פארומס › זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

1,021 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1743
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג אוגוסט 17, 2015 11:26 pm#296396
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
ווער האט קאנטראלירט קאנגרעס ביי די ריפובליקאנער פרעזידענטס?
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:15 am#301049
petergrifin
ווער האט קאנטראלירט קאנגרעס ביי די ריפובליקאנער פרעזידענטס?


Combined--Control_of_the_U.S._House_of_Representatives_-_Control_of_the_U.S._Senate.png
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:36 am#301052
טאמבל סאס
דער בית ישראל האט אנגערופן דער ספר טהרת הקודש, א מאגאזין אהן בילדער.


איך האב שוין געהערט דעם דזשאוק אין ישיבה.

נאר א זאך וואס איך האב נישט געוויסט איז אז דער בית ישראל איז געווען אזא חזיר, און איך נעם עס נישט אן.
דינסטאג אקטאבער 20, 2015 12:34 pm#305246
אז די בריטישע קעניגן איז אויך (צווישן אנדערע) די אפיציעלע קעניגן פון קאנאדא.
דינסטאג אקטאבער 20, 2015 1:50 pm#305253
ונבנתה העיר
אז די בריטישע קעניגן איז אויך (צווישן אנדערע) די אפיציעלע קעניגן פון קאנאדא.

איר פנים פיגורירט דאך אויף דעם קאנאדער דאלאר
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 8:15 pm#305640
כ'האב זיך אלץ געוואונדערט וויאזוי עס האט אויסגעזעהן די סעקס לייף אין די לאגערן ביים צווייטן וועלט קריג.

יעצט לייען איך דא דעם בוך פון וויקטאר פראנקעל, א אידישער פסיכאלאג וועלכער האט איבערגעלעבט אוישוויץ, Man's Search for Meaning, שרייבט ער דארט:

Undernourishment, besides being the cause of the general preoccupation with food, probably also explains the fact that the sexual urge was generally absent. Apart from the initial effects of shock, this appears to be the only explanation of a phenomenon which a psychologist was bound to observe in those all-male camps: that, as opposed to all other strictly male establishments - such as army barracks - there was little sexual perversion.
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 9:09 pm#305646
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
איך האב אמאל געליינט פון אן אלטן איד, אז אין די געטאס איז יא געווען גרויסע ניסיונות.

Sent from my SAMSUNG-SM-G530AZ using Tapatalk
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 10:13 pm#305653
אין געטא יא אבער נישט אין די לאגערן
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 10:35 pm#305658
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 10:42 pm#305660
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
וואס האבן פרויען געטיען מיט פרויען פראבלעימען אין לאגער, צי האט מען געטיילט דארט פאפיר?
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 10:43 pm#305661
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
מענער און פרויען זענען געווען אינגאנצען אפגעטיילט? זיי האבן זיך קיינמאל נישט געטראפן?
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 10:50 pm#305662
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
Due to both the physical and psychological shocks received from entering the camp, including the shearing-ordeal, most women did not menstruate.
http://vho.org/aaargh/fran/actu/actu00/doc2000/womensex.html
דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 10:55 pm#306913
דער שטיקל 'והי' באחרית הימים' וועלכע מרדכי הערשמאן זינגט איז אלץ געווען חביב ביי מיר, אבער עס האט זיך אלץ געשפירט עפעס 'דיפרענט'.

זעה איך אז דאס האט פנחס יאסינאווסקי מחבר געווען 'בהשראת ניגון טעמי המקרא' לכבוד דעם מעמד פתיחה פונעם אוניברסיטה העברית אין ירושלים, שנת תרפ"ה.

דער שטיקל:

http://www.youtube.com/watch?v=hW28XAfatQc


דער מעמד. ביי 3:30 זעהט מען הרב קוק רעדן.

http://www.youtube.com/watch?v=33FacnHrF2A
דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 11:14 pm#306915
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
ירא שמים
מענער און פרויען זענען געווען אינגאנצען אפגעטיילט? זיי האבן זיך קיינמאל נישט געטראפן?

דו האסט נישט פארשטאנען מיין שאלה, וועל איך מיזן אריין קימען קלארער.
פרויען באקומען חודשלעך געסט, איא, ני וואס האבן זיי געטיען ווען זי האט באקומען די גאסט.
דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 11:40 pm#306920
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
וויפיל געסט קען מען שוין האבן ווען מען עסט א קליין שטיקל ברויט א טאג? מען קען דאך נישט זיין מוציא ואינו מכניס
פרייטאג אקטאבער 30, 2015 2:02 am#306944
אינטערסאנט אז אין נארט קארעא און אין זימבאוויע האט נאך איינער קינדער,
פרייטאג אקטאבער 30, 2015 2:34 am#306949
ישראל קאפקע
איך ווייס נישט פון וואו די אש מים רוח עפר טעאריע נעמט זיך, אבער די גריכן רוימער טערקן פערסן באבילאניער סיריער און ארץ ישראל איינוואוינער האבן אלע געזען שניי פערזענליך אדער געהערט דערפון זייענדיג די הערשער פון ריזיגע אימפעריעס וואס זעען שניי און וועטערס אונטער די פרירונגס פונקט רעגלמעסיג .
נאר אויב עס שטאמט פון די עגיפטער איז בכלל מעגליך צו שפעקולירן.

