Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע שטיבל • זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

קאווע שטיבל • זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
232 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 1073 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1519
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 2:00 pm#36236
זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
יעדן טאג מאכט זיך מיר אנדערע זאכן און פאסירונגען וואס רעגן מיך אויף! אמאל גרעסערע זאכן, און אמאל נארישקייטן.
און היות ס'שטייט דאך דאגה בלב איש ישיחנה, וועל איך דא אויסגעבן אויפן פאפיר (סקרין) מיינע בויך ווייטאג.. :(

יעדן טאג פארגעס איך די נעכטיגע, הדאגות האחרונות משכחות את הראשונות,
אשר ע"כ וועל מיר יעדן טאג שרייבן וואס קוועטשט אונז, כפי שידינו מגעת.

און איך וויל אויך הערן פון אייך, וואס זאגט איר, וואס קוועטשט אייך.

-------

איך האב געקויפט א טונא סענדוויטש פאר מיטאג. אבער די ראל איז נישט געווען אינגאנצן אדורכגעשניטן!
דארף איך עס שלעפן און אויפרייסן מיט ביידע הענט, און אינדערצווישן קוועטשט זיך ארויס טונא אויף אלע 4 זייטן, און קוים האט זיך עס צוטיילט אויף א גאר פארקרומטן אופן.

פארוואס אויף דער וועלט קענען נישט די רעסטוראנטן גענצליך אדורכשניידן דעם ראול אדער בייגל??
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 2:21 pm#36244
ווייל זיי איילן זיך צו סערווירן דעם נעקסטן קאסטומער. היינט האט קיינער נישט קיין צייט.
חוץ פון דעם, אויב ס'איז אן איינמאליגע זאך קען מען עס פארקוקן. אויב ס'געשעט אפטער, דארף מען מעורר זיין דעם רעסטאוראנט אייגנטומער/קעכער איבער דעם.
יה"ר אז איר זאלט קיינמאל אין לעבן נישט האבן קיין מער ערנסטע פראבלעמען פון דעם. אמן..
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 6:57 pm#36409
פריער געפארן אויפן גאס. עס איז געווען א לאנגע ליין פון קארס ביי די רויט לייט (טרעפיק לאמפ בלע"ז).
די ליניע פאר די וואס דרייען זיך איין רעכטס איז געווען ליידיג.
פלוצלינג קומט איין יונגערמאנטשיקל (א חסיד'ישער) מיט א פענסי מיניווען און פארט אויף דעם ליידיגן RIGHT TURN ONLY ליניע, כאילו ער וויל מאכן א רעכטס.
די סעקונדע וואס עס ווערט גרין, גיט ער א קאט אריין צום גראדן לעין און פעססד דעם ערשטן קאר פון די לאנגע רייע מיט קארס, און היידא! ער איז דער ערשטער!

איך האמעך אזוינס גערעגט. איך פארגין אים עס (עה, נישט עכט) אבער ער ברענגט ארויף דעם צארן און אויפברויז פון אלע נארמאלע מענטשן!
לאמיר שוין אפילו נישט רעדן פונעם חילול השם!

וויאזוי האט יענער געזאגט?
יונגערמאן, ביהעיוו!!!!
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 11:52 pm#36515
און אז איך האב געגעסן טונא סאלאט פון א רעסטוראן און אינמיטן פאפס: א שאלאכץ, אךך, כאב אוועקגעווארפן דעם טעלער, כ'ווייס נישט ווען כעל נאכאמאל קויפן טונא סאלאט ביי עני רעסטוראן. אבער כאב זיך נישט גערעגט, א שאד זיך צו רעגן אויף אזאנע שטותים. גם זו לטובה און שוין.
זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:15 pm#39764
איך גיי אין גראסעריי, האבן די קעשירס א מאדנעם משוגעת וואס מאכט מיר צודרייט.
איך האב א בערזל אין מיין אונטערשטן הויזן טאש, פאר די מזומנים.
דערנאך א אנדערע טאשקעלע אין מיין רעקל טאש פאר טשעינדזש.

איז למשל איך קויף עפעס פאר 12.46 און איך דערלאנג דעם קעשיער א צוואנציגער,
בשעת איך שטיי מיט מיין אויסגעשטרעקטן האנט צו מקבל זיין די רעשט, הייבט ער אן צו קראצן די טשעינדזש, קודם די 7 דאלער, און נאכדעם די קליינ-געלט, און ווען אלעס איז שוין צוזאמען פרינט ער דעם רעסיט, און אזוי אין איין פעקל שבת אחים גם יחד דערלאנגט ער מיר דעם גאנצן בינטל אין האנט אריין. (און אפט גיט זיך די קליין געלט א גליטש אראפ און צעשפרייט זיך ימה וקדמה צפונה ונגבה..)

איך בעט אים, גיב מיר קודם די דאלארן, איין זאך אויף אמאל! סייווי נאכדעם וואס איך באקום דעם בינטל צוטייל איך עס צוריק, און לייג אריין יעדע זאך וואו עס באלאנגט, די צעטלען געלט אינעם גרויסן בערזל, די טשעינדזש אינעם קליינעם בערזל אדער אין די פושקע ביים רעזשיסטער, און דעם רעסיט אדער אין גארביטש אדער אין דעם שאפינג בעג, איז דאך א שאד איך זאל ווארטן, און דו זאלסט דארפן זוכן די קוואדערס און פעניס מיט א אנגעפילטן האנט פון 7 דאלער! ס'איז דאך זה נהנה וזה נהנה.

