Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע שטיבל • זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

קאווע שטיבל • זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
232 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 1073 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1519
מיטוואך אקטאבער 16, 2013 5:21 pm#156931
הא הא, העלא שכל מאכער... שלום עליכם א גאסט! קענסט מיר אפשר מאכן אביסל שכל? כעל דיר גוט באצאלן!.

לענינינו, איך מיין אז רוב זאכן וואס רעגט אונז אויף האט עפעס צו טון מיט דרייוון.

איך האב א פארקערטע טענה (אפשר האב איך עס שוין אפילו געשריבן ערגעץ). א קאר "כאפט זיך אריין". איך האלט אינמיטן פליען, יענער זעהט אז איך קום צו רייסן (הא!) אדער עשה עצמו כאילו לא ידע, ער קוקט און קוקט אויף אלע זייטן, און די לעצטע מינוט גיט ער זיך א פליק אריין אין פארנט ווי מיר און נאך א מזל כ'האב גוטע ברעיקס, ווייל ווען נישט.... איך פרוביר מלמד זכות צו זיין, מסתמא דער יעניגער יאגט זיך, ער דארף אפשר לויפן כאפן דעם דענטיסט בעפאר ער פארשפארט ווייל די צאן רייסט שטיקער פונעם; דערווייל ווי וואס ווען, ער פארט זיך רואיג אויף 15 אין א 40 MPH זאון, און ווען איך פלאץ שוין און איך גיב אים א שטיקל פייף (נישט קיין לאנגע פייף ח"ו, נאר אזא דערמאנונג), קומט ארויף זיין חרון אף על כל גדותיו, און ער ברעיקט מיר גאר! כלומר, דו מחוצפ'ל, דו האסט די העזה צו פייפן אויף מיר? איכעל דיר ווייזן! אמער, איך ווער דאך נעקסטע וואך א שאמראם! (כ'האב ליב געהאט דעם ווערטל פון דיר, שקויעך). בקיצור, א באנדע פערדן. אז דו האסט אזויפיל צייט, צו וואס קאטסטו מיר אריין? אונטער מיר איז געווען ליידיג פון קארס, וואס האסטו מיר נישט געקענט אדורכלאזן און דערנאך ארויספארן פון דיין פארקינג?
מיטוואך אקטאבער 16, 2013 6:18 pm#156955
שמעקעדיג! אוי ביסטו גערעכט!! און דאס רעגט מיך אויך געפערליך אויף. און בעיקר די חדר באסעס זיי שטעלן זיך אראפ מיט די סטאפ סיין ביים קארנער ווען ווערט גרין און זיי מאכען זעכער צי כאפען די לייט און איך זאת בלייבן סטאק און שיין ווארטן פאר די נעקסטע לייט. פארוואס קען ער נישט סטאפן ביי די נעקסטע קארנער און לאזן די עולם פארן? עני באס דרייווערס הער?
דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 12:24 am#157035
שכלמאכער האט געשריבן:שמעקעדיג! אוי ביסטו גערעכט!! און דאס רעגט מיך אויך געפערליך אויף. און בעיקר די חדר באסעס זיי שטעלן זיך אראפ מיט די סטאפ סיין ביים קארנער ווען ווערט גרין און זיי מאכען זעכער צי כאפען די לייט און איך זאת בלייבן סטאק און שיין ווארטן פאר די נעקסטע לייט. פארוואס קען ער נישט סטאפן ביי די נעקסטע קארנער און לאזן די עולם פארן? עני באס דרייווערס הער?

יא @berlbalaguleh
דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 1:05 am#157048
אוי דעי באס דרייווערס נעמען מיך צי דו כלים, איך געדעינק און מיינע צייטן האט מען זיך צינעזאם גענימען עטליכע מאמע'ס ביי יעדע קארנער, דער אנגעבלוזענע באס דרייווער האט זיך א שטעל געטיען אויך דו ברייט, אלעס איז ארויף אדער אראפ, לעידי'ס מאכן ביי ביי, איין אנדערקאווער הייסע מאמע שיסט נאך א קיש, נאר אויב דו שכינה מיט דו בארדא טורבאן קיקט, להוצא מליבם, אבער ליידער היינט איז דא א יוניען פון מאמע'ס דער דרייווער אויב האט ער נישט א פול רעפארט אויפן קינד פינעם נעכטיגן טאג איז אויס וועלט, ער מיז עדות זאגן גענוי וואס עס האט פאסירט מיט יוליש'ס ריסעס, ער מיז זאגן בפני דרס ואכל, אויב נישט פארלירט ער דעים דזשאב, יעדע טורבן מיז א באזינדערע סטאפ, מען טאר נישט צאמנעמען דו באדאנע מיט טובאן'ס, אויך יעדע קאליר טורבאן, א באזינדערע סטאפ, ווייל סיז שאטנז, עס א גרויסע פראבלעים איז געקימען א קאמפלעין, אז איין מאמע שיקט מיט ציפיל טעיטע טשיפסעס, און עס שאדט קלאר עין הרע, מיז מען מאכן עקסטרע סטאפ'ס פאר יעדע באזארגטע מאמע, וואס בין איך שילדיג אז איך מיז פארן קוואדער צו פיר אויף לי, קען נישט דו רויטע שלום מאכן מיטן פערפל טורבאן, סיז דאך איין הויז אראפ צו, נישט אויסצוהאלטן.
דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 10:57 am#157105
שכלמאכער האט געשריבן:שמעקעדיג! אוי ביסטו גערעכט!! און דאס רעגט מיך אויך געפערליך אויף. און בעיקר די חדר באסעס זיי שטעלן זיך אראפ מיט די סטאפ סיין ביים קארנער ווען ווערט גרין און זיי מאכען זעכער צי כאפען די לייט און איך זאת בלייבן סטאק און שיין ווארטן פאר די נעקסטע לייט. פארוואס קען ער נישט סטאפן ביי די נעקסטע קארנער און לאזן די עולם פארן? עני באס דרייווערס הער?
דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 11:48 am#157126
היינט איז געוועהן און דער לוח הציבור א קעסטל:
לכבוד דער איד וואס איז מיר דורך געפארן, אויף מיין רעכטע זייט,
נעכטן באנאכט 6:05 ביי 42 און 12, זאל וויסען ער האט שיעור אראפגעקלאפט א יונגעל, א באסדרייווער


