פארומס › קאווע שטיבל • זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
קאווע שטיבל • זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
1,193 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1519
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך יולי 12, 2023 7:01 pm#531337
שעפטאלרעפערענס פליזווען כ'זעה דעקלאסיפיצירטע דאקומענטן פון די סי איי עי.
ווי סאך זאכן די אמעריקאנע מלכות של חסד איז אומשטאנד צו טוהן צו איר אייגענע בירגער, (כולל אטאקעס וואס טעראריסטען האבן כלומרש געטוהן. פארדראגן מענטשען פאר איבער הונדערט טעג אין א צוה, אהן זייער ערלויבעניש, צו שטודירן אויב מ'קען דורך דעם האבן די פיהלסטע שליטה אויף א מענטש'נס מוח. און אסאך מער!)
הבהרה כ'רעד נישט פון טעאריעס, נאר פון דעקלאסיפיצירטע דאקומענטן!
מיטוואך יולי 12, 2023 7:07 pm#531339
Cia.gov
מ'דארף וויסן ווי אזוי צו זיכן, וועלכע קי ווארד'ס ברענגן ווארע.
די גרינגסטע אנצוהייבן איז פשוט you tube זיך declassified
זעהט און האט הנאה..
מ'דארף וויסן ווי אזוי צו זיכן, וועלכע קי ווארד'ס ברענגן ווארע.
די גרינגסטע אנצוהייבן איז פשוט you tube זיך declassified
זעהט און האט הנאה..
מיטוואך יולי 12, 2023 7:35 pm#531340
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
שעפטאליאפ ווי למשל די באוויסטע קולט פירער פון די מענסאן פאמיליע טשארלס מענסאן איז פארדראגט געווארן מיט LSD ביי די CIA בעפאר ער האט געהאט די קולט און זיין באוויסטע "העלטער סקעלטער" פענאמענאן טעאריעווען כ'זעה דעקלאסיפיצירטע דאקומענטן פון די סי איי עי.
ווי סאך זאכן די אמעריקאנע מלכות של חסד איז אומשטאנד צו טוהן צו איר אייגענע בירגער, (כולל אטאקעס וואס טעראריסטען האבן כלומרש געטוהן. פארדראגן מענטשען פאר איבער הונדערט טעג אין א צוה, אהן זייער ערלויבעניש, צו שטודירן אויב מ'קען דורך דעם האבן די פיהלסטע שליטה אויף א מענטש'נס מוח. און אסאך מער!)
הבהרה כ'רעד נישט פון טעאריעס, נאר פון דעקלאסיפיצירטע דאקומענטן!
Sent from my Pixel 7 Pro using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 3, 2023 11:10 pm#532923
ווען מען טיט איינעם א טובה און אנשטאט זאגן שקויעך זאגט יענער ״האסט נישט געדארפט״
בדידי הווי עובדא כ׳האב געטין איינעם א טובה און ער זאגט מיך האסט נישט געדארפט, זאג איך נישט קיין פראבלעים איך טראג עס צוריק, הייבט ער אן שרייען ניין פארוואס טיסט עס, האב איך עים געזאגט אז איך האב געמיינט אז איך טוה עים א טובה, אבער אז ער זאגט אז איך האב נישט געדארפט איז נישט.
דער האט געכאפט זיין מעסעדזש און געפילט ווי א תלוש, למעשה האב איך עים געלאזט מיטן טובה ווייל ער איז שוין געניג אפגעקימען מיט די בושות.
בדידי הווי עובדא כ׳האב געטין איינעם א טובה און ער זאגט מיך האסט נישט געדארפט, זאג איך נישט קיין פראבלעים איך טראג עס צוריק, הייבט ער אן שרייען ניין פארוואס טיסט עס, האב איך עים געזאגט אז איך האב געמיינט אז איך טוה עים א טובה, אבער אז ער זאגט אז איך האב נישט געדארפט איז נישט.
דער האט געכאפט זיין מעסעדזש און געפילט ווי א תלוש, למעשה האב איך עים געלאזט מיטן טובה ווייל ער איז שוין געניג אפגעקימען מיט די בושות.
