פארומס › קאווע שטיבל • יהא זכרו ברוך

קאווע שטיבל • יהא זכרו ברוך

2,321 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג יוני 30, 2014 12:11 am#208567
פאר די ארונים איז ר' אברהם שמואל א גרויסע פארלוסט ער האט איבערגעלאזט איין טאכטער די איידעם זיינע איז א זאלי מן הסתם וועט ער זיך אסאך לאזען קאסטען פאר מהרז"ל מוסדות אין בארא פארק
מאנטאג יוני 30, 2014 12:46 am#208577
די האסט טאקע נישט קיין בעסערע דאגות ווי צו דיסקאסירן איבער זיין געלט, און אריינמישן פארשטינקענע סאטמאר מחלוקת?! הרבה דרכים למקום, און ווער עס עס דארף באקומען דאס געלט, וועט עס באקומען וואן וועי אר ענאדער

ר' אברהם שמואל איז געווען אן אויסגערופענער איידלער איד און האט נעבך מיטגעמאכט שרעקליכע יסורים די לעצטע פאר יאר רח"ל. האבענדיג נאר איין קינד, האט ער אדאפטעט צוויי מיידלעך (איינער דערפין איז שוין א כלה ב"ה) פון א צעפארענע שטוב און זיך אפגעגעבן מיט זיי ווי אן אייגן קינד מיט א מורה'דיג געטריישאפט
מאנטאג יוני 30, 2014 8:32 am#208597
דריידל אז דו ביסט אן א ארויני דארף קיינער נישט ליידן
מאנטאג יוני 30, 2014 10:56 am#208618
ברעט,
די האלטסט אז די תגובה פון הרב שלום באלאנגט אהער?

און אגב, פאריגע וואך האט איינער מיר דא באשולדיגט אז איך בין א זאלי. איטס עבאוט טיים אז דער עולם וואקסט אויף און זעהט איין אז די וועלט באשטייט נישט נאר פון ארוני'ס אדער זאלי'ס. איך דריי מיך אביסול אין סאטמאר קען איך מיך אביסול אויס דארט, אבער דעטס איט.
מאנטאג יוני 30, 2014 11:17 am#208627
א מענטש איז געשטארבן. א מענטש מיט געפילן און חלומות, האפנונגען און רצונות, א מענטש האט איבערגעלאזט א ווייב און קינדער. איז דאס א אישו פאר ארונים זלונים? איז אזא זאך נאך עפעס וואס קען אפגעוואויגן ווערן אויפן וואגשאל פון נצחון-דורכפאל פאר ארונים-זלונים? דריידל איז כשר גערעכט
מאנטאג יוני 30, 2014 11:53 am#208639
בר דעת, ביזט נישט געווען צום געפינען ווען הרב לויפער איז אוועק
מאנטאג יוני 30, 2014 12:00 pm#208642
בר דעת
א מענטש איז געשטארבן. א מענטש מיט געפילן און חלומות, האפנונגען און רצונות, א מענטש האט איבערגעלאזט א ווייב און קינדער. איז דאס א אישו פאר ארונים זלונים? איז אזא זאך נאך עפעס וואס קען אפגעוואויגן ווערן אויפן וואגשאל פון נצחון-דורכפאל פאר ארונים-זלונים? דריידל איז כשר גערעכט


נאר ווען א מענטש שטארבט טאר מען נישט בארעדן ווייל די משפחה איז בצער און נאך אללע אנדערע סיבות?? און וואס איז ווען מענטשן לעבן יא איז אקעי זיי וואשן און ליפטערן דא אדער אין וועלעכע אימער בלאג און שווארץ קאפעל וועבסייט?? פארשעמען און בארעדן מענטשן אזוי ברבים איז פייער פון א tortch!
מאנטאג יוני 30, 2014 3:33 pm#208752
ישמעל ער זאגט נאר איבער וואס @פלעין אידיש האט געשריבן אפאר בלעטער צוריק ביי די פטירה פון הר' סטראלאוויטש וואס דו האסט געלייקט מיט אזא ערענסקייט עיין שם ותמצא נחת
מאנטאג יוני 30, 2014 4:31 pm#208774
גאנצל
ישמעל ער זאגט נאר איבער וואס @פלעין אידיש האט געשריבן אפאר בלעטער צוריק ביי די פטירה פון הר' סטראלאוויטש וואס דו האסט געלייקט מיט אזא ערענסקייט עיין שם ותמצא נחת


