פון דאס ביסל וואס איך בין געוואויר געווארן, מיין איך אז די פאלגענדע נקודות זענען ריכטיג:
1. ריינער מיט פאנעט רייבן זיך שוין פאר איבער א יאר, און מער שמוציג שוין אפאר חדשים. פאנעט טענה'ט אז ריינער האט אים פרובירט אויסצושווינדלען עטליכע מאל און בא'גנב'נען געלטער, און ער קומט אפיציעל אין קאורט מיט די צעטלעך פאר דעם. ריינער טענה'ט אז ס'איז שקר וכזב, און פאנעט זוכט סתם א וועג ארויס פונעם שותפות (וואס אויב ריינער איז א גנב, קען ער ארויסבעקן).
2. פאנעט האט אויפגעוויזן, אז ריינער האט געוואלט - אדער האט פאקטיש אדורכגעפירט - אריינשטעלן נאך א איד אלס שותף אינעם ביזנעס, און יענער וועט קריגן שעירס פון ריינער'ס חלק. דער יעניגער, א באקאנטער מענטש וואס כ'וויל נישט פורט בשמו זיין, איז איינער וואס האט באשווינדלט היימישע אידן מיט צענדליגע מיליאנען דאלארן, אין א פרשה וואס האט אויפגעריסן נישט צו לאנג צוריק. פאנעט טענה'ט אז ער האלט נישט ביים מסכים זיין אריינצונעמען אזא פארשמירטע נאמען אלס שותף, דערצו אז אפשר אפשר וועט יענער טרעפן א וועג עס איבערצוטון. די דאזיגע נקודה איז נאכגעפארשט און באשטעטיגט (כ'מיין אז ריינער טענה'ט אז ס'איז נישט זיין ביזנעס ווייל ס'איז ריינער'ס חלק)
3. די גאנצע סטעף איז אריבער צו פאנעט, און ס'איז ריכטיג אז די הויפט סיבה איז פשוט ווייל ער פירט פאקטיש אן די טעגליכע אפעראציעס און ריינער נישט. אבער דאס איז נישט די גאנצע סיבה. לו יהא אז פאנעט אז טאקע אזא שווערע מענטש און א גנב, וואלטן אסאך שרייבערס נישט אריבער צו אים און וואלטן געזוכט אן אנדערן אויסוואל. זיינע שרייבערס זענען די בעסטע אין די מארקעט און וואלטן געוויס געטראפן שרייבארבעט וואו אימער. נאכמער, ריינער רופט געוויסע איינגעשטעלטע צו ד"ת - לפחות געשיקט הזמנות האט ער - און זיי וואלטן באמת געקענט טרעפן א וועג ארויס פון די בלאטע, אויב זיי האלטן טאקע אז פאנעט איז ראנג צי סתם א שווערע מענטש.
4. דאקומענטן צייגן אז פאנעט האט געוואלט אויסקויפן ריינער, נאכן זען אז זיי קומען זיך נישט אדורך. די פרייז פארן בלייבן מיטן קינדליין האט זיך געהאלטן אין איין הייבן, וויבאלד ריינער האט דא געזען א גאלד-מינע. די פרייז איז ארויף ביז איבער א מיליאן דאלער, ווען פאנעט האט געזען אז ס'האט נישט קיין פשט צי פרובירן גיין אויף דעם מהלך ווייל ריינער רוקט פשוט ארויף די פרייז יעדן טאג. חוץ מזה, האט ריינער - ווילאנג ס'האט זיך נישט געהאנדלט פון קיין הונדערט - געשלעפט די צייט און געוויזן אז ער זוכט בכלל נישט צו ווערן אויספארקויפט, וויסנדיג אז נאר ווילאנג פאנעט בלייבט זיין שותף מאכט ער געלט.
