער מאל אין די הלכה ספרים.)

דרך אגב; איינע פון די משכילישע ספרים האט געטראגן דעם קעפל ׳תורה כולה על רגל אחת׳.

רבנים האבן געדארפט טרעפן וועגן וויאזוי אפצוענטפערן די משכילים, און צו פארשטאפן זייערע מיילער. למשל, דער חת׳׳ם סופר האט גע׳טענה׳ט אז די מימרא פון הלל הזקן האט ער נישט געמיינט אויף אן אמת, ער האט עס נאר געזאגט כדי מקרב צו זיין דעם גוי צו אידישקייט.

ווען סאטמער האט זיך געבויט, איז די געדאנק פון הלל , צען-פאכיג שווערער געווארן. אויב איז די יסוד פון סאטמערע אידישקייט, נאכצוגיין אין יעדן אספעקט פון לעבן, נאך די אנווייזונגען פון רבינו יואל טייטלבוים – ווי לגבי ארץ ישראל, ציוניזם, מיזרחי, אגודת ישראל, חינוך הבנים והבנות און די לבוש פון די מענער פרויען, און מיידלעך –
און האלטן דעם רבין פארן איינציגן אמתן מנהיג הדור, און מיט די שיטה הקדושה ויואל משה, ווי אזוי קען מען דאס פארזיכערן אין א צייט ווען זיי קענען זיך האלטן נאנט מיט חסידים פון אנדערע הויפן, אדער מיט גאונים און ראשי ישיבות וואס גייען נישט מיט די שיטה?

עס קוקט אויס, ווי דער געדאנק פונ׳ם חת׳׳ם סופר, האט דער סאטמארער רב נישט געוואוסט, און ממילא האט ער געהאט א גרויסע פראבלעם מיט הלל הזקן .

אבער בחסדי השם מיט זיין חריפות האט ער געפינען א נייעם וועג אויסצוטייטשן דעם מאמר פון הלל
הלל, זאגט ער, קומט בכלל נישט אונז לערנען אהבה, איפכא מסתברא, פונקט פארקערט, ער וויל אונז דווקא לערנען שנאה.
און אזוי דארף מען צו פארשטיין פשט:

״לחברך״ זאגט ער, מיינט הלל דא צו זאגן, אז אהבה מעג מען נאר האבן פאַר א ״חבר״ וואס גייט אין די זעלבע שיטה ווי דיין רבי!….

ומכלל הן אתה שומע לאו, , אז נישט נאר טאר מען אנדערע נישט ליב האבן, אבער מ’דארף זיי פיינט האבן און זיך אוודאי נישט חבר׳ן מיט זיי. (און פאַר זיי מעג מען יא טון וואס דו האסט פיינט פאר זיך)

״זו הוא כל התורה כולה״ - אויף דעם שטייט די גאנצע תורה. און דער סאטמער רבי לייגט נאך צו גאר א נייעם טייטש אויף ״ואידך פרושא הוא, זיל גמור״- אנשטאט: די איבריגע פון די תורה איז א פירוש; און גיי לערן… זאגט ער: ואידך פירושא - אויב האסטו ארויס דעם [נייעם] פירוש אויף די מצווה פון ואהבת לרעך און דו ווייסט שוין וועמען פיינט צו האבן, זיל גמור - דעמאלץ קענסטו גיין אין א ישיבה לערנען אבער פאַר דו האסט ארויס דעם פשט, טארסטו נישט גיין אין ישיבה, ווייל דו קענסט נאך חלילה אנקומען צו ישיבות וואס גייען נישט מיט די שיטה.…

סאטמער רב וויל מחדש זיין: נישט נאר הלל׳ס געדאנק איז נישט כפשוטו , נאר די עצם מצוה אין די תורה פון ואהבת לרעך כמוך, איז בכלל נישט אויסן אהבה נאר פארקערט גאר: שנאה!
עד כאן דבריו

ווען ר' שלמה קארליבאך האט אנגעפירט מיט א קאנצערט אין פוילן, האט מען אים געפרעגט, וויאזוי קען ער דאס טון אין די צייט וואס די פאליאקן האבן אזויפיל שלעכטס געטון פאַר אידן ?
האט ער געענטפערט אזוי: ווען איך וואלט געהאט צוויי הערצער, וואלט איך אנגעפילט איינס מיט אהבה און די אנדערע מיט שנאה... אבער אזוי ווי איך האב בלויז איין איינציג הארץ קען איך עס נישט פאר׳סמ׳ען מיט האַס!

אבער פון סאטמארער רבי׳ס לשון איז קלאר, אז ער פאדערט, יעדעס אידיש אינגל זאל נישט אנהייבן לערנען קיין תורה, איידער ער האט נישט קודם פאר׳סמ׳ט זיין הארץ און מח מיט שנאה.

סאטמערער רבי מיט זיין כח אין דרוש האט גענומען די יסוד פון די תורה און האט מהפך געווען הקערה על פיה - צו לערנען פאר זיינע תלמידים, כאילו הלל זאגט גאר פארקערט….

א. אז די מצווה ואהבת איז נישט אויסן אהבת רעים נאר שנאת אחרים

ב. אז ליבשאפט איז טאקע באגרעניצט פאר בלויז תלמידים פון דיין רבי׳ן. אלע אנדערע ברויך מען פיינט האבן און חלילה מיט זיי זיך נישט חבר׳ן

ג. פארבאָטן צו לערנען: מען טאר נישט לערנען קיין תורה בעפאר מ׳איז גוט דורכגעדרונגען מיט שנאה צו פרומע און פרייע אידן.

ד. און די הויכפונקט איז: אז אויף דעם כלל באשטייט די גאנצע תורה. שנאה איז די יסוד פון אידישקייט! (פתיחה לתלמידי הישיבה תשי׳׳ט 1959. אגדות מהרי׳׳ט מסכת שבת דף לא)

סע איז א מחיה, דער שארפסטער מקור פאר אהבה און פאר בין אדם לחבירו, איז געווארן אויסגענוצט ווי דער שארפסטער מקור פאר פיינטשאפט און האס!
אזוי איז געלעזט געווארן די פראבלעמאטישע מעשה פון הלל אויף א פאנטאסטישן אופן. און אנשטאט וואס די מעשה זאל שטערן צום סאטמאריזם איז עס אדרבא געווארן א שטיצע און חיזוק צו ״אידישקייט נוסח סאטמאר״ והכל על מקומו יבוא בשלום (או במחלוקת)…

און לאמיר א טראכט געבן איז דען דא נאך א מצווה אדער א מדה וואס ווערט אזוי פיל געפרעדיגט און אזוי איינגעבאקן ביי אונז ווי די ״מצווה פון שנאה״, התבדלות, קנאות, אונטערדריקונג און קריגעריי?

ר׳ חיים ליבערמאן האט ארגומענטירט אין די זעכציקער יארן, אז סאטמאר איז נישט קיין חלק פון דער אידישע געמיינדע וויבאלד זיי קעמפן קעגן מדינת ישראל...אבער מיר האבן גאר אן אנדערע פראגע;
וואס איז די ערשטע יסוד פון ארטאדאקסישער אידישקייט? לויט ווי מיר ווייסן, איז עס די פארפליכטונג צו תורה, תלמוד, און חז׳׳ל.

איז דער סאטמארער רב געווען א רעפארמאטאר? תורה חדשה מאתו תצא? האט ער געגרינדעט א נייע סעקטע? א נייע רעליגיע, די סאטמארע רעליגיע?

ווען האט מען געהערט אזא זאך אז אלע, תלמידי חכמים, צדיקים, און סתם עמך אידן זאל מען דארפן פיינט צו האבן בלויז דערפאר ווייל זיי גייען נישט אין די שיטה פון דיין רבי?
ס׳האט גענומען דריי טויזנט יאר ביז א מחבר זאל וואַגן צו זאגן -אז ׳ואהבת לרעך כמוך׳ מיינט גאר שנאה נישט אהבה.
איז געווען אמאל אין די אידישע היסטאריע, ווי א ראש ישיבה זאל פארבאטן יידישע קינדער צו לערנען תורה, איידער זיי זענען אנגעזאפּט קודם מיט שנאה און האס?

פאר צוויי טויזנט יאר זינט די הנהגה פון הלל האבן מיר בטעות געמיינט אז די יסוד פון אידישקייט איז אהבה; זיך רעכענען מיט א צווייטן, איז געקומען דער רב און אונז מגלה געווען אז דער אמת איז גאר פונקט קאפויער!

ס׳פאדערט א געוואלדיגע דרייסטקייט, אויסצוטייטשן פארקערט די סאמע יסודות פון די תורה, און מיט א פורים תורה עס פאדרייען אויף אזא ראדיקאלן אופן, וואס אפילו די רעפארמער און נעאלאגן האבן זיך קיינמאל נישט געוואגט צו טון,
קען מען אזא מהלך רופן טראדיציאנעלע אידישקייט?

