פארומס › זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

1,021 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1743
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך פעברואר 01, 2017 12:01 am#361486
אז א דזשי.עף.איי. ריסעפטעקל אדער ברעיקער טוט נישט אייביג פראטעקטן פון פאטאלע עלעקטריק שאקס...!...!
מיטוואך פעברואר 01, 2017 12:41 am#361489
טאמבל סאס האט געשריבן:אז די דיקקייט פון א ספיירעל טרעק אויף א Compact Disc וואס נוצט אפטיק טעכנעלאגיע איז אזוי דין (0.5 micron) אז אויב צועפנט מען דער ספיירעל וועט זי שטרעקען 5 קילאמעטער!
An extraordinary piece of engineering.
אנוש, מה נפלאים מעשיך.

יעצט שטעלט אייך פאר וויפיל קאמפארטמענטס איין טעראבייט פלעש מעמארי האט. אכט טריליאן!!
מיטוואך פעברואר 01, 2017 11:11 am#361523
פאר יענע וואס ווײַסן נישט וואס פלעש טעכנעלאגיע איז. דאס איז מעטאד אין וועלכע אן עלעקטראן ווערט נעבעך פארכאפט אין א סיליקאן טשעמבער (קאמפארטמענט) און ווערט דארט געהאלטן קעפטיוו פאר יארן. ביז די סיליקאן קאמערל ווערט אויסגעריבן. די עלעקטראנס רעפרעזענטירן די ביטס אין די בייטס און דערפאר די וואליוס אין די צעלן.
מיטוואך פעברואר 01, 2017 11:45 am#361526
טאמבל סאס האט געשריבן:דאס איז מעטאד אין וועלכע אן עלעקטראן ווערט נעבעך פארכאפט אין א סיליקאן טשעמבער (קאמפארטמענט) און ווערט דארט געהאלטן קעפטיוו פאר יארן.

פארוואס נעבעך?
דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 9:45 pm#361781
אז דעם רעדנער'ס פלאטפארמע אינעם אור-אלטן אתונה אין גריכלאנד (נאך אין זמן המקדש) האט געהייסן 'בימה'.
דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 10:59 pm#361787
אז דער נאמען פונ'ם בעטטערי טונעל וואס איז מחבר צווישן מאנהעטן און ברוקלין הייסט אזוי ווייל ס'איז נאנט צו דעם בעטטערי פארק. אבער, פארוואס הייסט דער בעטטערי פארק אזוי...?! (דאס איז א רעטארישע שאלה... :lol: :roll: )
פרייטאג פעברואר 03, 2017 12:02 am#361789
berlbalaguleh האט געשריבן:אז דער נאמען פונ'ם בעטטערי טונעל וואס איז מחבר צווישן מאנהעטן און ברוקלין הייסט אזוי ווייל ס'איז נאנט צו דעם בעטטערי פארק. אבער, פארוואס הייסט דער בעטטערי פארק אזוי...?! (דאס איז א רעטארישע שאלה... :lol: :roll: )

געהערט פון יראמער רב אן אלטע שאלה: פארוואס הייסט די שטאט דעברעצין, דעברעצין?
ווייל דעברעצינע רב האט דארט געוואוינט האט מען לכבודו אזוי א נאמען געגבן די שטאט
פרייטאג פעברואר 03, 2017 12:40 am#361797
קלוגע יודל:דאס איז גוט פאר א ווערטל. ספעציעל ווען ס'קומט פון מיין רבי'ן דער הייליגער יארמער רב שליט"א...!