אויך זעה איך דארט ווי דעוויד גרינפעלד וועט זיך נעמן צו דער ביינער פון קאר דרייווערס וואס פעסען באסעס
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 1:56 pm#158389
עס רעגט מיך אויף אז עסן קעיק מיט צוקער מאכט גראב! :evil: :evil: פיריעד.

איך וויל די דאקטוירים זאלן ערצייגן א פיל וואס זאל העלפן אויף דעם, מען זאל קענען רוקן שטיקער און עס זאל נישט מאכן קיין פראבלעמען.
איין טאג וועט עס נאך געשעהן, א נייע סטאטיסטיק וועט ארויסקומען אז עס איז געזונט זאלץ מיט צוקער, און אויך מזונות און זיסע געטראנקען, ויאכלו ענוים וישבעו בלי שום חשיש ופיקשפעש ברוחניות ובגשמיות, אמן כן יהי רצון.
I CAN'T WAIT
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 3:53 pm#158418
petergrifin האט געשריבן:
שכלמאכער האט געשריבן:שמעקעדיג! אוי ביסטו גערעכט!! און דאס רעגט מיך אויך געפערליך אויף. און בעיקר די חדר באסעס זיי שטעלן זיך אראפ מיט די סטאפ סיין ביים קארנער ווען ווערט גרין און זיי מאכען זעכער צי כאפען די לייט און איך זאת בלייבן סטאק און שיין ווארטן פאר די נעקסטע לייט. פארוואס קען ער נישט סטאפן ביי די נעקסטע קארנער און לאזן די עולם פארן? עני באס דרייווערס הער?

יא @berlbalaguleh

פיטער גריפפין: דו האסט מסתמא רוח הקודש. פונקט ווען כ'האב געוואלט נעמען די פען אין די האנט אריין זעה איך אז דו רופסט מיך. יא דאס רעיגט מיך אויכעט אויף. איך בין מיך משתדל עס נישט צו טון פאר א צווייטן עד שידי מגעת. אבער א סאך קארס טוען עס צו מיר. זעיט אויס אלס נקמה פאר אנדערע באסדרייווערס. :lol: :roll:
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 4:00 pm#158419
שמעקעדיג האט געשריבן:עס רעגט מיך אויף אז עסן קעיק מיט צוקער מאכט גראב! :evil: :evil: פיריעד.

איך וויל די דאקטוירים זאלן ערצייגן א פיל וואס זאל העלפן אויף דעם, מען זאל קענען רוקן שטיקער און עס זאל נישט מאכן קיין פראבלעמען.
איין טאג וועט עס נאך געשעהן, א נייע סטאטיסטיק וועט ארויסקומען אז עס איז געזונט זאלץ מיט צוקער, און אויך מזונות און זיסע געטראנקען, ויאכלו ענוים וישבעו בלי שום חשיש ופיקשפעש ברוחניות ובגשמיות, אמן כן יהי רצון.
I CAN'T WAIT

בשורה טובה: די דאקטוירים האבן שוין ערצייגט אזא פילל. נאר איין זאך. דער וואס עסט א סאך קעיק מיט צוקער דארף א גרעסערע סייז הויזן. אויך ווען ער פארט אויפ'ן מאנסי באס מוז ער קויפן צוויי טיקעטס. מיין רבי אין חדר פלעיגט אייביג זאגן. ס'שטייט אין פסוק "איש לפי אכלו תחוסו". :lol:
זונטאג דעצעמבער 22, 2013 2:43 pm#169541
שמעקעדיג האט געשריבן:דעם שבת בינעך געווען ביי א קידוש פון א חבר. מען האט געענדיגט דאווענען, זעץ איך מיר אראפ ביים טיש, נעקסט צו א פיינעם טאץ קעיק. נאך איידער איך האב עספיעט צו נעמען א סלייס, זענען אנגעפאלן א באנדע בחורים און אינגלעך, און פארצוקט דעם גאנצן טאץ, אן איבערלאזן אפילו איין סלייס פאר די בעלי בתים וועלכע זענען געזעצן דארט ביים טיש.

דאס זעלבע האט פאסירט ביי די קוגל. מען האט אראפגעלייגט א טעלער קוגל ממש נישט ווייט פון מיר, און איך האב שוין אויסגעשטרעקט מיין גאפל צו נעמען א סלייס, און פון אונטער מיין האנט האט א בחור ארויסגעשלעפט דעם טעלער און אויסגעליידיגט דעם אינהאלט!

מחוצפים? חזירים? יו נעים איט!

וואו איז אביסל דרך ארץ? פארוואס ווען איך בין געווען א קינד וואלט איך זיך נישט געוואגט צו טון אזוינס! כ'האב מיך דאן געטרייסט אז ווען איך וועל ווערן א טאטע וועלן די ראצערס האבן דרך ארץ פאר מיר!
:roll:

ווען דו ביזט געווען א אינגל זענען די עלטערן געווען בעלי דרך ארץ, זיי האבן מחנך געווען די קינדער אז ביים קידוש עסט מען נאר וואס דער טאטע לייגט אריין אין טעלער (עכ"פ ביי מיר איז אזוי געווען). היינט זענען די עלטערן נישט קיין בעלי דרך ארץ און עס קימערט זיי בכלל נישט די קינדערס' התנהגות, דערפאר האט עס אזא פנים.