האבן מיר געירשנט א תורה מזויפת, א געפעלשטע תורה?

אין די לעגאלע פאפירן פאררופט זיך די סאטמארע ישיבה די ’יונייטעד תלמודיקל אקאדעמי’ ,
האט סאטמאר די רעכט זיך אזוי צו רופן, בשעת איר שיטה איז בפירוש אנטי–
תלמודיקל?

פרעגט זיך נאכאמאל די פראגע: איז סאטמאריזם ארטאדאקסיש אדער
רעפארעם? אמונה צי אפיקורסות?

Sent from my iPad using Tapatalk
זונטאג פעברואר 07, 2021 2:28 pm#466496
זונטאג פעברואר 07, 2021 10:45 pm#466548
קיינער נאך נישט גענטפערט דעם אפיקורס?
זעט אויס אז מענטשן דא האבן מער שכל
סאטמארער רב ז"ל האט נישט פיינט געהאט קיין יוד, געווען דער גרעסטער אוהב ישראל בדורינו,
טאקע ווייל ער האט ליב געהאט א יעדן איד האט אים וויי געטון ווען מ'איז געפאלן אין די אמונה (לשיטתו, נישט יעדער האט אזוי געהאלטן).
עס איז דא טויזענטער מעשיות ווי ער אדער זיינע חסידים האבן אוועקגעגעבן אלעס פאר אנדערע יודן, נישט קיין חילוק חסידים מתנגדים, אלע האבן געטראפן א אוזן קשבת ביי אים, אוועקגעטיילט מיליאנען פאר צדקה און אזוי האט ער אויסגעלערנט זיינע חסידים
ביקור חולים (פאר יעדן) וכדומה

ער האט פיינט געהאט א יוד?
מאנטאג פעברואר 08, 2021 12:56 am#466562
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:קיינער נאך נישט גענטפערט דעם אפיקורס?

אפיקורס? נישט מער און נישט ווייניגער?!
איך האב אויך נישט געגליכן די שארפקייט מיט וואס @הומאניסט דריקט זיך אויס קעגן סאטמאר רב אבער די אמת מוז געזאגט ווערן אז די שנאת ישראל וואס איז דא אין סאטמאר טרעפט מען כמעט אין ערגעץ נישט. איך וואלט נישט געזאגט אז סאטמאר רב אליין האט דאס געוואלט אבער למעשה האט זיך עס אזוי ארויסגעשטעלט.
מאנטאג פעברואר 08, 2021 1:23 am#466563
מען האט נישט פיינט א איד אין סאטמאר, ישתקע הדבר. מען האט אפשר פיינט שיטות פין אנדערע.

הומאניסט רעדט אויך נישט פין למעשה'דיגע שנאה, ער רעדט פין וואס שטייט אין די כתבים פין רבי'ן.

ער האט געזאגט אז מען דארף פיינט האבן רשעים, אבער עס מיינט נישט אז מען דארף פיינט האבן די וואס זענען זיך מתחבר לרשעים.
מאנטאג פעברואר 08, 2021 1:27 am#466564
Re: איז סאטמאר א המשך פון די אידישע מסורה?
דער בחור איז ווידער דא מיט א נייע ניק
מאנטאג פעברואר 08, 2021 9:04 am#466576
שמעון וואלף האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:קיינער נאך נישט גענטפערט דעם אפיקורס?

אפיקורס? נישט מער און נישט ווייניגער?!
איך האב אויך נישט געגליכן די שארפקייט מיט וואס @הומאניסט דריקט זיך אויס קעגן סאטמאר רב אבער די אמת מוז געזאגט ווערן אז די שנאת ישראל וואס איז דא אין סאטמאר טרעפט מען כמעט אין ערגעץ נישט. איך וואלט נישט געזאגט א סאטמאר רב אליין האט דאס געוואלט אבער למעשה האט זיך עס אזוי ארויסגעשטעלט.

וואספארע שנאת ישראל מיינט איר?
70 יאר ביקור חולים וואס סאטמאר איז געווען דער פיאנער און נאך היינט די גרעסטע (אדער כמעט גרעסטע)?

איר לייקענט די מיליאנען דאלארן וואס סאטמאר רב האט פארטיילט פאר צדקה אפילו פאר יודן וואס זענן געווען בשיטה פונקט פארקערט פון אים?
אוודאי האט ער געפירט א מערכה וואס איז לדעתו עיקרי התורה, אבער פערזענליכע שנאה? ער האט קיינמאל נישט דערמאנט א נאמען ברבים אפילו (חוץ די בריוו קעגן רב קוק), ער האט לוחם געווען קעגן א שיטה, נישט קעגן א מענטש!
אזוי אויך רוב סאטמארע חסידים ווייסן אפצוטיילן צווישן א מענטש מיט זיין שיטה, נישט דא נאך א קהלה אין די וועלט פון ווי עס גייט ארויס אזופיל צדקה וחסד פאר יעדן נצרך.
אוודאי איז דא אויסנאמען פארפוילטע עקסטרעמיסטן וואס האבן עס געמאכט פאר א פערזענליכע מחלוקות און שנאה, אבער ווי איז נישט אזוי? אגודה /דגל, ליבאוויטש /פאנעוויזש, פאנעוויזש צווישן זיך, באבוב 48/45 און נאך, אבער זאגן אז די מערסטע שנאת ישראל איז אין סאטמאר איז אזוי אבסורד און ווייט פון אמת אז עס לאזט זיך נישט זאגן.
מאנטאג פעברואר 08, 2021 11:37 am#466583

איר לייקענט די מיליאנען דאלארן וואס סאטמאר רב האט פארטיילט פאר צדקה אפילו פאר יודן וואס זענן געווען בשיטה פונקט פארקערט פון אים?

גראדע לייקען איך אויך אין דעם.

אפשר האט ער אמאהל געגעבן אפאר דאלער פאר וויזניץ, אבער נישט קיין מיליאנען.
מאנטאג פעברואר 08, 2021 11:59 am#466587

איינער, א משכילישער גאון, האט זיך אפילו געוואגט אפצודרוקן א ספר שו׳׳ת ׳בשמים ראש׳ אויפ׳ן נאמען פון רבינו אשר, פונעם פערצנטן יארהונדערט, ווי דארטן זאגט זיך בפירוש, אז אויב ס׳וועט קומען א צייט וואס די תורה וועט נישט ברענגען קיין טובה פאר אידן, נאר פארקערט; וועט מען מיזן... אראפווארפן פון זיך עול התורה, פשוטו כמשמעו.

ווי קומט דאס דא אריין?

און ווי שטייט עס דארט אין בשמים ראש?
מאנטאג פעברואר 08, 2021 12:28 pm#466589
בנוגע סאטמארער רבס שנאת ישראל....

איך האב אמאל געטראפן א באבובער יונגערמאן, כדרכי בקודש בין איך אריין אין א שמועס מיט אים איבער די פאליטיק וואס האט בשעתו געברענט צווישן באבוב און באבוב 45, ער האט מיר דערציילט אז זיין נאנטסטע פריינט איז געגאנגען צום צווייטן באבוב און זייט דעמאלטס גריסן זיי זיך נישט, איך האב זיך דעמאלטס געוואונדערט אז ביי אונז אין סאטמאר, כאטש די פאליטיק איז געווען הייסער פון הייס טרעפט מען כמעט נישט קיין מציאות אז צוויי מענטשן זאלן זיך נישט גריסן, יא מען האט געטראפן אפילו אז איינער זאל איבערטרעטן א צווייטן אבער אויב געדענק איך גוט האבן זיי זיך אפילו משדך געווען נאכדעם אדער עפעס אזאנס, ראשי קהילה פון ביידע פארטייען זענען נאך אלס פאניע בראדט, עסקנים פון ביידע זייטן שנארן נאך געלט פון עשירים פון ביידע זייטן אזש איך קען פערזענליך א געוויסן עסקן וואס האט בשעתו געגעבן א טויט קלאפ פארן צווייטן פארטיי מיט זיינע אקטיוויטעטן, און היינט זענען די ראשי קהילה פונעם אנדערן פארטיי זיינע גרעסטע תומכים, בקיצור סהאט מיר באמת געוואונדערט ווי אזוי קען זיין אז א פשוטע באבובע יונגערמאן זאל פירן א מערכה מיטן צווייטן זייט מער ווי די גרעסטע שוויצערס פון סאטמאר.