אבער דער אמת איז אז, אין בעטטערי פארק האבן די מיליטער פון דזשארדזש וואשינגטאן , נ"ע, אראפגעלייגט קאנאנען כדי צו באקעמפן די בריטישע נעיווי. און עטליכע קאנאנען צוזאמען , הייסט א בעטטערי...!
מאנטאג פעברואר 06, 2017 10:46 pm#362140
berlbalaguleh האט געשריבן:אז דער נאמען פונ'ם בעטטערי טונעל וואס איז מחבר צווישן מאנהעטן און ברוקלין הייסט אזוי ווייל ס'איז נאנט צו דעם בעטטערי פארק. אבער, פארוואס הייסט דער בעטטערי פארק אזוי...?! (דאס איז א רעטארישע שאלה... :roll: )

דרך אגב איז דער נאמען בעטערי טונעל צוגענימן געווארן פון איר און מען רופט איר מיט א צווייטע נאמען
מאנטאג פעברואר 06, 2017 11:01 pm#362141
זיכער: לזכר נשמת גאווערנאר היו קערי ע"ה. הייסט עס היינט קערי טוננעל...!
זונטאג פעברואר 12, 2017 3:37 am#362534
אז דער טרויעריג בארימטער רוימישער קיסר טיטוס, איז געווען פארליבט - און האט כמעט געהייראט - א אידיש מיידל [ברניקי בת אגריפס (הראשון) מלך יהודה, בן אריסטובלוס בן הורדוס הרשע].

קיין גרויסע צדיקת איז זי נישט געווען, אויב ס'זענען שוין געווען שמועות אז זי איז געווען פארליבט באופן מעשי מיט איר ברודער אגריפס השני, וואס אונטער זיין ממשלה איז די ביהמ"ק חרוב געווארן.
זונטאג פעברואר 12, 2017 3:03 pm#362571
דינסטאג פעברואר 28, 2017 7:50 pm#364181
אז דער נאמען Anthony קומט פון אנטונינוס.
דינסטאג מערץ 07, 2017 7:06 pm#364800
אז מענטשן פרעגן, ווילן זיי דאך וויסן

.
זונטאג מאי 28, 2017 1:48 am#372545
אז דאנאלד טראמפ איז טיילווייז צו באדאנקן אין די געווינס פון זשארזש w בוש אנקעגן גאור אין יאר 2000.

ווער ווייסט וויאזוי?
זונטאג מאי 28, 2017 2:14 am#372551
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אז דאנאלד טראמפ איז טיילווייז צו באדאנקן אין די געווינס פון זשארזש w בוש אנקעגן גאור אין יאר 2000.

ווער ווייסט וויאזוי?


דורך זיך ארויס ציען פון זיין אייגענע פרעזידענטיעל קאמפיין ווען ער איז געלאפן אויף איינע פון די זייטיגע ליניעס אין פלארידא אין 2000 ווי ער האט אביסעל אנגעצויגען, דאס איז א זאך וואס ראלפ נעידער האט נישט געטון ממילא האט בוש געוואנען אקעגען גאור.
זונטאג מאי 28, 2017 3:08 am#372555
יאפ!

אביסל מער איבער די מעשה:

ראזשער סטאון האט געבעטן ביוקענען לויפן אויף א דריטע פארטיי וואוסענדיג אז ביוקענען האט פילע סקאנדלן, ממילא וועט ער נישט מצליח זיין אנצוציען און פארהארגענען אזוי ווי פערו האט פארפאטשקעט פאר בוש דעם ערשטן. איינער פון זיינע טאקטיקן איז געווען צו נעמען טראמפ צו לויפן קעגן ביוקענען. טראמפ האט געהאקט אויף ביוקענען אין די מידיא יומם וליליה. ביוקענען האט אנגעצויגן א האלבע פראצענט געבענדיג בוש א געווינס. (יענע געווינס, אבער א געווינס)
דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2017 11:26 am#388210
אז מיין געלע באס איז א ביעטלס ניגון.

דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2017 12:45 pm#388221
שמעקעדיג האט געשריבן:אז מענטשן פרעגן, ווילן זיי דאך וויסן

.

מענטשן דארפן פרעגן זיך אליינס..."פארוואס האביך געקויפט די כלים הטמאים לכתחילה"...?!