אבער ניין. עס קוקט עפעס אויס ווי א משוגע'נע געזעץ אז מען מוז צודרייט מאכן דעם קאסטומער. בפרט ווען דער קעשיער איז א ספאניאלא, קענסטו רעדן צום דופן.
סתם אזוי וואלט איך עס נאך אראפגעשלינגען, אבער אסאך מאל ווען מענטשן אונטער מיר יאגן זיך, און איך דארף שטיין און זיך באקראצן/צוטיילן די געלטער, שפיר איך אז עס איז שוין איבערגעצויגן דאס שטריקל.
זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:17 pm#39765
זאגסט כאטש ראה נא עמלי ושא לכל חטאותי?
זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:29 pm#39772
ניין!
יישר כח פארן אויפמערקזאם מאכן!
זונטאג אוגוסט 26, 2012 6:51 pm#39799
איך מעג דיר געבן א ברכה?
מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:58 am#39997
איך בין ביטער דורשטעריג, מיינע לונגעלעך שמאכטן נאך אביסל פייכטקייט, קום איך אריין אין קאך, איך וויל נעמען א קאלטן טרונק פון פרידזש, טרעף איך עס צו מיין אנטריסטונג אויף די קאונטער וואו דאס באטל בראט זיך שוין אויף די זון די לעצטע פאר שעה.. שאקס.
פארוואס דארף מען עס אייביג לאזן אינדרויסן? און די זעלבע איז מיין קשיא אויף די מילך וואס איך טרעף יעדן צופרי ליגן א אפגעווארעמטער נעבן קראן, עטס זענטס אויף'ן קאפ געפאלן? ווארעמע מילך? וואס מיינסטו, וואו זעמער דא? אינעם מיטל אלטער, ווען מען האט געטרונקען ווארעמע זויער-מילך גלייך פון דד הפרה?
איך דארף דיר נישט זאגן אויף וועמען עס ווילט זיך אויסגיסן א פנחס'דיגע גרימצארן.
מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:04 pm#39999
איך האב זייער מורא אז דו ביסט שמואל הלוי'ס דאפעלטע ניק, ווייל אויך ביי מיר פאסירט גאר אפט דאס זעלביגע.
מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:14 pm#40007
איך גיי אין מקוה צופרי מיט א פרישקייט, איך וועל מיר אויס דעם גרעבסטן האנטוך, לאנג און אהנע ריסן און לעכער.
איך מאך זיכער אז די הערעלעך פון די האנטוך שטעקן נאך ארויס ווי יונגע שתי שערות, און עס האט נאך דעם ארגינעלן הארטקייט. און דאס זעלבע בין איך אים בודק אלע זייטן מאכענדיג זיכער אז ער האט נישט די גראבע בליטש פלעקן, וואס איין גאט אין הימל ווייסט צו ס'איז טאקע פון בליטש.
אפגערעדט פון דעם אז ס'מוז זיין א טונקל קאלירטע אפוויש טוך, ווייל וועלכע נשמה וויל זיך דען פוגש זיין מיט דעי אומהיימליכע ברוינע פלעקן וואס פיגורירן כסדר אויף האנטוכער אין היימישע בתי מדרשים, און היות איך האב נאך נישט גענומען געהעריג שימוש קען איך טאקע נאכנישט אלע סארטן קאלירן און מראה'ס. אבער אויף אזויפיל ווייס איך יענץ טאטש איך נישט.

טו מעיק עי שארט סטארי. איך שפאנציר מיך א רוהיגער צום בור, מען הענגט אויף דעם האנטוך ערגעץ אינדערנאנט, און יאלאהה מיר טוען זיך א לאז צום שאווער. נאך א פעסטע טבילה אין די הייסע, א שמועס אין די ווארעמע, און א דערפרישנדע טונק אין די קאלטע, קום איך ענדליך ארויס. ס'רינט און טריפלט פון אלע זייטן. די פען פון אויבן און די קאלטע פארטאגס וועטער, בלאזט מיט א רוח מצויה. און א קעלט הויבט זיך אן שפירן. שנעל וויל איך א כאפ טאן דעם האנטוך, און איינוויקלען דערין מיין קערפער.
אבער איך האב געכאפט א טויטע שאק. דער האנטוך איז נישטא. מיין קאפל וואס איז געלעגן אויף דעם, ווי שמירה, איז אויך ערגעץ פארשוועמט מיט שמוציגע זייפיגע וואסער, סטאק געבליבן נעבן די דרעין. און איך שיווער פאר קעלט און אויפרעגעניש אינאיינעם. און צו מיין מזל זע איך נישט קיין אנדער האנטוך פאר א רפואה.
און אט שטייט יענער הינט אפאר בענק ארויפצו, און רייבט זיך גוטמוטיג מיט מיין אויסגעהארעוועטע אויסדערוועלטע האנטוך...
ווי כאילו ס'זאל זיך דא האנדלען פון א נארישע שמאטע פירט ער עס אדורך זיינע פיס פינגער, בשעתן פארפירן א אנגענעמע שמועס מיט א צווייטער האנטוך-גנב אין זיין שכינות.