איך ווייס נישט צו איינער האט שוין דא געשריבן וואס מיר איז אליין בייגעפאלן צו שרייבן. זעיט אויס אז איך בין נישט דער איינציגסטער וואס ווייסט פון די גמרא אז ליבערשט זאל זיך א מענטש אריין ווארפן אין א ברענעדיגע קאלעך אויווען אבער נישט פארשעמען א איד. די גמרא דערציילט אויך וועגען אשת איש vs. הלבנת פנים. ווייל מען איז דא און מען ווייסט נישט ווער איז ווער קען מען שוין טון וואס מען וויל? דער רבונו של עולם ווייסט נישט נאר דעם I. P. דיינעם, ער ווייסט דיין גאנצן DNA און וואס נישט!
מאנטאג יוני 30, 2014 7:53 pm#208813
בד"ה הרה"ח ר' שמואל ע"ה בן הגה"צ ר' ברוך מילער שליט"א ראה"כ קיט"ל קר"י, ר' שמואל האט נעבעך אסאך מיטגעמאכט אלע זיינע יארן, זאל ער זיין א מליץ יושר
מאנטאג יוני 30, 2014 9:03 pm#208828
דער שכן
בר דעת
א מענטש איז געשטארבן. א מענטש מיט געפילן און חלומות, האפנונגען און רצונות, א מענטש האט איבערגעלאזט א ווייב און קינדער. איז דאס א אישו פאר ארונים זלונים? איז אזא זאך נאך עפעס וואס קען אפגעוואויגן ווערן אויפן וואגשאל פון נצחון-דורכפאל פאר ארונים-זלונים? דריידל איז כשר גערעכט


נאר ווען א מענטש שטארבט טאר מען נישט בארעדן ווייל די משפחה איז בצער און נאך אללע אנדערע סיבות?? און וואס איז ווען מענטשן לעבן יא איז אקעי זיי וואשן און ליפטערן דא אדער אין וועלעכע אימער בלאג און שווארץ קאפעל וועבסייט?? פארשעמען און בארעדן מענטשן אזוי ברבים איז פייער פון א tortch!

פארדעים איז דאך טאקע דא דער ספר שמירת הלשון פון הייליגן חפץ חיים זי"ע... 🙄 😳 😳 😳 😮
דינסטאג יולי 1, 2014 1:08 am#208862
ר' בערל הייליגן אדער העיליגן? דאכט זיך אז ביי אונזער העיליגן שטעטל זאגט דער צאדיק העיליגן

לאמיר עס דא ענדיגן פאר @הרב שמעקדיג הייבט מיר אהן צו זוכן א דאקטער און מיט רעכט
דאנערשטאג יולי 3, 2014 3:02 pm#209636
נפלה עטרת ראשינו!!!!
אדונינו מורינו ורבינו הרב משולם זלמן חיא שכטר-שלומי זכר צדיק לברכה, מייסד תנועת ''התחדשות יהודית'' (Jewish renewal), און פון די מנהיגים פון די ''ניאו-חסידים'' איז נסתלק געווארן היינט צופרי.
מאנטאג יולי 7, 2014 8:50 am#210444
בד"ה הרה"ח ר' יעקב יודא קאהן ע"ה ב"ר יוסף לייב שליט"א מ' מנהל ישיבה גדולה קרית יואל, פריער נפטר געווארן אין בליענדן עלטר פון בלויז 49 יאר
דיזאגנירט געווארן א קורצע צייט צוריק מיט די ביטערע מחלה רח"ל די דאקטורים האבן גלייך אויפגעגעבן אויף אים ל"ע און איז אפגעליגן אין שפיטאל מיט יסורים ביז יעצט ווען ער האט אויסגעהויכט זיין אויסגעלאטערטע נשמה במעמד זיין גאנצע משפחה, איבערלאזנדיג זיין צובראכענע אינגע אלמנה מיט א שטוב מיט קינדער קע"ה 6 נאך אין שטוב וואס 2 זענען חתנים און זיין קליינעם נארוואס אפגעשוירנעם אינגעלע, זאל ער זיין פאר זיי א מליץ יושר
📎 IMG-20140707-WA002.jpg
מאנטאג יולי 7, 2014 10:11 am#210455
אין קרית יואל
מאנטאג יולי 7, 2014 10:12 am#210456
ס'איז שטארק נוגע להלכה ווי ער האט עס געהאט. ווייל אויב האט ער גערייכערט און עס געהאט אין די לינגען טאר מען אים נישט מספיק זיין, נאר אנשטאט זאל ער קלאפן אשמנו בגדנו.
מאנטאג יולי 7, 2014 10:14 am#210457
ער האט זיך געדרייט צווישן בחורים (רוצחים? מקום סכנה? טאטע איז שולדיג ער האט אים דארט אריינגעשטעלט ארבעטן) וואס רייכערן
מאנטאג יולי 7, 2014 10:17 am#210459
[ציטאט אראפגענומען]

