פארומס › זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

1,021 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1743
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך יולי 27, 2016 12:06 am#343665
קאמענטירער
מייקראסאפט ווארד קומט די אידישע נקידות!!
ווען מען דרוקט די רעכטע ALT קנעפל צוזאמען מיט די
'ק' איז פאר קמץ
'פ' איז פאר פַּתַח
'ד' איז פאר דּגוש (די פינטעל אינעם אות)
'ש' איז פאר שְווא
'ו' איז פאר חֹולם
'ס' איז פאר סֶגול
'ח' איז פאר חִיריק
און אזוי ווייטער

אין וועלכע ווירזישין? אין 2016 ארבייט עס נישט.
דארט איז אזוי ווי איך פלעג אייביג מאכן.
CAPS+SHIFT
+1-2-3-4-5-6--7-8-9-0-
זונטאג יולי 31, 2016 10:11 pm#344062
אז יו. עס. סופרים קארט'ס דזשאדזש גינסבערג'ס מאמע איז שוין געווען קראנק (א אינגע פרוי) ווען גינסבערג האט זיך געלערנט, און א טאג פאר איר גראדואציע איז זי ליידער נסתלק געווארן...! 😮

מוסר השכל!!!
מאנטאג אוגוסט 1, 2016 5:16 pm#344116
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
וואס איז דער מוסר השכל? שרייב קלאר ביטע
יישר כח
מאנטאג אוגוסט 1, 2016 5:49 pm#344121
בן אדם
אז יו. עס. סופרים קארט'ס דזשאדזש גינסבערג'ס מאמע איז שוין געווען קראנק (א אינגע פרוי) ווען גינסבערג האט זיך געלערנט, און א טאג פאר איר גראדואציע איז זי ליידער נסתלק געווארן...! 😮

מוסר השכל!!!

בן אדם: סתם להערה בעלמא. ולידיעת ה' אויפגעקלערטע דזשענטלמען. דזשאדזש גינסבורג'ס טאטע איז געווען א איד. נישט איהר מאמע.
כ'האב נאך קאמענטארן איבער איהר. אבער ס'איז בעסער אז ס'בלייבט אומגעזאגט...!
מאנטאג אוגוסט 1, 2016 5:55 pm#344122
אלס מיר אויס קענסטו זאגן
מאנטאג אוגוסט 1, 2016 5:59 pm#344123
בן אדם
אלס מיר אויס קענסטו זאגן

בן אדם: אבער אלס מענטשליכקייט פאסט נישט אלעס צו זאגן וואס ס'איז עולה במחשבה...אזויפיהל וועל איך יא זאגן. אז לפי קלסתר פניה הקדושים, איז זי זייער א העסליכע און אפשטויסנדע פארשוין. סאו ס'איז אונז א קנאפע מציאה אז זי הייסט א איד... 🙄
מאנטאג אוגוסט 1, 2016 11:07 pm#344149
אז די אמעריקאנע מטבעות זענען נישט געדריקט אייניג אויף ביידע זייטן,

כ'האב עס אויפגעפאסט ווען די בעל תפילה האט צו לאנג געשלעפט, אין די איינציגע זאך צו טוהן, איז געווען, באטראכטן די טשעינזש וואס כ'האב באקומען פון א משולח..
דינסטאג אוגוסט 2, 2016 12:58 am#344174
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
פליקער
אז Uber דרייווערס רעיטן יעדע פאסאנדזשיר גענוי ווי יעדע פאסאנדזשיר רעטעט יעדע דרייווער, און אויב ווילט איר וויסן אייער ראטע, קענט איר פרעגן אינעם עפפ, און איר באקומט עס ווי פאלגענד.
אויבן לינקס ברויך מען א קנעפ טון די דריי פלאכע שטעקלעך,
דאן דריקן help
דאן account and payment
דאן account settings and ratings
דאן I'd like to know my rating
דאן א קנעפעל אויף סאבמיט
און א ריספאנץ פארפעלט נישט צי קומען תיכף ומיד.


Sent from my VS987 using Tapatalk


Thanks

Sent from my SM-G925V using Tapatalk 2
דינסטאג אוגוסט 2, 2016 1:16 am#344177
דער דאס
אז די אמעריקאנע מטבעות זענען נישט געדריקט אייניג אויף ביידע זייטן,

כ'האב עס אויפגעפאסט ווען די בעל תפילה האט צו לאנג געשלעפט, אין די איינציגע זאך צו טוהן, איז געווען, באטראכטן די טשעינזש וואס כ'האב באקומען פון א משולח..