כ'זאג ענק כ'געדענק נישט ווען איך האב די לעצטע מאל אזוי געשוימט פאר כעס.. איי וויאזוי האב איך געוואוסט ס'איז מיין? ווייל אנדערש קען נישט זיין, ס'איז געווען די שענסטע האנטוך אין די גאנצע מקווה יענעם טאג. און ער האט עס אזוי מיאוס פאראומווערדיגט.
חברה אויב זעט עטס אים נעקסטע מאל אין מקוה, טוט'ס אים אויס נאקעט, און לויפט'ס ארויס מיט אלע וועש. אויב האט ער יא אזוי ליב האנטוכער זאל ער טאקע, יענעם בעגינען אהיים גיין באקליידעט מיט האנטוכער.
מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:21 pm#40012
סארי מר' טאמבל סאס איך האב געמיינט זיכער אז דו האסט אונגעגרייט די האנטואך פאר מיך ווייל איך האב געזעין אז דו האסט גענומען צוויי און איינס האסטו געלאזט ביי דיין פלאץ בין איך געוועין זיכער אז דעיס האסטן מיך אוינגעגרייט
סארי איך וועל וויסען פאר נעקסט טיים עס נישט צו נעמען...... :lol: :lol:
טו מיך נאר איין טובה און רעיג דיך נישט.....
זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:36 pm#51043
חדשים לבקרים ערשיינען נייע איבערגעדרוקטע ספרים, אין א הערליכן פארמאט, מיט די אלע באקאנטע מעלות, ווי פענוח ר"ת, אפטיילן לאנגע שטיקלעך, מראי מקומות, א.א.וו.
באמת א שיינע ארבייט, און איז באגריסענס-ווערד, עס פילט אן אונזערע ספרים שענק מיט שיינע הערליכע ספרים.

ברם דא עקא,
די פענוח ראשי תיבות האט זיך דערקייקלט צו שטארק, אז מען עפנט אפילו אזעלכע ווערטער וואס יעדער בר בי רב קען פארשטיין.
ווי למשל אע"פ, ע"י, און נאך אזעלכע.
עס מאכט מיר געפערליך נערוועז. ס'איז מיר פשוט גרינגער צו ליינען ע"י ווי על ידי, בפרט ווען על איז די לעצטע ווארט אין איין שורה, און ידי איז שוין די קומענדיגע שורה.


איך האב מיר די פארגאנגענע ימים נוראים איינגעקויפט די נייע מחזורים "חת"ם סופר". א שיינע ארבייט, מיט אסאך שיינע שטיקלעך.
עס האט גראדע אסאך טעותי הדפוס, וואס עס וועט מסתמא פארראכטן ווערן אין די מהדורות הבאות.
אבער וואס האט מיר צודרייט געמאכט איז געווען טאקע די ראשי תיבות געעפענעכץ. הקדוש ברוך הוא! וואסי, קענסט נישט שרייבן הקב"ה?
און נישט איינמאל, און נישט צוויי מאל, נאר צענדליגער מאל, אלע ראשי תיבות...

לאמיר עפעס מסביר זיין פאר די אלע דרוקערס. אויב קען איינער נישט מפענח זיין הקב"ה, דער וועט ממילא נישט פארשטיין א שטיקל חתם סופר!!! צו וואס טוסטו דאס?

הערט מיר אויס, דרוקערס. סטאפט מיט די קליינקעפיגקייט. עס וועט קיינעם נישט מאכן מער פרייליך,
און איר וועט האבן א זייטיגע הנאה, אז איר וועט זיך קענען שפארן טינט און בערך 5-10 דפים פון יעדן דרוק.
דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:40 pm#52063
איך פלעג האבען פראבלעמען מיט די קעטשאפ וויבאלד אויב מען האט עס נאר איינמאל געניצט פאר מיליכיגס האט מיין רעבעצין שוין נישט געלאזט לייגען אויפען פליישיגען טיש וואס איז די פראבלעים? פשוט אויב עס ליגט אויפען טיש קען איך נעמען מן האדום הזה וויפיל איך וויל איך מיז נישט נעמען אויף איינמאל איך קען צוטיילען וויפיל איך וויל נעמען אויף עטליכע טראנספארטען אויב אבער מען האט עס געמאכט מיליכיג קען עס נישט ארויף גיין אויפען שולחן רבינם מאן רבנים די ברייט בייכיגע מיז איך נעמען מיין פארציע פון פאראויס און דאס קוומט אויס א גאנצע פינעף אונציגע גלעזיל און דאס זידט אויף סבליט פונעם עזר

האב איך נישט געהאט קיין ברירה און איך בין אריבער געלאפען אין גראסערי וואס געפינט זיך דא ארים די קארנער זעקס גאסען און איך בין אהיים געקומען מיט צוויי פלעשלעך פון די רויטע פעיסט פון היינט און ווייטער איז נישט דא קיין פראבלעמען איינס וועט זיין די מיליכיגע און דאס צווייטע וועט זיין פאר די פליישיגע געברויכען האב איך אויס געריפען אזוי איז אריבער געלאפען עטליכע שעות און איך האב מיר צוגעגרייט פאר א מאלצייט ווען איך האב געפענט די פרידשערעטאר כדי צו נעמען די קעטשאפ באמערק איך ווי ביידע פלעשליך זענען שוין געווען אין באניץ נו וועלעכע איז די פליישיגע? אוי איך האב דאך פארגעסן צו מאכען א סימן פיין אבער וואס טוט ען יעצט? כדי מקיים זיין די לא יזוז האב איך שנעל אריבער געשיקט מיין יונגעלע זאל איינהאנדלען א פרישען פלעשיל כשבא לידי האב איך גלייך געמאכט א סימן אויפען סאלוי און אראפגריסען א שטיקעל פון די רייצענדע בילד -וואס מען באקומט פאר אומזינסט- אנצודייטען אז דאס איז די פליישיגע און מען זאל עס נישט פארמישען מיט די מיליכיגע אבל צו מיין גרויס ווייטאג