איך האב אמאל בייגעוואוינט אזא סצענע כנ"ל אין ירושלים עיה"ק שבת ביי א קידוש. אויף מיין אנפראגע "וואסי פשט?" האט מיר ערקלערט א איד, מנקיי הדעת בקרתא דשופריא, אז דאס איז א מנהג נאך פון פריערדיגע דורות ווען ס'נעבעך נישט געווען צו עסן אין ירושלימ'ע שטיבער, ממילא האבן די עלטערן געמוטיגט די קינדער זאלן כאפן עסן, ווייל "אינדערהיים וועט איר נישט באקומען. ס'נעבעך נישטא."
היינט איז ברוך השם יא דא צו עסן אינדערהיים (אין רוב פעלער), אבער דער מנהג איז שוין געבליבן... ;)

פיין. אבער ביינונז אין בארא פארק, מה נענה אנן אבתרייהו? וואס איז אונזער תירוץ פאר דער ירושלימ'ער באזוכער וואס קוקט צו אזא ערשיינונג מיט בייז-וואונדער?
זונטאג דעצעמבער 22, 2013 3:28 pm#169553
שכלמאכער האט געשריבן:שמעקעדיג! אוי ביסטו גערעכט!! און דאס רעגט מיך אויך געפערליך אויף. און בעיקר די חדר באסעס זיי שטעלן זיך אראפ מיט די סטאפ סיין ביים קארנער ווען ווערט גרין און זיי מאכען זעכער צי כאפען די לייט און איך זאת בלייבן סטאק און שיין ווארטן פאר די נעקסטע לייט. פארוואס קען ער נישט סטאפן ביי די נעקסטע קארנער און לאזן די עולם פארן? עני באס דרייווערס הער?


יזכר לטוב דער באס דרייווער וואס האט געהאט מיטלייד, און ווען איך בין אנגעקומען ביים קארנער, דריי קארן אונטער אים, האט ער זיך עטוואס אריינגערוקט אין די זייט, ארויסגעשטעקט זיין האנט פון פענסטער און געוואונקן דעם עולם זאל אריבערפארן! (טרו סטארי!)

ממנו ילמדו וכן יעשו!
זונטאג דעצעמבער 22, 2013 3:35 pm#169556
גאנצל האט געשריבן:איך ווייס נישט צו ס'קומט דא אריין אבער ס'איז אבער א זאך וואס רעגט מיר אויף

שוין עטליכע מאל אין די לעצטע שטיק צייט וואס איך בין געלאדענט געווארן צו א come & go תנאים איך זאג אייך דעס איז א רעדיקעלעס מעשה מ'זיצט צוויי שעה און מ'ווערט משיגע פאר די צייט
פאר איינער וואס קומט סתם וואונטשן מזל טוב און ער גייט זיך, א טובל און ארויס איז עס א גאלדענע זאך

אבער פאר די קרובים איז עס א totel דיזעסטער ס'איז נישטא וואס צו טון ס'איז אין כאן לא קאם ולא גאו מ'ווייסט נישט ווען ס'הייבט זיך אן און ווען ס'ענדיגט זיך ס'איז נישטא קיין וואשן קיין בענטשן מ'דרייט זיך פון איין טיש צום צווייטן מ'כאפט דא א ניסל דארט א פאפקארן און מ'ווערט צופיקעוועט די לאנגווייליקייט איז אויפ'ן העכסטן גראט מ'זיכט ארויפצוברענגען א טעמע אבער ס'איז אומערפאלגרייך

די hot food איז קיינמאל גענוג ווייל מ'ווייסט נישט וויפיל מענטשן ס'גייען קומען, רופן רופט מען יעדעם ווייל ס'איז דאך א קאם & גאו
איך הער ס'איז נישטאמאל אזויפיל ביליגער איך קום אהיים איך טראכט צו מיר ווען איך קען ווען זאג איך פאר'ן מחותן נעקסט טיים מאך נישט קיין תנאים טוסט נישט פאר קיינעם קיין טובה עכ"פ נישט פאר מיר


גם אני בחלומי, געהאט דעם זעלבן פראבלעם אין פארשידענע פעלער, נישט נאר ביי תנאים'ס, ביז איך בין קלוג געווארן:
1. איך עס א געזונטע מאלצייט איידער איך קום צו די שמחה. ממילא בין איך זאט און כ'ברויך נישט מער ווי א נאש טוהן מפעם לפעם.
2. איך ברענג זיך מיט א גמרא'לע אדער MP3 שפילער און בין משלים דעם שיעור. (פרעג נישט, ס'שיעור ארויס א שם אין שטאט אז איך בין א ריזיגער מתמיד...)
3. פון מאל צו מאל (ווען ס'דא א קלער אז די שפיל וועט מיר נישט טייער קאסטן) קום איך אן אין די לעצטע מינוט אדער 5 מינוט נאך די לעצטע מינוט, און איך אנטשולדיג זיך פאר'ן בעל שמחה מיט תירוצים עד אין סוף. ווידער ער מצדו פארזיכערט מיר אז ס'איז אקעי, און אז בעסער שפעט ווי איידער קיינמאל.
און שוין, אלע זענען העפי!
זונטאג דעצעמבער 22, 2013 3:40 pm#169559
שמעקעדיג האט געשריבן:פונקט דעם שבת האב איך אדורכגעשמועסט דעם ענין מיט איינעם, מיט די צדדים לכאן ולכאן. און למעשה איז יש דברים בגו.