יעצט ווערסטו מיר א צאדיק...!
דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2017 1:07 pm#388226
ישן נושן, מען האט שוין זיכער דא אמאל גערעדט דערפון.
זונטאג דעצעמבער 10, 2017 9:59 pm#390941
אז אלאסקא איז די מערסט-צפון, מזרח, און מערב סטעיט פון די פאראייניגטע שטאטן (האוואי איז די מערסט-דרום).
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 2:12 am#390970
ונבנתה העיר האט געשריבן:אז אלאסקא איז די מערסט-צפון, מזרח, און מערב סטעיט פון די פאראייניגטע שטאטן (האוואי איז די מערסט-דרום).


very interesting fact. קודם געקלערט פון גוגל'ן די עקספלענעישאן אבער טארכטענדיג פון א גלאוב שטימט עס תיכף.

ענליך איז די פאקט אז מעין איז נישט די מערסטע נאטערן סטעיט פון די קאנטינענטעל יו עס נאר מינאסאטע.

אפשר גאר קרית יואל?...
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 5:19 am#390978
וואלווי: קרית יואל איז די מערסטע נארטערן סטעיט פון וויליאמסבורג און בארא פארק'. וואס איז דען דזשיאגראפי ביי אונז אידן. ווילאמסבורג, בארא פארק. או.קעי. שוין. קראון הייטס אויכעט. מאנסי און לעיקוואוד...! בלומינגבורג אן בלומינג גראוו זענען דאך אין גלילות פון מאנרא. באלאנגט עס דאך ממילא צו מהר"א שליט"א. לכה"פ אזוי וויל מען חלומ'ען...!
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 5:42 pm#391037
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: קרית יואל איז די מערסטע נארטערן סטעיט פון וויליאמסבורג און בארא פארק'. וואס איז דען דזשיאגראפי ביי אונז אידן. ווילאמסבורג, בארא פארק. או.קעי. שוין. קראון הייטס אויכעט. מאנסי און לעיקוואוד...! בלומינגבורג אן בלומינג גראוו זענען דאך אין גלילות פון מאנרא. באלאנגט עס דאך ממילא צו מהר"א שליט"א. לכה"פ אזוי וויל מען חלומ'ען...!


ס'דאך א בפירוש'ער לעטטער העד...
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 9:51 pm#391049
וואלווי: ס''שטייט נאר והגלילות. אן קיין נעמען. דאס מיינט אז אלע שטעטלעך וואס וועללן נאך אויפקומען. ביז ס'וועט מקויים ווערן דער פסוק..."עתידה קרית יואל שתתפשט בכל הארצות"...! וויליאמסבורג, בארא פארק און מאנסי וועללן אויכעט נאך אמאל זיין אין גלילות פון קר"י...!
מוצ"ש דעצעמבער 16, 2017 11:34 pm#391394
לפיכך = לפי כך.
דינסטאג מערץ 06, 2018 10:00 pm#396936
אז גאלילעאו'ס פינגער געפונען זיך אויף אויסשטעל אין א מוזעאום.
Screenshot_20180306-204621.jpg

און אז נאפאליאנ'ס אבר געפונט זיך אין א בעיסמענט אין ניו דזשערסי.
מיטוואך מערץ 07, 2018 3:21 am#396951
ונבנתה העיר האט געשריבן:לפיכך = לפי כך.


אולי, איז נישט אזוי פינקטלעך די צושטעל, עכ"פ לויט אונזער טאג טעגליכער טייטש. לפיכך איז לכאורה טייטש "וועגען דעם" דאס מיינט א נתינת טעם אזוי ווי לפיכך אנחנו חייבים להודות, און ס'איז נישט סתם איין חלק פון א בנין נאר אן עטעטשמענט צווישען צווי זייטען. משא"כ ביי לפי כך, טייטש מען "לויט דעם" אדער "ווייל ס'איז אזוי" וכו' דאס איז מער א לשון פון א תוצאה אן די נתינת טעם אזוי ווי א מראה מקום אן א אויספיר, למשל, אז איינער שרייבט לפי זה דארף ער ערשט מסביר זיין לפי זה איז וועלעכע טעם און דערנאך קומען צום אויספיר. אנדערש אבער איז לפיכך וואס האט אין זיך די גאנצע.