באמערקונג: ווען אונז, נישט פילנדע אינדיווידואלן און גרופעס זאגן ..."ארץ ישראל איינוואוינער"...מיינען מיר נישט די טמא'נע און פארשאלטענע ציונים שר"י, ימ"ש און עפ"ל, נאר די אמת'ע , לעגיטימע איינוואוינער. די פאר וועמען ס'געהער די אל אקצא מעטשעט. דאס פאלק פון דעם געערטן און הויכגעשעצטן חאדזש-אמין אל חוסייני...רוען זאלל ער אין ליכטיגן מוסלאמינישן גן עיידן מיט זיינע 5000 בתולות. (אז א פשוט'ער שאהיד באקומט 72, איז דאך כל שכן וקל וחומר אז דער הייליגער מופטי האט א גרעסערן מספר. וקל להבין. ולא להרגיש(...!
פרייטאג אקטאבער 30, 2015 6:42 am#306959
מען רעדט פון צוויי-דריי טויזנט יאר צוריק.
(נאר צו באפרידיגן אן אבסעסיע איז דאס אויך גוט).
פרייטאג אקטאבער 30, 2015 10:55 am#306982
יא: ס'איז טאקע אן אבסעסיע. נאר זה לעומת זה עשה האלוקים. ס'נאכאלץ בעסער ווי אן אבסעסיע פון שנאת ישראל, וועלכע קומט פון אומ'וויסנהייט אדער אומפיהלבארקייט צו דעם גורל פונ'ם אידישן (אייגענעם...?) פאלק.... נאר סתם, לשם היסטאריע. אין די געטאס און קאנצענטראציע לאגער'ן האבן די וואוילע נאציס (וועלכע זענען נאכאלץ נישט געווען אזוי שלעכט ווי די פארשאלטענע ציונים, שר"י) אריינגעלייגט צוזאמען דעם ערליכסטן, פרומ'סטן און הייליג'סטן איד. דעם גרעסטן קנאי צוזאמען מיט דעם גרעסטן שייגעץ און ציוני. ווייל ביי זיי איז געווען איין קאממאן דענאמינעיטאר. ביידע זענען אידן...! איז אזוי. טייל אידישע אפשטאמיגע, ווילן זיך נישט לערנען. און א טייל אנדערע זענען נספחים. און צוגעקומענע. כאטש זיי שרייען אויף א יעדן איינעם אז ר'איז פון ערב רב. דערווייל איז דא שטארקע ראיות אז זיי אליינס שטאמען פון אונגארישע אדער רומענישע גויים... 🙄 😈 😈 😮
זונטאג נאוועמבער 1, 2015 12:40 am#307057
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
Adorama איז א גרויסע פאטא סטאר אויפן זעלבן סקעיל און קאמפעטישאן פאר b&h. אויך אונטער בעלות פון היימישע אידן. אונטערעסאנט אז עס איז נישט אזוי באקאנט
זונטאג נאוועמבער 1, 2015 1:49 am#307068
Adorama איז גרויס אין ווערט געפירט דורך רודף צדקה וחסד ר' משה מנדל מענדעלאוויטש מיט דעם אלעם איז עס נישט א צענטל אזוי גרויס ווי B&H

פינקי וועבער און מאטי אילאוויטש האבן עטליכע יאהר געארבייט אין B&H
זונטאג נאוועמבער 1, 2015 1:49 am#307069
.
זונטאג נאוועמבער 1, 2015 7:56 am#307084
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
פון א קורצע זוך אויפן געוועב, זעט אויס אז b&h האט 1500 ארבייטערס, און adorama 300. עס איז טאקע נישט קיין פארגלייך
זונטאג נאוועמבער 1, 2015 11:06 am#307101
אז מייקראסאפט ווארד האט אזא אינטרעסאנטן פיעטשור...

.
📎 Auto_Gen_Text.JPG
דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:43 pm#308627
אברהם חיים (דמיתקריא 'הענרי') ראזענבלאט בן החסיד יאסעלע ראזענבלאט דערציילט אז ער האט באזוכט אינעם ווייסן הויז ביים צווייטן וועלט קריג און פרעזידענט רוזעוועלט האט געהאט זיין טאטע'ס רעקארדירונגען.
פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 6:52 am#308688
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
קען מען דען וויסן אויב ס'איז אמת? למשל זעהן רוזעוועלטס זאכן אין א מוזיאון?
פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 8:25 am#308690
יא, אין אפסטעיט ניו יארק אין הייד פארק איז דא FDR Presidential Library & Museum נישט צי ווייט פין דא, אגב איז דא דארט אויך איינע פין די ווענדערבילט מענשאנס.