כאולי עס מאכט א גרויסע חילוק. סעוו דע קלאץ קאשיות צים נחום האבלים כנהוג אצלינו !
מאנטאג יולי 7, 2014 10:24 am#210460
כוכב
אין קרית יואל

גנב. דעס איז יארמע רב'ס ווארט
מאנטאג יולי 7, 2014 10:26 am#210461
א טייערע איידעלע יוד געווען. איך האב עם שוין באווינדערט יארן צירוק אויף זיינע מדות.
ת.נ.צ.ב.ה.
מאנטאג יולי 7, 2014 10:48 am#210471
מ גפני
בד"ה הרה"ח ר' יעקב יודא קאהן ע"ה
איבערלאזנדיג זיין צובראכענע אינגע אלמנה מיט א שטוב מיט קינדער קע"ה 6 נאך אין שטוב וואס 2 זענען חתנים און זיין קליינעם נארוואס אפגעשוירנעם אינגעלע, זאל ער זיין פאר זיי א מליץ יושר

ער איז געווען אן איידעם ביי מוה"ר מענדל וואלף פריעדמאן ע"ה (פאטער פון ר' מרדכי - שהמנחה עריע נקרא על שמו)

א חשוב'ער איד געווען, יארן לאנג געווען א משגיח אין ישיבה גדולה אין קרית יואל. א זעלטענער בעל מידות, און געהאלפן אסאך בחורים אין ישיבה.

איבערגעלאזט:
בניו
ר' יואל, וומ"ס, משמש ביהמ"ד הגדול זכרון יחיאל מיכל, בקרית ויואל משה ד'סאטמאר באנגעלאו קאלאני ב'מאנטיסעלאו.
ר' חיים נחום, וומ"ס
ר' יושע, קר"י.
חתניו
ר' חיים בעריש (ב"ר לוי) יאקאבאוויטש, קר"י
ר' יושע הערש (ב"ר אברהם חיים) גליק, קר"י
ר' יודא לייביש (ב"ר אברהם חיים) ליכטענשטיין, קר"י‏
ר' יחיאל יוסף יודא שטאלצבערג‏, קר"י
מאנטאג יולי 7, 2014 2:55 pm#210562
יבלח"ט א חבר פון ישיבה, אויך געלערענט בחברותא

א ירא שמים מרבים
מאנטאג יולי 7, 2014 3:49 pm#210578
קינה ליעקב!


יעקב יודא! יעקב יודא!
עדן נפש שכמוך, לב טוב ונועם הליכות.
קשה לנו היום מאוד, בשוד ושבר שבגבולות.
בלב כל תלמידך, תיהיה זכרונך הטוב למשמרת.
יראתך הטהורה, החופף על פניך תמיד.
ואצילות מידותיך, שהנהגת תמיד.
דרך התורה והיראה, שהשפעת עלינו תמיד.
אור עמקות התורה, שהודרכת לתלמידך תמיד.

כל אלה יקדמו נשמתך הטהורה, שעלה למרום שלא בעונתה, במיטב שנותיך הנעימות, צדקתך לפניך יהלך, שערי גן תפתח לנשמתך הטהורה, ותמצא נשמתך מנוחה נכונה, תחת כנפי השכינה בגן עדן, עד יקוצו וירננו שוכני עפר, בעת שתעלה רצון מאת הבורא יתברך שמו, בביאת בן דוד עבדך משיחך, בב''א

