צוזאמגעדרייטאיך בייזער מיך אויף די מענטשן וואס קוקן נישט קיין מעסעדזשעס גלייך, זיי מיינען עס מאכט זיי אויסקוקן וויכטיג. (פארשטייט זיך זיי קוקן עכט יא - אויף די "נאוטעפעקעישאָנס")
ביי מיר איז א מעסעדזש גארנישט אנדערש ווי ווען איינער רופט מיין נאמען אין בית מדרש. אפילו א שיפע לינק-פאַרטיגע פערזאן וואלט זיך אויסגעדרייט. ווען מען גייט שלאפן שלאפט מען, אבער אז מען איז אויף און מען קען ריספּאַנדן פארוואס דען נישט?
מיר באדערט דאס נישט, ס'איז א זאך וואס מ'קען דיעלן מיט, איך שרייב דאך אז יענער זאל האבן געדולד, און אפשר האט ער נישט אויפן רגע די געדולד צו קאנצענטרירן? איך ווייס אז איך האב נישט אייביג די געדולד פאר יעדעם אורח און אמאל איז עס זיבן מענטשן אין איין שעה, וועט עס זיין סוף טאג, וועט עס זיין מארגן. כ'פארשטיי דו ענויענס, באט אז מ'ענטפערט איז גוט. אבער ממש אז מ'מוז ענטפערן אויף די סעקונדע? פון וואו ווייסטו וואס גייט יעצט פאר אין יענעמ'ס לעבן יענע מינוט? דו זאגסט אזוי "פארשטייט זיך זיי קוקן יא" זאגט ווער? ווייל דו קוקסט?
וועסט זעהן אז דו מעסידזשט עפעס א ביזנעס אקאונט אדער א עפעס א וועבסייט דורך מעסענדזשער קען אויך נעמען א טאג צוויי, אימעילס קוקן מענטשן כאטש איינמאל א טאג, אבער איך בין גראדע פארשלעפט ווייל נישט אלעס איז וויכטיג. ס'קען האבן צוטוהן מיט די עידזש געפ, דזשען זי איז מער אריינגעטוהן אין טעכנעלאגיע און די עלטערע וואס האבן שוין אביסל געלעבט אן דעם זענען נישט אייביג אזוי hooked on ווי מ'זאגט
וואס איך קען נישט אראפשלונגען איז ווען איינער הערט און ענטפערט נישט, דאס איז אוממענטשליך. כ'רעד נישט ווען ס'פאסירט אמאל א יובל, אבער עמטליך נישט ענטפערן גייט אויף די הינער אויג, ס'פילט ווי דו געבסט נישט קיין דו ווייסט וואס פאר יענעם, אבער ביזט פארט נייגעריג וואס ער וויל פון דיר... חיה פון וואלד דו!! לאזן יענעם הענגן?