א טאטע אליינס קען ע"פ רוב נישט ערפילן דער ערזאץ און סיפוק וואס א חסידות מיט א רבי גיבט פאר א בחור'ל, הלואי אויב יא, דאן איז זיכער געזונטער, און מער אמת אז דער בחור'ל זאל נישט גיין, אבער עס זענען פאראן גענוג בחורים וועלכע וואלטן שוין לאנג געווען כ'וויל-נישט-זאגן-וואו, נאר א דאנק די ברענעדיגע אש קודש פארן חסידות ווער ער שטיין אונטערן רבי'נס בענקל און צוריקן די מעסער און די בעכער, און מאכן שיינע לעמפעלעך פאר די רבי'שע חתונה, און מיט דעם גיט ער זיך אויס זיין NEED פאר עקשאן.

עס האט מעלות און חסרונות. עס קומט א יו"ט לעבט מען מיטן רבי'ן, און אפילו א שבת אדער סיי וועלכע יומא דפגרא, מצד שני אנעם רבי'ן איז קיין יו"ט נישט פארהאן, און דאס איז אויך א רחמנות.

בקיצור: צי עס איז ריכטיג? כ'גיי נישט דן זיין, אבער כ'קען הערן דעם געדאנק אז מענטשן שפירן עס איז א MUST.


שיין האמער דערלעבט אז חסידות איז היינט געווארן א זאך וואס ערפילט די חלל פאר בחורים מבקשים וואס זוכן "עקשאן."

אויב דעם בחור פעלט רוחניות'דיגע ערזאץ און סיפוק ברויך ער א גוטער מגיד שיעור. אויב ער דארף עקשאן, זאל ער גיין שפילן באל אדער פארן אויף א שייגעץ בייק... (כמובן שכוונתי רק דרך פלפול ולא אליבא דהלכתא, ושכל אחד יעשה קאנסאלטן את ה'לאקעל ראביי' שלו)

איך בין אויסדרוקליך מסכים מיט אייער אויספיר: "און דאס איז אויך א רחמנות"... א בחינה פון "גם זה הבל ורעות רוח"...
זונטאג דעצעמבער 22, 2013 3:46 pm#169561
בעל הבית האט געשריבן:הערט א מעשה !! כדרכו בקודש פאר איך למקום עבודתי מעיר לעיר, היינט פאר איך דאראך א מקום פאר היטשעס,

זעי איך צווי פארקלאצטא בחורים שטייען אין ווארטן אלי יחוס איינער זאל זיך אפשטעלן מיט זיין ווארימע אדסי מיניווען .

ווי געוונדליךהער איך צו א סי. די. פין ר זלמן לייב פילאף הילכות שבת אין אמאל הער איך אויס Z100

לכבוד די בחורי חמד שטעם טעם האב איך געמישט צו 1010 נאכן פארן א פאר געסעלעך רופט זיך אן א בחורל מיט עזות דקודשה, אפשר האט איר א תורה טעיפ.

איך האב מיך שרעקליך אופגערעגט איך וויל נישט זאגן וואס איך האב געטהון .

איך וואלט געוואלט הערן פין חבירים המקשיבים וואס מען דארף טהון אין אזא פאל ??


איך האב אמאל געגעבן אן אלטן איד א היטש, ווען אין אויטא שפילט א דרשה פון ר' אביגדור מילער אין אידיש. דער אלטער, נאכ'ן פרעגן ווער דאס איז, האט נאך געהאט די העזה צו קאמענטירן: "איר האט נישט פון עפעס א היימישן בעל דרשן?"
זארגט נישט, איך בין אים נישט שולדיג געבליבן...
זונטאג דעצעמבער 22, 2013 3:53 pm#169564
יואב האט געשריבן:דער וואנזיניגער געשמאקער שיכור פורים, וועלעכע מיט זיין וויין אנגעגאסענעם קלעבהאפטיגן בעקיטשע, ווארפט זיך ארויף אויף מיר ווי א בהמה, ווי צו זאגן שמעקט נאר מיין שטינקעדיגע ברעכבארן מויל, און שוויצבארע צוויבלדיגע ארעמעס.
דאן וועט ער זיך נעמען שרייען, או! איך בין נישט קיין איד, איך וויל תשובה טאהן, איר האלט איך קען נאך ????????????????????????????
דערנאך וועט ער מיט זיין פארסאפטען אטעם אריינמירמלען אין מיין אויער. יואב, דו ווייסט דער אייבערשטער האט דיך ליב ??? דו ווייסט דערפון ???
דו ווייסט דו ביזט א צדיק ??? או ! וואס וועט זיין מיט מיר.
דאן וועט ער זיך ארויסלאזן אין א ווילד צעדרייטן טאנץ, ווי ער וועט נישט אויפן ביט קלאפן מיט די פיס כאילו המן דרייט זיך ביי מיר אין שטוב, און מיר אריינשלעפן אין זיין משוגעהאפטיגן טאנץ פונעם בער, עד שיבלו שפתותי מלומר די.


איך קען זיך נישט גענוג אפוואונדערן פון אייער תגובה: ווי קען דאס געמאלט זיין אז איר באשרייבט פונקטליך, אבער ממש גענוי, וואס עס פאסירט מיט מיר יעדעס יאר, יאר איין יאר אויס?!
זיי קלעבן צו מיר, די שיכורים...
ווי מער שיכור, אלס מער קלעבט ער! און דייקא צו מיר!
נישט געפינען קיין צווייטן?!

נו וואס זאל איך טוהן, אז מיין מאמע האט געבוירן א מפונק? שאקל איך זיך אפ פון זיי. נאר ווא דען?!
און ווען געב א שאקל, טוה איך ווי דער פסוק זאגט: שאקל ישאקל השור...
אוי, וויפיל שיכורים האבן שוין געכאפט פון מיר א קאָפֶּע בעצם יום הפורים אז זיי זענען געפלויגן ביז'ן אנדערן עק שוהל... וואו דער וואנט האט זיי געגעבן נאך אזאנס...

