פארומס › קאווע שטיבל • יהא זכרו ברוך

קאווע שטיבל • יהא זכרו ברוך

2,321 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג מאי 19, 2014 8:04 pm#201195
דריידל: דו האסט מיך געמאכט אזוי שטארק לאכן אז מיין שכן איז געקומען קוקן אויב אלעס איז אין ארדענונג... 😂 😛 😂 😛 😂 😛 😮 🙄
מאנטאג מאי 19, 2014 8:07 pm#201196
berlbalaguleh
sefish
יא יא, ס'איז רבי יוסל וואלדמאן שליט"א

רבי שליט"א (מיט די ראשי תיבות, אזוי ווי די ת"ת קינדער טייטשן עס.) איז נאך דאמאלץ געוועין א חסיד פונ'ם ברך משה זי"ע?!... 😕 😎 🙄 😂 🙄 😂 😠 😛 😳 🙄 😈 😈 😳 😞 😉 😮

שאלה: ווען האט זיך אנגעהויבן זיין התנגדות און שנאה און נאכשרייען און מבזה זיין אן אלטן איד א גאון וצדיק. רבן של ישראל ווי פאר'ן ערגסטן שיכור?
קאזאק הנגזל!!!!... 😛 🙄 😈 🙄 😈 😳 😞 😮 😲

וואס איז ער שילדיג אז בימים ההם אין קאווע שטיבל בישראל, איש כל הישר בעיניו יעשה. מ'האט אים גערודפ'ט בכל מה דאפשר. אויב ער איז זיך אליין געווען שילדיג - איז א שמועס פאר זיך. למעשה איז דאס געווען זיין איינציגסטע וועג זיך צו פארטיידיגן.

היינט איז שוין אכשר דרא און ווער ס'פילט זיך ב'עולה'ט קען אהער קומען עפענען אשכולות און שרייבן וויפול ס'לאזט זיך.
מאנטאג מאי 19, 2014 8:11 pm#201197
דריידל

כ'האב געוואלט עפעס זאגן. אבער לפי בקשת הרבים זאל מען אויפהערן מיט די שטותים. 'עליך עס אוועקלייגן פאר א צווייטע געלעיגנהייט... 😕 😐 😐 😐 😐 😐 😮
דינסטאג מאי 20, 2014 5:01 pm#201385
נאט נייס צו פאוסטן אין דעם אשכול בשעת ס'איז נאך דא קלאנגען אז ער לעבט.
דינסטאג מאי 20, 2014 5:25 pm#201397
זאל די שמועה זיין א ישועה פאר אים און ער זאל געזונט ווערן
דינסטאג מאי 20, 2014 5:35 pm#201399
מ'זאגט אז ס'איז א סגילה פאר אריכות ימים
דינסטאג מאי 20, 2014 5:39 pm#201403
הוא גר במונסי?
דינסטאג מאי 20, 2014 7:38 pm#201430
לא, ב'פלעטבוש/קענזינגטאן
דינסטאג מאי 20, 2014 8:24 pm#201443
אנאנים: ייש"כ. אבער ער זעהט אויס שטארק נישט געזינט, ל"ע. השי"ת ישלח לו רפואה שלימה בקרוב בתוך שאר חולי ישראל... 😕 🙄 😛 😳 😢 😢 😞 😢 😮 😢 😞
דינסטאג מאי 20, 2014 9:54 pm#201471
лпم iοوԴ
כ'הער א שמועה רעה אז יואל בראך, סאקסעפאן שפילערייען, איז נעבעך אוועק. אבער אנדערע זאגן אז ס'איז נישט אמת.

וואס מיינט דאס ״סאקסעפאן שפילערייען״ ?
זונטאג מאי 25, 2014 2:01 pm#202290
היינט איז נפטר געווארן אין קרית יואל הרה"ח ר' ארון לייב ב"ר שלמה סטראלאוויטש ע"ה נאכ'ן דורכגיין שווערע חדשים זיך פלאגן מיט די ביטערע מחלה ת.נ.צ.ב.ה.
זונטאג מאי 25, 2014 2:04 pm#202291
ר' ארון לייב מיט זיין מחותן ר' יצחק שווארץ ע"ה
📎 IMG-20140525-WA003.jpg
זונטאג מאי 25, 2014 2:20 pm#202296
א טייערע איד געווען ער האט זיך זייער געפלאגט לעצטענס מיט יענע מעשה מ'האט אים נישט געלייגט דארט ווי ר' עזריא' ליגט
זונטאג מאי 25, 2014 2:50 pm#202307
גאנצל
א טייערע איד געווען ער האט זיך זייער געפלאגט לעצטענס מיט יענע מעשה מ'האט אים נישט געלייגט דארט ווי ר' עזריא' ליגט