מיטוואך אקטאבער 25, 2023 11:46 am#538201
Re:
berlbalaguleh #דאס מיינט איינע פון די ראטשילד'ס די אידן? דאס הייסט אז היטלער ימש"ו טאטע איז אפשר געווען א איד?!קנדהזיכער. וועם דען...?!. איך ווייס נישט אויב דו ווייסט אז ס'דא א יש אומרים אז זיין מאמע איז געווען א דינסט ביי איינע פון די ראטשילד משפחות. און זי האט פארשוואנגערט פון איינעם פון זייערע זין. נאכדעם האט מען זי משלח געווען צוזאמען מיט איהר עיבור. און זי האט געלאנדעט מיט איינעם א שיקל גרובער. ער איז געווען א גרעניץ וועכטער. און ער האט פיינט געהאט זיין שטיף זון, אדאלף. נאר זיין מאמעניו האט איהם זייער שטארק ליעב געהאט...!קום אריין קלאר מיט די פאקטן, וועמען מיינסטו, היטלער?
מיטוואך אקטאבער 25, 2023 11:47 am#538202
Re:
שמן למאור #ואני שמעתי די מעשה מיט הרה"ק מצאנז זי"ע (דער וואס איז אוועק תרל"ו נישט דער וואס איז אוועק לעצטנס....) האט געהאט א קפידה ביי אושפיזא דיצחק זיך צו בייזערן, איין יאר האט בנו הרה"ק מגארליץ זי"ע זיכער געמאכט אז אלעס זאל קלאפן אז דער טאטע זאל זיך נישט האבן אויף וואס צו רעגן, האט זיך צאנזער רב גערעגט אויף דעם כנ"לדערמאנסט מיר פון די מעשה פון ר' ברוכ'ל מעזיבוזער. ער פלעגט מקפיד זיין זיך צו רעגן און שרייען אויף די גבאים יעדע ערב שבת... (מי יבין בסוד קדושים), יעדע וואך האט ער געטראפן עפעס וואס איז נישט בסדר און ער האט זיך גערעגט דערויף.
איין וואך האבן די גבאים זיכער געמאכט אז אלעס איז מסודר און אלעס איז אין פלאץ, און זיי האבן געוואלט זען וואס ער גייט טון. ווען ר' ברוכ'ל איז אריינגעקומען אין שטוב אין געזען אז אלעס איז מסודר, האט ער זיך גענומען צו רעגן און שרייען, "אלעס האט עטץ געלייגט אין פלאץ!! ענק לאזן מיר נישט זיך רעגן"!!
מיטוואך אקטאבער 25, 2023 11:56 am#538208
Re:
ברסלבער #היינט 9 יאר שפעטער דאכט זיך קען מען שוין מגלה סוד זיין אז די עיקר מערכה קעגן ר' אברהם סלאנים איז געפירט געווארן דורך זיינע שותפים אין די מתחם גלובונציץ וואס האבן געוואוסט אז אויף עם איז דא די ווייניגסטע וואס צו האבן טענות און כדי צו פארשווארצן די פנימ'ער פון די אוסרים האבן זיי זיך פארלייגט אויף ר' אברהם סלאנים מיט די ביליגסטע מיטלעןעד כדי רציחה?! לאן הגענו? נישט מער און נישט ווייניגער נאר אז ווער עס טרעפט אברהם סלונים איז מחיוב תיכף ומיד אים צו הרג'ענען.
אין אנדערע נייעס איז געפינען געווארן צעטליך מיט אויפשריפטן אקעגן אידן אויסגעווארפן אין די גאסן נעבן די אידישע געגנט, די געטרייע איבערגעגעבענע עסקנים האבן זיך אריינגעלייגט אין די פרשה, די פאליציי האט באשטעטיגט אז דאס איז געווען א העיט קריים און גייען אן מיט א גרינטליכע אויספארשונג צו דערגיין ווער עס איז געשטאנען אונטער דעם.
בושה תכסה פנינו.
