פארומס › קאווע שטיבל • יהא זכרו ברוך

קאווע שטיבל • יהא זכרו ברוך

2,321 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך מערץ 19, 2014 4:05 pm#191356
פלעין יודיש
לאליפאפ
אוי ווי די ביסט גערעכט
איך פלעג איבערקיקן דעם קליפ צענדליגע מאל, און יעדער מאל פון פריש געלאכט
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 8:14 am#191483
.
📎 IMG-20140320-WA0049.jpg
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 9:04 am#191486
[ציטאט אראפגענומען]

מפרסמים עושי מצוה.
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 6:23 pm#191651
א שטיקל הערכה פון א ידיד פון ר' יודל מייזליש ע"ה
C/P
צו אלע גוטע פריינד פון ר' יודא מיזעלס ע"ה
איך האב יעצט מיט געהאלטן אויפן טעלעפאן די לוי' פונעם חשובן נפטר א איש מדוכה ביסורים חולי הנפש ל"ע וואס ער האט זיך מיט דעם געמוטשעט א גרויס חלק פון זיין לעבן.
אזוי ווי איך בין געווען זייער נאנט מיט אים און ער האט זיך אסאך געדרייט ביי מיר און שטוב וויל איך אביסעל מיטטיילן די גרויסקייט פון דעם איד.
קודם איז ער געווען זייער אן עהרליכער און אפגעהיטן. ביי יענעם אין שטוב האט ער זיך אויפגעפירט זייער איידל מ'האט נישט געהערט קיין הויעך ווארט פון אים.
ער האט האט קיינמאל נישט געבעטן פון קיינעם צו עסען אדער שלאפן ער האט מיר דערציילט אז ער איז געווען איבעראל ביז ער איז געקומען אויף קרית יואל, ס'איז געווען צייטן ווען ער איז געשלאפן אין ביהמ"ד און טאמער איז נישט געווען קיין תיקון יענעם טאג האט ער פשוט געפאסט. (דא איז טאקע צו פארדאנקען פאר די אלע אידן וואס האבן אים צוגעשטעלט אין ק"י אכילה שתיה לינה ברחבות ובכבוד גדול).
אויך האט מען זיך געקענט לערנען פון זיין אמונה און בטחון ווען ער האט זיך נעבעך גערישט אויף גרויסע זאכן און עס האט זיך נישט אויסגעארבעט האט ער זיך נישט אפגערעדט אויף פריער נאר גלייך געטון ווייטער מיטן זעלבן חשק....
ער איז נעבעך אדורך א לעבן פון צער פיזיש און גייסטיש נאכדעם וואס ער האט נארמאל חתונה געהאט.
זיין עכטע נאמען איז יהודא ארי' בן ר' אהרן דוב מיזעלס (נישט די רבי'שע מייזליש משפחה) ע"ה
זיין טאטע איז אוועק פאר עטליכע יאר צוריק .
ער האט איבער געלאזט א חשובע זין א תלמוד חכם א זעהווילע חסיד א מלמד מיט פיר אייניקלעך אין ירושלים.
ת נ צ ב ה
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 8:07 pm#191685
ווי אלט איז ער געווען?
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 8:20 pm#191691
מ גפני

תלמוד חכם אדער תלמיד חכם?..
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 10:51 pm#191724
שרייבער
ווי אלט איז ער געווען?

58
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 11:52 pm#191732
ערשט יעצט געזעהן די קליפ די ערשטע מאל. @לאליפאפ וואס איז געווען די מעשה ?
פרייטאג מערץ 21, 2014 8:09 am#191747
רויטע וואנצעס
ערשט יעצט געזעהן די קליפ די ערשטע מאל. @לאליפאפ וואס איז געווען די מעשה ?