און ס'העלפט. גלייבט מיר מיינע טייערע, ס'העלפט!

אויף גאנצע 2.5 מינוט... :(
זונטאג דעצעמבער 22, 2013 4:12 pm#169570
איציק האט געשריבן:זיי קלעבן צו מיר, די שיכורים...
ווי מער שיכור, אלס מער קלעבט ער! און דייקא צו מיר! נישט געפינען קיין צווייטן?!

לולא דמיסתפינא מנחום וחברה דיליה, וואלט איך געזאגט אז עס האט עפעס צו טון מיט דיין אוואטאר! (טשאדאש!)
.
זונטאג דעצעמבער 22, 2013 7:01 pm#169631
שמעקעדיג האט געשריבן:עס רעגט מיך אויף אז עסן קעיק מיט צוקער מאכט גראב! :evil: :evil: פיריעד.

איך וויל די דאקטוירים זאלן ערצייגן א פיל וואס זאל העלפן אויף דעם, מען זאל קענען רוקן שטיקער און עס זאל נישט מאכן קיין פראבלעמען.
איין טאג וועט עס נאך געשעהן, א נייע סטאטיסטיק וועט ארויסקומען אז עס איז געזונט זאלץ מיט צוקער, און אויך מזונות און זיסע געטראנקען, ויאכלו ענוים וישבעו בלי שום חשיש ופיקשפעש ברוחניות ובגשמיות, אמן כן יהי רצון.
I CAN'T WAIT

איך האב שוין אן אלטע קשיא אויפן אייבערשטן. פארוואס האט ער געדארפט מאכן אלע גוטע באטעמ'טער זאכן פעטינינג- קעיק, קוקיס, אייז קריעם, וכדו', און אלע ביטערע זאכן זענען דייעט. ווי זיס וואלט די וועלט געווען ווען מרור, ברוינע ברויט, ירקות זענען פעט, און קוקיס, קעיק, און טשאקאלאד מאכן דאר און זענען געזונט?
אלא מאי דער אייבערשטער האט פיינט גראבע מענטשן :lol:
זונטאג דעצעמבער 22, 2013 7:04 pm#169636
נישט אמת. דער אייבערשטער האט געמאכט געזונטע זאכן זאלן פאר דיר זיין זיס נאר דו און דיינע עלטערן האבן אביוזט דיינע טעיסט באדס און עס קאליע געמאכט. רעד צו מענטשן וואס האבן געטוישט לייף סטייל , זיי קענען נישט אין מויל נעמען דע אלע זאכן וואס דו רופסט אן ''זיס''
מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 4:54 am#169754
שמעקעדיג האט געשריבן:
איציק האט געשריבן:זיי קלעבן צו מיר, די שיכורים...
ווי מער שיכור, אלס מער קלעבט ער! און דייקא צו מיר! נישט געפינען קיין צווייטן?!

לולא דמיסתפינא מנחום וחברה דיליה, וואלט איך געזאגט אז עס האט עפעס צו טון מיט דיין אוואטאר! (טשאדאש!)
.

שיינעם דאנק, אבער ס'איז בלויז אן אוואטאר, געפינען ערגעץ אויפ'ן געוועב. איך קוק נישט אויס אזוי נישט פורים און נישט א גאנץ יאר...
די פראגע איז, פון וואנעט קענען זיי מיין אוואטאר? אוי וויי, א חשש גילוי!
מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 12:35 pm#169808
איך מיין די זאך וואס רעגט מיר אויף די מערסטע איז טאקע די מקוה, יא יא אזוי ווי איר הערט,
איך שטיי אויף אינדערפרי מיט אן פאקלעבטע פנים קוים ארויסגעשלעפט פין בעט לויף איך גלייך אין מקוה אריין, די וואסער קוקט אויס גאנץ זויבער די טעמפורטשער איז פיין, אין איך שפאציר אריין אזוי געלאסן קלאצינ'דיג אופן לייט, אבער דא געשענט עפעס מאדנע, אלע האר אין דענטראפט פין דא גאנצע מ' סאה איז געווארן לעבידיג כאילו סאיז אריין אין זיי עפעס א מין גייסט אין אלעס קומט צו שווימען צו מיין ווינקל ווי איך ווייק מיך, מיט גרויס כעס נעם איך מיין ביידע הענט אין איך געב א שמייס די וואסער ווי צו זאגן די מחוצף פליסט אוועק פין דא, אבער מיינט נישט אז איך בין מיט דעם געווארן פארטיג, די חברה ווארטן אז די שטורמישע וואסער זאל זיך בארויגען אין שטייטליך שטייטליך גרייטן זיך זיי אויף נאך א ווידערשטאנד.
איך ריק מיך צו א צווייט ווינקל אין פארמאך מיינע אויגן אין איך לאז מיינע פאנטאזיעס לויפן, אבער מיט אמאל געב איך א עפען מיינע אויגן אין ס'ווערט מיר שווארץ, איך בין באלאגערט פין אלע זייטן מיט שטיקער האר צוזאמגעמישט מיט דענטראפטס, אוי באשעפער! ווילן זיי גיין אין מלחמה מיט מיר? פין וואנען ווייסן זיי ווי איך זיץ?
מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 12:39 pm#169810
פאטעטע קוגל האט געשריבן:...איך בין באלאגערט פין אלע זייטן מיט שטיקער האר צוזאמגעמישט מיט דענטראפטס, אוי באשעפער! ווילן זיי גיין אין מלחמה מיט מיר? פין וואנען ווייסן זיי ווי איך זיץ?