פאר יעדער וואס האלט אביסל מיט וויאזוי די חברה פירן זיך אויף די לעצטע פאר יארן כאפט לכאו' אז דאס איז די מעשה, והבן
מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:03 pm#538211
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
צ"קווען איך זעה די ציוניסטישע פאן, אדער עפעס וואס האט נאר צו טוהן מיט די ציוניסטישע מדינה.🤬🤬🤬
מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:14 pm#538213
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
[ציטאט אראפגענומען]
פארוואס קען נישט זיין א זעלבסשטענדיג לאנג אזוי ווי אנדערע אראבישע לענדער וואס גרעניצן זיך מיט ישראל? זעסט דאך אז מיט עגיפטן לעבט מען בשלום מער ווייניגער. די עיקר פראבלעם איז איראן וואס דרייט אהן א קאשע.
אויך, פארוואס רעגט דיך עס אויף?
מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:24 pm#538214
Re:
קהל'ס נער #אמאל איז דא מ'טוט א נערישע טובה פאר יענעם און לכבוד דעם אוז דיך יענער שולדיג אגאנץ לעבן. זאגט מען עם "רבי לעבן, ס'גוט ס'האט נישט אויסגעפעלט. כ'בין דיך גארנישט שולדיג".ווען מען טיט איינעם א טובה און אנשטאט זאגן שקויעך זאגט יענער ״האסט נישט געדארפט״
בדידי הווי עובדא כ׳האב געטין איינעם א טובה און ער זאגט מיך האסט נישט געדארפט, זאג איך נישט קיין פראבלעים איך טראג עס צוריק, הייבט ער אן שרייען ניין פארוואס טיסט עס, האב איך עים געזאגט אז איך האב געמיינט אז איך טוה עים א טובה, אבער אז ער זאגט אז איך האב נישט געדארפט איז נישט.
דער האט געכאפט זיין מעסעדזש און געפילט ווי א תלוש, למעשה האב איך עים געלאזט מיטן טובה ווייל ער איז שוין געניג אפגעקימען מיט די בושות.
מיטוואך אקטאבער 25, 2023 2:07 pm#538223
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
פונדאַמענטאַל #האב איך עס געלייגט דיר אויפצורעגן ח"ו?!אסטראלאג #😂😂
זייט וויסן אז דאס רעגט מיר בכלל נישט אויף... אין קאנטראסט צו דיר מיט דיינע שותפים ווער איך נישט אינטימידירט פון קומען אין קאנטאקט מיטן צווייטען זייט.
איך בין נישט אזא🐷ווי דיך.
קוק זיך גוט איין אין צורת קדשו פון הרה"צ מהרי"ד ווייס שליט"א, וועסטו שעפן יראת שמים. נישט פון די טמא'נע ציוניסטישע פאן. ה"י
מיטוואך אקטאבער 25, 2023 4:18 pm#538227
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
Take your head out of your as- עה.
מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 8:19 pm#538354
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
ווען איך זע ווי אזוי מ'סעלעברעיט די האלאווין, מיט מאדנע, שרעקעדיגע סקעלעטן און נוי סוכה.מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 10:42 pm#538364
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
דערהויבענע איד: די גאנצע איידיע פון "האלאווין" איז צו דערשרעקן יענעם. דאס האט צו טון מיט די גוי'אישע מיטאלאגיע פון וויטשעס (פרויען, מכשפות) וועלכע מ'האט אמאליגע צייטן פארברענט.פארקערט. דאס געט אונז א גרעסערן חשק צו זאגן די ברכה שלא עשני גוי...!