ווען עס איז אונטער געקומען די געלעגנהייט צו ניצען דאס מאכל בין איך געווען צוישט וועלעכע איז די אפגעריסינע פלעשיל ווי געהערט ער? לאח או לצרינו? צו די מילכיגע חסידות אדער צו די פליישיגע פארטיי? אזוי ווי איך האב נישט געהאט קיין ברירה האב איך מיר איינגערישט א פרישען פלאש און קלאר אנגעצייכענט א גרויסען און קלארען "מ" אנדייטענדיג אז דאס איז פארן מילכיגען באנוץ צום קומענדיגען דינער האב פארגעסן וואס די מים מיינט צו מיינט עס 'מ'ילכיג צו מיינט עס 'מ'יעט האב איך באשלאסען ניין איך גיי מיר מער נישט לאזען איון איך בין געגאנגען און אנגעצייכענט א פ וואס מיינסטו די קומענדיגע נאכטמאל האב איך געהאט א גפארטיגע שפיל מיט די קינדער ווער עס קען טרעפן אויף וועלעכע באטעל עס שטייט די "פ"

איך וועל ענק זאגען אז עס האט מיר בכלל נישט געבאדערט אז די קאמפעני האט געמאכט געלט  מיר ארט אז איך טראג א פנים ווי די שור מועד וואס שטויסט און פארגעסט מתמול ומשולשום איך האב מיר אנגעקוקט ווח אין די משל פון ככלב ששב על קיאו ועל זה דוה ליבי
מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:57 pm#52615
איך קום ארויס פון עפ די אר עקזיט 4, איך מאך א רעכטס ביים לייט,
דערנאך קען מען ווען אזוי שיין מאכן אלע גרין ליינט ביז קלינטאםן סטריט פון ווי מען נעמט דעם וומ"ס בריק,
אבער:
די עולם פארט אויף 5 אדער שטייט מען אין די גרין,
ווען עס ווערט רויט נעמט זיך יעדער פארן,
ישר כח, יעצט קענסטו פארן,

פארן זאלסטו ווען ס'איז גרין, פארשטאנען?
מיטוואך אקטאבער 17, 2012 1:02 pm#52619
ווען מען קומט ארויס פון עקזיט 16 פונעם טרווועי רעגט מיר אויף 3 זאכן:

1) אז פון טראוועי נאורט איז דא אריין ליינס צום עקזיט, און אייביג וועלן די שטייטע קארס און טראקס פארן אויף די זעלבע לעין ווי מיר, ווי כ'זאל מיר נאר נישט רוקן ריקט זיך יעדער מיט,
2) פון די עקזיט ביזן טאול איז א האלבע מייל און די ראוד גייט קרום און די עולם פעעסט פון אלע זייטן און מען פליט אויף 70, מ'לייגט אריין דעם עולם אין א סכנה,
3) אז די וואס דרייען זיך לינקס שטייען אין די מיטעלסטע לעין וואס איז געמאכט צו פארן גראד צום פאליס סטעישאן, און מאכן אז די קארס וואס פארן גראד זאלן דארפן ווארטן 7 מאל אז די לייט זאל ווערן רויט גרין רויט גרין, ווילאנג זיי קראצצן זיך אויס צו מאכן די לינקס.
מיטוואך אקטאבער 17, 2012 2:16 pm#52677
ווען אימער איך טשעינדזש לעינס הייבט זיך די לעין פון ווי כ'האב מיך ארויסגערוקט אן צו רוקן שנעלער, דאס איז סייענטיפיקלי פראווען מיט א דאבל בליינד שטודיע, ס'האט עפעס צו טוהן מיט די מאגניטיג פיעלד ארום מיין קאר.
מיטוואך אקטאבער 17, 2012 2:18 pm#52678
דערפאר דרייוו איך טאקע זיג-זאג, אריין און ארויס אריין און ארויס
מיטוואך אקטאבער 17, 2012 2:36 pm#52689
ס'העלפט נישט, ווייל דעמאלס ווערט דער ערשטער לעין צוריק שטייט און די צווייטע וואס איז געווארן שטייט ווען איך בין אריין אהין ווערט צוריק שנעל, כ'האב שוין פראבירט אקיופאנקטשער, האמיופאטישע געווירצן, קמעות, קופת העיר, 40 טעג אנטעסעמיטישע לויזינגען, גארנישט געהאלפן.
מיטוואך אקטאבער 17, 2012 2:38 pm#52694
געפילטע פיש האט געשריבן:ס, כ'האב שוין פראבירט אקיופאנקטשער, האמיופאטישע געווירצן, קמעות, קופת העיר, 40 טעג אנטעסעמיטישע לויזינגען, גארנישט געהאלפן.


וואו, אנטיסעמיטישע לאזונען...... וואט עי סגולה!
מיטוואך אקטאבער 17, 2012 3:05 pm#52708
וואס דען טוהסטו ווען דו זיצט אין טרעפיק?
מיטוואך אקטאבער 17, 2012 3:07 pm#52714
געפילטע פיש האט געשריבן:וואס דען טוהסטו ווען דו זיצט אין טרעפיק?


זינג הויך אויפן קול.
מיטוואך אקטאבער 17, 2012 3:52 pm#52745
כ'האב דאס אויך פראבירט, אבער כ'מיין אז דאס האט נאר פארערגערט די טרעפיק, די עולם איז איינגעשלאפן פון מיין זינגערייען.
מיטוואך אקטאבער 17, 2012 4:20 pm#52760
דאן פאר נאך מער פאמעליך ווי אלע קארס, און צייל וויפיל קארס הייבן אן פייפן צוליב דיר.
מיטוואך אקטאבער 17, 2012 4:27 pm#52764
איך וויל דאך נישט זיין סתם א פי הטבעת...
מאנטאג פעברואר 04, 2013 3:31 pm#84535
שמואל הלוי האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'האט נישט קיין שום קדושה

חלילה אזוי צו רעדן/שרייבן, אפילו פאר א דזשויק.

