מיטוואך מערץ 6, 2024 9:56 am#553263
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מנחם מנדל #איך בין ממש משוגא וויזוי אסאך ניקים וואס קאמענטן אקעגען די מאן זענען פרישע ניקים געפענט און די לעצטע פאר חדשיםאיך קען נישט פארשטיין וויאזוי איינער קען גאר האבן טענות אויפן פלעטבוש בתולה,
זיצט א פרוי שוין אפאר יאר האסטעדזש, מיט א מאן א טעראריסט, און די משפחה שטייט און נוצט די תורה אלץ שטעקן, און גארנישט אין פוצה פה ומצפצף,
וואס איז די טאטע שולדיג? פארוואס ווארפט ער נישט ארויס זיין זוהן פארוואס שרייבט ער אים נישט ארויס פון זיין ירושה?
ווען זיין זוהן וואלט ארומגעגאנגען שטעכן מענטשן וואלט ער אויכעט געבליבן אזוי רואיג?
דא שטעכט ער א אומשולדיגע פרוי מיט צוויי קינדערלעך יעדע איינציגסטע טאג,
פארוואס איז די קאמיוניטי שטיל?
און זי זאגט קלאר וואספארא יד די משפחה האט און די רציחה,
ממילא האט זי אלע רעכטן זיי צו מבזה זיין און די גאסן ביז זיי באפרייען די אומשולדיגע משכון פון די בלוטיגע לאפעס,
עס איז נישטא קיין שום תירוץ בעולם נישט צו געבן קיין גט!
עס איז נישטא קיין שום תירוץ בעולם נישט צו געבן קיין גט!
עס איז נישטא קיין שום תירוץ בעולם נישט צו געבן קיין גט!
שריען אז עס איז נישטא קיין תירוץ בעולם מאכט עס נאכנישט אזוי...
ליידער איז וויזיטעישאן א זאך וואס ד פרוי האלט קעגן די מאן
און א גט איז א זאך וואס די מאן האלט אקעגן די פרוי
און ביידע זענען רשעות שאין כדגמתם
ווען איך וועל דיר זען אראפרייסן די הונדרעטער פרויען וואס האלטן צירוק זייערע עקס'ס פון זען די קינדער מיט זעלבען שפראך וועל איך טראכטען אז די מיינסט עס אמת'דיג
דערווייל קוקט עס אויס ווי די אשכול און קאמענטס ווערן געדרייווט דורך די פירער פון איין זייט נישט פון אומשילדיגע צוקוקער...