דינסטאג מערץ 26, 2024 12:13 pm#555986
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
א סאטמאר'ע גליון באטיטלט הרב קוק:📎 20240326_180134.jpg
דינסטאג מערץ 26, 2024 1:00 pm#555994
Re:
וואלווי #וואלווי, סאיז צייט זאלסט זיך צוזאמען נעמען און ארויסגעבען א געהעריגער חיבור אויף דעם סלורפי נושא.איציקלפאר דעם איז ראטזאם צו לייגען די רונדיגע דעקל קודם, אזוי איז עס גוט געסילט טריקענערהייט, דערנאך זיי מכוון די שפע אל תוך פי העיגול ממש, און ס'איז ריין. נאר, די רינדעכיגע דעקלעך מאכט אזא גרידזשעדיגע טשילס געבענדיגע קרייצעריי ווען די שטרוי קראצט די קאווער בשעת'ן טרינקען. נעם די פלאכע טייט לעכערדיגע ביג גאלפ דעקלעך. אזוי אויך, די סלורפי שטרוי האט דעם נארישע מיני לעפל פון אונטען וואס מאכט דעם שטרוי יוסלעס ווען מ'וויל אריין ציען די לעצטע האלבע אינטש סלורפי, סאו די שטרוי נעם אויך פון די ביג גאלפ. בכלל, ווערט עסט סלורפי מיט דעם נארישע לעפעל, אז כ'וויל רוקען סלארפי שאוו איך אריין מלא לוגמיו גראד פון בעכער. אויב האסט בטעות גענומען די סלירפי שטרוי פליק אראפ דעם ערלה נאך פאר די טינקסט עס איין, ווייל אויב די דערמאנטסט זיך שפעטער ארום צו דרייען נאך וואס שוין גוט ביים קריטישן סוף, ווערט די גאנצע קאר קלעבעדיג פון פריש. אז מ'וויל שטארק געווארנט זיין, פילט מען אן די סלורפי אביסל ווייניגער פון די רים, מ'גייט צו די דאונאטס באקס, מ'נעמט די דינע פלעסטיק'ל וואס מ'כאפט אן די דאונאטס, מ'שפרייט דאס אויס העכער די קאפ און דערנאך לייגט מען די דעקל, דעריבער וועט זיך עס נישט גיסן אפילו פון די עפענונג פון דעקל אויך נישט. ספעציעל, אויב די צוויי הענט מיט אלע צען פינגער זענען פול מיט פרינגלס, דזשעליס, און סאלטעד קעשוס, און אויפן וועג צום קאנטער כאפט מען אריין נאך א פאני מינע בעג טשיפס וואס מ'דארף דרייען און אויסגלאטן צו טשעקן צו ס'האט חאטש אן ou, דעמאלט איז עלול אז די וואקלדיגע איבערגעפילטע סלארפי וועט משפיע זיין דאס פליסיגע זיסקייט אויפן גאנצן ארום. אבער נאך דעם גייט דאך די קאר קלעבעדיג ווערען ווען די נעמסט אראפ די דאונעט פלאסטיק פון די קאפ, אלזא נכון ליזהר, וחוזר חלילה, תסתיים כדמיעקרא, קמ"ל.וואלוויכ'רעג זיך אויף מיך אליין ווען איך וויל אויסנוצן די מאשין צו די מעקס, איך פול אן דעם קאפ מער און מער, און אופס! ס'איז איבערגערינען. פארוואס האסטו דיך נישט געכאפט באצייטענס?ווען די סלורפי לויפט איבער, כ'רעד מיך איין כ'האב עם גוט אינטערגעווישט, דערנאך קלעבט אלעס פון די קאפהאולדער ביז די סטירינג ווייל.
ס׳פאלט מיר ביי אפאר איידיעס פון נעמען
- ה״סלורפי״ כתיקינו.
- סלורפי ״זאב״ יטרוף.
- הלעיטנו נא.