איך רעד אין פאל קאווע טרינקער געפינט זיך דארט.
מאנטאג פעברואר 25, 2013 6:24 pm#90179
אה, ב"ה געווען א פורים, מקיים געווען אזויפיל געוואלדיגע מצוות אין איין טאג, משמח געווען אזויפיל אידישע קינדער (ובתוכם מיר אליינס), און אוועקגעטיילט א פארמעגן מיט געלט (וואס כאב נישט). אבער אז חז"ל זאגן כל הפושט יד נותנים, מאכט מען נישט קיין חשבונות, מען גיבט און מען טיילט אן קיין חשבונות, און מען האפט אז דער רבש"ע וועט באצאלן כפלי כפליים.
ביי מנחה אליין האב איך מסתמא פארטיילט קרוב צו 50 דאלער, כ'האב ממש נישט געקענט אטעמען, קינדער און בחורים און אפילו אינגעלייט שלענגלען זיך אין די רייע, אלע דארפן אנקומען צו מיין קוואדער אדער מחצית השקל מטבע...

פארשטייט זיך אז ביי שחרית איז קיין סך גרינגער נישט געווען, אבער עכ"פ אז מען לייענט די מגילה קען מען דאך נישט מפסיק זיין און מען קען נישט גיין נאך געלט, איז כאטש געווען א שטיקעלע הפסקה פון די געלט גייער.
ביי מעריב נאך 10 ביינאכט זענען זיי ווייטער געגאנגען, די דוא-דעיט פון כל הפושט יד נותנים האט שוין עקספייערט; אבער ביי חסידים -- ווי מען האט קיינמאל נישט מקפיד געווען אויף מאדערנע פונקטליכקייט, און זאגאר אריינגעצויגן די ימי השמחה אינעם קומענדיגן טאג -- האט בכלל נישט אויסגעזעהן ווי די געלט-גייערס פוס הייבט אן וויי צו טאן. פארקערט גאר, ס'איז געווען בבחינת וקול השופר הולך וחזק, וקווי ה' יחליפו כח, דער אפעטיט איז געקומען מיטן עסן. זייער בעקישע האט שוין געהאנגען אויף דער ערד פונעם שווערן וואג פון אלע קוואדערס אין די טיפע טאשן, אבער אם לא עכשיו אימתי, מען דארף קאלעקטן ווי מער! היינט איז פורים; מארגן איז אויס. נו, האט מען ווייטער געטיילט בסבר פנים יפות, בפרט אז דער קאפ איז נאך נישט געווען אויפן פלאץ פונעם משתה היין, און מען האט נישט צופיל ארייגעטראכט צי ס'איז לאגיש צי נישט.

היינט צופרי, שושן פורים, אויסגעניכטערט און אויסגעשלאפן, איך קום זיך אריין מיט א געמיטליכן שמייכל אין ביהמ"ד, מיט די טלית אויפן פלייצע, לשם יחוד, מען גייט דאווענען רואיג, עס הערשט א יו"ט'דיגע שטימונג, דער עולם איז אנגעטון בגדי שבת ויו"ט, אפאר דרייסטע חברה האבן נאך דעם רבי'שן שלאף קאפל, און א טייל די רבי'שע קאפטענעס פון נעכטן, א מחי' צו קוקן.

אבער... ער וואקסט ווידעראמאל ארויס פון דער ערד! א ראצערל קומט קלאפן, אין זיינע צארטע הענט ליגן 4 קוואדערס, און שרייעט אויס: צדקה! א צווייטער קומט צו: הכנסת כלה! און זיי נעמען מיך ארום ווי די בינען, סבוני כדבורים, זיי גייען נאך פון נעכטן?

איך בין שוין אויסגעליידיגט, אויסגעמאטערט, איך פארמאג שוין נישט קיין דאלער, איך ווארט קוים ס'זאל זיך שוין איינקעשן די השפעות פון פורים פאר אביסעלע קעש, און די חברה לאזן נישט קיין מנוחה!

האלא? טראג דיך אפ פון דאנעט!! נעכטן א גאנצן טאג האסטו טעראריזירט יעדן איינעם, פיין! גוד לאק טו יא, ס'איז געווען דיין טאג, אבער אלעס האט א שיעור, גענוג איז גענוג! לאמיך אויך אביסל הנאה האבן פונעם יו"ט, פארגינסט מיר נישט אביסל רואיגקייט? שטילע 5 מינוט? ווילסט טאקע איך זאל אנטלויפן פון ביהמ"ד?