כהאב עס איבערגעשמועסט מיט עטליכע קלוגע אידן ביז איך בין צוגעקומען צו אזא מסקנא, אין סאטמאר האט מען מחנך געווען וויאזוי צו קריגן, סאטמאר רב האט זיך אלע יארן געקריגט מיט כל מיני רביס און פארטייען, און אזויווי דער הומו[...] האט דא ארויסגעברענגט האט עס סאטמאר רב אריינגעווארצלט אין זיינע חסידים, היינט צוטאגס ווען סאטמאר שטייט פאר א קריג ווייסט זי פונקטליך וואס זי האט צו טון און וואס זי האט נישט צו טון, משא"כ אנדערע חסידותן וואס האבן נישט באקומען דעם לימוד האבן פשוט אזוי פיינט דעם צד שכנגד אזש אז זיי וועלן זיך נישט גריסן.

וכן הדין לגבי סאטמארער רבס מערכות, נאך היינט וועט א מזרחיסטישער פרענק גריגער באקומען תמיכה אין וויליאמסבורג ווי סיי וועלכער היימישער שנארער [איך רעד פון זאכן וואס איך האלט מיט טעגליך], א טיפישער סאטמארער וועט נישט פיינט האבן פערזענליך קיין ציונים נאר זייערע אגענדעס, בנוגע צו סאטמאר האט ליב אדער פיינט גוים איז א זאך וואס מען האט נישט גערעדט דערפון און סווענדט זיך ווי א מענטש, און דאס איז אפגערעדט אז אין סאטמאר האט מען ווייט נישט פיינט קיין אנדערע חסידותן, אפילו סאטמאר רב האט דאס קיינמאל נישט געפאמפעט.

אגב איך גלייב נישט אז אלע באבובע זענען אזוי, איך האב עס נאר געברענגט פאר א משל ארויסצוברענגען דעם קאנצעפט וואס דארף לדעתי נישט קיין הוחכות פאר איינעם וואס קען סאטמאר פון די נאנט.
מאנטאג פעברואר 08, 2021 12:53 pm#466590
איז סאטמאר א המשך פון די אידישע מסורה?
אישתישבי האט געשריבן:

איינער, א משכילישער גאון, האט זיך אפילו געוואגט אפצודרוקן א ספר שו׳׳ת ׳בשמים ראש׳ אויפ׳ן נאמען פון רבינו אשר, פונעם פערצנטן יארהונדערט, ווי דארטן זאגט זיך בפירוש, אז אויב ס׳וועט קומען א צייט וואס די תורה וועט נישט ברענגען קיין טובה פאר אידן, נאר פארקערט; וועט מען מיזן... אראפווארפן פון זיך עול התורה, פשוטו כמשמעו.

ווי קומט דאס דא אריין?

און ווי שטייט עס דארט אין בשמים ראש?
א. די בשמים ראש האט אויף אן עקסטרעמען אופן אנגענומען דעם געדאנק אז די עיקר פון די תורה איז דעלך סני לחברך לא תעביד- to care for people
און אז די ציל פון די תורה איז ווי דער רמב״ם זאגט, חסד ורחמים ושלום, און כל התורה לא נתנה אלא לעשות שלום בעולם;
האט ער געמאכט אן אויספיר, אז היות די תורה קומט אונז מאכן דאס לעבן בעסער~ ממילא אויב וועט אמאל פאסירן אז ס׳קומט א צייט ווען ס׳נישט אזוי און די תורה מאכט חלילה ערגער דאס לעבן פאַר א איד, זאל מען קענען פורק זיין דעם עול התורה

ב. דו קענסט עס טרעפן אין אלע מקורות וואס רעדן וועגן בשמים ראש; איך האב עס נישט יעצט צו די האנט.
אפשר ווערט אויך גערעדט דערוועגן אין יפה לבשמים.

Sent from my iPad using Tapatalk
מאנטאג פעברואר 08, 2021 11:00 pm#466643
Re: איז סאטמאר א המשך פון די אידישע מסורה?
אישתישבי האט געשריבן:

איר לייקענט די מיליאנען דאלארן וואס סאטמאר רב האט פארטיילט פאר צדקה אפילו פאר יודן וואס זענן געווען בשיטה פונקט פארקערט פון אים?

גראדע לייקען איך אויך אין דעם.

אפשר האט ער אמאהל געגעבן אפאר דאלער פאר וויזניץ, אבער נישט קיין מיליאנען.
זייט מיר מוחל פאר׳ן ענטפערן אפילו אייך

אמת, ער האט קיין פעני צדקה נישט געגעבן, יעדען איד ארויסגעווארפן פון שטוב,
די אנדערע רבי׳ס האבן געשמ׳ט מיט זייער אהבת ידראל, ווי למשל דער .... האט צוטיילט זיין גאנצע געלט פאר נצרכים

וואס נאך לייקענסטו

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 09, 2021 1:58 am#466648
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:בנוגע סאטמארער רבס שנאת ישראל....

איך האב אמאל געטראפן א באבובער יונגערמאן, כדרכי בקודש בין איך אריין אין א שמועס מיט אים איבער די פאליטיק וואס האט בשעתו געברענט צווישן באבוב און באבוב 45, ער האט מיר דערציילט אז זיין נאנטסטע פריינט איז געגאנגען צום צווייטן באבוב און זייט דעמאלטס גריסן זיי זיך נישט, איך האב זיך דעמאלטס געוואונדערט אז ביי אונז אין סאטמאר, כאטש די פאליטיק איז געווען הייסער פון הייס טרעפט מען כמעט נישט קיין מציאות אז צוויי מענטשן זאלן זיך נישט גריסן, יא מען האט געטראפן אפילו אז איינער זאל איבערטרעטן א צווייטן אבער אויב געדענק איך גוט האבן זיי זיך אפילו משדך געווען נאכדעם אדער עפעס אזאנס, ראשי קהילה פון ביידע פארטייען זענען נאך אלס פאניע בראדט, עסקנים פון ביידע זייטן שנארן נאך געלט פון עשירים פון ביידע זייטן אזש איך קען פערזענליך א געוויסן עסקן וואס האט בשעתו געגעבן א טויט קלאפ פארן צווייטן פארטיי מיט זיינע אקטיוויטעטן, און היינט זענען די ראשי קהילה פונעם אנדערן פארטיי זיינע גרעסטע תומכים, בקיצור סהאט מיר באמת געוואונדערט ווי אזוי קען זיין אז א פשוטע באבובע יונגערמאן זאל פירן א מערכה מיטן צווייטן זייט מער ווי די גרעסטע שוויצערס פון סאטמאר.

כהאב עס איבערגעשמועסט מיט עטליכע קלוגע אידן ביז איך בין צוגעקומען צו אזא מסקנא, אין סאטמאר האט מען מחנך געווען וויאזוי צו קריגן, סאטמאר רב האט זיך אלע יארן געקריגט מיט כל מיני רביס און פארטייען, און אזויווי דער הומו[...] האט דא ארויסגעברענגט האט עס סאטמאר רב אריינגעווארצלט אין זיינע חסידים, היינט צוטאגס ווען סאטמאר שטייט פאר א קריג ווייסט זי פונקטליך וואס זי האט צו טון און וואס זי האט נישט צו טון, משא"כ אנדערע חסידותן וואס האבן נישט באקומען דעם לימוד האבן פשוט אזוי פיינט דעם צד שכנגד אזש אז זיי וועלן זיך נישט גריסן.

וכן הדין לגבי סאטמארער רבס מערכות, נאך היינט וועט א מזרחיסטישער פרענק גריגער באקומען תמיכה אין וויליאמסבורג ווי סיי וועלכער היימישער שנארער [איך רעד פון זאכן וואס איך האלט מיט טעגליך], א טיפישער סאטמארער וועט נישט פיינט האבן פערזענליך קיין ציונים נאר זייערע אגענדעס, בנוגע צו סאטמאר האט ליב אדער פיינט גוים איז א זאך וואס מען האט נישט גערעדט דערפון און סווענדט זיך ווי א מענטש, און דאס איז אפגערעדט אז אין סאטמאר האט מען ווייט נישט פיינט קיין אנדערע חסידותן, אפילו סאטמאר רב האט דאס קיינמאל נישט געפאמפעט.

אגב איך גלייב נישט אז אלע באבובע זענען אזוי, איך האב עס נאר געברענגט פאר א משל ארויסצוברענגען דעם קאנצעפט וואס דארף לדעתי נישט קיין הוחכות פאר איינעם וואס קען סאטמאר פון די נאנט.