דינסטאג מערץ 26, 2024 1:02 pm#555996
Re: Re:
היום #איין פרק קענסטו ווידמען אויף די פארשידענע דעות און יודישע ספעלינג פון דער ווארט.וואלווי #וואלווי, סאיז צייט זאלסט זיך צוזאמען נעמען און ארויסגעבען א געהעריגער חיבור אויף דעם סלורפי נושא.איציקלפאר דעם איז ראטזאם צו לייגען די רונדיגע דעקל קודם, אזוי איז עס גוט געסילט טריקענערהייט, דערנאך זיי מכוון די שפע אל תוך פי העיגול ממש, און ס'איז ריין. נאר, די רינדעכיגע דעקלעך מאכט אזא גרידזשעדיגע טשילס געבענדיגע קרייצעריי ווען די שטרוי קראצט די קאווער בשעת'ן טרינקען. נעם די פלאכע טייט לעכערדיגע ביג גאלפ דעקלעך. אזוי אויך, די סלורפי שטרוי האט דעם נארישע מיני לעפל פון אונטען וואס מאכט דעם שטרוי יוסלעס ווען מ'וויל אריין ציען די לעצטע האלבע אינטש סלורפי, סאו די שטרוי נעם אויך פון די ביג גאלפ. בכלל, ווערט עסט סלורפי מיט דעם נארישע לעפעל, אז כ'וויל רוקען סלארפי שאוו איך אריין מלא לוגמיו גראד פון בעכער. אויב האסט בטעות גענומען די סלירפי שטרוי פליק אראפ דעם ערלה נאך פאר די טינקסט עס איין, ווייל אויב די דערמאנטסט זיך שפעטער ארום צו דרייען נאך וואס שוין גוט ביים קריטישן סוף, ווערט די גאנצע קאר קלעבעדיג פון פריש. אז מ'וויל שטארק געווארנט זיין, פילט מען אן די סלורפי אביסל ווייניגער פון די רים, מ'גייט צו די דאונאטס באקס, מ'נעמט די דינע פלעסטיק'ל וואס מ'כאפט אן די דאונאטס, מ'שפרייט דאס אויס העכער די קאפ און דערנאך לייגט מען די דעקל, דעריבער וועט זיך עס נישט גיסן אפילו פון די עפענונג פון דעקל אויך נישט. ספעציעל, אויב די צוויי הענט מיט אלע צען פינגער זענען פול מיט פרינגלס, דזשעליס, און סאלטעד קעשוס, און אויפן וועג צום קאנטער כאפט מען אריין נאך א פאני מינע בעג טשיפס וואס מ'דארף דרייען און אויסגלאטן צו טשעקן צו ס'האט חאטש אן ou, דעמאלט איז עלול אז די וואקלדיגע איבערגעפילטע סלארפי וועט משפיע זיין דאס פליסיגע זיסקייט אויפן גאנצן ארום. אבער נאך דעם גייט דאך די קאר קלעבעדיג ווערען ווען די נעמסט אראפ די דאונעט פלאסטיק פון די קאפ, אלזא נכון ליזהר, וחוזר חלילה, תסתיים כדמיעקרא, קמ"ל.וואלוויכ'רעג זיך אויף מיך אליין ווען איך וויל אויסנוצן די מאשין צו די מעקס, איך פול אן דעם קאפ מער און מער, און אופס! ס'איז איבערגערינען. פארוואס האסטו דיך נישט געכאפט באצייטענס?ווען די סלורפי לויפט איבער, כ'רעד מיך איין כ'האב עם גוט אינטערגעווישט, דערנאך קלעבט אלעס פון די קאפהאולדער ביז די סטירינג ווייל.
ס׳פאלט מיר ביי אפאר איידיעס פון נעמען
- ה״סלורפי״ כתיקינו.
- סלורפי ״זאב״ יטרוף.
- הלעיטנו נא.
סלערפי
סלורפי
סלארפי
סעלערפי
דינסטאג מערץ 26, 2024 1:29 pm#556000
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
[ציטאט אראפגענומען]
איי… די פרעגסט דאך אזוי גיט….נו… האסט עפעס א סעלושען אויך?…
ס׳איז נישט שיין צו לאזן אזוי כלל ישראל זיצן אזוי לאנג אהן א געהעריגע פלאן…
טיע א טובה, נעם אפאר מוניט, זעץ זיך אוועק און קום אויף מיט עפעס א וועג ארויס פון דעם פלאנטער וואס די האסט דא אנגעמאכט…
דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:05 am#556367
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
דער ---- וואס (כפי הנראה) האט אוועקשפאצירט היינט מיט מיין שירעם פון שוהל בשעת אינדרויסן רעגנט אוועק.וואס איך וויל אבער וויסען:
ער האט נישט באמערקט די לעיבל בשעת'ן לקיחה?
את"ל אז נישט, ווען האט ער איז באמערקט?