זאג מיר @גאנצל
די האסט אינגאנצן פארלוירן דיינע מענטשליכע געפילן???
זונטאג מאי 25, 2014 3:44 pm#202327
פלעין יודיש
גאנצל
א טייערע איד געווען ער האט זיך זייער געפלאגט לעצטענס מיט יענע מעשה מ'האט אים נישט געלייגט דארט ווי ר' עזריא' ליגט

זאג מיר @גאנצל
די האסט אינגאנצן פארלוירן דיינע מענטשליכע געפילן???

פלעינע בחור, ווען מעג מען יא רעדן וואו מען לייגט א מענטש און ווען טאר מען נישט? קענסט מיר ביטע ערקלערן וויאזוי דיינע געפילן לויפן?
זונטאג מאי 25, 2014 4:04 pm#202332
גאנצל
א טייערע איד געווען ער האט זיך זייער געפלאגט לעצטענס מיט יענע מעשה מ'האט אים נישט געלייגט דארט ווי ר' עזריא' ליגט

דעקעלע טייערע
א נחת צו קוקן ווי דע טעראר איז ב"ה אונטערגעגאנגען, א איד וואס האט אלע יארן געדאווענט ביי די רביצין אין ביי לייבוש ענגל ווערט געלייגט אין ביה"ח ווי א שיינער איד בחנם אין כסף
פאר 4 יאר צוריק וואלט ער געדארפט באצאלן פאר דעם עטליעסט א פופציג אלפים
די בני יואל אין די זאליס בארומען שענערע חלקהס אין די ארוינישע ביה"ח ווי די ארונים
ווויזוי פירט די בלאט אויס??
"פארשטינקענע פיש געגעסן אין פון שטאט ארויסגעווארפן"
זונטאג מאי 25, 2014 4:14 pm#202334
"בחנם אין כסף" איז לכתחלה נישט אויסגעהאלטן, ס'שטייט אין זוהר אז לטובת נשמתו זאל א מענטש ליגן דוקא אין א באצאלטע חלקה,
מ'זעהט עס ביי אברהם אבינו אז ער האט באצאלט ארבע מאות כסף עובר לסוחר, ער האט נישט געוואלט קיין טובות פון עפרון החתי,
זונטאג מאי 25, 2014 4:49 pm#202344
סארי כ'האב קיינעם נישט געמיינט וויי צו טון איך האב בלויז געשריבן די נייעס

@דעמאקרטיע שוין לאנג נישט אזא הנאה געהאט פון אזא טרויעריגע נצחון נגון פאר מער גיי צו צימעס
זונטאג מאי 25, 2014 4:55 pm#202347
דעמאקראטיע
גאנצל
א טייערע איד געווען ער האט זיך זייער געפלאגט לעצטענס מיט יענע מעשה מ'האט אים נישט געלייגט דארט ווי ר' עזריא' ליגט

דעקעלע טייערע
א נחת צו קוקן ווי דע טעראר איז ב"ה אונטערגעגאנגען, א איד וואס האט אלע יארן געדאווענט ביי די רביצין אין ביי לייבוש ענגל ווערט געלייגט אין ביה"ח ווי א שיינער איד בחנם אין כסף
פאר 4 יאר צוריק וואלט ער געדארפט באצאלן פאר דעם עטליעסט א פופציג אלפים
די בני יואל אין די זאליס בארומען שענערע חלקהס אין די ארוינישע ביה"ח ווי די ארונים
ווויזוי פירט די בלאט אויס??
"פארשטינקענע פיש געגעסן אין פון שטאט ארויסגעווארפן"