וואסססס? ביזט ניי צום אינטערנעט אפשר? אבער בקיצור קען איך די מעשה פונקט ווי דיר, דער אנדערער שעירט א נידריגע איי קיו מיטן נפטר און סאיז געשען וואס איז געשען...
מוצ"ש מערץ 22, 2014 11:20 pm#191877
אשת הרה"ח ר' ישעי רז"ב שליט''א (מלמד), לויה קומט פאר יעצט ביים ביהמ''ד דקיט''ל ראדני, אויפן וועג צום ביה"ח אין קרית יואל.
זונטאג מערץ 23, 2014 12:22 am#191886
ר' שמחה נעבעך, ברוך דיין האמת. גאר א חשוב'ע פיינע שטילע יוד געוועהן.
זיך אויסגעגליטש דער ווינטער און פראנט פון איינעמ'ס הויז, געדארפט בלייבען אונדערהיים גאנץ ווינטער, און נישט געוואלט יענעם סוען.
קוים קוים וואס ער האט זיך ערהוילט פון דעים, און שוין א פרישע קלאפ.
מ'לאזט אונז איבער ממש מיט דו גאבערדזש. אלע פיינע וואוילע גוטע יודן נעמט מען אוועק פון אונז.
מ'דארף זיך נעמען לתיקון המעשים ולהתעוררות.

אויך אווער פון וואלקינג עמוניא.
קומט א באריכט פון דר. קעסטלער'ס אפיס פון אסוסא, אז היינט אויף דער נאכט אליין זענען צוויי הונדערט מענטשען זיך געקומען טשעקען פון דעים אליין.

זאל מען שוין הערן בשורות טובות ישועות ונחמות.
זונטאג מערץ 23, 2014 12:28 am#191888
סאו וואט
מ'לאזט אונז איבער ממש מיט דו גאבערדזש. אלע פיינע נעמט מען אוועק פון אונז.

דאנט ווארי. ווען די גארביטש וועלן שטארבן וועל זיי אויך ווערן איבערנאכט פיינע און מ'עט שרייבן שיינע שבחים און טיטלען אין די צייטונגען און אויפן מצבה. ביטע סטאפ מיט די לאזונגען. מיר האבן נאך דא פיינע אידן לאורך ימים ושנים (בערל: ונשים?) טובים.
זונטאג מערץ 23, 2014 2:08 am#191921
שמעקעדיג
סאו וואט
מ'לאזט אונז איבער ממש מיט דו גאבערדזש. אלע פיינע נעמט מען אוועק פון אונז.

דאנט ווארי. ווען די גארביטש וועלן שטארבן וועל זיי אויך ווערן איבערנאכט פיינע און מ'עט שרייבן שיינע שבחים און טיטלען אין די צייטונגען און אויפן מצבה. ביטע סטאפ מיט די לאזונגען. מיר האבן נאך דא פיינע אידן לאורך ימים ושנים (בערל: ונשים?) טובים.

שמעקעדיג: ייש"כ פאר כאפן מיין "פאן". ווען איך שרייב דאס אויף מיינע פעיוואריט קאסטימערס ווי הרב י.מ.ס. אדער ר' ס' דער ד' ווארט איך אז איינער זאל זיך אנרופן.
מיין אנדערע מימרא וואס איך נוץ אפט איז " זכותו יגון עלינו. כ'האב עס גענומען פון א קינדער טעיפ דורך א היימישער אינגערמאן ווי ער זאגט עס משיח לפי תומו.
זונטאג מערץ 23, 2014 2:09 am#191922
יא יא, מיר האבן דאס אויכעט באמערקט..
זונטאג מערץ 23, 2014 10:07 am#191940
בד"ה כ"ק האדמו"ר רבי זיידא שמואל שמעלקע ראזענבוים זצ"ל מביטשקוב, בן כ"ק אדמו"ר רבי דוד משה מ'קרעטשניף זצ"ל
📎 IMG-20140323-WA036.jpg

דער ביטשקובער רבי איז געבוירן אין תשי"ב, און איז א ברודער מיט האחים לבית קרעטשניץ-רחובות און פרעמישלאן.. ער איז געווען א איידעם ביי הגה"צ ר' משה זאב פריעדמאן, רב ד'יפו. און דער ביטשקובע רבי איז געווען באקאנט אלס א מחזיר נשמות לאבינו שבשמים.