וואס האט ער געטוהן דעמאלטס?
ער האט עס אראפגעפליקט?
העמיר ווארטן צו זעהן אויב ער איז מקיים דעם והשיב.
זונטאג אפריל 7, 2024 11:06 pm#558108
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
ווען ס'איז איין טאג פערציג דעגראד און דער נעקסטער טאג זעכציג. ערשט מאך אפ וואס דו ווילסט, ווילסט יעצט זאל זיין ווינטער? פיין. פרילינג? פיין עני אוו די פיר סיזענס גוט אבער ביטע חוש נישט ארום אין איין וואך פון א ווינטער צו א זומער און גלייך דערנאך צו ווינטער. לכבוד דעם לויפט דערוילם ארום מיט רינעדיגע נעזער, הוסט דעם שליים אין יענעמס אויערזונטאג אפריל 7, 2024 11:56 pm#558129
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
מיך רעגט אויף אז מען פארקויפט שוין פסח׳דיגע זאכן אין גראסערי, לא די אז פאר פסח דארף איך ליידן פאר אכט טעג פון סופער סנעקס וואס טעיסט פון פאפנדעקל, און קוקיס וואס טעיסט פון מכת צפרדע, נו החרשתי, אפשר טאקע פאר דעים מישט מען זיך נישט ביי חסידים, כדי מען זאל נישט דארפן מיט מאכן די עשר מכות עסן.אבער פון פורים למען ה׳ ולתורתו פארקויפט מען שוין דעי נאסע טישוס באדעקט אין טשאקלעד, אוי האט המן אויסגעפירט ווען נישט פורים הייבט מען עס הערשט אן פארקויפן נאך תענית בכורים
מאנטאג אפריל 8, 2024 2:45 pm#558293
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
אסטראלאג #סא גיי נישט פורים נאכמיטאג צו ליע קארנער היוז (ביים פאברענען די פאן...)צ"ק
ווען איך זעה די ציוניסטישע פאן, אדער עפעס וואס האט נאר צו טוהן מיט די ציוניסטישע מדינה.🤬🤬🤬
אדער קום נישט ארויס פון די הייוועי פון ב"פ קיין וומ"ס (ווייל מקען זעהן אינגעלייט מיט אנגעשריבענע פענער)
אדער קויף עס נישט (צו פארברענען) וועסטו נישט האבן אזויפיל פראבלעמען
מאנטאג אפריל 8, 2024 7:26 pm#558349
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
ווען אמאזאן פארקויפט א בוך פון די טעראריסט יחיה סינוואר ימ"שמאנטאג אפריל 8, 2024 7:45 pm#558355
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
היום #איך ווער אויפגערעגט עד כדי רתיחת הדם ווען איך זעה דעם נאמען פון אסטראלאג שר"י. לעומת להבדיל הרב קוק זצ"ל. או. קעי. איך בארואיג מיך ווען איך זעה אז ער (אסטראלאג) איז א בהמה.אסטראלאג #זיי זיך מסביר פליז, וועלעכע פילינגס ברענגט עס דיר ארויף?צ"ק
ווען איך זעה די ציוניסטישע פאן, אדער עפעס וואס האט נאר צו טוהן מיט די ציוניסטישע מדינה.🤬🤬🤬
און פארוואס?
מאנטאג אפריל 8, 2024 7:48 pm#558357
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
berlbalaguleh #היום #איך ווער אויפגערעגט עד כדי רתיחת הדם ווען איך זעה דעם נאמען פון אסטראלאג שר"י. לעומת להבדיל הרב קוק זצ"ל. או. קעי. איך בארואיג מיך ווען איך זעה אז ער (אסטראלאג) איז א בהמה.אסטראלאג #זיי זיך מסביר פליז, וועלעכע פילינגס ברענגט עס דיר ארויף?צ"ק
ווען איך זעה די ציוניסטישע פאן, אדער עפעס וואס האט נאר צו טוהן מיט די ציוניסטישע מדינה.🤬🤬🤬
און פארוואס?