5. ביידע האבן אפיציעל געסיינט שטרי בירורין ביי רא"ב ראזנבערג (געפירט באבובע ד"ת), און די ד"ת דארף זיך אפיציעל אנהייבן נעקסטע וואך. די ביז יעצטיגע ב"ד, היינו גאלאנטער רב, האט זיך אפגעזאגט פון פירן די ד"ת וויבאלד די שותפים זענען זיך נישט אדורכגעקומען איבער ווער עס זאל בכלל קומען אין בי"ד. עכ"פ דאס איז די אפיציעלע ווערסיע.
6. צווישן נאווארדעק און יאקע, זאלן מיר אלע מוחל זיין אבער דער ערשטער הייסט דער אפיציעלער פורים רב בי"ד פון ב"פ, וואו יעדער קען קריגן א צעטל (באלד גייט איינער נאך פאכן מיט א "צעטל" פון ר' יהושע גליק, דער טשיקאווער עילוי פון פלעטבוש). דער צווייטער איז טאקע א חברה'מאן, אבער איז א געהעריגע נארמאלע טוען/בורר/בי"ד און נישט די עמטליכע פורים בי"ד פון שטאט.
7. צי שרייבן א צעטל אז מ'איז מעקל אלעס פון הונדערט, ווען ס'איז שוין דא א באשטימטע דעיט פאר ב"ד הרב ראזנבערג, און שוין נאכן זיך שטעלן פאר גאלאנטער רב (און קריגן צעטלעך פון געוויסע רבנים אז ער מעג אפילו גיין אין ערכאות), פרעגט מער אויף נאווארדעק ווי אויף פאנעט. לדעתי העני'.
8. אין קאורט טענה'ט פאנעט, אפיציעל מיט באווייזן, אז ריינער האט אים געהעקט די אימעיל, אונטערגעהערט טעלעפאנען, און געטון אזעלכע שייגעץ שטיק וואס בארעכטיגן צו גיין אליינס.
9. פאנעט טענה'ט אז ער האט געזוכט צו שליכטן די זאך בדרכי נועם אויפן בעסטן פארנעם, שטילערהייט, און האט בכלל נישט געזוכט צו עפענען א נייעם קאנקורירנדן אויסגאבע, נאר ריינער האט בשום אופן נישט געוואלט מסדר זיין די זאך, גלייבנדיג אז ער קען האלטן פאנעט ביים קארג שלא כרצונו און פאנעט וועט זיך נישט וואגן צו גיין אליינס. צי ער זאגט אמת צי נישט, ווייס איך נישט, אבער איין הנחה האב איך יא געהאט פון אנהייב הערן די פרשה - פאנעט מוז האבן אנגעקומען צום מצב פון באו מים עד נפש צו דעסיידן ארויסצופוצן פון קינדליין און אנהייבן פון פריש.
ער איז נישט קיין געלט שותף וואס זוכט נאר א גרינגער גראשן, ווי ריינער זוכט. ער איז אן ארטיסט, דער מח און קאפשטיק אונטער קינדליין. ער האט געאטעמט קינדליין מיט אלע זושאלעס למיניהם, ער האט ארויסגעגעבן די שפילצייגן און כלערליי טשאטשקעס מיטן קינדליין סימבאל. דאס איז געווען זיין לעבן און מהות. ארויסצוגיין פון דעם ברענד און אנהייבן פון פריש, קומט נישט צוליב נארישע געלטער דיפערענצן סיידן די מצב האלט אזוי ווייט אז ס'איז שוין אוממעגליך אוועקצוקוקן. לדעתי געט דאס די מערסטע קרעדיביליטי צו אים אין זיין ווערסיע.
דערצו ווען ריינער ארבעט מיט טעראר, און אנשטאט זיין פארנומען אנצוהייבן קינדליין פון פריש - א זאך וואס כ'גלייב שווער אז ער קען עס טון - פרובירט ער נאר אונטערצוהאקן פאנעט. דערצו ווען די טעראר איז אזוי נאריש, אז אנשטאט זיך פארלייגן נאר אויף פאנעט ווילדעוועט ער אויך אקעגן זיין סטעף און שיקט זיי הזמנות לד"ת, וואס טראגט אזא פנים ווי די מצה גזולה אפאראטן בימיהם.