זכותו יגן עלינו
זונטאג מערץ 23, 2014 12:01 pm#191959
וואס איז געווען מיט אים ? איז ער אוועק פלוצים ?
זונטאג מערץ 23, 2014 3:47 pm#192018
הרה"ח הישיש ר' יצחק מנשה פריעד ע"ה פון וויליאמסבורג (די לעצטע פאר יאר געוואוינט ביי א זוהן אין קרית יואל) אוועק נעכטן אין טיפן עלטער פון 94 יאר
ער האט פאר'אבל'ט זיינע קינדער ר' שמואל (טוען), ר' יחיאל (מלפנים מנהל ת"ת בני יואל - היינט אין וויליאמסבורג), ר' אהרן (טאהש), ר' ארי' (מאנסי) ר' מרדכי - ר' ישראל - ר' יוסף (קרית יואל) אן איידעם הרב ..... גליק(?) טאהש'ע דיין פון וויליאמסבורג
ווער עס ווייסט מער קען צושרייבן ...
זונטאג מערץ 23, 2014 4:33 pm#192036

ר' מרדכי קרית יואל
זונטאג מערץ 23, 2014 4:36 pm#192039

שטייט
זונטאג מערץ 23, 2014 7:30 pm#192127

ר' חיים (מאנסי), ר' וואלף (וויליאמסבורג)
זונטאג מערץ 23, 2014 8:30 pm#192139
מ גפני
שרייבער
מ גפני
הרה"ח הישיש ר' יצחק מנשה פריעד ע"ה פון וויליאמסבורג (די לעצטע פאר יאר געוואוינט ביי א זוהן אין קרית יואל) אוועק נעכטן אין טיפן עלטער פון 94 יאר
ער האט פאר'אבל'ט זיינע קינדער ר' שמואל (טוען), ר' יחיאל (מלפנים מנהל ת"ת בני יואל - היינט אין וויליאמסבורג), ר' אהרן (טאהש), ר' ארי' (מאנסי) ר' מרדכי - ר' ישראל - ר' יוסף (קרית יואל) אן איידעם הרב ..... גליק(?) טאהש'ע דיין פון וויליאמסבורג
ווער עס ווייסט מער קען צושרייבן ...

ר' מרדכי קרית יואל

איידעם הרב החסיד ר' מיכא' יוסף שווארץ שליט'א סקולען.
זונטאג מערץ 23, 2014 8:41 pm#192140
ר' דוד אהרן לאנדא פין קרית יואל אויך א איידים
מיטוואך אפריל 2, 2014 9:19 am#194268
בד"ה החזן המפורסם הרה"ח ר' דוד ווערדיגער ע"ה
מיטוואך אפריל 2, 2014 9:39 am#194270
מ גפני
בד"ה החזן המפורסם הרה"ח ר' דוד ווערדיגער ע"ה

ער איז געוועהן פון די ערשטע ארויסצוגעבן טעיפס נאכן קריג, און געראטעוועט אסאך ניגונים..און אונז איבערגעלאזט אפאר קינדער און אייניקלעך געשמאקע פיינע זינגער'ס..יהא זכרו ברוך!
מיטוואך אפריל 2, 2014 10:36 am#194289
טעפל
מ גפני
בד"ה החזן המפורסם הרה"ח ר' דוד ווערדיגער ע"ה

ער איז געוועהן פון די ערשטע ארויסצוגעבן טעיפס נאכן קריג, און געראטעוועט אסאך ניגונים..און אונז איבערגעלאזט אפאר קינדער און אייניקלעך געשמאקע פיינע זינגער'ס..יהא זכרו ברוך!