דער דאס: איין מינוט. געב עס נאכנישט אוועק. אפשר האסטו בלי כוונה אריינבאקומען א ספעציעל, זעלטענע מטבע וועלכע איז ווערד א סאך געלט. איך בין נישט קיין מבין. און כ'בין נישט עוסק אין די שטותים. אבער פרעג דיך נאך ביי די יודעי דבר. איך מיין עס גאנץ ערנסט. א מטבע וועלכע איז ארויסגעגאנגען פעלערהאפטיג פון די יו.עס. מינט איז א זעלטענע זאך. און ס'קען ווערט זיין א הון רב. וועסט קענען חתונה מאכן עטליכע קינדער און צוזאגן א פאר יאר קעסט... 😂 דו זאגסט. מוחל טובות. חלומ'ען און פאנטאזירן קען איך בעסער פון דיר. דו דארפסט מיר נישט צו העלפן...אבער דאך... 😂
דינסטאג אוגוסט 2, 2016 2:00 am#344187
פריי דיך נאך נישט, ס'איז נישט קיין 'טעות הדפוס' אלע מטבעות זענען אזוי, קוק אויף למשל א פעני, די זייט פון פרעזידענט לינקלען, און דריי עס איבער פון רעכטס אויף לינקס, וועסטו זען די אנדערע זייט איז פארקערט.

לכאורה אויב ס'איז די זעלבע ביידע זייטן, איז עס ווערט אסאך.
דינסטאג אוגוסט 2, 2016 8:08 am#344191
היינט האב איך אויסגעפינען אז אויב מען מאכט נישט קיין אויל טשעינדז פאר א קאר ווערט די סטארטער געלאקט אין די קאר צינט זיך נישט אן נאר מיט א באסט.

(אויסגעפינען אויף די אייגענע הויט היינט צפרי ווען מען האט געדארפט לויפען צים חברותה)
דינסטאג אוגוסט 2, 2016 10:54 am#344206
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
פעינטער
היינט האב איך אויסגעפינען אז אויב מען מאכט נישט קיין אויל טשעינדז פאר א קאר ווערט די סטארטער געלאקט אין די קאר צינט זיך נישט אן נאר מיט א באסט.

(אויסגעפינען אויף די אייגענע הויט היינט צפרי ווען מען האט געדארפט לויפען צים חברותה)

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/339767">viewtopic.php?p=339767#p339767</a><!-- l -->
זונטאג אוגוסט 7, 2016 12:16 am#344718
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/344716">viewtopic.php?p=344716#p344716</a><!-- l -->
זונטאג אוגוסט 7, 2016 4:42 am#344735
פעינטער
היינט האב איך אויסגעפינען אז אויב מען מאכט נישט קיין אויל טשעינדז פאר א קאר ווערט די סטארטער געלאקט אין די קאר צינט זיך נישט אן נאר מיט א באסט.

(אויסגעפינען אויף די אייגענע הויט היינט צפרי ווען מען האט געדארפט לויפען צים חברותה)