תנצב''ה
זונטאג יולי 13, 2014 10:01 am#211522
פרישער
מיט גרויס צער און עגמת נפש נעמען מיר אויף די ביטערע בשורה, אונזער טייערע חבר מעכי פריעד איז נישט דא מער מיט אינז בין החיים, עס טיט וויי ביים הארצען, מעכי זיסער וויזוי וועלן מיר דאס אויסהאלטען, דו ביסט דאך געווען אזא שטיק חיות צווישען די חבורה, מיר האבען אין דיר געפינען אלעס וואס מיר האבען געזוכט, מיר האבען פון דיר געשעפט חיזוק, מיר האבען פון דיר געזויגען חיות, ווי נאר אונזערע אויגען האבען זיך באגעגנט זענען מיר עלעקטערזירט געווארן פון דיין אזוי באליבטע שמייכעל, מיר האבען דיר אזוי געשעצט אלע יארען, ווייל מיר האבען אין דיר געפינען אזא חן און ליבשאפט, וואס מיר וועלן זיך אזוי בענקען, הוי אבד חסיד מן הארץ, מי יתן ראשי מים ועיני מקור דמעה, ווי קענען מיר פארגעסען די זיסע לעכטיגע טעג ווען מיר האבען אזוי שיין פארברענגט, קיין מאל איז נישט געווען ביי דיר אז מיר זענען געווען איינזאם אין דיין אנוועזענהייט, אלע מאל איז געווען פון וואס צו שמועסן, מיר זענען אפילו אין די שווערע טעג ווען מיר האבען פארברענגט אין שפיטאל צונעזאם, האבען מיר געזען שרעקליכע נומערן אויפן מאשין, אבער מיטן פאציענט האט דאס נישט געשטימט, אזוי גוטמוטיג, אזוי אויפגעלייגט, אזא שטארקייט וואס דו ביזט געווען באשאנקען איז נישט געווען צו גלייבען ווען נישט מיר זעהען דאס מיט די אייגענע אויגען.

איכה ישבה בדד, ווי קענען מיר פארגעסען ווען נישט לאנג צוריק האסטו נעבעך באערדיגט דיין אשת נעורים, א שטיין האט געקענט צוגיין ווען מיר האבען מיטגעהאלטען, ווי דו קיקסט צו ווי זי הויעכט אויס די נשמה, מיר די בני חבורה האבען מטכס עצה געווען ווי אזוי מיר זאלען זיכער מאכען דיין אויסערליכע שוואך הארץ זאל דאס איבערטראגן, ווי ערשטוינט זענען מיר געווארן ווען דו האסט איינגעטוישט דיין לב בשר צו א הארץ פון א לייב, זיך געשטארקט איבער אלעמען און געבליבען שמייכלען און פריילעך אזוי ווי בעפאר, יעדען איינעם האסטו אריין געבלאזן א ליבשאפט צו לעבען, א ליבשאפט צו טוען א טובה פאר א יוד.

ווי קענען מיר פארגעסען די איבערגעגעבנקייט, מיט וויפיל איבערמענטשליכע כוחות דו ביזט געווען באשאנקען צו מאכען זיכער די הייליגע ארגענעזאציא מיט וואס דו ביזט געווען באאויפטראגט זאל זיין מסודר, מיר האבען זיך געשפיגעלט אין דיין פונקטלעכקייט מיט די געוואלדיגע כשרונות פון ארגאנעזירטקייט מיט א מייסטערהאפטע פונקטלעכקייט, אפילו אין די שווערסטע צייטען האסטו נישט פארפעלט די קלענסטע דעטאל, מיר געדענקען ווען פון דיין בעטל, ממש על ערש דוי, ביזטו געזעצען מיטן לעפטאפ און פארארבייט מעשים צו מאכען זיכער אלעס איז אין ארדענונג, ווי האט זיך אריין געקוועטשט אזא ריזיגען הייליג הארץ אין אזא גאלדענע געהויבענע נשמה, מיר קענען נישט צוזיך קומען פון אונזער גרויסע פארלוסט, ווי אזוי קענען מיר ארויס רייסן די בריח התיכון וואס איז מבריח מן הקצה אל הקצה בתוך כל אחד ואחד, דו האסט אזוי שיין צוזאמענגעהאלטן די גאנצע חברייא קדישא,