די טאטע פון מרדכי בן דוד.
image.jpg
מיטוואך אפריל 2, 2014 10:44 am#194291
ישראל ווערדיגער אלס קינד מיט זיין זיידען ע״ה
image.jpg
מיטוואך אפריל 2, 2014 3:54 pm#194385
אוי די טעלעפאן דערמאנט מיר די גיטע צייטן.......
אוי ווי נעמנט מען די יונגע יארן אזוי שנעל אוועק געפארן........
מיטוואך אפריל 2, 2014 8:14 pm#194422
בעל הבית
אוי די טעלעפאן דערמאנט מיר די גיטע צייטן.......
אוי ווי נעמנט מען די יונגע יארן אזוי שנעל אוועק געפארן........

וואס איז אזוי גוט געווען? א קארדלאזע פאון איז נישט בעסער?
מיטוואך אפריל 2, 2014 8:23 pm#194426
ר' דוד איז געווען פון די ערשטע ארויסצוקומען מיט א פראפעשינעל חסידישע מוזיק טעיפ אין אמעריקא. בייגעלייגט איז א שיין קאמפאזאציע פון יענע יארן.
בד"וו ר' דוד האט געזינגען אויף ניגונים טעיפס פון סאטמאר און סקולען און אוודאי גור.

http://www.youtube.com/watch?v=WqM_MbEibc0

דא קען מען אביסל קלארער הערן זיין כח אין חזנות (סיום הש"ס התשיעי)

http://www.youtube.com/watch?v=2NfiQoI77Ps
מיטוואך אפריל 2, 2014 8:24 pm#194427
די ווערטער ?
מיטוואך אפריל 2, 2014 8:30 pm#194428
קאווע טרינקער
די ווערטער ?

איש יצא למציא לנפשו נחת, איש כלכלוהו העורבים ולא מת
לשחת, איש למענו נתברכו כד וצפחת

איך ווער משוגא פאר די דעקל ארט. הערליך.
מיטוואך אפריל 2, 2014 8:38 pm#194430
די ארגינעלע מלוה מלכה אלבוים מיט'ן ביכל. היסטארישע סחורה.

איינער פון די צוויי סאלא אינגעלעך, איז זיין זון מרדכי אלץ קינד.

<a class="postlink" href="http://faujsa.fau.edu/music-data/401056/401056.pdf">http://faujsa.fau.edu/music-data/401056/401056.pdf</a>
זונטאג אפריל 6, 2014 4:46 pm#194915
תלי גראס איז מער נישטא. יענע מעשה נעבעך
📎 IMG-20140406-WA0006.jpg
זונטאג אפריל 6, 2014 5:37 pm#194929
רויטע וואנצעס: ייש"כ פאר ברענגען דעם הערליכן קליפ פון ר' דויד וורדיגר, ע"ה. דער קאווער אליינס ברענגט מיר אויף נאסטאלגישע זכרונות. ווען איך בין געווען א יונגל (נאך פאר בר מצוה). אינז האבן געהאט א רעקארד פלעיער, און דעים רעקארד מיט די הערליכע ניגונים פון החזן הדגול ר' דויד ורדיגר... 😕 😎 😂 😂 😂 😛 😮
זונטאג אפריל 6, 2014 7:16 pm#194948
קלוג און יונג
תלי גראס איז מער נישטא. יענע מעשה נעבעך

זיין טאכטער (ממש יעצט אוועק) האט אים ארויפגערופן??
זונטאג אפריל 6, 2014 8:53 pm#194960
קלוג און יונג
תלי גראס איז מער נישטא. יענע מעשה נעבעך

כ'האב עפעס א פילינג אז ווען ער איז ארויפגעגאנגען לשמים האט אים סאטמאר'ע רבי ז''ל אפגעווארט און אים גענומען מיט די האנט אין גן עדן און געוויזען פאר אלע צדיקים מדורות הקודמים מיט א גרויסע שמייכעל אז דאס איז מיינער א תלמיד.

(כ'ווייס נישט וואס טוט זיך אויבען, אבער כ'גלייב אזוי.)
זונטאג אפריל 6, 2014 10:13 pm#194973
outspoken
קלוג און יונג
תלי גראס איז מער נישטא. יענע מעשה נעבעך

כ'האב עפעס א פילינג אז ווען ער איז ארויפגעגאנגען לשמים האט אים סאטמאר'ע רבי ז''ל אפגעווארט און אים גענומען מיט די האנט אין גן עדן און געוויזען פאר אלע צדיקים מדורות הקודמים מיט א גרויסע שמייכעל אז דאס איז מיינער א תלמיד.