הוילע שטותים.
מיר געדענקן נאך ווען מ'האט אוועקגענומען פרנסות פון אידן ווייל זיי האבן געשטיצט בני יואל
מיר געדענקן ווען זיידע'ס האבן נישט געוואלט גיין צו שמחות פון אייניקלעך אין הופפער בית מדרש
מיר געדענקן ווען א זיידע האט געזאגט פאר'ן זון טאמער נעמט ער ר' יחזקאל ראטה פאר סידור קדושין קומט ער נישט צום חתונה.
דאס זענען געווען מעשים בכל יום.
נאר וואס דען, די היינטיגע סאטמערע אינטערעסירט די גאנצע חסידות/פארטיי ווי א לאך אין קאפ. אבער אז מ'קוקט גוט זעהט מען אז ווי מער פארקאכט איינער איז אין זיין רבי/חסידות, אלץ מער רשעות און שנאה פארמאגט ער.
דינסטאג פעברואר 09, 2021 12:45 pm#466665
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:

איר לייקענט די מיליאנען דאלארן וואס סאטמאר רב האט פארטיילט פאר צדקה אפילו פאר יודן וואס זענן געווען בשיטה פונקט פארקערט פון אים?

גראדע לייקען איך אויך אין דעם.

אפשר האט ער אמאהל געגעבן אפאר דאלער פאר וויזניץ, אבער נישט קיין מיליאנען.
זייט מיר מוחל פאר׳ן ענטפערן אפילו אייך

אמת, ער האט קיין פעני צדקה נישט געגעבן, יעדען איד ארויסגעווארפן פון שטוב,
די אנדערע רבי׳ס האבן געשמ׳ט מיט זייער אהבת ידראל, ווי למשל דער .... האט צוטיילט זיין גאנצע געלט פאר נצרכים

וואס נאך לייקענסטו

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

זאג מיר איינער וואס ער האט געגעבן מיליאנען ווען יענער איז געוועהן בשיטה פארקערט.

אין וויל נאך הערען פאר וועמען ער האט געגעבן מיליאנען בכלל.

ביסט א מגזם און אויב די גלייבסט באמת, ל"ע א שוטה
דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:20 pm#466681

ער האט געגעבן טויזענטערס, און טויזענטערס דעמאלץ איז אזוי ווי מיליאנען יעצט, (כמעט, אביסל איבערטרייבן מעג מען דאך זיכער).
דינסטאג פעברואר 09, 2021 11:55 pm#466705
איך ווייס נישט פון ווי דו נעמסט אז סאטמאר רב האט געזאגט דעם פורים תורה אויף הלל'ס כלל, אבער אָן אריינגיין אין סאטמאר גופא, דארף מען פשוט זען צו ער האט עפעס 'מחדש' געווען.

האבן זיך חסידים נישט געקריגט ביז מכות און שטארקע שנאה פאר סאטמאר, נאך אינדערהיים?
מיטוואך פעברואר 10, 2021 12:34 am#466708
הומאניסט האט געשריבן:אינ׳ם ערשטן העלפט פונעם אכצנטן יאר הונדערט, האט דער געדאנק פון אהבת רעים שוין געשטערט אביסל - פאר רבי חיים בן עטר אין מאראקא, און ער האט באגרעניצט די מצוה פון אהבת רעים, אז דאס איז געזאגט געווארן בלויז לגבי ערליכע און פרומע אידן, און נישט וועגן רשעים און בעלי עבירה, וואס זיי איז דאך א מצוה פיינט צו האבן.

ווער איז דער רבי חיים פון מאראקא?
מיטוואך פעברואר 10, 2021 3:38 am#466711
Re: איז סאטמאר א המשך פון די אידישע מסורה?
שמעקעדיג האט געשריבן:
הומאניסט האט געשריבן:אינ׳ם ערשטן העלפט פונעם אכצנטן יאר הונדערט, האט דער געדאנק פון אהבת רעים שוין געשטערט אביסל - פאר רבי חיים בן עטר אין מאראקא, און ער האט באגרעניצט די מצוה פון אהבת רעים, אז דאס איז געזאגט געווארן בלויז לגבי ערליכע און פרומע אידן, און נישט וועגן רשעים און בעלי עבירה, וואס זיי איז דאך א מצוה פיינט צו האבן.

ווער איז דער רבי חיים פון מאראקא?
קענסט אים טרעפן אין גוגל

Sent from my iPad using Tapatalk
מיטוואך פעברואר 10, 2021 7:33 am#466713

בפירוש רש"י מובאים שני הסברים לדבריו של הלל: הראשון, שהכלל "מה ששנוא עליך לא תעשה לחברך" כולל את רוב מצוות התורה, בהן כל מצוות שבין אדם לחברו וגם מצוות רבות שבין אדם למקום. הפירוש השני והעיקרי לפי רש"י הוא שה' הוא רעו ואוהבו של האדם, כמו שכתוב "רֵעֲךָ וְרֵעַ אָבִיךָ אַל תַּעֲזֹב"[1] ומפורש שמדובר על הקדוש ברוך הוא, לפיכך משמעות הכלל היא "אל תעבור על רצונו כמו ששנוא עליך שעוברים על רצונך".
מיטוואך פעברואר 10, 2021 7:43 am#466714
מען קען זעהן אין די רש"י וואס איך ציטיר אין די פריעדיגע תגובה אז די פשוט'ע פשט אין דער מימרא מיינט נישט אז מען דארף ליב האבן יעדעס איד, און טאמער דער חתם סופר און סאטמאר רב האבן געהאט א פראבלעם מיט דער מימרא האבן זיי געקענט פשוט לערנען ווי רש"י.

עס איז אויך באקאנט דער ווארט פין סאטמאר רב אויף אוהבי ד' שנאו רע, אז מען קען מעסטן די אהבה צו אויבערשטען לויט וויפיל מען האט פיינט רשעים, אדער אז מען וויל ליב האבן דער אויבערשטער זאל מען פיינט האבן רשעים, און דאס איז עפעס וואס מען לערנעט אויס די קינדער אין סאטמאר.

אין אנדערע ספרים שטייט מיט דער פסוק משנאיך ד' אשנא.

איך מאך נישט אוועק דער יסוד פין דער תגובה, עס איז לכאורה אמת, אז אין סאטמאר לערנט מען אויס און מען איז מחנך צו האבן א שנאה צו אנדערע וואס גייען נישט מיט דער שיטה. איך ווייס נישט צו וויפיל בעסער אנדערע חסידות'ן זענען, ווי אויך אנדערע קאמיוניטיס בכלל, איך מיין אז דאס איז א מכה אין מענטשליכע נאטור, און ווען משיח וועט קומען וועט זיין ודר זאב עם כבש וכו'.
מיטוואך פעברואר 10, 2021 9:59 am#466721
שמעון וואלף האט געשריבן:
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:בנוגע סאטמארער רבס שנאת ישראל....

איך האב אמאל געטראפן א באבובער יונגערמאן, כדרכי בקודש בין איך אריין אין א שמועס מיט אים איבער די פאליטיק וואס האט בשעתו געברענט צווישן באבוב און באבוב 45, ער האט מיר דערציילט אז זיין נאנטסטע פריינט איז געגאנגען צום צווייטן באבוב און זייט דעמאלטס גריסן זיי זיך נישט, איך האב זיך דעמאלטס געוואונדערט אז ביי אונז אין סאטמאר, כאטש די פאליטיק איז געווען הייסער פון הייס טרעפט מען כמעט נישט קיין מציאות אז צוויי מענטשן זאלן זיך נישט גריסן, יא מען האט געטראפן אפילו אז איינער זאל איבערטרעטן א צווייטן אבער אויב געדענק איך גוט האבן זיי זיך אפילו משדך געווען נאכדעם אדער עפעס אזאנס, ראשי קהילה פון ביידע פארטייען זענען נאך אלס פאניע בראדט, עסקנים פון ביידע זייטן שנארן נאך געלט פון עשירים פון ביידע זייטן אזש איך קען פערזענליך א געוויסן עסקן וואס האט בשעתו געגעבן א טויט קלאפ פארן צווייטן פארטיי מיט זיינע אקטיוויטעטן, און היינט זענען די ראשי קהילה פונעם אנדערן פארטיי זיינע גרעסטע תומכים, בקיצור סהאט מיר באמת געוואונדערט ווי אזוי קען זיין אז א פשוטע באבובע יונגערמאן זאל פירן א מערכה מיטן צווייטן זייט מער ווי די גרעסטע שוויצערס פון סאטמאר.

כהאב עס איבערגעשמועסט מיט עטליכע קלוגע אידן ביז איך בין צוגעקומען צו אזא מסקנא, אין סאטמאר האט מען מחנך געווען וויאזוי צו קריגן, סאטמאר רב האט זיך אלע יארן געקריגט מיט כל מיני רביס און פארטייען, און אזויווי דער הומו[...] האט דא ארויסגעברענגט האט עס סאטמאר רב אריינגעווארצלט אין זיינע חסידים, היינט צוטאגס ווען סאטמאר שטייט פאר א קריג ווייסט זי פונקטליך וואס זי האט צו טון און וואס זי האט נישט צו טון, משא"כ אנדערע חסידותן וואס האבן נישט באקומען דעם לימוד האבן פשוט אזוי פיינט דעם צד שכנגד אזש אז זיי וועלן זיך נישט גריסן.