העיר רבתי עם יושב כאלמנה, א טאג איז נישט פארביי אין א משך פון פינף יאר זייט מעכי ע"ה האט מייסד געווען און זיך אינטערגענומען צו מאכען זיכער אז צוויי אינגעלייט זאלען זיין על המשמר על כל צרה שלא תבוא, יעדען טאג האסטו געזוכט און גענישטערט ביז יגיע כפיך כי תאכל, בארואיגט האסטו זיך נאר נאך וואס די טעקסט מעסעדש איז ארויס אז צוויי מעמבערס וועלן קאווערען. וויפיל לעבען'ס זענען לכבוד דיר געראטעוועט געווארן, וויפיל צער און עגמת נפש איינגעשפארט פאר צענדליגע אדער גאר הונדערטע משפחות,

מעכי, אשריך בעולם הזה קענען מיר מער נישט זאגען ווייל דו ביזט מער נישט מיט אונז, אבער וטוב לך לעולם הבא איז ביי אונז גארנישט קיין ספק, די אלע מצוות און מעשים טובים וועלען דיר אקעגן קומען, די אלע דערפרייטע הערצער, די אלע מענטשען וועם דו האסט כסדר מקרב געווען און מחזק געווען, דעי אלע מעשים איז אפגעשריבען אויבען אין שמים, און וועלן דיך באגלייטען ארויף אין די היכלות הקדושות בין הגדולים וצדיקים, און די זכותים וועלען דיר ביישטיין עד קץ הימין,

אז איך רעד שוין פין די הערליכע מעשים פין מעכי ע"ה, ווי קען שטיין גלייכגילטיג און איבערהיפען זיין משפחה החשובה, איך קען נישט און איך פלאן נישט, איך וועל דא דערמאנען זיינע חשובע עלטערן, עס איז נישט צו באגרייפען וואס זיי זענען אדורך אין די כ"ח יארן, זיי מיט אלע ברידער און שוועסטער האבען נישט מסיח דעת געווען קיין רגע נישט, אלע מאל נאר זיך געזארגט ווי אזוי קען מען מאכען עטוואס גרינגער די מצב, אלץ געטראכט וואס נאך קען מען פאר מעכי'ן מאכען גרינגער, זאל דער אייבישטער זיי העלפען, אז די זכותים זאל זיי ביישטיין, זיי זאלען קענען געפינען א טרייסט אין די שווערע מצבים, מיר זאלען קענען זיך שטארקן און זיך צוזאמנעמען און טוען לטובת נשמתו הטהורה, המקום ינחם אותם בתוך שאר אבילי ציון וירושלים, מיר אלע זאלען מער נישט וויסען פון קיין צער, און מיר וועלן אי"ה טוען לטובת נשמתו מיט עפעס א זאכליכע זאך.

און איך וויל טאקע מגלה זיין אז עס ווירבעלט א פלאן און מען וועט עס מגלה זיין אפיציעל לכאורה ביי די לווייה אדער ביי די נעקסטע עפענטליכע געלעגנהייט, אז מיר חברים נעמען זיך אונטער צו שרייבען א ספר תורה לעילוי נשמתו, און דאס וועט טאקע בלייבען א דבר נצחי לטובת נשמתו, און זיין טאקע ונתתי בביתי ובחומתי יד ושם טוב מבנים ובנות, היות ער האט נישט איבערגעלאזט קיין זרע של קיימא, און די ספר תורה לעילוי נשמתו וועט בלייבען אין אונזער שיהל אויף פען סטריט גאראדש, ווי מעכי ע"ה האט געדאווענט מנחה טעגליך. און די זכות זאלען מיר אלע זוכה זיין בביאת משיח צדקינו במהרה בימינו אמן.

קרעדיט: הצלה צעפ גרופע

ערגעץ יעצט איז זיין ערשטע יארצייט
דינסטאג יולי 15, 2014 11:15 pm#212021
ר' אהרן הערש סאמעט, לאנגיעריגע מלמד אין סאטמאר
דינסטאג יולי 15, 2014 11:38 pm#212027
ישמעאל הכהן
ר' אהרן הערש סאמעט, לאנגיעריגע מלמד אין סאטמאר

לוי' מארגן 9:30 צופרי ביים ביהמ"ד הגדול אויף ראדני.
וועט קומען למנוחתו אינעם ביה"ח דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל
📎 IMG-20140715-WA112.jpg
📎 IMG-20140715-WA118.jpg
דינסטאג יולי 15, 2014 11:40 pm#212028
ווי איך הער לייגט מען אים אין די אלטע ביה''ח.
דינסטאג יולי 15, 2014 11:49 pm#212031
ישמעאל הכהן
ווי איך הער לייגט מען אים אין די אלטע ביה''ח.