עס וואלט געדארפט ארויסקומען א תקנה אז די אלע געלט גייער זאלן בלייבן איינגעמאכט אום שושן פורים! איך פארשטיי אז יעדע פרוטה וואס דו האסט נעכטן געמאכט האסטו אויסגעטיילט "בו ביום" און ביסט געבליבן אויסגעזעקלט (נעבעך!), אבער איך בין נישט דיין ATM, האסטו געהערט?? טראג אפ פון דא! פארשטאנען?
מאנטאג פעברואר 25, 2013 6:34 pm#90182
שמעק ווען דו בעיטסט די באשעפער פרנסה ווילסטו אז די אייבישטער זאל דיך זאגען האסט שוין נעכטען געבעטען היינט געב איך נישט??? איך מיין אז נישט אז דו אייבישטער זעיט אז דו געבסט אן חשבונות וועט ער דיך צוריק געבען אן חשבונות
מאנטאג פעברואר 25, 2013 6:35 pm#90183
שמעקעדיג, איך פארשטיי דיין אנטריסטונג, אבער דו דארפסט נישט ווערן אזוי אויס מענטש. יענער מעג בעטן, און דו מעגסט אפזאגן. גיב א שמייכל מיט'ן מויל, א ציה מיט די פלייצע, און פאר א נויט, אן עפן מיט די האנט, ווי צו זאגן, אז דו גייסט פאר הכנסת כלה, מעגסטו וויסן אז איך האב חתונה געמאכט א האלב יאר צוריק, אפשר גיבסטו מיר טאקע אפאר דאלער?
מאנטאג פעברואר 25, 2013 6:40 pm#90184
@יאיר, איך שרייב עס טאקע מיט א אויפגערעגטן פנים (עס איז דאך א אשכול פאר זאכן וואס רעגן אויף!), אבער כ'נעם נישט די זאכן אזוי ערנסט ווי איך שרייב דא, דאנט ווארי...
אפשר ביסטו מיר דן לכף זכות אז איבערדרייען מיין האנט אזויפיל מאל און וויייזן אז "כ'האב נישט" איז שוין אויך צופיל, די האנט טוט מיר שוין וויי דערפון? איך דארף גיין צו א קייראפראקטאר אדער מאסאזש-טעראפיסט זאל מיר אויסרייבן דעם האנט?

@לעמיל, וואס נאך טוט זיך אין הימל?..
מאנטאג פעברואר 25, 2013 6:42 pm#90186
שמעקעדיג האט געשריבן:@לעמיל, וואס נאך טוט זיך אין הימל?..

עס טוט זיך צו זאל מען דן זיין שמעקעדיג לכף זכות אז ער האט אלקהאל און זיך איז פארדעים איז ער אונגעצויגען אז מ'בעיט אים געלט אדער חליחה....
מאנטאג פעברואר 25, 2013 6:51 pm#90188
לעמיל האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:@לעמיל, וואס נאך טוט זיך אין הימל?..

עס טוט זיך צו זאל מען דן זיין שמעקעדיג לכף זכות אז ער האט אלקהאל און זיך איז פארדעים איז ער אונגעצויגען אז מ'בעיט אים געלט אדער חליחה....

און ווי אזוי קוקט מען אן דעם לעמיל? ער הערט זיך אונטער וואס ס'גייט פאר דארט אויוון, וואס גאט זאגט, און וועם ער איז דן, און דערציילט עס איבער פאר די דרי מטה.

@שמעקעדיג, נישט געזארגט, מארגן גייען זיי צוריק אין חדר\כולל\ישיבה.
מאנטאג פעברואר 25, 2013 6:55 pm#90189
שמעקעדיג האט געשריבן:@יאיר, איך שרייב עס טאקע מיט א אויפגערעגטן פנים (עס איז דאך א אשכול פאר זאכן וואס רעגן אויף!), אבער כ'נעם נישט די זאכן אזוי ערנסט ווי איך שרייב דא, דאנט ווארי...
אפשר ביסטו מיר דן לכף זכות אז איבערדרייען מיין האנט אזויפיל מאל און וויייזן אז "כ'האב נישט" איז שוין אויך צופיל, די האנט טוט מיר שוין וויי דערפון? איך דארף גיין צו א קייראפראקטאר אדער מאסאזש-טעראפיסט זאל מיר אויסרייבן דעם האנט?

קען זיין אז איך בין נאאיוו, אבער דער בילד ווי מיליאנען קינדער, בחורים, און ערוואקסענע מענטשן גייען נאך געלט עמיוזט מיך פשוט. די קינדער און בחורים טוען עס אזוי פראגראמירט אז פורים גייט מען נאך געלט, אז ס'זעט אויס ווי ס'פאלט זיי פשוט נישט איין צו טון עפעס אנדערש זיך צו ענדזשויען אין אזא טאג. בעת גוי'אישע קינדער וואלטן שוין געווען איינגעזינקען אין סעקס, דראגס, און אלקאהאל אין אזא טאג, זענען אונזערע קינדער פארנומען אויסצושטרעקן די הענט ווי ראבאטן און דער איינציגסטער ציל איז ארויסצוגיין מיט מער געלט סוף טאג - צו גיבן פאר א צווייטן איד. איז דאס נישט וואונדערליך?
ווייטער די ערוואקסענע מענטשן, איז פון איין זייט טוט מיר וויי אז אזויפיל מענטשן זענען נעבעך אין חובות בדרך כלל צוליב די נארישע peer pressure וואס הערשט ביינאונז. אבער פון די צווייטע זייט, איז דאס נישט א מעכטיגע המצאה וואס נאר די חסידים וואלטן געקענט אויסטרעפן?, קיינער האט נישט קיין געלט, און אלע ארימעלייט בעטן געלט פון אנדערע ארימעלייט וועלכע וועלן צוריקבעטן דאס געלט פון די פריערדיגע ארימעלייט... א בחינה פון לכו והתפרנסו זה מזה (אויך מיר א פרנסה).
מאנטאג פעברואר 25, 2013 7:33 pm#90201
געפילטע פיש האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:@לעמיל, וואס נאך טוט זיך אין הימל?..

עס טוט זיך צו זאל מען דן זיין שמעקעדיג לכף זכות אז ער האט אלקהאל און זיך איז פארדעים איז ער אונגעצויגען אז מ'בעיט אים געלט אדער חליחה....