פעינטער: לפענ"ד וועט א בוסט נישט העלפן אין אזא מצב. ווייל די פעולה פון א בוסט איז צו צוהעלפן פאר די רעזערוו כח אין באטערי צו טרייבן דעם סטארטער. משא"כ אויב מ'מאכט נישט קיין אויל טשעינדזש בהמשך, ווערט די גאנצע ענדזשין כמו געלאקט. און דאס לאזט נישט דעם סטארטער זיך דריייען.
דא נישט לאנג איז געווען איינער א שרייבער וועלכער האטציך בארימט אז ער מאכט קייינמאל נישט קיין אויל טושעינדזש אויף זיין געליעסטע קאר בנתינת טעם אז ער געט עס ממילא אוועק. און זאלל זיך א צווייטער (דער דיעלער) ברעכן דעם קאפ. און ער ווייסט אבער נישט --אזוי ווי זיין חבר האט איהם טאקע געווארנט-- אז ער קען זיך געפונען אין א מצב וואו ער וועט אליינס ליידן די קאנסעקווענסן פון זיין נאכלעסיגקייט אדער עגאאיזם...!
זונטאג אוגוסט 7, 2016 10:52 am#344749
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
@berelbalaguleh
דער שרייבער האט געשריבען ''אז זיין חבר'' האט נישט געמאכט קיין אויל טשעינזש. איך האף די מעשיות וואס דו דערציילסט זענען מער אקוראט.[emoji57]
זונטאג אוגוסט 7, 2016 9:39 pm#344833
אז סאיז דא א קאנטרי אין די מאונטענס ''שבת אחים'' גאנץ היימיש מיט אונזער ניק @שבת אחים אזוי אויך מיטען פארום אין שטיבעל..
מאנטאג אוגוסט 8, 2016 12:51 am#344850
ליטוואק פון בודאפעסט
אז אין וואלאזין איז מען נישט געגאנגען תפלין אום חוה"מ.
איך ליין יעצט אין 'מפניני הרב', וואס ר' צבי שכטר פארציילט פון זיין רבי'ן ר' י"ד סאלאווייציק. דארט פארציילט ער אז זיין ברודער ר' אהרן האט בר מצוה געהאט אין יוראפ, ווען זיין טאטע ר' משה איז געווען אין נ.י.. א פעטער האט איהם אויסגעלערנט הלכות תפילין, און ער האט איהם אויסגעלערנט אנצוטוהן דער של יד כמנהג החסידים, שלעפענדיג דער רצועה אוועק פון די לייב (אגב, אין ירושלים האב איך געהערט אז דער גר"א האט אזוי געטוהן), און אז מ'זאל גייען תפילין חוה"מ כמנהג אשכנזים היוצאים ביד רמ"א.
ווען ער איז אנגעקומען קיין אמעריקא, האט איהם זיין פאטער געזאגט "דער ערשטע, אין וואלאזין זענען געווען פארשידענע פיראכצען, דעריבער בלייב מיט דיינס. אבער תפילין חוה"מ האט קיינער אין וואלאזין נישט אנגעטוהן"
והוא פלא

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk


די גר" א האט דאך געהאלטן מ'זאל נישט אנטון תפילין חול המועד. וואס איז די חידוש אז אין וואלאזין האט מען זיך געפירט ווי די גר"א?
מאנטאג אוגוסט 8, 2016 2:09 am#344854
אז יוסי ביילין, דער געוועזענער לינקער פאליטישער פירער און פון די שטערקסטע אנטי-דת פאליטישנס אין ארץ ישראל איז א תלמיד חכם. נישט נאר ער קען חומש-רש"י מיט די אנדערע מפרשי התורה. נאר ער קען לערנען און האט געלערנט גאנצע מסכתות פון ש"ס. ער איז אויך געווען אן ערליכער (כמעט היימישער) איד. ער האט, לטענתו געלייגט תפילין. ביז צו די יום כיפור מלחמה. דארט האט ער באקומען דעם בראך אין זיין אמונה, און אויך געווארן אן עקסטרעם לינקער פאליטישן.
אויף אן אינטערוויו מיט דב אלבוים. (נאך א שנה ופירש'ניק) וועלכער איז געבוירן אין מאה שערים, האט ער פארציילט א טייל פון זיין היסטארי. און ר'האט געפאקט בקיאות. זיי ביידע האבן זיך מפלפל געווען אין פשט פון פסוקים אין פרשת ויחי. נאכדעם האט ער פארציילט אז אין זיין ביהמ"ד איז געווען 2 מניינים פאר מפטיר יונה. ער האט אפילו ארויסגעזאגט..."מפטיר יונה"...מיט די ליטווישע הברה. ..."מפטיר יעינעה"...!
מאנטאג אוגוסט 8, 2016 4:01 pm#344915
וואס איז געשעהן ביי די יום כיפור מלחמה? אז זיין אמונה איז צובראכן געווארן?
מאנטאג אוגוסט 8, 2016 4:13 pm#344918
א איד
וואס איז געשעהן ביי די יום כיפור מלחמה? אז זיין אמונה איז צובראכן געווארן?

דא
מאנטאג אוגוסט 8, 2016 4:37 pm#344921
איך זעה נישט וואס מען זעהט דארט, אז די אמונה דארף צובראכן ווערן וועגן דעם?
מאנטאג אוגוסט 8, 2016 4:48 pm#344923
קאמענטירער
אז סאיז דא א קאנטרי אין די מאונטענס ''שבת אחים'' גאנץ היימיש מיט אונזער ניק @שבת אחים אזוי אויך מיטען פארום אין שטיבעל..

גראף: דו ביסט גדערעכט. בשעת איך האב געשריבן די תגובה האב איך דאס געטראכט. ס'איז טאקע א טעות. ואת כולם הסליחה...!
מאנטאג אוגוסט 8, 2016 4:55 pm#344926
א איד
וואס איז געשעהן ביי די יום כיפור מלחמה? אז זיין אמונה איז צובראכן געווארן?

