Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
לאכעדיג #
פלעטבוש גירל שרייבט היינט אויף אינסטעגרעם אז די סיבה פארוואס זי שרייבט מער נישט וועגן וואלווי און די בערקאוויטש פאמיליע איז ווייל מען קען ארעסטירן מלכי פארדעם.
די בערקאוויטש פאמיליע האט געווינען די פייט און זיכער געמאכט אז פלעטבוש גירל לאזט זיי אפ... מזל־טוב!
איינער מיט א נייע דזשאב פאר פלעטבוש גירל??
און יעצט וועל איך שרייבן צום צענטען מאהל איך ווייס נישט ווער ס'איז גערעכט און ווער נישט, און ס'אינטערסירט מיר נישט צו וויסען בכלל.
אזוי ווי ווען צוויי שותפים צוקריגן זיך דארף נישט די גאנצע שטאט מיטהאלטן און דאס וואס מענדל הערש פאנעט האט געטאן איז נישט קיין נערמאלע זאך.
די זעלבע זאך איז ביי א גט פרשה דארף אויך נישט די גאנצע שטאט מיטהאלטן די קריגעריי און דאס וואס מלכי גאלד האט יעצט געטאן איז נישט קיין נערמאלע זאך.
יעצט זאלן אלע סאשעל מידיע פענס וואס ווייטאגן פאר פאנעט און מלכי שטורעמען די אשכול.
זייער גוט מדמה געווען די צוויי. סקעפטיקער האט געשריגן אז פאנעט קומט נישט דא אריין, אבער לדעתי איז עס טאקע זייער א גוטע צושטעל.
דא האסטע א איד פאנעט - וואס נישט קיין נפק"מ ווער איז טאקע גערעכט אין די פאקטישע דין ודברים, האט מען פאר יארן לאנג גע'רודפ'ט, מען האט אים באשמיצט אין די גאסן, אוועקגענומען יעדע פרנסה געלעגנהייט זיינע, און ער איז געבליבן שטיל. עס ממש געווען באו מים עד נפש, האט ער נישט געהאט קיין צווייטע ברירה און זיך גענומען צו רעדן. נישט ווייל ער האט געוואלט, נאר ווייל קיין צווייטע ברירה האט ער נישט געהאט.
די זעלבע דא מיט מלכי. נעבעך אריינגעפאלן מיט א מאן, זיך אפגעמוטשעט עטליכע יאר, זי האט געזען אז ס'נישט מעגליך אזוי האט זי זיך אפגעטיילט. צוויי יאר שפעטער רעדט נאך איר שווער פון צוריקגיין, זי זאל ווייטער ליידן פון איר מאן אגאנץ לעבן. זי גייט פון איין בי"ד צום אנדערן, באקומט סירובים און עס העלפט א מכה. פיר יאר שפעטער און גארנישט ריקט זיך נישט. זי האלט אז לאזן וואלווי מיט די קינדער אליין איז א סכנה און זי איז נישט גרייט מפקיר צו זיין איר קינדער. האט זי נישט געהאט קיין ברירה און געטון וואס אימער זי קען נאר.