וכן הדין לגבי סאטמארער רבס מערכות, נאך היינט וועט א מזרחיסטישער פרענק גריגער באקומען תמיכה אין וויליאמסבורג ווי סיי וועלכער היימישער שנארער [איך רעד פון זאכן וואס איך האלט מיט טעגליך], א טיפישער סאטמארער וועט נישט פיינט האבן פערזענליך קיין ציונים נאר זייערע אגענדעס, בנוגע צו סאטמאר האט ליב אדער פיינט גוים איז א זאך וואס מען האט נישט גערעדט דערפון און סווענדט זיך ווי א מענטש, און דאס איז אפגערעדט אז אין סאטמאר האט מען ווייט נישט פיינט קיין אנדערע חסידותן, אפילו סאטמאר רב האט דאס קיינמאל נישט געפאמפעט.

אגב איך גלייב נישט אז אלע באבובע זענען אזוי, איך האב עס נאר געברענגט פאר א משל ארויסצוברענגען דעם קאנצעפט וואס דארף לדעתי נישט קיין הוחכות פאר איינעם וואס קען סאטמאר פון די נאנט.

הוילע שטותים.
מיר געדענקן נאך ווען מ'האט אוועקגענומען פרנסות פון אידן ווייל זיי האבן געשטיצט בני יואל
מיר געדענקן ווען זיידע'ס האבן נישט געוואלט גיין צו שמחות פון אייניקלעך אין הופפער בית מדרש
מיר געדענקן ווען א זיידע האט געזאגט פאר'ן זון טאמער נעמט ער ר' יחזקאל ראטה פאר סידור קדושין קומט ער נישט צום חתונה.
דאס זענען געווען מעשים בכל יום.
נאר וואס דען, די היינטיגע סאטמערע אינטערעסירט די גאנצע חסידות/פארטיי ווי א לאך אין קאפ. אבער אז מ'קוקט גוט זעהט מען אז ווי מער פארקאכט איינער איז אין זיין רבי/חסידות, אלץ מער רשעות און שנאה פארמאגט ער.

האסט נישט פארשטאנען וואס כהאב געשריבן.

קיינער טענהט זיך נישט אז די סאטמארער פאליטיק איז נישט געווען היציג, סאיז לכאורה געווען די בלוטיגסטע פאליטיק און די היסטאריע פון אידישקייט נאכן קריג און מעגליך אפילו פארן קריג, וואס איך האב ארויסגעברענגט איז אז סאיז נישט געווען אזא שנאה צום אנדערן פארטיי ווי אין אנדערע חסידותן, למשל דאס אז מען האט נישט אריינגעלאזט מענטשן אין שול איז נישט געווען ווייל סהאט איינעם געבאדערט אז זיי זענען אין שול, דער המון עם האט עס בכלל נישט געבאדערט און אפילו פאר די שוויצערס אויך נישט, ווען די שוויצערס האבן איינעם געווארפן פון שוהל איז עס נישט געקומען מכח עפעס א פראבלעם אז דער באטראפענער דרייט זיך אין ראדני, סאיז פשוט געווען א וועג פון טעראריזירן און מאכן א סטעיטמענט אז ווער סוועט טון ווי אים וועט אפענדיגן די זעלבע, נישט מכח א שנאה וואס זיי האבן געהאט איינער צום צווייטן.
מיטוואך פעברואר 10, 2021 10:39 am#466724
איז סאטמאר א המשך פון די אידישע מסורה?
אין אנדערע ווערטער סאטמאר איז מער סעפיסטקעיטעד אין מערכות, אין טעראר, אין שטעכן פון אונטערן רוקן, אחד בפה ואח בלב דיפלאמאטיש, סטראטעגיש, פארשטייען צו פאליטיק, “האלט דיינע שונאים נאענט צו זיך” און ארבעטן אזוי ווי די מאפיא. ארגענייזד קריים, דאס איז בעסער אדער ערגער?
היזהרו מן הצבועין יותר מכולם און זע רמבן אויפן פסוק לא תשנא את אחיך.

Sent from my iPad using Tapatalk
מיטוואך פעברואר 10, 2021 12:19 pm#466731
הומאניסט האט געשריבן:די מפרשים מוטשען זיך צו פארשטיין די מימרא פון הלל הזקן: וויאזוי קען מען זאגן אז אויף דעם שטייט די גאנצע תורה, און אז די איבריגע איז בלויז א פירוש? וויאזוי נעמט עס אריין אלע 613 מצוות און די טויזנטער הלכות?
זיי געבן פארשידענע הסברים דערויף.

אינעם עלפטן יארהונדערט האט רשי מסביר געווען אז לחברך מיינט נישט דא א מענטשליכן חבר נאר מען מיינט דעם אייבערשטן...
רשי האט אבער נישט געקענט איגנארירן דעם פראסטן פשוטן פשט דערפאר ברענגט ער א צווייטן טייטש אז מען מיינט טאקע א פשוטער בשר ודם איי איז דאך שווער וויאזוי ענטהאלט דאס די גאנצע תורה? איז דער הסבר אז סע ענטהאלט דאס רוב פון אלע מצוות.

זע דאס לעצטע פאראגראף
מיטוואך פעברואר 10, 2021 3:31 pm#466744
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:קיינער נאך נישט גענטפערט דעם אפיקורס?
זעט אויס אז מענטשן דא האבן מער שכל
סאטמארער רב ז"ל האט נישט פיינט געהאט קיין יוד, געווען דער גרעסטער אוהב ישראל בדורינו,
טאקע ווייל ער האט ליב געהאט א יעדן איד האט אים וויי געטון ווען מ'איז געפאלן אין די אמונה (לשיטתו, נישט יעדער האט אזוי געהאלטן).
עס איז דא טויזענטער מעשיות ווי ער אדער זיינע חסידים האבן אוועקגעגעבן אלעס פאר אנדערע יודן, נישט קיין חילוק חסידים מתנגדים, אלע האבן געטראפן א אוזן קשבת ביי אים, אוועקגעטיילט מיליאנען פאר צדקה און אזוי האט ער אויסגעלערנט זיינע חסידים
ביקור חולים (פאר יעדן) וכדומה

ער האט פיינט געהאט א יוד?

איר גייט אין רבינס שיטה. “אויב גייט ער נישט אין מיין שיטה הייסט ער אפיקורס און סע איז א מצווה אים פיינט האבן”.
די קריסטליכע אינקוויזיטארן האבן אויך געהארגעט און געפייניגט מענטשן מתוך אהבה. זיי האט וויי געטון וואס מע איז געפאלן אין די אמונה און האבן רחמנות געהאט אויף די נשמה זי זאל ניט דארפן ליידן אין גיהינום.

א קארגער עושר האט אמאל דערלאנגט פאר א ארעמאן פארשטונקענע פיש פון מיסטקאסטן צום עסן. דער האט זיך פארדארבן דעם מאגן און געווארן שטארק קראנק. דער עושר איז געגאנגען מבקר חולה זיין. נאך א וואך איז ער געשטארבן. דער גביר האט מיטגעהאלטן די לוויה. נאך דריי טעג איז ער מיט זיין ווייב געגאנגען מנחם אבל זיין. אהיימגייענדיג פרעגט די ווייב, וואס עפעס ביסטו היינט אזוי אויפגעלייגט? זאגט ער צו איר, וואס הייסט? אין די לעצטע צען טעג האב איך געהאט דעם זכות מקיים צו זיין דריי גרויסע מיצוות:
ביקור חולים, הלוית המת-חסד של אמת, און ניחום אבלים.
אזוי קוקט עס אויס ביי אונז אינעם סיסטעם, מע לאזט נישט לעבן נארמאל , מע ווערט קראנק, און דעמאלטס קומט דער געוואלדיגער ביקור חולים…
מענטשן ווערן דער'הרג'עט און תוך כדי כך איז מען פארנומען אריינצוכאפן מצוות.

מיר דארפן אויסרופן הויך אויפן קול: לא מדובשך ולא מעוקצך!
מיטוואך פעברואר 10, 2021 6:06 pm#466762
@רביה’’ק זי’’ע איך זעה ווי דו לייקסט די אלע תגובות וואס הומאניסט שרייבט לעצטנס קעגן סאטמאר, וואס איז פשט פון דעם, דו ביזט דאך רביה’’ק אליינס? וויאזוי לאזטו צו מ’זאל גיסן אזוי פעך און שוועבל אויף דיין אייגענע חסידות, און נאך לייקן אויך?
מיטוואך פעברואר 10, 2021 6:10 pm#466764
סאטמאר שטעלט מיט זיך פאר סאך מער אהבת ישראל וקירוב לבבות ישראל ווי חב"ד ודומיהם...
מיטוואך פעברואר 10, 2021 6:11 pm#466765
תרמב האט געשריבן:@רביה’’ק זי’’ע איך זעה ווי דו לייקסט די אלע תגובות וואס הומאניסט שרייבט לעצטנס קעגן סאטמאר, וואס איז פשט פון דעם, דו ביזט דאך רביה’’ק אליינס? וויאזוי לאזטו צו מ’זאל גיסן אזוי פעך און שוועבל אויף דיין אייגענע חסידות, און נאך לייקן אויך?