דינסטאג אפריל 9, 2024 10:04 am#558433
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
מיך רעגט אויף דער וואס רופט מיר אריין צו זיין א צענטער "נאר" פאר הודו, און נאכדעם בעט ער "בלייב שוין ביז נאך ברוך שאמר..דינסטאג אפריל 9, 2024 3:42 pm#558460
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
מיך רעגט (א סאך מאל) אויף ווען איינער שטייט פארנט פון ביהמ"ד שבת אינדערפריה ווען איך גיי אין שול און ער רופט מיך אריין זאגנדיג אז איך בין דער "צענטער" און ער האט נאר 5 מענטשן.דינסטאג אפריל 9, 2024 4:25 pm#558475
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
berlbalaguleh #און געווענליך איז יענער בית המדרש און א בעיסמענט, און די סטיעם באמבערט וויל דער רבי/רבי'לע איז קאלט אפילו אינמיטן זומער.מיך רעגט (א סאך מאל) אויף ווען איינער שטייט פארנט פון ביהמ"ד שבת אינדערפריה ווען איך גיי אין שול און ער רופט מיך אריין זאגנדיג אז איך בין דער "צענטער" און ער האט נאר 5 מענטשן.
דינסטאג אפריל 9, 2024 4:32 pm#558476
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
פאר דעים איז דא אן עצה: זאל די רבי'לע אנטון זיין ברייטן פעלץ אין ביהמ"ד בשעת'ן דאווענען.אנישט זאללן די חסידים צוזאמשטעללן די געלט אדער מאכן א קאמפיין צו קויפן פאר די רבי א נייעם פעלץ.
דינסטאג אפריל 9, 2024 5:35 pm#558491
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
ענק ווייסן וואס ס׳רעגט מיך אויף, איך ווער אויפגערעגט ווען איך גיי אין גראסערי אין איך זעה דעם פארשאלטענעם פארשמייליגטען סעלף טשעק אוט, לא די אז איך דארף מיך אליינס משמש זיין ככהן גדול בלפני ולפנים, נאר דעם דעמן מאשין ארבעט קוים, איך קלאפ אויפן סקרין ואיננו דער שגץ רירט זיך נישט, קומט דער בהע״ב שרייען האלאו צוברעך נישט מיין מאשין (כאילו ס׳נאך נישט צובראכן) אז די קענסט נישט צו שטעלן נערמאלע מאשינס, שטעל נישט צי קיין מאשינס, איך גיי מיך מער נישט לאזן.דינסטאג אפריל 9, 2024 6:35 pm#558503
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
הייליגע קוה #האלו האלו, ס'איז דא גענוג מענטשן וואס האבן זיך ליב 'אליינס' מסדר צו זיין מיטן סעלף טשעק-אוט, ווי זיך באכלעפטשענען מיטן ערל דארט ביים רעדזשיסטער...ענק ווייסן וואס ס׳רעגט מיך אויף, איך ווער אויפגערעגט ווען איך גיי אין גראסערי אין איך זעה דעם פארשאלטענעם פארשמיילחגטען סעלף טשעק אוט, לא די אז איך דארף מיל אליינס משמש זיין ככהן גדול בלפני ולפנים, נאר דעם דעמן מאשין ארבעט קוים, איך קלאפ אויפן סקרין ואיננו דער שגץ רערט זיך נישט, קום דער בהע״ב שרייען האלאו צוברעך נישט מיין מאשין (כאילו ס׳נאך נישט צובראכן) אז די קענסט נישט צו שטעלן נערמאלע מאשינס, שטעל נישט צי קיין מאשינס, איך גינ מיך מער נישט לאזן.