(כ'ווייס נישט וואס טוט זיך אויבען, אבער כ'גלייב אזוי.)

ער האט מיר געזאגט נאך מיט 45 יאר צריק, אז ער האט געלערנט אין נייטרע ישיבה, ער האט קיינמאל נישט געלערענט אין סאטמאר
זונטאג אפריל 6, 2014 10:38 pm#194977
outspoken
קלוג און יונג
תלי גראס איז מער נישטא. יענע מעשה נעבעך

כ'האב עפעס א פילינג אז ווען ער איז ארויפגעגאנגען לשמים האט אים סאטמאר'ע רבי ז''ל אפגעווארט און אים גענומען מיט די האנט אין גן עדן און געוויזען פאר אלע צדיקים מדורות הקודמים מיט א גרויסע שמייכעל אז דאס איז מיינער א תלמיד.

(כ'ווייס נישט וואס טוט זיך אויבען, אבער כ'גלייב אזוי.)

וועם פראבירסטו דא צו נער-לייגן? רשכבה״ג מסאטמאר אדער מו״ה ר׳ נפתלי גראסס ע״ה וואס האט בכלל נישט געהאט קיין גרינג לעבן און אויפגעשטעלט א שיין אידיש דור. עפעס אידיש מענטשליכקייט וויזוי צו רעדן ווען א איד וואס גייט פון דער וועלט. עפעס אחריות!
זונטאג אפריל 6, 2014 10:53 pm#194980
אוי ר' תלי! מ'פלעג מיר פארברענגן אויפ'ן בארדוואק ביינאכט ווי ער האט זיך אפגעריט נאך א טאג ארבעט ארומפירענדיג פאסאנזשירן אין מיאמי. כאטשיג ער איז געגאנגן אנגעטוהן מיט די מיאמי דאשיק האט ער אבער געהאט דעם זעלבן חן ווי ווען מ'האט אים געטראפן מיט א ציגארעטל פארנט פון ראדני ביהמ"ד.
זאל ער זיין א גיטע בעטער פאר אונז אלע
מאנטאג אפריל 7, 2014 8:58 am#195012
בד"ה האשה החשובה מרת רבקה לאה ב''ר ישראל דרעזנער נ''י אשת ר' יעקב פעקעטע
מאנטאג אפריל 7, 2014 9:16 am#195013
דער שכן
outspoken
קלוג און יונג
תלי גראס איז מער נישטא. יענע מעשה נעבעך

כ'האב עפעס א פילינג אז ווען ער איז ארויפגעגאנגען לשמים האט אים סאטמאר'ע רבי ז''ל אפגעווארט און אים גענומען מיט די האנט אין גן עדן און געוויזען פאר אלע צדיקים מדורות הקודמים מיט א גרויסע שמייכעל אז דאס איז מיינער א תלמיד.

(כ'ווייס נישט וואס טוט זיך אויבען, אבער כ'גלייב אזוי.)

וועם פראבירסטו דא צו נער-לייגן? רשכבה״ג מסאטמאר אדער מו״ה ר׳ נפתלי גראסס ע״ה וואס האט בכלל נישט געהאט קיין גרינג לעבן און אויפגעשטעלט א שיין אידיש דור. עפעס אידיש מענטשליכקייט וויזוי צו רעדן ווען א איד וואס גייט פון דער וועלט. עפעס אחריות!