חותמו של רבינו הקדוש אמת.

(הגם די קשיא וואלט באדארפט צו זיין פון דעם וואס איך בין א חרדי ווייל ער מיינט לאו דוקא סאטמאר נאר חרדים אין אלגעמיין, און די תירוץ גייט ארויף אויף דעם אויך.)
מיטוואך פעברואר 10, 2021 6:16 pm#466766
אבער אויב סאטמאר איז פארקערט פון אמת, אזוי ווי ער לייגט עס אראפ, איז דאך א סתירה, אדער שטייסטו פאר רביה’’ק, און דו ביזט פון די שקר, אדער ביזטו נישט, קענסט זיין משה רבינו פאר די געלט.
מיטוואך פעברואר 10, 2021 6:25 pm#466770
סאטמאר האט א מיינונג לגבי ציונית, מיר זענען ענטייטלד פאר די מיינונג, אבער אסאך האלטן דאס נישט אויס, קומען זיי מיט כלערליי ווייצידקתך סברות כאילו דאס זאל זיין עפעס א פגיעה אינעם תחום פון אהבת ישראל און שלום, אדרבא איר זענט די אגרעסער און די בעלי מחלוקת..
מיטוואך פעברואר 10, 2021 6:56 pm#466772
תרמב האט געשריבן:אבער אויב סאטמאר איז פארקערט פון אמת, אזוי ווי ער לייגט עס אראפ, איז דאך א סתירה, אדער שטייסטו פאר רביה’’ק, און דו ביזט פון די שקר, אדער ביזטו נישט, קענסט זיין משה רבינו פאר די געלט.

1) איך געדענק נישט וואו ער האט געזאגט די ווערטער ״סאטמאר איז פארקערט פון אמת״, און אפילו אויב יא קומט זיך איהם א לייק פאר די אמת׳ע מעסעדש וואס ער דעליווערט, צו סאטמאר איז ״אמת״ צו נישט איז נישט די נושא (וואס דארף עס בכלל צו מיינען? ס׳קען מיינען טויזענט זאכן).

2) איך שטיי נישט פאר רבינו הקדוש, איך בין רבינו הקדוש, קען זיין אז ס׳דא אנדערע וואס פאררופן זיך אויף מיין נאמען אבער איך בין נישט אחריות אויף זיי.

3) איך קוק עס אן פארקערט. מה נפשך, אויב שטייט רבינו הקדוש פאר אמת דארף איך איהם לייקן ווייל ער זאגט אמת, און אויב שטייט רבינו הקדוש פאר שקר וועט דאס זיין א חלק פונעם שקר אז רבינו הקדוש וואס שטייט פאר שקר נעמט זיך אן פאר׳ן אמת...
מיטוואך פעברואר 10, 2021 8:55 pm#466788
האהא, ביי די וועי זי’’ע שרייבט מען אויף מענטשן וואס לעבן נישט, און דיין אוועטער האסטו יא געגנבעט פון א צווייטן רביה’’ק.
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 12:42 am#466793
קודם וויל איך באגריסן אונזער נייעם באחנטן ניק מיט'ן נאמען הומאניסט, שטייצעך איך האלט אז דו האקסט אין קאפ דא אין דעם ארטיקל אבער ביזטו כאטש אן אינטעליגענטער קאפ האקער, נו, וואו דען זאל אן אינטעליגענטער קאפ האקער האקן אין קאפ אויב נישט אין קאווע שטיבל.

איבער דיין הערליכע לאקשן תורה וואס האסט אזוי שיין אויסגעבויעט מתורה נביאים וכתובים ומפי ספרים וסופרים, איז דא ווי אנדערע האבן שוין דערמאנט צוויי גראבע שוברו בצידו'ס, קודם כל ס'איז זעלבסט פארשטענדליך וואס סאטמארער רב האט געוואלט און וואו ער האט געצילט מיט דעם תורה'לע, ער האט נישט געמאכט קיין נייע שיטה איבער אהבה און נישט קיין נייע שיטה איבער שנאה, בסך הכל האט ער ארומגעבויעט לויט דעם יסוד וואס מ'טרעפט אן א שיעור מאל אין חז"ל אז אלע מצוות התורה איז נאר בעושה מעשה עמך און ממש לעצטנס האב איך געלערנט ערגעצוואו (מסתמא אין דף היומי) אז אויף אן עם הארץ זאל מען נישט צוריקגעבן זיין פארלוירענע אבידה און רש"י ווערט זייער דערשראקן ווי קען מען מבטל זיין א מצוות עשה דאורייתא צוליב שנאת ת"ח לעם הארץ און רש"י גיט זיך דארט זייער שנעל אן עצה מיט די גמרא אין אלו מציאות אז ס'דארף זיין אחיך און עם הארץ מיינט מען דא איינער וואס איז לאו אחיך.

בכלל האט דארט די גמרא א גאנצע עמוד ווי געפערליך אן עם הארץ איז אז ממש דו מעגסט אים צערייסן ווי א פיש און הרג'ענען אום יו"כ און אלע ראשונים ואחרונים געבן זיך שוין אן עצה צי ס'מיינט יא ליטערלי אדער נישט ליטערלי און פונקטליך וועלכע גדר עם הארץ מ'רעדט.

אפאר בלעטער שפעטער איז דא א גמרא אז עפעס א קעניג האט גענומען זיין טאטנ'ס טויטן גוף און האט עס מבזה געווען ווייל ער איז געווען א רשע והודו לו חכמים. בקיצור, יעדער איינער ווייסט אז חז"ל געבן א מקום פיינט צו האבן דעם רשע און אלע הלכות פון בין אדם לחבירו ווי כיבוד אב אדער השבת אבידה, גייט נישט אן און בסך הכל האט סאטמארער רב גענומען א צווענגל און אריינגעשטיפט דעם געדאנק אויך אין פסוק פון ואהבת לרעיך כמוך אדער "חבריך" וואטעווער לשון ער האט גענוצט דארט.

סאו אויב עפעס איז עס אן אומגעלונגענע אונגארישע טייטשל פאר א נישט פארגעקוקטע פתיחה אין ישיבה אבער צוזאגן אז סאטמארער רב האט דא געלאזט עפעס א באמבע איז פאלג מיר גאנג.

והשנית, דארף מען קוקן אויף דעם מענטש און וויאזוי ער האט זיך געפירט, ווייל יתכן, אז איינער לערנט גאנץ ויואל משה ליטערלי וואלט ער אפשר געדארפט זיך פירן ווי דו זאגסט, מיט אפ'פסל'ען ממש יעדן איינעם וואס גייט נישט אין שפאן פון דער שיטה און אז ר' אהרן קאטלערס וויין וואלט געדארפט זיין יין נסך וכו'. דער מציאות איז אבער נישט אזוי, סאטמארער רב האט געלעבט גוט אדער עכ"פ נישט שלעכט מיט יעדן (סיידן מיט מענטשן וואס זענען געשטאנען אין וועג אדער געשפריצט פעפער אין וויידל האט ער זיך נישט געהאלטן ביים לאזן שפייען אין די קאשע) און ער פלעגט אויפנעמען וויזשניצער און גורער און ליטווישע רביים און פרובירט מכבד זיין לפי ערך, אפגערעדט ווען ס'איז געקומען צו העלפן האט ער יעדן געהאלפן אן קיין חשבונות.

סאו אויב עפעס קען מען זאגן אז סאטמארער רב האט געטון אן עבירה לשמה און ער האט זיך נישט געהאלטן צו זיין שיטה וויאזוי ער פארשטייט אז ואהבת לרעיך כמוך דארף ארבעטן און לויט'ן עקסטרעמעסטן טייטש אין זיין תורה'לע האט ער עס אליין נישט מקיים געווען און מ'קען זאגן אז דער ערשטער מענטש וואס האט געטון עבירות לשמה וועגן אהבת ישראל איז גאר געווען דער סאטמארער רב און נישט שלמה קארליבאך און אויב עפעס האט ער מחדש געווען אז ווען ס'קומט צו אהבת ישראל אפילו ווען מ'האלט "בשיטה" אז יענער איז א כופר איז אבער בפועל ממש דארף מען אים האנדלען ווי אן ערליכער איד און זיך שוין אן עצה געבן מיט חז"ל, ממילא, דער ערשטער פרעדיגער פון אנקאנדישינעל לאוו ווען עס קומט צו "למעשה" איז נישט געווען אבי פישאף אדער מוטה פראנק נאר דער סאטמארער רב.