דו קענסט שרייבן בחנם אין כסף, פאקט איז אז "מען" האט באצאלט דערפאר כסף מלא, ער האט קינדער וואס באלאנגען צו צד מהר"א און זיי האבן געוואלט ער זאל ליגן דא
כ'מיין פאר דעם געלט קענסטו דיך שרייבן אז ר' בנציון געלבמאן איז אויך בחנם אין כסף (נישט בייגעפאלן הא?)
זונטאג מאי 25, 2014 4:56 pm#202349
למעשה זענען די זאליס אלעמאל געווינער, איי מען לייגט ביי די ארונים אפילו מעסיגע, אה, איז דא צוויי תירוצים, אדער האט מען ארויסגעכאפט, אדער האט מען אים געלייגט בחנם
נייס טריי
זונטאג מאי 25, 2014 5:23 pm#202355
שרייבער
למעשה זענען די זאליס אלעמאל געווינער, איי מען לייגט ביי די ארונים אפילו מעסיגע, אה, איז דא צוויי תירוצים, אדער האט מען ארויסגעכאפט, אדער האט מען אים געלייגט בחנם
נייס טריי

דעקעל קיינער טרייט נישט גארנישט
האט סטראלאוויטש באצאלט 50 טויזענט דאלער אדער נישט?
זונטאג מאי 25, 2014 5:30 pm#202359
חברה
ס'איז א שאד אז אינזערע תגובות זאלן באלד פארמעקט ווערן דורך די אחראים, לאמיר זיך טענה'ן אין צימעס
זונטאג מאי 25, 2014 6:45 pm#202383
דעמאקראטיע
שרייבער
למעשה זענען די זאליס אלעמאל געווינער, איי מען לייגט ביי די ארונים אפילו מעסיגע, אה, איז דא צוויי תירוצים, אדער האט מען ארויסגעכאפט, אדער האט מען אים געלייגט בחנם
נייס טריי

דעקעל קיינער טרייט נישט גארנישט
האט סטראלאוויטש באצאלט 50 טויזענט דאלער אדער נישט?

קודם מען האט קיינמאל נישט געבעטן אין די היסטארי 50 אלפים פאר א פשוטע חלקה, אז די קויפסט אלעס פין דער איד אין שאול פערלשטיין לייג דיך נישט צו נער ברבים, דאס וואס מען בעט יא האט איינגעפריט נישט קיין צווייטער ווי דער דעמאלטסטיגער יו''ר חברה קדישא (אפשר וועגן דעם האט ער נישט זוכה געווען צו ליגן אין דעם ביה''ח), אין דאס צאלט יעדער וואס וויל ליגן אין דעם ביה''ח,
זונטאג מאי 25, 2014 6:56 pm#202384
מקען אפשר אויפהערן צימעסן אין א יהא זכרו ברוך אשכול?
א באנדע משוגעים.
זונטאג מאי 25, 2014 9:57 pm#202447
מ גפני
היינט איז נפטר געווארן אין קרית יואל הרה"ח ר' ארון לייב ב"ר שלמה סטראלאוויטש ע"ה נאכ'ן דורכגיין שווערע חדשים זיך פלאגן מיט די ביטערע מחלה ת.נ.צ.ב.ה.

ברוך דיין האמת: כ'האב איהם גוט געקענט. געוועין (כמעט) א נאנטע חבר... 😕 😎 🙄 😳 😮 😮 😮 😲
זונטאג מאי 25, 2014 11:00 pm#202466
[ציטאט אראפגענומען]

ווייל ס'איז דא ווער ס'וויל זיין "קיל" אויך ביי לוויות... 😎 😎 😎 🙄 😮
מאנטאג מאי 26, 2014 6:03 pm#202664
מ גפני
ר' ארון לייב מיט זיין מחותן ר' יצחק שווארץ ע"ה

צוויי זיסע אידעלעך געוועזען. זי פלעגן דארטן זיצן אויפן פארטש, געלערנט און פארברענגט מיט א געשמאק

(אגב די פלאץ איז די געוועזענע רביצין'ס שוהל... נעבעך אלע ביידע מיט די פלאץ שוין נישטא מער)
מאנטאג מאי 26, 2014 6:33 pm#202671
בד"ה יעצט קומט אן די ביטערע בשורה אז עס איז אוועקגעריסן געווארן א יונגע מאמע אין קרית יואל האשה החשובה מרת לאה רבקה גרינפעלד ע"ה. אשת העסקן הנמרץ מו"ה מענדל גרינפעלד (בן ר' דוד לייב ז"ל) בת ר' יעקב צבי דייטש (טאטע פון מיילעך/דער בלאט) די פרוי איז נאך געווען צוויי וואכן צוריק אינדערהיים געזינט און שטארק און פלוצים איז זי צוזאמגעפאלן פון וועלעכע זי איז שוין ליידער נישט אויפגעשטאנען דורכ'ן אריינפאלן אין א קאומא
שנשמע ונתבשר בשורות טובות
מאנטאג מאי 26, 2014 8:04 pm#202679
אוי וויי אזא בראך. א יונגע מאמע פאלט פלוצים אוועק און ניטאמאל האבן די קינדער געהאט צייט זיך צו געזעגענן. דאס איז דאך נישט אדורך צוטראגן. לאמיר גיין תשובה טאן. איינער האט פרטים פון די הארץ רייסענדע לוי'
מאנטאג מאי 26, 2014 8:28 pm#202683
shem-tov
איינער האט פרטים פון די הארץ רייסענדע לוי'