דינסטאג אפריל 9, 2024 9:43 pm#558543
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
צוויי #זיך באכלעפטשענען? מאן דכר שמי' דער טישל פארט פון זיך אליין דער קעשיר סקענט אריין די בארקאודס, און א צווייטער פאקט עס איין, אריין אינעם וואגן און ארויס פונעם געשעפט און א חוץ מנשק זיין דעם קרעדיט קארטל מיטן מאשין בלייבט גארנישט איבער פאר קליענט זיך צו באכלעפטשענעןהייליגע קוה #האלו האלו, ס'איז דא גענוג מענטשן וואס האבן זיך ליב 'אליינס' מסדר צו זיין מיטן סעלף טשעק-אוט, ווי זיך באכלעפטשענען מיטן ערל דארט ביים רעדזשיסטער...ענק ווייסן וואס ס׳רעגט מיך אויף, איך ווער אויפגערעגט ווען איך גיי אין גראסערי אין איך זעה דעם פארשאלטענעם פארשמיילחגטען סעלף טשעק אוט, לא די אז איך דארף מיל אליינס משמש זיין ככהן גדול בלפני ולפנים, נאר דעם דעמן מאשין ארבעט קוים, איך קלאפ אויפן סקרין ואיננו דער שגץ רערט זיך נישט, קום דער בהע״ב שרייען האלאו צוברעך נישט מיין מאשין (כאילו ס׳נאך נישט צובראכן) אז די קענסט נישט צו שטעלן נערמאלע מאשינס, שטעל נישט צי קיין מאשינס, איך גינ מיך מער נישט לאזן.
דינסטאג אפריל 9, 2024 9:46 pm#558544
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
מיך רעגט דער וועלכער קומט עלעוו אזייגער אין שול און מאכט משוגע יעדעם, האסט שוין געדאווענט? ווילסט מיט דאווענען? האלאו ווילס שטארק דאווענען מיט מנין קום ניינע אזייגער וועסטו האבן מנין ברייט און בין איך שוין יא מסכים וועלן אייביג זיין צוויי שלעפערס וועלכע פאר סאם ריזן קענען זיי קיינמאל נישט זיך מיטכאפן מיטן עולם. נערווירענדיג!!מיטוואך אפריל 10, 2024 12:50 am#558562
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
מיר רעגט אויף דער וואס קומט ביים זמן ער"ש אין מקוה אין יאגט ארויס די עולם פון שויער. האלאו, דארפסט וויכטיג א שויער? דאן קומט ביטע א שעה צוויי פאַרן זמן.מיטוואך אפריל 10, 2024 1:56 am#558568
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
פארוואס קומסטו אין א מנין נאך געלט מיט צוואנציגערס? קום מיט א פעקל איינסערס! איך בעהט טשענטש פון א נארישע פינווער און ער האט נישט, ער גייט ברענגען שפעטער. אדער יא אדער ניין.. דאס רעגט מיך אויף.מיטוואך אפריל 10, 2024 2:34 am#558571
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
צוויי #הני מילי ווען ס'ארבעט גוט. און ועל כולם באקומט ער נאך א פסק אויך.הייליגע קוה #האלו האלו, ס'איז דא גענוג מענטשן וואס האבן זיך ליב 'אליינס' מסדר צו זיין מיטן סעלף טשעק-אוט, ווי זיך באכלעפטשענען מיטן ערל דארט ביים רעדזשיסטער...ענק ווייסן וואס ס׳רעגט מיך אויף, איך ווער אויפגערעגט ווען איך גיי אין גראסערי אין איך זעה דעם פארשאלטענעם פארשמיילחגטען סעלף טשעק אוט, לא די אז איך דארף מיל אליינס משמש זיין ככהן גדול בלפני ולפנים, נאר דעם דעמן מאשין ארבעט קוים, איך קלאפ אויפן סקרין ואיננו דער שגץ רערט זיך נישט, קום דער בהע״ב שרייען האלאו צוברעך נישט מיין מאשין (כאילו ס׳נאך נישט צובראכן) אז די קענסט נישט צו שטעלן נערמאלע מאשינס, שטעל נישט צי קיין מאשינס, איך גינ מיך מער נישט לאזן.
אין די גראסערי/סופערמארקעט וואו איך קויף איין זענען די סעלף טשעקאוט רעדזשיסטערס איינגעשטעלט זייער גוט. אויך איז אייביג דא אן ארבעטער וועלכער איז גרייט צו העלפן מיט סיי וואספארא פראבלעים מ'האט. לעומת ביי די געהעריגע רעדזשיסטערס איז אייביג דא א לאנגע שורה.