צוריק צו דיין שאלה אין קעפל צי סאטמאר איז א המשך צו דער אידישער מסורה, האב איך מורא אז ביזט גערעכט און אפשר טאקע נישט, און סאטמארער רב האט אויסגעבויעט א נייער מהלך וואס מ'האט נישט געזען אין אלע דורות, אז אפילו ווען יענער גייט מיט א שיטה פון כפירה וואס איז ביהרג ועל יעבור, בלייבט עס אבער נאר אן ארגומענט אין ספרים שאפע און אפשר אמאל ביי א שובבים תורה, אבער בפועל ממש איז יענער ווייטער דיין גוטער ברודער וועמען איך וועל העלפן חתונה מאכן די קינדער.

צום שלוס טייערער הומאניסט, כ'האב זייער הנאה געהאט פון די פילע מראה מקומות וואס האסט דא צוזאמגעווארפן אין דעם מאמר, האסט אבער נישט געברענגט קיין גענויער מראה מקום סיידן צו דער סאטמארער תורה, אויב איך מעג דיך מטריח זיין, ביטע ברענג די גענויע מראה מקום צו אלע אנדערע ספרים וואס האסט ציטירט ווי דער חתם סופר דער ספר הברית דער בשמים ראש וכו' וכו' אז מ'זאל קענען נאכקוקן. אדאנק.
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 1:58 am#466795
תרמב האט געשריבן:@רביה’’ק זי’’ע איך זעה ווי דו לייקסט די אלע תגובות וואס הומאניסט שרייבט לעצטנס קעגן סאטמאר, וואס איז פשט פון דעם, דו ביזט דאך רביה’’ק אליינס? וויאזוי לאזטו צו מ’זאל גיסן אזוי פעך און שוועבל אויף דיין אייגענע חסידות, און נאך לייקן אויך?

ווייסט נישט אז רביה"ק האט געזאגט בשם די קאלאשיצע רב ז"ל אז א טאג וואס ער ווערט נישט באשמיצט אין די צייטונגען דארף ער תשובה טון?
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 7:04 am#466800
Re: איז סאטמאר א המשך פון די אידישע מסורה?
שמעון וואלף האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:@רביה’’ק זי’’ע איך זעה ווי דו לייקסט די אלע תגובות וואס הומאניסט שרייבט לעצטנס קעגן סאטמאר, וואס איז פשט פון דעם, דו ביזט דאך רביה’’ק אליינס? וויאזוי לאזטו צו מ’זאל גיסן אזוי פעך און שוועבל אויף דיין אייגענע חסידות, און נאך לייקן אויך?

ווייסט נישט אז רביה"ק האט געזאגט בשם די קאלאשיצע רב ז"ל אז א טאג וואס ער ווערט נישט באשמיצט אין די צייטונגען דארף ער תשובה טון?
טענק יו פאר די אינפארמעישן

דעיס איז זייער א טיפיקל סעיאינג פאר סאטמאר; וואס ביי איר, ווען מענטשן קומען מיט טענות וועגן דעיס וואס זיי טוען, ווייל ס׳ברענגט א חילול ה׳ אויף די גאס, טאָ דיפענד דעמסעלווס מאכן זיי גאָר פון די עבירה א מצווה: כאילו ווי מער חילול ה׳ אלס מער מצווה און מסירת נפש…

Sent from my iPad using Tapatalk
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 9:33 am#466805
הומאניסט האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער סאטמאר איז מער סעפיסטקעיטעד אין מערכות, אין טעראר, אין שטעכן פון אונטערן רוקן, אחד בפה ואח בלב דיפלאמאטיש, סטראטעגיש, פארשטייען צו פאליטיק, “האלט דיינע שונאים נאענט צו זיך” און ארבעטן אזוי ווי די מאפיא. ארגענייזד קריים, דאס איז בעסער אדער ערגער?
היזהרו מן הצבועין יותר מכולם און זע רמבן אויפן פסוק לא תשנא את אחיך.

Sent from my iPad using Tapatalk

קיינער האט נישט געשטאכן פון אונטערן רוקן, און מיט די שונאים האט מען קיינמאל נישט געארבעט, סאיז דא אזא זאך ווי פאליטיק, א פאטש פאר א פאטש [נישט אז סאיז בארעכטיגט אבער ווייניג מענטשן וואלטן געטון אנדערש.] נאך אלע רדיפות וועסטו כמעט נישט טרעפן א סאטמארער וואס וועט בשיטה נישט אריינגיין אין הופער אדער אין ראדני ווייל דארטן דרייען זיך מענטשן וואס איך האב פיינט. קלאר?
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 12:40 pm#466820
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:

סוי מיינט עס ביזט מסכים מיט׳ן OP אז ס׳איז אחד בפה ואחד בלב...
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 12:54 pm#466823
סאטמאר איז מיט פלענטי זאכען אנדרעש ווי אנדערע חסידות'ן, איך וועל שרייבען צוויי.

א. פרעמדע מענטשען וואס דרייען זיך אין סאטמאר ווערען אנגענומען כאחד משלהם.

ב. זיי האבען נישט קיין פראבלעם אויב איינער פין זייערע קינדער ווערט א חסיד פין א רבי, אפילו ער ווערט אויס סאטמארער, כל זמן דאס קינד איז צופרידען.
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 4:31 pm#466847
איז סאטמאר א המשך פון די אידישע מסורה?
איך האב א סאטמארע קוזינע וואס איז האלב אינעווייניק און האלב אינדרויסן און כהאב איר נאכגעזאגט דעם סאטמער רבין׳ס ווארט, אז דער וויכטיגסטער יסוד פון די תורה איז שנאה האט זי די פרוי מיר געענטפערט אזוי: איך גלייב נישט אז דער רבי האט דאס געזאגט. איך מיז אבער מודה זיין אז דאס איז דער געדאנקען גאנג אין סאטמער…
ווער האט שוין פארגעסן וויאזוי סאטמאר האט זיך אויפגעפירט כלפי דעם גאון רבי משה פיינשטיין, ליובאוויטש, קלויזענבורג און לגבי יעדן פאטענציאלן קאנקורענט? און ווער האט נישט געזען די שינאה און רישעות וואס איז פארגעגאנגען צווישן די אייגענע סאטמארע סעקטעס צווישן זיך?
דער רביס גבאי עזריאל גליק האט לויט ווי מע דערציילט זיך אין סאטמאר, געלאזט מי רגליים אינעם טלית זעקל פון ליובאוויטשר רבי. זיין איידעם דער מנהל פון חדר אין קרית יואל האט יארן באלעסטיקט קליינע קינדער ווי מע קען דאס זען אויף יוטיוב. און אפילו דעמאלטס ווען מע האט געוויזן דעם ווידעאו קליפ פאר ר׳ יאסל וואלדמאן האט ער דאס נאך פארטיידיגט. ר׳ מנדל וועכטער האט מען געקידנעפט, צעמזיקט און ארויסגעווארפן א נאקעטן אויפן הויפט שאסיי. א יינגל פון ק.י. האט מען צוגענומען די בגדים אין מיקווה און ארויסגעווארפן אין ווינטער אויפן שניי א נאקעטן. די דערהוילונגס היים אין ק.י. האט מען פארברענט. דעם פלימעניק פונעם רבין דער קלויזענבורגער רבי האט מען געשלאגן אויפן גאס און אנגעשמירט דעם גאנצן שטול זיינעם מיט צואה.
ווער ווייסט דען נישט וויאזוי מע האט אנגעמאכט א שינאה צווישן די רעבעצן און די פארשוואנגערטע טאכטער, וויאזוי די רעבעצין האט אראפגעשטופט די שטיף–טאכטער פון די טרעפ און איר דערהרגעט (און סע איז נישט געבליבן קיין אפשטאמיקע פונעם רבין). די ליסטע איז נאך זייער לאנג.
און קוקט אייך ארום וואס סע טוט זיך היינט וויאזוי מען באשיצט די באלעסטיקער און מע רופט אן די קרבנות חצופות און זונות. וויאזוי מע ׳בלעקמעילד׳ יונגעלייט וואס האבן באזוכט א קלוב. וויאזוי מע רודפט אויס יעדן איינעם וואס פרובירט זיך אביסל צו באפרייען פון דעם סאטמארן יאך און תפיסה. וויאזוי מע רעדט אן קינדער זיי זאלן באקומען א פחד און א שינאה צו די אייגענע טאטע מאמע, וויאזוי מע רויבט אוועק קליינע קינדער פון דער מאמעס שויס און מע צוברעכט מישפחות, (פארקערט ווי דער מיסיע פונעם גרעסטער קנאי אליהו הנביא וואס דארף צוריקקערן די הערצער פון עלטערן מיט קינדער), וויאזוי טאטע מאמע זאגן זיך אפ פון די אייגענע קינדער, מען ווארפט ארויס קינדער פון די מוסדות, אויב די מאמע פירט אן אויטא, אדער זי שערט זיך נישט אפ דעם קאפ, מען לאזט נישט קינדער רייטן אויף א ביציקל, א.א.וו.
און פארשטייט זיך אז אלעס ווערט געטון אין נאמען פון גאט!