כאב נישט אנדערש געקלערט! געווען א הייסער חסיד פין רבי אהרן שליט"א, אויך זיינע קינדער, זז"ג
דינסטאג יולי 15, 2014 11:54 pm#212032
יא יא, אבער נישט יעדער ווייסט אלעס. דארף מען ארויסשרייבן
מיטוואך יולי 16, 2014 12:27 am#212037
ישמעאל הכהן
יא יא, אבער נישט יעדער ווייסט אלעס. דארף מען ארויסשרייבן

געהעריג ארויסגעשריבן!
שעפטל

וועט קומען למנוחתו אינעם ביה"ח דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל
מיטוואך יולי 16, 2014 12:29 am#212038
ברוך דיין האמת:
אשת -יבלחט"א- הרה"ח זקן המלמדים בקרית יואל רבי עקיבא'לע גאנץ שליט"א
מיטוואך יולי 16, 2014 12:31 am#212040
שעפטל
ישמעאל הכהן
יא יא, אבער נישט יעדער ווייסט אלעס. דארף מען ארויסשרייבן

געהעריג ארויסגעשריבן!
שעפטל

וועט קומען למנוחתו אינעם ביה"ח דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל

האסט נישט געשריבן הישן אדער החדש
מיטוואך יולי 16, 2014 12:32 am#212041
איינער האט עפעס א בעסערע פיקטשער פון דעם ר' אהרן הערש סאמעט ע"ה ?
מיטוואך יולי 16, 2014 12:42 am#212043
בד"ה
צבי' ע"ה
אשת ר' עקיבא'לע גאנץ שליט"א
קרית יואל
לעידיס אקזולערי - כולל שומרי החומות
לא היניחה זש"ק
מיטוואך יולי 16, 2014 1:37 am#212052
ישמעאל הכהן
שעפטל
ישמעאל הכהן
יא יא, אבער נישט יעדער ווייסט אלעס. דארף מען ארויסשרייבן

געהעריג ארויסגעשריבן!
שעפטל

וועט קומען למנוחתו אינעם ביה"ח דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל

האסט נישט געשריבן הישן אדער החדש

"אין" קרית יואל איז לעת עתה דא נאר איינס... 😂
מיטוואך יולי 16, 2014 2:27 am#212070
איז דאך ממש א שאד אז מ'האט נישט געבויעט דארט א חתונה זאל אנשטאט... וואלט מען געקענט נעמען יעדן פאר סידור קידושין אן ווערן באווארפן מיט פאשקעווילן
מיטוואך יולי 16, 2014 9:03 am#212084
שעפטל
ברוך דיין האמת:
אשת -יבלחט"א- הרה"ח זקן המלמדים בקרית יואל רבי עקיבא'לע גאנץ שליט"א

די לוי' פון הישישה מרת צבי' גאנץ (93) ע"ה וועט פארקומען אום 11:00 פארנט פון ביהמ"ד הגדול אויף גארפיעלד אין קרית יואל, זי וועט קומען למנוחתה אינעם ביה"ח דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל.
(@ישמעאל הכהן, כ'האב נישט די אדרעס פונעם שוהל, אבער כ'רעד פון די ווייסע שוהל, נישט די שוהל אויף 5 גארפיעלד...)
מיטוואך יולי 16, 2014 10:11 am#212095
ווייסט איינער ווער זי איז? פון וועלכע משפחה? שטאט? אד"ג
דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:17 am#212282
הר"ר משה ישראל כהן ע"ה פון מאנסי.

אראפגעקלאפט געווארן דורך א פרוי, ביים אריבערגיין די גאס פארנט פון סאטמאר ביהמ"ד אין מאנסי.