לטענתו: איך געב איהם נישט גערעכט. אבער אזוי האט ער געזאגט. ער זאגט אז זיינע בעסטע חברים און א האלב פון זיין כיתה וואס ער האט געטיעטשט זענען אומגעקומען אין די יוכ"פ מלחמה. פארשטייצעך, ס'איז נישט קיין תירוץ. אבער, לפי האמת קומט ער פון א פרייע משפחה. נאר איז געווארן א פרומער ביי זיין בר מצוה. אזוי זאגט ער. דער חידוש איז, ווייל איך האב אייביג געוואוסט אז ער איז א פרייער קיבוצ'ניק וואס האט נישט קיין השגה פון אידישקייט. און וועגן דעם איז ער אזא שונא פון ערליכע אידן. נישט דווקא א שונא פאר ערליכע אידן נאר ער איז געווען דער ערגסטער אין אריינברענגען אלע חוקי תועבה. ס'הייסט דער מערסטער ..."ליבעראלער"...!
מאנטאג אוגוסט 8, 2016 5:06 pm#344930
שטייט דאך שוין אין רש"י פ' נח וואס ער ברענגט בשם די גמרא
אז במקום זנות וע"ז אנדרלמוסיא בא לעולם והורגת טובים ורעים...
מאנטאג אוגוסט 8, 2016 5:41 pm#344940
א איד
שטייט דאך שוין אין רש"י פ' נח וואס ער ברענגט בשם די גמרא
אז במקום זנות וע"ז אנדרלמוסיא בא לעולם והורגת טובים ורעים...

אונז (איך מיין מיך) קענען נישט משפט'ן. אונז קענען נישט משפט'ן פארוואס יענעם קומט מיתה און עונשים. איך נישט. אפשר דו יא. נאר ווען ס'געשעהט ח"ו ביי אינעם פון אונזער גרופ, דאמאלס נוצן דער איד און דער בלאט אנדערע פסוקים און לשונות..."עלה מוות בחלונינו"...דעס איז דער פראבלעם אז ס'דא ווער ס'טרעפט אייביג פסוקים און מאמרי חז"ל צו בארעכטיגן יענעם'ס צרות און יענעם'ס אומגליק. נאר אין אייגענעם ווינקל פארגעסט מען צו קוקן. ווער, למשל וועט מכפר זיין אויף די פאלשע און קארופטירטע דין תורה'ס וועלכע ווערן געפיהרט אין התאחדות הרבנים דארה"ב וקאנאדא. דו ווייסט וואס די גמ' זאגט אויף א דיין וועלכער פסקנ'ט במזיד פאלש. מיט וואס ער ווערט באשטראפט. דאס האביך געזאגט פאר איצא שייגעץ אליינס. האט ער אראפגעלייגט אויף מיר דעם טעלעפאן...! לענין. דער מענטש, וועלכער איז געווען לכאורה אן ערליכער איד, און געווארן אן אפיקורס און א שגץ. אפשר וועט ער נאך תשובה טון. ווייל ער איז א ת"ח. אוודאי איז עס א הארצווייטאג. אבער ער קען נאך תשובה טון...נחפשה דרכינו ונח-קורה. ונשובה אליך ה'
מאנטאג אוגוסט 8, 2016 5:56 pm#344947
ווען איינער ווארפט אוועק זיין אמונה וועגן אזא קשיא, איז דאס דער ענטפער, נישט חלילה אז איך שיס א פסוק, און עס באדערט מיר נישט בכלל, איך וועל אויך נוצן די פסוק פון עלה מות בחלונינו וכו'.
מאנטאג אוגוסט 8, 2016 5:56 pm#344948
כפול
מאנטאג אוגוסט 8, 2016 6:02 pm#344953
כ'האב געהערט פון דער טאלנא רבי פון ירושלים הרב וויינבערג שליט"א אז יו"כ תשל"ד אינדערפרי האט די בית ישראל געזאגט אז דאס איז נישט 'זייערע' (די תינוקות שנשבו'ס) עבירות נאר אונזער עבירות.
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 2:01 pm#345755
אז יוטוב קליפס קען מען מאכן שנעלער אדער שטייטער לויטן געברויך.

ווען מען דרוקט אויפן סעטינגס קנעפל אונטן ערשיינט צווישן די אפציעס "SPEED", און דארט קען מען אנשטעלן פארשידענע שנעלקייטן.