אביסל היסטארי, נאכן מלחמה זענען אנגעקומען אינגע קינדער און בחורים, פארלוירענע נשמות ברוחניות ובגשמיות, די בעסטע יארן וואס א מענטש דעוועלפט זיך האבן זיי מיטגעמאכט א גהינים, האט זיך 'רשכבה״ג מסאטמאר' אראפגעלאזט צו זיי (כידוע ווען מ'איז געווען אין געגענוואר פונם רבין האט געהערשט א גרויס פחד מרוב קדושתו, און דאס האט ער פון זיי אוועקגענומען) און זיך אפגעגעבען מיט זיי(רוב האבן נישט געהאט קיין שום שייכות מיט סיגוט-סאטמאר), געשיקט ארבייטען, יעדע נאכט זענען זיי אריבער צום רבינ'ס ביהמ''ד אויף 500 BEDFORD די רביצען האט זיי געבען עסען און די רבי האט זיי אויסגעהערט שעות, ער האט אסאך פון זיי חתונה געמאכט, למעשה זענען זיי געווען די ערשטע קערענדליך וואס רביה''ק האט ארויסגעשיקט אינם טריפה'נעם אמעריקע מיט די חסידישע סאטמאר'ע שטאלטץ און זיי האבן אויפגעשטעלט שיינע חסיד'ישע דורות.
מיטוואך אפריל 9, 2014 4:36 pm#195510
פון JDN
📎 IMG-20140409-WA014.jpg
מיטוואך אפריל 23, 2014 10:35 am#196663
[ציטאט אראפגענומען]

זיין מאמע ((אשת ר' עזריאל גליק בזוו'ש) איז אוועק
📎 Untitled.jpg
מיטוואך אפריל 23, 2014 11:00 am#196667
outspoken
דער שכן
outspoken
קלוג און יונג
תלי גראס איז מער נישטא. יענע מעשה נעבעך

כ'האב עפעס א פילינג אז ווען ער איז ארויפגעגאנגען לשמים האט אים סאטמאר'ע רבי ז''ל אפגעווארט און אים גענומען מיט די האנט אין גן עדן און געוויזען פאר אלע צדיקים מדורות הקודמים מיט א גרויסע שמייכעל אז דאס איז מיינער א תלמיד.

(כ'ווייס נישט וואס טוט זיך אויבען, אבער כ'גלייב אזוי.)

וועם פראבירסטו דא צו נער-לייגן? רשכבה״ג מסאטמאר אדער מו״ה ר׳ נפתלי גראסס ע״ה וואס האט בכלל נישט געהאט קיין גרינג לעבן און אויפגעשטעלט א שיין אידיש דור. עפעס אידיש מענטשליכקייט וויזוי צו רעדן ווען א איד וואס גייט פון דער וועלט. עפעס אחריות!

אביסל היסטארי, נאכן מלחמה זענען אנגעקומען אינגע קינדער און בחורים, פארלוירענע נשמות ברוחניות ובגשמיות, די בעסטע יארן וואס א מענטש דעוועלפט זיך האבן זיי מיטגעמאכט א גהינים, האט זיך 'רשכבה״ג מסאטמאר' אראפגעלאזט צו זיי (כידוע ווען מ'איז געווען אין געגענוואר פונם רבין האט געהערשט א גרויס פחד מרוב קדושתו, און דאס האט ער פון זיי אוועקגענומען) און זיך אפגעגעבען מיט זיי(רוב האבן נישט געהאט קיין שום שייכות מיט סיגוט-סאטמאר), געשיקט ארבייטען, יעדע נאכט זענען זיי אריבער צום רבינ'ס ביהמ''ד אויף 500 BEDFORD די רביצען האט זיי געבען עסען און די רבי האט זיי אויסגעהערט שעות, ער האט אסאך פון זיי חתונה געמאכט, למעשה זענען זיי געווען די ערשטע קערענדליך וואס רביה''ק האט ארויסגעשיקט אינם טריפה'נעם אמעריקע מיט די חסידישע סאטמאר'ע שטאלטץ און זיי האבן אויפגעשטעלט שיינע חסיד'ישע דורות.

