Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
שכן טייערע,
כ'בין דיר מוחל אויפן הויעך אויסקייען יעדעס ווארט פון 'שטילע' שמו"ע מיטן חיך, גרון ולשון, טראץ חז"ל האבן יא פארשטאנען אז דאס וועט מיר שטארק נערווירן און דערפאר דיך באפוילן צו דאווענען שטיל.
כ'בייס זיך די ליפּן אז דו בייסט נישט דיינע און שוין.
אזוי אויך בין איך וויליג צו פארגעבן דיר און אלע (ניס'לאזע) אין מיין געגנווארט, אויף די וויירעל און איבערגעטריבענע הוסטעריי וואס אטאקירט די שטילקייט אומאויפהערליך. הגם למען האמת, קענסט'ך טאקע נישט איינהאלטן צוויי מינוט?
- טוה מיר א טובה כ'בין אויך פארקילט.
שוין, נישקשה הוסט'ס וויפיל עטס קענסט.
אבער און אבער, על זה דוה לבי. ווען דו עפענסט דעם אוועל געפארעמטע פיסק דיינעם און שטעקסט ארויס דעם צינג ווי א שפייעכטס שופר'ל גרייט צו ארויסלאזן דעם טיף באהאלטענעם שליים ממעמקי הגרון מיט גרויס פאמפע, מאכט, און גערודער, זייסזשע ביטע מוחל און דעק צו דעם לעכל.
צוויי זאכן,
איינס, כ'מוז עס נישט ווילן צוזעהן, פונקט ווי דו ווילסט נישט כ'זאל דיר באטראכטן ביים צושמעטערן א פאראייער'טן בייגל מיט אלע אקטיווע מויל געצייג.
והשנית והעיקר, מיט וואספארא רעכט מאסכטו מיר אריינאטעמען/באטאַפּן דיינע פארסמ'טע באקטעריע?
די חכמים בגוים שאצן אז די טראפעלעך שפייאכץ וואס דו ביסט מנדב פארן שטיבל, גייט א מרחק פון אומגעפער צוואנציק פיס און פארבלייבט אויף אומגעפער פינף און פערציג מינוט, בלויז פון איין הוסט.
ס'טייטש, אז איך שפאציר אריין אין א וויסטע חדר ראזענטאל צען מינוט פאר קרבנות, מיט א קאווע, א דבר יום ביומו און נאיווע רואיגערהייט, איז פאר מיר אויסגעשפרייט א רייע אפציעס ווי אזוי צו ווערן אנגעשטעקט מיטן פלו זז"ג.
מיין קאווע קען שוין פונלאנג זיין אנגעשטעקט מיט א דינע הויטל זשערמס וואס מיין שכן אין קאווע צימער האט ארויסגעלאזט מיט פאמפע און קאנפידענס.
די הענטל, די טיש און ס'באליבטע צעטעלע קענען אלע טראגן טויזענטער פאטענציאלע שליחים פונעם אומגעוואונטשענעם גאסט.
איך פארשטיי אז מ'פאלט דורך אמאל, מיט א האַטשו איבערהויפט, אבער די געוואוינהייט פון פרעכערהייט הוסטן, אנע שום גדרים, איז אומאקצעפטירבאר.
מ'מעג מאכן א כינוס כלל ישראל פאר פיזישע איגנאראנץ אויך.
ערעב איד, הוסט'ן איז נישט אנדערש ווי ****'ן, טוה עס שטיל, נאר ווען ס'דריקט געפערליך, פרוביר עס צו פארדעקן, און אויב מ'כאפט דיך דערמיט, מעגסט'ך שעהמען.
א געזונטן ווינטער.