יא, אזויווי יעדע סאטמארע נפטר/ת אין די לעצטע דריי יאר. ס'גאנצע שמועס איז "וואו לייגט מען אים/איר? / אלע קינדער זענען מסכים? / פארוואס איז פונקט איין זוהן א זאלי/ארוני..."
מאנטאג מאי 26, 2014 9:18 pm#202698
די לוי' גייט זיין פארענט פון ביהמ"ד הגדול דקרית יואל, אום 10:45pm
זי וועט קומען למנוחתה אינעם ביה"ח ד'סאטמאר אין קרית יואל - אינעם זעלבן ביה"ח ווי איר מאמע ע"ה ליגט.

זאל דער מי שאמר לעולמו די, זיך מרחם זיין אויף איר צובראכענע מאן און 6 געווארענע יתומים, ובפרט אויף איר טאטע וועם זי האט אזוי געטריי באדינט און אריינגענומען צו איר אין שטוב די לעצטע פאר יאר, ויאמר לצרותינו די. ומחה ה' דמעה מעל כל פנים אמן
פרייטאג מאי 30, 2014 1:26 pm#203623
משבקי אדמורים מסקווירא הרב אונגאר 88 יאר געווען.
פרייטאג מאי 30, 2014 1:33 pm#203624
די סקווירא האבן נעבעך ארום געשלעפט הרב אונגער קראנק אהייט מעבר לים, ווי די הייליגע רבין איז נאר געגאנגען האט ער נעבעך געדארפט שטיין אלץ גבאי.
ס'וועט מיר נישט זיין קיין חידוש טאמער זיי וועלן עיהם שטעלען די וואך פרייטאג צונאכטס טויט אהייט מיטן תכריכים אונטער די רבי'ס גרויסע בענקעל.
פרייטאג מאי 30, 2014 1:36 pm#203626
אוי וויי ר' ישעי' איז שוין אויך נישט דא?!? בד"ה
אונזער חשובער חבר שעפטל האט געעפנט אן אשכול אין אנשי שם צובאשרייבן דעם חשובען נפטר ע"ה
מוצ"ש מאי 31, 2014 10:20 pm#203703
בד"ה. דאס איז דאבשינע רבי'ס ברודער
מוצ"ש מאי 31, 2014 10:26 pm#203706
.
image.jpg image.jpg image.jpg
מוצ"ש מאי 31, 2014 10:35 pm#203707
די הארץ רייסט הערנדיג די בשורה. ער האט נאך געשפילט ביז ממש לעצטנס און משמח געווען אידישע קינדער. א גאלדן הארץ געהאט. יהא זכרו ברוך.
מוצ"ש מאי 31, 2014 10:37 pm#203708
ווי לאנג איז ער געוועהן נישט געזינט?
מוצ"ש מאי 31, 2014 10:55 pm#203711
/
זונטאג יוני 01, 2014 12:17 am#203725
אלץ בחור
זונטאג יוני 01, 2014 12:19 am#203726
ברוך דיין האמת. א טייערע איד איז יואלי געווען.
ער איז אוועק היינט אביסל נאך 4 אזייגער. ער האט צוגערופן זיין ווייב און איר געזאגט אז ער פילט אז ער גייט. זיי האבן געליינט קרי''ש, און ער איז נפטר געווארן.
זונטאג יוני 01, 2014 12:23 am#203727
א מעסעדזש וואס יואלי האט געשריבן א קורצע צייט ציריק

"All my life I've worked around the clock, as in 19 hrs day, always worrying about tommorow. I never took a day off, no Sundays, vacations, a holiday. I deprived myself from every sugar, carb, red meat, drinks. I worked out for 2 full hrs EVERY day for the past 17 years. I walked around thinking "Dude, i'm in the best shape a person can be, I only eat Cancr fighting foods, I'm totally sick proof". And then from one min to the next while again thinking to myself, "I have a career, my wife has a career, I'm building a house, I've got my whole life planned out." Suddenly, out of left field, the circuit breakers went off!