א שיינע מעשה צאמגעשטעלט! פון ווי נעמסטי דאס? ער אין אלע בחורים זענען געווען תלמידים אין נייטרא ישיבה, קיין מאל נישט געלערנט אין סאטמאר, שפעטער מיט דע צייט זענען אסאך פון זיי זענען געווארען חסידים פין רבין זי"ע אין זענען געווען אין געבליבען יראי השם אזוי ווי זענען געווען אלע יארן,
מיטוואך אפריל 23, 2014 11:30 am#196668
הרה"ח ר' בנציון געלבמאן ע"ה 86 יאר אלט פון ב"פ לאנג יעריגער געלט גייער פאר מוסדות יטב לב באה"ק, טאטע פון ר' שלמה יעקב (מחבר ספרי "מושיען של ישראל") און פון ר' הערש מיילעך ע"ה
מיטוואך אפריל 23, 2014 11:46 am#196671
מ גפני
הרה"ח ר' בנציון געלבמאן ע"ה 86 יאר אלט פון ב"פ לאנג יעריגער געלט גייער פאר מוסדות יטב לב באה"ק, טאטע פון ר' שלמה יעקב (מחבר ספרי "מושיען של ישראל") און פון ר' הערש מיילעך ע"ה

מ'רעדט ערגעץ אין שטיבל וועגן די גניבה פונעם מטה אינמיטן די נאכט און איר באגרעבעניש אין א צווייטן בית עולם? ביטע לינקן
מיטוואך אפריל 23, 2014 11:55 am#196672
לאליפאפ
מ גפני
הרה"ח ר' בנציון געלבמאן ע"ה 86 יאר אלט פון ב"פ לאנג יעריגער געלט גייער פאר מוסדות יטב לב באה"ק, טאטע פון ר' שלמה יעקב (מחבר ספרי "מושיען של ישראל") און פון ר' הערש מיילעך ע"ה

מ'רעדט ערגעץ אין שטיבל וועגן די גניבה פונעם מטה אינמיטן די נאכט און איר באגרעבעניש אין א צווייטן בית עולם? ביטע לינקן

ניין! דערווייל נישט
אבער איך מיין אז מ'קען שוין אנהייבן א שמיעס דערוועגן אין צימעס
הערן הער איך אז מ'האט בכלל נישט מודיע געווען פאר די קינדער אז ער איז אוועק ביז נאכן באערדיגען אינעם אלטן ביה''ח אין קר''י (שלא כצאוותו) דערמיט האבן די קינדער אפילו נישט געהאט קיין טשענס צו זיין ביי זייער טאטעס לוויה
מיטוואך אפריל 23, 2014 11:58 am#196673
לאליפאפ
מ גפני
הרה"ח ר' בנציון געלבמאן ע"ה 86 יאר אלט פון ב"פ לאנג יעריגער געלט גייער פאר מוסדות יטב לב באה"ק, טאטע פון ר' שלמה יעקב (מחבר ספרי "מושיען של ישראל") און פון ר' הערש מיילעך ע"ה

מ'רעדט ערגעץ אין שטיבל וועגן די גניבה פונעם מטה אינמיטן די נאכט און איר באגרעבעניש אין א צווייטן בית עולם? ביטע לינקן

ביטע נישט לינקן, דעס איז נישט קיין צימעס אשכול
מיטוואך אפריל 23, 2014 12:12 pm#196675
מ גפני
לאליפאפ
מ גפני
הרה"ח ר' בנציון געלבמאן ע"ה 86 יאר אלט פון ב"פ לאנג יעריגער געלט גייער פאר מוסדות יטב לב באה"ק, טאטע פון ר' שלמה יעקב (מחבר ספרי "מושיען של ישראל") און פון ר' הערש מיילעך ע"ה

מ'רעדט ערגעץ אין שטיבל וועגן די גניבה פונעם מטה אינמיטן די נאכט און איר באגרעבעניש אין א צווייטן בית עולם? ביטע לינקן

ביטע נישט לינקן, דעס איז נישט קיין צימעס אשכול

א לינק אויך נישט?? פאנאטיקער איינער
מיטוואך אפריל 23, 2014 12:24 pm#196679
געעפנט א צימעס אשכול דערפאר.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/6287">viewtopic.php?f=33&t=6287</a><!-- l -->