און ווי אזוי קוקט מען אן דעם לעמיל? ער הערט זיך אונטער וואס ס'גייט פאר דארט אויוון, וואס גאט זאגט, און וועם ער איז דו, און דערציילט עס איבער פאר די דרי מטה.

@שמעקעדיג, נישט געזארגט, מארגן גייען זיי צוריק אין חדר\כולל\ישיבה.

איך הער נישט וואס טוט זיך און הימעל אבער דעיס האב איך אמאל געהערט פון א גוטע איד און עס איז מיר געפאלען האב איך עס דא איבער געזאגט זה הכל
מאנטאג פעברואר 25, 2013 8:23 pm#90210
לעמיל, איך האב דאס קיינמאל נישט געזאגט.
מאנטאג פעברואר 25, 2013 11:36 pm#90256
Home work?????

ווי אזוי קען זיין אז קיינער האט נאכנישט געשריבן וועגן די פארווייטאגטע נושא??
מאנטאג פעברואר 25, 2013 11:48 pm#90262
כבר דשו בו רבים. קענסט רעדן צום דופן!
די איינציגסטע עצה היינט איז נאר מיט מסירה... (דזשאסט קידינג)
דינסטאג פעברואר 26, 2013 12:02 am#90264
שמעקעדיג האט געשריבן:אפשר ביסטו מיר דן לכף זכות אז איבערדרייען מיין האנט אזויפיל מאל און וויייזן אז "כ'האב נישט" איז שוין אויך צופיל, די האנט טוט מיר שוין וויי דערפון? איך דארף גיין צו א קייראפראקטאר אדער מאסאזש-טעראפיסט זאל מיר אויסרייבן דעם האנט?

געהערט אמאל פון א גוטן איד, וואסע טאקע פשט פון די תנועה וואס מען הייבט אזוי די האנט ארויף ווען מען האט נישט צו געבן?
דאס איז ווייל מען הייבט די הענט צום באשעפער מיט א תפלה "געב מיר אסאך געלט צו קענען טיילן".
יאיר האט געשריבן:ווייטער די ערוואקסענע מענטשן, איז פון איין זייט טוט מיר וויי אז אזויפיל מענטשן זענען נעבעך אין חובות בדרך כלל צוליב די נארישע peer pressure וואס הערשט ביינאונז. אבער פון די צווייטע זייט, איז דאס נישט א מעכטיגע המצאה וואס נאר די חסידים וואלטן געקענט אויסטרעפן?, קיינער האט נישט קיין געלט, און אלע ארימעלייט בעטן געלט פון אנדערע ארימעלייט וועלכע וועלן צוריקבעטן דאס געלט פון די פריערדיגע ארימעלייט... א בחינה פון לכו והתפרנסו זה מזה (אויך מיר א פרנסה).

ווי האט יענער ירושלמי געזאגט, איך לערן אויס מיינע קינדער צו קענען גוט שנארן, אזוי וועלן זיי האבן א פאך אין די האנט, און נישט דארפן צוקומען לידי מתנת בשר ודם...
דינסטאג פעברואר 26, 2013 3:25 am#90294
שמעקעדיג האט געשריבן:@יאיר, איך שרייב עס טאקע מיט א אויפגערעגטן פנים (עס איז דאך א אשכול פאר זאכן וואס רעגן אויף!), אבער כ'נעם נישט די זאכן אזוי ערנסט ווי איך שרייב דא, דאנט ווארי...
אפשר ביסטו מיר דן לכף זכות אז איבערדרייען מיין האנט אזויפיל מאל און וויייזן אז "כ'האב נישט" איז שוין אויך צופיל, די האנט טוט מיר שוין וויי דערפון? איך דארף גיין צו א קייראפראקטאר אדער מאסאזש-טעראפיסט זאל מיר אויסרייבן דעם האנט?

@לעמיל, וואס נאך טוט זיך אין הימל?..

@ שמעקעדיג, האסט ריזיג אראפגעלייגט די מצב, אבער איך דערמאן מיך פון יארען צוריק ווען כ'בין ארויס א צופאטשעטער פורים זיך פארלאזט אויף כמה וכמה גבירים און גארנישט געמאכט, שושן פורים בין איך געגאנגען אין די הייזער אלע קינדער זענען געוועהן אינדערהיים און ס'איז נישט געווהן א שטוב וואו מ'האט מיר נישט געגעבען, כ'האב נאך קיין איין יאר נישט געמאכט אזויפיל פורים!!!
און דאס וואס דו ווילסט וויסען וואס טוט זיך אין הימל, ס'איז א באקאנט ווארט אז מ'זאל געבען צדקה אפילו אז מ'ווייסט אז יענער האט אז די אייבישטער זאל דיר אויך געבען א מתנת חינם, אפשר טראכסטו אז ס'קומט זיך דיר סתם אזוי?!
דינסטאג פעברואר 26, 2013 3:33 am#90298
מיר האט געבאדערט די חוצפה פון א קליינעם 8 יעריגס וואס איז געשטאנען אויף די גאס נאך געלט מיט בלויזע דאלערס מיט אזא קאנפידענס אז ער דארף נישט האבן טשעינדזש אויב איינער וועט אים בעטן, איך האב אים בלית ברירה געמוזט געבן א גאנצן דאלאר.
דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:37 am#90319
זר זהב האט געשריבן:מיר האט געבאדערט די חוצפה פון א קליינעם 8 יעריגס וואס איז געשטאנען אויף די גאס נאך געלט מיט בלויזע דאלערס מיט אזא קאנפידענס אז ער דארף נישט האבן טשעינדזש אויב איינער וועט אים בעטן, איך האב אים בלית ברירה געמוזט געבן א גאנצן דאלאר.