אדער, קען גאר זיין איך פארליר שלאף אומזונסט, ווייל האסט נאר געמיינט צו באמערקען די שורש...
מיטוואך מערץ 07, 2018 3:32 am#396952
ונבנתה העיר האט געשריבן:אז גאלילעאו'ס פינגער געפונען זיך אויף אויסשטעל אין א מוזעאום.
Screenshot_20180306-204621.jpg

און אז נאפאליאנ'ס אבר געפונט זיך אין א בעיסמענט אין ניו דזשערסי.

OMG
מיטוואך מערץ 07, 2018 6:42 pm#397008
מיין זיידנס געפינט זיך אויך אין א בעיסמענט אין ניו דזשערזי.
דאנערשטאג מערץ 08, 2018 1:08 am#397032
אונטער חכם האט געשריבן:מיין זיידנס געפינט זיך אויך אין א בעיסמענט אין ניו דזשערזי.


דיין זיידעס וואס? די ערשטע זאך קען זיך נאך האלטן אין יענעם בעיסמענט אין ניו דזשערסי, אבער די צווייטע זאך אינהאלט נישט קיין ביינער נאר מאסעלס...

אפשר קענסט עס אפירזיכען אין עפעס אן ארון קודש...
דאנערשטאג מערץ 08, 2018 2:31 am#397045
איך כאפ נישט פונקטליך וואס דאס איז.

אדער אפשר ....

איך האב געמיינט צו זאגן אז מיין עלטער זיידע ליגט אין ניו דזשערזי און דער דזשאוק איז נישט ממש מיין אייגנס נאר איך האב עס געהערט פון איינעם פון די "שפעט ביינאכט" ליצים ווען טראמפ איז געפארן אויף א וואקאציע אין ניו דזשערזי האט ער געזאגט אז א "ניו דזשערזי וועקעישאן " זעהט מער אויס ווי א קאוד ווארט פאר א בית הקברות ממילא ווען איך האב געזעהן יענעם שרייבן וועגן א בעיסמענט אין ניו דזשערזי האב איך מיך דערמאנט פון יענים דזשאוק.

(קרעדיט: ר' בערעלע) ( פארן אופן התגובה כמובן)
דאנערשטאג מערץ 08, 2018 2:45 am#397052
שטייט דאך שוין, אבר מת...
פרייטאג מערץ 09, 2018 2:47 pm#397208
ונבנתה העיר האט געשריבן:און אז נאפאליאנ'ס אבר געפונט זיך אין א בעיסמענט אין ניו דזשערסי.

m https://www.npr.org/templates/story/sto ... d=92126411 m
זונטאג מערץ 11, 2018 3:46 am#397253
החוקר: וואס זאלל איך דיר זאגן?!. א ייש"כ פאר דעם לינק. כ'האב געמיינט אז איך גיי דא אויסגעפונען מי יודע וואספארא וויכטיגע אינפארמאציע. דערווייל איז מיר געקומען צו ברעכן א יעדע פאר סעקונדעס וואס כ'האב געליינט דעם ארטיקל. ס'זעהט אויס אז נישט א יעדע זאך מוז מען ליינען...!
פרייטאג מערץ 30, 2018 5:35 am#398761
אז ביי רבי'ס איז מים שלנו א גאנצע עצרת.
IMG_20180330_052602_300.jpg
פרייטאג מערץ 30, 2018 2:18 pm#398776
ביי די רבי'ס איז עס גארנישט, מ'צינט אן די פאוסעט און ס'קומט וואסער. די חסידים מאכן די גאנצע טראסק
משוגע מטורא
זונטאג מאי 06, 2018 3:17 pm#401668
אז דאס וואס סעקראצט מיך אמאל אויף די ארעם אדער טארסו און כ'פיל עס אין קאפ, אויפ'ן אויער אדער איבערן אויג וכדומה, ווערט אנגערופן א referred itch.
זונטאג מאי 06, 2018 11:35 pm#401687
טאמבל סאס האט געשריבן:אז דאס וואס סעקראצט מיך אמאל אויף די ארעם אדער טארסו און כ'פיל עס אין קאפ, אויפ'ן אויער אדער איבערן אויג וכדומה, ווערט אנגערופן א referred itch.