<a class="postlink" href="http://www.fdrlibrary.marist.edu/">http://www.fdrlibrary.marist.edu/</a>

<a class="postlink" href="http://www.nps.gov/hofr/index.htm">http://www.nps.gov/hofr/index.htm</a>
פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 9:54 am#308696
[ציטאט אראפגענומען]


הערשל איז אן איידעם ביי ר' לייביש מענדלאוויטש ז"ל א ברידער פאר משה מנדל. אויך חיים יודא גאלדשטיין פון 47 סט פאטא (ווער געדענקט נאך) איז דארט אן איידעם.
פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 6:59 am#310557
אז נישט אלע צייט זאנעס אין דער וועלט איז אפגערוקט מיט גאנצע שעות, פאראן מקומות אפגערוקט מיט האלבע און 3/4 שעות, צב"ש אינדיע און נאך.

<a class="postlink" href="http://www.timeanddate.com/time/time-zones-interesting.html">http://www.timeanddate.com/time/time-zo ... sting.html</a>
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 2:45 am#310656
ונבנתה העיר
אברהם חיים (דמיתקריא 'הענרי') ראזענבלאט בן החסיד יאסעלע ראזענבלאט דערציילט אז ער האט באזוכט אינעם ווייסן הויז ביים צווייטן וועלט קריג און פרעזידענט רוזעוועלט האט געהאט זיין טאטע'ס רעקארדירונגען.

ונבנתה העיר: און ס'איז דא א ווארשעווער איד וואס פארציילט אז ער געדענקט ווען ר'איז אמאל געווען ביי היינריך הימלער ימח שמו וזכרו אין א פרייטיג נאכמיטאג האט ער געהערט ווי ער בעט פון זיין גוי'טע אז זי זאלל איהם געבן נאך א שטיקל פון דעם אפגעבאקענעם פאטעיטא קוגל. און אויך האט מען פארציילט אז שבת אינדערפריה האט ער אייביג ליעב געהאט צו עסן אייער קוכל מיט הערינג, און פארטרינקען מיט א גלעזל שליוואוויץ...!

נ.ב.: ונבנתה העיר. אנטשולדיגט. צו דיינע מעשיות רעאגיר איך געוויינליך נישט מיט סארקאזם. אזוי ווי צי ,ישמעאל ק----'ס מעשיות. נאר מיין תגובה קומט צו ווייזן אז טראץ זיין ליעבהאבן זאכן פון די אידישע קולטור, האט ער נאכאלץ געקענט זיין גלייכגילטיג און נישט פילבאר צו די אידישע צרות און פיין. אפילו ווען מ'נעמט אין באטראכט אנדערע פאליטישע חשבונות מיט וואס ער האט זיך געמוזט רעכענען...!
מיטוואך דעצעמבער 2, 2015 10:39 pm#311149
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
אז כ"א כסלו קען געפאלן אינמיטן פון דער וואך.

Sent from my LG-H811 using Tapatalk
דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2015 1:56 pm#311225
איר קענט זיך שפארן געלט אויף עמעזאן
<a class="postlink" href="http://finance.yahoo.com/news/3-secrets-to-saving-when-shopping-on-amazon-152654338.html">http://finance.yahoo.com/news/3-secrets ... 54338.html</a>
דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 10:52 am#311889
.
דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 11:13 am#311893
רויטע וואנצעס:...וואס זאגסטו...? זאג א ביסל העכער. איך הער נישט...!
דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 11:20 am#311895
.

(יעצט איז בעסער?)
דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 11:21 am#311896
רויטע וואנצעס
.

(יעצט איז בעסער?)

יא. א סאך בעסער... 😂
מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 2:54 pm#313447
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 4:17 pm#313459
איז דא א מין וואדקע אין די וועלט וואס מ'ווייסט ניט דערפון אין חב"ד?
מיטוואך יאנואר 20, 2016 3:46 pm#318247
אז ס'פאראן אזא זאך ווי א "סמארט גאן" - א קלוגער ביקס וואס 'שפירט' אויב דער ריכטיגער בעה"ב פרובירט עס צו נוצן, און נאר דאן וועט עס שיסן.
דאס טוט פרעווענטירן סיי עקסידענטן, ווי צב"ש א קליין קינד זאל שיסן בטעות, אדער א רויבער וואס פרובירט צו שיסן מיט א גע'גנב'עטן ביקס וועט נישט ארבעטן, וכו'.
די טעכנאלאגיע קען - און וועט - פארשפארן אסאך אומשולדיגע טויטפאלן אין דער צוקונפט.
מיטוואך יאנואר 20, 2016 5:51 pm#318258
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
אינזער פרעזידענט אבאמא האט גערעד פין דעם, ביי זיין דרשה וועגן גאן קאנטראל לעצטנס..
זונטאג יאנואר 24, 2016 7:13 pm#318831
אז ט"ו בשבט איז געווארן א חג ביי די המון עם א דאנק שבתי צבי וסייעתו, א קנאפע דריי הונדערט יאר צוריק.

