אישתישבי האט געשריבן:ווי איז דער יפה בעתו, פאקט איין קינדליין.
נעווער מיינד, איך וואלט געוועהן מער צופרידן מיט קינדליין.
ס'קומט מיר אויך צום לאכן פון יפה בעתו, די וועג וויאזוי ער פלעגט שרייבן , "העלעפאנדן" וכדו'
אבער איך וועל אייך זאגן איין זאך. ס'איז מיר אויסגעקומען צו זעהן די קינדליין'ס פון עטליכע וואכן, ס'איז גוט מיט די ידיעות וואס זיי לייגן אריין, אבער ליידיג אין לאזן דאס קינד פאנטאזירן משלו. מ'פיטערט אלעס אריין, האלב דערפון איז קאמיקס! נישט קיין גוזמא.
די ארטיקלען זענען געשריבן שרעקליך ארים, אראפגעלייגט זייער קינדעריש, און אפי' די תוכן מעג זיין מער צום זאך. חיות און נפלאות הבורא האט א שיעור.
און דער צייט וואס יפה בעתו האט אויך באשריבן חיות, האט ער אין די זעלבע צייט געשריבן וועגן קידוש החודש און די מולדות, אסטראנאמיע, מאטעמאטיק, און נאך.
זיין שרייבן איז געווען ארגינעל, און מען פלעגט אנפילן דער ווערטער אוצר. מיר האבן זיך מיטגעכאפט אויף זיין ניווא, נישט פארקערט.
(נאכמער, לעצטנס געט "הוצאת געוואלדיג" ארויס זיינע שרייבעריי אויף א מער היינטיגען אופן, און איך זעה א בולט'ער חילוק. ס'נישט..... נא..)
און דאס איז נאר איין שרייבער. ס'איז געווען מעלות (איך שרייב געווען בדווקא...) צום אויסשמוטשקען יעדער ארטיקל זייערע. מנחם מענדל ביכער, באקאנטע נאוועל ביכער. טרעף מיר איין קינד היינט וועלכע האט ביי די אכט יאר שוין אויסגעליינט דיקע ביכער, טאקע נארישע שטותים אבער פארט געליינט, ובדידי הוה עובדא איך האב ביי די אכט שוין געהאט אויסגעליינט א רייע מיט דיקע ביכער