.
📎 00002.jpg 📎 00001.jpg
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:19 pm#345799
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
שמעקעדיג
אז יוטוב קליפס קען מען מאכן שנעלער אדער שטייטער לויטן געברויך.

ווען מען דרוקט אויפן סעטינגס קנעפל אונטן ערשיינט צווישן די אפציעס "SPEED", און דארט קען מען אנשטעלן פארשידענע שנעלקייטן.

.


דאכט זיך אז דאס איז נאר אויפן דעסקטאפ נישט אויפן פאן.
מיטוואך אוגוסט 17, 2016 10:53 am#346114
קאסטנער
שמעקעדיג
אז יוטוב קליפס קען מען מאכן שנעלער אדער שטייטער לויטן געברויך.
ווען מען דרוקט אויפן סעטינגס קנעפל אונטן ערשיינט צווישן די אפציעס "SPEED", און דארט קען מען אנשטעלן פארשידענע שנעלקייטן.
דאכט זיך אז דאס איז נאר אויפן דעסקטאפ נישט אויפן פאן.

אזוי צו אזוי ווייס איך נישט צו סאיז דא נאך א פלעיר וואס קומט צו צי די VLC פלעי,ר וואס אפאר גוטהארציגע עסקנים האבן אונז באשאנקען מיט די גוטע פראגרעם וועלנדיג אויפטון פאר די מענטשהייט
סדא שארטקאטס פאר אלעם צו מאכען שנעלער-שטייטער ריקען-פאראויס-צוריק און נאך צענדליגער אפשענס\קאמענדס דורך א קנעפיל אויפן קיבאורד ממש איך קען נישט זען קליפס דורך אן אנדערע פלעיר
מיטוואך אוגוסט 17, 2016 3:27 pm#346192
VLC פלעיער איז גאר גוט, אבער נישט צו וואטשען יוטוב קליפס!
מאנטאג אוגוסט 22, 2016 10:41 am#346740
אז בית בעלעד האט 9 pages אין צימעס
אנבעליבעבל
זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 1:00 am#348261
די געשמאק פון טשעטן מיט א stranger.
לעצטע וואך איז מיר אויסגעקומען צו טשעטן מיט א מיטגליד פונעם שטיבעל.
סאיז די ערשטע מאל אזא געלגענהייט מאכט זיך ביי מיר.
סאיז פאני אבער כהאב באמת הנאה געהאט.
איך קען נישט יענער טו סעיוו מיי לייפ, כהאב זיך אויסגערעדט זאכן וואס כוואלט נישט גערעדט צו איינער וואס כקען, יענער האט גערעדט צו מיר זיינע זאכן וואס ליגט עיהם אין בויך, דערנאך האט מען סתם גערעדט אינטרסנטע זאכן אין אדורך געטוען מענטשן וואס אונז ביידע קענען.
איך האב זייער געלאכט אין הנאה געהאט.
זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:12 pm#349119
אז אין באיאן זאגט מען לדוד (אלול) גלייך נאך תחנון פאר חצי קדיש
איז דא נאך מקומות ווי מען זאגט עס דוירט?
זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:14 pm#349120
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
לית דין בר נש
אז אין באיאן זאגט מען לדוד (אלול) גלייך נאך תחנון פאר חצי קדיש
איז דא נאך מקומות ווי מען זאגט עס דוירט?

דאכט זיך אז אין וויזניץ אויך פרעג @שבת אחים
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:48 am#349604
אז יצחק ראבין איז געווען א אייניקל באח''ב פונעם יוד הקדוש זי''ע
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 6:13 pm#349754
mevakesh
לית דין בר נש
אז אין באיאן זאגט מען לדוד (אלול) גלייך נאך תחנון פאר חצי קדיש
איז דא נאך מקומות ווי מען זאגט עס דוירט?