פארוואס האט מיר יעצט אנגעהויבן צו קראצן?
מאנטאג מאי 07, 2018 12:16 pm#401725
אז דזשי ענד דזשי האט אנגעהויבן פארקויפן רעבישע פעלצן אן א ליינינג. פאר'ן זומער. ווען די רעבעס דארפן ערשיינען ביי א חופה. אדער א מחאה. ביז היינט האט מען דאך נישט געקענט קומען אין סאמע מיטן זומער אין תמוז, אב אדער אלול מיט'ן פעלץ. אבער פון היינט אן איז דער פראבלעים שוין ב"ה געלייזט געווארן...!
מאנטאג מאי 07, 2018 1:33 pm#401740
berlbalaguleh האט געשריבן:אז דזשי ענד דזשי האט אנגעהויבן פארקויפן רעבישע פעלצן אן א ליינינג. פאר'ן זומער. ווען די רעבעס דארפן ערשיינען ביי א חופה. אדער א מחאה. ביז היינט האט מען דאך נישט געקענט קומען אין סאמע מיטן זומער אין תמוז, אב אדער אלול מיט'ן פעלץ. אבער פון היינט אן איז דער פראבלעים שוין ב"ה געלייזט געווארן...!


הדא היא דכתיב, נמשל כבהמות נדמו, זיי זענען פונקט ווי בהמות מיט זייער פעלץ, דורך זייער איינגערעדטע דמיון
מאנטאג מאי 07, 2018 1:48 pm#401747
וואלווי: נעם עס נישט אזוי ערנסט. ס'אי אויךכעט נאר א חלק פון מיינע פרי דמיון. ס'איז אפשר אויף מיין וויש ליסט (תרתי משמע)...! דו קענסט נאך שלאפן רואיג. זיי פארקויפן נאכנישט אט די פעלצן. אפשר. אולי נזכה. אפשר העמיר האבן די זכייה. אבער דערווייל איז עס נאר א חלום פון בערל בעל עגלה...!
מאנטאג מאי 07, 2018 2:24 pm#401752
נו ר' בערל, אפשר וואלט געווען א גיטע געדאנק איר זאלט עפענען א נייע אשכול מיט אלע אייערע זיסע חלומות?
די עולם וועט קאמענטירן אין גרויסען...מ'וועט עס נישט קענען איגנערירן...
גרייט צו די פרעצעלס אין קאלטע סעלצער אין הייבט אן!
מאנטאג מאי 07, 2018 9:28 pm#401819
איין זאך, רבותי. איך דארף קוקן אויף טוויטער אויב האסידיק1 האט נאכנישט ארויפגעלייגט דאס ווערטל מיט די זומער'דיגע רעבישע פעלצן. ווייל ער האט ליעב צו גנב'נען מיינע ווערטלעך און ארויפלייגן עס צווישן זיינע ליקוטים...!
זונטאג יוני 10, 2018 1:42 am#405502
דריידל האט געשריבן:אין די גמרא, ווייסט יעדער אז "הוא" שרייבט מען אויף א זכר און "היא" אויף א נקבה. בין איך לעצטענס אויפמערקזאם געווארן אז אין די תורה שטייט "הוא" סיי אויף א זכר און סיי אויף א נקבה, די חילוק איז נאר אז בלשון זכר איז די ו"ו א מילופים און בלשון נקבה איז דא א חירוק אינטער די ה"א.
ס'זענען דא עטליכע אויסנאמען ווי ס'שטייט יא "היא". א סירטש האט געטראפן אכט מאל די ווארט "היא" און צען מאל "והיא".