My life changed forever!

There are lessons I've learned from all of this, and I'd like to pass them on to my friends. Here they are:

1. "Live today, don't worry about tommorow." And by "live" i mean use your time wisely.

2. The most important thing a person possesses is his family! When going through something traumatic like this, it's only your family that will do everything and anything to help you get through it. No money in the world will help you. All your days at work, all the money you've accumulated in the bank, cant be there to support you, and keep your mind strong. Why put work in front of your family? Why put them on the bottom of the list? When you look around, and truly realize that nobody is guaranteed with their life, regardless of their age, health condition, and worldly possessions. That is when you wake up realize "Hey, Whatever I have or have "earned" isn't because I have acquired it through my own hard work. I was given all of this to do something with it. All of these things "i worked for" was given to me for a purpose. And I now know that purpose isn't to busy myself with. To boast about my accomplishments with it. Everything you are given can be used in either 2 ways. Hold it, boast about it, stare at it and think to yourself "look what I did," Or, cherish it, use it to give back to your family. Spend your time truly making a difference in this world.

3. Realize that if you have enough money to pay your bills. If you and your family are healthy. You are truly the luckiest person in the world.

.

.

.

Ok, my rant is now over ;)

Hope you're having a great summer, and thanks for posting the article.

Let's go for a drink sometimes :)

JB
זונטאג יוני 01, 2014 12:32 am#203728
דאנערשטיג האט ער זיך געזעגענט פון זיינע חברים , און ער איז אהיים וויסענדיג אז זיינע טעג זענען געציילטע
זונטאג יוני 01, 2014 12:36 am#203730
וויליאמסבורגער האט געשריבן:ברוך דיין האמת. א טייערע איד איז יואלי געווען.
ער איז אוועק היינט אביסל נאך 4 אזייגער. ער האט צוגערופן זיין ווייב און איר געזאגט אז ער פילט אז ער גייט. זיי האבן געליינט קרי''ש, און ער איז נפטר געווארן.

און שפיטאל?
זונטאג יוני 01, 2014 12:49 am#203731
ער איז נפטר געווארן אינדערהיים
זונטאג יוני 01, 2014 12:52 am#203733
אויף hq ווערט געמאלטן אז ער גייט אין נייע חלקה פון ק"י ביה"ח.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

נ. ב. ביטע נישט פארצימעסען
זונטאג יוני 01, 2014 12:56 am#203734
אביסל קלארער !!!
ווי לאנג איז ער נישט געזינט געווען? וויפיל קינדער האט ער איבערגעלאזט ?
זונטאג יוני 01, 2014 12:56 am#203735
דריי קינדער
זונטאג יוני 01, 2014 1:00 am#203737
וויפעל איך ווייס איז ער שוין נישט געזינט געווען שוין איבער א יאר
זונטאג יוני 01, 2014 1:54 am#203739
אליבא דאמת האט געשריבן:א מעסעדזש וואס יואלי האט געשריבן א קורצע צייט ציריק

"All my life I've worked around the clock, as in 19 hrs day, always worrying about tommorow. I never took a day off, no Sundays, vacations, a holiday. I deprived myself from every sugar, carb, red meat, drinks. I worked out for 2 full hrs EVERY day for the past 17 years. I walked around thinking "Dude, i'm in the best shape a person can be, I only eat Cancr fighting foods, I'm totally sick proof". And then from one min to the next while again thinking to myself, "I have a career, my wife has a career, I'm building a house, I've got my whole life planned out." Suddenly, out of left field, the circuit breakers went off!

My life changed forever!

There are lessons I've learned from all of this, and I'd like to pass them on to my friends. Here they are:

1. "Live today, don't worry about tommorow." And by "live" i mean use your time wisely.

2. The most important thing a person possesses is his family! When going through something traumatic like this, it's only your family that will do everything and anything to help you get through it. No money in the world will help you. All your days at work, all the money you've accumulated in the bank, cant be there to support you, and keep your mind strong. Why put work in front of your family? Why put them on the bottom of the list? When you look around, and truly realize that nobody is guaranteed with their life, regardless of their age, health condition, and worldly possessions. That is when you wake up realize "Hey, Whatever I have or have "earned" isn't because I have acquired it through my own hard work. I was given all of this to do something with it. All of these things "i worked for" was given to me for a purpose. And I now know that purpose isn't to busy myself with. To boast about my accomplishments with it. Everything you are given can be used in either 2 ways. Hold it, boast about it, stare at it and think to yourself "look what I did," Or, cherish it, use it to give back to your family. Spend your time truly making a difference in this world.