דאכט זיך אז אין וויזניץ אויך פרעג @שבת אחים

Yups, אין אלע וויזניצעס
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 10:16 pm#349800
ליפא: ער פארציילט אין זיין ביכ'ל וואס ער האט געשריבן, אז זיין טאטע האט געזאגט, אפילו ער איז נישט קיין גרויסער צדיק, אבער זיינע קינדער וועלן נישט זיין קיין עמי הארצים. (אמעראצעם)...ביי צוויי געלעגנהייטן האט ער געזאגט קדיש. נו. שטייצעך אויף עברית,ר"ל. ווען ער האט אונטערגעשריבן דעם אפמאך מיט יאסיר אראפאט. און ווען ר'איז געווען אין אוישוויץ.אנגעטון א קאפל און ר'האט געזאגט קדיש. או.קעי. ביי אראפאט-קלינטאן האט ער נאר געזאגט די לעצטע פסוק...עושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו, ועל כל ישראל ואמרו אמן...!
סאו די מעשה מיט די עליה וואס כ'האב פריער פארציילט גלייב איך נישט אז ס'געווען ביי איהם...!
מ'זאגט אויף משה דיין אז ער האט אויכעט געשטאמט פון גרויסע און הייליגע אידן. אבער ער האט שוין געהאט א סאך אן ערגער פנים ווי יצחק רבין...!
מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 12:51 am#351056
א קאנגארו ווערט געבוירען נאך בלויז 33 טעג און פילע טיילן זענען נאך בכלל נישט אויסגעפארעמט, צווישן זיי די אויגן. בלינדערהייט קריכט זי ארויף די מאמע אריין אינעם 'פאוטש' וועלכע פונקציאנירט ווי אן אינקובעיטאר וואו זי אנטוויקעלט זיך איבער די קומענדיגע 6 חדשים.

http://www.youtube.com/watch?v=UpsnREY-6no
זונטאג אקטאבער 2, 2016 12:57 am#351627
עפעס וואס איז געדרוקט געווארן פאר דעם יאר 1500 הייסט אן incunabula.
דינסטאג אקטאבער 11, 2016 12:19 am#352216
אז די CIA פלעגט זוך באניצן מיט telepathy.
https://youtu.be/AdmyUEVLRAM
דינסטאג אקטאבער 11, 2016 12:28 pm#352260
קויפן א ברענד נעים פראדוקט איז לאו דוקא בעסערע קוואליטי....
איך האב געקויפט עפעס, דאס מאל האב איך דעסיידעד אז איך וועל מיך ערלויבן צו ספענדן מער, היפש מער, צו באקומען "די ריעל טינג"
די קאסטימער סערוויס איז געווען טעריבל, און די פראדאקט איז געווען גארנישט ספעשל.
איין זאך, איך האב געפילט גיט אז איך בין פון די "היי סאסייעטי".
מוצ"ש נאוועמבער 5, 2016 9:05 pm#353626
אז די מימרא 'Facts are stubborn things' קומט פון דזשאן עדעמס, ביים פארטיידיגען די בריטישע סאלדאטן פון די 'באסטאן שחיטה'.
פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 7:52 am#354305
C/p
While laying on a glass patio or soaking up rays through a window may feel good on your skin, the warmth that comes through is deceiving because vitamin D-producing UVB rays cannot pass through glass. So you’ll get absolutely no boost to your vitamin D levels if the sunlight passes through a window before hitting your skin.

Worse still, the skin-damaging UVA light, which penetrates your skin more deeply than UVB, and may be a much more important factor in photoaging, wrinkles and skin cancers, does pass through glass. This means that getting sun exposure through a window gives you none of the beneficial UVB, and all of the cancer-causing UVA!

A study in Medical Hypotheses5 even suggested that indoor workers may have increased rates of melanoma because they're exposed to sunlight through windows, and only UVA light, unlike UVB, can pass through window glass. At the same time, these indoor workers are missing out on exposure to the beneficial UVB rays, and have lower levels of vitamin D.
פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 12:46 pm#354323
און נאך אסאך אומנויטיגע אינפארמאציע. איך האב געסוירטשד די פראגע.
דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 1:36 am#354828
אז ר' שלמה קארליבאך האט געהאט א צווילינג ברודער ר' אלי' חיים קרליבאך וואס האט געדינט אלץ א רב אין מאנהעטן.
דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 1:40 am#354829
פארלוירענע סובמארינען ווערן באצייכענט 'on eternal patrol'.
דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 6:47 am#354833
אז דער חידוש פון ביינערי קאודס, 1's און 0's שטאמט שוין פון לייבניץ.
דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:07 pm#361425
אז די דיקקייט פון א ספיירעל טרעק אויף א Compact Disc וואס נוצט אפטיק טעכנעלאגיע איז אזוי דין (0.5 micron) אז אויב צועפנט מען דער ספיירעל וועט זי שטרעקען 5 קילאמעטער!
An extraordinary piece of engineering.
אנוש, מה נפלאים מעשיך.