פלעגט האבן די ספרים סטאר אינעם אלטן סאטמאר חרדים שוהל.
דאנערשטאג יולי 17, 2014 1:06 am#212289
כהן.
זיין טאכטער איז ''מעלות''
דאנערשטאג יולי 17, 2014 10:42 am#212312
אוי א טיפע קרעכץ איבער די אבידה פון אזא סארט איד ווי הרב ר' משה ישראל ז"ל

עס פעלט זיך אויס א לענגערע הערכה איבער דעם טייערן נפש יקרה איש מורם מעם משכמו ולמעלה גבוה מקיים געווען דעם שויתי ד' לנגדי תמיד בכל עת ובכל שעה מ'האט געזען אימת יוצרו עליו בכל דרכיך דעהו א געהויבענע התנהגות איידלע נשמה נישט געטשעפעט א פליג אויפ'ן וואנט נישט געהאט בעולמו נאר די ד' אמות של הלכה נישט געוואוסט פון זיין גאנצן ארום נאר די תורה והלכותי' בכל פרטי' געהאט דעם זעלבען סדר היום טאג טעגליך לעבוד את בוראו עוסק געווען אין ניפוץ ציצית לשמה געגאנגען אין די דרכים פון זיין גרויסן טאטן ר' יענקעלע דער מוסר נפשו לד' בעוז ובגבורה מקבל געווען פון זיינע רבי'ס וואס צו טון מיט א תמימות און אזוי האט ער געטון זיין תפקיד אויף די וועלט שטילערהייט אן קיינעם אויסזאגן

אויף אים זאגט זיך ריכטיג די ווערטער אבידה שאין לו תמורתו יהא זכרו ברוך

דאס איז א קורצע הערכה איבער דעם געהויבענעם איד יהא זכרו ברוך וועל מיר נאך צוריק קומען אין א געלעגענהייט פארצוזעצן
דאנערשטאג יולי 17, 2014 1:45 pm#212374
אוי א פחד !
ר' משה ישראל ע"ה איז געווען א גאר נאנטער חבר מיט ר' מאטל ווייס ע"ה אין ירושלים בשנים קדמוניות.
דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:06 pm#212380
א הערליך בילד פון הרב משה ישראל כהן ז"ל ווי ער איז מקדש שם שמים מיטן איבערגעבן די קלארע דעת תורת בנוגע ציונות פאר דענמאלטיגן איראנער פרעזידענט אחמדיניזשאד ירום הודו
📎 mahmoud and jews2[1]MYK.jpg 📎 imageMYK2035[1].jpg
דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:20 pm#212384
רחב רחב
א הערליך בילד פון הרב משה ישראל כהן ז"ל ווי ער איז מקדש שם שמים מיטן איבערגעבן די קלארע דעת תורת בנוגע ציונות פאר דענמאלטיגן איראנער פרעזידענט אחמדיניזשאד ירום הודו


זעהט אויס האסטעך פארבלאנדזשעט, אייוועלט איז יענע וועג
דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:26 pm#212386
עס ווארט אים זיכער אפ אפאר ווירגינס אויבן פארן זיין נאנט מיט איסלאמישע פירער\איידיעס
דאנערשטאג יולי 17, 2014 7:04 pm#212440
געווען ערגעץ א קריקאטור אז צוליב די פארמערטע דימענד זענען נאר געבליבן בתולים אנשטאט בתולות.
פרייטאג יולי 18, 2014 12:07 pm#212521
בר דעת
עס ווארט אים זיכער אפ אפאר ווירגינס אויבן פארן זיין נאנט מיט איסלאמישע פירער\איידיעס

נא נא אינמיטן די שבעה
פרייטאג יולי 18, 2014 12:14 pm#212523
גאנצל
בר דעת
עס ווארט אים זיכער אפ אפאר ווירגינס אויבן פארן זיין נאנט מיט איסלאמישע פירער\איידיעס

נא נא אינמיטן די שבעה


שוין געדארפט ביי די לווי׳ זאגען אשמנו.....נאך פאר די שבעה.
זונטאג יולי 20, 2014 4:34 am#212642
שלום עליכם ר' רחב רחב: איר זענט אפשר א קרוב מיט א חשוב'ע פרוי מיט'ן זעלבן נאמען. זי האט געוואוינט ביי די מויער אין אלטשטאט יריחו. וואס איהר באשעפטיגונג (חוץ פון האבן א רעסטאראנט וואו זי האט געגעיבן צו עסן פאר חשוב'ע אידן.) איז געוועין קענמען נישט ארויסשרייבן מפני התקנות כאן בקאווע שטיבל יר"ה... 🙄 😂 🙄 😂 😠 😛 😳 😳 😳 😉 😮
זונטאג יולי 20, 2014 2:50 pm#212695
לידיעה בעלמא רש"י זאגט אז זי האט געהאט א רעסטאראנט. דאס מיינט אשה זונה...