דאנערשטאג יוני 17, 2021 11:53 am#475901
שבתי צבי אין יאר תשפ"ב
ס'איז אין יאר תשפ"ב, ס'איז דורך עטליכע שווערע יאר ביי כלל ישראל, די קאראנא-ווירוס מגיפה האט איבערגעלאזט שרעקליכע חורבנות, די טראגעדיע אין מירון הענגט נאך אין די לופטן, די צייט איז רייף צו הערן א בשורת הגאולה. און אט דערהערט זיך א קלא דלא פסיק אז א מקובל און צופה עתידות מיט'ן נאמען נתן העזתי האט מפרסם געווען אז א צדיק ובעל מופת מיט'ן נאמען שבתי צבי איז דער משיח ה'.
שבתי צבי באווייזט זיך, זאגט וואונדערליכע דברי תורה, דער ציבור וואס זעט אים ווערט איבערגענומען פון זיין גאונות און כאריזמע, און צוביסלעך פאנגען מער און מער אידן אן צו גלייבן אז דער גרויסער טאג איז דא. הנה מלכך המשיח בא!
דער ווינט האט זיך אנגעהויבן ביי די ספרדים, דערנאך אריבער צו די ליטווישע, און יעצט, אין אלול תשפ"ב, האט די משיחישע פיבער איבערגענומען די חסידישע וועלט. דער סקווערער רבי האט אין א שמועס מיט'ן לימנובער רב געדרוקט אין "בחצרות הקודש" געלאזט פאלן ווערטער אז ווי ס'קוקט אויס איז שבתי צבי דער משיח. דער סאטמארער רבי פון קרית יואל איז ציטירט געווארן אין אן ארטיקל אין "דער בלאט" אז שבתי צבי איז מרומז אין א שטיקל דברי יואל אין פרשת ויחי. דער באבובער רב האט געזאגט אז די סימנים שטימען מיט די ווערטער וואס דער קדושת ציון האט געלאזט פאלן פאר ער איז אומגעברענגט געווארן על קידוש ה'.
דער סאטמארער רבי פון וויליאמסבורג האט נישט געלאזט הערן קיין שום מיינונג, אבער ער האט אויפגענומען ביי זיך אין שטוב מיט גרויס הערצה הג"ר מלכיאל קאטלער וועלכער איז לעצטנס אריבערגעפארן קיין ארץ-ישראל פערזענליך מקבל מרות זיין פון שבתי צבי. דער רבי פון באבוב-45 האט אויך נישט גערעדט בפירוש פונעם משיח, אבער ווען ס'האט עמיצער פון די גרויסע חסידים אויסגעשריגן נאכ'ן דאווענען "שבתי צבי הוא המשיח" און אלע מתפללים האבן נאכגעזאגט זיבן מאל, האט דער רבי לייכט געשמייכלט.
עס איז פאראן א שמועה אז הג"ר אשר ווייס האט געזאגט פאר די נאנטע אז לבו אומר לו אז שבתי צבי איז א משיח שקר, אבער דערווייל איז ער נישט ארויסגעקומען ברבים מיט אזא דעקלעראציע. פארקערט, ווען נתן העזתי איז געווען ביי אים דורכשמועסן א גמרא, האט ער אים אויפגענומען מיט כבוד. די שטוב מענטשן טענה'ן אז הרב ווייס האט דאס געטון פשוט ווייל ער האט נישט געוואלט אויפרעגן די מיליאנען נאכפאלגער פון שבתי צבי. אבער דערווייל איז נישט דא קיין קלארע הוראה.
ס'איז נישט צו זאגן אז יעדער פאלגט נאך דעם משיח, מאנכע זענען סקעפטיש. אבער ס'איז קלאר אז עפעס דראמאטיש קומט דא פאר. צענדליגער טויזנטער משפחות האבן פארקויפט זייער האב און גוטס אין חו"ל, און האבן זיך אריבערגעצויגן קיין ארץ ישראל, און עס געדענקט זיך נישט פאר דורות אזא מצב פון שמחה און אויפהייטערונג ביי כלל ישראל. ס'איז די יארן ווען ס'איז קוים פארבליבן איבערלעבער פונעם האלאקאוסט, די סאמע לעצטע איבערלעבער זענען שוין אין די ניינציגער יארן, און די ביטערע קאשמארן פונעם קריג וועקן זיך אויף. מ'זאגט נאך א מאמר פונעם הייליגן רבי שלומ'קע זווהילער אז ער איז בטוח אז דער ביטערער חורבן איז געווען חבלי משיח, און אז עס וועלן זיין מלחמה-איבערלעבער וואס וועלן נאך זוכה זיין צו זען משיח. יעצט איז די צייט!
כ'קלער צו מיר, אין אזא מצב, וויאזוי וואלט איך געקענט איבערקומען דעם דראנג פון ווערן א שבתאי. וואס וואלט מיך אנגעדייט אז עפעס איז נישט בסדר דא? און איך האלט אז יעדער איד דארף זיך פרעגן די זעלבע פראגע: אויב וואלט זיך א שבתי צבי מעשה איבערגעשפילט בימיו, וואלט די אידישקייט וואס ער דינט בייגעקומען דעם נסיון? וואס וואלט געווען דיין סימן וואס וואלט דיך געגעבן דעם קוראזש צו טראכטן און זאגן, "ניין, איך גיי נישט מיט'ן ווינט. מיר קוקט אויס אז שבתי צבי איז א משיח שקר"?

* * *