[ציטאט אראפגענומען]
איך האב דאס אריינגעשטעלט מיט א העשטעג פון "אינטערסאנט", נישט אז כ'האב אייך חלילה פארגעהאלטן. אבער אז איר מאכט דאס אויס אינטערסאנט האב איך א שטיקל געלגענהייט צו רעדן מיט אן אריה שבחבורה ממש, איז לאמיך אייך זאגן אביסל דברי קשות, ובי אדני, אל יחר אפך.
קודם כל, אזוי אמת ווי איר שפירט זיך ווי א זבוב קצוץ כנפיים אזוי אמת איז אז "קיינער" ברויך נישט אייער קליינטשיגע הענטעלע. אויב האט איר נישט "געגלייבט אזוי" וויל איך זאגן אז ביודעי ומכירי קאמינא. כ'האב אפשר נישט קיין לינק צו גוגל דערפאר, אבער איך ווייס דאס ערשט-האנטיג.
איך וויל זיך דוקא אננעמען יעצט פאר די "נישט גרויסע" שרייבער, ניקס וואס זיי זענען נאך אין די תשעה ירחי לידה פון וועלן ווערן אפילו "א קליינעם שרייבער". עמיצער שרייבט זיך איין אין שטיבל, ביי זיך קלערט ער אז ער איז א קנאפער שריפטשטעלער, דאך וויל ער לאזן זיך הערן. יעדעס לייק ער קריגט גיבט אים חיזוק. "נאך איינער האט מסכים געווען צו מיין מיינונג; נאך איינער האט הנאה געהאט פון מיין שרייבן וכדו'." ס'ווערן נאך היי עמען נישט געבוירן ששה לייקס באישי-קעסטל אחד; ער ווארט שוין אז ידען, אנאנים, שמעקעדיג אדער א צווייטער גוט-הארץ זאל שוין טעגן זיין ניק אין דעם אלף-לייקס אשכול. יא, איך בין עדות צו מיר אליינס, אודה ולא אבוש, בימים ההם, דעמאלט ווען דער טערמין "אייסיס" האט נאך רעפרעזענטירט א הויכראניג-באליבט זיסווארג, כ'האב קיינמאל בעפאר נישט געהאט געשריבן, און כ'בין געווען זקוק ללייקס מרובים. כהיום בין איך שוין אדער דאס אויסגעוואקסן, אדער פשוט שוין נמאס געווארן – ואף על פי כן גלייך איך דאס נאך (צומאל) 😉 . איך וועל לאזן אנדערע מיך בא'טיטול'ן, אבער די לייקס און קאמפלימענטן (און אויך קריטיק) פון דעמאלט האבן מיך אויסגעשארפט א סך אין שרייבן.
הקיצור, אט פאר יענעם לייק קוקט ארויס א גר, צו אן אזרח אפילו ווען ער פלאגט זיך אן פאר א לענגערן ארטיקל . און דאס איז אפילו ווען ער קריגט דאס מזבוב קוצץ כנפיים. על אחת כמה וכמה ווען עמיצער מאריות שבחבורה דריקט אויף עמען דעם, נו, וויאזוי רופט מען דאס נאר אין כעלעם... אה, "דאס גשמיות'דיגע לייק קנעפל".
דאס אלץ איז כלפי אייער "נישט גלייבן". אויב האט ער אבער א סיבה פרטית, נו מי יעמוד בסוד קדושים, איך וועל חלילה נישט אריינרעדן.