ווען רבי הילל קאלאמייער האט געגעסן ביים צאנזער צדיקס טיש און האט נישט געוואלט עסן די זופ צוליב א חשש פוּן כשרות האט דאס פארדראסן רבי ליפאלע טייטלבוימען (דעם סאטמאר רבינס פאטער) און האט זיך שפעטער געאייסערט צו א פלימעניק פון רבי היללן ’ווען נישט וואס איך האב מורא פארן רב (מיינענדיג דעם צאנזער רב) וואלט איך אים געבראכן רוקן און לענדן׳...

ווען די מישנה דערציילט וועגן דעם שליח וואס פירט דעם שעיר לעזאזל אום יום כיפור אז די בבליים פלעגן אים רייסן די האר און זאגן ״נעם און גיי, נעם און גיי״ האט דער רבי פארטייטשט אז זייערע ווילדע אוממענטשליכע מעשים האט פונדעסטוועגן א חשיבות...וויבאלד זיי טוען דאס מחמת אמונה און קנאות און דערפאר האט מען זיי נישט באקעמפט. ( ווייל אמונה (?) איז וויכטיגער ווי מידות טובות און א גוטע כאראקטער, דערפאר איז פשוט אז מהריט״ב איז גרעסער ווי הרב פאַם…)
.
ווען רמב״ן איז מסביר אז די הנהגה פון שרה אימנו צו איר מצרישע דינסט הגר איז אומבארעכטיגט און מיר ליידן נאך דערפון ביז היינט צו טאג, האט עס דעם רבין נישט געשמעקט און געטענהט: ״וואס הייסט, שרה אימנו איז דאך א צדיקת און אלעס געטון לשם שמים?״....
אלע אוממענטשליכע מעשים וואס דער רבי האט אנגעפירט במשך זיין פירערשאפט איז דאך אויך אוודאי געווען לשם שמים און נישט חלילה פאר הונגער נאך מאכט און קאנטראל...דער רבי איז דאך געווען דער 18טער דור וואס האט נישט פוגם בברית קודש געווען...און נישט געשלאפן אין קיין בעט פאר יארן...
(לויט די וויסנשאפטלער האבן די מענטשן וואס זענען נישט באפרידיקט סעקסועל א ספעציעלן הונגער נאך מאכט).

די משנה וואס האט זיך אנטפלעקט צום בית יוסף אין געשטאלט פון א מגיד וואס האט ארויסגערעדט פון זיין מויל האט געזאגט אז זי אנטפלעקט זיך נישט צו רבי יוסף טייטאצאק צוליב זיינע גאווהדיגע אמביציעס. (מגיד מישרים) און טרעפט וואס... דער לעצטער איז פאר 30 יאר געשלאפן מיט די פיס אראפ פונעם בעט ווי דער ראשית חכמה דערציילט. זעט מען פון דא א זאך וואס יעדער געלערנטער פארשטייט אליינס אז קדושה פרישות און אסקעטיזם (סגפנות) איז בכלל נישט קיין סתירה צו תאוות השררה והשלטון. אדרבה ואדרבה.

אין דער אמת׳ן האט שוין דער בעל התניא געזאגט אז אלדאס שלעכטס קומט ארויס פון מחלוקת לשם שמים.
◦ און סע איז נאך ערגער ווי סתם א מחלוקת, ווייל סע איז נאך דערצו א חילול השם. לא תשא את שם השם אלוקיך לשווא!

ואנשי סדום רעים וחטאים לשם מאוד, זאגט רשי רעים בגופם וחטאים בממונם. רבי יודעלע דזיקעווער פלעגט נאכצוזאגן פונעם מלמד, רעים וחטאים– שלעכט און זינדיג צו אנדערע מענטשן, אבער לשם– ווען סע קומט צו גאט, דעמאלטס איז מאוד– פרום ביזן בוידעם!

Sent from my iPad using Tapatalk
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 4:51 pm#466851
רימון האט געשריבן:והשנית, דארף מען קוקן אויף דעם מענטש און וויאזוי ער האט זיך געפירט, ווייל יתכן, אז איינער לערנט גאנץ ויואל משה ליטערלי וואלט ער אפשר געדארפט זיך פירן ווי דו זאגסט, מיט אפ'פסל'ען ממש יעדן איינעם וואס גייט נישט אין שפאן פון דער שיטה און אז ר' אהרן קאטלערס וויין וואלט געדארפט זיין יין נסך וכו'. דער מציאות איז אבער נישט אזוי, סאטמארער רב האט געלעבט גוט אדער עכ"פ נישט שלעכט מיט יעדן (סיידן מיט מענטשן וואס זענען געשטאנען אין וועג אדער געשפריצט פעפער אין וויידל האט ער זיך נישט געהאלטן ביים לאזן שפייען אין די קאשע) און ער פלעגט אויפנעמען וויזשניצער און גורער און ליטווישע רביים און פרובירט מכבד זיין לפי ערך, אפגערעדט ווען ס'איז געקומען צו העלפן האט ער יעדן געהאלפן אן קיין חשבונות.

מיסטער רימון הער נאר: איך בין מכבד דיין דעה און אוודאי אז דו ביסט א הויעכבאשפריצטער 'שריפטנשטעלער'. דאס איז אבערנאר לגבי דיין דעה, ווען עס קומט צו פאקטן ביסטו א טיפיקל סאטמארער שקרן וזייפן.

דו ווייסט זייער גוט אז דא שטייט נישט אפילו קיין האלבן אות אמת, דער- צוזאמען מיט זיינע געטרייע כלבים- האבען כל ימיו ממש אויסגעצאפט דאס דם התמצית פון זיינע אומצאליגע קורבנות. אויב דו פלאנסט צו זיין דער נעקסטער שלמה יאנקל בעקער וואלט איך פארגעשלאגן אז סאטמארוועלט איז מער געאייגענט דערפאר. דא וועט מען היבש שנעל צובלאזן דיינע בעקערייען, אזויווי ר' דורש האט אקארשט געטוהן.
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 5:24 pm#466855
כמיין אז מען קען שוין טוישן די נאמען פונעם אשכול צו "די שווארצע זייט פון סאטמאר" אדער עפעס אזאנס, @הומאניסט האט ארויסגעברענגט א נקודה איבער די שנאה פון סאטמאר און יעדער איינער וואס איז אנגעווייטאגט אז מען האט אים נישט געלאזט גיין אין קלאב קומט אן באוואפנט מיט געבאקענע מעשיות פון פארשוואנגערטע חסידותן וואס מען האט מאלעסטעד, אויב עפנט מען א אשכול איבער אלע שלעכטס פון סאטמאר וועט מען קיינמאל נישט ענדיגן [גראדע קען איך באשטיין צו עפענען אזא אשכול ועוד חזון למועד], דערווייל זאל מען זיך האלטן צום פוינט.
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 5:29 pm#466856
די גאנצע פוינט פון די סארט שמועסן איז אז מ׳זאל זיך נישט האלטן צום פוינט, ס׳איז אפיציעל א טראללינג אשכול, זיך האלטן צום נקודת הפתיחה וואלט געווען פארפארן פונעם פוינט..
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 5:58 pm#466859
Re: איז סאטמאר א המשך פון די אידישע מסורה?
m https://youtu.be/qgcePrdZdaQ m

Sent from my iPad using Tapatalk
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 6:04 pm#466860
כהאב נישט קיין יוטיוב, מה זה ועל מה זה?
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 6:06 pm#466861
.
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 6:09 pm#466862
די אויסדרוקן.......... משוגע צו ווערן.........
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 6:12 pm#466863
אדרבה דו גיי ווייטער אן, קיינער קען נישט אזוי גוט ווייזן דאס פנים פון סאטמאר אזוי ווי דו ברענגסט עס ארויס מיט דיין עקוועלענטן שפראך.
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 6:12 pm#466864
איך אויך האט געשריבן:אדרבה דו גיי ווייטער אן, קיינער קען נישט אזוי גוט ווייזן דאס פנים פון סאטמאר אזוי ווי דו ברענגסט עס ארויס מיט דיין עקוועלענטן שפראך.

דער נער איז ארויס פון מקווה....
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 6:13 pm#466865
אויסעמעקט, ס'איז שוין נישט נוגע...
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 6:18 pm#466866
אזוי שנעל האט יעדער געכאפט די מעסעזש?
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 6:19 pm#466867
אצינד שנעלן מיר זיך דא!