"בשעה שהכניס צלם בהיכל (מלכים ב, כב) ירד גבריאל ונעץ קנה בים, וגדל עליו חלקה גדולה ונבנה לשם איטליא של יון".
מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 12:43 pm#169812
איר הערט פאטעטע? הערינג וויל אייך קאמפלימענטירן! ער זאגט אז איר זענט א "סאלידער אביעקט..."
מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 3:17 pm#169851
אסאך וועב-זייטלעך האבן א מין משוגעת וואס נעמט ארויס פון די כלים,
דהיינו, ער וויל עפעס ווייזן, פארציילן, און דער ארטיקל אנשטאט זיין אין איין לאנגע בלעטל, צוטיילט ער עס אין 3,4,5 בלעטער. סתם א שאד די צייט.
אבער ווען עס איז נאר דאס, החרשתי, מען קען הערן און עס אראפשלינגען,
אבער ווען דו ווילסט ווייזן א סלייד-שאו פון צענדליגער זאכן, און יעדע איינע מוזטו דרוקן NEXT איז א אפקומעניש שאין כדוגמתו, ספעציעל ווען די וועבזייטל לאודט זיך נישט אזוי שנעל (אפגעזעהן פון דיין אינטערנעט ספיד)

יעצט למשל האט מיר PCMAG אויפגערעגט, ער ווייזט 50 נוצליכע עפפס, און יעדע עפפ מוז זיין אויף אן עקסטערן בלעטל! וואט דע העק?

m http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2395938,00.asp m
מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 3:27 pm#169852
קוועטש די 'פרינט' קנעפל.
דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 3:44 am#170060
איציק האט געשריבן:קוועטש די 'פרינט' קנעפל.

פיינע עצה! :like

און שמעקעדיג, די סיבה פארוואס זיי טוען עס איז לכאורה ווייל זיי מאכן געלט יעדע מאל די פעידזש, מיט די עדווערטייזמענטס, לאודט זיך. אדער אז זיי קענען ווייזן פאר זייער קליענטן\עדווערטייזער, וויפול פעידזשלאודס זיי האבן פער חודש, און אזוי באקומען זיי 50 אנשטאט איינס. (נישט קיין תירוץ, נאר א הסבר)
פרייטאג אקטאבער 21, 2016 1:24 pm#352772
אז טוויטער גייט כאדאראם דוקא אין חןל המועד!
פרייטאג אקטאבער 21, 2016 1:33 pm#352775
Twitter is one of the victims in today's - still ongoing - massive hacking attack.
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 1:06 pm#352972
ווען טפשים - ענד איטס אלוועיס דע טפשים - זענען צום ערשטן מאל מסביר זייער שטעלונג אבער הייבען אהן דעם זאץ מיט 'נאכאמאל'... (עם התנועה המיוחדת לזה).
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 1:17 pm#352974
ס'איז א וועג פון ווייזן אראגאנץ, אז ביי מיר חכם איז מיין שטעלונג קלאר ווי טאג, און צוליב דו אומוויסענדע שמויגער דארף איך עס איבערגיין 'נאכאמאל', און דאס ווארט 'נאכאמאל' איז וואס האלט אונטער מיין בנין.
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 3:35 pm#352996
איך מיין אז עס ווערט גענוצט אלס מיטל צו פארדינען צייט זיך צו דערמאנען די אייגענע ארגומענט
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 3:42 pm#352998
:like :lol:
פרייטאג אקטאבער 28, 2016 6:57 am#353069
נאכאמאל
וואס פארשטייסטו נישט
ביסט גערעכט, (בתנועה של ביטול גמור, ולכתחילה, צריך נענועת הראש)
ס'פאסט דיר נישט, (בתמיה)
ווייסט נישט וואס די רעדסט

דאס איז אלעס ווען איינער האט נישט קיין קראנטע טענות, נעמט ער קלאפן דעם כנגדו.
דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 1:56 pm#353504
שמעקעדיג האט געשריבן:ווען איך באקום פאסט (כ'באקום אסאך!) מיט די ענוועלאפס אזוי פארקלעבט, אז ניטעמאל קען איך אריינשטעקן א פינגער עס אויפצורייסן! עס איז פולשטענדיג פארקלעבט מסוף הענוועלאפ ועד סופו. וליתר שאת וועלן מאנכע נאך ארויפקלעבן סקאטש טעיפ איבער די גאנצע ברייט פאר א עקסטערע דאזע אף פראטעקשאן.

זאג נאר, וויפיל שעה ביסטו פארנומען מיט די געקלעבעכץ, הא? וויפיל סאה שפייעכץ גייט לבטלה פאר די קלעב פראצעס? טיפש איינער! וואס האסטו מורא? אז דער פאפיר אדער טשעק וועט ארויספליען אויפ'ן וועג פונעם אפענעם נאדל לאך?

בכלל האב איך געזען אז אין ארץ ישראל (און מסתמא אין נאך לענדער) קומען רוב ענוועלאפס מיט א ספעציעלע עפענונג צו קענען גרינג אויפרייסן, ממש א מחי'. פונקט אין אמעריקע איז מען נאך אזוי צוריקגעשטאנען.

אז מען רעדט שוין, אסאך קאסטומערס שיקן אריין פעימענטס אויף פאסט, און טוען מיר א "טובה" און סטעיפלען צו דעם טשעק צו סטעיטמענט.
וואס איז דער סטעיפל? סתם, פארברענגסט צייט צו סטעיפלען כדי איך זאל ארבעטן שווער ארויסצושלעפן דיינע סטעיפלס? כ'מיין, דער טשעק - מיט דיין קאמפאני נאמען - ליגט דאך אינעם זעלבן ענוועלאפ, ארומגעוויקלט מיט דיין סטעיטמענט. וואס האסטו מורא וועט פאסירן אן א סטעיפל?
פארט בעסער ווי די יעניגע וואס צאלן בכלל נישט... אדער קארגן דעם סטעיפל אבער דער טשעק קראכט צום סוף :evil:
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 1:21 pm#353761
שמעקעדיג האט געשריבן:אז מען רעדט שוין, אסאך קאסטומערס שיקן אריין פעימענטס אויף פאסט, און טוען מיר א "טובה" און סטעיפלען צו דעם טשעק צו סטעיטמענט.
וואס איז דער סטעיפל? סתם, פארברענגסט צייט צו סטעיפלען כדי איך זאל ארבעטן שווער ארויסצושלעפן דיינע סטעיפלס? כ'מיין, דער טשעק - מיט דיין קאמפאני נאמען - ליגט דאך אינעם זעלבן ענוועלאפ, ארומגעוויקלט מיט דיין סטעיטמענט. וואס האסטו מורא וועט פאסירן אן א סטעיפל? :evil:


קענסט מיך רואיגערהייט שיקען אלע געסטעפעלטע טשעקס כ'וועל מיך שיין מסדר זיין דערמיט
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 1:22 pm#353762
פארוואס ווען איך קויף א קאסטארד דאנאט דארף דער רפוילער בעקער אריינקוועטשען די קאסטארד אזוי אימבאלאנסירט צי איין זייט אז נאך וואס איך באלעק מיך מיט די ערשטע האלב בלייב איך מיט א טריקענע טייג וואס אפילו די שוואכע טשאקלעט גלעיזנג איז שוין לאנג אראפ געקראכט געווארן!!!
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 5:14 pm#353797
די קאסטערד מיט די טשאקלעט גלעיזנג זענען איין גורם כעס אדער צוויי באזונדערע?
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:40 pm#353857
איך אויך האט געשריבן:די קאסטערד מיט די טשאקלעט גלעיזנג זענען איין גורם כעס אדער צוויי באזונדערע?


לאמיר מאכן סדר.

ס'דא 3 פראבלעמען. דא אימבאלאנסירטע קאסטארד, די גלעזינג וואס ברעקעלט און ווערט פארלוירן איבעראל, און אויך די רינידיגע גלעזונג וואס מאכט אלעס שמוציגע אז ס'איז אן אפקומעניש צי ריקן דאנאטס.

גענוג געווען! דעם חנוכה וועט מען דארפן טרייען דאנקין דאנאטס.
דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 12:03 pm#357757
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
$1.75 פאר א דאונאט???!!!!
דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 12:28 pm#357760
ס'איז טאקע נישט די מסורה, אבער צושניידן די דאנאט אין פיר און עסן יעדע פערטל באזונדער נעמט אוועק אסאך פון די חרון אף. ס'איז דומה צו די בלאזיא עסן פיצא מיט א גאפל, אבער כ'גלייב נישט די צייטונגן וועלן מאכן אזא סקאנדל ווי יעמאלט.
פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 2:01 am#357847
ווינדער ממש.
ווען איך בין א מוראדיגע געיעג איז אלץ דא טרעפיק, מענטשן קאטן דיר, כאפט יעדער רויט לייט.
היינט האב איך געטשעט מיט איינער בשעתן דרייווען האב איך דווקא יא געוואלט א רויט לייט אדער טרעפיק.
להכעיס האב איך פאר א ישועה נישט געקענט כאן א רויט לייט, געסן זענען געווען ליידיג אלץ געפארן ווי א מוזמן.

די זעלבע וועג איך נעם טעגליך וואס איז אנגעלייגט איז היינט געווען ווי כ״ב כסלו אין די ארמערי.
פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 3:07 am#357852
וואלווי האט געשריבן:פארוואס ווען איך קויף א קאסטארד דאנאט דארף דער רפוילער בעקער אריינקוועטשען די קאסטארד אזוי אימבאלאנסירט צי איין זייט אז נאך וואס איך באלעק מיך מיט די ערשטע האלב בלייב איך מיט א טריקענע טייג וואס אפילו די שוואכע טשאקלעט גלעיזנג איז שוין לאנג אראפ געקראכט געווארן!!!

געפערליכע מעשה דאס! מ׳דארף רעדן צו די עסקנים דערוועגן, אפשר א מאסן דעמעסטראציע וועט העלפן. אלענפאלס מאך שומרים קארטליך דערוועגן און טייל עס פאר די קינדער פון די בעקערס, אפשר וועט די מעסעדזש אנקומען.
פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 2:37 pm#357901
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ס'איז טאקע נישט די מסורה, אבער צושניידן די דאנאט אין פיר און עסן יעדע פערטל באזונדער נעמט אוועק אסאך פון די חרון אף. ס'איז דומה צו די בלאזיא עסן פיצא מיט א גאפל, אבער כ'גלייב נישט די צייטונגן וועלן מאכן אזא סקאנדל ווי יעמאלט.


די מעשה איז אזוי, א פיצא אפילו מיט הייסע רינידיגע טשיז (יאם!!..) איז כאטש קריספי טייג פון אינטען און די טשיז אליינס איז מער סאליד ווי די קאסטארד קרים, מילא שניידט זיך עס בעסער, אבער א דאנאט איז ווייעך און ווען מ'פירט דורך א מעסער קען ווערען א גאנצע חאזעריי...