3. Realize that if you have enough money to pay your bills. If you and your family are healthy. You are truly the luckiest person in the world.

.

.

.

Ok, my rant is now over ;)

Hope you're having a great summer, and thanks for posting the article.

Let's go for a drink sometimes :)

JB

איבער געזעצט אויף אידיש, קרעדיט נשמה

מיין גאנצען לעבן האב איך געארבעט ארום דעם זייגער, אלעמאל זיך געזארגט וועגן מארגן. איך האב קיינמאל נישט גענומען א טאג אפרוה, נישט זונטאג, נישט קיין וועקאציע, וכו' איך האב מיך אפגעהונגערט פון יעדע מין צוקער, קארב, רויטע פלייש (?) דרינקס. איך האב געמאכט עקסערסייז צוויי גוטע שעה א יעדן איינציגן טאג פאר די לעצטע זיבעצן יאר. איך בין ארום געגאנגען טראכטענדיג "איך בין אויפן בעסטן אופן וואס א מענטש קען נאר זיין, איך עס נאר עסן וואס שלאגט זיך מיט יענע מעשה, איך בין טאטאל אפגעהיטן פון ווערן קראנק".

און דאן פון איין מינוט אויפן צווייטן, נאכאמאל, בשעת'ן טראכטן " איך האב א קעריער, מיין ווייב האט א קעריער, איך בוי מיך א הויז, איך האב שוין אויספלאנירט מיין גאנצע לעבן".

פלוצים, ווי פון הימל אראפ האט אלעס געפלאצט!

מיין לעבן האט זיך געטוישט פאר אייביג!

ס'דא דא א מוסר השכל וואס איך האב מיך דערפון געלערנט און איך וויל עס מיטטיילן מיט יעדעם.
ווי פאלגעד:

א)" לעב מיטן היינט, זארג דיך נישט וועגן מארגן"
און מיט "לעב" מיין איך צו זאגן נוץ אויס דיין צייט מיט שכל.

ב)די וויכטיגסטע זאך וואס א מענטש פארמאגט איז זיין משפחה!
ווען מ'גייט אדורך א שווערע תקופה אזוי ווי דעם, וועט נאר דיין משפחה טון אלעס דיך צו העלפן עס צו קענען דורכמאכן.
קיין געלט אין די וועלט וועט דיך נישט העלפן.
אלע דיינע טעג וואס דו האסט געהארעוועט, אלע געלטער וואס דו האסט אנגעהויפענט אין באנק, וועט נישט זיין דא פאר דיר, דיך צו שטיצן, און האלטן דיין מוט שטארק.
פארוואס זאל ארבעט זיין פאר דיר וויכטיגער ווי משפחה?
פארוואס זאלסטו זיי אוועקשטעלן די נידריגסטע אינעם ליסט? ווען דו וועסט דיך ארום קוקן און זיך קלאר איבערצייגן אז קיינער איז נישט גאראנטירט מיטן לעבן, נישט קיין חילוק די עלטער, די מצב הבריאות, אדער פארמעגן. דאן וועסטו דיך אויפוועקן און קלאר זעהן "העי, אלעס וואס איך האב באקומען אדער פארדינט האב איך נישט באקומען ווייל איך האב שווער געארבעט דערפאר. די אלע פארמעגן "וואס איך האב געהארעוועט דערפאר" האט מען מיך געגעבן פאר א סיבה. און יעצט ווייס איך שוין אז די סיבה איז נישט געווען כדי זיך צו האלטן פארנומען דערמיט. זיך אויפצואווייזן דערמיט.
יעדע זאך וואס מ'גיבט דיך קען ווערן אויסגענוצט אויף צוויי וועגן. האלטן, זיך ווייזן דערמיט, קוקן אויף עס און טראכטן "קוק וואו איך בין אנגעקומען" אדער עס צו נוצן צוריקצוגעבן פאר דיין משפחה. נוץ אויס דיין צייט אויפצוטון אויף דער וועלט.

ג) ווייס אז אויב דו האסט גענוג געלט צו באצאלן דיינע בילס. אויב דו און דיין משפחה זענען ב"ה געזונט ביסטו עכט די מזל'דיגסטע מענטש אויפן כדור העולם.