ס'געווען מיין יונגעל, און מיין איידיע. יא, ס'האט געהאלפן.
דינסטאג פעברואר 26, 2013 10:07 am#90328
קאווע טרינקער האט געשריבן:לעמיל, איך האב דאס קיינמאל נישט געזאגט.

דבורה האט מיך עס נאך געזאגט פון דיך, האסט פארגעסען איך האב איר דיך אונגעשדכנט??
דינסטאג פעברואר 26, 2013 10:32 am#90342
זר זהב האט געשריבן:מיר האט געבאדערט די חוצפה פון א קליינעם 8 יעריגס וואס איז געשטאנען אויף די גאס נאך געלט מיט בלויזע דאלערס מיט אזא קאנפידענס אז ער דארף נישט האבן טשעינדזש אויב איינער וועט אים בעטן, איך האב אים בלית ברירה געמוזט געבן א גאנצן דאלאר.


על טעם וריח... מיר האט עס גראדע זייער דערפרייט זענענדיג ווי אימער קליינע קינדער מיט אזא שטארקע קאנפידענס... הגם אז זייערע טאשן האט געהאנגן פון די קליין געלט וואג, דאך האבן זיי געהאט אזא שמייכעל אויפן פנים כאילן זיי פארשטיין נישט אז מען קען געבן רעשט פון א דאלער.
דינסטאג פעברואר 26, 2013 10:43 am#90351
איך האב אויך געהאט אזא קליינעם דרייסטן מחוצפ'ל, א דאלער ברויך ער, עפעס ווייניגער שטעלט אים נישט צופרידן.
כ'האב אים געגעבן א פעני און געפרעגט צי ער האט רעשטע.. ער האט מיר געגעבן אזא בליק און אפגעצויגן פון מיר בשעת איך וואקל זיך פאר געלעכטער...

(מעשה שלא היה)
דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:40 pm#90636
די גויטעס קומען יעדעס יאר און זאגען צעדאקע, א חברה ציגיינערס, איך האב איינעם געזאגט אז איך גיב זי א דולר אויב זי זאגט שמע, זי האט מיטאמאל פארשטאנען פין וואס איך רעד.

א חוצפה.
דינסטאג פעברואר 26, 2013 3:23 pm#90651
כ' מיין אז ס' שטייט אז פורים זאל מען געבן אויך פאר גוים וואס בעטן
דינסטאג פעברואר 26, 2013 4:38 pm#90670
למדן האט געשריבן:כ' מיין אז ס' שטייט אז פורים זאל מען געבן אויך פאר גוים וואס בעטן

כ'ווייס נישט עפעס עקסטער פאר פורים, אבער נאדיר א לשון הגמרא אין גיטין דף ס"א עמוד א': "מפרנסים עניי נכרים עם עניי ישראל... מפני דרכי שלום". און אזוי ווערט אויכעט צוגעברענגט אינעם רמב"ם הלכות עבודה זרה פרק י' הלכה ח'.און אין רמ"א אין הלכות צדקה [נישט געטראפן אויפן מינוט] פסק'ענט אזוי. און אזוי האבן צדיקים וגדולים זיך געפירט!
דינסטאג פעברואר 26, 2013 10:19 pm#90790
איחוד פעלד האט געשריבן:די גויטעס קומען יעדעס יאר און זאגען צעדאקע, א חברה ציגיינערס, איך האב איינעם געזאגט אז איך גיב זי א דולר אויב זי זאגט שמע, זי האט מיטאמאל פארשטאנען פין וואס איך רעד.

א חוצפה.

אין שומרי שבת שול אין ב.פ. האט זיך געדרייט א גוי וואס האט געשריגן "צעדאקע" און ביי קדושה האט ער געקענט זאגן די ערשטע צוויי ווערטער "נקדישך ונעריצך".
מוצ"ש מערץ 02, 2013 11:18 pm#91862
מוסדות קאללס
סקען זײן אז אײנער האט זיך שוין גערעגט דא אבער װיפיל איז די שיעור פון די ראבא קאלס פון די אײגענע מוסדות איעדען
טאג מינימאם אײן פאן קאל פון א מאשין װאס בעט געלט געלט געלט געלט געלט!!!!! געניג שוין לאז לעבן
מען ריפט אלעמאל אינדערפרי פארמיטאג נאכמיטאג פארנאכטס בײנאכט שפעט בײנאכט א גאנצע װאך אפילו יעצט אהאלבע שעה
נאך די זמן אין דורךן װאך בשעת איך ארבעט און שטײ אויפען לײטער עני טײם מקען פײניגען פלאס איעדע צװײטע װאך ריפט פערזענליך
אײנער פין די אנגעשטעלטע פשוט אויף צי באריוהגען די נערװען אין בעט נאך אביסל אפשר דאך װיפיל קענסטו געבן קען איך שיקן אײנער אויפ פיקען אפאר דאלער װי ביסטו
אײ מין קאם אן איך בין גארנישט שילדיג פאר שכר לימוד איך האב סך הכל געזאגט אז װען איך װעל קענען װעל איך געבן עטץ מוזט
נישט פײניגען!!!!!!!

שכוח פאר מיך אויס הערן איך פיל שוין בעסער
מוצ"ש מערץ 02, 2013 11:48 pm#91873
צוליב דיין גראבן ניק מיינען זיי אז דו האסט אסאך איבריג געלט צו פרעסן...