וואס יא? א גוט שארפע מעסער און מ'שניידט ווי א שוחט גאר שנעל אהין און צירוק אן קיין דרסה חלדה וכו' און מ'הייבט אויף דעם פערפעקט פערטעל דאנאט מיט א גרויסע לעפעל ווייל מיט א גאפל וועט זיך די טשאקלעט גלעיזונג ציקראכן און אראפ פאלן, מ'מאכט א הרחב פיך ואמלאהו און מ'גליטשט עס גאנצערהייט און שיינערהיייט אריין.
פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 2:44 pm#357902
אריין אין אשכול 'זאכן וועלכע זענען יאאאם!'
פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 4:58 pm#357903
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
מיך רעגט אז איך בין געבוירן פעשלעך, און אלס קנס קען איך נישט עסן קיין דאנאץ כלל וכלל.
מוצ"ש דעצעמבער 24, 2016 9:48 pm#357906
ווען איך זעה די וויליאמסבורג בארא פארקער באס מיטן `אמן אמן ואמן` ממש די בלוט קומט מיר ארויף און קאפ
איך ווייס נישט פארוואס אבער דאס איז מיין געפיל יעדעס מאל ווען איך זע עס
אפשר ווייסט איינער וואס עס באדערט מיך אזוי
ס'קען זיין אז איך פיהל ווי דער בעל באס וויל עפעס באהאלטן פארשלייערט ער זיך מיט'ן אמן קאמפעין
מוצ"ש דעצעמבער 24, 2016 10:26 pm#357909
זיי זאגן אז אין וויליאמסבורג קאסט א דאנאט וואן פוינט טא פייוו

והמבין יבין
מוצ"ש דעצעמבער 24, 2016 10:42 pm#357914
מיש-נייעס האט געשריבן:ווען איך זעה די וויליאמסבורג בארא פארקער באס מיטן `אמן אמן ואמן` ממש די בלוט קומט מיר ארויף און קאפ
איך ווייס נישט פארוואס אבער דאס איז מיין געפיל יעדעס מאל ווען איך זע עס
אפשר ווייסט איינער וואס עס באדערט מיך אזוי
ס'קען זיין אז איך פיהל ווי דער בעל באס וויל עפעס באהאלטן פארשלייערט ער זיך מיט'ן אמן קאמפעין

סיבה איז זייער פשוט, קיינער האט קיינמאל נישט געזאגט אז מ'ברויך ענטפערן אמן קומט אן נישט קיין צווייטער ווי דער בארא פארק באס (וואס איז א מומחה מיטן קטן'ען אויפן עולם), מיט נייע סארט באגריפן אין אידישקייט, מ'דארף ענטפערן אמן, ווער איז ער אויפצוקומען מיט די סארט נייע ענינים, איז ער א רבי אדער א זינגער אז ער קען אונז איינפירן נייע באגריפן?
ס'דערמאנט ווען עפעס א שרייבער האט געוואלט איינפירן א ווען מ'זעהט איינעם אויסגיין פאר חלשות זאל מען רופן הצלה, די איינפירן נייע זאכן גייט אריין אינעם כלל (וואס דער חתם סופר האט קיינמאל נישט געזאגט) פון חדש אסור מן התורה.

אצינד אז די זאך איז דער שוין פארענטפערט ביטע קלינגט דעם בארא פארק אדער דער וואנע-בי מזכה הרבים און זאגט אים אז ס'איז דא מענטשן וואס קענען ניצן די געלט אויף ברויט און פיטער, און אויב ס'איז נישטא דער מענטש וואס דארף עס פאר ברויט און פיטער זאל מען אוועקלייגן די געלט מונח עד שיבוא אליהו און נישט מאכן קיין בעל תשחית.
אדער זאלן זיי קויפן נייערע באסעס און נעמען נארמאלערע דרייווערס ווי אויך צושטעלן לכתחילה צוויי באסעס ביי די ראוטס וואס די באס איז שוין איבערגעפילט פאר די לעצטע דרייסיג יאר און רוב עולם דארף שטיין און דער וואס זיצט שוין יא דארף כאפן א מענטש אין פנים וואס פליעט פונעם ווילדען דריי.
מוצ"ש דעצעמבער 24, 2016 11:39 pm#357918
כל העונה אמן יהא שמיה רבא מברך בכל כחו קורעין לו גזר דינו. אפשר אויב מ'וועט ענטפערן אמן, וועט אפשר צוריסן ווערן די שרעקליכע גזר דין פון דארפן פארן מיט די באסעס.
זונטאג דעצעמבער 25, 2016 1:54 am#357924
קען איינער טאקע מסביר זיין פארוואס זענען די באסעס אזוי צוריקגעבליבן און פארכמארעט ער איז דאך א איד א עושר אדיר א שווערע מיליאנער ער איז די אייגענטומער פון די דאובל־דעקער באסעס וואס פירט ארום די טוריסטן אין מאנהעטן און נאך אסאך טראנספארטאציע ביזנעסעס ווי ער האט די קאנטראקטס ווי אין קענעדי עירפארט, אבער מיטן אייגענע היימישען עולם פירט ער שוין דרייסיג יאהר ביי די נאז און ער קעישט נאך איין אויף זייער חשבון מיטן זיך איינהאנדלען פוינטס ביים כסא הכבוד מיט זיין ׳אמן קאמפיין׳־ נייס! אמעריקען קעפיטליזים עט איטס בעסט...
זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:25 am#357925
שבת אחים האט געשריבן:קען איינער טאקע מסביר זיין פארוואס זענען די באסעס אזוי צוריקגעבליבן און פארכמארעט ער איז דאך א איד א עושר אדיר א שווערע מיליאנער ער איז די אייגענטומער פון די דאובל־דעקער באסעס וואס פירט ארום די טוריסטן אין מאנהעטן און נאך אסאך טראנספארטאציע ביזנעסעס ווי ער האט די קאנטראקטס ווי אין קענעדי עירפארט, אבער מיטן אייגענע היימישען עולם פירט ער שוין דרייסיג יאהר ביי די נאז און ער קעישט נאך איין אויף זייער חשבון מיטן זיך איינהאנדלען פוינטס ביים כסא הכבוד מיט זיין ׳אמן קאמפיין׳־ נייס! אמעריקען קעפיטליזים עט איטס בעסט...

דער בעסטער תירוץ איז מיט די באקאנטע לאזונג, פארוואס רייט מען אויף א פערד און נישט אויף א לייב? ווייל דער פערד לאזט זיך פונעם בעה״ב