אין די גמרא, ראשונים, און אנהייב אחרונים ווערט נישט דערמאנט קיין זכר פון עסן פירות טו בשבט. ס"ה איז דער טאג ראש השנה לאילנות וואס איז נוגע כלפי תרומות ומעשרות אז די יאר רעכנט זיך פון דאן.

די ערשטע מקורות וואס מיר געפונען אויף סעלעברירן דעם טאג, איז דאכציך פון תלמידי האר"י. און דאס איז נאר געווען באקאנט צווישן די מקובלים, און פאר די המון עם איז דאס געווען א גרינע דינסטאג.

אינעם ספר "חמדת ימים", וואס איז געדריקט געווארן בתקופת ש"ץ בעיר איזמיר, זיין היימשטאט, וואס ענטהאלט אסאך פון די מנהגים וואס שבתי צבי האט איינגעפירט, דארט איז באריכות צולייגט א גאנצע בראטל פון דעם חמשה עשר, תפילות, אכילת פירות, סגולות וכו'

דאן איז די יו"ט געווארען פאפולער ביים עולם, און פלוצלונג פון יענע תקופה און ווייטער הייבט מען אן זעהן אין די ספרי אחרונים וואס רעדן איבער דעם יו"ט, די מנהגים פון עסן פרוכט וכו'.


אדרבה, אז איינער קען מוכיח זיי אנדערש איז מכובד. איך האב אביסל געשניטערט דא און דארט און איבעראל בין איך אנגעקומען צום זעלבן וואנט וואס האקט אריין אינעם כ"ת ש"ץ.
זונטאג יאנואר 24, 2016 7:57 pm#318842
ס'נישט אזוי פשוט וועגן די ספר חמדת ימים. ס'טאקע דא געוויסע זאכן וואס תלמידי ש"צ האבן אריינגעדריקט אין חמדת ימים אבער עס איז געווען אן אנגענימענע ספר אין אסאך פלעצער

www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=204799#p204799
פרייטאג פעברואר 5, 2016 12:00 am#320329
אז פון דאס איז געווארן דער ניגון

MBD was walking past The Lubavitcher Rebbe for a dollar once, when the Rebbe commented on a certain Rashi in the gemara where it says ' ein adam shar shira,ela mitoch simcha...'. The Rebbe commented, in these exact words: 's'iz doch mashma fun Rashi az tzu zingen a Niggun ken men nor ven a Yid is Besimche'

http://www.youtube.com/watch?v=vDEiCOrkeJw
פרייטאג פעברואר 5, 2016 12:34 am#320333
האט נישט יוסי גרין געמאכט דעם ניגון ? (קארעקט מי איף איי עם ראנג)
פרייטאג פעברואר 5, 2016 12:36 am#320334
אפשר יא, אבער די ווערטער זעט אויס נישט
זונטאג פעברואר 7, 2016 12:21 pm#320499
פארוואס גייט זיין סיי די לויתן און סיי דער שור הבור, פארוואס איז איינס איז נישט גענוג? ווייל ווען ג-ט גייט שחט'ן דעם שור הבור, וועלן אסאך נישט וועלן עסן וועגן די שחיטה, וועט ג-ט זיי זאגן, שוין האט עטץ פיש..
מאנטאג פעברואר 22, 2016 1:43 am#322246
פינגער מאנקי.

דינסטאג מערץ 1, 2016 4:15 pm#323042
<a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/Voynich_manuscript">https://en.wikipedia.org/wiki/Voynich_manuscript</a>
דינסטאג מערץ 1, 2016 5:15 pm#323051
די לאגא פונעם וועלט בארימטן יעיל יוניווערסעטי איז 'אורים ותומים'.

דינסטאג מערץ 1, 2016 5:29 pm#323052
זייער אינטערסאנט, ווי איך זעה איז דאס די מאטא אין נאך אנדערע אוניווערזיטעטן, ס' איז אויך געשריבן אין לאטייניש, פארטייטשענדיג אורים ותומים אלס ליכטיגקייט און אמת, תומים טייטשט אבער נישט בוכשטעבליך אמת, נאר ס'איז ענדרעש פונעם שורש תם וואס מיינט גאנצקייט.