ברעט מענינג
מיין גאנצען לעבן האב איך געארבעט ארום דעם זייגער, אלעמאל זיך געזארגט וועגן מארגן. איך האב קיינמאל נישט גענומען א טאג אפרוה, נישט זונטאג, נישט קיין וועקאציע, וכו' איך האב מיך אפגעהונגערט פון יעדע מין צוקער, קארב, רויטע פלייש (?) דרינקס. איך האב געמאכט עקסערסייז צוויי גוטע שעה א יעדן איינציגן טאג פאר די לעצטע זיבעצן יאר. איך בין ארום געגאנגען טראכטענדיג "איך בין אויפן בעסטן אופן וואס א מענטש קען נאר זיין, איך עס נאר עסן וואס שלאגט זיך מיט יענע מעשה, איך בין טאטאל אפגעהיטן פון ווערן קראנק".
און דאן פון איין מינוט אויפן צווייטן, נאכאמאל, בשעת'ן טראכטן " איך האב א קעריער, מיין ווייב האט א קעריער, איך בוי מיך א הויז, איך האב שוין אויספלאנירט מיין גאנצע לעבן".
פלוצים, ווי פון הימל אראפ האט אלעס געפלאצט! מיין לעבן האט זיך געטוישט פאר אייביג!
ס'דא דא א מוסר השכל וואס איך האב מיך דערפון געלערנט און איך וויל עס מיטטיילן מיט יעדעם. ווי פאלגעד:
א)" לעב מיטן היינט, זארג דיך נישט וועגן מארגן"
און מיט "לעב" מיין איך צו זאגן נוץ אויס דיין צייט מיט שכל.
ב)די וויכטיגסטע זאך וואס א מענטש פארמאגט איז זיין משפחה!
ווען מ'גייט אדורך א שווערע תקופה אזוי ווי דעם, וועט נאר דיין משפחה טון אלעס דיך צו העלפן עס צו קענען דורכמאכן. קיין געלט אין די וועלט וועט דיך נישט העלפן.
אלע דיינע טעג וואס דו האסט געהארעוועט, אלע געלטער וואס דו האסט אנגעהויפענט אין באנק, וועט נישט זיין דא פאר דיר, דיך צו שטיצן, און האלטן דיין מוט שטארק.
פארוואס זאל ארבעט זיין פאר דיר וויכטיגער ווי משפחה? פארוואס זאלסטו זיי אוועקשטעלן די נידריגסטע אינעם ליסט? ווען דו וועסט דיך ארום קוקן און זיך קלאר איבערצייגן אז קיינער איז נישט גאראנטירט מיטן לעבן, נישט קיין חילוק די עלטער, די מצב הבריאות, אדער פארמעגן. דאן וועסטו דיך אויפוועקן און קלאר זעהן "העי, אלעס וואס איך האב באקומען אדער פארדינט האב איך נישט באקומען ווייל איך האב שווער געארבעט דערפאר. די אלע פארמעגן "וואס איך האב געהארעוועט דערפאר" האט מען מיך געגעבן פאר א סיבה. און יעצט ווייס איך שוין אז די סיבה איז נישט געווען כדי זיך צו האלטן פארנומען דערמיט. זיך אויפצואווייזן דערמיט.
יעדע זאך וואס מ'גיבט דיך קען ווערן אויסגענוצט אויף צוויי וועגן. האלטן, זיך ווייזן דערמיט, קוקן אויף עס און טראכטן "קוק וואו איך בין אנגעקומען" אדער עס צו נוצן צוריקצוגעבן פאר דיין משפחה. נוץ אויס דיין צייט אויפצוטון אויף דער וועלט.
ג) ווייס אז אויב דו האסט גענוג געלט צו באצאלן דיינע בילס. אויב דו און דיין משפחה זענען ב"ה געזונט ביסטו עכט די מזל'דיגסטע מענטש אויפן כדור העולם.
יישר כוחכם. פיין און וואויל. וואס טוט זיך וועגן די באשעפער אבינו מלכינו און די תורה הקדושה. מעג איך אויך פרעגן וואס טוט זיך וועגן זיין חסידישער אפילו אויב ס'איז נאר מיטן לבוש אלץ כיבוד אב ואם און די חינוך וואס מען האט באקומען וואס "פעמילי" (טאטע און מאמע) קלאמערן אזוי שטארק?
פעמעלי! טעל מי עבאוט איט. מען קען זיין א געלונגענער ארטיסט און אינטעלעגאנט אפילו מיט בלייבן פול חסידיש אזוי ווי טאטע מאמע האבן אריינגעלייגט. נישט נאר לבוש..