שטימט טאקע זייער גוט די וואך אין די פרשה:
וּרְאִיתֶם אֶת הָאָרֶץ מַה הִוא וְאֶת הָעָם הַיֹּשֵׁב עָלֶיהָ הֶחָזָק הוּא הֲרָפֶה הַמְעַט הוּא אִם רב. וּמָה הארץ אֲשֶׁר הוּא יֹשֵׁב בָּהּ הֲטוֹבָה הִוא אִם רָעָה וּמָה הֶעָרִים אֲשֶׁר הוּא יוֹשֵׁב בָּהֵנָּה הַבְּמַחֲנִים אִם בְּמִבְצָרִים. וּמָה הָאָרֶץ הַשְּׁמֵנָה הִוא אִם רָזָה הֲיֵשׁ בָּהּ עֵץ אִם אַיִן וְהִתְחַזַּקְתֶּם וּלְקַחְתֶּם מִפְּרִי הָאָרֶץ וְהַיָּמִים יְמֵי בִּכּוּרֵי עֲנָבִים.

ווען מ'רעדט פון די לאנד איז עס אייביג מיט א חיריק - לשון נקבה, און ווען ס'רעדט זיך פון די פאלק האט עס א מליפום - לשון זכר. ביי די אונגארישע/פוילישע הברה זאגט מען עס די זעלבע ממילא כאפט מען נישט אבער מיט די ליטווישע הברה מאכט עס א נפק"מ
מאנטאג יוני 18, 2018 2:11 am#406280
כ'האב קיינמאל נישט געקענט פארשטיין וויאזוי קען זיין אז ס'דא רייכע דעמאקראטן, כ'מיין איך דארף נישט מסביר זיין די תמיה.

אט האב איך געפינען דעם ענטפער, הערט און שטוינט.
מאנטאג יוני 18, 2018 1:07 pm#406328
רביה"ק זי"ע: אינטרעסאנט אז אין די דרום און סענטראל אמעריקאנער מדינות זענען די פיהרערס פון די קאמוניסטישע פארטיי רייכע אידן. אזוי אויך די עלעטערן פון דעם וועלט בארימטן טעראריסט..."קארלאס"...וועלכער האט געשאקלט וועלטן מיט זיינע טעראריסטישע שטיק אין די '70 ער און 80'גער יארן. ער איז געווען א ספוילד ברעט. און ער האט געלעבט א גוטן טאג. און ר'האטציך געלערנט אין די בעסטע טעראריסטישע סקולס בימים ההם. אין רוסלאנד. און אין צפון איירלאנד. און די פאליציי און רעגירונגס אויטאריטעטן פון א סאך מדינות האבן איהם נישט געקענט כאפן. כאטש ער האט אנגעשטעלט ספעקטאקולארע מעשי רציחות און טעראר. און ר'איז אייביג פארשוואונדן געווארן...!
דינסטאג יוני 19, 2018 11:58 pm#406661
אז אזעלכע זאכן עקזיסטירן בכלל, און אז ס'נאך לעגאל היינטיגע צייטן.

א געוואגטע עקספערימענט.
זונטאג יולי 08, 2018 2:58 pm#408330
אז חתונה האבן מיט א ניס איז אומלעגאל אין כמעט גאנץ אמעריקע, און אין ניו יארק קען מען באקומען צווישן 10 און 25 יאר תפיסה דערויף.
https://en.wikipedia.org/wiki/Laws_regarding_incest_in_the_United_States?wprov=sfla1
זונטאג יולי 08, 2018 10:44 pm#408337
אונטער חכם האט געשריבן:אז חתונה האבן מיט א ניס איז אומלעגאל אין כמעט גאנץ אמעריקע, און אין ניו יארק קען מען באקומען צווישן 10 און 25 יאר תפיסה דערויף.
https://en.wikipedia.org/wiki/Laws_regarding_incest_in_the_United_States?wprov=sfla1

איך האב א חבר וואס האט עס געטוהן איך קען נישט גלייבן אז ער האט נישט קיין מערידזש לייסענס